בין איך א געשמאקער יונגערמאן???
48 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5833
בין איך א געשמאקער יונגערמאן???
איך האב קודם געוואלט אריינריקן די שאלה אין די אשכול "זאכן וואס איך וויל וויסן" אבער איך האב באשלאסן אז לחומר העניין פאדערט זיך א באזונדער אשכול, עס רעדט זיך פון א ברענעדיגע טעמע וואס מיט די ריכטיגע ענטפערס וועט מען קענען ארויסהעלפן אסאך יונגעלייט.
איינע פון די ווערטער וואס דאמינירן די קלעסיפיידס ביים היימישן ציבור איז דאס ווארט "געשמאקע יונגערמאן".
עס ווערט געזוכט א געשמאקע יונגערמאן צו גיין שפאצירן מיט א עלטערע איד צוויי מאהל א וואך
עס ווערט געזוכט א געשמאקע יונגערמאן צו ארומגיין מיט א פושקע אין די גרעסערע בתי מדרשים
עס ווערט געזוכט א געשמאקע יונגערמאן צו שטיין ביי א רעדשזיסטער אין די נאכמיטאג שעה'ן
בקיצור א געשמאקע יונגערמאן איז א גאואינג אייטעם, א מאסט וואנטעד זאך, ס'איז די ערשטע תנאי אין סיי וועלכע ארבעט פון שפאצירן מיט זיידעס ביז וואשן האנטוכער אין מקוואות, אויב ביזטו נישט געשמאק קענסטו העכסטנס גיין ווערן א מלמד אין חדר אדער אריינגיין אין ריעל עסטעיט, אויב ווילסטו א ארבעט דארפסטו זיין געשמאק, אויב ווייסטו ביי דיר אז דו ביזט נישט געשמאק זיי אזוי גוט רוף אפילו נישט די נומבער אויפ'ן צעטל, פעקס נישט קיין רעזומעי, גיי דיר ווי די שווארצע פעפער וואקסט אדער בלייב ווי דו ביסט.
אין אנדערע ווערטער, מיר זענען טאקע אין א קאמיוניטי ווי מען געט לייכט ארויס ארבעט פאר מענטשן, מען פארלאנגט נישט קיין סך, נישט קיין וויסנשאפט אדער קאלעדש דעגרי, ניטאמאל א נארמאלע געשריבענע רעזומעי, מען געט א רוף אהן, מארגן קומסטו אריבער ארבעטן און איבערמאגן פליסטו, דאס זענען א חלק פון די אומגעשריבענע געזעצן פון אונזער היימישע עקאנאמיע. אבער פארט איז געבליבן איין שטרענגע תנאי טאמער דו ווילסט סיי ווען אנקומען צו א ארבעט: דו מוזט זיין געשמאק!!
דעריבער וויל איך וויסן צו איך מעג די קומענדיג מאל זיך מעלדן ביי א ארבעט ווי עס ווערט געזוכט א געשמאקע יונגערמאן, בין איך געשמאק?
קודם לאמיר פרובירן צו פארטייטשן די ווארט געשמאק. גוגעל זאגט אז עס מיינט פלעיווארי פערסאן, אדער טעיסטי, דעריבער מוז מען אננעמען אז מען מיינט נישט ממש די אפטייטש פון געשמאק ווייל קיינער ערווארט נישט א יונגערמאן וואס האט א טעם פון טשאקלאד וואנילע און איז קריספי.
אקעי אלזא מ'מיינט וואס מ'רופט בלשון בני אדם געשמאק, אבער געוואלד? וואס מיינט דאס?
אזא איינער וואס האט א אריינגעדרייטע בארד מיט א שפיציגע נאז און א שארפע שטימע, און שיסט פון צייט צו צייט אומגעלונגענע וויצן?
אדער א קליינע רויטע גראבע חסידי'שע יונגערמאן מיט גאטשע העמדער וואס עס דערטראגט זיך פון אים א לייכטע גערוך פון שווייס?
א מסודר'דיגע יונגערמאן מיט א דרייפערטל רעקל [עד מקום שידו מגעת] און די פאות ענדיגט זיך פאראלעל מיט די בארד און ער לערנט דעם חק יעדן טאג?
בקיצור מען מוז זאגן אז יעדער האט זיך זיין "געשמאק". אלזא קען מיר איינער מסביר זיין ווער דארף נעמען די החלטה אויף א יונגערמאן צו ער איז געשמאק, ער אליין? איז דא יונגעלייט וואס האלטן זיך נישט געשמאק?
