☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » מבשר בחסד עליון!

מבשר בחסד עליון!

167 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6026
בלאט: 1 2 3 4

ראש הישיבה » דינסטאג מערץ 11, 2014 4:40 pm

· #190095
איך קען א היימישער געשעפט וואס מאכט זיינע סעילס ווען קול מבשר מאכט א ספעשעיל פאר עדס! ער פלעגט אדווערטייזן אין דער איד/בלאט. אבער אין ק"מ קאסט עס סך הכל ביליגער, און מעהר עפעקטיוו. דעריבער ווארט ביז ק"מ רופט אים אז ער האט א ליידיגער סלאט וואס איז ביליגער, און דעמאלס מאכט ער זיינע סעילס, וואס זענען א שם דבר אין זיין שטאט.

גנדי » דינסטאג מערץ 11, 2014 4:50 pm

· #190097
איך אויך
איז פארוואס שאלטערט ער נישט אויס די סיסטעם? אז בי ענד עידש קען דאן וואלט ער אויך געדארפט קענן.


אפילו נחום מאכט צו זיין האטליין שבת קודש...

פלעין יודיש » מיטוואך מערץ 12, 2014 9:37 am

· #190250
נישט צום גלייבען
וואס פאר א מהפיכה קאווע שטיבעל האט דא געמאכט מיט קול מבשר
און בולעטין אפטיילונג נעכטן
דינסטאג צו אכט אזייגער באנאכט
די אמטירענער
(איך האף אז איך spell עס גיט)מעיאר פון בית שמש משה אבוטבול איז יעצט דערקלערט געווארן די געווינער ביי די היינטיגע מעיאר וואלען, מיט הונדערט פראצענט פון די שטימען אפגעציילט האט משה אבוטבול באקימען 18765 שטימען און זיין קעגנער אלי' כהן האט באקימען 17632 שטימען, די וואלען אין בי''ש היינט איז פארגעקימען נאך וואס א ריכטער האט פאראנדערט אדורכציפירען פרישע וואלען ציליב באווייזען אז ביים פארלאפענעם וואלען איז פארגעקימען סיסטאמאטישע פעלשערייען עכ''ל
איך גלייב אז ביפאר מאראנצען זאפט'ס מאמר וואלט אזא זאך נישט געקענט פארקימען, נאכדערצי אינעם בולעטין אפטיילונג ווי מ'זאל ווען זאגן אויפן הויפט זייט...

שרייבער » מיטוואך מערץ 12, 2014 10:47 am

· #190261
געפילטע פיש
איימסארי, עפעס מאכט נישט סענס. א זעכצן יעריגע מיידל וואס איז מחלל שבת האט נישט עפעס בעסער צו טוהן ווי צו רופן קול מבשר אום שבת? באלד וועסטו מיר זאגן אז זי האט אויך געלערנט ניטל?

לענ"ד האט דאס נישט מיט שוואכקייט אין אידישקייט נאר מיט עדיקשאן, פונקט ווי מענטשן זענען ליידער עדיקטעט צו טעקסט און מ'הערט ליידער פון חילול שבת, זעט אויס אז מענטשן זענען עדיקטעט צו קול מבשר
נו כולנו למערכה

מ גפני » דינסטאג מערץ 18, 2014 10:21 am

· #191071
גנדי
איך אויך
איז פארוואס שאלטערט ער נישט אויס די סיסטעם? אז בי ענד עידש קען דאן וואלט ער אויך געדארפט קענן.


אפילו נחום מאכט צו זיין האטליין שבת קודש...

מסתם ווייל נחום ווייסט אז זיינע צוהערערס זענען מחללי שבתות...........

אבי גערעדט » דינסטאג מערץ 18, 2014 12:16 pm

· #191096
דעם פורים האמיר טאקע געהערט ווי זלמן רעדט מיט עקסטאז אז ר' יצחק לעבאוויטש איז פורים און ווילי, אצינד ווייס מיר שוין פארוואס ער מעלדט עס טענקס מאראנצי

פלעין יודיש » דינסטאג מערץ 18, 2014 1:34 pm

· #191108
סאשי פיש
אפאר הגהות
ער פארפאסט קיינמאל נישט קיין נייעס אפילו אינמיטן דער נאכט. ער קען אנגיין נעכט אן שלאף. נישטא ביי אים קיין וואקעישאנס, (כ'געדענק איין זומערדיגן פרייטאג האט די נייעס געקראצט ווייל ער האט גערעדט פון א סעלפאן, אבער דאס געשעט זייער זעלטן) ער איז אן דע גאו מוצאי פורים ווי מוצאי יום כיפור. ער איז אלעמאל אין דינסט, טווענטי פאר סעווען ועד בכלל.

