@קליגער אינגערמאן גארנישט גארנישט בנושא בחורים פון א פרעמדן פלאץ. ס'קומט פאר אזוי ווי א גביר טיילט צדקה פאר ארימעלייט אין שטאט און זיינע אייגענע קינדער הונגערן. קאמאן סענס.
עצרת עשרת אלפים - זונטאג פרשת צו אין מאנהעטן
208 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6012
שטילע אינגערמאןאיז עפעס ראנג מיט מיך? ס'פאלט מיך נישט אן אין מיין ווילסטען חלום צו גיין?
שטאם איך אפשר פון גוים? מיינט דאס אז מיין זיידע איז א גר? ווי קומט צו מיך אזא קאלטקייט ווען יעדער איז אזוי ווארעם?
וואס איז מיין עצה? בודק זיין מיין תפילין אדער מזוזות? ביטע העלפט ארויס, כ'פיהל ווי א חצי נכרי
מוז זיין אז די ביסט געגאנגען היינט אין א קאלטע מקוה ווייל די אידן וואס האבן זיך געווייקט אין די הייסע מקוה זענען יא ווארעם צום עצרת
פאטעטע קוגל[ציטאט אראפגענומען]
זאלסט מיך מוחל אבער אויף דיין בילד קוקסטו אויס צו זיין אביסל אן אנגעזהענער מענטש מיט א שכל הישר אבער דיין תגובה זאגט מיר אז די ביסט גאר ווייט פין דעם.
קודם כל מה ענין שמיטה אצל הר סיני, וואס האט ווארפן אלטע בחורים מיטן גזירת גיוס? לאמיר זאגן אז די ביסט גערעכט אז מ'האט געטוען אן אומרעכט איז וואס? טאר שוין נישט וויי טון אז אין ארץ ישראל וויל מען נעמען יעדער אין מיליטער? אתמהה
צווייטנס, די מיינסט אז נאר אין אמעריקע דרייען זיך ארום אזעלעכע אלטע בחורים ווי דיר וואס זענען אויף גערעגט אויפן סיסטעם, אין ארץ ישראל איז דא זעלבע שווארץ קוקערס אין טענ'ט אוי
ך אז אלע רבנים אין ראשי ישובות זענען משחיתים וואס זייער איינציגער ציל איז ארויסווארפן בחורים אין זיי צוברעכען... ער פרעגט ד זעלבע קשיא ווי דיר, היתכן מ'גייט מוחה זיין קודם זאלן די רבנים זיך אליין קער נעמען, אין למעשה וועט יאיר לפיד פאטשען די בויך אין אויפקומען יעדען טאג מיט עפעס אנדערש אין מ'קען גארנישט זאגן וויין ס'דא ראשי ישובות וואס ווארפן אלטע בחורים.
אז די ביסט אויפגערעגט אויפן סיסטעם מאך דיר מארגן אן אייגענע עצרת (פארשטייט זיך צוזאמען מיט ארי מאנדל רח"ל) אנקעגן די משגיחים וואס ווארפן ארויס אלטע בחורים.
דיין טענה האסטי געקענט שיין ארויס ברענגן אין צוויי דריי שירות. סתם אטאקירן א צווייטן איז נישט אקצעפטירט און ברענגט אראפ די ניווא פון ק"ש
נו? וויפיל אזייגער פארט מען ארויס??
ראביי סליפקין פארפירט אן אויפהער
<a class="postlink" href="http://www.rationalistjudaism.com/2014/03/a-time-to-weep-time-to-smile.html">http://www.rationalistjudaism.com/2014/ ... smile.html</a>
<a class="postlink" href="http://www.rationalistjudaism.com/2014/03/a-time-to-weep-time-to-smile.html">http://www.rationalistjudaism.com/2014/ ... smile.html</a>
איך וואלט זייער שטארק געוואלט גיין. די נושא פון גיוס בני ישיבה אידאך א גזירת שמד וכליון, און עס קרענקט מיר אויפן הארץ טאג און נאכט אזש איך קען פשוט נישט שלאפן. די פראבלעם איז אבער אז מיין רבי'ס ברודער/שוואגער/נעפיו האט אונטער גע'חתמ'ט אויפן צעטל. שוין, אפשר נעקסטע מאל.