איז למשל שייך אז איך וועל אנרופן די נומבער אין דבר יום ביומו און זאגן אז איך וויל אננעמען די ארבעט פון די היימישע מוסד וואס זוכט א באס רבי און דער סעקערטערי וועט מיר גלייך אראפלייגן די טעלעפאון און זאגן איימסארי איר הערט זיך נישט געשמאק!?
בקיצור איך בין זייער קאנפיוזד, איך בעט דער עולם זאל דא פרובירן אראפצולייגן א פונקטליכע סקעטש וויאזוי עס דארף אויסזעהן א "געשמאקע יונגערמאן", און טאמער מען איז נישט קיין געשמאקע יונגערמאן צו איז דאס א זאך וואס מען קען זיך צוארבעטען און ווערן געשמאק ווייל מי פתי נישט זיך צו נעמען אין די הענט אריין און ווערן א געשמאקע יונגערמאן, וואס איינמאל דו ביזט געשמאק זענען אלע טויערען אפען פאר דיר, דו קענסט שפאצירן מיט אלטיטשקעס, גיין מיט ראפלעך, וואשן האנטוכער אין מקוה, פאקן ספרים אין בית מדרש, און עווענטועל אפילו זיין די הויפט באס רבי אין די גרעסטע חדר אין וויליאמסבורג.
רבותי רופטס ענק אהן ווארעם כי בנפשינו הדבר!!!
עס ווערט געזוכט א געשמאקע יונגערמאן זאל עפעס ענטפערן
איך ארבעט פלייסיג צו זיין געשמאק ס'גייט צוביסלעך, דערווייל בין איך בלויז א שמאק אבער איך בין שוין כמעט דארט
.
[ציטאט אראפגענומען]
הייסט עס אז איך וויל אפלייען פאר א דשאב דארף איך זיי געבן מיין ניק נאמען?
חלום חלמת ואיני יודע מה היא.
אין די הודעות ווי איך לייען ווערט עס נישט פארלאנגט..
אבער עס איז טאקע וויכטיג (?) צו וויסן וואס מיינט "געשמאק". לאמיר הערן.
דער (פינטעל) אידאיך ארבעט פלייסיג צו זיין געשמאק ס'גייט צוביסלעך, דערווייל בין איך בלויז א שמאק אבער איך בין שוין כמעט דארט
.
דערמאנסט מיר פון יענער וואס האט געזאגט אז ער האט א זון א תכשיט פון א בחור, אמר לו אותו חכם: ער איז אבער נאר צען פראצענט תכ און ניינציג פראצענט ***...
גאר גוט 👍 😠
.
לאכטס לאכטס, ס'דא הונדערטער אויב נישט טויזענטער יונגעלייט, בחורים, און בעלי בתים, וואס דרייען זיך ארום מיט אט דעם שאלה, ואין מנוס מצערם. שוין העכסט צייט אז אונזער קאמיוניטי וואס איז אזוי אויסגעצייכענט מיט חסד און ארגענעזאציעס, מ'זאל עפענעם אן אירגון וואס זאל מברר זיין 'מיהו געשמאק?'. אזויווי אין ארץ ישראל ביים שאלה פון מיהו יהודי האט זיך געטוהן מכונ'ס, ישיבת בית דין, מ'האט מלבן געווען די שאלה פון אלע ענגעל'ס, אזוי אויך דא זאל זיין א ארגענציזאציע, מ'זוכט נאך א נאמען, ווער ס'האט אן איידיע קען זיך לאזן וויסן, געשמאק אדער נישט.
בדרך אגב: גייט דאס אריין אין די כלל פון געשמאק, אדער איז דאס גאר עפעס אנדערש?

דאס איז געוען מרומז אין מיין שאלה, אבער געוואלד פארוואס דארף מען זיין געשמאק צו גיין מיט א פושקע ביי מנחה מעריב?
דארף מען דען? אדרבה! זיי ווילן מאכן דעם איינדרוק אז מ'רעדט דא פון א בכבוד'דיגע ארבעט כאילו מ'דארף זיין געשמאק צו גיין מיט א פושקע אדער זיין עקספיריענס צו שטיין אין א גראסערי אזוי אז כאטש איינער זאל אנרופן דעם עד
.
ווייזט זיך אויס מער מענטשן געבן צדקה פאר געשמאקע יונגעלייט...
