☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » עצרת עשרת אלפים - זונטאג פרשת צו אין מאנהעטן

עצרת עשרת אלפים - זונטאג פרשת צו אין מאנהעטן

208 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6012
בלאט: 1 2 3 4 5

איש עברי » זונטאג מערץ 9, 2014 6:15 pm

· #189690
זלמן זאפיר
דער קידוש השם איז איום ונורא

אבי גערעדט » זונטאג מערץ 9, 2014 6:23 pm

· #189693
[ציטאט אראפגענומען]


וויפיל מאל דארף מען בעטן נישט צו רעדן צו די מידיא, אזא קליפ ברענגט פאזעטיוועטי פון גוי צום ארטאדאקס? ווער רעדט נאך פון די ענגליש וואס זיי רעדן

מנחם אבראמאוויטש » זונטאג מערץ 9, 2014 6:27 pm

· #189696
אבי גערעדט
[ציטאט אראפגענומען]


וויפיל מאל דארף מען בעטן נישט צו רעדן צו די מידיא, אזא קליפ ברענגט פאזעטיוועטי פון גוי צום ארטאדאקס? ווער רעדט נאך פון די ענגליש וואס זיי רעדן

נאר מ'זאל לאזען נידערמאן רעדן? מוטב שידברו אלף אנשי קרית יואל ולא ידבר נידערמאן אחד

איש עברי » זונטאג מערץ 9, 2014 6:32 pm

· #189699
אבי גערעדט
[ציטאט אראפגענומען]


וויפיל מאל דארף מען בעטן נישט צו רעדן צו די מידיא, אזא קליפ ברענגט פאזעטיוועטי פון גוי צום ארטאדאקס? ווער רעדט נאך פון די ענגליש וואס זיי רעדן

די טענה איז אויף די מענטשן וואס רעדן? די טענה איז אויף די וואס האבן געהאדעוועט און מגדל געוועהן א דור וואס מען דארף אנזאגן נישט זיך צו עפענען דאס מויל ווען א קאמערע איז אין די געגנט.

פלעין יודיש » זונטאג מערץ 9, 2014 6:33 pm

· #189700
מנחם אבראמאוויטש
אבי גערעדט
[ציטאט אראפגענומען]


וויפיל מאל דארף מען בעטן נישט צו רעדן צו די מידיא, אזא קליפ ברענגט פאזעטיוועטי פון גוי צום ארטאדאקס? ווער רעדט נאך פון די ענגליש וואס זיי רעדן

נאר מ'זאל לאזען נידערמאן רעדן? מוטב שידברו אלף אנשי קרית יואל ולא ידבר נידערמאן אחד

יא אבער פארוואס קליינע בחורימלעך???

אליצפן » זונטאג מערץ 9, 2014 6:41 pm

· #189703
[ציטאט אראפגענומען]

נאכן זען דעם ווידיא שעם איך זיך אז איך בין א חסידישער איד. פשוט איך שעם מיך.
#אינאףסעד

מנחם אבראמאוויטש » זונטאג מערץ 9, 2014 6:49 pm

· #189706
פרעג די אלע רבנים וואס האבען אינטערגעשריבען אויף דעם עצרת. זיי וועלן אלע זאגען פה אחד אז נישט נאר מדארף נישט נאר מען טאר נישט לערנען ענגליש מיט די בחורים.
בראשם די הייליגע וויזשניצער שליט"א, וואו דרייסיג יעריגע יונגעלייט וויסן נישט וויאזוי מען שרייבט פיליס טערעס.
ס'איז א דור וואו יעדער פרובירט איבערצושטייגען דעם צווייטען אין פערדישקייט.
אויב אין וויזשניץ קען מען נישט ענגליש פארברענט מען אין סקווירא הייזער, און אויב אין סקווירא ברענען בנינים טוט דער נעקסטער אן גארבידזש בעגס פאר די פרויען.
ביז די תורה וואס מ'פרעדיגט היינט איז אזוי נאנט צו דער אריגינעלער טעקסט וואו א סעמסונג איז גלייך צו א טעלעגראם.
און דו גיי מיט זיי צום טיש, פליז.

דריידל » זונטאג מערץ 9, 2014 7:22 pm

· #189710
קאווע טרינקער
איך גיי ניסלעך פאר ר' דושינסקי, ער ווייסט גענוי וויאזוי צו טאנצען אויף 5 חתונות. היינט ביי מהרז"ל מארגן ביים ראב"ד, איבערמארגן ביים גאב"ד און נעכטן ביי מהר"א. זעהט אויס אז ער האלט פונקט ווי מיך, אז אלע זענען גלייך.
---
ס'טוט מיר וויי אז כ'בין נישט געגאנגען צום עצרת, צוליב דעם בין איך יעצט פסול לעדות, אבער לויט די בילדער פון דא און דארט מיין איך אז מיר גייען פאראויס! יא, "אויבן-אן" איז א פארגאנגענהייט, ריזיגע פלאקאטן זענען אויך נישט געווען, האלב סאטמאר ווערט מער מעסיג - כאטש ביים כינוס כלל ישראל האבן זיי זיך טועה געווען, גייען זיי צום בעסערונג. די אנדערע האלב, וואס ראדני מיט אירע רוחות זענען איינגעגלידעט אין זיי, קומען ארויס צו זיין מער א באזונדערע אפגעשיידטע קולט, א שטייגער ווי לב טהור, קענען זיך נישט צוזאמשטעלן מיט דעם המון. 48 פון בארא פארק, מיט זיין שיינע שטימע, זאל ער מיך מוחל זיין, גייט ארויס א פארלירער, עצרת נאך עצרת פארלירט דער דעם opportunity צו זיין אין די "ספר הזכרונות" פון יהדות החרדית תש"ע יארן וכו'.
---
אה, שיעור נישט פארגעסען, און וואס איז בנוגע די גיוס בני הישיבות?
ווער ווייסט...


גערעכט. רב דושינסקי איז א קליגער אבער שטילער איד וואס האט טויזענטער, יא טויזענטער חסידים און קוים וואס מ'הערט פון אים. ער פארמאגט גאר א שטארקע איפלוענס און קאנטראלירט די עדה החרדית, נישט דורך טעראר נאר פשוט ווייל רוב חברי הנהלה רעספעקטירן זיין שכל הישר און רירן זיך נישט אן אים.

איך האב געהערט אז זייענדיג אין לאנדאן איז א געוויסע רב געווען ביי איהם און געפרעגט היתכן ער לאזט צו גראבן קברים אין בי"ש. האט רב דושינסקי געענטפערט, וואס זאל איך טין, איך בין נישט קיין מורה הוראה און קען נישט פסקענען ווייס איך נישט צו די הלכה איז ווי די גאב"ד אדער ווי די ראב"ד, די ביסט דאך א רב אפשר זאגסט מיר וואס די הלכה איז!