.
.
איינער קען ביטע איבערגעבן אין קורצן וואס מ'האט נעכטן געזאגט בייט די בני יואל אסיפה וואס איז זייער טענה בקיצור נמרץ קעגן זיך אנשליסן אין די עצרת, איך בין באמת נייגעריק,
נאך דער עצרת וועט מען פונטקליך מסביר זיין 😃 👍
אויף ספר הפנים שרייבט איינער. דאס אויסשטעלן אן עצרת תפלה וואו צענדליגער טויזענטער אידן וועלן דאווענען דייקא אויף וואל סטריט, צייגט ווי איגנארענט די מארגני העצרת זענען צו די stereotypes אויף אידן.
🙄
🙄
איך האב א מורא׳דיגער פלאן. זאלן זיך די אלע בחורים וואס זענען ארויסגעווארפן געווארן פון א ישיבה צוזאמען נעמען און זאגן ״אויב האבן מיר נישט קיין ישיבה ביזן קומענדיגן זמן גייען מיר אריין אין צה״ל. יעדער בחור זאל ארויס שרייבן וועלכער ראש ישיבה האט אים ארויסגעווארפן און אזוי וועט מען צוטיילן קרעדיט פאר דיזע ראשי ישיבות לויט וויפיל בחורים זיי האבן אריינגעשטעלט אין צה״ל. סוף כל סוף וואס זענען די בחורים שולדיג אז א היימישער איד מיט א לאנגע בארד וואס האקט אויף ציונות האט זיי ארויסגעווארפן פון ישיבה, און נישט יאיר לפיד.
דער סדר פון מוחה זיין איז אז מ׳מעג נאר טוהן לשם שמים. איינער וואס איז גרייט מוחה זייין אויף יענעמ׳ס שמוץ און אויף די אייגענער איז שא-שטיל, ווען מ׳איז נאר מוחה ווען ס׳איז לייכט און ווען ס׳איז שווער און דער בעל העוולה איז א היימישע וואס מ׳דארף זיך נאך אויסקומען מיט איהם איז מען אווא׳׳ל, איז קענטיג אז ס׳איז נישט לש׳׳ש און מ׳דערווייטערט זיך.
מאטיאיך האב א מורא׳דיגער פלאן. זאלן זיך די אלע בחורים וואס זענען ארויסגעווארפן געווארן פון א ישיבה צוזאמען נעמען און זאגן ״אויב האבן מיר נישט קיין ישיבה ביזן קומענדיגן זמן גייען מיר אריין אין צה״ל. יעדער בחור זאל ארויס שרייבן וועלכער ראש ישיבה האט אים ארויסגעווארפן און אזוי וועט מען צוטיילן קרעדיט פאר דיזע ראשי ישיבות לויט וויפיל בחורים זיי האבן אריינגעשטעלט אין צה״ל. סוף כל סוף וואס זענען די בחורים שולדיג אז א היימישער איד מיט א לאנגע בארד וואס האקט אויף ציונות האט זיי ארויסגעווארפן פון ישיבה, און נישט יאיר לפיד.
זיי איזדיעקעווען זיך נאר אויף בחורים ווייל זיי שעמען זיך צו ארויסגיין דערקלערן דער און דער ימח שמו'ניק האט מיר ארויסגעשטעלט.. ופראבלעם עדיין.
די ערשטע באס צום עצרת איז שוין פול
א ראש ישיבה וואס פארשטייט אז כדי צו ראטעווען זיין אייגענער ממשלה (AKA ישיבה) איז כדאי ארויסצושיקן בחורים וואס באלאנגען נישט דארט, פארוואס מעג נישט די ממשלה פון ישראל האלטן אז כדי צו ראטעווען איר ממשלה דארף זי טון וואס ס'איז איר כדאי.
