☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » תוצאות פון מלמדים און עלטערן וואס שלאגן

תוצאות פון מלמדים און עלטערן וואס שלאגן

80 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6127
בלאט: 1 2

לאליפאפ » דינסטאג מערץ 18, 2014 11:59 am

· #191091
תוצאות פון מלמדים און עלטערן וואס שלאגן
[אפגעטיילט] דורך די גבאים.


אויב האט איר געזען די ווידיאו ווי א מלמד פון סקווירא האקט אן א קינד אין קלאס, אט האט איר די תוצאות! (נעמען וועט איר שוין זען אין WhatsApp)
📎 IMG-20140318-WA0067.jpg

איך אויך » דינסטאג מערץ 18, 2014 12:01 pm

· #191092
ניין כאנישט געזעהן ,לאלי דו האסט עס?

אגב ,זאג עם זיין זיפער איז אפען.

אפטעמיסט » דינסטאג מערץ 18, 2014 12:38 pm

· #191098
<a class="postlink" href="https://m.facebook.com/story.php?story_fbid=256987467808355&id=100004913105681&__tn__=H&_rdr#_=_">https://m.facebook.com/story.php?story_ ... H&_rdr#_=_</a>

berlbalaguleh » דינסטאג מערץ 18, 2014 1:56 pm

· #191111
ר' לאליפאפ: ייש"כ פאר ברענגען דעם בעפאר און נאכדעים בילד. אבער דאס אז צוליב איין אנהאק פון א פארטעמפט'ן מלמד איז ער אפגעפאהרן, איז באבע מעשיות. דו קענסט רואיג זיין אז דער חינוך ביי זיין טאטן אין שטוב האט אויכעט נישט געטויגט. אפילו ער אליינס זאגט עס איז עס נישט מער פון א "קאפ-אוט". א תירוץ, נישט קיין קשיא. 😕 😎 😈 😈 🙄 😳 😢 😮

פליקער » דינסטאג מערץ 18, 2014 2:00 pm

· #191112
איך פארשטיי נישט די געפילדער, מנהסתם האט ער געקאפעט ביים מעמד הר סיני אז ער וויל נישט די תורה, דעריבער פארן זיי אפ,

ווי מיר גלייבן אז די גוים וואס האבן יא געוואלט, זענען די גרים, און אזוי פארקערט, וואס איז די חינוך אישו דא.

דעיס אז אין סקווער איז דא אזוי פיל פארפארענע, דעיס איז נאר א קא אינסעדענס, פאר די זעלבע סיבה פאר וואס אין רוסלאנד ווערן אזוי פיל מיסטערעיז פארסם'ט

שטילע אינגערמאן » דינסטאג מערץ 18, 2014 2:21 pm

· #191115
לאליפאפ
אויב האט איר געזען די ווידיאו ווי א מלמד פון סקווירא האקט אן א קינד אין קלאס, אט האט איר די תוצאות! (נעמען וועט איר שוין זען אין WhatsApp)

רבותי הערט אויף מיט די ב"ש.
איך האב געהאט א רבי א רוצח האט געפראסקעט קינדער יעדער טאג כאילו ס'קומט אזוי. מער ווי איין מאל וואס ער האט צובראכן גלעזער, אדער קינדער זענען אהיים געגאנגען בלעק ענד בלוי,
נישט קיין איין קינד פונעם גאנצע קלאס איז אראפ פון וועג, אלע חסידישע וואילע אינגערלייט,
איינער וואס וויל אראפ גיין פון וועג אין דארף עס אויף וואס אנצוהענגען, נישט מער געדאכט מיין מלמד האט מיך געגעבן א פאטש 8 יאר אין עלף חדשים צירוק, וועגען דעים דריי איך זיך היינט מיט שוקצה'ס אין מחלל שבת..
קאמאן סטאפ די קרעפ. די ווילסט זיך ענז'וין די האלסט דער לעבן איז בעסער? נאו פראבלעם. זיי מוחל לאז די מלמד ארויס דערפון.

בדרך אגב בין איך צופרידען אז די היינטיגע רבי'ס שלאגן שוין נישט, אין כ'האלט סאיז געווען ראנג פון מיינע רבי'ס פון טיילען קלעפ

שמעקעדיג » דינסטאג מערץ 18, 2014 2:51 pm

· #191119
זעהט אויס נישט אלע יונגעלייט זענען אזעלכע שטילע ווי די, וד"ל

שרייבער » דינסטאג מערץ 18, 2014 2:51 pm

· #191120
לאליפאפ
אויב האט איר געזען די ווידיאו ווי א מלמד פון סקווירא האקט אן א קינד אין קלאס, אט האט איר די תוצאות! (נעמען וועט איר שוין זען אין WhatsApp)

ווער האט געכאפט די בילד אין חדר?

איך אויך » דינסטאג מערץ 18, 2014 4:02 pm

· #191125
גראדע זעה איך ער גיבט עם צוויי בכלל נישט שטארקע פעטש (הלוואי וואלטן אונזערע מלמדים אונז געגעבן נאר אזעלכע פעטש) ,נא נא פון דעם פארט מען נישט אפ קאט די קרעפ.

berlbalaguleh » דינסטאג מערץ 18, 2014 4:32 pm

· #191136
שרייבער
לאליפאפ
אויב האט איר געזען די ווידיאו ווי א מלמד פון סקווירא האקט אן א קינד אין קלאס, אט האט איר די תוצאות! (נעמען וועט איר שוין זען אין WhatsApp)

ווער האט געכאפט די בילד אין חדר?