עוד מישהו » זונטאג מערץ 9, 2014 8:09 pm

· #189716
צו מיינע טייערע פריינט, א פשוט'ע קשיא, אויב מיין ארבעטס קאלעגע זעט דעם קליפ און לכאורה האט ער עס שוין געזען, וואס זאג איך אים? איך וויל נישט אויסקוקן ווי דער בחור וואס קוקט אויס האלב שיכור, אדער דער אינגערמאן וואס זאגט נאך א דרשה וואס מהאט אים געברעינוואשד.
מיין קאלעגע איז א גוי, ער ווייסט אז אין א"י איז דא א דרעפט וואו אלע מוזן זיך שטעלן, וואספארא מין תירוץ איז דאס אז אונז דארפן דאווענען אין לערנען און די ארמעי לאזט נישט, פעלן דען בילדער פון סאלדאטן וואס דאווענען אדער לערנען.
ווי אזוי בין איך אים מסביר פארוואס א גאנצע לאנד דארף זיך מאביליזירן, און פארוואס אונזערע קהילות זענען אנדערש פון יעדעם אז זיי מוזן נישט גיין.
איך וויל נישט אויסקוקן ווי דער ליימענער גולם פונעם ווידעא קליפ, איך דארף א לאגישע און ראציאנאלע תירוץ וואס לייגט זיך אויפן שכל פון א גוי.

לשוא הכיתי » זונטאג מערץ 9, 2014 8:16 pm

· #189720
ערשטער קאמענט אין דעילי מעיל נוכח צורת קהלינו משמי ניו יארק;
r d franklin, bangkok thailand, United Kingdom, 25 minutes ago
Owning a hat shop in New York seems a good idea.




Read more: <a class="postlink" href="http://www.dailymail.co.uk/news/article-2577015/Patriotism-persecution-Thousands-Orthodox-Jews-swarm-NYC-streets-protest-Israeli-armys-proposal-draft-young-men.html#ixzz2vVwZELmb">http://www.dailymail.co.uk/news/article ... z2vVwZELmb</a>
Follow us: @MailOnline on Twitter | DailyMail on Facebook

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג מערץ 9, 2014 8:30 pm

· #189725
@נאך איינעם, דער תשובה איז גארנישט אזוי שווער ווי ס׳קוקט אויס. טאמער אונז, תורה אידען וואלטען גוט פארשטאנען דער נושא, וואלט עס געווען אסאך לייכטער צו ערקלערען. איך האב נישט געזען דער קליפ, אבער איך קען זיך פארשטעלען וואס איז געשעהן. א גוי קען רעספעקטירען א רעליגיע וואס איז ווייט פון איהם, אבער זיי האבען נישט אונזערע פארגעבליכע צוגאנג צו א היפאקרי׳׳ט.
אז מ׳פארשטייט אז לערנען איז נישט נאר נאך א מצוה, און דער מעשה פון לערנען איז נישט פראסט ליינען א ספר, נאר זיך ארויסטוהן פון די וועלט און זיך אריינטוהן אין גאט׳ס וועלט. אז מ׳פארשטייט אז נאר מיט אזא ארבעט קען מען וויסען א הלכה על בוריה, נישט מיט א בעל כשרון וואס ליינט שנעל, טייטשט און חזר׳ט און געדענקט, א שטייגער ווי שאר חכמות, נאר ער טוט זיך אריין אויף יעדער סברא און קשיא, הייבט שוין אהן צו וויסען אז תורה איז א לעבען, נישט א מעשה וואס מ׳טוט פאר׳ן דאווענען אדער צו ענדיגע דער דף. דער מיליטער פאר א בחור בשנות הבנותו לאזט נישט אזא לעבען אנהייבען. דער גוי קען דאס נישט פארשטייען, אבער ער קען הערען פון דיר אז דאס איז א לעבענשטייגער אין וואס מיר גלויבען אין גאנצען, און דער געפאר איז אויף איהר גאנצע עקזיסטענץ אין א׳׳י.

I'm back » זונטאג מערץ 9, 2014 8:36 pm

· #189726
קוקנדיג אויף די בילדער, זעט אויס אז עס איז געווען א ריזן עולם דארט!

איך וואלט געשאצט א גוטע 3-4000 אידן.

מי כעמך ישראל. H

עוד מישהו » זונטאג מערץ 9, 2014 8:49 pm

· #189729
שכויח בודאפעסטער, יעצט טייטש דאס איבער צו ענגליש אלעס וואס דו האסט געשריבן, גיי צו זשאני וואס וויל וואוסן וואס גייט פאר, און זאג אים די הלכה זאכן. איך רעד נישט פון א גוי א נאר, איך רעד פון איינער וואס קען זיך אויס, ער רעספעקטירט אנדערע רעליגיעס און ער איז אינגאנצן מסכים אז אונז האבן א רעכט און א חוב אנצוגיין מיט אונזער מסורה און הלכה, ער קען אבער נישט פארשטיין מיט וואס זענען אונז אנדערש פון יענעם.
איך קען אים נישט זאגן א סברא "תורה איז אונזער לעבן", דאס איז גוט פאר אונז נאר א איד קען דאס פארשטיין, איך דארף פשוט לאגיק, נישט תורות.
אויסערדעם דיין לעצטע זאץ קען איך זיכער נישט זאגן, די עקזיסטענץ פון ישיבות איז נישט אונטער קיין שום געפאר, עכ"פ ועדת שקד האט קיינמאל נישט אריינגעטריבן אלע ישיבה בחורים אין מיליטער, נישט אויף יעצט און אויך נישט אין צען יאר ארום.

בעל הבית » זונטאג מערץ 9, 2014 9:50 pm

· #189739
א גרוסע עוולה.

פארוואס האט כ''ק אדמו''ר מגריבוב שליט''א נישט באקומען עפעס א כיבוד אזוי געוועדליך?

יואליש » זונטאג מערץ 9, 2014 10:19 pm

· #189747
א היימישע ספרים שראנק האט אלעמאל פארמאגט א סעט מחזורים, תיקון ליל שבועת, קינות לת"ב, סליחות, קרבנות ותשליך. יעצט קומט צו א לעדערנע באנד עצרת תפילה המבואר.

וועלכע אנשי כנסת הגדולה האט באשלאסן וועלכע קאפיטלעך תהילים, פיוטים פון קינות און פסוקי ייחוד מאכן די פיינעל קאט פונעם חיבור?

דריידל » זונטאג מערץ 9, 2014 10:55 pm

· #189760
לאמיר שוין זאגן אז מ'קען מסביר זיין פארוואס חרדים דארפן נישט און זאלן נישט דינען אין מיליטער, אבער וויאזוי געט מען צו פארשטיין פשט פון טאנצן נאכן עצרת?
משוגעים!

זלמן זאפיר » זונטאג מערץ 9, 2014 11:14 pm

· #189765
Orthodox NYC Jews protest proposed Israeli draft - <a class="postlink" href="http://bigstory.ap.org/article/orthodox-nyc-jews-protest-proposed-israeli-draft">http://bigstory.ap.org/article/orthodox ... aeli-draft</a>

קאווע טרינקער » זונטאג מערץ 9, 2014 11:53 pm

· #189772
אלע עדמורים מעגן זיך אפלערנען פון איין קלוגע איד אויף דער אויבנאן....
דער איינציגסטער רבי וואס האט מיטגעברענגט הענדטשוך, איז דער נאוואמינסקער.
זעהסט, אזא רבי דארף מען, איינער וואס האט שכל. שעמהט זיך נישט פון די "ס'פאסט נישט"

טיטאניק » מאנטאג מערץ 10, 2014 12:38 am

· #189774
יואליש
א היימישע ספרים שראנק האט אלעמאל פארמאגט א סעט מחזורים, תיקון ליל שבועת, קינות לת"ב, סליחות, קרבנות ותשליך. יעצט קומט צו א לעדערנע באנד עצרת תפילה המבואר.