פורים נאכמיטאג איז די איינציגסטע מאל א יאר וואס ער רעד נישט ווייל ער איז שיכור.

און דאס יאר א דאנק דעם אשכול איז כסדר געווען אפדעיטס אויפן בולעטין

קאוועניק » דינסטאג מערץ 25, 2014 12:41 pm

· #192599
ראש הישיבה
קודם שכוח פאר די געוואלדיגע אנאליז. עס איז א מייסטער ארבעט.

איך ווייס פון א מעשה מיט די נאמען. קול מבשר האט געזעהן אז מען רופט שבת (אינמיטן די נאכט) צו הערן קול מבשר, פון א נאמבער פון א היימישע געגענט. ער האט געגוגלט די נאמבער, און געזעהן אז עס איז א היימישער איד (קען זיין איינער וואס ער קען). מען האט געמאלדן די טאטע וועגן דעם. די טאטע האט בודק געוועהן (ווייל ער האט נישט געקענט זעהן ווער ביי אים אין שטוב קען מחלל שבת זיין), האט ער אויסגעפונען אז זיין הייסקול מיידעל פלעגט כסדר רופן. בדק אחריה בשקט, און געזעהן אז זי איז שוועך אין אידישקייט ר"ל. ער האט איר פארבינדן מיט א פרוי (פון חב"ד) וואס איז א מומחה אין מקרב זיין אידישע טעכטער. די פרוי האט אים געזאגט אז זי וועט טוהן וואס זי קען, אבער זי קען נישט צוזאגן אז זי וועט נישט ווערן א חבד'סקער. דער טאטע (א סאטמערע) האט אעפ"כ מסכים געוועהן. ב"ה די מיידל האט שוין חתונה געהאט און אויף געבויט א שטוב מיט א חשובע אינגערמאן.

לדעתי לדעתי האט זלמן נישט גמעגט ארויסגעבן די אינפא פאר די טאטע (לעקוואד איז דאס גוטע קריטיק? )

איש עברי » דינסטאג מערץ 25, 2014 12:44 pm

· #192600
זיכער נישט, א געמיינע זאך, מי שמו לאיש? איך האב באלד אזוי געהאלטן נאר נישט געוואלט פארקירעווען די שמועס

ברסלבער » דינסטאג מערץ 25, 2014 12:45 pm

· #192601
בכלל שטומט נישט אזוי גוט די מעשה. לויט מיין אינפארמאציע קען ער נאר זעהן וויפיל מענטשן האבן געקאלט אבער נישט זייער פאון נומבערס, אויסער אויב יענער האט געלאזט א מעסידזש.

פישלע העררינג » דינסטאג מערץ 25, 2014 12:45 pm

· #192602
קאוועניק

לדעתי לדעתי האט זלמן נישט גמעגט ארויסגעבן די אינפא פאר די טאטע (לעקוואד איז דאס גוטע קריטיק? )

שטעלן זיך די מפרשים וכו' תרי לדעתי למה לי, ס'דאך א דאפעלטע לשון? ענטפערן זיי די ערשטע לדעתי איז בנוגע דעת תורה, שאסור לספר עוונות הבת אל האב, און דער צווייטע לדעתי איז בנוגע דעת בעל הבית, שאסור לצער אב אודות עוונות הבת.

