☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » מבשר בחסד עליון!

מבשר בחסד עליון!

167 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6026
בלאט: 1 2 3 4

גיבור » מיטוואך מערץ 5, 2014 9:38 pm

· #188995
לאמיר אויך אריינווארפן מיינע צוויי צענט!
קודם כל איך האב געלייקט דיין ארטיקל, און אפילו צוגעשריבן א קאמפלימענט וואס קומט זיך דיר זיכער פאר'ן מאכן אזא שיינע ארבייט און אזוי גוט צוצולייגן א זאך,
אבער מיט אפאר קלייניקייטן בין איך מחולק מיט דיר, למשל וואס די שרייבסט לגבי סיום הש''ס, ברענגסט ארויס ווי גוט ער גייט צווישן די טראפן, האלט איך אז ער איז טאטעלי ראנג, איך פארשטיי אז א ריזיגע ציבור יודען האלטן נישט פון לערנען די ד''ף, אבער ווען אזא ריזן עולם מאכט א סיום עס קומען זיך צאם 90.000 יודען אויף איין פלאץ זיך פרייען בשמחת התורה און קיין ווארט נישט ? כ'מיין חוץ די לצנות צו רעדן פונעם טרעפיק, ביזט א סאטמערע אקעי, אבער וועגן דעם איז קיינעמס תורה גארנישט ווערד ווייל די האלטסט נישט פון די ארגענעזאציע (מיט די עצם לימוד האסטו דאך נישט קיין פראבלעם ווייל עטס מאכטס עס נאך, טאקע מיט שינויים אבער פארט די אייידיע) גלייבטס מיר ער האט זיך אסאך קאליע געמאכט דעמאלטס, א יוד האט מיר דעמאלטס געזאגט, זאל ער כאטש רעדן פון די פארקינג לאט דארטן, איך מיין עס איז נאך געווען דארט אזויפיל מענטשן ווי אין די קרתא פארקינג לאט וואס ער רעדט פון דעם יעדע וואך.
איך פארשטיי אז היות די וועלט איז ווי א קורצע דעקע וואס שלעפסטו די זייט ווערט אפן די אנדערע זייט, שלעפסטו אויבען עפענט זיך אונטן, די זעלבע זאך קענסטו קיינמאל נישט צופרידן שטעלן יעדער איינער, אבער דא האט ער איבערגעצויגן די שטריקל,
דאס איז נאר א דוגמה וכהנה וכהנה איז דא נאך זאכן, ווי דאס אז חב''ד איז א "פראקציע" איך מיין ווער ביסטו דאס צו זאגן און צו מחליט זיין,
שוין לאמיר ענדיגן ביי דעם און האפן אז זלמענען וועט דאס ליינען און זיך טוישן אהן קיין פחד.

שמעקעדיג » מיטוואך מערץ 5, 2014 9:57 pm

· #189000
גיבור... ער פארשטייט זיין ביזנעס! פינטל.
איך וויל וויסן וויפיל פון די 90,000 אידן פונעם סיום הש"ס אדווערטייזן ביי אים? הא?
ער דארף זיך צושטעלן צום רוב פון זיינע שומעים און אדווערטייזער (און אויך צו די קריטיקירער), ופשוט הוא.

מאראנצןזאפט » מיטוואך מערץ 5, 2014 10:04 pm

· #189003
תורה ארויף תורה אראפ, אגודה איז טאבו אין סאטמאר, און דו וועסט דאס קיינמאל נישט פארשטיין.
דערצו וואס צו דעם סיום איז דא נאך וואס גייען נישט ספעציעל דאסמאל ווען וויזשניץ האט דאס קאטאגאריש ביאקאטירט.
און מיט דעם אלעם האט ער גערעדט דערפון וואכן לאנג נאר אן קיין אינדראסירונג.

גיבור » מיטוואך מערץ 5, 2014 10:05 pm

· #189004
גערעכט מיט דעם אבער נאכאלטס קענסטו דאס נישט אנרופען נייטראל אדער גיין צווישן די טראפן,
שטעל דיר פאר אז נאר די סיקרירן אדווערטייזן ביי עם און זיי באכען אריין מיליאנען אין זיין ביזנעס און וועגן דעם ריפט ער אהן יעדער צווייטער גדול שר''י, איך וואלט קיין טענות צו עם נישט געהאט און אפשר אפילו וואלט איך עם פארשטאנען, אבער נייטראל איז דאס נישט. פינטל!

