נטרונא, מצילים אדער רודפים?
195 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5806
נטרונא, מצילים אדער רודפים?
ווער עס פארשטייט צו היסטאריע און ווער עס האט אויגן אין קאפ, און איז אויפריכטיג איז מודה אז די היינטיגע ווערסיע פון אנטיסעמיטיזם איז אנטי-ציונות, עס איז שוין היינט נישט פאפולער צו זאגן אז אידן קאנטראלירן די וועלט אדער אז אידן זענען א נידריגע ראסע, האבן די אנטיסעמיטן געטראפן א נייע לאזונג, אידן זענען אקופירער, מערדער, און פירן א לאנד פון אפארטהייד.
די אלע אנטי ישראל גרופעס זענען אויסגעשפראכען און זיי שטעלן זיך נישט אפ פאר גארנישט ווייל זיי שטעלן זיך אהער אלס פרייהייט קעמפער, זיי זענען עקלהאפטיגע היפאקריטן, זיי זאגן נישט קיין ווארט איבער די הונדערטער טויזענטער מענטשן וואס ווערן געפייניגט און געמארדערט איבער די גאנצע מיטל מזרח, איבער איראן און סאודי אראביע ווי מען הרג'ט יעדן טאג אומשולדיגע מענטשן אויף אנגעבליכע פארלעצונגען פון רעליגיע, מיטאמאל איבער די מאסן מארדן אין סיריע הערט מען פון זיי א ווארט, זיי האבן איין איינציגע פראבלעם - איזראעל!
מען דארף זיין בלינד נישט צו פארשטיין אז די מאטיוו איז ריינע אנטיסעמיטיזם און שנאה צום אייביגע איד, און אזוי זאגן אפילו גוים, ווי למשל דער פרעמעיר מיניסטער פון קאנאדע האט דאס ערווענט אין זיין לעצטע רעדע אין כנסת.
דאס איז נישט קיין טעאריע עס איז א פאקט אז מען שלאגט היינט אידן איבער די וועלט צוליב די העצערישע גרופעס, אין אלע קאלעדשעס רודפ'ט מען אידישע סטודענטן עד חורמה, בלויז ווייל זיי זענען אידן, און אונטער דעם אלעם שטייען די אלע אנטי ישראל גרופעס, איר האט אמאל געהערט אז מען רודפ'ט איראנע אפשטאמיגע וועגן עוולות וואס ווערט באגאנגען אין טעהראן? אבער דא פלוצלינג איז יעדע איד שולדיג אויף אנגעבליכע עוולות וואס די איזראעל רעגירונג טוט באגיין, דאס איז ריינע אנטיסעמיטיזם פארשלייערט אין אנטי איזראעל רעטאריק,
אבער די אלע אנטי-ישראל אנטי-אידישע גרופעס ווילן נישט אויסקוקן אנטיסעמיטיש ווייל שטייענדיג בלויז 70 יאהר נאכן האלאקאוסט איז אנטיסעמיטיזם נאך נישט אזוי פאפולער, און נאכדערצו אז די גרופעס זענען אקעדעמיקער און אפיציעל בעסערע מענטשן, דעריבער זענען זיי אויסן צו אהערשטעללן א שיין פנים און בעיקר צו צייגן אז אידן שטייען מיט זיי.
דא קומט אריין אין בילד די אפגעריסענע אומ'אחריותדיג אינגערמאן פון וויליאמסבורג וואס האט געזוכט משמעות אין זיין לעבן און האט באשלאסן אז ער גייט פראמאוטן ויואל משה פאר די גוים, ממש בשיטת חב"ד, אויף א העכסט פראפעסאנעלע אופן מיט א וועבסייט און פי. אר. און אזוי ווייטער.
מער דארף מען נישט שטעלן קיין ראציגע בחורים ביי די ארומיגע גאסן ביי די פראטעסטן צו אויפקלערן די עוברי אורח, און מפרסם זיין די הייליגע שיטה, ככל הגויים בית סאטמאר, מיר האבן א פראפעסיענעלע שטאב פון פראפאגאנדיסטן וואס גייען פרעדיגן שיטת רבינו און איינמאל פאר אלעמאל ווייזן אז נישט די ציונים פארטרעטן כלל ישראל, נאר כלל ישראל האט אירע פארטרעטער אין וויליאמסבורג ווי למשל מנשה פילאפ מיט משה דוד כ"ץ.
אבער דער משה דוד כאפט נישט אז ער געט פאר אלע שונאי ישראל א חרב בידם להרגני, ער טוט ריינוואשן די אלע אנטיסעמיטן און גרייט אהן די באדן פאר אטאקעס קעגן אידן.
אין זיין וועבסייט איז ער מוציא דיבת הארץ, ער באשמוצט מדינת ישראל מיט אלדאס בייז, ער בארעכטיגט אלע בלבולים קעגן די מדינה, ער שרייבט אז מדינת ישראל איז שולדיג און אלע צרות פון מיטל מזרח, און נאך ערגער פון אלעם ער שרייט און פארפירט אז מדינת ישראל איז גורם אנטיסעמיטיזם,
אצינד קענען די אלע אנטי-ישראל אנטי-סעמיטן ווייזן מיט די פינגער קוקטס אלע דא האט איר א אידישע גרופע וואס האלטן אזוי ווי אונז, און זיי שרייבן קלאהר אז מדינת ישראל איז שולדיג פאר די האלאקאוסט און אין אלע צרות וואס פלאגט די מענטשהייט, אבער זיי גייען נישט לכבוד דעם אצינד מבחין זיין בין דם לדם פונקט פארקערט דאס געט זיי לעגיטיצימאציע אנצוגיין ווייטער מיט זייערע האס און שמוץ קעגן אידן.
מי בקש זאת מדיכם? צו זענט איר בכלל זיכער אז די סאטמאר רב וואלט אין די היינטיגע מצב בארעכטיגט אזא הפקרות ווי אויסגיסן אלע אונזערע שמוץ וועש פאר די גאנצע וועלט? צו פארשטייט בכלל משה דוד כ"ץ די געפארפולקייט וואס ליגט אין זיינע פעולות?