וועלכע אנשי כנסת הגדולה האט באשלאסן וועלכע קאפיטלעך תהילים, פיוטים פון קינות און פסוקי ייחוד מאכן די פיינעל קאט פונעם חיבור?

ברעיקינג:
עוז והדר האלט שוין אינמיטען גיין נאכגעלט פאר א נייע אויפלאגע פון די לאנג געזיכטער ספר "עצרת תפלה"
עס וועט אינהאלטען אלע סארט תפילות פאר אלע סארט עצרת'ער, ווי צניעות צה"ל סעל פאונס אינטערנעט און אפילו א עקסטערע אפטיילינג פון תפילות און סגולות פאר די וואס האבען די "עצרת" מוצאי פסח......
ווי אויך וועט זיין קאלורפולע בילדער פון הרב פאלק'ס דרשה, מיט זייער קלארע אנוויזינגען ווי אזוי פרויען טארען נישט גיין
עס וועט זיין ציבאקימען אין אלע פארמאטס און אויך אין לעדערנע באנד מיט עכט גאלדענע אותיות פאר צאנזער אייניקלעך כמנהג בית גריבוב

ס'הייסט אז ביי די חנוכת הבית פון בית המדרש פוזנא גייט עס ארויס קימען אלץ א פריוויו און ביי די חנוכת הבית פון עוזר והדר שיל אין מאנסי גייט עס זיין פילקאם געדעקט 20 מאל

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג מערץ 10, 2014 5:02 am

· #189778
דאס וויל איך דיר זאגען. מ׳דארף נישט קיין לאגיק אז ער זאל פארשטיין. מ׳דארף נאר קענען איבערגעבען דיין גלויבונג מיט פעסטקייט אז דאס איז אונטערגעברענגט א גאנצע לעבען. טאמער דיין פראבלעם איז אז דו ביסט נישט אזוי זיכער, איז גאר אן אנדערע זאך. לערן איבער נפש החיים שער ד׳ און חוסן יהושע און דערמאן זיך פון אלטע יסודות און פראביר צו פארגעסען פון די הבלי עוה׳׳ז וואס דעקען צו דער אמת.
טאמער דו דארפסט עס אויף ענגליש, נא דיר.
Ultimately, its the passion, the fire in the belly that explains and wins the fight
דאס ברענגט ארויף אן אנדערע נקודה. מ׳וואלט געדארפט אינערליכע ׳עצרות הסברה׳ ערקלערען פאר׳ן פרומע ציבור וואס דא טוט זיך. מיט רעדענערס תלמידי חכמים קלוגע, נישט וואס האבען א פראבלעם מיט ׳ציונות׳ נאר פארשטייען אליינס וואס תורה מיינט. כ׳על אבער נישט האלטען דער אטעם.

Ben-Shishim » מאנטאג מערץ 10, 2014 9:04 am

· #189788
מאטי
איך האב א מורא׳דיגער פלאן. זאלן זיך די אלע בחורים וואס זענען ארויסגעווארפן געווארן פון א ישיבה צוזאמען נעמען און זאגן ״אויב האבן מיר נישט קיין ישיבה ביזן קומענדיגן זמן גייען מיר אריין אין צה״ל. יעדער בחור זאל ארויס שרייבן וועלכער ראש ישיבה האט אים ארויסגעווארפן און אזוי וועט מען צוטיילן קרעדיט פאר דיזע ראשי ישיבות לויט וויפיל בחורים זיי האבן אריינגעשטעלט אין צה״ל. סוף כל סוף וואס זענען די בחורים שולדיג אז א היימישער איד מיט א לאנגע בארד וואס האקט אויף ציונות האט זיי ארויסגעווארפן פון ישיבה, און נישט יאיר לפיד.


Now this makes a little more sense
Much better then just criticisam, action is always the right thing to do.

שרייבער » מאנטאג מערץ 10, 2014 10:34 am

· #189795
טיטאניק
יואליש
א היימישע ספרים שראנק האט אלעמאל פארמאגט א סעט מחזורים, תיקון ליל שבועת, קינות לת"ב, סליחות, קרבנות ותשליך. יעצט קומט צו א לעדערנע באנד עצרת תפילה המבואר.

וועלכע אנשי כנסת הגדולה האט באשלאסן וועלכע קאפיטלעך תהילים, פיוטים פון קינות און פסוקי ייחוד מאכן די פיינעל קאט פונעם חיבור?

ברעיקינג:
עוז והדר האלט שוין אינמיטען גיין נאכגעלט פאר א נייע אויפלאגע פון די לאנג געזיכטער ספר "עצרת תפלה"
עס וועט אינהאלטען אלע סארט תפילות פאר אלע סארט עצרת'ער, ווי צניעות צה"ל סעל פאונס אינטערנעט און אפילו א עקסטערע אפטיילינג פון תפילות און סגולות פאר די וואס האבען די "עצרת" מוצאי פסח......
ווי אויך וועט זיין קאלורפולע בילדער פון הרב פאלק'ס דרשה, מיט זייער קלארע אנוויזינגען ווי אזוי פרויען טארען נישט גיין
עס וועט זיין ציבאקימען אין אלע פארמאטס און אויך אין לעדערנע באנד מיט עכט גאלדענע אותיות פאר צאנזער אייניקלעך כמנהג בית גריבוב

ס'הייסט אז ביי די חנוכת הבית פון בית המדרש פוזנא גייט עס ארויס קימען אלץ א פריוויו און ביי די חנוכת הבית פון עוזר והדר שיל אין מאנסי גייט עס זיין פילקאם געדעקט 20 מאל

קענסט צולייגן, מנהג בית נאווימינסק איז צו גיין מיט א טלית ביים עצרת, מנהג בית קלז"ב צו גיין מיט א טלית אויפן טילופ, מנהג בית סאטמאר צו גיין אן א טלית

איינער ווייסט פשט פון דעם טלית? אין ארץ ישראל איז אויך אזוי געווען?

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג מערץ 10, 2014 10:41 am

· #189796
דער אור-אלטע מנהג איז אז יעדער דבר שבציבור לייגט מען א טלית. ד.ה. א שבת הגדול דרשה, א בעל תפלה (אפילו צו מנחה-מעריב) און אזוי איז איינגעפיהרט אין רוב בתי מדרשים מיט אלטע מנהגים עד היום. ד.ה. פלעצער ווי מ'זאגט נאך קידוש פרייטיג צו נאכט וכדו'. אין א"י איז דער מנהג ביי הספדים (נישט ביי לוויות) אז מ'גייט א טלית. אז דו ביסט מוחל דיין כבוד, ייש"כ אבער איך בין נישט מוחל מיין כבוד אלס איינער פון דער ציבור.
איך האב דא בייצולייגען א נוסח הסליחות פאר קומעדיגע עצירות\עצרות אבער ס'איז צו גרויס. דאהאט איהר א לינק צום פייל אויף היברובוקס.