יאיר » מיטוואך מערץ 5, 2014 10:39 pm

· #189014
געוואלדיגע אנאליז, מאראנצן, עס גיסט זיך דאס זאפט ווי פון דיין פראפיל בילד. כ'וואלט געזאגט אז דו ביסט שוין כמעט ראוי איבערצונעמען הערשל פרידמאן 😂

א באזונדערער יישר כח קומט זיך דיר פאר'ן מיר צוריקברענגען זכרונות פון מיינע יונגע יארן, ווען איך בין געווען א הייסער רעפובליקאנער און סאציאל קאנסערוואטיוו, און אן אויסערגעווענליכער פאליטישער אנאליסט, כ'האב אפילו געוואוסט פאראויסצוזאגן אז רודי זשוליאני וועט זיין אונזער קומענדיגער פרעזידענט. איי, וווי נעמט די זיסע בחור'שע יארן. כ'דערמאן זיך ווי כ'פלעג ווארטן בכליון עינים א גאנצע וואך אויף יונה כהן'ס אנאליזן און עס איינגעשלינגען און אויסגעקוועטשט ווי א קול מבשר אין די הענט פון מאראנצןזאפט, ווי כ'האב זיך פארגינט איינמאל א וואך צו הערן יוסי געשטעטנער'ס טשיקאווע נייעס און נישט געשפארט קיין שמייכלען צו די פיר ווענט אין ביה"כ, וואו כ'האב פרובירט צו דרוקן אויפ'ן טעלעפאן ארויפצורוקן דעם וואליום מיט כח ווען מר. סימן טוב פון אפגאניסטאן האט גערעדט אפגאניסטאניש דורך די פארזשווארטע דראטן און מ'האט נישט געהערט קיין אות אחת.

אינטערעסאנט איז אבער אז כ'האב כמעט קיינמאל נישט געהערט די נייעס אליין פון ווידער'ן. קודם כל, זיין שטימע גרילצט מיר אין די אויערן. שוין, על טעם וריח אין להתוכח, אבער לדעתי, לדעתי, ווען ער וואלט אביסל גענידערט די שטימע און זיך אויסגעלערנט צו רעדן מער רואיג און ווייניגער דראמאטיש וואלט ער געסאונדט פיל מער פראפעסיאנעל. אבער דער עיקר וואס האט מיר נערוועז געמאכט איז געווען 1) די אדווערטייזמענטס וואס יעדע פון זיי איז בערך אזוי לאנג ווי די גאנצע נייעס באריכט. דאס איז דראסטיש פארערגערט געווארן ווען דער נומער 3 קנעפל איז געווארן דרוקלאז ביי די נייעס באריכטן און מ'האט מער נישט געקענט אריבערשפרינגן די אדווערטייזמענטס אן אויסלאזן א האלבע נייעס באריכט, 2) די באריכטן יעדן שני וחמישי איבער קראכמילער רבי'ס נעפיו'ס אפשערן און סלאדאוונער אדמור'ס שטיף קינדס חתונה מאכן. 3) די נייעס ווערט געזאגט אויף אן אופן וואס ס'איז ניכר אז דער זאגער פארשטייט נישט וואס ער רעדט. דאס האט מיר ממש געקרענקט. פון א פיצא אדווערטייזמענט ביז א נייער פרעזידענט ביז א טעראריסט אטאקע - אלס מיט די זעלבע מאנאטאנישע שטימע וואס ליינט אפ דעם גאנצן צעטל. איך געדענק נאך ווי היינט ווען כ'האב מרגיש געווען אז דער מחבר פון דעם צעטל האט אנגעהויבן לייגן נקודות אויף אלע אויסלענדישע נעמען.

אכ'מוז צולייגן אז ווי דו האסט שוין ערווענט, איז מיין מצב געווען דוקא פונקט דאס פארקערטע ווי דאס וואס לעיקוואוד לייגט אראפ. קול מבשר האט מיר צום ערשטן מאל געגעבן א פארשטאנד אין פאליטיק און א געשמאק אין הערן עקזאטישע אינטערוויוען. מיט אלע זיינע חסרונות גיב איך אים קרעדיט פאר'ן אויסברייטערן אביסל מיין יונגער וועלטל אז עס זאל זיין דארט פלאץ פאר נאך עטליכע זאכן אויסער שובבי"ם ת"ת און רצופות. ווען איך וועל ארויפקומען אויף יענע וועלט און מען וועט מיר שמייסן פאר'ן גלייבן אין עוואלוציע וועל איך ווייזן מיט'ן פינגער אויף קול מבשר.

ממרום שלח אש » מיטוואך מערץ 5, 2014 11:16 pm

· #189016
אזוי ווי מאראנצן נעמט אן הילף מיט זיינע אינוועסטגעטיוו רעפארטאזשען, שטעל איך צוזאם א טיעם וואס וועט ארויסקומען מיט א אלטערנאטיווע בליק אויף קול מבשר.

נאר אזויווי איך פארמאג נישט די עקסטענסיוו אישי נעטווארק וואס מאראנצן פלעגט שוין א יאר צייט, מוז איך ארויסלייגן דא א עפענטליכע מעלדונג פאר הילף, על אף וואס אזא שריט ברענגט אראפ דעם סורפרייז פאקטאר.

* פילע קרעדיט וועט געגעבן ווערן. *אינטערעסירטע מעלדט אייך אין אישי. * נאר אקרעדירטע שרייבער ביטע.