די רביצין פרימעט גאלדבערגער תליט"א אין ספר הפנים פרעיגט שוין די קשיא.... 😕 😂 😎 🙄 😉 😮

לאליפאפ » דינסטאג מערץ 18, 2014 4:33 pm

· #191138
שרייבער
לאליפאפ
אויב האט איר געזען די ווידיאו ווי א מלמד פון סקווירא האקט אן א קינד אין קלאס, אט האט איר די תוצאות! (נעמען וועט איר שוין זען אין WhatsApp)

ווער האט געכאפט די בילד אין חדר?

איינער וואס הייסט יענקי שמעלצער האט געכאפט די ווידיא

איך אויך
גראדע זעה איך ער גיבט עם צוויי בכלל נישט שטארקע פעטש (הלוואי וואלטן אונזערע מלמדים אונז געגעבן נאר אזעלכע פעטש) ,נא נא פון דעם פארט מען נישט אפ קאט די קרעפ.

זיי נישט אזוי נעראו, קודם קוקט נישט אויס ווי דאס קליפ הייבט זיך אן ביים ערשטן פראסק ווייל ס'קינד קייכט שוין ביים אנהייב און ס'איז גאנץ ברור אז די מלמד'ס הענט טוען שוין גוט וויי ביי יענעם שטאפל ווי דו הייבסט אן מיטצוהאלטן די אטאקע. און פארשטייט זיך אז נישט פון דעי צוויי פעטש איז ער אפגעפארן נאר פון די ברוטאלע באהאנדלונג דורך די יארן. אופען אפ ע ביט.

לאליפאפ » דינסטאג מערץ 18, 2014 4:36 pm

· #191139
berlbalaguleh
ר' לאליפאפ: ייש"כ פאר ברענגען דעם בעפאר און נאכדעים בילד. אבער דאס אז צוליב איין אנהאק פון א פארטעמפט'ן מלמד איז ער אפגעפאהרן, איז באבע מעשיות. דו קענסט רואיג זיין אז דער חינוך ביי זיין טאטן אין שטוב האט אויכעט נישט געטויגט. אפילו ער אליינס זאגט עס איז עס נישט מער פון א "קאפ-אוט". א תירוץ, נישט קיין קשיא. 😕 😎 😈 😈 🙄 😳 😢 😮

און זיין טאטע איז געווארן אנגעהאקט פון דעם מלמד'ס טאטע און פארדעם האט זיין חינוך נישט געטויגט.. שוין איך גיי נישט פאר יעדן מסביר'ן עקסטער אבער דעיס איז ביטער שעדליך.

איך אויך » דינסטאג מערץ 18, 2014 4:44 pm

· #191142
אה פריער האב איך געזעהן די קליפ נאר אין קליין ,יעצט זעה איך די קליפ גרעסער זעהט מען ווי ער וויינט און אויך מערקט מען די אנדערע קינדער איז די בושות גרעסער.
אבער מיט דעם אלעם לאלי ידידי איז נאריש צו ציען א פעראלעל פון זיין יעצטע התנהגות צו יענע מלמד און גראדע בינעך היפש אפען.

היימישער ליטוואק » דינסטאג מערץ 18, 2014 4:48 pm

· #191145
דער ווידעא
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=jEsdZIFMXBk&feature=player_detailpage">https://www.youtube.com/watch?v=jEsdZIF ... detailpage</a>

ביבער » דינסטאג מערץ 18, 2014 4:52 pm

· #191146
אוי האט דאס געקלונגען, די באקן איז אים נאך יעצט רויטליך.

אגב איז מיר שוין אויך פארענטפערט געווארן פון ווי מנשה האט גענומען זיין נאמען צעףראסקעט.

שמעקעדיג » דינסטאג מערץ 18, 2014 5:33 pm

· #191150
איך ווער שוואך ווען איך זעה עס.

ברסלבער » דינסטאג מערץ 18, 2014 5:41 pm

· #191155
שטילע אינגערמאן
לאליפאפ
אויב האט איר געזען די ווידיאו ווי א מלמד פון סקווירא האקט אן א קינד אין קלאס, אט האט איר די תוצאות! (נעמען וועט איר שוין זען אין WhatsApp)

רבותי הערט אויף מיט די ב"ש.
איך האב געהאט א רבי א רוצח האט געפראסקעט קינדער יעדער טאג כאילו ס'קומט אזוי. מער ווי איין מאל וואס ער האט צובראכן גלעזער, אדער קינדער זענען אהיים געגאנגען בלעק ענד בלוי,
נישט קיין איין קינד פונעם גאנצע קלאס איז אראפ פון וועג, אלע חסידישע וואילע אינגערלייט,
איינער וואס וויל אראפ גיין פון וועג אין דארף עס אויף וואס אנצוהענגען, נישט מער געדאכט מיין מלמד האט מיך געגעבן א פאטש 8 יאר אין עלף חדשים צירוק, וועגען דעים דריי איך זיך היינט מיט שוקצה'ס אין מחלל שבת..
קאמאן סטאפ די קרעפ. די ווילסט זיך ענז'וין די האלסט דער לעבן איז בעסער? נאו פראבלעם. זיי מוחל לאז די מלמד ארויס דערפון.