קאוועניק » דינסטאג מערץ 25, 2014 1:15 pm

· #192610
קבלתי מרבותי ,יעדע מאל ווען מוויל די דעה זאל נתקבל ווערן אפי סשמעקט עפעס נישט מיט דעת תורה זאגט מען לדעתי 2 מאל, סאיז אזא מין סגולה (עי׳ בספה״ק עגוע״ת פ נשא)

שעפסעלע » דינסטאג מערץ 25, 2014 3:50 pm

· #192659
די מעשה מיטן מיידל וואס האט מחלל שבת איז ווארשיינליך נישט אמת, ווייל די קול מבשר האטליין האט נישט קיין צוטריט צו קיין טעלעפאון נומערן וואס רופן אריין, נישט נאר זיי האבן נישט קיין צוטריט, נאר אויך די אנדערע ליינס ווי קול סאטמאר קול באבוב, קול בעלזא די אלע ווייסן נישט ווער עס רופט, זיי ווייסן נאר וויפיל עס רופן.

פישלע העררינג » דינסטאג מערץ 25, 2014 5:05 pm

· #192684
שעפסעלע
די מעשה מיטן מיידל וואס האט מחלל שבת איז ווארשיינליך נישט אמת, ווייל די קול מבשר האטליין האט נישט קיין צוטריט צו קיין טעלעפאון נומערן וואס רופן אריין.


פון ווי ווייסטו דאס מיט אזא זיכערקייט?

פתח בווארשיינלעך וסיים בודאי.

מאראנצןזאפט » דינסטאג מערץ 25, 2014 5:29 pm

· #192691
פישלע, זלמן האט מיר פערזענליך געזאגט אז די מעשה איז לא דובים ולא יער, ער האט נישט קיין שום צוטריט צו ווער ס'רופט אריין ער זעט נישט קיין נומערן און געוויס גיט ער זיך נישט אפ מיט זיין גאטס פארזאגער אויף דער וועלט. די נארישע קאנספיראטארישע שמועס זאל זיך ביטע ענדיגן.

פישלע העררינג » דינסטאג מערץ 25, 2014 5:33 pm

· #192692
מאראנצןזאפט
פישלע, זלמן האט מיר פערזענליך געזאגט אז ... די נארישע קאנספיראטארישע שמועס זאל זיך ביטע ענדיגן.

אקעי. איך טוה וואס מען הייסט. #פאלגזאם. #געהארכזאם. #גלותאיד.

ראש הישיבה » דינסטאג מערץ 25, 2014 5:37 pm

· #192695
איך קען נישט ענטפערן אויף די פאקט וויאזוי קול מבשר האט געוואיסט די נאמבער. אבער דאס איז ביי מיר קלאהר אז די מעשה איז אמת. איך בין נאנט צו משפחה פון די מיידל. אזוי אויך בין איך נאנט צו די משפחה פון איר מאן. איבערדעם בין איך געוועהן אינוואלווד אין זייער שידוך. איך האב געוויסט אלע אינפארמאציע ערשט האנטיג.

בנוגע צו זלמן האט געהאט רעכט אדער צו האט ער געטוהן ריכטיג מיטן פארציילן פאר אירע עלטערן וואלט יא געדארפט אביסל איבער געשמיעסט ווערן. אונז דארפן פארשטיין אז א קינד ליגט אויף די עלטערן אחריות זיי מדריך צו זיין כפי יכולתם על דרך התורה. אויב די עלטערן זענען אביוסיוו בודאי איז א שאלה אויב מען מעג זיי זאגן. אבער אויב זיי זענען קלוגע עלטערן (אזויווי עס האט זיך דא ארויס געשטעלט) איז א מצוה זיי מודיע צו זיין אז עס קען זיין אז איינער פון זיינע בני בית זענען ליידער מחלל שבת, כדי אז ער זאל וויסן נאך צוגיין דער ענין און מטפל זיין כפי דעתו לתקן דעפ פראבלעם.

אי איתמר » דינסטאג מערץ 25, 2014 7:32 pm

· #192712
די מעשה קען זיין אמת,
אבער עס מוז נישט זיין מיט קול מבשר וכ'ו
די פרטים זענען אביסעל ארויס פון קאנרטראל..,

גאנצל » דינסטאג אפריל 1, 2014 1:44 pm

· #194030
ס'איז זיכער אמת ווייל די מעשה קומט פון קול מבשר....