התם ומתמם עם תמימים » מאנטאג מערץ 10, 2014 11:53 am

· #189817
יואליש
א היימישע ספרים שראנק האט אלעמאל פארמאגט א סעט מחזורים, תיקון ליל שבועת, קינות לת"ב, סליחות, קרבנות ותשליך. יעצט קומט צו א לעדערנע באנד עצרת תפילה המבואר.

וועלכע אנשי כנסת הגדולה האט באשלאסן וועלכע קאפיטלעך תהילים, פיוטים פון קינות און פסוקי ייחוד מאכן די פיינעל קאט פונעם חיבור?


עס קומט פין דער של''ה הק'

בר דעת » מאנטאג מערץ 10, 2014 2:03 pm

· #189853
די עקסטרעמע פליגל פון די עקסטרעמע סאטמארע געמיינדע פון די עקסטרעמע אולטרא געמיינדע אין ארטאדאקסיע, הנקראים בני יואל-זלונים האבן געשטורעמט אז מען טאר נישט גיין צום עצרת ווייל עס איז קעגן די גזירה פון גיוס בני הישיבות, און נישט קעגן די עצם קיום המדינה. דאס איז א נייע תורה שלימה וואס סאטמאר פרעדיגט לעצטנס אז אויב מען איז מוחה קעגן א מיסברויך פון די מדינה איז דאס אליין ציונות, מען דארף א כלליות'דיגע איני מכיר.
ביי די נעכטיגע פראטעסט האבן יונגעלייט פון סאטמאר געמאכט זיכער צו אריינשרייען צו די מידיא אז מען איז קעגן די מדינה, אנדערש ווי די שטעלונג פון די עצרת בכלליות אז עס איז קעגן די דרעפט געזעץ. אבער אינטערסאנט אז דער וואס האט באשאפן די סאטמארע שיטה (כ'מיין נישט באשאפן, עס אנטוויקלט פון א שטיקל אגדתא גמרא אין כתובות) האט נישט געהאט די דאזיגע תורה שלימה. קוקט די סיינס פון די מעסעדזש וואס אמאליגע הפגנות ווי האדמו"ר מסאטמאר זצ"ל איז געזיצן בראש

ממשמע שנאמר "מיר בעטן פרייהייט פון רעליגיע" איז שוין גענוג, אבער אויף די שילד שטייט "אלעס וואס מיר בעטן" הוא ולא אחר, און די אלע נייע קנאות איז פלפולי הבל אפילו לשיטתו פונעם אבי הקנאים.

פלעין יודיש » מאנטאג מערץ 10, 2014 3:22 pm

· #189877
איז א שאד אז מ'האט געדארפט אריינשרייען צו די מידיא וכו

יואליש » מאנטאג מערץ 10, 2014 5:04 pm

· #189895
סעוועדזש אויף 770 איבער די עצרת און גיוס בני ישיבה. א קאלער, מנחם, איז מסביר בחורים "דעד סיט ענד לורען" ברויכן נישט דינען אין מיליטער. א באקאנטע טעות צו פארמישן סטאדי מיט לורען

מאטי » מאנטאג מערץ 10, 2014 6:09 pm

· #189917
סטודי איז כולל אלע חכמת, לערנען איז א הייליגע באגריף נאר פאר תורה.

שטילע אינגערמאן » מאנטאג מערץ 10, 2014 8:37 pm

· #189954
זייט אוישוויץ איז נאכנישט געווען אזא געפאקטע טרעין מיט אידן.
📎 BiXrInDCYAAUJoR.jpg

נחום אויפן וועג צום עצרת
📎 BiXj_2CCcAAIqXg.jpg

יואליש » מאנטאג מערץ 10, 2014 10:38 pm

· #189965
די פרעזטיזשפולע ברייער לעהרער ווידמעט א סעגמענט איבער די עצרת. א פרוי ברענגט אויף די "סיט ענד לורען."

kliger » דינסטאג מערץ 11, 2014 4:13 pm

· #190088
יואליש
סעוועדזש אויף 770 איבער די עצרת און גיוס בני ישיבה. א קאלער, מנחם, איז מסביר בחורים "דעד סיט ענד לורען" ברויכן נישט דינען אין מיליטער. א באקאנטע טעות צו פארמישן סטאדי מיט לורען


<a class="postlink" href="http://www.youtube.com/watch?v=ytTSVkt29vc&list=PLGbRS0PZcl97Y6od_ZSr41RbkCMr11oan&feature=share&index=2">http://www.youtube.com/watch?v=ytTSVkt2 ... re&index=2</a>


<a class="postlink" href="http://www.youtube.com/watch?v=FOBYQSVAAd8&feature=share&list=PLGbRS0PZcl97Y6od_ZSr41RbkCMr11oan&index=3">http://www.youtube.com/watch?v=FOBYQSVA ... an&index=3</a>

<a class="postlink" href="http://www.youtube.com/watch?v=oskdI__imPE&feature=share&list=PLGbRS0PZcl97Y6od_ZSr41RbkCMr11oan&index=4">http://www.youtube.com/watch?v=oskdI__i ... an&index=4</a>

kliger » דינסטאג מערץ 11, 2014 4:29 pm

· #190093
איינער וואס רעדט נישט צום זאך און ער רופט אריין, פארשעמט אונז אלע!!
שוטה וואס דו ביסט!!!!! דו ביסט א פאררעטער פאר אונז אלע און די מאכסט א חילול השם איום ונורא!!!!
מען דארף נאך גיין ווער זיי זענען און מפרסמים עושי עוולה!

גנדי » דינסטאג מערץ 11, 2014 4:48 pm

· #190096
kliger
איינער וואס רעדט נישט צום זאך און ער רופט אריין, פארשעמט אונז אלע!!
שוטה וואס דו ביסט!!!!! דו ביסט א פאררעטער פאר אונז אלע און די מאכסט א חילול השם איום ונורא!!!!
מען דארף נאך גיין ווער זיי זענען און מפרסמין עושי עולה!


די אלע וואס רופן אריין זאגן נאך וואס די רבנים/עסקנים האקן אין קאפ ביי די דרשות און די שרייבערס ספינען אין די צייטונגען.

זיי נישט ברוגז אויף די רופער.
אויב דער רופער פארשעמט אונז אלע - מיינט דאס אז אונזער לאגיק איז פארשעמט!

זאלן אונזערע מנהיגים אריינרופען - וועלן מיר ווערן ווייניגער פארשעמט?

שעפטל » דינסטאג מערץ 11, 2014 5:20 pm

· #190108
כ'וואלט דא פשוט געבלעימט די אגודה, זיי האבן פאריפן דעם פראטעסט, אפפפס עצרת און זיי האבן נישט ארויסגעשטעלט קיין ווארט זאגער וואס זאל זיך ארומדרייען צווישן די מאסן (וואטעווער די נאמבער איז...) מענטשן און פיטערן די הונגעריגע מידיא ריפארטערס וואס האבן געלעכצט נאך א ווארט פארוואס אזויפיל (וואטעווער די נאמבער איז...) חסידישע מענטשן האבן באשלאסן איבערצונעמען דאונטאון מאנהעטען. ר' חיים דוד צוויבל האט מסתמה געהאלטן אז יעדער ווערט ווארטן אויף זיין קלאסינג סטעיטמענט... און ר' יוסל ראפאפארט איז אויך נאר געשטאנען מער אויבן אן

אודאי האבן זיך די נטרונא חברה צוגעכאפט דערצו און געגעבן זייערע ווארע פאר די מידיא.