בדרך אגב בין איך צופרידען אז די היינטיגע רבי'ס שלאגן שוין נישט, אין כ'האלט סאיז געווען ראנג פון מיינע רבי'ס פון טיילען קלעפ

ווי דער עולם זאגט שוין, איז עס נישט די פאר פעטש, עס איז די גאנצע פארדעם און נאכדעם.
און באמת איז דאס נאך טיפער. עס איז נישט דוקא די פעטש, עס איז די טאָן מיט וואס אידישקייט ווערט איבערגעגעבן. קינדער קען מען נישט פאפן, זיי ווייסן גוט וואס דער מלמד איז באמת. אמאל זענען געווען אמת'ע ערליכע מלמדים יראי ה', זיי זענען טאקע געווען קריגס געליטענע און גע'רצח'ט די קינדער, אבער זיי האבן באמת געמיינט דעם אייבערשטן. ווען עס קומט אבער א מלמד וואס ער אליין האלט ביי גארנישט, און ער געבט אויס זיין כעס און רציחה אויף די קינדער, דאן באקומען די קינדער זייער א צומישטע מעסידזש וואס שאדט זיי זייער שטארק.

פישלע העררינג » דינסטאג מערץ 18, 2014 5:42 pm

· #191156
אין סקווירא פארשט מען יעצט אויס - לויט דער סדר פון די זיצן - ווער עס איז דער ווידעא כאפער, ס'טייטשט קומען מיט א קאמערא אין קלאס?! די הנהלה זאגט שטרענג אז ווען דאס קינד וועט אפירקומען וועט ער זוכה זיין צו צוויי קלינגענדיגע מתנות יד פון דער מלמד. עקספיריענס האט ער דאך שוין...

קרעקער » דינסטאג מערץ 18, 2014 6:25 pm

· #191169
איך קוק איבער די יוטוב איינמאל און נאכאמאהל און כדערמאן זיך ווי מיינע רביס פלעגען הארגענען 10000 מאל מער ווי דער מלמד מיט א רציחה
איך קען אבער נישט פארשטיין איין זאך, לאמיר לייגען אין די זייט חינוך שמינוך, ווי אזוי ווערט מען אזא רוצח? איך וואלט אין מיין לעבען נישט געקענט שלאגען א קינד אזאנע מערדעליכע מכות, אפילו ער טוט דעס ערגסטע אין די וועלט, ער איז דעך א קליין קינד, און דו ביזט א ריזיגע טאטע מיט שטארקע ביינער וואס האקט אריין אן רחמנות מיטען גאנצע כח
צו ווערט מען א מערדער ווען מען ווערט א מלמד? אדער ווערט מען א מלמד ווייל מאיז א מערדער?
איז עס א תאוה צו שלאגען קינדער?

א שאד א שאד אין מיינע צייטן איז נאכנישט געוועהן קיין קעמרעס אפצוכאפען די רציחות פון די מלמדים
איך האף נאר אז דאס וועט איינמאל פאר אלעמאל אפשטעלען, איך קען נישט טראכטען אויב מיין קינד זאל כאפען אזאנע שלעק

און זאל דעס זיין למען ישמעו ויראו יעדער מלמד וואס שלאגט קינדער מיט רציחה דארף אויסגעפראקט ווערען אזוי ווי א מאלעסטער, זאלען זיינע קינדער און איינקלעך עד סוף כל הדורות וויסען אז ער איז געוועהן א רשע און שלעגער וואס האט געמקלט קינדער, ער זאל זיך כאטש נישט ארומדרייען אין שוהל מיט א שיינע בארד, ער איז א קינדער בוטשער

שמעקעדיג » דינסטאג מערץ 18, 2014 6:34 pm

· #191173
איך בין אלל די וועי מיט דיר קרעקער, אבער עס איז נישט אזוי פשוט "אפילו ער טוט דאס ערגסטע אויף דער וועלט", עס זענען פאראן קינדער אזוינע צרה-לייט וואס אן אנדער שפראך פארשטייען זיי נישט און נאר אביסל פון די סחורה מענטשלט זיי אויס.
אודאי טאר דאס נישט זיין אויף א דעילי בעיסיס אזוי ווי מיר זענען אויפגעוואקסן, אבער פאר עפעס א ריעזאן איז פאראן אזא זאך ווי מעניש זיין א קינד,
און דאס אז יענער איז א קליין קינד און דער איז א שטארקע טאטע איז נישט קיין אויסרייד, פארקערט, דאס איז מחסדי ה' ומנפלאות הבריאה אז מען זאל זיך קענען אנייצע געבן מיט די קליינע שטינקערס, שטעל דיר פאר אז דאס קינד איז אזא גרויסער ברייט-בייניגער ווי דער מלמד...

איך ברענג פשוט ארויס די אנדערע צד פון די מטבע, נישט אז איך גיב גערעכט פאר די מאסן רציחות פון וועלכע איך אליינס בין א קרבן.

געפילטע פיש » דינסטאג מערץ 18, 2014 6:46 pm

· #191176
שמעקעדיג, דו ווייסט אליינס אז איינער וואס קען חינוך, פארשטייט צו נפש הילד, דארף נישט צוקומען צו פעטש, ס'דא סאך בעסערע און מער ווירקזאמע וועגן צו דיסיפלינירן א קינד. טיילען אזעלכע פעטש ווייזט מער איבערן מלמד ווי אויפן קינד.