איש עברי טייל זאכן וואס דו שרייבסט איז אמת טייל קען מען זיך דינגען. דאס איז אמאל זיכער, אז זשעי סטריט, נואם כאמסקי וחבריו. מאכן עני טיים א בעסרן זשאב מבאיש ריח צו זיין ישראל בעיני העמים. נוטרונא קען נאך פארענטפערט ווערן אינעם גוי'ס קאפ (נישט אז איך גיב זיי גערעכט) אז ס'באדערט זיי בלויז רעליגיע, וואס איז קלאר אז זיי האבן, און דאס לאנד נישט. ועל דא קבכי מאיר כהנא נ"ע ולהבח"לח עלען דערשאוויטץ .
איש עברי ידידו הנאמן פינעם ראש ממשלת הציונים איז היצט גאר בייז דערנאך וואס פארגאנגענער וואך איז די ווערטער געשטאנען אינעם גלובס
כפי הנראה טוען זיי עפעס אויף די חשובע ארג. דערנאך וואס די חברים און ראש הממשלה זעלבסט נעמען זיך די מיה דאהי בלשון המדינה צו האסען אקעגן זייערע לוחמים.
דער גלובס
מעולם לא היה דיון בקהילת חסידי סאטמר על עלייה לישראל", אמר ל"גלובס" דובר רשמי של סאטמר, שלא מסר את שמו. "המייסד של סאטמר, הרב הגדול יואל טייטלבאום, התנגד לחלוטין למדינת ישראל הקיימת. הוא אמר שקיום מדינה יהודית בעיצומה של הגלות מנוגד לחוקי התורה. לכן, חסידי סאטמר אינם עושים שום עלייה לפני שהשם יוציאנו מהגלות".הדובר יעץ ל"גלובס" לבדוק את הנאמר באתר של סאטמר, TrueTorahJews.org. כצפוי, היה האתר גדוש בנאצות וחרפות על ישראל. באחד מחלונות האתר, בפרק שכותרתו "מדינת ישראל: המקום המסוכן ביותר ליהודים", מצוטט מחקר, "אינדקס המדינות שוחרות השלום". לפי האתר של סאטמר, מדורגת ישראל במקום ה-140 מתוך 144 מדינות באינדקס, לפני סומליה, אפגניסטאן ועיראק, אך מתחת לסודאן, הרפובליקה הדמוקרטית של קונגו, צ'אד ופקיסטאן."אנו מקווים שהמידע הזה יועיל ליהודים שבוחנים אפשרות להגר לישראל, לבקר במדינה הציונית או ללמוד בה", נאמר באתר. "נתעלם מכל השיקולים האידיאולוגיים. זה פשוט לא חכם לעשות זאת... למעשה, הרבי של סאטמר אמר פעם, שכל אדם שחי במדינה הציונית צריך לברך ברכת הגומל כל יום. הוא צריך להודות לאלוהים שהוא קם בבוקר בעודו בחיים".בחלון אחר, שנושא את הכותרת, "התעמולה הנאצית התבססה על מה שאמרו הציונים", נאמר: "יהודים נאמנים לתורה שואפים לחיות בשלום ובהרמוניה עם שכניהם בכל אחת מהמדינות בקהיליה הבינלאומית, לרבות פלסטין ההיסטורית. יהודים אלה מגנים את המדיניות ואת הפעולות האלימות של אלה, שארצם נושאת את שם ישראל אבינו לשווא, אלה שזנחו את הערכים הנצחיים של התורה... ובחרו במקומם בלאומנות שובניסטית".וכך הלאה וכך הלאה עד אין קץ.
אין לי ספק, שאם היו חיים החרדים הללו- מייסדי הארגונים נטורי קרתא ונטרונא- בתקופת השואה, היו מצדיקים ומצדדים עם הצורר היטלר ואנשי האס אס.
אבל ישראל חזקה מתמיד, ואנחנו על המפה לנצח. צה"ל מרתיעה את אויבה, ובעזרת כוחתינו נעשה ונצליח.
נו, דארף מען מאכן א פארקערטע ארג. וואס וועט אויפקלערען כל יושבי תבל אז "נטרונא פארטרעט נישט די פרומע אידן".
ביבי האקט...
קאווע טרינקערנו, דארף מען מאכן א פארקערטע ארג. וואס וועט אויפקלערען כל יושבי תבל אז "נטרונא פארטרעט נישט די פרומע אידן".
ביבי האקט...
<a class="postlink" href="http://www.google.com/search?hl=en&redir_esc=&client=ms-android-hms-tmobile-us&source=android-browser-type&v=134000000&qsubts=1391351841295&q=%D7%96%D7%95%D7%A8%D7%97+%D7%99%D7%A9%D7%95%D7%91+%D7%90%D7%A8%D7%A5+%D7%99%D7%A9%D7%A8%D7%90%D7%9C&v=134000000">http://www.google.com/search?hl=en&redi ... =134000000</a>
ווער העצט די גויי הארץ נגד כלל ישראל ??
<a class="postlink" href="http://www.bhol.co.il/article.aspx?id=64308&cat=1&scat=1">http://www.bhol.co.il/article.aspx?id=6 ... t=1&scat=1</a>
מאטיאיש עברי טייל זאכן וואס דו שרייבסט איז אמת טייל קען מען זיך דינגען. דאס איז אמאל זיכער, אז זשעי סטריט, נואם טשאמסקי וחבריו. מאכן עני טיים א בעסרן זשאב מבאיש רוח צו זיין ישראל בעיני העמים. נוטרונא קען נאך פארענטפערט ווערן אינעם גוי'ס קאפ (נישט אז איך גיב זיי גערעכט) אז ס'באדערט זיי בלויז רעליגיע, וואס איז קלאר אז זיי האבן, און דאס לאנד נישט. ועל דא קבכי מאיר כהנה נ"ע ולהבח"לח עלען דערשאוויטץ .
יפה דיברת 👍
מסכים מיט יעדן ווארט.
מאטיאיש עברי טייל זאכן וואס דו שרייבסט איז אמת טייל קען מען זיך דינגען. דאס איז אמאל זיכער, אז זשעי סטריט, נואם טשאמסקי וחבריו. מאכן עני טיים א בעסרן זשאב מבאיש ריח צו זיין ישראל בעיני העמים. נוטרונא קען נאך פארענטפערט ווערן אינעם גוי'ס קאפ (נישט אז איך גיב זיי גערעכט) אז ס'באדערט זיי בלויז רעליגיע, וואס איז קלאר אז זיי האבן, און דאס לאנד נישט. ועל דא קבכי מאיר כהנא נ"ע ולהבח"לח עלען דערשאוויטץ .