גאנצל » דאנערשטאג אפריל 3, 2014 1:38 pm

· #194544
פאר פסח ברענגט קול מבשר אריין די פסח לופט די חוה"מ לופט מיט די עדוועטייזמענטס

פלעין יודיש » דאנערשטאג אפריל 3, 2014 2:09 pm

· #194562
איך וויל גיין אויף די rides

איך וויל גיין אויפן train

איך וויל גיין צו בראנקס זו

איך וויל גיין צו די תורה מוזיום


(אלע ציזאמען) אה!!!!!! תורה מוזיום

פאר מער דריקט זעקס

בעל הבית » זונטאג אפריל 6, 2014 9:07 pm

· #194965
פרייליכע נייעס: הרה"ח ר' בנציון שענקער שליט"א אויף 'קול מבשר' - נומער 995.
א הערליכער שמועס, און צום סוף פרעגט אים דער אינטערוויאויער אביסל איבער זיין פריוואטער לעבן. וואו ער פראוועט די סדרים, און וואס מען קען בעטן פאר אפיקומן...

חכם עתיק » דינסטאג אפריל 8, 2014 12:56 pm

· #195249
בעל הבית
פרייליכע נייעס: הרה"ח ר' בנציון שענקער שליט"א אויף 'קול מבשר' - נומער 995.
א הערליכער שמועס, און צום סוף פרעגט אים דער אינטערוויאויער אביסל איבער זיין פריוואטער לעבן. וואו ער פראוועט די סדרים, און וואס מען קען בעטן פאר אפיקומן...


פיינעלי א נארמאל אינטערוויוער. מה שמו?

בעל הבית » דינסטאג אפריל 8, 2014 3:04 pm

· #195284
וועלוועל שמעלצער פון שיכון סקווריא

מצטמק ויפה » דאנערשטאג אפריל 17, 2014 11:25 am

· #196256
@מאראנצןזאפט האסט באקומען א טעג אויף קול מבשר. ביים טויזענט'סטען אינטערוויא דערמאנט יצחק שלמה דרעזדנער, איבער א ארטיקעל וואס איז לעצטענס ארום געפארן וועגן וואס עס טוט זיך אפ אינטער די קוליסן פון קול מבשר.

משה געציל » דאנערשטאג אפריל 17, 2014 2:07 pm

· #196276
Wow!
איך בין נתפעל פון דעם דרעזנער'ן! ער רעדט זייער צום זאך, ער שטעלט אראפ זייער קלאר זיין מהלך ביים אינטערוויאן, ער דערמאנט דעם ארטיקל פון קול מבשר וואס איז 'ארומגעפארן'... אינטערעסאנט איך האב עס פון קיינעם נישט באקומען...
בכלל איז דער פריאקט זייער גוט און געלונגען...
ער זאגט אז ער פראבירט נישט צו ניצן קיין מליצות ווייל דער עולם הערט עס אינעם פלאץ ווי דער קעניג גייט אליינטס...

דער שמעלצער קען אויך איינעם אריינקריכן אין די קושקעס... ער וויל וויסן צו דרעזנער באקומט באצאלט אויף אינטערוויאס וואס ווערט למעשה נישט פאבלעצירט... דער דרעזנער ענטפערט גוט צוריק... שמעלצער לאזט נישט נאך...

ער טענה'ט אז דער ערשטער אינטערוויא מיט מתתי' קאהן האט ער נאר פארשריבן און וועלוועל פעלדמאן איז געווען דער פאקטישער אינטערוויאער...

לאמיר ממשיך זיין הערן #2
המשך יבא

לעמיל » דאנערשטאג אפריל 17, 2014 2:17 pm

· #196279
@משה געציל
די עולם זיכט דיך מיט לעכט

ל.רוזן » דאנערשטאג אפריל 17, 2014 8:40 pm

· #196314
Re: מבשר בחסד עליון!
דער דעזנער סטאקס איז ארויף ער מען זעהט ווי קליג ער גייט צו צו אן אינטערוויא און ווי שטארק ער וואטש נישט אויסצוניצען א טראגעדיא אדג. אין נישט צו שטארק אריין גיין אין פריוואטע זאכען. אויך ברעגט ער ארויס אז ס'איז נישט קיין דברים בטלים אסאך יודן ווערן אינפארמירט פון וואן וואן אויך זאגט ער אז ער אינטעוויוט נישט חל המועד

Sent from my SGH-T599N Using ForumTouch for Android

עפל סיידער » פרייטאג אפריל 18, 2014 12:39 pm

· #196353
ערשט יעצט באמערקט אז דער שטורעם פון טייוועלט איבער די "טויזענסטער אינטערויו" האט זיך אריבער געכאפט דא אויכעט,
#היסטאריש

חכם עתיק » מיטוואך אפריל 23, 2014 6:07 pm

· #196827
[ציטאט אראפגענומען]



ער קומט אסאך בעסער אריין אויף די זייט טרייבל.