לאליפאפדי ערשטע באס צום עצרת איז שוין פול
נישט שיין.
פאטעטע קוגל
לאמיר זאגן אז די ביסט גערעכט אז מ'האט געטוען אן אומרעכט איז וואס? טאר שוין נישט וויי טון אז אין ארץ ישראל וויל מען נעמען יעדער אין מיליטער?
וואס עפעס? סך הכול ווייל מען נעמען אפאר געציילטע אלטע בחורים אין מיליטער, קוק אביסל אריין אין חוק שקד פארן שרייבן אזעלכע מסקנות.
און אנדערע ווערטער די בחורים וואס מ׳וויל נעמען אין מיליטער, וואלטן זיי ווען געלערענט ביי רעב ארענען וואלטן זיי ווען שוין לאנג געפלויגן פון זיין ישיבה.
לעבעדיג!!! צענדליגע רבנים און ראשי ישיבות האבן פאריפן דעם עצרת, רבי אהרן האט זיך צוגעשטעלט אבער ער איז יעצט אויפן פראנט פעידזש אטאקירט צו ווערן (כאילו מאנרא איז דער איינציגסטער ישיבה וואס האט געווארפן א בחור).
יאפ, מ'שטייט אויף מיט אים און מ'לייגט זיך מיט אים... אלעס דרייט זיך ווידער ארום אים... גערעכט איז נפתלי בלומענפעלד געווען אז רבי אהרן איז דער שליט על המוח!!!
יאפ, מ'שטייט אויף מיט אים און מ'לייגט זיך מיט אים... אלעס דרייט זיך ווידער ארום אים... גערעכט איז נפתלי בלומענפעלד געווען אז רבי אהרן איז דער שליט על המוח!!!
ארי מאנדעל האט א סיריעס קאנטער פראטעסט, דא זענען טייל פון זיינע פאוסטערס.
שעפטללעבעדיג!!! צענדליגע רבנים און ראשי ישיבות האבן פאריפן דעם עצרת, רבי אהרן האט זיך צוגעשטעלט אבער ער איז יעצט אויפן פראנט פעידזש אטאקירט צו ווערן (כאילו מאנרא איז דער איינציגסטער ישיבה וואס האט געווארפן א בחור).
יאפ, מ'שטייט אויף מיט אים און מ'לייגט זיך מיט אים... אלעס דרייט זיך ווידער ארום אים... גערעכט איז נפתלי בלומענפעלד געווען אז רבי אהרן איז דער שליט על המוח!!!
עקסקיוז מי! יא צענדליגער רבנים האבן גערופן און פאריפן אבער דו מיט דיינע קעלבעלעך הערן נישט אויף צו רעדן דא נאר פון אהרנ'ען און לייגן ארויף זיינע דרשות און פערל ווערטער. קיינער פון די אנדערע רבנים זענען נישטא אויפן טיש, נו אוודאי וועט מען נאר רעדן פון דיין רבי'ן.
קיינער לייגט זיך נישט שלאפן און קיינער וועקט זיך נישט מיט אים. הער אויף חלומ'ן
איך האב ארויפגעלייגט אלע צעטליך וואס איך האב באקומען. אינטערסאנט איז נאר אז די גאנצע אשכול איז געדרייט געווארן צו רעדן דייקא פון רבי אהרן'ן און זיין ישיבה. וואס בו בזמן נישטא קיין אנדערע ישיבה וואס האט נאכנישט געטוהן די זעלבע.
איז מיר פשוט ארויפגעשווימען די פערל ווערטער פונעם מנהל פון קווינס.
איז מיר פשוט ארויפגעשווימען די פערל ווערטער פונעם מנהל פון קווינס.
