נטרונא, מצילים אדער רודפים?
195 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5806
ישראל קאפקעאבער אין דייטשלאנד זענען די דעמאנסטראציעס געווען נישט האלב אזוי גרויס אדער היציג ווי אין פראנקרייך,
ווילסט מיר פארקויפן אז די סיבה נישט דו קויפן דייטשע סחורה איז וועגן אנטי מדינת ישראל פראטעסטן?
איך האלט נישט אז דאס איז ריכטיגע סיבה, אבער לויט דיר אז די סיבה איז אנטי מדינת ישראל פראטעסטן איז דא לענדער מיט פיל ערגער פראטעסטן,
ניין: די סיבה פאר נישט קויפן דייטשע פראדוקטן איז וועיגן דעם חורבן וואס די נאציס האבן געטון מיט די הסכמה פון רוב פון די דייטשע באפעלקערונג. די השפלות און רדיפות וואס די אידן אין דייטשלאנד זענען אדורכגדעגאנגען פונ'ם אויפשטייג פון די נאציס ביז צו די וועלט מלחמה אין 1939 מיט דער צושטימונג פון די באפעלקערונג, דאס איז זייער הויפט חטא לגבי דעם אידישן פאלק. נאך אפילו מער ווי די ווייעדיגע נאכפאלגן פונ'ם האלאקאוסט. ווייל ספעציעל אין אנהויב פון די נאציס' אויפשטייג, איז נאך געוועין זייער גרינג צו פראטעסטירן און נישט צו לאזן די השפלה אויף א טייל פון די באפעלקערונג. ממילא ווארפט עס א פלעק אויף אלע איינוואוינערס פון יענע פארשאלטענע מדינה... 😕 😎 😈 🙄 😠 😛 😳 😢 😞 😉 😮
זיס 😃
<a class="postlink" href="http://www.truetorahjews.org/images/Curtis&KubydiscussTTJad.mp3">http://www.truetorahjews.org/images/Cur ... sTTJad.mp3</a>
שעקעדיג, איך בין באמת אין שאק פון דיין תגובה, ווי קומט צי דיר צו שרייבן אזאנע פוסטע שטותים? וואס איז אזוי שווער צו פארשטיין די אויפברויז ביים עולם? שטיין ציזאמען מיט די אראבער האנט ביי האנט, די זעלביגע וואס זיכן אינז צי פארטיליגן ר"ל, אקעגען אינזער ברידער יא אינזער ברידער! טאקע א גרויס חלק תינוקת שנשבו אבער פארט אינזערע ברידער, וואס לאזן זיך טעגליך הארגענען אינז צו שיצען פין די ישמעלים, וואס איז שייך א גרעסערע פאברעך פון דעם?? די קשיא איז וויאזוי קענען רעכטדענקענדע מענטש אזוי ווי דיר סימפאטיזירן מיט אזעלכע גמיינע יונגען.
האסט געוואלט שרייבן שמעקעדיג אדער שרעקעדיג??? 😛
האסט מיר געזעהן סימפאטיזירן? כ'האב נאר געפרעגט לשיטתם.
אבער ס'פונקט ווי דו זאלסט מיר פרעגן אויף אלע שתדלנים לאורך הגלות וואס זענען געגאנגען שתדל'ען צום בייזן קעניג וואס האט געזוכט צו פארטיליגן די אידן, און בעטן בכל לשון של בקשה אז מיר זענען נישט קיינע שונאים און מען בעט דעם קעניג זאל נישט הרג'ענען די אומשולדיגע אידן... וועסטו זאגן אז זיי שטייען האנט ביי האנט מיט אונזערע שונאים וואס זוכן אונז צו פארטיליגן???
דו ווייסט דאך אז סתם אזוי אין לעבן זענען זיי נארמאלע פיינע מענטשן, נאר דא זענען זיי משוגע לאותו דבר, און זיי פרובירן מסביר זיין זייער שיטה, איז פרעג איך אפשר איז יש דברים בגו?
דו קומסט שוין מיט א הנחה אז זיי זענען "געמיינע יונגען", לאמיר הערן וואס ברענגט דיר צו די הנחה? איך וויל הערן שכל'דיג, נישט געפיל.
