[ציטאט אראפגענומען]
היכי תימצא: וויאזוי קענמען געבן א לייק פאר א (ווירטואלן) נפטר...?!
איך האב יעצט געגעבן א לייק פאר אנאנים וועלכער איז שוין נפטר געווארן אויף קאווע שטיבל מיט בערך א 2 יאר צוריק. יהא זיכרו בחור. איך האב איהם זייער שטארק ליעב געהאט. כ'האב געפיהלט אז איך קען מיך אדורכשמועסן היימיש מיט איהם. איז ער מיר פלוצלינג הלך לעולמו. נאר אויב אונז עמיר נאכזאגן פון זיינע זיסע מאמרים און געבן לייקס וועט מקויים ווערן דער פסוק......"ושפתותיו דובבות בקבר"...איך ווייס נישט אויב ס'איז דא אזא פסוק. אויב נישט. האביך עס יעצט אויפגעמאכט...! יהא זיכרו לנצח. ס'איז דא נאך א סאך (געוועזענע) מעמבערס פון קאווע שטיבל אויף וועם מ'קען שרייבן שיינע הספדים. נאר איך וויל בעסער אז זיי זאללן צוריקקומען און אויפשטיין לתחיה...!