נישט קיין דזשאוק, ווען 5 געלט גייער קומען צו מיר, די געשמאקע (ד.ה. די מיט א שמייכל, גוט ווארט) האבן ענדערש א טשאנס צו באקומען מיין קוואדער ווי דער אנגעזעצטער פון וועמען איך זוך צו שטיין ווייט.
אפטעמיסט... פיין געזאגט, פיין געלאכט!
שמעקעדיגחלום חלמת ואיני יודע מה היא.
אין די הודעות ווי איך לייען ווערט עס נישט פארלאנגט..
דא האסטו צוויי
📎 55.PNG 📎 66.PNG
רפאל דו ביזט א געשמאקע יונגערמאן
דאס איז אמת, אבער פון ווי ווייסטו דאס?...
אן ארבעטער אין גראסערי דארף זיין געשמאק ווייל אויב נישט וועט מען פארלירן די אפעטיט פון קויפן דארט. אבער צו ארויס העלפן א מנהל אין אפיס ווייס איך נישט פארוואס מען דארף זיין אזוי געשמאק.
שמעקעדיגווייזט זיך אויס מער מענטשן געבן צדקה פאר געשמאקע יונגעלייט...
נישט קיין דזשאוק, ווען 5 געלט גייער קומען צו מיר, די געשמאקע (ד.ה. די מיט א שמייכל, גוט ווארט) האבן ענדערש א טשאנס צו באקומען מיין קוואדער ווי דער אנגעזעצטער פון וועמען איך זוך צו שטיין ווייט.
פונקט פארקערט, דער ראציגער לץ וואס איז גאר "געשמאק", זאגט אלעמאל דזשאוקס און ענדיגט צו מיט א שלונג שפייעכטס, עם וועל איך די לעצטע געבן, כ'וועל ערשט געבן פארן שטילער בחור וואס שעמט זיך בכלל אז ער דארף גיין נאך געלט.
📎 loading=נאר אין היימישסטאן קען זיין א מציאות פון א טויגליכע יונגעמאן וואס קען נישט טייפן.
געפילטע! דו רעגסט מיך אויף!
פון א געשמאקער זיסע אינגערמאן מאכסטו א ראציגער לץ וואס שלינגט שפייעכץ,
פון א אנגעזעצטן ביטערער מאכסטו א שטילע שעמעדיגע בחור!
טוסט א גאנץ יאר אזוי? אדער נאר אדר?
יחי ההבדל הגדול.
עברי, דו ווילסט נאך זיין געשמאק אויך?
קומסטוך דא אריין מעבר הירדן יאניואר דעם ערשטן למספרם, העמק דבר איז דיינס, שמייכל איז דיינס, אנשי שם נעמסטו מיר צו די לייצעס (ער מאכט עס נאך קלוג, ווארפט מיר צו א ביינדל) און דעם שאקירטן מיילעך האסטן אויך געשיקט עזאזלען, און דו ווילסט נאך זיין געשמאק.
געב אכט מיט דיינע פינף הונדערט פלאס לייקס אין קוים א חודש, לייג עס אונטער די קישן ביינאכט, ס'קען דיר נאך שאטן א גוט אויג פון פינטל.
איך האב מיך פארקוקט אויף מאראנצןזאפט און באשלאסן יעבור עלי מה איך מוז אויך זיין געשמאק
שמעקעדיגגעפילטע! דו רעגסט מיך אויף!
לייג אריין
דא.
איש עברי[ציטאט אראפגענומען]
הייסט עס אז איך וויל אפלייען פאר א דשאב דארף איך זיי געבן מיין ניק נאמען?
.......Just attach this article to your resume
שמעקעדיגווייזט זיך אויס מער מענטשן געבן צדקה פאר געשמאקע יונגעלייט...
נישט קיין דזשאוק, ווען 5 געלט גייער קומען צו מיר, די געשמאקע (ד.ה. די מיט א שמייכל, גוט ווארט) האבן ענדערש א טשאנס צו באקומען מיין קוואדער ווי דער אנגעזעצטער פון וועמען איך זוך צו שטיין ווייט
יענער ווערט אנגעזעצט זענדיג דיין קוואדער וואס ווארט עם אפ
געשמאק אין א עד איז די קאוד ווארט פאר, דו טוסט וואס, וויאזוי, און ווען איך וויל עס.