(אגב, דו רעדסט בעיקר פון נטורי קרתא, די אשכול רעדט דאך פון נטרונא וועלכע גייען נישט אינאיינעם מיט די רוצחים, אלזא, זיי פארשטייסטו יא???)
קודם כל, במשך אלע יאהרן ווען יודען זענען געגאנגען שתדל'ן ביי די בעאמטע, צי זאל עס זיין אין שפאניע ביים קעניג אליזאבעט אדער אין רוסלאנד ביים צאר/קייזער אדער אין תימן ביים פאשא, איז מען טאקע געגאנגען מיט א מתנה אין די הענט,( ווי אין די מחניים ביכלעך ווערט אזוי שיין אראפגעמאלן דארעך ה. העכטקאפ) אין זיך איינגעבעטן די הערשער זאל שוינען די ארימע פארפלאגטע פאלק וואס האט נישט קיין מנוחה וכו', קיינמאל איז מען נישט געגאנגען מיטן שונא פראטעסטירן קעגען אייגענע ברידער, אין מחזק זיין די רוצחים, אין ווען יא זענען זיי באוויסט לשימצה ולחרפה ולדראון עולם, וואס מעטיט דא, איז ווי אנאנים האט שוין ארויסגעברענגט כמה פעמים, איז גיין ווי מיט די נאציס אליין, אין זיין א שותף צי די רציחות אין ארץ ישראל, לאמער עס אויסשמועסן טאקע שכל'דיג, וואס טוהען די נטורי קרתא אויף? זיי טוען נישט מער ווי בארעכטיגן די ראקעטן אין אלע אנדערע רציחות אויף יודישע קינדער, זיי שרייען אויס, אינז זעמער בדעה אחת מיט די ארבער, אז מען דארף אינטער ברענגען די מדינה מיט אלע אירע בירגער היל"ת, מגייט צו אראפאת'ס קבר אין מעאיז מתפלל אויף די הצלחה פון חאמאס ר"ל, איז דא א גרעסערע אכזריות פון דעם? אלזא וואס האקסטו דא אין קאפ אז זיי טוהן שתדלן? וואס שתדלן פאר א שווארץ יאהר? איז שוין 1 יוד געשוינט געווארן דארך זייערע פראטעסטן מיט די אראבער, ווען ח"ו אינז האמער די פראבלעם אין מעהאקט קניידלעך טאג אין נאכט אויף אונז אין ברוקלין וואלטן די טעראריסטן מבחין געוועהן צווישן וויליאמסבורג אין פלעטבוש? אה, ער איז א שטיצער פון נטורי קרתא, ער נעמט נישט קיין געלט פון די מדינה, וואסארא שטותים, אינז זעמער אלע אין 1 שיף אין 1 גלות, מעהאט אינז אלע איינג פיינט אין חוץ פון חרון אף אין א חילול כבוד שמיים טוט זייען גארנישט אויף, אלזא, איך ווייס נישט פון ווי די קענסט זיי אזוי פרעזענליך אז אין אלגעמיין זענען זיי ביי דיר נארמאלע מענטשן, צו מיר שיינען זיי ווי א גרופע היפאקראטן אין אומפאראנטווארטליכע פאראזיטן.
נ.ב. איך רעד יא פון נטורי קרתא, איך ווייס נישט פון קיין נטרונא צי זאגן.
סמבטיון
נ.ב. איך רעד יא פון נטורי קרתא, איך ווייס נישט פון קיין נטרונא צי זאגן.
נו איז וואס ווילסטו פון זייער אשכול, דא איז מען דן אויף נטרונא וואס דערווייל ווייסטו נאכנישט וואס דאס איז בכלל
ישראל קאפקעאבער אין דייטשלאנד זענען די דעמאנסטראציעס געווען נישט האלב אזוי גרויס אדער היציג ווי אין פראנקרייך,
ווילסט מיר פארקויפן אז די סיבה נישט דו קויפן דייטשע סחורה איז וועגן אנטי מדינת ישראל פראטעסטן?