געפעלט מיר ווי ער זאגט ער שפירט ווי דער בן מלך וואס מען האט איהם געשיקט כאפן פיילן ער זאל שפרין ווי אזוי דאס פילט.... 🙄

אוך זאגט ער מען האט אראפגענומען פסוקים און מליצות ווייל די עולם הערט עס ווי די מלך גייט אליין.. וואט עי קאמפלימענט.

פלעין יודיש » דאנערשטאג אפריל 24, 2014 9:04 am

· #196985
א שאד ס'איז נישטא קיין לייק קנעפל אויף קול מבשר
יצחק שלמה באקימט פאר דעם אינטערוויו א האנט פיל מיט לייקס
אדער זאל ער כאטש אויסזאגן וואס זיין ניק איז דא אין קאווע שטיבל אזוי ווי ער האט ארויסגעגעבן ביים אינטערוויו זיינע צייטונג ניק נעמען ווי חיים כהן אברהם אהרן חיימאוויטש אא''וו, וועלן מיר אים כאטש קענען געבן א לייק דא אין שטיבעל.
ער רעד דארט אלעס, באהאלט גארנישט פון אינטער די קוליסן, און לייגט דאס אראפ אזוי טאלאנטפול און געשמאק ציהערן
אצינד האב איך שוין אויף אים גאנץ א אנדערן בליק, (כאטש איך האב אלעמאל ליב געהאט זיין וועג אין אינטערוויוען), ער האט געווינען ביי מיר מער ריספעקט.
כה לחי

פלעין יודיש » מאנטאג יוני 2, 2014 2:15 pm

· #204197
זלמן ווידער וואס גייט פאר מיט דיר
די ערשטע מאל וואס איך הער אזא טעות פון דיר מימות קול מבשר
ביים לעצטע נייעס אין בולעטין אפטיילונג מיטוואך בהעלותך איינס פיפצען נאכמיטאג
פארעכט עס שנעל מ'וועט דיר נאך באלד באשילדיגען פאר א מחלל יו''ט בהפרסיא.....

כוכב » מאנטאג יוני 2, 2014 2:37 pm

· #204213
קומט מיר נישט אויס אזויפיל צו הערן קולמבאשער, לעצטנס האב איך געהערט אן אינטערוויו מיט שלמה גערטנער, זאגט דארט דער אינטערוויוער ער האט ארויסגעגעבן א סידי מיטן נאמען שטעל דיך פאר... מינענדיג זיין סידי imagine.

פלעין יודיש » דינסטאג יולי 8, 2014 7:56 am

· #210737
מאראנצןזאפט


מיכל פישער
ער טענה'ט אז ער וואוינט אין אשדוד. געווענליך וואקסט ער ארויס ווען ס'פליען קאטיושען ראקעטן. פון אלע קארעגירער דא, האט קיינער נישט געהאט מער אינפארמאציע מיטצוטיילן.
[/i]

ער איז שוין אויף
😂 😂 😂 😂 😂

משבק » מיטוואך יולי 16, 2014 6:24 pm

· #212216
שוין לאנג נישט געהערט . אבער לעצטענס פארנדיג אין קאנטרי צווישן איין טרעפיק באריכט אינעם אנדערן . שטויס איך מיך אן אין א נייעם אפטיילונג . אינטערוויוס מיט סוקסעספול ביזנעסלייט . א געוואלדיגע איידיע . איך האב אויסגעהערט א שמועס דארט מיט איינעם ברייער פון . john2go .דוכט זיך געווען באשריבן אין איינע פון די מאגאזינען לעטלי. אלענפאלס דער אינטערוויוער מאכט א גוטן ארבעט . ער דארף נאר זען צו לאזן נאר דעם אינטרוויער אויף די אפטיילונג ואכ"מל

ישראל קאפקע » מיטוואך יולי 23, 2014 3:44 am

· #213191
מבשר בחסד עליון!
גאר גאר א שיינער ארטיקל, אויף גאר א הויכער ניווא, פונקט גענוג הומאר אריינגעשנירט סזאל זיך ליינען אמחיה,
כ'געדענק נישט אז איך זאל אמאל האבן געליינט אין אידיש אזא קלאסישער ארבעט, א גרויסן יישר כח מאראנצןזאפט.