ווען דער כ"ץ באטשי נעמט די ויואל משה און ער זעצט עס איבער אויף ענגליש און פאבליצירט עס און זאל'ן די אומות העולם זיך ברעכן קאפ וויאזוי מען האמערט אויס א פראקטישע צוגאנג צו די מדינה מכח די אלע פשעטלעך וואס שטייט דארט, וואלט איך נישט געהאט אזא פראבלעם,
די פראבלעם איז נאר אז ער פרובירט צו מאכן סענס פון די שיטה הקדושה, און אנדערע ווערטער ער קומט זאגן אז ער האט א אלטענאטיווע צו די אידישע פראבלעם, ממילא רייסט ער אראפ די מדינה אז זיי זענען שולדיג און אלע פראבלעמען פון אידן פון די האלאקאוסט עד היום הזה, און אז זיי זענען שולדיג אין די אנטיסעמיטיזם אויף די וועלט, אויב אזוי איז ער גארנישט אנדערש ווי די אידישע-מסולמענער וואס פארן קיין איראן ביידע טוען מוטיגן אנטיסעמיטיזם און רציחה.
איך בין נישט זיכער אז דאס איז בכלל געווען סאטמאר רב'ס צוגאנג, און אפילו יא ווייס איך נישט צו ער וואלט געהאלטן פון עס פרעדיגן פאר די גאנצע וועלט [און אפילו ווען יא איז עס אויך נאכנישט בארעכטיגט]
און לגבי נועם חומסקי כבר קדמני קופערניקוס, ער איז מער סאציאליסט אנארכיסט ווי א איד ממילא איז זיין מיינונג נישט אזוי וויכטיג פאר די אנטיסעמיטן און עס געט זיי נישט קיין לעגיטימאציע
ס'דא עפעס א מעשה-- איך געדענק נישט פונקטליך די פרטים-- מיט אן אמעריקאנער פאלעטישאן וואס איז אמאל געקומען צום סאטמאר רבי ז"ל און ווילענדיג ווייזן זיין אהבת ישראל האט ער זיך בארימט מיט זיין פרא- ישראל שטעלונג. איינע פון די גבאים, הערענדיג דאס, האט זיך גענומען שישקענען און פראבירט שטיל מאכן דעם פאלעטישאן- טא, ער זיצט דאך ביים רעבעזכיליינו אליינס. ווען דער רבי האט דאס באמערקט, האט ער צוגערופן דעם גבאי און געזאגט: דו נער איינער, דער גוי ווייסט דאך נישט בעסער. מיט דעם וואס ער שטיצט די מדינה, צייגט ער זיין אהבת ישראל איז וואס פארדרייסטו אים א קאפ.
איך בין נייגעריג וואס דער חכם מכל אדם כ"ץ באטשי זאגט צו די מעשה.
איש עברי האט מערסטנס רעכט. און סאטמאר רב האט טאקע כמה פעמים געזאגט אז א גוי וואס האט ליעב ארץ ישראל איז א אוהב ישראל. און נטרינא גייט אויסלערנען מרש״א פאר די אומת העולם.. אבער מיין קשיא איז, זענען דען נישט די ׳אפגעפארענע׳ פונקט אזוי שולדיג, ווען זיי האבן א מטרה לעצמם פון באשמיצן חרדים/אידן צו יעדן צייט. למה נגרעו? נטרינא באשמיצן די פרייע, און די אפגעפארענע/רעפאמירטע באשמיצן די פרומע. אלע סאשעל סייטס און פורקי עול בלאגס זענען פארנומען לילה כיום צו באשמיצן יעדן ארטאדאקסישע איד אלעוועלטליך. למה נגרעו?
אין הכי נמי לבי לבי על חלליהם
סטוט וויי צו זעהן ווי זיי שמייסן אריין אבער אויף זיי איז דא א לימוד זכות אז זיי זענען פארביטערט און אזוי ווייטער
מדינת ישראל, מצילים אדער רודפים
נישט אז איך זוך מיך יעצט אנצוהייבן מיט איינעם. נאר די אלע זאכן וואס די טענהסט אויף נטרונא און סאטמאר ווייזט אויף דיין נאאיווקייט ס'איז דא אן ענין פון מוחאה. און דאס איז וואס יעדער איז מחיוב צו טאן. די רעדסט פון היסטאריע וועל איך דיר פשוט צוהעלפן. גיי שטילערהייט ווען קיינער זעהט נישט און ווער געוואר אביסעל מער "היסטארישע" אינפארמעישאן איבער עטליכע ראשי פרקים וואס כ'גיי דיר יעצט געבן.
הרהגה"צ ר' מיכאל בער ווייסמאנדל ז"ל.
דער סלאגן רק בדם תהי לנו הארץ. פון ווי דאס קומט
די מעשה מיט די צינדער וואס דער רבי ברענגט אין ויואל משה.
ווי ווערן היינט נעבעך געהרג'ט די מערסטע יודן פון די גאנצע וועלט.
ווי קומט נאך פאר אזא רדיפת הדת ווי אין די מדינה
ווער איז יואל בראנד געווען
פארוואס האבן די מצילים געהרגט דר. די האן
אויך ווער געוואר פארוואס דער מופטי ימ"ש וואס האט געגעבן די עצה פאר היטלער ימ"ש צו פארטיליגען די יודן, פארוואס ער איז געווען אזוי אויפגערעגט
די ווילסט זיין א ציוני פיין אין גוט, רוב וועלט זענען פארכאפט אבער א שוטה זיי נישט
shem-tovנישט אז איך זוך מיך יעצט אנצוהייבן מיט איינעם. נאר די אלע זאכן וואס די טענהסט אויף נטרונא און סאטמאר ווייזט אויף דיין נאאיווקייט ס'איז דא אן ענין פון מוחאה. און דאס איז וואס יעדער איז מחיוב צו טאן. די רעדסט פון היסטאריע וועל איך דיר פשוט צוהעלפן. גיי שטילערהייט ווען קיינער זעהט נישט און ווער געוואר אביסעל מער "היסטארישע" אינפארמעישאן איבער עטליכע ראשי פרקים וואס כ'גיי דיר יעצט געבן.