איך האלט נישט אז דאס איז ריכטיגע סיבה, אבער לויט דיר אז די סיבה איז אנטי מדינת ישראל פראטעסטן איז דא לענדער מיט פיל ערגער פראטעסטן,
דאס איז געענטפערט שלא מן הענין. ווייל דו האסט שוין געזעהן אין מיין פריערדיגע תגובה ווי איך האב מדגיש געוועהן אז דער חטא פון דייטשלאנד איז נישט זייער אנטי-ציוניזם. נאר פשוט זייער שנאת ישראל אויף אלע אידן. עמער עס איבער חזר'ן. אז די גרעסטע שולד קען מען אנווייזן אויף די גאנצע (אדער עכ"פ , רוב) דייטשע באפעלקערונג. וואס איז נאך אין געוויסע אופנים ערגער ווי די מעשים תעתועים וואס די נאציס ימ"ש האבן אפגעטון בשעת די מלחמה. ווייל אויף דעים קענען זיי טענה'ן אז זיי האבן נישט געהאט קיין קאנטראל. אבער די אלע יארן זייט דעם אויפשטייג פון די נאציס אין דייטשלאנד גופא פאר די צווייטע וועלט מלחמה. אין די דרייסיגער יארן. ווען די נאציס, ימ"ש האבן אנגעהויבן מיט זייערע גאר שטארקע רדיפות אויף די אידן אין דייטשלאנד. און ס'איז נאך געוועהן זייער גרינג זיי צו שטערן. אדער לכה"פ פראטעסטירן. און דער המון עם אין דייטשלאנד האט עס אנגענימען מיט א שטילשווייגעניש... 😕 😎 🙄 😈 😈 😈 😈 😠 😛 😳 😢 😞 😉 😮
יעצט געליינט איש עברי'ס מאמר, זייער שיין.
די ארבעט פון נטרונא איז לעכערליך און קומט פון א קליינע דארפישע קוק ווינקל והוא הנותנת אז סאיז בכלל נישט קיין סכנה נאר בלויז אירעלעווענט. אין אמעריקא האסטו אדוואקאטן גרופעס אויף יעדער זאך אין דער וועלט, און אפילו אזעלכע וואס פארטרעטן אויף אן אמת מיליאנען מענטשן און זיצן אויף שווערע געלטער, קוים קוים וואס עס קומט זיי אויס פארצושטעלן א פוינט אז זייער שטימע זאל בכלל געהערט ווערן, ווער רעדט נאך פון טוישן דעם דעת הקהל.
ווידעראום נטרונא איז א לעכעריגע זאק אן ארגאניזאציע וואס צווישן מיר און דיר און די לאמפ איז עס קלענער ווי דער פאסט קעסטל ביים ווינקל פון דער גאס, זיי פארטרעטן קיינעם אין דער וועלט אויסער איינעם כ'ץ מיט א טשולענט טאפ און א פאנדרעיזער וואלדמאן, זיי האבן נישט קיין אפעראציעס אויסער עפעס א האטליין אויף אידיש א קעגנזאץ פאר אלתר משה גאלדבערגער, ניטאמאל סאטמאר אידענטיפיצירט זיך מיט זיי, שלעפן א בודזשעט פון... און האבן אונטער גענומען א זינלאזע מערכה צו באמבאדירן די לבנה און זיי קעמפן קעגן אן עקזיסטירנדע דעמאקראטישע לאנד.
עס איז ריין געלעכטער, ניטאמאל ווייטאג.
ףארגעסן, זיי האבן אויך איינעם מיט א בענדדאון וואס האט אפילו געהאט די ערשטע זייט פונעם מאמענט.
כוכב נאך איין נקודה פארגעסן
זיי האבען אויך א טוץ מיט ניק'ס אויף קאווע שטיבל וואס שימפען און שרייבן העסליך קעגן א לעכעריגע זאק
#אויך עפעס
נטרינא לאזט יעצט פאלן בייסיגער קאמערשעלס אויף ביבי'ס דרשה אין קאנגרעס. איך ווייס נישט, אבער איך האב נאכקיינמאל אין מיין לעבן נישט באגעגענט אזא מאסשטאבליכער חילול ה' איום ונורא. בנוסף צו דעם עקל'ט עס, און א סקרוך פון גיעול הנפש באנעצט די ביינער. ווען אימער איך זעה א פאסטער פון נטרינא בין איך אויסן עס אראפצורייסן און צופילקן אויף שטיקער.. א שאנדע!!