איצט צום ארטיקל.
ר' זלמן ווידער איז א דזשעני, מיט אן אומגלויבליכן ענדאורענס קראפט (איך וואלט נישט געגלייבט אז אזא אנהאלטס קראפט איז מעגליך, ווען נישט וואס באזני שמעתי די לעצטע צען יאר 😛)
איין קריטיק, איך וואונדער זיך אז קיינער האט עס נישט באמערקט/ארויפגעברענגט ביז איצט, ר' זלמן איז באוואוסט פאר זיין אומפארטייאישקייט אין חסידישע פאליטיק, אמעריקאנער פאליטיק, און זיין זשורנאליסטישע סטאנדארט אויף סתם וועלטליכע נייעס, וואס סאיז צום שטוינען ביים ליינען אמאל די אלגעמיינע מעדיע קענען זיי באריכטן וועלטליכע נייעס מיט א היבשע בייעס, ווי למשל אנטי רוסלאנד אין די אוקראינע באריכטן, אדער אטאמישע פארהאנדלונגען מיט איראן, וואס ווי שלעכט רוסלאנד אדער איראן זאלן נאר זיין קומט עס נישט 'אין' די נייעס באריכט, און ר' זלמן איז דווקא יא נייטראל, באמת א ווערטפולער סערוויס,
איין אויסנאם איז מוצאי שבת ויו'ט וואס אן א ספק טוט א צווייטער צושטעלן די נייעס דאן, ר' זלמן לויפט אריבער די צוויי דריי הויפט וועלטליכע נייעסן און דאן פאנגט ער אן א לאנגע לאנדרי ליסט פון 'געשטעטנער'סקווע' ''נייעס'' (ליין: לימבאו/ברייטבארט/העניטי טאוקינג-פוינטס), רוב דערפון איז נישט נייעס ווירדיג, און די עטליכע וואס זענען יא זענען שוין פינף טעג אלט, און שוין געמאלדן געווארן אויף ק.מ. לעצטע וואך, אסאך מאל שטוין איך וואס ער רעדט דארטן צוזאם, (דן צו זיין לכף זכות העט מען דארפן אננעמען אז יצחק קלאר האט נאר ברייטבארט, נעשינאל ריוויו, אמעריקען טהינקער, און פאקס אויף זיין אינטערנעץ ווהייטליסט 🙂 )


הרב דרעזנער איז מיר ממש א חידוש, ער שרייבט געוואלדיג, און א געוואלד בכמות, אבער ביים רעדן חוץ וואס ער איז לאנגווייליג און מאנאטאניש און ער פרעגט אסאך מאל היבש נארישע שאלות האלט ער אין איין איבערפרעגן דעם אינטערוויואי זאכן וואס דער אינטערוויואי האט קוים געענדיגט זאגן פאר די לעצטע פיר אהאלב מינוט, .... ה.ר.ב.xxxxxx .... איז .xxxxx... שטארק.. געשעדיגט געווארן..? חכם איינער הרב xxxx האט יעצט געענדיגט דערציילן פונקטליך xxxxx'נס מצב!