נ.ב. עס איז חלילה נישט קיין פערזענליכע סוויפט באעט אויף מיודענו מאראנצן, מיינע קאמפלימענטן און שעצונג איז שוין ערשינען דא. עס איז שליסליך איבער קול מבשר.

מאטי » מיטוואך מערץ 5, 2014 11:36 pm

· #189020
יאיר .... הא הא הא .... Wow אקוראט געליינט מיינע מחשבות, ממש. א יעדע שורה.
איין נקודה מוסף צו זיין, איך געדענק ווען רובאשקין איז געווען הייסע נייעס האט זלמן געמאכט אן עקסטרען אפטיילונג וואו שמעון ר. האט געפיטערט דעם עולם מיט אפדעיטס. שפעטער ווען די טעזע האט אביסל נאכגעלאזט האט ער נגהויבן מאלן שווערע וואסער אזש ס'האט זיך מיר געדאכט אז ער באשאפט אוראניום.

נעקסטע וואך גייט פארקומען אן אחדות קאל וואו גאנץ כלל ישראל גייט שרייען "אמן יהא שמיה רבה אויפן פארלאנג פונעם קרבן ציבור שלום מרדכי בן רבקה נאכאמאל שלום מרדכי בן רבקה, וואס שמאכטעט אין פינסטערן קעלער על לא דבר, דורך די מרשעת די דשזאדשקע וואס האט אויסגעהערט די לעכערליכע טענות פון די רשעים די פראסוקיוטערס. סלייגט זיך ממש נישט אויפן שכל. און 65 סענעטארן און 39 קאנגרעסלייט האבן געשיקט בריווען צו עריק האלדער וואס מאכט זיך נישט וואוסענדיג אפילו פון זיין אייגענעם פארגייער זשענעט רינא וואס האט געשיקט גאר א שארפן בריוו און מ'זעט פונעם תוכן אז זי האט פונקטליך שטודירט די גאנצע נושא .....................

אי איתמר » דאנערשטאג מערץ 6, 2014 12:03 am

· #189023
לעיקוואד
ייתכן, דער עיקר חילוק אבער האט קול מבשר געמאכט לגבי די ראדיא, אסאך אידען האבען אויפגעהערט הערען ראדיא זייט עס איז דא קול מבשר. און דאס האבען די צייטונגען נישט געהאט, וויבאלד ווער וויל ווארטן ביז די אנדערע מיטוואך צו הערען אז פוטין האט אטאקירט אוקראיינע דאנערשטאג..

מה ענין קול מבשר אצל ראדיא ?
איך גלייב נישט אז מענטשען הערן נישט קיין ראדיא וועגען קולמבאסער,
ראדיא הערען מענטשען מיטצוהאלטען די נייעס, טאלק שאויס וכ'ו,
קולמעבאסער גרעפצעריי הערט מען פאר הונדרעט אנדערע סיבות,
ייתכן, דער עיקר חילוק וואס קול מבשר האט געמאכט איז פאר קינדער/בחורים און פאר די וואס האבען קיינמאל נישט געהערט קיין ראדיא ,
לעיקוואד

לגבי אנדערע סארט אידען איז טאקע אינטרעסאנט ווי קול מבשר איז מצליח צו כשר'ן יעדער חב"ד רב מנעבראסקע ועד מאמביי און יעדער אלטער פרוי אדער אנטיסעמיט מטאראנטא ועד דרום אפריקע.

לענ''ד האט נישט קיין פשט ווען פון מאל צומאל רעדט ער פון גענצליך פרייע כאילו..
מילא די יונגעל נח פאזנער פון קאנעטיקוט איז כאטשיג א היימישע נאמען,
אבער סתם..,

אפטעמיסט » דאנערשטאג מערץ 6, 2014 12:46 am

· #189037
יאיר
ווען איך וועל ארויפקומען אויף יענע וועלט און מען וועט מיר שמייסן פאר'ן גלייבן אין עוואלוציע וועל איך ווייזן מיט'ן פינגער אויף קול מבשר.

😂 😂 😂

פלעין יודיש » דאנערשטאג מערץ 6, 2014 7:53 am

· #189056
איינער האט אפשר א פיקטשער פון זלמע'נען???

שמעקעדיג » דאנערשטאג מערץ 6, 2014 1:02 pm

· #189093
קול מבשר האלט שוין ביי 1,000 אינטערוויאוס. בליעה"ר.

אין אייוועלט איז פאראן א ליסטע פון יעדע איינע, אויב זוכט איר וואס צו טון מיט דער צייט
<a class="postlink" href="http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=25&t=9978">http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=25&t=9978</a>

פלעין יודיש » דאנערשטאג מערץ 6, 2014 3:08 pm

· #189121
אינגאנצען פארגעסן פון ווידער פון די חורבן אייראפע אפטיילונג

zurich » דאנערשטאג מערץ 6, 2014 3:30 pm

· #189131
פלעין יודיש
אינגאנצען פארגעסן פון ווידער פון די חורבן אייראפע אפטיילונג

תנא ושייר

פישלע העררינג » דאנערשטאג מערץ 6, 2014 11:16 pm

· #189243
רק להעיר.