אויף דער זויערע פיקעל טראק וואס פארט ארום בארא פארק שטייט בא'טעמ'ט און געשמאק. זיי א זויערע פיקל, און דו ביזט אזוי בא'טעמ'ט און געשמאק ווי אלע היימישע גוטע ברודער...
רבותי העלף. איך בין א שטילע אינגערמאן. וואס גייט זיין מיט מיר? איך ווען אינדערלעבן נישט טרעפן קיין דז'אב. כ'האב געטראכט טאמער וועל איך זיין נויטיג אין געלט וועל איך גיין נאך געלט אין די בתי מדרשים. יעצט זעה איך אז צו דעים דארף מען אויך זיין געשמאק. איך בין זיך שוין אינגאנצען מייאש.
א נייע אפענינג איז דא היינט אין דעם לוח הציבור, אויסדרוקליך נאר פאר א געשמאקן יונגערמאן: צו דינען אלס שומר אין א טשאפל!
מ'דארף קענען געשמאק כראפעצען נעבן די גרויסע פריזער, אז ס'זאל זיין געשמאק און איינגענעם פאר די טויטע, איבער דעם גליקליכן געשמאקן יונגערמאן וואס איז געפאלן בגורלו די געשמאקע ארבעט.
איך בין זיכער די מתים העלין זיך רייסן פאר געלעכטער פון געשמאקייט.
נאר מיט א דעגרי אין געשמאקעלאגיע זאל מען זיך מעלדן.
איך ווייס נישט וועגן די מתים אבער די לעבעדיגע קענסטו זיכער מאכן זיך רייסן פאר געלעכטער, דעריבער זעה איך גרויסע שאנסן פאר דיר צו באקומען דעם דשאב
ידידי הרב סאקס ,קוק ווי גוט עס גייט דיר זייט דו האסט דיך פאראידישט דאס פנים ,אפילו הרב מיץ תפוזים איז דיר משבח עד הגג. זעה ווי גוט עס איז צו זיין א איד.
שטילע אינגערמאןרבותי העלף. איך בין א שטילע אינגערמאן. וואס גייט זיין מיט מיר? איך ווען אינדערלעבן נישט טרעפן קיין דז'אב. כ'האב געטראכט טאמער וועל איך זיין נויטיג אין געלט וועל איך גיין נאך געלט אין די בתי מדרשים. יעצט זעה איך אז צו דעים דארף מען אויך זיין געשמאק. איך בין זיך שוין אינגאנצען מייאש.
גיי ארום אנגעטוהן ווי דיין אדר בילד , לערן דיך צו אפאר מיסטישע מושגים ,פארגלייז דיר די אויגן און פאר ווי וואס ווען וועסטו האבען לויעל חסידים און עס וועט דיר גארנישט פעלן. אפשר וועט עס דיר אפילו געלונגן אז הרב סאקס זאל שרייבן א רענזאציע אויף דיר באנשי שם.
דער (פינטעל) אידדארף מען דען? אדרבה! זיי ווילן מאכן דעם איינדרוק אז מ'רעדט דא פון א בכבוד'דיגע ארבעט כאילו מ'דארף זיין געשמאק צו גיין מיט א פושקע אדער זיין עקספיריענס צו שטיין אין א גראסערי אזוי אז כאטש איינער זאל אנרופן דעם עד
אדער וועט מען רופן צו רי-אפירמען פאר זיך אליין אז מען איז געשמאק, והא ראיה, איך רוף דאך וואו די געשמאקע ווערן פארלאנגט.
איך געדענק מיט יארן צוריק (ווען איך פלעג נאך אריינקוקן דארט) איז געלאפן אינעם בלאט א קלאסיפייד עד פאר שטיק צייט וואס האט זיך געליינט אזוי: "עקספיריענסד אינגערמאן וויליג צו טאן סיי וועלכע ארבעט, קען דרייוון א קאר"... (דריי פינטעלעך האב איך צוגעלייגט).
איך פלעג זיך גענוג אפוואונדערן אויף זיינע געוואלדיגע כשרונות און קענטעניסן, כ'מיין, קען דרייוון א קאר, ווער נאך קען דען אזאנס באווייזן, זיכער ווועט ער באקומען "סיי וועלכע ארבעט" זייער שנעל.