יוסי געשטעטנער האסטו גאר גוט צעלייגט, ouch,
איך האלט אז ער ווערט ערגער און ערגער, איך האלט אז סאיז א דיססערוויס צו ק.מ. צוהערער אז ער האט נישט קיין אלטערנאטיוו אין די פאליטישע נייעס (און איז גורם אלע צוהערער צו ווערן דעמאקראטיש געשטימט, להכעיס! 😂 )

יונה כהן איז געוואלדיג, פול מיט תוכן און מדע, אשאד וואס ער האט נישט יוסי'ס צונג און מאטיוואציע 😉

יצחק קלאר איז דאך ממש א היימישער דזשעניפער רובין ריאינקארנעיט,

הערשל פרידמאן איז גאר באליבט ביי א גרויסן עולם, דאס אז סאיז א וועכנטליכע פורים שפיל אויף די נייעס איז די הויפט allure,

נאכאמאל א שכוח פארן ארטיקל,
אשאד אז סאיז נישט דא א פובליקאציע אין אידיש מיט אזא ניווא ארטיקלען און שרייבער, איך וואלט גערן געצאלט דערויף פינף דאלער א וואך פאר צען זייטן, אנשטאט 'דער מאמענט' מיט אירע זיבעציג שטוינענד-ליידיגע זייטלעך.

דריידל » פרייטאג יולי 25, 2014 6:56 pm

· #213803
ווייסט איינער וואס ער וויל?

איך בעט אנטשולדיגונג פון די חשובער ליינער, איך קען נישט אויספיגערן וויאזוי ארומצודרייען די פיילס
📎 20140725_111339-1.jpg 📎 20140725_111321-1.jpg 📎 20140725_111153-1.jpg 📎 20140725_111358-1.jpg

רויטע וואנצעס » פרייטאג יולי 25, 2014 7:05 pm

· #213804
ארומדרייען די פיילס וועט נישט העלפן, זיינע ווערטער זענען קרום בכל אופן.

כוכב » פרייטאג יולי 25, 2014 8:01 pm

· #213811
איינציגסטע צייטונג וואס האט נאכנישט קיין איסור איז די ניו יארק פאסט.
אזא ת'ח שאין בו דעת נבלה טובה הימנו'דיגע צוגאנג פארזיכערט א טויט שיין אויפן פארגוססטן כוח הרבנות.
# כי הלל רשע על תאות נפשו
אך, סגרוילט.

קאווע טרינקער » זונטאג יולי 27, 2014 1:29 am

· #213846
כוכב

אזא ת'ח שאין בו דעת נבלה טובה הימנו'דיגע צוגאנג

כ'זעה דא ריכטיגע רייד פאר די וואס האלטן זיך פאר סאטמערע חסידים. ער טענה'ט מיט רעכט, אז קול מבשר האט שמועסן מיט רבנים פון פארטייען! רח"ל.

וואס איז מיר יא אינטערסאנט להעיר, אז די קובץ עץ חיים באבוב 45&49 איז דא פון אים, ר' וויינבערגער א תשובה אז מ'טאר נישט הערן קול מבשר מטעם מוציא דבה הוא כסיל, דהיינו אז ער מעלדט שלעכטע נייעס וכדומה. און אין די תשובה (תשובה?! עבירה!) דערמאנט ער בכלל נישט דעם פראבלעם. וי"ל דס"ל קם ליה בדרבה מיניה.

דריידל » זונטאג יולי 27, 2014 9:04 am

· #213875
איך האב נישט געזעהן די תשובה פון קובץ עץ חיים, אבער ער צייכענט עס צו אין די תשובה און זאגט אז דארט האט ער מברר געווען על פי הלכה און די תשובה איז על פי השקפה.

בד"וו, די רבינו בחיי פרשת וישב שרייבט אז מוציא דיבה כסיל איז נאר ווען מ'זאגט עפעס וואס איז נישט אמת

משבק » זונטאג יולי 27, 2014 1:18 pm

· #213906
אוי וויי!! זאג מיר נישט אז מגייט יעצט הערן א גאנצע וואך אויף קו"מ. " סערדעהלי רב " איז געגאנגען דא . געקומען דארט. וכו

עפל סיידער » מיטוואך יולי 30, 2014 7:23 am

· #214495
איך דערהער נישט די גרויסער שטורעם דא
אין ארץ ישראל גייט שוין יארן אהן א סיסטעם פון טעלעפאנען וואס זענען געבלאקט צו די קווי הנייעס צוליב די ארויסטריט פון די ארטיגע מנהיגים קעגן די נייעס האטליינס, וואס איז דער בריוו יעצט עפעס אויפפאלענד אז די אויסגעהינגערטע דא נאך א שטיקל אויפגעקלערטקייט און רבנים האקעריי האבן זיך אזוי צוגעכאפט דערצו.