גראד אין אנהויב ביזטו זיך מתנצל אז אפשר וואלסטו געדארפט שרייבן ענדערש אין אייוועלט. באלד דערנאך איז ברסלבער אהינגעגאנגן טאפן דעם דופק אויב עס איז א דא דארט מקום ללון. כאילו שטותים שרייבט מען דא, און טיפזיניג שרייבט מען דארט. בלעטער נאר אדורך די קאווע בלעטער, צייג דיך אליינס איבער וואספארא הערליכע, זיסע, טיפע, געשמאקע ארטיקלען עס ווערן דא בתמידיות ארויפגעשטעלט.

ובאתי רק להעיר.

הדד בן בדד » פרייטאג מערץ 7, 2014 3:11 am

· #189274
איך ווער פלעין צודרייט דא, אזעלכע מייסטער ארטיקלען גיסן זיך דא, אשכולות פארן, עה, וואס פארן, זיי פליען, און דער עולם איז מגיב מיט זאפט, אבער איך בין שטעקן, איך קום נישט אן, איך האב נישט קיין דריי מינוט צו ליינען דא. ביטע, האט רחמנות, אויב איינער קען אזוי גוט זיין און ארויפלייגן דעם ארטיקל (און אפשר אויך די זאכליכע תגובות) אויף א פי די עף פייל איך זאל עס קענען ארויספרינטען און ליינען במשך די נעקסטע פאר טעג ווען איך וועל האבן אפאר מינוט צווישן דא און דארט? א גרויסן שקויעח.

מיט דאנק, אייער פריינט
הדד

העלא » פרייטאג מערץ 7, 2014 6:00 am

· #189277
אייוועלט איז די פלאץ צו זיין
קאווע שטיבל איז א בחינה פון "בוחר הרע במיעוטו"
סאלך זאכן קען מען נישט שרייבן אויף אייוועלט
מחמת גודל ה"צענזור" והאויגן
לייגט מען עס אויף קאווע שטיבל,
מ'דארף אבער וואטשן נישט צו ליינען זאכן וואס זענען קעגן די הלכה ובפרט אויב עס גרעניצט זיך מיט כפירה,

איש עברי » פרייטאג מערץ 7, 2014 6:03 am

· #189278
העלא
אייוועלט איז די פלאץ צו זיין
קאווע שטיבל איז א בחינה פון "בוחר הרע במיעוטו"
סאלך זאכן קען מען נישט שרייבן אויף אייוועלט
מחמת גודל ה"צענזור" והאויגן
לייגט מען עס אויף קאווע שטיבל,
מ'דארף אבער וואטשן נישט צו ליינען זאכן וואס זענען קעגן די הלכה ובפרט אויב עס גרעניצט זיך מיט כפירה,


זיי מוחל נעם דיר דיין רענצל און טראג אפ קיין אייוולט, קאווע שטיבל איז "בוחר הטוב בהידורו"
שפיי אונז נישט אריין אין די קאווע.

פלעין יודיש » פרייטאג מערץ 7, 2014 7:20 am

· #189282
היסטאריע געבראכן
אלע stars אנגעפילט

ברסלבער » פרייטאג מערץ 7, 2014 9:11 am

· #189290
פישל'ע העררינג
רק להעיר.
גראד אין אנהויב ביזטו זיך מתנצל אז אפשר וואלסטו געדארפט שרייבן ענדערש אין אייוועלט. באלד דערנאך איז ברסלבער אהינגעגאנגן טאפן דעם דופק אויב עס איז א דא דארט מקום ללון. כאילו שטותים שרייבט מען דא, און טיפזיניג שרייבט מען דארט. בלעטער נאר אדורך די קאווע בלעטער, צייג דיך אליינס איבער וואספארא הערליכע, זיסע, טיפע, געשמאקע ארטיקלען עס ווערן דא בתמידיות ארויפגעשטעלט.
ובאתי רק להעיר.

איך וויל נישט פארדרייען דעם אשכול, נאר משום והייתם נקיים וויל איך זאגן אז איך בין נישט געגאנגען אין ערגעץ. קאווע שטיבל האט נישט קיין ערזאץ, לפי ידיעתי איז נישטא נאך אזא פלאץ ווי אונזער שטיבל, וואו היימישע אידן קענען זיך דורכרעדן און פארברענגן אויף א נארמאלע תורה'דיגע וועג, מיט פארשטענדליכע מענטשן מיט חברים מקשיבים. פה אשב כי אויתיה, דא ליגט מיין שורש נשמה, און איך האב נישט דערווייל אין פלאן אוועקצוגיין פון דא.