צו דעם קאסט א גרעסערע פרייז אז יעדער מיט שתי שערות כאפט זיך דעם מייק און זאגט זיך אפ זיינע בויך קרעמפן פאר די חברה און זיי וועלן דאס נאך אלס לצנותא ד.... יענץ דייקא ארויפלייגן

ישמעאל הכהן » דינסטאג מערץ 11, 2014 5:36 pm

· #190113
kliger
איינער וואס רעדט נישט צום זאך און ער רופט אריין, פארשעמט אונז אלע!!
שוטה וואס דו ביסט!!!!! דו ביסט א פאררעטער פאר אונז אלע און די מאכסט א חילול השם איום ונורא!!!!
מען דארף נאך גיין ווער זיי זענען און מפרסמים עושי עוולה!

זיי האבן אלע גערעדט צום זאך, סעווזש איז סתם א דעמאגאג וואס לאזט נישט אויסרעדן און איז נישט אינטערעסירט אינעם אמת.

יואליש » דינסטאג מערץ 11, 2014 6:07 pm

· #190118
יעדער האט א רעכט צו הייערן פי אר קאנסולטענטס צו פארקויפן א אויסגעשניצטע ספין, אבער צו באשולדיגן די מידיא פארן באריכטען די תמימות'דיגע בחורים'ס מייינונגן וואס מ'פיטערט זיי, און וועלכע איז פיל נענטער צו די ווארהייט, איז א חידוש אין באשולדיגן די מעסענדסשער. אז מיר שעמען זיך פון די גאס, וואס זיכן מיר אויף די גאס?

יין שרף » מיטוואך מערץ 12, 2014 1:18 am

· #190229
וויען רב האט ביי די ז' אדר דרשה ארויסגעברענגט די ווייטאג פון ווארפן בחורים פון ישיבת, און די ישיבת וואס זיכן נאר צו האלטן מציונים, און ערווענט אז ווער ווייסט צו די גזירות גיוס בני ישיבת איז נישט פארדעם געקומען אויף כלל ישראל...

יונה כהן » מיטוואך מערץ 12, 2014 2:54 am

· #190233
שעפטל
כ'וואלט דא פשוט געבלעימט די אגודה, זיי האבן פאריפן דעם פראטעסט, אפפפס עצרת און זיי האבן נישט ארויסגעשטעלט קיין ווארט זאגער וואס זאל זיך ארומדרייען צווישן די מאסן (וואטעווער די נאמבער איז...) מענטשן און פיטערן די הונגעריגע מידיא ריפארטערס וואס האבן געלעכצט נאך א ווארט פארוואס אזויפיל (וואטעווער די נאמבער איז...) חסידישע מענטשן האבן באשלאסן איבערצונעמען דאונטאון מאנהעטען. ר' חיים דוד צוויבל האט מסתמה געהאלטן אז יעדער ווערט ווארטן אויף זיין קלאסינג סטעיטמענט... און ר' יוסל ראפאפארט איז אויך נאר געשטאנען מער אויבן אן

אודאי האבן זיך די נטרונא חברה צוגעכאפט דערצו און געגעבן זייערע ווארע פאר די מידיא.

צו דעם קאסט א גרעסערע פרייז אז יעדער מיט שתי שערות כאפט זיך דעם מייק און זאגט זיך אפ זיינע בויך קרעמפן פאר די חברה און זיי וועלן דאס נאך אלס לצנותא ד.... יענץ דייקא ארויפלייגן


בלעים נישט אגודה, אגודה האט פשוט געהאלטן ווארט פון נישט רעדן צו די מידיא דהיינו בשם אגודה קיין שום זאך מחוץ דעם סטעיטמענט וואס מהאט פארגעליינט.
און טאקע דא אין דער קליפ זאגט מען נאר וואס מ'האט פון פאראויס מסכים געווען

<a class="postlink" href="http://mobile.mako.co.il/news-channel2/Channel-2-Newscast/Article-bec0e42856da441004.htm">http://mobile.mako.co.il/news-channel2/ ... 441004.htm</a>

נאה דורש » מיטוואך מערץ 12, 2014 7:54 am

· #190237
From AP


JERUSALEM (AP) - Israeli lawmakers passed a contentious law on Wednesday meant to draft ultra-Orthodox Jews into the military, the culmination of a drive for reforms that has seen mass protests by the religious community in Israel and beyond.
The issue of conscription of the ultra-Orthodox is at the heart of a cultural war in Israel. The matter featured prominently in elections last year that led to the establishment of the center-right government, which has pushed for the new legislation.
Wednesday's vote passed 67-1 in the 120-member Knesset. Opposition lawmakers - all 52 of them - were absent, boycotting the vote to protest what they say are strong-arm tactics by the ruling coalition meant to push through a series of laws in parliament this week.
"The change begins tomorrow morning and it is expected to transform the face of Israeli society unrecognizably," said Yaakov Peri, from the Yesh Atid party, which has led the drive for draft reforms.
Since Israel's founding in 1948, the ultra-Orthodox, who make up about 8 percent of Israel's 8 million citizens, have largely been allowed to avoid military service in order to pursue religious studies. In contrast, most secular Jewish men perform three years of compulsory service.
The stark difference in the society continues well into adulthood. Older religious men often don't work and collect welfare stipends while continuing to study full time.
The ultra-Orthodox insist their young men serve the nation through prayer and study, thus preserving Jewish learning and heritage. But the exemptions have enraged secular and modern Orthodox Israelis who say the ultra-Orthodox are not doing their fair share.
Proponents of the law say looping the ultra-Orthodox into the military will lead to their further integration into the workforce.
Israel's central bank chief and international bodies, such as the Organization for Economic Cooperation and Development, have warned that high unemployment in the ultra-Orthodox and Arab sectors threatens Israel's economic future.
Under the law, the army would be required to draft an increasing number of ultra-Orthodox Jews each year, with the goal of enlisting 5,200 ultra-Orthodox soldiers - roughly 60 percent of those of draft age - by mid-2017. Israel would grant financial incentives to religious seminaries that send their students to the army.
If the ultra-Orthodox community does not meet that quota by then, the law calls for mandatory service for ultra-Orthodox Jews and criminal sanctions for draft-dodgers.
The legislation has sparked large demonstrations by the ultra-Orthodox, including a rally last week in Jerusalem that drew hundreds of thousands of people. Early this week, tens of thousands of ultra-Orthodox Jews in New York protested against the legislation.
But some secular groups have also complained, both because it will take three years for the law to fully go into effect and because it falls short of the near-universal conscription required of other Israeli men.
The draft issue is part of a broader debate about the role of religion in Israel. With poverty and unemployment high in the religious sector, voices have emerged criticizing the ultra-Orthodox education system, which minimizes studies of subjects like math and English in favor of religion.
The ultra-Orthodox have also come under fire for attempting at times to impose their conservative values, such as separation of men and women, on the broader population. Ultra-Orthodox rabbinical authorities also hold a monopoly over rituals like weddings and burials.
Coalition members praised the law, but emphasized the need for unity after the vote.
Yitzhak Vaknin, a lawmaker with the opposition Shas, an ultra-Orthodox party, said he opposed the law because of the criminal sanctions.
"We understand there is a need to participate in things, but there is also a great duty of the people of Israel to study Torah," he said.