אבער דעם אנהייב האב איך נאך ביז היינט נישט קלאר אויסגעפיגערט, וואס פונקט מיינט דאס "עקספיריענסד אינגערמאן". איך געדענק איך האב דעמאלס אסאך ארום געפרעגט און באקומען פארשידענע סארט ענטפערס, אבער קיין קלארקייט האב איך נאך נישט דערינען ביז היינט. אדרבה, ווען איר געפינט אויס וואס א "געשמאקער אינגערמאן" איז, קענט איר שוין אפשר פרובירן אויסגעפינען דאס אויך...
לכאורה פונקט ווי ווען מען זאגט עקפיריענסד מלמד אדער עקפיריענסד פלאמער מיינט עס אז האט עקפיריענס אין פלאמבינג אדער מלומדות, אויב אזוי א עקפיריענסד יונגערמאן מיינט אז ער האט עקפיריענס אין זיין א יונגערמאן אפשר איז ער שוין אסאך יאהרן א יונגערמאן וכדומה
אפשר איז ער שוין אסאך מאל געווארן א יונגערמאן.
אפשר האט ער אסאך ווייבער.
דער (פינטעל) אידאיך ארבעט פלייסיג צו זיין געשמאק ס'גייט צוביסלעך, דערווייל בין איך בלויז א שמאק אבער איך בין שוין כמעט דארט
.
ווען דו לייגסט צו נאך א "איד" צו די אנדערע צוויי אותיות, וויליך נישט זאגן וואס ס'קען ווערן,ח"ו. 😂 🙄 😠 😛 😳 😢 😮
געפילטע פיששמעקעדיגווייזט זיך אויס מער מענטשן געבן צדקה פאר געשמאקע יונגעלייט...
נישט קיין דזשאוק, ווען 5 געלט גייער קומען צו מיר, די געשמאקע (ד.ה. די מיט א שמייכל, גוט ווארט) האבן ענדערש א טשאנס צו באקומען מיין קוואדער ווי דער אנגעזעצטער פון וועמען איך זוך צו שטיין ווייט.
פונקט פארקערט, דער ראציגער לץ וואס איז גאר "געשמאק", זאגט אלעמאל דזשאוקס און ענדיגט צו מיט א שלונג שפייעכטס, עם וועל איך די לעצטע געבן, כ'וועל ערשט געבן פארן שטילער בחור וואס שעמט זיך בכלל אז ער דארף גיין נאך געלט.
📎 loading=נאר אין היימישסטאן קען זיין א מציאות פון א טויגליכע יונגעמאן וואס קען נישט טייפן.
ער טויג יא. נאר צו עפעס אנדערש. למשל אונטערווארפן 😂 🙄 😈 😈 😠 😛 😳 😢 😮 פאשקווילן אינמיטן נאכט און מ'זאל עהם נישט כאפן. איך האלט אזא מין געשמאקע יונגערמאן דארף זיך ווענדן צו הערשל קלאר אדער צימערמאן.
איש עברילכאורה פונקט ווי ווען מען זאגט עקפיריענסד מלמד אדער עקפיריענסד פלאמער מיינט עס אז האט עקפיריענס אין פלאמבינג אדער מלומדות, אויב אזוי א עקפיריענסד יונגערמאן מיינט אז ער האט עקפיריענס אין זיין א יונגערמאן אפשר איז ער שוין אסאך יאהרן א יונגערמאן וכדומה
דאס איז דאך פשוט, אבער דער חילוק איז אויך פשוט, א פלאמבער ווייסט יעדער וואס זיין אויפגאבע איז, אזוי אויך א מלמד, וואס אבער איז דער הויפט פונקציע פון א "אינגערמאן" וואס ווען איינער אידענטיפיצירט זיך אלס "עקספיריענסד אינגערמאן" זאל איך פארשטיין אז דאס קען ער גוט.
איך זעה עטליכע דא האבן שוין אנגעגעבן גאנץ פיינע מעגליכקייטן, אדרבה זייט ממשיך. אפשר אויף עפעס אן אופן האט עס א שייכות צו זיין געשמאק אויך, ווער ווייסט...
איך בין נישטא געווען איין טאג און דער עולם איז געגאנגען ניסלעך
אז איך בין א שמאק... מיין אישי באקס איז פיל מיט לייקס דערויף!
ס'האט זיך געלוינט.
דא פארשטיי איך נישט
-
📎 IMG_0021.jpg
פאר קלוג, איידעל, געשיקט, געשמאק, אין איבערגעגעבן קומט זיך מער ווי $20 א שעה !!!