איך האב באקומען רופן פון א"וו אז זיי ווילן מיך הערן. כלומרש'ט באזוכן זיי קיינמאל נישטא, נאר זייער שבת גוי האט זיי איינגעמאלדן אז אויפן טריפה'נעם קאווע שטיבל איז דא איינער ברסלבער וואס שרייבט גוטע זאכן, האבן זיי געוואלט איך זאל דארט אויך שרייבן.
למעשה נאכן שרייבן דארט איין תגובה האב איך באקומען אישית'ן אויב איך שרייב נאך אלץ דא, ווייל אויב יא ווילן זיי נישט הערן קיין השקפה פון מיר... האב איך געענטפערט אז יא, איך שרייב ווייטער דא, און ווער עס וויל מיר נישט אויסהערן איז נישט מחויב בדבר. וכך הוה.

ווען מען ווערט עלטער ווערט מען אלץ געוואויר נייע זאכן. איך האב נישט געוואוסט אז עס גייט טאקע אזוי ווייט אז מען טאר נישט אויסהערן איינעם וואס שרייבט אין ק"ש, אפילו ווען ער שרייבט נאר אויסגעהאלטענע זאכן אפילו לפי שטותם. האב איך נאכאמאל געדאנקט דעם אייבערשטן אז ער האט מיר אהערגעפירט נאך פאר איך האב בכלל געזעהן א"וו, דא איז די פלאץ וואס דער אייבערשטער האט מיר צוגעגרייט מששת ימי בראשית צו שמועסן און פארברענגן און לאזן הערן דעת קדשי.

צוריק צום נושא. מאראנצן איך מוז מודה זיין אז נאכן ליינען דעם אשכול האב איך געהערט קול מבשר מיט א פרישן אפעטיט. און איך האף אז ר' זלמן האט צוטריט צו שבת אחים, ער מעג אמאל הערן א קאמפלימענט אויך.

מאראנצןזאפט » פרייטאג מערץ 7, 2014 9:27 am

· #189291
הדד בן בדד
איך ווער פלעין צודרייט דא, אזעלכע מייסטער ארטיקלען גיסן זיך דא, אשכולות פארן, עה, וואס פארן, זיי פליען, און דער עולם איז מגיב מיט זאפט, אבער איך בין שטעקן, איך קום נישט אן, איך האב נישט קיין דריי מינוט צו ליינען דא. ביטע, האט רחמנות, אויב איינער קען אזוי גוט זיין און ארויפלייגן דעם ארטיקל (און אפשר אויך די זאכליכע תגובות) אויף א פי די עף פייל איך זאל עס קענען ארויספרינטען און ליינען במשך די נעקסטע פאר טעג ווען איך וועל האבן אפאר מינוט צווישן דא און דארט? א גרויסן שקויעח.

מיט דאנק, אייער פריינט
הדד



איך בין נישט מסכים. ביטע זאל דאס בלייבן נאר אין שבת אחים. און מיר וועלן אויסווארטן ביז עס מאכט זיך צייט פאר אייך.

פישלע העררינג » פרייטאג מערץ 7, 2014 9:43 am

· #189294
אונזערע שרייבערס זענען טייל זיס (פינטעלע), טייל בעלי דעת (יאנקל), טייל ווארעמהארציג (שמעקעדיג), טייל טיפזיניג (לעיקוואד), טייל בעלי לשון (מאראנצןזאפט) טייל וויסענדיגע (געפילטע) וכו' וכו' וכו'. איין איינציגער איז דער איש האשכולות וואס אינקארפארירט אלעס אין יעדעס איינציגע תגובה זיינער, און נאכדערצו מיט ביטול עצמי און ענוות חן: @ברסלבער. מיר שלינגען דיינע רייד אן קיינע אישי תנאים! יישר כח על העבר ובקשה על העתיד.

הדד בן בדד » פרייטאג מערץ 7, 2014 1:17 pm

· #189334
פלעין יודיש
היסטאריע געבראכן
אלע stars אנגעפילט


איך וויל אויך נישט פארדרייען דעם אשכול, אבער איך האב שוין אזאנס געהאט אמאל, (כ'מיין איך בין געווען דער ערשטער)

ווען איך האב געשריבן דעם אשכול: <!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/1099">viewtopic.php?f=4&t=1099&hilit=%D7%90%D7%99%D7%A0%D7%92%D7%A2%D7%A8%D7%9E%D7%90%D7%9F+%D7%95%D7%95%D7%99+%D7%9C%D7%99%D7%92%D7%98+%D7%93%D7%99%D7%99%D7%9F+%D7%A7%D7%90%D7%A4</a><!-- l -->

האט עס אנגעפולט אלע שטערנס און געהאט א הונדערט פראצענט. נאר מיט די צייט, ווי עס האבן זיך פארמערט די שותי הקאווע דא אין שטיבל און דער אשכול איז אראפגעפארן אונטן איז דער רעיטינגס אראפ, אבער כ'מיין אז איך בין געווען דער ערשטער.

כ'בין חלילה נישט מזלזל אין אונזער מראנצן זאפט, אשר קטנו עבה ממתנתי, אבער דאך, עפעס בין איך אויך ווערט.