מיר קוקן אויס ווי ווילדע שבטים וואס רייסן זיך ביי די קעפ...
דאס איז געווען א ענטפער אויף עזריאל'ס תגובה וואס ער האט אפגעמעקט, אז לשיטתו טוט נטרינא אין די פאל יא א גוטע דזשאב.
פרייוויליגמיר קוקן אויס ווי ווילדע שבטים וואס רייסן זיך ביי די קעפ...
דאס איז געווען א ענטפער וואס עזריאל'ס תגובה וואס ער האט אפגעמעקט, אז לשיטתו טוט נטרינא אין די פאל יא א גוטע דזשאב.
ניין: נאר די אנטיסעמיטן לאכן זיך גוט אונטער פון די נארישע אידן...!
כמו שאמרתי במקום אחר. אז פאר די צווייטע וועלט מלחמה האטציך ארומגעדרייט א האלב צודרייט איד'ל, ל"ע און ער האט געשריבן א חיבור וואס ער האט געטענה'ט אז מ'דארף דאס אריבערשיקן פאר היטלער, ימ"ש און זיינע נאציס. און ווען זיי וועלן ליינען וואס דער קלוגער מחבר האט צו זאגן, וועלן זיי איינזען דעם אמת און אויפהערן פיינט צו האבן אידן... 😂 🙄
מזל טוב
פרייוויליגנטרינא לאזט יעצט פאלן בייסיגער קאמערשעלס אויף ביבי'ס דרשה אין קאנגרעס. איך ווייס נישט, אבער איך האב נאכקיינמאל אין מיין לעבן נישט באגעגענט אזא מאסשטאבליכער חילול ה' איום ונורא. בנוסף צו דעם עקל'ט עס, און א סקרוך פון גיעול הנפש באנעצט די ביינער. ווען אימער איך זעה א פאסטער פון נטרינא בין איך אויסן עס אראפצורייסן און צופילקן אויף שטיקער.. א שאנדע!!
העי בארואיג דיר
עס איז גאנץ פרייליכע נייעס זייערע קאמערשעל'ס דער ביבי כאפט אביסל מי שופכין אין קאפ אריין, עס קומט אים סך מער פארן ניצען אידענטיטעיט פון אידן וואס איז זייער קלאר אז נישט אלע אידן זענען מיט אים בדעה אחת
@איש את רעהו, ביבי רעדט אין נאמען פון מדינת ישראל, וואס רוב אידישע קהילות זעען עס אלס רעפרעזענטאט פון אידן. אין מדינת ישראל גופא האט ער געוואונען מיט דעמאקראטישע וואלן. דערפאר קען מען העכסטנס אויסרופן אז מיר זענען נישט מסכים מיט דעם אדער יענעם ספעציפישן פאליסי, אבער זיך צו פאררופן אויף דעם אז "ער רעדט נישט אין נאמען פון אידן" איז אביסל חוזק. יעדער יחיד קען האלטן ביי זיך אז מדינת ישראל רעדט נישט אין נאמען פון כלל-ישראל (ווייל יעדער האט דאס רעכט צו האלטן אז "כלל ישראל" איז נישט מער ווי הונדערט טויזנט אידן לאמיר זאגן --- ), אבער ס'איז אן אנדער ענין צו לאזן עס אויסרופן ברבים, ווען ס'שטימט נישט לכאורה פונעם גרעסערן בילד.
פלאוויוס@איש את רעהו, ביבי רעדט אין נאמען פון מדינת ישראל, וואס רוב אידישע קהילות זעען עס אלס רעפרעזענטאט פון אידן. אין מדינת ישראל גופא האט ער געוואונען מיט דעמאקראטישע וואלן. דערפאר קען מען העכסטנס אויסרופן אז מיר זענען נישט מסכים מיט דעם אדער יענעם ספעציפישן פאליסי, אבער זיך צו פאררופן אויף דעם אז "ער רעדט נישט אין נאמען פון אידן" איז אביסל חוזק. יעדער יחיד קען האלטן ביי זיך אז מדינת ישראל רעדט נישט אין נאמען פון כלל-ישראל (ווייל יעדער האט דאס רעכט צו האלטן אז "כלל ישראל" איז נישט מער ווי הונדערט טויזנט אידן לאמיר זאגן --- ), אבער ס'איז אן אנדער ענין צו לאזן עס אויסרופן ברבים, ווען ס'שטימט נישט לכאורה פונעם גרעסערן בילד.