קוקט אויס די סאטמורים האבן געמאכט א גיטע דזאב מיט די מידיע, און די פרעסע באריכטעט לויט זייער געשמאק
לאליפאפ@קליגער אינגערמאן גארנישט גארנישט בנושא בחורים פון א פרעמדן פלאץ. ס'קומט פאר אזוי ווי א גביר טיילט צדקה פאר ארימעלייט אין שטאט און זיינע אייגענע קינדער הונגערן. קאמאן סענס.
ס'דא א פראבלעים אין ס'דא א כראנישע פראבלעים. ודי בזה
איך בין מקנא די דושינסקיער ער ליגט כגמול עלי אמו און ווארימט זיך צווישן די צוויי פעלצן
מערקט אין די צווייטע רייע הרב שמעון וואלף קליין גבאי של האדמו"ר מבלזא
איש עבריאיך בין מקנא די דושינסקיער ער ליגט כגמול עלי אמו און ווארימט זיך צווישן די צוויי פעלצן
זכה, מלאכתו נעשית ע"י אחרים...
זייער יושר'דיג
ראש ישיבה תורה ודעת הרב סעקולא, שלום אליעזר פרענקל, טענקא רב, שמעון וואלף קליין. כל ישראל יש להם חלק
ראש ישיבה תורה ודעת הרב סעקולא, שלום אליעזר פרענקל, טענקא רב, שמעון וואלף קליין. כל ישראל יש להם חלק
ער איז זיך מצרף צו די מערכה פון צימערמאן
[ציטאט אראפגענומען]
dont tell me
צימערמאן האט זיך אנגעטון א פלאכע ביבער היט???
אדער איז דאס נאר לכבוד חודש אדר?
וויפיל קאנטער פראטעסטן זענען געווען?
בוטש עפשטיין-ביטע קויף ר׳ מלכיאל א טיליף
שוין דא די פאליצייאישע שאצונגען? טאמער זיי זאגן אונטער א מאה אלף אז עס רדיפת הדת
[ציטאט אראפגענומען]
האסט פארגעסן פון די קונטער פראטעסט פון כ''ק אדמו''ר מגעשווינד פרידלעך
מנחה: כ"ק אדמו"ר מ'וויעליפאלי שליט"א.
תהילים: המשגיח הגאון רבי דן סגל שליט"א. החכם רפאל שליט"א, ר"י עטרת תורה. הגאון רבי מתתי' סאלאמאן, מבית מדרש גבוה לעיקוואד.
אבינו מלכינו: כ"ק אדמו"ר מ'נאוואמינסק שליט"א.
סליחות: כ"ק אדמו"ר מ'צאנז-קלויזענבורג ארה"ב שליט"א און הגאון רבי שלמה מאנדעל שליט"א ראש ישיבת ישיבה ד'ברוקלין.
קבלת עול מלכות שמים: כ"ק מרן אדמו"ר מ'סאטמאר שליט"א (מהר"א).
דברי נעילה: הרב חיים דוד צוויבל, מראשי אגודת ישראל.

יא יא דאס מיין איך טאקע. די ap רעפארט קוקט אויס ווי עס קומט פון סאטמאר ענדערש ווי אגו"י
שוין דערנאך??
פלעין יודיש[ציטאט אראפגענומען]
dont tell me
צימערמאן האט זיך אנגעטון א פלאכע ביבער היט???
אדער איז דאס נאר לכבוד חודש אדר?
ס'האטצעך צעקוועטשט
וואס האט פאסירט מיט אונזערע קאריספאנדאנטן?
קוקט אויס אז ק"ש ליינער האבן זיך נישט באטייליגט ווייל איך זעה נישט קיין אפדעיטס איבער ווער עס האט זיך באטייליגט. איך בין זיכער אז חוץ די פאר רבנים אויפ'ן אויבן אן בילד, זענען נאך פיל רבנים ואדמורי"ם געשטאנען מיט'ן עולם.