ישמעאל הכהן » פרייטאג מערץ 7, 2014 1:27 pm

· #189338
"ווערט" איז יעדער, יעדער ווערט בר מצוה יעדער ווערט דעס און יענס

געפילטע פיש » פרייטאג מערץ 7, 2014 1:33 pm

· #189341
דער ערשטער מענטש וואס האט באקומען זיין ערשטע לייק האט אויך געהאט אלע שטערענס, הונדערט פראצענט, ס'גייט אלעמאל צו דער וואס האט די מערסטע לייקס און פון יענע נאמבער רעכענען זיך די פראצענטן.

מאטי » פרייטאג מערץ 7, 2014 3:36 pm

· #189362
ס׳איז כדי צו באמערקן אז דער פריערדיגע הונדערט פראצענטיגע רעקארד האט געהאלטן....... יא! ... מאראנצןזאפט. ועל זה כתוב מאטי; מאראנצן האט געבראכן דעם רעקארד פון ברעכן רעקארדס.

ברסלבער » זונטאג מערץ 9, 2014 12:50 pm

· #189554
איך מיין אז דער אשכול איז דער פאסיגער פלאץ אויסצודרוקן אן הכרת הטוב טאקע פאר ר' זלמן אליין פאר די איבערמידליכע ארבעט וואס ער לייגט אריין צו צושטעלן זיין אינפארמאציע ליניע פון וואס יעדער האט הנאה.
ער טוט עס טאקע פאר פרנסה, אבער למעשה האבן מיר אלע הנאה פון אים, איינער פון די נייעס, א צווייטער פון די וועטער, א דריטער פון די אנאליזן, אינטעוויוס, טרעפיק, היסטאריע, געזונטהייט, און אפילו פון די פורים אפטיילונג. ממילא האלט איך אז עס קומט זיך אים א גרויסן דאנק.
איך גלייב אז עס גייט נישט דורך צוויי טעג אן דעם וואס ער זאל אריינבאקומען קאולס פון מענטשן וואס טוהן למען חיזוק הדת אים אויפצומערקן אז דאס טויג נישט און יענץ טויג נישט. און פון די אנדערע זייט בין איך נייגעריג אויב איינער האט זיך שוין אמאל גענומען די מיה אריינצוקאלן די מערכת קול מבשר און זאגן יישר כח אויף א געלונגענע זאך וואס מען האט הנאה געהאט צו הערן.
זאל דא זיין דער פלאץ אים אפצוגעבן זיינע פארדינטע דאנקן. ווען איך ווייס ווען זיין ניק דא וואלט איך אים זיכער געלייקט, אבער יעצט זאל ביטע זיין בעיניך כאילו הייתי לייקתם.

פלעין יודיש » זונטאג מערץ 9, 2014 4:04 pm

· #189638
קול מבשר פארשרייבט דעם היינטיגען זונטאג אין די גאלדענע בלעטער פונעם יהדות החרדית
האבן מיר שוין קאווע בלעטער און גאלדענע בלעטער

קרעקער » זונטאג מערץ 9, 2014 4:12 pm

· #189643
מדארף אויך מאריך זיין איבער די הונטישע מערכה וואס די רע-בנים פירען קעגען קול מבשר
ווער סווייסט צאפען זיי דאס בלוט פאר זלמנ'ן
ווער סקען מאריך זיין דערין יבא על שכרו

איש עברי » מאנטאג מערץ 10, 2014 6:32 am

· #189779
זאל פון דא ארויסגיין א מעסעדש פאר רבי זלמן
יעדער איינער פארשטייט דיך אז דו מוזט מיטארבעטן מיט די עסקנים און רבנים און באריכטן שיין די עצרת'ן וואס קומען פאהר יעדע שני וחמישי, אבער אפשר קענסטו אויפהערן זאגן שלשידעס תורה?
דיינע לאנגע העצערישע אויפשטורמדיגע דרשות איבער אלע סכנות וואס באדראען די יהדות החרדית איז שוין ארויס פון יעדע פראפארציע, דו שטייגסט שוין איבער די איד בלאט און אפילו די החומה.
דארפסט נישט זיין כחומר ביד היוצר אין די הענט פון די אזויגערופענע עסקנים וואס נוצן דיך ווען זיי דארפן דיר האבן אין א טאג שפעטער שרייבן זיי פאשקעווילן קעגן דיר.
דו מעגסט שיין באריכטן אזעלכע מעמדים אבער דו דארפסט נישט וואשן די מוחות און זאגן פייערדיגע דברים חוצבים להבות אש, עס איז אומפראפעסיאנעל און נאריש, עס גריצלט און די אויערן, און גייט אויף די נערווען, איך רוף נישט קול מבשר צו הערן שטורעמישע דרשות מיט פסוקים און מאמרי חז"ל.
אז דו פייערסט אזוי שטארק ביי יעדע מערכה וואס עסקנים נעמען אונטער זיך צו האלטן פארנומען, וואס וועסטו טוהן בבוא היום ווען אלע פירצות וועלן זיין אונטער קאנטראל און דו עסקנים וועלן זיך ארויסלאזן אין א קאמפ קעגן קול מבשר?