קאווע טרינקער » מיטוואך מערץ 12, 2014 10:53 am

· #190264
וועלכע בילדער דא געהערן צו די פורים אפטיילונג?

אויס מענטש » מיטוואך מערץ 12, 2014 2:08 pm

· #190297
אין אנדערע נייעס ווערט באריכטעט אז דער פרעסטיזשפולער דזשורנאליסט יורי יאנאוו איז פארשיקט געווארן פון זיין אמט פון די דזשואיש פרעס פארן מיסברויכן די רעכטן פון דעם חרדישן ציבור און באריכטן דעם פראטעסט אויף א נעגאטיווען אופן.
אט האט איר די קעפל פון די דזשואיש פרעס וואס האט פאראורזאכט דעם סומעטאכע
דא
פילייכט באטראכט ער זיינע ווייטערדיגע אפציעס און זיין קאנדיטוטור ווערט שטארק באטראכט צו זיין דער 1500 ניק און שרייבער און דיכטער אין די וועלט בארימטע קאווע שטיבל בלאג.

א שטיקל באריכט איבער די סומעטאכע

NEW YORK – The Jewish Press, the largest and oldest Orthodox newspaper in the U.S., fired one of its most prominent writers Monday after publishing an opinion article critical of the Haredi community. Before firing the reporter, Yori Yanover, the politically right-wing publication pulled the article and apologized for it, calling its own headline “incendiary and insulting.”

While the newspaper’s executives say that Yanover was fired for being offensive one time too many, he says that The Jewish Press bowed to “the Haredi version of BDS.”

Yanover, who wrote for The Jewish Press from Netanya since moving to Israel with his family two years ago, published his sharply worded article early Monday with the headline, “50 Thousand Haredim March So Only Other Jews Die in War.” In it he took aim at the tens of thousands of ultra-Orthodox Jews who participated in a prayer rally in lower Manhattan on Sunday against Israel’s plan to draft Haredim.

The reaction to his piece was fast and fierce, said Naomi Mauer, publisher of The Jewish Press.

“There was a mass hysteria,” she said in an interview with Haaretz. “Everybody was aggravated, most of all we were. We were getting more phone calls and emails than we could handle. Some people were irate about the article, and other people were saying ‘go for it.’”

Haredi website The Yeshiva World News quickly posted an editorial saying Yanover’s article “had a headline befitting Der Sturmer Magazine, not The Jewish Press.” The editorial went on: “Never before has the thoughts of so many sages been trampled upon with such hatred.”

“For heavens’ sake,” Yanover said in response to the Der Sturmer comparison. “They pull out the Auschwitz pajamas every time someone says something they don’t like. I am the son of a Holocaust survivor.” His article, he said, “was not an anti-Semitic statement but an anti-Haredi leadership statement.”

In response to the furor, Yanover’s prayer rally article was yanked, as “at least 10” of his other pieces have been over the past year or so, Yanover told Haaretz. Soon after that, The Jewish Press fired him.

This is “Haredi BDS, against Zionists who talk back,” said Yanover, whose writing is often snarky and frequently insightful. “They use serious economic power to twist the arms of an aging newspaper simply because they can.”

When his philosophical musing on the murder of Satmar property owner Menachem Stark was published in January, it too was quickly pulled off The Jewish Press’s website – because a Jewish Press advertiser, who had been a yeshiva classmate of Stark’s, threatened to pull his business from the paper, Yanover said.

In response to Yanover’s prayer rally article, Mauer said, “no advertisers threatened to pull out. We have gotten a lot of emails from people and advertisers criticizing the article on the website. On the other hand, we get a lot of emails from people and advertisers all the time about articles they feel are overboard. This particular episode in our opinion showed us that we can’t trust Yori to tone down his rhetoric.”

It was, Jewish Press general manager and managing editor Jerry Greenwald told Haaretz, “the last straw.”

Whether or not Yanover’s firing has more to do with his brash style or political pressure, the episode exposed Orthodox community fault lines, as a growing Haredi community that is, on the whole, non-Zionist wields increasing influence in contrast to a fervently pro-Israel modern Orthodox community, whose voice has long been represented by The Jewish Press.

The Jewish Press, whose outgoing voicemail message says it is “America’s largest Jewish weekly,” has print circulation of 50,000 copies a week and, according to Greenwald, online readership of 2 million views each month.

Mauer’s father, Rabbi Sholom Klass, and his father-in-law, started The Jewish Press as a weekly newspaper in 1960 out of an industrial space located at the edge of Park Slope, Brooklyn, N.Y. The newspaper’s offices moved to Borough Park several years ago. Rabbi Meir Kahane was its editor for a short time and a columnist for many years, until his murder in a Manhattan hotel ballroom in 1990. Ronald Reagan was also a Jewish Press columnist at one time.

But while it was for decades the most prominent Orthodox newspaper, it is now part of an increasingly crowded Orthodox media landscape, which also includes Haredi newspapers Hamodia and Yated Neeman.

“The Jewish Press has lost ground to other print media, especially in the Haredi part of that market and is battling to stay relevant in a paper printed on Tuesday night that is being read on Friday night,” said Elie Rosenfeld, the CEO of Joseph Jacobs Advertising, an ad agency specializing in Jewish media. The “Haredi community’s influence is growing in the media landscape as it is in the political landscape.”

Yanover agrees. The Jewish Press’s share of the market “has been cut aggressively by Mishpacha and Ami magazine on the Haredi side, which both have very attractive products. They are killing them” in terms of readership, he told Haaretz. In modern Orthodox communities in the Five Towns on Long Island, in Queens and New Jersey, “modern Orthodox publications are doing the same thing from the left.”

The Jewish press has “been under siege for the last several years. The only thing they know is to capitulate to the money that still comes in,” said Yanover, who was born in Israel, served in the Israeli army and came to the U.S. at 21 to attend NYU film school. He was the editor of Lubavitch News Service from 1998 to 2001, and in 2008 published a quirky work of fiction called “The Cabalist’s Daughter.”

At the end of the day, firing Yanover was not a result of Haredi pressure, Mauer told Haaretz. “He definitely was one of the popular writers on the site, but there is a point where someone crosses the line and has to use seichel (common sense).”