קאווע טרינקער » דינסטאג מערץ 18, 2014 7:17 pm

· #191179
זעהנדיג דעם קליפ, קומען ארויף זיכרונות פון אמאל....
כ'כאפ זיך יעצט אז כ'האב א גוטע תירוץ צו פארן אראפ...
פוטסטעפ'ס נעמט אן פערציג יעריגע?

שמעקעדיג » דינסטאג מערץ 18, 2014 7:54 pm

· #191191
מען קען אויך אויסטראכטן נייע זכרונות? אדער פוטסטעפס טוט וועריפייען אמיתת הדברים און מען דארף אונטערשרייבן תקנות צעטלעך אז מען זאגט נישט ליגנט?

איך בין עס » דינסטאג מערץ 18, 2014 8:36 pm

· #191195
איך בין נישט קיין גרויסע שרייבער דא אבער יא א גרויסע ליינער, אבער דא פיל איך ווי איך מוז זאגן וואס גייט דא פאר. די מלמד איז ר'.... ער איז געווען מיין בעסטע מלמד וואס איך האב נאר געהאט. און מיינט נישט אז איך בין געווען א שעפעלע, איך האב געהייסן פין די קינדער וואס חוץ טראבל מאכן זיי גארנישט, באט יענע יאר איז געווען מיין בעסטע יאר וואס איך האב געהאט אלס יונגל און בחור. ער פלעגט זיך אויסקומען מיט יעדער יונגל. ווען אונז זענען ארויס פון אים האט קיין איין מלמד נישט געוואלט נעמען אונזער קלאס ווייל מען האט געוויסט אז נאך מען קומט פון יענע מלמד איז נישט מעגליך צו זיין בעסער. סוי האט מען גענומען די איין מלמד פון די עלטערע כתה וואס האט נאך קיינמאל נישט איבערגענומען קינדער פון אים, און סוף יאר האט ער טאקע געזאגט אז דאס איז אויך זיין לעצטע יאר. אין מיין יאר האט ער געגעבן איין פראסק פאר א יונגל פארן זאגן ליגנט. וואס די מעשה איז דא געווען ווייס איך נישט, אבער וואס איך ווייס יא איז אז אויב עס איז נאך דא היינט איין מלמד וואס מיינט א יונגל'ס טובה און ווייסט ווי אזוי עס צו טון איז עס אים.

איך בין עס » דינסטאג מערץ 18, 2014 8:50 pm

· #191196
איך וויל נאר מאכן קלאר איך זאג נישט אז ער געהאט רעכט אים צי שלאגן אדער אז ער שלאגט מיינט אז עס קימט זיך פאר די יונגל. נאר איך זע ווי די מען ריפט אים אן רשא וויל איך זאגן אז עס איז נישט ער. ער איז די מלמד וואס אוינז אלע זיכן פאר אינזרע קינדער
אין די אויבשטער זאל העלפן אז די קליפס פין די רשאים זאלן שנעל ארויס קימען

טיטאניק » דינסטאג מערץ 18, 2014 9:21 pm

· #191206
דער ווינער רב שליט"א זאגט אלטס:
יעדע גט האט 4 נוסחאות
זיין מעשה
איר מעשה
וואס די גאס שמיסט
און די אמתדיגע מעשה...

די זעלבע מיט די פראסק,
זיין מעשה איז באקאנט
דער רבי'ס מעשה לכאורה אז ער האט "נאר דעמאלס" געגעבען א מתנת יד
די גאס שימפט
די אמת קען זיין גאר אנדערש, יכול להיות אז עס איז געווען א ביטער שווערע קלאס, דער רבי האט געסטראגעלט צי כאפען קאנטראל, די בחורים האבען באשלאסען צי טאנצען אויף זיינע געהירען, און געווארט אויף א שעת הכושר מיט א קעמערע קרא, און ויצלח! דער רבי האט דערלאנגט און נאך שענער אז די קליפ איז געלינגען און נאר מער אז דער בחור איז אפגעפארען און האט גאר א גיטע תירוץ
אמת די רביס האבען געטיילט מכות רצח, אבער נישט אלע!
און נישט יעדע פראסק איז א רבי טאטאל ראונג
זאג נאר, די געבסט קיימאל נישט קיין פאטש פאר דיין זין אין שטיב? וואס טיסטי ווען פינקט יענע פאטש ווערט רעקארדעט?

גאנצל » מיטוואך מערץ 19, 2014 1:40 am

· #191254
אינטערסאנט אז איר וועט מדייק זיין גייט אלס אזעלכע פאסירונגען מיט 180 דעגרי

"פונקט" זעהט מען דעם "בעסטן מלמד"זיך אויפפירן מיט אזא "רציחה"

ס'האט נאר פונקט פאסירט די איינמאל אבער באמת האט ער קיינמאל נישט געשלאגן איין פאטש גאנץ יאר אהא יו איז דעס פאני

אבער דער מדובר זאל מיר געבן א ברעיק איך האב געזען במו עיני אסאך קינדער כאפן אזעלכע מכות און היינט זענען זיי זייער ערליכע אידן
סאו האק נישט קיין טשייניק האסט נישט קיין שום רעכט צו באשמוצן דעם מלמד זיין בלוט איז נאך נישט הפקר און מוכן פאר דיר צו כאפן א הייס גלעזל בלוט

איך בין עס » מיטוואך מערץ 19, 2014 12:56 pm

· #191298
אויב דו קענסט טרעפן אלטע תלמידים פרעג זיי אליינס, וועם איך קען האט יעדער איינער גוטע זכרונות פון אים