איך אויך » מאנטאג מערץ 10, 2014 6:58 am

· #189780
עברי ,ביסט חושש עס גייט אמאל זיין אזא טאג?

איש עברי » מאנטאג מערץ 10, 2014 7:22 am

· #189782
נישט חושש, עס איז קלאהר ווי די טאג, אז קול מבשר ליגט ערגעץ ווי אין די ליסטע פון פירצות וואס ליגט אין זייערע פינסטערע קעפ,
און היסטאריע האט אונז געוויזן אז עקסטערמיסטן קען מען נישט אונטערקויפן, דעריבער איז א שאד די ארבעט וואס ער לייגט אריין זיי צו געפעלען

משולם שטיינפעלד » מאנטאג מערץ 10, 2014 7:59 am

· #189783
עברי, יעדע מענטש וועט עווענטועל שטארבן, דערפאר זאל ער צויאגן דעם טויט?

קול מבשר איז טאקע אויף די ליסטע פון די חברה, אבער ווילאנג ער קען אפשטופן די רוע הגזירה טוט ער וואס ער קען...

איש עברי » מאנטאג מערץ 10, 2014 8:21 am

· #189787
יא אדער ער ברויך נישט דינען זיינע רוצחים מיט אזא געטריישאפט, בפרט אז עס גריצלט אין די אויערן פון יעדע נאמאלע מענטש ווי ער נעמט ארויס פון פראפארציע, יעדע נארישע מערכה איז א איבערשפיהל פון די יונים-חשמונאים, און יעדע עצרת איז א איבערשפיל פון מתן תורה.

מאראנצןזאפט » מאנטאג מערץ 10, 2014 9:33 am

· #189790
יעדע מידיא קאנאל לעבט פון סענזאציעס. און היות די מערכות זענען די איינציגסטע סענזאציעס אין דער אידישער וועלט ער קען דעקן טוט ער דאס מיט זאפט און רוב צוהערער שמייכלען זיך אונטער און האבן הנאה...

איש עברי » מאנטאג מערץ 10, 2014 9:44 am

· #189792
איך האב געשריבן אז פאר נאמאלע מענטשן גריצלט עס אין די אויערן, און עס איז נישט קיין סתירה צו וואס מאראנצןזאפט זאגט אז רוב צוהערער האבן הנאה...

מאטי » מאנטאג מערץ 10, 2014 11:46 am

· #189815
ס'איז אמאל געווען א "גרויסער חזן" אין א שול וואס האט מחליט געווען ארויסצוגעבן א קאסעטע. ווען ער איז געקומען אין שול זאגט אים דער ראש הקהל " דיין טעיפ האב איך אסאך מער ליב ווי דיין געדאווענכטס". "אזוי? "פארוואס"? זאגט אים דער ראש הקהל "זייער פשוט, א טעיפ קען איך אויסלעשן."

נעגאשיעיטאר » מאנטאג מערץ 10, 2014 2:14 pm

· #189861
וילך האיש @מאראנצןזאפט הלוך וגדול!

ראש הישיבה » מאנטאג מערץ 10, 2014 5:51 pm

· #189908
קול מבשר ראטעוועט א אידישע טאכטער פון גיין לטמיון
קודם שכוח פאר די געוואלדיגע אנאליז. עס איז א מייסטער ארבעט.

איך ווייס פון א מעשה מיט די נאמען. קול מבשר האט געזעהן אז מען רופט שבת (אינמיטן די נאכט) צו הערן קול מבשר, פון א נאמבער פון א היימישע געגענט. ער האט געגוגלט די נאמבער, און געזעהן אז עס איז א היימישער איד (קען זיין איינער וואס ער קען). מען האט געמאלדן די טאטע וועגן דעם. די טאטע האט בודק געוועהן (ווייל ער האט נישט געקענט זעהן ווער ביי אים אין שטוב קען מחלל שבת זיין), האט ער אויסגעפונען אז זיין הייסקול מיידעל פלעגט כסדר רופן. בדק אחריה בשקט, און געזעהן אז זי איז שוועך אין אידישקייט ר"ל. ער האט איר פארבינדן מיט א פרוי (פון חב"ד) וואס איז א מומחה אין מקרב זיין אידישע טעכטער. די פרוי האט אים געזאגט אז זי וועט טוהן וואס זי קען, אבער זי קען נישט צוזאגן אז זי וועט נישט ווערן א חבד'סקער. דער טאטע (א סאטמערע) האט אעפ"כ מסכים געוועהן. ב"ה די מיידל האט שוין חתונה געהאט און אויף געבויט א שטוב מיט א חשובע אינגערמאן.