פארוואס מיז די רעליגיעזער איד ווערן פארטרעטן פון א סעקולארן איד
עס האט קיין שייכות מיט עם ישראל, די וואס האבן איבערגעלאזט אינזער הייליגע ירושה
זאל ער קלארשטעלן ביי זיינע רעדעס אז די סעקולארע און פרייע וואס האבן אראפגעווארפען די עול התורה ווערן דורך אים פארטרעטן
אבער אידן שומרי ונושאי עול התורה? ווער האט אים געגעבן די רעכט צו סווייפען אינזער קארטל
יעדער פארשטייט אז ער רעדט אין נאמען פון די אידן וואס זענען איינגערעדט אין די ווירדן פון דעמאקראטיע און ליבעראליזם.
יאיריעדער פארשטייט אז ער רעדט אין נאמען פון די אידן וואס זענען איינגערעדט אין די ווירדן פון דעמאקראטיע און ליבעראליזם.
אין אנדערע ווערטער, נטרונא מאכט גאר ערגער די מצב, ווייל זיי דייטן אן אז ס'איז בכלל דא אזא הו"א.
איך גלייב אז קוים דער אפראמעריקאנער פון בעדסטיי קען דערקענען א חילוק צווישן א וויליאמסברוגער סאטמארער און א קראונהייטס'ער ליובאוויטשער אדער פייוו טאונער. א דורכשניטליכע אמעריקאנער אדער אייראפעאישער גוי ווייסט קוים אז עס איז דא פארשידענע סעקטעס. ביזטו פרום מיט א רעלידזשעס גארב ביזטו דער מתנחל פון חברון וואס איז אין די נייעס אויף טעליוויזיע אכט מאל א וואך. עס קען גארנישט שאטן אז ער באקומט די מעסעדזש אז עס איז דא א שיינע אנטי ציוניסטישע (אדער כאטש נישט-ציוניסטישע) געמיינדע פון ארטאדאקסן.
אגב, געווענליך ביי די מדנ"י שחיטות, בין איך ביי די מיינונג אז אין פארגלייך צו נטורי קרתא'ס פראפאגאנדע קאמפיינס ביי פראטעסטן, אראבישע פרעסע און קאלידזשעס איבער אמעריקע, אייראפע און די מיטל מזרח, איז נטרונא'ס 'מעכטיגע ראדיא קאמפיין' ווי אן אומגעלונגענע וויץ. אבער יעצט קוקט מיר נטרונא'ס מעסעדזש מער עפעקטיוו און פיל מער אין פלאץ.
ישראל קאפקע: ייש"כ. נאר כמו שאמרתי אז, נישט ארייגייענדיג אין דעם פאקט אויב נטרונא און נטו"ק טוען ריכטיג ווען זיי געבן איבער דעם אנטי ציוניס'טישן מעסעדזש בשם כל ישראל, זענען די נטורי קרתא שלוחים א סאך מער עפעקטיוו ווי די נטרונא. למעשה האלט איך אז פון איין זייט איז א גוטע זאך אז ס'איז דא אידן וועלכע ברענגען קלאר ארויס דעם פאקט אז אידן מיינט נישט אויטאמאטיש ציונים. און א גרויסער טייל פון די אידן זענען נישט מסכים מיט די איזראעלי פאליסיס. און ס'האט מיך נישט זייער שטארק געבאדערט אפילו ווען זיי זענען געגאנגען קיין איראן. אבער וואס ס'האט מיך באמת ארויסגענומען פון די כלים איז, ווען די נטו"ק זענען געגאנגען קיין דייטשלאנד זיך באקלאגן אויף ביבי נתניהוא און די ציונים. ווען איך האב געהערט דעם דייטשן גוי, ימ"ש ארויסזאגן דאס ווארט "די טאורא", האט עס מיך זייער געשטאכן...מר. קאפקע. דו קענסט אפשר טענה'ן אז די היינטיגע דויטשן זענען פיינע מענטשן און דאס נאציזם איז נאר געווען א "פלאאק". אבער איך, וואס איך בין געבוירן א ביסל נענטער צום האלאקאוסט, ווען איך בין געווען א יונגל זענען מיינע עלטערן און אלע מיינע קרובים און מיינע חברים'ס עלטערן פריש ארויסגעקומען פון די נאצי לאגערן. קען נישט קוקן פאר א מעמבער פון דעם דייטשן פאלק אין פנים אריין, און ווינטשן פאר איהם גוטס...אפשר דו, יא...!