פיין און וואול געזאגט פון דיין פוינט אוו קוק ווינקל. די ציונים זענען די גרעסטער פלאג פאר אידן איבער די וועלט, און לויט ר׳ מיכאל בער זענען זיי געווען די הויפט פאקטאר פון די האלאקאסט. נקוט כללא בידך: ״אידישע רשעים״ זענען די גרעסטער פלאג פאר די דת אנושי. די גרעסטע צרות ברענגן די חלונים, משומדים, רעפארמער, פורקי עול, עטאיסטן, בונדיסטן, הכל עולים בקנה אחד. נטרינא טוט מעגליך א עוולה, אבער די עוולת פון די פרייע שרייען אזוי הויעך אז מען קען פשוט נישט הערן די עוולת פון די פרומע. (ב.ד.וו. קריסטינאם וואס מיר ליידן עד היום הזה קומט פון א ״משומד״..)
ביזט א מהפך הקערה על פיה
קודם דו מישט ארום מיט היטאריע און השקפה
דאס וואס דו זאגטס וועגן דעם אז די ציונים זענען געשטאנען גלייכגילטיג - ס'איז אמת אז די ציונים זענען געשטאנען אין א זייט בעת וואס אידיש בלוט האט זיך געגאסן [הגם מקען זיך דינגען אויף די פרטים ווייל מען רעדט למעשה פון געוויסע אינערהאלב די ציוניסטישע אינסטוטוציעס און אויך נאר די לינקע, משא"כ די רעכטע האבן געקעמפט צו ראטעווען אידן ואכמ"ל און די מימרא רק בדם קומט פון א מינדערוויכטיגע מענטש אין די שווייצע פיליאלע פון די ציונים]
און אזוי אויך איז לאו דווקא די ציונים, די לינקע אידן און אמעריקע וואס זענען געווען אנטי ציונים האבן אויך פארשוויגען און נישט איטערווענירט,
אבער אז די ציונים האבן גורם געווען די קריג? נישט נאר א ליגנט, נאר סאיז נאריש און רשעות'דיג אזוי צו זאגן די איינציגע וואס זאגן אזוי זענען אפשר די היינטיגע נעא נאציס [די רבי האט אפשר געמיינט הימל חשבונות איך רעדט פראקטיש]
די אונטערשטע שורה, טאקע דערפאר וואס מיר האבן געלערנט א לקעציע, דעריבער טארן מיר טאקע נישט שטיין היינט גלייכגילטיג ווען די אנטיסעמיטן הייבן זיך די קעפ, און ווער רעדט נאך פון זיי געבן לעגיטימאציע
טייטש דו דינגסט זיך מיט רמ״ב וו״מ זצ״ל. עס איז ליידער א פאקט, זיי זענען געווען א שטארקער פאקטאר שפילער. דעריבער קען מען ענדערש רעדן פון די חרבנות וואס זייעניזעם מאכט אן בקרב העולם ווי איידער נטרינא.
אצינד רעדט מען פון די חורבנות פון נטרונא וועגן די חורבנות פון ציוניזם דארף מען מאכן א באזונדער אשכול
נו! ביזט דאך א איש אשכולת נעם דיך צו די ארבעט
איש אשכולותטייטש דו דינגסט זיך מיט רמ״ב וו״מ זצ״ל. עס איז ליידער א פאקט, זיי זענען געווען א שטארקער פאקטאר שפילער. דעריבער קען מען ענדערש רעדן פון די חרבנות וואס זייעניזעם מאכט אן בקרב העולם ווי איידער נטרינא.
#14 אני מאמין באמונה שלמה שכל דברי רמ"ב וו"מ זצ"ל אמתיים.
עברי לאמיר רעדן פון אינטערסאנטערע ענינים. וואס איז מיט לאנטש היינט. פיצא פרייס אדער וואס?
איך ווארט אויף א אפיציעלע אנטווארט פון משה דוד כ"ץ בנימין נתניהו האט שוין געזאגט זיין זייט אצינד לאמיר הערן וואס משה דוד האט צו זאגן
shem-tovעברי לאמיר רעדן פון אינטערסאנטערע ענינים. וואס איז מיט לאנטש היינט. פיצא פרייס אדער וואס?
דו ביזט אומבאקוועם מיט די נושא? איך מיין אז דו זאלסט נעמען נאר פרייליך פאר א גוטן לאנטש
צו פארשטיין די חרבנות פון נטרונא דארף מען איר ברענגן אין קאנטראסט, כדי ארויס צו הייבן די חרבנות מיט א קלארקייט. על כן האבן אפאר ניקים ארויסגעהויבן די פאקטן פון צינוזים אז די חרבנות פון זיי זענען פי כמה פון די קליין וווערומיגע כ״ץ חרבנות.
אין הכי נמי אבער איך האב ליב קודם צו אדרעסירן די קליינע פראבלעמען
היימישער ליטוואקאיש אשכולותטייטש דו דינגסט זיך מיט רמ״ב וו״מ זצ״ל. עס איז ליידער א פאקט, זיי זענען געווען א שטארקער פאקטאר שפילער. דעריבער קען מען ענדערש רעדן פון די חרבנות וואס זייעניזעם מאכט אן בקרב העולם ווי איידער נטרינא.
#14 אני מאמין באמונה שלמה שכל דברי רמ"ב וו"מ זצ"ל אמתיים.
#15 אני מאמין שכח הליצנות הוא בכח להפריע כל קורת ההיסטוריים וכל מאמרי של אנשים גדולים.
איך בין זייער אובאקוועם מיט די נושא אבער זייער באקוועם מיט מיין בעל פלוגתא. א חדר יונגעל וואס ווייסט נישט בחייכון וביומיכון. נו ווילסט קאוק אדער פעפסי.
[אגב, זיי זענן גרעכט אז ציוניזם רעפרזענטירט נישט JUDAISM, אבער עס איז בהחלט יא רעפרזענטיוו פון JEWS. פאקט: רוב יידן זענן יא סימפאטיקער און שטיצער פון די ציוניסטישע איידעע.]
אקעי דער חדר יונגל גייט דיר שטעלן א טשעלענדש ביטע ברענג אראפ די ציטאט פון רק בדם תהיה לנו הארץ מיט די פונקטליכע מקור און בעל המימרא נאכדעם קריגסטו א קאוק מיט א פעפסי
צדיק'ל איך וועל דיר קוואטן ויואל משה'ס, גמרא'ס, חומש, מן המיצר'ס וכדו אין די זאלסט געוואר ווערן פון ווי די בלוטיגע ווערטער שטאמען.