טאמבל סאס » מיטוואך מערץ 19, 2014 1:08 pm

· #191299
גאנצל


אבער דער מדובר זאל מיר געבן א ברעיק איך האב געזען במו עיני אסאך קינדער כאפן אזעלכע מכות און היינט זענען זיי זייער ערליכע אידן
סאו האק נישט קיין טשייניק האסט נישט קיין שום רעכט צו באשמוצן דעם מלמד זיין בלוט איז נאך נישט הפקר און מוכן פאר דיר צו כאפן א הייס גלעזל בלוט

די דייטשן זענען נישט אזוי ארג געווען ווי מ'מאכט זיי, איך קען אסאך אידן וואס זענען געווען אין לאגער, און זענען געבליבן לעבן.

elter-zeide » מיטוואך מערץ 19, 2014 1:29 pm

· #191304
טאמבל סאס
גאנצל


אבער דער מדובר זאל מיר געבן א ברעיק איך האב געזען במו עיני אסאך קינדער כאפן אזעלכע מכות און היינט זענען זיי זייער ערליכע אידן
סאו האק נישט קיין טשייניק האסט נישט קיין שום רעכט צו באשמוצן דעם מלמד זיין בלוט איז נאך נישט הפקר און מוכן פאר דיר צו כאפן א הייס גלעזל בלוט

די דייטשן זענען נישט אזוי ארג געווען ווי מ'מאכט זיי, איך קען אסאך אידן וואס זענען געווען אין לאגער, און זענען געבליבן לעבן.

ווען די דייטשען וואלטען געווען מלמדים וואלט קיינער נישט געהארגעט געווארען, זיי האבן געוואלט הארגענען די יודען אפילו אזעלעכע ווי די אויך,
סארי איך איך רעד אויף דיין שפראך

לאליפאפ » מיטוואך מערץ 19, 2014 1:51 pm

· #191310
איך דארף אביסל צוריקציען פון מיין אויבענדערמאנטע אפשאצונג איבער דעם ספעציפישן מלמד, נאך וואס כ'האב געטשעט וועגן דעם ענין אויף א גרופע פון חברים ווי עמיצער איז א סקווירא אויפגעוואקסענער, און איך בין געווען זיכער אז דער וועט זיך נעמען שיטן פעך און שוועבל אויף דעם מלמד כדרכו בקודש ביי אזעלכע ענינים, כ'בין אבער געווארן שטארק סורפרייזד ווען ער האט געלאזט א לאנגן וואויס נאוט מסביר'נדיג אז ער איז געזעצן א יאר צייט אין דעם מלמד'ס כיתה און נישט געזעהן קיין איין איינציג מאל ווי ער הייבט אויף די האנט אויף א קינד, און אמאל אמאל ווען ער פלעגט זיך שטארק אויפרעגן פלעגט ער גיין בארגן א שטעקן און בעטן דאס קינד זאל זיך אליינס געבן א קלאפ דערמיט... און דא איז ער פשוט אריינגעפאלן אז אין דעם גאר גאר זעלטענעם פאל האט איינער געכאפט א קליפ דערפון. ממילא רציתי לחזור על דברי.

דריידל » מיטוואך מערץ 19, 2014 2:09 pm

· #191317
סאו וואט
א חידוש אז ס'דרייט זיך א ביפאר און עפטער בילד, פון בן ר' מרדכי אהרן מייזעלס בן ר' בעריש אב"ד ייט"ל, חתן בדעעש, און קיינער האט עס נאכנישט ארויפגעשטעלט.


א חידוש?
ווען איך האב דעם בילד וואלט איך עס נישט ארויפגעלייגט. שטעל דיך פאר וויאזוי די וואלסטיך געשפירט אויב ס'דא א בילד פון דיינס א משפחה מיטגליד וואס איז אט"ד, חס ושלום פוי פוי פוי עפ"ל. מ'מיז זיין א מושחת אין מידות מפרסם צו זיין אזא בילד. זיין משפחה'ס בלוט איז נישט רויט? קענסטיך פארשטעלן פאר א מינוט די צער וואס דאס וועט גורם זיין.

איך בעט טאקע מ'זאל אויפהערן מפרסם זיין אזעלכע בילדער.

טאמבל סאס » מיטוואך מערץ 19, 2014 2:24 pm

· #191321
elter-zeide
טאמבל סאס
גאנצל


אבער דער מדובר זאל מיר געבן א ברעיק איך האב געזען במו עיני אסאך קינדער כאפן אזעלכע מכות און היינט זענען זיי זייער ערליכע אידן
סאו האק נישט קיין טשייניק האסט נישט קיין שום רעכט צו באשמוצן דעם מלמד זיין בלוט איז נאך נישט הפקר און מוכן פאר דיר צו כאפן א הייס גלעזל בלוט

די דייטשן זענען נישט אזוי ארג געווען ווי מ'מאכט זיי, איך קען אסאך אידן וואס זענען געווען אין לאגער, און זענען געבליבן לעבן.