איש את רעהופלאוויוס@איש את רעהו, ביבי רעדט אין נאמען פון מדינת ישראל, וואס רוב אידישע קהילות זעען עס אלס רעפרעזענטאט פון אידן. אין מדינת ישראל גופא האט ער געוואונען מיט דעמאקראטישע וואלן. דערפאר קען מען העכסטנס אויסרופן אז מיר זענען נישט מסכים מיט דעם אדער יענעם ספעציפישן פאליסי, אבער זיך צו פאררופן אויף דעם אז "ער רעדט נישט אין נאמען פון אידן" איז אביסל חוזק. יעדער יחיד קען האלטן ביי זיך אז מדינת ישראל רעדט נישט אין נאמען פון כלל-ישראל (ווייל יעדער האט דאס רעכט צו האלטן אז "כלל ישראל" איז נישט מער ווי הונדערט טויזנט אידן לאמיר זאגן --- ), אבער ס'איז אן אנדער ענין צו לאזן עס אויסרופן ברבים, ווען ס'שטימט נישט לכאורה פונעם גרעסערן בילד.
פארוואס מיז די רעליגיעזער איד ווערן פארטרעטן פון א סעקולארן איד
עס האט קיין שייכות מיט עם ישראל, די וואס האבן איבערגעלאזט אינזער הייליגע ירושה
זאל ער קלארשטעלן ביי זיינע רעדעס אז די סעקולארע און פרייע וואס האבן אראפגעווארפען די עול התורה ווערן דורך אים פארטרעטן
אבער אידן שומרי ונושאי עול התורה? ווער האט אים געגעבן די רעכט צו סווייפען אינזער קארטל
קודם כל, סעקולערע און פרייע זענען די זעלבע זאך. איינס איז אידיש און איינס איז אנגלית. נאכדעם דארפסטו צו קענטעניס נעמען, אז ווען נישט מדינת ישראל, די ״מדינה הטמאה״ האט כלל ישראל נישט קיין Voice. מיר וואלטן אויסגעזען ווי עפעס א ווילדער שבט (דאס וואס די רעקלאמעס מאכן), און עכשיו אז עס איז די א מדינה, האט כלל ישראל אן אחיזה, עס איז א פאלק וואס האט א לאנד. און ווען דו זאגסט אז ביבי רעדט נישט אין נאמען פון כלל ישראל, איז אזוי ווי זאגן אז אבאמא רעדט נישט אין נאמען פון אמעריקע. איך און דו ווייסן אז עס איז דא חילוק צווישן חרדים און סעקולערע, אבער סתם א גוי וועט דאס קיינמאל נישט פארשטיין. וויפיל וועסט אריינהאקן אין זיי וועט זילטש אויסמאכן.
יעדער גוי ווייסט וואס דאס מיינט איד, און דער איד האט א לאנד וואס הייסט ״איזראעל״ וואס געפינט זיך אויף די אזיעישע פאריין. און דער פרעים מיניסטער רעדט אין נאמען פון איד. ותו לא מידי. אפשר שטעלסטו זיך אויף און פראטעסטן היתכן ביבי גייט נישט מיט ר״ת גאטשעס? די סודות וואס דו איד האט וועט א גוי קיינמאל נישט פארשטיין. יעצט אז דו שימפסט קעגן נתניהו, מאכט עס אונז אויסזען, נאריש, ביליג, און אבסורד.
@סושי. פון ווען זענען די בילדער?
איך מיין פונעם עיר הבירה וואשינטאן.