גאלד » מיטוואך מערץ 12, 2014 2:58 pm

· #190308
א עד וואס גייט לויפן היינט אויף 770 WABS

<a class="postlink" href="http://www.truetorahjews.org/images/radiomarch2014.mp3">http://www.truetorahjews.org/images/radiomarch2014.mp3</a>

פישלע העררינג » מיטוואך מערץ 12, 2014 5:07 pm

· #190340
שמעקעדיג'ס כינוס כלל ישראל
אז מען איז שוין עוסק אין עצרת'ן און כינוסכללישראל'ס, איז כדאי דא צו לייגן א לינק און צוריק ברענגען ממות לחיים א גאונ'ישע שטיקל וואס אונזער באליבטע @שמעקעדיג האט ארויפגעשטעלט ווען קאווע שטיבל איז נאך געגאנגען פעמפערס. דער שטיקל באזירט זיך איבער א כינוס וואס מען ברויך צו מאכן איבער א זייער וויכטיגע טעמע. לייענט און האט הנאה.

http://kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=85420#p85420

היסטארישע אסיפת כלל ישראל, שטרענג פארבאטן צו אפנעמען די פאסט פרייטאג!
עש"ק בה"ב, שנת תשפ"ח.
דורך: בערל אנאנים.

ווי באקאנט, אין די לעצטערע יארן, זעהט זיך אן א שוואכקייט אין די דינערן און בליצן פון אונזערע היימישע מוסדות. וואס א יאר שפעטער, פאלן די דורות, ווייניגער מענטשן ערשיינען צו די מעלאווע ד'מלקות, טראץ דעם וואס עס ווערט סערווירט הייסע בעגעלס, פרישע פיצע און סושי, און אנדערע מעדנים און כל מיני דיפס און סאלאטן בשמותם הנרדפים ליודעי חן.

די עסקנים זענען פרוסטרירט, די הנהלה גשמי פון אלע מוסדות'ער שטייען און פארקלאפן מיט די הענט, זיי האבן שוין פרובירט אלע מיטלען, ווי סערווירן די בעסטע עסנווארגן, אראפרופן בדחנים וועלכע מאכן וויצן, זינגערס און קווייערס, טייערע גורלות, קענסלען די באורינג דרשות, לייגן שיינע סיינס מיט פראכטיגע גראפיקס, אבער אן ערפאלג. דער עולם ערשיינט נישט, מען באווייזט זיך נישט דאס פנים. א שאנדע!

די לעצטע חדשים האבן זיך צוזאמענגענומען א רייע מוסדות'ער אויף א אסיפה נחוצה דחופה וחרופה, מיט א טייל קאנסאולטענס, צוזאמען פרובירן אויסצוטרעפן בשל מי הרעה הזאת, וואס איז די סיבה פאר דעם פארקלענערטן עולם, בשעת דער היימישער ציבור מערט זיך מיטן נאטורליכן וואוקס, עס איז שוין דא באלד דאפעלט משפחות זינט תשע"ג, און אנשטאט די מסיבות זאלן ווערן מער אנגעפילט, פאסירט די פארקערטע, צום אנטוישונג פון די מוסדות הקדושים.

נאכן אדורכשמועסן אלע מעגליכע סיבות, איז מען געקומען צו די מסקנא, אז דער שולד איז: די פאסט! יא, גענוי אזוי ווי איר הערט, די פאסט!

נאך א אנקעטע און אויספרעגן די עלטערע אידן פון אמאליגע צייטן, תשע"ג יארן, בשעת עס פלעגן זיך באטייליגן א ריזיגע עולם ביי יעדע מלוה מלכה, איז מען דערגאנגען אז די גרעסטע שטופ פארן עולם צו גיין צום דינער איז געווען דאס עפענען מוצש"ק דעם פאסט קעסטל, און מיט א רואיגקייט האבן זיי אדוכגעלייענט דעם רייכן פראגראם וואס ערווארט זיי, און גלייך נאך הבדלה האט מען זיך אנגעטאן דעם אויבערראק (דעמאלס האט עס נאך געהייסן 'רעזשוואלקע' ביי א טייל, ע"פ רוב ביי די דאזיגע וואס זייערע פרויען האבן גערופן דאסטערס "פאנזשעלויס", און די סליפערס "פאפוטשן"), און זיך ארויסגעלאזט צו מלוה דמלכה'ס צו געבן און צו באקומען.

פסיכאלאגן האבן באשטימט, אז די צייט פון לייענען די אינוויטאציעס איז געווען אויסגעצייכענט! מוצאי שבת, ווען דער קאפ איז רואיג, דער קערפער אויסגעשלאפן, נישטא קיין דאגות, קיין ארבעט, איז געווען די בעסטע צייט צו לאדענען דעם ציבור (פארן יונגערן דור: דאן אין יענע צייטן פלעגט מען נאך דעליווערן פאסט אום שב"ק). היינט נעמט מען אפ די פאסט פרייטאג, ווען דער קאפ איז נאך מלא דאגות, מען האלט נאך בעפאר כניסת השבת אינמיטן די הכנות אויפן גרעסטן פארנעם און ברען, און מען שמייסט דעם אינוויטעשיאן אין מיסט, און ביז מוצ"ש האט מען שוין לאנג פארגעסן פון אלעם. און דאס איז גורם די אויסגעשפילטע מלוה מלכה'ס יעדע וואך.

מיט א צובראכן הארץ זענען די מנהלים אריין צו זייערע רבי'ס, די ראשי גולת אריאל, און זיך אויסגערעדט זייער פארביטערט הארץ, ואף הם מתכוין לעומתם, ווער דען שפירט דעם געלט פארלוסט אזוי שטארק ווי די רבי'ס אליין, וואס די פינאנציעלע דאגה פון די מוסדות ליגט דאך על שכמם הקדושים, די הייליגע פלייצעס, אינאיינעם מיט אנדערע צרות ישראל.

פארגאנגענעם חודש איז געווען א אסיפה פון טויזענט רבנים, אלע זענען געקומען להתייעץ ולטכס, אנצונעמען די ריכטיגע מיטלען און ראטעווען די דורות הבאים פון אונטערגאנג. "אנע מוסדות, איז כלל ישראל דערנאך" האט דער קאטפעלער רבי געדונערט; "אזא קאטאסטראפע וואס מען וועט נישט קענען ראטעווען" האט זיין פעטער, דער מו"ץ פון פרימיזעץ געשריגן פון טיפן הארצן, און האדמו"ר ממילק שעיק האט מנהמת לבו הטהור אויסגעבראכן אין א געוויין, "מיר וועלן האבן ליידיגע פארענטשעס קומענדיגן דור, אויב וועט דער מצב ווייטער אזוי אנהאלטן חס וחלילה"..

נאך א שטיקל דין ודברים, ווי מ'האט נושא ונותן געווען געווען אין דעם ענין, איז באשלאסן געווארן צו שטרענג פארבאטן דאס אפנעמען די פאסט אום פרייטאג! די רבנים האבן תיכף ומיד אויפן פלאץ גע'חתמ'עט א קול קורא אז "דעתינו, דעת תורה" פון היינט און ווייטער איז אסור אויפצופיקן ערב שבת די פאסט, און וועמען מען וועט כאפן אזוי טון, וועט מען ארויסווארפן די קינדער פון די מוסדות.