איך אויך » מאנטאג מערץ 10, 2014 6:03 pm

· #189913
עברי , איך האב געמיינט דאס "וואס וועסטו טוהן בבוא היום ווען אלע פירצות וועלן זיין אונטער קאנטראל".

איש עברי » מאנטאג מערץ 10, 2014 6:06 pm

· #189914
ראש הישיבה
קודם שכוח פאר די געוואלדיגע אנאליז. עס איז א מייסטער ארבעט.

איך ווייס פון א מעשה מיט די נאמען. קול מבשר האט געזעהן אז מען רופט שבת (אינמיטן די נאכט) צו הערן קול מבשר, פון א נאמבער פון א היימישע געגענט. ער האט געגוגלט די נאמבער, און געזעהן אז עס איז א היימישער איד (קען זיין איינער וואס ער קען). מען האט געמאלדן די טאטע וועגן דעם. די טאטע האט בודק געוועהן (ווייל ער האט נישט געקענט זעהן ווער ביי אים אין שטוב קען מחלל שבת זיין), האט ער אויסגעפונען אז זיין הייסקול מיידעל פלעגט כסדר רופן. בדק אחריה בשקט, און געזעהן אז זי איז שוועך אין אידישקייט ר"ל. ער האט איר פארבינדן מיט א פרוי (פון חב"ד) וואס איז א מומחה אין מקרב זיין אידישע טעכטער. די פרוי האט אים געזאגט אז זי וועט טוהן וואס זי קען, אבער זי קען נישט צוזאגן אז זי וועט נישט ווערן א חבד'סקער. דער טאטע (א סאטמערע) האט אעפ"כ מסכים געוועהן. ב"ה די מיידל האט שוין חתונה געהאט און אויף געבויט א שטוב מיט א חשובע אינגערמאן.


רחמנא ליצלן כמה גדולים דברי חכמים, מ'זעהט בעשיינפערליך די מכשולות, סהייבט זיך אהן מיט רופן קול מבשר, דערנאך קומט חילול שבת און סענדיגט זיך מיט'ן ווערן פארכאפט אין חבד ה"י

געפילטע פיש » מאנטאג מערץ 10, 2014 6:27 pm

· #189921
איימסארי, עפעס מאכט נישט סענס. א זעכצן יעריגע מיידל וואס איז מחלל שבת האט נישט עפעס בעסער צו טוהן ווי צו רופן קול מבשר אום שבת? באלד וועסטו מיר זאגן אז זי האט אויך געלערנט ניטל?

אפטעמיסט » מאנטאג מערץ 10, 2014 6:32 pm

· #189923
ס'האט מיר אמאל געזאגט איינע פון די קול מבשר אנגעשטעלטע אז עס קומען ליידער אריין צענדליגע רופן אום שב"ק (ווען אפילו אין אר"י איז נאך שבת), ס'איז מיר געוועהן א חידוש, כ'מיין, קוים וואס איך הער אמאל ק"מ, זאל א מחלל שבת הערן?

זעהט אויס א איד בלייבט א איד.

פלעין יודיש » מאנטאג מערץ 10, 2014 6:37 pm

· #189926
זיי הערן אוודאי אויס דארט נפתלי שטיינ'ס חיזוק שמועסן

איך אויך » מאנטאג מערץ 10, 2014 6:41 pm

· #189928
איז פארוואס שאלטערט ער נישט אויס די סיסטעם? אז בי ענד עידש קען דאן וואלט ער אויך געדארפט קענן.

איש עברי » מאנטאג מערץ 10, 2014 6:43 pm

· #189930
עס איז דא אויסלענדישע רופער

פלעין יודיש » מאנטאג מערץ 10, 2014 6:44 pm

· #189931
כדי אחינו בני ישראל און ארה''ק און אין אייראפע זאלן נישט דארפן ווארטן ביז מוצאי אין ניו יארק

איך אויך » מאנטאג מערץ 10, 2014 6:45 pm

· #189933
איך רעד פון די צייט וואס עס איז לכולא עלמא שבת ,חוץ אויב ער מוז קעיטערן צו רופער פון אויסטראליע און כינע.

לאליפאפ » מאנטאג מערץ 10, 2014 6:47 pm

· #189934
איך אויך
איך רעד פון די צייט וואס עס איז לכולא עלמא שבת ,חוץ אויב ער מוז קעיטערן צו רופער פון אויסטראליע און כינע.

כ'האב א ידיד אין אוסטראליע וואס כבין זיכער אז לפעמים הערט ער אויס קול מבשר, נו וואס מיינט איר? ער ליידיגט זיך נישט אויס מוצאי?

נעגאשיעיטאר » דינסטאג מערץ 11, 2014 12:23 pm

· #190034
שיינע שרייבווערק!

גאנצל » דינסטאג מערץ 11, 2014 2:23 pm

· #190068
דאס יאר איז די פורים אפטיילונג איז נישט עפעס מוראדיג agree ?
בלאט: 1 2 3 4