ווען די דייטשען וואלטען געווען מלמדים וואלט קיינער נישט געהארגעט געווארען, זיי האבן געוואלט הארגענען די יודען אפילו אזעלעכע ווי די אויך,
סארי איך איך רעד אויף דיין שפראך

וועמען איז לייכטער אריינצונארן אין א גאז קאמער?
דער אידל וואס מ'האט אים אין חדר געלערנט אז אפ' טאקע דינא דמלכותא דינא (וואס מ'האלט מילא נישט איין), איז אבער א גוי איז טמא און מ'דארף שטיין ווייט פון אים וכו' וכו'?
אדער דער פרייער איד וואס מ'לערנט מיט אים בלויז, אז מיר זענען קלוגער ווי דעם גוי און דערפאר קען מען אים אויסזעקלען ביז'ן לעצטן פרוטה?
בעסער געזאגט, לאמיר זאגן דו ביסט א גויאַץ און כ'זאג דיר ביידע שיטות, וואס וועט דיר מער אויפרעגן?

דו רעדסט נישט מיין שפראך, ווייל דו מאכסט בכלל נישט קיין סענס. דאס אז רוב קינדער בלייבן ערליכע אידן מיינט נאכנישט אז זיי זענען געבליבן נארמאלע מענטשן. האסט שוין אמאל זיך באגעגנט מיט דעם טערמין "האלאוקאוסט סוירווייווער?"

berlbalaguleh » מיטוואך מערץ 19, 2014 2:54 pm

· #191331
elter-zeide
טאמבל סאס
גאנצל


אבער דער מדובר זאל מיר געבן א ברעיק איך האב געזען במו עיני אסאך קינדער כאפן אזעלכע מכות און היינט זענען זיי זייער ערליכע אידן
סאו האק נישט קיין טשייניק האסט נישט קיין שום רעכט צו באשמוצן דעם מלמד זיין בלוט איז נאך נישט הפקר און מוכן פאר דיר צו כאפן א הייס גלעזל בלוט

די דייטשן זענען נישט אזוי ארג געווען ווי מ'מאכט זיי, איך קען אסאך אידן וואס זענען געווען אין לאגער, און זענען געבליבן לעבן.

ווען די דייטשען וואלטען געווען מלמדים וואלט קיינער נישט געהארגעט געווארען, זיי האבן געוואלט הארגענען די יודען אפילו אזעלעכע ווי די אויך,
סארי איך איך רעד אויף דיין שפראך

די עלטער-זיידי זאלל נישט ברויגעז זיין אבער מר. טאמבל סאוס האט געשריבן זיין מאמר נאר אויפ צו ווייזן ווי לעכערליך ס'קלונגט ווען מ'זאגט אז כאטשיג די מלמדים זענען געווען רוצחים און האבן געקלאפט שאאנעס (הושענות) פון די קליינע קינדער א יעדן טאג מיט גרויס הנאה, דאך זעמיר געבליבן ערליכע אידן. זיכער. פאר דעים אליינס פארט קיינער נישט אראפ פונ'ם אידישן וועיג. אבער דאס בארעכטיגט בכלל נישט די רוצח'ישע אויפפירונג פון רוב מלמדים פון יענע יארן. וגם אני בתוכם. מיין רבי פלעיגט צו זאגן אז ער איז נאך א גוטער ווייל ס'דא רבי'ס וועלכע זאגן אז ס'מוז זיין א יעדן טאג א קרבן תמיד של שחר און א קרבן תמיד של בין הערביים. דערווייל איז נישט אדורעך קיין איין טאג וואס 5 אדער 6 אינגלעך האבן נישט געכאפט מיט'ן שטעקעלע אדער פעטש אויפ'ן פנים. 🙄 😕 😮

elter-zeide » מיטוואך מערץ 19, 2014 2:55 pm

· #191332
אודאי האב איך באגעגנט יודען פון דע האלאקאסט, איך בין ביי זיי אויפגעוואקסען, עס זענען געווען פיינע ראיוגע מענטשין, אין נישט ראויגע, איך האב געלערענט ביי 5 מלמדים אלע סארווייווערס פין דע האלאקאסט, איך האב ב"ה נישט קיין שום שלעכטץ אויף זיי, אפשר איינער איז געווען א אכזר א רשע, אבער איך מיין אז דאס האט נישט מיטן האלאקאסט, א אכזר איז אכזר, אין א ליבלעכער בלייבט א ליבלעכער, דע לעבל "האלאקאסט סארווייווער" האט גארנישט מיט נערוועזקייט,

berlbalaguleh » מיטוואך מערץ 19, 2014 2:59 pm

· #191334
elter-zeide
אודאי האב איך באגעגנט יודען פון דע האלאקאסט, איך בין ביי זיי אויפגעוואקסען, עס זענען געווען פיינע ראיוגע מענטשין, אין נישט ראויגע, איך האב געלערענט ביי 5 מלמדים אלע סארווייווערס פין דע האלאקאסט, איך האב ב"ה נישט קיין שום שלעכטץ אויף זיי, אפשר איינער איז געווען א אכזר א רשע, אבער איך מיין אז דאס האט נישט מיטן האלאקאסט, א אכזר איז אכזר, אין א ליבלעכער בלייבט א ליבלעכער, דע לעבל "האלאקאסט סארווייווער" האט גארנישט מיט נערוועזקייט,

מיט נערוועזקייט אפשר יא. אבער נישט רציחה און אכזריות. א מלמד א רוצח און אכזר איז א סאדיסט וואס האט ספעציעל הנאה ווען ער קען אריינפליקן אין אן אומשולדיג אינגעלע.