( כמעט זיכער ער ווייסט נישט וואס מן המיצר איז)
איש אשכולותהיימישער ליטוואקאיש אשכולותטייטש דו דינגסט זיך מיט רמ״ב וו״מ זצ״ל. עס איז ליידער א פאקט, זיי זענען געווען א שטארקער פאקטאר שפילער. דעריבער קען מען ענדערש רעדן פון די חרבנות וואס זייעניזעם מאכט אן בקרב העולם ווי איידער נטרינא.
#14 אני מאמין באמונה שלמה שכל דברי רמ"ב וו"מ זצ"ל אמתיים.
#15 אני מאמין שכח הליצנות הוא בכח להפריע כל קורת ההיסטוריים וכל מאמרי של אנשים גדולים.
דער ענטפער איז אז רמ"ב איז קיין היסטאריקער נישט גווען.
און אפילו אויב ציונים האב נישט גוואלט ראטווען יידן, און אפילו אויב זענן גווען וואס האבן גזאגט רק בדם וכו', וואס האט דאס מיט די גרויסע שאלה ווער און וואס האט גורם גווען דער הולאקוסט? פלוני אלמוני האט אויך נישט גראטוועט קיין יידן, איז ער דער "גורם" און דער שולד פאר די שואה? פ.ד.ר. ווערט אוך באשולדיגט מיט ענליכס, וועט איינעם איינפאלן צו זאגן אז דער הולאקוסט איז גקומן צוליב פ.ד.ר.? דער אמעריקאנער גווערמענט איז גלייך מיט די נאציס?
שטותים האבן דאך אויך א שיעור!!!
והעיקר, וואס האט דאס מיט דער פשוט'ער פאקט אז בזמנינו איז דער מוסד "נטרונא" מסכן יידישע נפשות מיטן גיבן לעגיטימי פאר שונאי ישראל וצוררי היהודים בכל מקומותיהם?
אקעי איך וויל נישט ממעיט זיין בערכו פון דעם אדם חשוב און העראישע עסקן רבי מיכאל בער דעריבער וויל איך נישט אריין אין דעם אבער לעת עתה קוק דא
<a class="postlink" href="http://www.daat.ac.il/encyclopedia/value.asp?id1=2316">http://www.daat.ac.il/encyclopedia/value.asp?id1=2316</a>
וואס איז דאס טאקע מן המיצר?
איש עבריאקעי איך וויל נישט ממעיט זיין בערכו פון דעם אדם חשוב און העראישע עסקן רבי מיכאל בער דעריבער וויל איך נישט אריין אין דעם אבער לעת עתה קוק דא
<a class="postlink" href="http://www.daat.ac.il/encyclopedia/value.asp?id1=2316">http://www.daat.ac.il/encyclopedia/value.asp?id1=2316</a>
וואס איז דאס טאקע מן המיצר?
מן המיצר איז א חיבור פארפאסט געווארן דורך רבי מיכאל בער וו״מ זצ״ל איבער די מלחמה.
היימישער ליטוואקאיש אשכולותהיימישער ליטוואקאיש אשכולותטייטש דו דינגסט זיך מיט רמ״ב וו״מ זצ״ל. עס איז ליידער א פאקט, זיי זענען געווען א שטארקער פאקטאר שפילער. דעריבער קען מען ענדערש רעדן פון די חרבנות וואס זייעניזעם מאכט אן בקרב העולם ווי איידער נטרינא.
#14 אני מאמין באמונה שלמה שכל דברי רמ"ב וו"מ זצ"ל אמתיים.
#15 אני מאמין שכח הליצנות הוא בכח להפריע כל קורת ההיסטוריים וכל מאמרי של אנשים גדולים.
דער ענטפער איז אז רמ"ב איז קיין היסטאריקער נישט גווען.
און אפילו אויב ציונים האב נישט גוואלט ראטווען יידן, און אפילו אויב זענן גווען וואס האבן גזאגט רק בדם וכו', וואס האט דאס מיט די גרויסע שאלה ווער און וואס האט גורם גווען דער הולאקוסט? פלוני אלמוני האט אויך נישט גראטוועט קיין יידן, איז ער דער "גורם" און דער שולד פאר די שואה? פ.ד.ר. ווערט אוך באשולדיגט מיט ענליכס, וועט איינעם איינפאלן צו זאגן אז דער הולאקוסט איז גקומן צוליב פ.ד.ר.? דער אמעריקאנער גווערמענט איז גלייך מיט די נאציס?
שטותים האבן דאך אויך א שיעור!!!
והעיקר, וואס האט דאס מיט דער פשוט'ער פאקט אז בזמנינו איז דער מוסד "נטרונא" מסכן יידישע נפשות מיטן גיבן לעגיטימי פאר שונאי ישראל וצוררי היהודים בכל מקומותיהם?
ענדליך פארשטאנען די מקור פון ״שטותים מיט לאקשען״ נאכן ליינען דיין לעצטער תגובה. רמ״ב איז אפשר קיין היסטאריקער נישט געווען אבער א ״באלעבער״ איז ער יא געווען, ער אליין האט געראטעוועט טויזענטער אידן פון דער דייטשער שטיוול, ער האט געקעמפט נעק טא נעק קעגן די דייטשן. ער האט נישט צופיל היסטאריע געדארפט קענען לערנען, ״ער האט דאס אליין געזען״.
מסכן אידישער נפשות איז בנימין נתניהו!! נישט דער עטענטשען סיקער קאטץ. #גיבמיאברעיק
איש אשכולותאיש עבריאקעי איך וויל נישט ממעיט זיין בערכו פון דעם אדם חשוב און העראישע עסקן רבי מיכאל בער דעריבער וויל איך נישט אריין אין דעם אבער לעת עתה קוק דא
<a class="postlink" href="http://www.daat.ac.il/encyclopedia/value.asp?id1=2316">http://www.daat.ac.il/encyclopedia/value.asp?id1=2316</a>
וואס איז דאס טאקע מן המיצר?
מן המיצר איז א חיבור פארפאסט געווארן דורך רבי מיכאל בער וו״מ זצ״ל איבער די מלחמה.