דריידל » מיטוואך יולי 30, 2014 4:08 pm

· #214585
נישטא קיין שום שטורעם איך זעה נאר א תשובה פון דריי בלעטער און איך פארשטיי נישט וואס ער וויל. אדרבה, ליין דורך די תשובה און שרייב אין צוויי שירות א קיצור הדברים.

petergrifin » זונטאג אוגוסט 3, 2014 12:23 am

· #215121
דער װאס טראגט מיט די עירוב טאר נישט רעדן..

יין שרף » זונטאג אוגוסט 3, 2014 4:07 pm

· #215219
ווען וועלט וואלט געווען וועלט, און רבנים וואלטן געווען ריאליסטיש וואלט דאס געווען די תמצית...

היות עס איז - נאך פינף יאר וואס עס גייט אן - אנגעקומען צו מיינע אויערן אז בחורים און יונגעלייט פון אפילו פיינע שטובער דרייען זיך מיט איי-פאונס וואס איז אפען צום אינטערנעט (טראץ די מולטי מיליאן דאלארדיגע אסיפות דערקעגן); אייפאונס אויף וואס מען שיקט שמוציגע בילדער און קליפס פון אומאיידעלע זאכן און לשון הרע׳ס; טעלעפאון ליניעס וואו מען הערט זיך צו צו די מיאוסע ניוול פה פונעם ״וויקטים אקטיוויסט,״ טו איך אויפפאדערן דא בשער בת רבים אז די היימישע ציבור זאל הערן קול מבשר וויפיל מען קען און גלייכצייטיג אויך איינקויפן דער שטערן, שפאקטיוו און בליץ; יעדע אויסגאבע באזונדער. די אויסגאבעס און קול מבשר זענען ווייט נישט קיינע לכתחילות, אבער נאכ׳ן זיך דורכרעדן מיט גדולי הדור רבנים הגאונים שליט״א איז מען געקומען צו די החלטה אז - לכאורה - איז בעסער פאר׳ן עולם צו ליינען איבער האניגיידס/האני בעדזשערס און הערן באריכטן איבער אנטיסעמיטישע אטאקעס אין פאריז ווי איידער צו זיין פארנומען מיט שטותים אין פארעם פון פאלשע ק/פ אויף וואטס עפס; אין פארעם פון בילדער מיט ניוול ווערטליך פון דזשימי קימעל אדער אין פארעם פון א ווידיאו וואו בחורים זענען נהנה זה מזה ולא מעם אחר.

החותם בכובד ראש
הלל וויינבערגער


C/P

petergrifin » זונטאג אוגוסט 3, 2014 8:25 pm

· #215256
אדער אין פארעם פון א ווידיאו וואו בחורים זענען נהנה זה מזה ולא מעם אחר.

😂 😂 😂 😂

חסיד » דינסטאג סעפטעמבער 2, 2014 12:55 pm

· #220785
אז מען דערלעבט דערלעבט מען! אוי ווען די צדיקים וואס האבן געוויינט אויף טעלעוויזיע און די היינטיגע מנהיגי הדור אויף אינטערנעט, ב''ה אז דער פראבלעם איז נאר 'קול מבשר' משיח'ס צייטן

מאראנצןזאפט » דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 11:03 pm

· #231855
אין אן אייגנארטיגן שריט האט קול מבשר ארויפגעשטעלט אן אינטערוויו מיט זיין אייגענעם פאטער ר' שלום יונתן ווידער, איבער דער נושא פון אויפשטיין פארטאגס.
אויך הענדל ברייער האט אמאל אינטערוויואירט זיין פאטער מיט א צייט צוריק. יעצט ווארט מען צו הערן פון יצחק שלמה דרעזנער'ס פאטער...

אגב, דער אשכול איז ארויסגעפירט געווארן פון שבת אחים צו אנשי שם, צו געבן צוטריט פאר'ן ברייטן פובליקים.

lazar » דינסטאג יוני 16, 2015 1:11 pm

· #283021
איך וואלט שטארק געוואלט זעהן א בילד פון הני תרי צנתרי, ר' זלמן ווידער און ר' יצחק שלמה דרעזנער.

עמעצער האט?
בלאט: 1 2 3 4