גראדע האט איין עסקן גע'טענה'ט אז אויב ווארפט מען ארויס קינדער, מאי הועילו חכמים בתקנתם, עס וועלן דאך אזוי ארום זיין ווייניגער מענטשן ביי די דינערס, אבער די רבנים האבן דאס אפגעווארפן און געזאגט אז יעצט קען מען נישט קוקן אויף לאגיק, מען מוז איינצוימען דעם פראבלעם בעפאר עס גייט אינגאנצן ארויס פון קאנטראל. א צווייטער עסקן האט פארגעשלאגן אז מען זאל אפשר ארויסשיקן מוצאי שבת אימעילס, אבער די רבנים האבן אים ארויסגעווארפן בשן ועין נאר פארן אויפברענגען אזא געדאנק. "אונזערע חסידים האבן נישט קיין אימעיל, און זיכער נישט אינדערהיים", האט איינער פון די צדיקי הדור, וועלכער האט געבעטן צו בלייבן אנאנים, זיך געבייזערט, ואורייתא קא מרתחא ביה. "און קיינער גייט דאך נישט אריין אין די ביזנעס מוצאי שבת"! און ביי דעם איז עס געבליבן.

נעקסטע וואך וועלן אלע תלמידים אהיימברענגען פראגע בויגענס פאר די עלטערן וואס זיי וועלן מוזן אויספילן. גלייכצייטיג פארמירט זיך שוין א "וועד לבי דואר סמוך לכניסת שב"ק", וועלכע וועלן אדורכגיין בכובד ראש יעדע איינציגע אפליקאציע, און פארלאנגען א חתימה סיי פון די טאטע און סיי פון די מאמע אז אלע פאסט וואס קומט אן פרייטאג וועט נישט געעפענט ווערן בעפאר שב"ק.

די מנהלי המוסדות זענען זייער פרייליך, און זעהען שוין די טויזענטער פארזאמעלטע און די טויזענטערס גיסן זיך. זיי זענען דאנקבאר פארן רבש"ע אז ער האט אונז צוגעשטעלט דור ודור ומנהיגיו, די געטרייע פאסטוכער וועלכע פארלאזן אונז נישט אפילו אין די שווערסטע צייטן, וברוחב בינתם גיבן זיי כסדר ארויס פראקטישע תקנות פאר אונזער טובה, און פאר די טובה פון אונזערע דורות. אשרי העם שככה לו! אשרינו מה טוב חלקינו!

פדה ה' את יעקב

שמעקעדיג » מיטוואך מערץ 12, 2014 6:34 pm

· #190362
הא הא פישעלע, דערמאנסט מיר אלטע גוטע צייטן... א דאנק.
ס'כדאי צו באטאנען אז דאס האב איך געשריבן דאן ווען ס'האט געהייסן אז מען גייט מבטל זיין דאס דעליווערן פאסט אום שבת, און דאדורך וועלן די מוסדות מוזן שיקן די איינלאדענונגען מיט א טאג פריער.

מ גפני » מיטוואך מערץ 12, 2014 7:07 pm

· #190365
פישל'ע העררינג
ווען קאווע שטיבל איז נאך געגאנגען פעמפערס

😂 😂 😂 @פישל'ע העררינג ווערט בעסער פון טאג צו טאג

יואליש » מיטוואך מערץ 12, 2014 10:52 pm

· #190400
גאלד
א עד וואס גייט לויפן היינט אויף 770 WABS

<a class="postlink" href="http://www.truetorahjews.org/images/radiomarch2014.mp3">http://www.truetorahjews.org/images/radiomarch2014.mp3</a>


כ'האב עס היינט געהערט שפילן אויף 770, און כ'האב מיך אפגעשטעלט ביי די ווערטער:

How irinic, that the so-called "Jewish state" has become the most difficult place for Orthodox Jews to practice Judaism.


סארא הייפערבאליע! מדינת ישראל איז א פלאץ ווי רעליגיעזע פראקטיצירונגן טוהט נישט נאר שפרודלן נאר עקספלאדן. כ'רעדט שוין נישט פון די אלגעמיינע שוואונג צו אידישקייט, נאר אפי' אולטרא-ארטאדאקסיע, חרידים, האבן די מעגליכקייט צו פראקטיצירן אין א געזעלשאפט וואס איז אומפאראלאלט. תורה פראקטעצירונגן אין געוויסע פעלער איז אפי' ענפארסירט דורך די רעגירונג, דין תורה און רבנים האבן א כוח אויפן ציבור וואס אמעריקע וואלט גע'חלום'ט צו האבן.

הוגה » מיטוואך מערץ 12, 2014 11:34 pm

· #190406
די עולם רעדט זיך אפ איבער די נער'ישע סטעיטמענטס וואס מאנכע באטייליגער האבן געגעבן פאר די מידיע בשעת די עצרת אדער נאכדעם אויף די טאלק שאוס. איך פארשטיי נישט פארוואס מען האט טענות. סך הכל האבן זיי איבערגעגעבן די ערקלערונג וואס זייערע מנהיגים האבן זיי געגעבן. די הארבע שאלה איז באמת פארוואס טאקע האט מען געמאכט די עצרת? קיין איינער קען עס נישט מסביר זיין. פארדעם בין איך נישט געגאנגן. ביי מיר איז דאס גאנץ פשוט. אויב ביסטו נישט אקעגן די עקזיסטענץ פון די מדינה האט די גאנצע זאך נישט קיין פשט. ווילסט נישט דינען אין די מיליטער דאן וואוין נישט דארט. רוף אן די בעלזער אז ער זאל דיר פארבונדן מיט אן אמעריקאנער סענעטאר און אימעגריר קיין אמעריקא. דו ווילסט דארט וואוינען, יענעמ'ס קינדער זאלן שטארבן דיר צו באשוצן אז זאלסט קענען לעבן און לאכן. גיי זיי דאס מסביר פאר עני רעכט דענקיגע פערזאן.



.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג מערץ 13, 2014 4:40 pm

· #190536
טאמער איינער פון די חשוב׳ער מיטהאלטער׳ס אין ק׳׳ש קען א וועג ווי מ׳קען אליינס מעסטען וויפיל מענטשען זענען געווען ביי א פראטעסט, אדער מיט Software וואס קען ציילען פנים׳ער, אדער וואס קען מאכען א חשבון לויט׳ן ברייטקייט פונ׳ם פלאץ ווי מ׳געפונט זיך, וואלט איך געווען זייער דאנקבאר. אזוי וועט מען זיך נישט זיין געוואנדען אויף עסקנים/עשקנים אדער צייטונג שרייבער צו מאכען חשבונות לויט זייערע נגיעות. דער זאגט15000 און דער זאגט100000 כפי זייערע בויכווייטיג.

נאטרוליסט » דאנערשטאג מערץ 13, 2014 4:53 pm

· #190539
די NYPD האט אינטערנעל אנאליסיס און אייגענע שאצונגען וויפיל מענטשן עס זענען דא ביי יעדע דענאסטראציע. זיי געבן עס אבער נישט ארויס פאר'ן פובליק, פשוט ווייל די ארגאנזירער זאגן אז די פאליס שאצט-אונטער די עכטע צאל.

פיינע קאווע » דאנערשטאג מערץ 13, 2014 5:01 pm

· #190542
אפשר מאכט מען אז יעדער מעמבער דא זאל זאגן וואס ער שאצט - ביטע זאגט וואס איר האלט באמת - לאזט ארויס אייערע געפילן.
אני הק' האלט עס איז געווען צווישען 10 און 15 טויזענט.
בלאט: 1 2 3 4 5