טאקע? איך וויל וויסן צו שם טוב האט עס שוין דורכגעטוהן ווייל איך למשל יא
און דאס וואס דער שוויין האט זיך לעצטענס אנגערופן אויפן אמעריקאנעם סעקרעטערי אוו סטעיט קערי. וואס בדרך אגב אזוי זייטיגערהייט ריקט אריין פאר די מדינה א וואפינג 3 ביליאן טאלער ביים יערליכען דינער און באשיצט זיי מיום הוסדה. דאס אליינס מיינסטו איז נישט גענוג אז יעדער רעכטדענקיגער גוי אין די קאלידשעס און יוניווערסיטיס זאל פיינט האבן די טיפשותדיגע גאווה פון דעם מדינה הסרוחה??? אויב עפעס נעמען די ערליכע יודן אראפ דעם חרון אף פונעם אייבערשטן און דער כעס פונעם גוי. א חרפה און א בושה
יא זיכער האסטו עס דורכגעטאן. און ביסט געקומען צו די מסקנה אז ס'איז הימלישע זאכן. וואס
shem-tovאון דאס וואס דער שוויין האט זיך לעצטענס אנגערופן אויפן אמעריקאנעם סעקרעטערי אוו סטעיט קערי. וואס בדרך אגב אזוי זייטיגערהייט ריקט אריין פאר די מדינה א וואפינג 3 ביליאן טאלער ביים יערליכען דינער און באשיצט זיי מיום הוסדה. דאס אליינס מיינסטו איז נישט גענוג אז יעדער רעכטדענקיגער גוי אין די קאלידשעס און יוניווערסיטיס זאל פיינט האבן די טיפשותדיגע גאווה פון דעם מדינה הסרוחה??? אויב עפעס נעמען די ערליכע יודן אראפ דעם חרון אף פונעם אייבערשטן און דער כעס פונעם גוי. א חרפה און א בושה
וואס איז נוגע די חרון אף בין איך נישט באקאנט
אבער וואס ער האט געזאגט וועגן די סעקערטערי אוו סטעיט קומט נישט אריין דא איך האב שוין פריער ערווענט אז מ'קען מאכן א עקסטער אשכול קעגן די ציונים עסטו זעהן ווי איך וועל האקן אויף זיי [בתנאי אז סוועט נישט ארויסגיין צו די אומות העולם]
אזא שיינע וויכוח א שאד צו שטערן. איך וויל נאר אריינווארפן א נקודה ,מען איז דן דא בכובד הראש צו נאתרינע טוט אויף אדער שטערט ,ואני הק' זאגט אז קיין איין נארמאלע גוי נעמט נישט די פריעקס סיריעסלי. עס איז נאר זעלבסט-סעווירענדע סאטמארע פראפאגאנדע אז יענער אן יענער תלוש אין ווייאומינג האט דאולאדעד זייער משוגעת ממילא "טוען זיי עפעס אויף" .
פונקט ווי ווען מיר זעהען א מוזלים האקט פעך און שוועבל אויף זיינע ברודערס קוקן מיר עם אן ווי א פריעק די זעלבע קוקט א רעכט דענקיגע גוי אויף די משוגעים.
shem-tovיא זיכער האסטו עס דורכגעטאן. און ביסט געקומען צו די מסקנה אז ס'איז הימלישע זאכן. וואס
ווייטער מישטו ארום
איך האב געזאגט אז צו זאגן אז די ציונים זענען שולדיג אין די אויסברוך נאריש און אפשר איז עס הימליש, אגב אין מן המיצר שטייט אז די ציונים זענען שולדיג אין די אויסברוך פון די מלחמה?
איש עבריווער עס פארשטייט צו היסטאריע און ווער עס האט אויגן אין קאפ, און איז אויפריכטיג איז מודה אז די היינטיגע ווערסיע פון אנטיסעמיטיזם איז אנטי-ציונות, עס איז שוין היינט נישט פאפולער צו זאגן אז אידן קאנטראלירן די וועלט אדער אז אידן זענען א נידריגע ראסע, האבן די אנטיסעמיטן געטראפן א נייע לאזונג, אידן זענען אקופירער, מערדער, און פירן א לאנד פון אפארטהייד.
די אלע אנטי ישראל גרופעס זענען אויסגעשפראכען און זיי שטעלן זיך נישט אפ פאר גארנישט ווייל זיי שטעלן זיך אהער אלס פרייהייט קעמפער, זיי זענען עקלהאפטיגע היפאקריטן, זיי זאגן נישט קיין ווארט איבער די הונדערטער טויזענטער מענטשן וואס ווערן געפייניגט און געמארדערט איבער די גאנצע מיטל מזרח, איבער איראן און סאודי אראביע ווי מען הרג'ט יעדן טאג אומשולדיגע מענטשן אויף אנגעבליכע פארלעצונגען פון רעליגיע, מיטאמאל איבער די מאסן מארדן אין סיריע הערט מען פון זיי א ווארט, זיי האבן איין איינציגע פראבלעם - איזראעל!
מען דארף זיין בלינד נישט צו פארשטיין אז די מאטיוו איז ריינע אנטיסעמיטיזם און שנאה צום אייביגע איד, און אזוי זאגן אפילו גוים, ווי למשל דער פרעמעיר מיניסטער פון קאנאדע האט דאס ערווענט אין זיין לעצטע רעדע אין כנסת.
דאס איז נישט קיין טעאריע עס איז א פאקט אז מען שלאגט היינט אידן איבער די וועלט צוליב די העצערישע גרופעס, אין אלע קאלעדשעס רודפ'ט מען אידישע סטודענטן עד חורמה, בלויז ווייל זיי זענען אידן, און אונטער דעם אלעם שטייען די אלע אנטי ישראל גרופעס, איר האט אמאל געהערט אז מען רודפ'ט איראנע אפשטאמיגע וועגן עוולות וואס ווערט באגאנגען אין טעהראן? אבער דא פלוצלינג איז יעדע איד שולדיג אויף אנגעבליכע עוולות וואס די איזראעל רעגירונג טוט באגיין, דאס איז ריינע אנטיסעמיטיזם פארשלייערט אין אנטי איזראעל רעטאריק,
אבער די אלע אנטי-ישראל אנטי-אידישע גרופעס ווילן נישט אויסקוקן אנטיסעמיטיש ווייל שטייענדיג בלויז 70 יאהר נאכן האלאקאוסט איז אנטיסעמיטיזם נאך נישט אזוי פאפולער, און נאכדערצו אז די גרופעס זענען אקעדעמיקער און אפיציעל בעסערע מענטשן, דעריבער זענען זיי אויסן צו אהערשטעללן א שיין פנים און בעיקר צו צייגן אז אידן שטייען מיט זיי.