שמעקעדיגדא פארשטיי איך נישט
-
שמעקעדיג איך זעה נישט קיין צווייטע קאנדידאט נאר דו
איך האב אלע מעלות, ביז רופן (אליין). אליינס רופן כאפט מיר די קדחת!
אויכעט קען איך נישט פארן לאנג דיסטענס יעדן טאג, סארי.
לאמיר אנאליזירן דעם עד, אפשר וועט מען דורכדעם קענען מפשר זיין דעם איבעי' דלא איפשיטא.
זיי זוכן א "קלוגע איידעלע געשיקטע געשמאקע איבערגעגעבענע" יונגערמאן פארן זיידע שליט"א.
א זיידע וואס ברויך א אינגערמאן פאר קינוח סעודה, נויטיגט זיך אין איינער וואס האט געוויסע קריטיש-וויכטיגע קוואליפיקאציעס.
מ'דארף זיין "קלוג": כדאי צו כאפן ווען מ'דארף לאכן אויפן זיידן'ס וויץ, אויף צו מאכן זיכער אז 'אלע' פופצן קינדער פונעם זיידע זענען מרוצה מיטן זיין ארבעט וכדו'.
מ'דארף זיין "איידל": נישט צו מגלה קלונו זיין פונעם זיידן ווען ס'פאסירן אומאנגענעמליכקייטן און עקסידענטן (מילד גערעדט) וכדו'. זיין "געשיקט" העלפט אויך אסאך צו אין דיע פעלער וד"ל...
"איבערגעגעבן": מוז מען זיין סתם אזוי, פאר די וואס ווילן האבן א פאזיטיווע ענטפער אויפן פראגע פון 'נשאת ונתת באמונה'.
"געשמאק": לכאורה - עכ"פ אין אונזער פאל - מיינט זיין קריעטיוו. מ'דארף קענען נייטן דעם זיידע צו עסן פינאט באדער מיט מצה פאר פרישטאג טראץ דעם וואס די זיידע האט פארגעסן זיינע ציין ביים אור-אייניקל'ס פדיון הבן נעכטן, נעמען אלע דרייצן פילן נאך וועטשערע, וכדו'. ווי אויך קענען פירן און שפינען ווייטער דעם קעלבערנעם און זעלטן-אומאינטערעסאנטע שמועס ווייטער. וכהנה וכהנה.
לויט דעם וועט "געשמאק" מוזן טייטשן "קריעטיוו און/אדער משנה פונעם ריינעם אמת מפני דרכי שלום". וואס לייקט דער עולם פון מיין טעאריע?
מיר גיט עס א ציפ אין הארצן און דערמאנט מיר פונעם אל תשליכנו לעת זקנה... עס איז נישט קיין וויץ!
כ׳האב נישט אינזינען געהאט צו דערשרעקן דעם עולם און מאכן יעדן טאפן דעם שטערן צו פילן אויב מ׳ווערט שוין באל״ד. כ׳האב עס געטון אך ורק פאר די sake פון אן אנאליזיע.
אגב מר. שמעקעדיג. ווען דו וועסט זיין יענער זיידע וועסטו זיין אסאך זאכן... אבער ווייט פון שמעקעדיק. ואתכם הסליחה כי לא בידינו הדבר.
כפרות סענטער אין בארא פארק זוכט א טויגליכער אינגערמאן וואס טויג אויף כפרות ביטע רופט ......
אוי דער אשכול איז דאך צוקער זיס.
דער פשוטער כוונה פון אריינשטעלן דאס ווארט 'געשמאק' אין א קלאסיפייד מיינט צי מ'האט סאשעל סקילס און מ'קען אינטערעקטן מיט מענטשן.
אפילו צו שטיין אין א גראסערי דארף מען האבן א פליסנדן שפראך מיט מענטשן און ווער ס'רעדט זויער אונטער די נאז זאל ביטע גיין פארקויפן אייטעמס אויף עמעזאן.
פון די אלע ניקס וואס רוב זענען שוין נישטא ווייס מיר אונז ווער ס'איז קוואליפייד צו די טערם געשמאק
וואס איז מיט אונזער נייע שיפמענט פון ניקס זייט די אשכול איז פארשטארבען?
גוט וואך ברידערלאך
אויפגעפרישט לשם די סגולה פון לאכן מוצ"ש 😃
סאו יעצט בין איך א געשמאקער יונגערמאן וואס פרישט אויף געשמאקע אשכולות....
יעצט קען איך זיין א עסיסטענט קינדערגארטן רבי..