איש עברי » מיטוואך מערץ 19, 2014 3:01 pm

· #191335
רבי בערל בעלעגאלע אליין איז לפי הנראה א האלאקאוסט סורווייווער און ער איז א פריינטליכע ליבליכע מענטש

טאמבל סאס » מיטוואך מערץ 19, 2014 3:23 pm

· #191343
עקספערימענטן אין עפיגענעטיקס ווייזן, אז מ'דארף אפ' נישט האבן געהערט פון די עלטערן זייערע איבערלעבענישן פאר די קינדער צו ליידן פון פאוסט טראומעטיק סטרעס וכדומה. ווי למשל ביי 9.11
לייען דעם ארטיקל פון פרופ רחל יהודה איבער קינדער פון האלאקאסט סוירווייווערס.
<a class="postlink" href="http://www.ncbi.nlm.nih.gov/pmc/articles/PMC2891396/">http://www.ncbi.nlm.nih.gov/pmc/articles/PMC2891396/</a>

berlbalaguleh » מיטוואך מערץ 19, 2014 4:07 pm

· #191357
איש עברי
רבי בערל בעלעגאלע אליין איז לפי הנראה א האלאקאוסט סורווייווער און ער איז א פריינטליכע ליבליכע מענטש

👍 👍 👍 😂 😂 😂 איש עברי: דו האסט מיר געמאכט אזוי שטארק לאכן. זייט דעים פארגאנגענעם תשעה באב נאכמיטאג האב איך נישט אזוי שטארק געלאכט 😉 😂 🙄 😂

יין שרף » מיטוואך מערץ 19, 2014 4:39 pm

· #191363
פאר א קורצע תקופה בין איך געווען א מלמד תשב"ר.
וכמו שקבלני ממורי דרך שיחי' האב איך קיינמאל נישט געטיילט פעטש ברבים! אפילו אנגעשריגן אויך (כמעט) נישט. (חוץ אויף חוצפה ברבים). נאר ארויסגערופן די קינד, אין מסביר געווען בטוב טעם וואס ער האט געטוהן, וואס איז נישט גוט געווען דערפון, צומאל אים אפי' געגעבן א קליין פעקל פאטעטא טשיפס, ווייל פון היינט אין ווייטער וועט ער דאך שוין זיין וואויל...
און איך קען זאגן כמעט אלעמאל האט עס געהאלפן, עכ"פ אסאך מיר ווי פעטש! ווייל ווען א קינד באקומט א פסק ברבים אדער פעטש, קלאפט עם עס אזוי שטארק אראפ, אזש ער נעמט גארנישט אן דעמאלסט, נאר אדער טראכט ער פון די בושות אין נישט פון וואס די רבי זאגט, אדער כדאי צו ווייזן פאר די חברים אז ער איז נישט די "קליינע מעקעלע" וועט ער עפעס צוריק ענפערן, אין כאפן נאך כגלגל החוזר...
ביחידות נעמט מען עפ"ר אן, און פארשטייט וואס מען וויל פון אים ווייל ער הערט אויס!
(היינט קען מען שוין נישט ביחידות, משום ****, וקלא אית ביה, ודו"ק)
איך בין אויך א וויקטים פון מכת רצח, ממילא איז שווער צו געבן, ווייל איך טראכט צוריק, ווי אזוי איך פלעג פיהלען.
עכ"פ ווען מען מוז געבן, האב איך קיינמאל געפראקט גלייך בשעת מעשה נאר געווארט אביסל (איין מאל אפי' געזאגט א קורץ קאפיטל תהילים), ווייל אויב נישט געט מען זיך אויס אויפן קינד, אין מע געט נישט פארפאשענאל צו די חטא..., אויך נישט מיט א שטעקן נאר מיט די הענט.
די פאונט פון פעטש איז נישט נקמה אדער די שטארקייט פון די מכות, נאר א רמז פאר די קינד אז ס'איז שוין אווער די לימיט.

ברסלבער » מיטוואך מערץ 19, 2014 5:00 pm

· #191365
בכלל איז גוט צו וויסן סיי פאר עלטערן און סיי פאר מלמדים, אז דאס שלאגן ווייזט אויף א שוואכקייט פון זייער זייט און די תוצאות דערפון איז אז דער מחנך פארלירט זיין אוטאריטעט.
דער מלמד דארף קענען באפעלן א זאך מיט א שטארקייט, מיט אזא טאן און מינע אויפן פנים, אז דאס קינד זאל דאס נישט קענען אפזאגן, ער זאל מוזן פאלגן. ווען דער מחנך דארף הייבן הענט ווייזט דאס אז ער האט נישט די נויטיגע שטארקייט אין זיך, און דאס מאכט אז ער זאל פארלירן זיין אוטאריטעט אינעם קינד'ס אויגן.

פישלע העררינג » מיטוואך מערץ 19, 2014 5:11 pm

· #191367
אויב עס מיינט עפעס פאר איינעם, קוקענדיג דעם קליפ בין איך נתפעל געווארען פון דעם מלמד'ס איינגעהאלטענקייט. ער שטייט רואיג. ער שרייט נישט. ער פארציילט פאר'ן יונגעל גענוי פארוואס ער פארדינט זיך די מכות.

וואס האט מיך אבער יא געשטערט פון דעם קליפ איז גאר עפעס אנדערש -

די קינדער זיצן צאמגעקוועטשט ווי סארדינען. זיי האבן נישט קיינע אינדעווידיואלע בענקלעך. גמירי דאינשא על אמתא קיתיב, און דא האבן זיי ניטאמאהל קיין אטעם פלאץ פאר זיך אליינס.