דא קומט אריין אין בילד די אפגעריסענע אומ'אחריותדיג אינגערמאן פון וויליאמסבורג וואס האט געזוכט משמעות אין זיין לעבן און האט באשלאסן אז ער גייט פראמאוטן ויואל משה פאר די גוים, ממש בשיטת חב"ד, אויף א העכסט פראפעסאנעלע אופן מיט א וועבסייט און פי. אר. און אזוי ווייטער.
מער דארף מען נישט שטעלן קיין ראציגע בחורים ביי די ארומיגע גאסן ביי די פראטעסטן צו אויפקלערן די עוברי אורח, און מפרסם זיין די הייליגע שיטה, ככל הגויים בית סאטמאר, מיר האבן א פראפעסיענעלע שטאב פון פראפאגאנדיסטן וואס גייען פרעדיגן שיטת רבינו און איינמאל פאר אלעמאל ווייזן אז נישט די ציונים פארטרעטן כלל ישראל, נאר כלל ישראל האט אירע פארטרעטער אין וויליאמסבורג ווי למשל מנשה פילאפ מיט משה דוד כ"ץ.
אבער דער משה דוד כאפט נישט אז ער געט פאר אלע שונאי ישראל א חרב בידם להרגני, ער טוט ריינוואשן די אלע אנטיסעמיטן און גרייט אהן די באדן פאר אטאקעס קעגן אידן.
אין זיין וועבסייט איז ער מוציא דיבת הארץ, ער באשמוצט מדינת ישראל מיט אלדאס בייז, ער בארעכטיגט אלע בלבולים קעגן די מדינה, ער שרייבט אז מדינת ישראל איז שולדיג און אלע צרות פון מיטל מזרח, און נאך ערגער פון אלעם ער שרייט און פארפירט אז מדינת ישראל איז גורם אנטיסעמיטיזם,
אצינד קענען די אלע אנטי-ישראל אנטי-סעמיטן ווייזן מיט די פינגער קוקטס אלע דא האט איר א אידישע גרופע וואס האלטן אזוי ווי אונז, און זיי שרייבן קלאהר אז מדינת ישראל איז שולדיג פאר די האלאקאוסט און אין אלע צרות וואס פלאגט די מענטשהייט, אבער זיי גייען נישט לכבוד דעם אצינד מבחין זיין בין דם לדם פונקט פארקערט דאס געט זיי לעגיטיצימאציע אנצוגיין ווייטער מיט זייערע האס און שמוץ קעגן אידן.
מי בקש זאת מדיכם? צו זענט איר בכלל זיכער אז די סאטמאר רב וואלט אין די היינטיגע מצב בארעכטיגט אזא הפקרות ווי אויסגיסן אלע אונזערע שמוץ וועש פאר די גאנצע וועלט? צו פארשטייט בכלל משה דוד כ"ץ די געפארפולקייט וואס ליגט אין זיינע פעולות?
דו רעדסט ווי/פון א טיפישע איזרעלי קוק ווינקעל, און לאו דוקה צום דבר..,פאר א שטיקעל ענטפער עיין בתגובה @מאטי,
[נישט אז איך האלט אז נטרונא איז יא צום זאך]
אבער אז דו ווילסט דן זיין איבער נטרונא אין דו ווילסט נאך אן ענטפער פון כץ
דארפסטו אריינקמען אביסעל קלארער/שטערקער..
ר' מ"ד ווייסמאנדל, מי אתה?
איך נעם נישט אחריות. אבער למען ההיסטורי דארף מען הערן ביידע צדדים
<a class="postlink" href="http://www.hydepark.co.il/topic.asp?topic_id=2974163&forum_id=21413">http://www.hydepark.co.il/topic.asp?top ... m_id=21413</a>
איך אויךאזא שיינע וויכוח א שאד צו שטערן. איך וויל נאר אריינווארפן א נקודה ,מען איז דן דא בכובד הראש צו נאתרינע טוט אויף אדער שטערט ,ואני הק' זאגט אז קיין איין נארמאלע גוי נעמט נישט די פריעקס סיריעסלי. עס איז נאר זעלבסט-סעווירענדע סאטמארע פראפאגאנדע אז יענער אן יענער תלוש אין ווייאומינג האט דאולאדעד זייער משוגעת ממילא "טוען זיי עפעס אויף" .
פונקט ווי ווען מיר זעהען א מוזלים האקט פעך און שוועבל אויף זיינע ברודערס קוקן מיר עם אן ווי א פריעק די זעלבע קוקט א רעכט דענקיגע גוי אויף די משוגעים.
הלוואי וואלסטו געווען גערעכט, אבער ליידער איז היינט די אינטערנעט עידש און יעדער תלוש איז א מאן דאמר, און די סייט געבט אינפארמאציע פאר יעדע שונא ישראל וויאזוי צו באשולדיגען אידן-ציונים אין אלע וועלט פראבלעמען און נאך זאגן אז די אידן זענען מודה
אי איתמר
דו רעדסט ווי/פון א טיפישע איזרעלי קוק ווינקעל, און לאו דוקה צום דבר..,
א טיפישע איזראעלי קוק ווינקל איז לאו דווקא שלעכט, און לאוו דווקא נישט צום דבר
פאר א שטיקעל ענטפער עיין בתגובה @מאטי,
מאטי האט גוט געזאגט און מען האט אים שוין געענטפערט עיין לאורך כל האשכול
[נישט אז איך האלט אז נטרונא איז יא צום זאך]
אבער אז דו ווילסט דן זיין איבער נטרונא אין דו ווילסט נאך אן ענטפער פון כץ
דארפסטו אריינקמען אביסעל קלארער/שטערקער..