ווייסט איינער צו אנדערע גדולי וזקני אדמורי"ם ווי סקולען, ראחומסטריווק, וויזניץ, סקווירא, האבן זיך באטייליגט?
אגב, האב איך הנאה געהאט צו זעהן אויפן אויבן אן אז די היגע רבנים זענען אביסול קליגער ווי די ארץ ישראל'דיגע וואס האבן זיך מיטגעברענגט זייערע שטילן און שטענדערס.

די אגודה האט ארגענזירט דעם פראטעסט
אין סאטמאר האט געגעבן די טאן פאר די וועלט'ס פרעסע בנוגע דעם פראטעסט
דער קידוש השם איז איום ונורא ויואל משה אמת ותורתו אמת
אין סאטמאר האט געגעבן די טאן פאר די וועלט'ס פרעסע בנוגע דעם פראטעסט
דער קידוש השם איז איום ונורא ויואל משה אמת ותורתו אמת
איך גיי ניסלעך פאר ר' דושינסקי, ער ווייסט גענוי וויאזוי צו טאנצען אויף 5 חתונות. היינט ביי מהרז"ל מארגן ביים ראב"ד, איבערמארגן ביים גאב"ד און נעכטן ביי מהר"א. זעהט אויס אז ער האלט פונקט ווי מיך, אז אלע זענען גלייך.
---
ס'טוט מיר וויי אז כ'בין נישט געגאנגען צום עצרת, צוליב דעם בין איך יעצט פסול לעדות, אבער לויט די בילדער פון דא און דארט מיין איך אז מיר גייען פאראויס! יא, "אויבן-אן" איז א פארגאנגענהייט, ריזיגע פלאקאטן זענען אויך נישט געווען, האלב סאטמאר ווערט מער מעסיג - כאטש ביים כינוס כלל ישראל האבן זיי זיך טועה געווען, גייען זיי צום בעסערונג. די אנדערע האלב, וואס ראדני מיט אירע רוחות זענען איינגעגלידעט אין זיי, קומען ארויס צו זיין מער א באזונדערע אפגעשיידטע קולט, א שטייגער ווי לב טהור, קענען זיך נישט צוזאמשטעלן מיט דעם המון. 48 פון בארא פארק, מיט זיין שיינע שטימע, זאל ער מיך מוחל זיין, גייט ארויס א פארלירער, עצרת נאך עצרת פארלירט דער דעם opportunity צו זיין אין די "ספר הזכרונות" פון יהדות החרדית תש"ע יארן וכו'.
---
אה, שיעור נישט פארגעסען, און וואס איז בנוגע די גיוס בני הישיבות?
ווער ווייסט...

קאווע טרינקערפארלירט דער דעם opportunity צו זיין אין די "ספר הזכרונות" פון יהדות החרדית תש"ע יארן וכו'.
היסטאריע וועט נאך האבן דאס לעצטע ווארט אויס דער דאזיגע "ספר הזכרונות" וועט זיין א זָכוּר לַטוֹב אדער גאר א זכר לדראון עולם. איך בין יא געוועהן דארט - מחמת פרעשור פון מיין חסידות, אבער עס האט מיך געגעסן די בושה און געברענט די הויט.
לדעתי איז די ריכטיגער געווינער פון דער עצרת דער בעל קול מבשר. ער איז דער אידישער "שטורמער", להבדיל אלפי הבדלות.
מיט זיין פסוקי תנך און אויסגעטראפענע לשה"ק ווערטער צאמשטעל ברענגט ער דעם עולם אין די מאסען.
ווען ער ברענגט ארויס די גזירה בשפה רפה ווייס איך נישט צו דער עולם וואלט געווען אזוי עקסייטעד.
מיט זיין פסוקי תנך און אויסגעטראפענע לשה"ק ווערטער צאמשטעל ברענגט ער דעם עולם אין די מאסען.
ווען ער ברענגט ארויס די גזירה בשפה רפה ווייס איך נישט צו דער עולם וואלט געווען אזוי עקסייטעד.