ועוד, עס איז טונקעל אין קלאס. ליכטיגקייט געבט צו צום גוטע גוסטע פון א מענטש, און עס העלפט צו צום לייענען און לערנען.

לאליפאפ » מיטוואך מערץ 19, 2014 11:04 pm

· #191434
איך בין עס
אויב דו קענסט טרעפן אלטע תלמידים פרעג זיי אליינס, וועם איך קען האט יעדער איינער גוטע זכרונות פון אים

פלעין יודיש » דאנערשטאג מערץ 20, 2014 7:36 am

· #191478
כדי ציברענגען די joke וואס פינקי וועבער האלט און איין איבערזאגן
אז ער איז געגאנגן צו די דייטשע קאנסעלוט בעטן ווידערגוטמאכונג געלט, פרעגן זיי אים ביזט דאך נישט קיין מלחמה געליטענער, זאגט ער אבער איך האב געהאט די מלמדים 😂 😂 😂

מצטמק ויפה » דאנערשטאג מערץ 20, 2014 9:53 am

· #191497
עס איז זיכער פארהאן פעלער וואס פעטש איז א וויכטיגע זאך, מעו דארף נאר וויסען, ווען, און וויאזוי.
איך געדענק נאך פון גירסא דינקתא, עס איז געווען א יונגעל מיט מיר אין חדר, דער רוח שאינה מציאה און קלאס, א חיה בצורת אדם. א גוטן קאפ האט ער געהאט, אבער האט נישט ג'עפענט א אידיש ספר, פון אחרון של פסח לאחרון של פסח.
ויהי היום, די רבי האט איהם ארויף געריפען צו איהם, און אנגעהויבן פארהערן די גמרא, אין פארשטייט זיך לא נודע כי בא.... און פאר יעדע ווארט וואס ער האט נישט געוויסט, האט ער געכאפט א יד אחת צו געדענקען, אזוי האט ער נעבעך געכאפט מכות איינס נאכ'ן צווייטען, ביז די כעס פונם רבין האט זיך אויסגעלאזט ....
און וואונדער איבער וואונדער, פון יענעם טאג אן האט דער זיך געזעצט האקן שטיקער, און איז גאר שנעל געווארן פון די מציינים פון די כיתה, אזוי איז ער געגאנגען מעלה מעלה, און היינט איז ער אויסגעוואקסן א גאר חשובע אינגערמאן. און ווער ווייסט צו ווען די רבי'ס שלום בית וואלט יענע טאג געווען אביסל מער מסודר, צו דער וואלט אויסגעוואקסען אזוי שיין?!

שמעקעדיג » דאנערשטאג מערץ 20, 2014 10:13 am

· #191500
דאס איז וואס כ'האב געשריבן אויבן, לכל זמן ועת.

איך ווייס פון א היינטיגן מלמד וואס גיבט אויך אכטונג נישט צו שלאגן בעת כעסו, ער איז א רואיגער מענטש. ויהי היום ער האט אריינבאקומען א קינד ממש ווי דו האסט דעסקרייבד, אלע מלמדים בעפאר האבן געציטערט פון אים, געווען דער אומגעקרוינטער קעניג פון קלאס, א מחוצף פון ערשטן קלאס, אפילו די אייגענע עלטערן האבן געהאט א שווערע פעלד מיט אים. איין טאג האט דער מלמד - נאך עטליכע ווארענונגען - באשלאסן אז גענוג איז גענוג, ער האט ארויסגערופן דאס קינד, און מכבד געווען מיט א פארציע מכות אז עס איז געגאנגען א רויך און דאס קינד האט נישט געוואוסט אויף וועלכע וועלט ער שטייט.... ויהי לפלא, פון דעמאלס און ווייטער רוח נכון חידש בקרבו, ער איז געווארן נהפך לאיש אחר מקצה אל הקצה, מיט א איידלקייט, ממש א וואונדער וואס די פאר פעטש האט אויפגעטון, ביז די עלטערן האבן אריינגעקאלט זיך באדאנקען פארן מלמד פאר די שינוי לטובה וואס עס איז געווארן מיט זייער קינד.

(איך קען דעם קינד און איך קען דעם מלמד)

טעפל » דאנערשטאג מערץ 20, 2014 12:56 pm

· #191526
בקיצור, קיין רוצח טאר מען נישט זיין, אבער עס געשעהט גארנישט פאר א קינד וואס כאפט אמאהל א גוטע פעטשל..
און נישט דאס איז די סיבה געווענטליך פארן אפפארען, געווענטליך איז דו שטוב מער שולדיג (איך רעד נישט פון דעפ פאל בכלל)

קרעקער » דאנערשטאג מערץ 20, 2014 2:20 pm

· #191548
א פעטשעל וואס א טאטע אדער רבי געט פאר א קינד איז איין זאך
א טאטע אדער רבי וואס געט מכות פאר א קינד איז א רוצח

שמעקעדיג » דאנערשטאג מערץ 20, 2014 2:54 pm

· #191558
עיי' בסמ"ג מצוה ע"ה, שם מבואר דאב הרודה את בנו ללמוד ולהדריכו בדרך ישרה כלשון לדרך האמת, אפי' מת תחת ידו הרי הוא פטור מגלות משום דעשה ברשות...

לאליפאפ » דאנערשטאג מערץ 20, 2014 6:24 pm

· #191653
דעיס מאכט מיר וויינען.
📎 image.jpg
בלאט: 1 2