אין הכי נמי ועוד חזון למועד אדרבא שרייב דו מער, דו זאגסט דאך אז דו האלטסט אויך אז נטרונא איז נישט צום זאך
היימישער ליטוואקhttp://www.hydepark.co.il/topic.asp?topic_id=2974163&forum_id=21413
איך ווייס פון די אלע טענות אבער ווי אויבן דערמאנט האלט איך נישט פאר ריכטיג צו פארשמירן רבי מיכאל בער, ער איז געווען א ריכטיגע עסקן בצרכי מיבור באמונה און אפילו זיין ווייטאג האט אים געטריבן צו פארשידענס איז נישט ריכטיג עוסק צו זיין דערין
כ'שטעל מיך פאר אז זינט נטרונא האט געפענט אירע טויערן פאר די אלגעמיינע פרעסע, און גויאישע צושויער האט זי נאכניש געהאט אזא גיטע טאג ווי היינט, ווען איש עברי האט זיי דעליווערט אויף א גאלדענע טאץ, צו זעהן במו עיניהם אז נוצר תאנה יאכל פרי',
אז מען לייגט אריין פלאג קומט אן איש פון יענער זייט און טוט גראטולירען, יא איר האט געמאכט די דזשאב, מיר פלאצען אוועק
איש עבריהיימישער ליטוואקhttp://www.hydepark.co.il/topic.asp?topic_id=2974163&forum_id=21413
איך ווייס פון די אלע טענות אבער ווי אויבן דערמאנט האלט איך נישט פאר ריכטיג צו פארשמירן רבי מיכאל בער, ער איז געווען א ריכטיגע עסקן בצרכי מיבור באמונה און אפילו זיין ווייטאג האט אים געטריבן צו פארשידענס איז נישט ריכטיג עוסק צו זיין דערין
״געראטעוועט אידן פונעם פיסק פונעם לייב במלוא מובן המילה אין פילן בוכשטעבליכן זין פון ווארט״. זיי נישט בייסיג, און געב אים נישט קיין קראקעדייל טיטול ווי עוסק בצרכי ציבור. עניוועי וואס א חילוק, עס איז נישט מעלה ומוריד. איך ווייס אז די ווערטער פון רמ״ב ציפען די דכדוכי הנפש פון די סעקולערע באוועגונג, עס איז פאר זיי נישט גינסטיג, עס קלאפט זייערע מאראל, אבער אין המעשה יוצא מידי המציאות. עס איז אויך דא אזעלכע וואס גריצלען אויך מיט די סטעיטמענט פון ר״א מיללער אז די האלוקאוסט אז געקומען א דאנק די משכילים, עס טוט זייער וויי אבער דאס זענען די פאקטען. און די סיבה פארוואס די אשכול דרייט זיך עקשנות׳דיג צום זייט פון ציונים, איז ווי באלד ווען עמיצער ברענגט אויף די טעמע פון ׳אנטיסעמיטיזעם״ אדער ״אנרייצונגען״ ברענג דאס אוטאמאטיש אפיר די חרב המהפחת פון די דת הציונית, וואס ברענג אן כל הצרות משונות אנגעהויבן פון ׳האס׳ ביז טעכנישע מארד אלעוועלטליך.
כ'בעט דיר ברחמים מישט נישט קיין אייז קרים טשולנט צווישן ר' מיכאל בער און ר' אביגדור מיללער ,די צוויי וואלטן נישט געקענט זיין ווייטער איינס פונעם צווייטען.
איך אויךכ'בעט דיר ברחמים מישט נישט קיין אייז קרים טשולנט צווישן ר' מיכאל בער און ר' אביגדור מיללער ,די צוויי וואלטן נישט געקענט זיין ווייטער איינס פונעם צווייטען.
איך מיין אז דו האסט זיי צוזאם געמישט. איך האב גערעדט פון א געוויסע תמצית דבריהם, און דו מישט אויס זייערע דמות אדער מהות. ניין, לא זה התכוונתי.
די תמצית מישט דו אויך שרעקליך ,קענסט שוין פאר די זעלבע געלט זאגן אז ביידע זענען געגאנגן מיט הויזן האבען זיי קאמען גראונד.
shem-tovנישט אז איך זוך מיך יעצט אנצוהייבן מיט איינעם. נאר די אלע זאכן וואס די טענהסט אויף נטרונא און סאטמאר ווייזט אויף דיין נאאיווקייט ס'איז דא אן ענין פון מוחאה. און דאס איז וואס יעדער איז מחיוב צו טאן. די רעדסט פון היסטאריע וועל איך דיר פשוט צוהעלפן. גיי שטילערהייט ווען קיינער זעהט נישט און ווער געוואר אביסעל מער "היסטארישע" אינפארמעישאן איבער עטליכע ראשי פרקים וואס כ'גיי דיר יעצט געבן.
הרהגה"צ ר' מיכאל בער ווייסמאנדל ז"ל.
דער סלאגן רק בדם תהי לנו הארץ. פון ווי דאס קומט
די מעשה מיט די צינדער וואס דער רבי ברענגט אין ויואל משה.
ווי ווערן היינט נעבעך געהרג'ט די מערסטע יודן פון די גאנצע וועלט.
ווי קומט נאך פאר אזא רדיפת הדת ווי אין די מדינה
ווער איז יואל בראנד געווען
פארוואס האבן די מצילים געהרגט דר. די האן
אויך ווער געוואר פארוואס דער מופטי ימ"ש וואס האט געגעבן די עצה פאר היטלער ימ"ש צו פארטיליגען די יודן, פארוואס ער איז געווען אזוי אויפגערעגט
די ווילסט זיין א ציוני פיין אין גוט, רוב וועלט זענען פארכאפט אבער א שוטה זיי נישט
אקעי, סקרעטש די מעשה מיטן צינדער. כהאב באקומען ערענסטע דעד טרעטס...
איש עבריאי איתמר
דו רעדסט ווי/פון א טיפישע איזרעלי קוק ווינקעל, און לאו דוקה צום דבר..,
א טיפישע איזראעלי קוק ווינקל איז לאו דווקא שלעכט, און לאוו דווקא נישט צום דבר
עס איז נישט שלעכט אבער דוקא נישט צום דבר צו קומען מיט טענות קעגן נטרונא מיט אויסגעדראשענע פרא-איזעיל רעטאריק,
פאר א שטיקעל ענטפער עיין בתגובה @מאטי,
מאטי האט גוט געזאגט און מען האט אים שוין געענטפערט עיין לאורך כל האשכול
וויבאלד דער גוי זעהט אז מרעדט דא פון א רעליגיעזע שטאנדפונקט קוקט ער אויף דעם אויף די זעלבע וועג ווי אזוי ער קוקט אהן רעליגיע בכלליות...
]וואס מיינסטו צו זאגן ער האט גוט געזאגט?