סארא מין חוצפה זיך דרײען מיט קורצע ערמעל בשעת איך װער פארפרוירן.
petergrifinסארא מין חוצפה זיך דרײען מיט קורצע ערמעל בשעת איך װער פארפרוירן.
פיטערגריפין: אלא מאי אז ס'איז געווען זומער ווען מ'האט געכאפט די פיקטשערס...! די קשיא איז נאר אויף די חסידישע יונגעלייט, וואס גייען ארום מיט די שמונה בגדים אין אזא היץ...! פאר מיר געפעלט נאר ווי דער קליינער אראבישער שייגעצל שפיעלט זיך מיט די הייליגע פאשקווילן...ער האט א גוד טיים...און זיין טאטע זעהט אויכעט אויס צופרידן... אבי די אראבערס זענען העפי, און גייען ארום מיט א שמייכל. האטציך שוין אלעס געלוינט... 🙄
אה אה we're getting somewhere, FINALLY!
געב עס א וואך און מ'העט זען ר' בערל שטיין אין וואשינגטאן מיט א פאק צעטלעך פאר אראבישע קינדער צו מאכן פאפירענע שיפעלעך. און ער העט גיין דווקא מיט א ליכטיג בלויע העמד מיט קורצע ערמל און א דאשיקל! אין דריי אינטשעס שניי און זיבן גראד צעלסיוס!!
😂 😛 😉 😢 😕 😃 😠 👍 😛 😮 😮 😮
וועט מען נאר דארפן בעטן ר' מנשה פילאפ'ן צו געבן א הכשר זיכער צו מאכן אז עס איז נישט א עמאטיקאן סאטורירטע מוחאה קעגן נטורא חרטא און דער דייטש דער דעמאגאג...... און אונטן וועט שטיין די וועבזייטל Jewsdonttolrategermans.ym"s.De
בערל איז ממש יעצט געפארן צו וואשינגטאן
נאך א בילד פון זייער עבודת הקודש...
נישט קיין מצילים (ח"ו) נאר רודפים רוצחים רשעים!
ישראל קאפקעאה אה we're getting somewhere, FINALLY!
געב עס א וואך און מ'העט זען ר' בערל שטיין אין וואשינגטאן מיט א פאק צעטלעך פאר אראבישע קינדער צו מאכן פאפירענע שיפעלעך. און ער העט גיין דווקא מיט א ליכטיג בלויע העמד מיט קורצע ערמל און א דאשיקל! אין דריי אינטשעס שניי און זיבן גראד צעלסיוס!!
😂 😛 😉 😢 😕 😃 😠 👍 😛 😮 😮 😮
וועט מען נאר דארפן בעטן ר' מנשה פילאפ'ן צו געבן א הכשר זיכער צו מאכן אז עס איז נישט א עמאטיקאן סאטורירטע מוחאה קעגן נטורא חרטא און דער דייטש דער דעמאגאג...... און אונטן וועט שטיין די וועבזייטל Jewsdonttolrategermans.ym"s.De
קאפקע: דו ביסט א גוטער סאטיריקער. נאר ווען איך וועל נוצן מיינע סארקאסטישע טאלאנטן כיד ה' הטובה עלי, וועסטו עס נישט גלייכן. און דו וועסט מיר שרייבן אין אישי אז ס'איז נישט שיין צו טשעפען א צווייטן. אדער וועסטו גיין וויינען צו די גבאים אז מ'האט דיר געטשעפעט...הא...?...!
ביי דע וועי: ווער, האט נישט געוואוסט ווער מנשה פיליפ איז...? איינער וואס איז לכאורה פון קנאי'שן לאגער אזוי ווי דו, אלא מאי ביסטו נישט קיין רעגולערער סאטמאר'ער חסיד. און איך וויל נישט זאגן נאך אלץ וואס איך טראכט דו ביסט...פון וואנען זו קומסט און וואו דו געהערסט דיך אן...!!!
בערל כאפ א טשיל
berlbalaguleh
ביי דע וועי: ווער, האט נישט געוואוסט ווער מנשה פיליפ איז...? איינער וואס איז לכאורה פון קנאי'שן לאגער אזוי ווי דו, אלא מאי ביסטו נישט קיין רעגולערער סאטמאר'ער חסיד. און איך וויל נישט זאגן נאך אלץ וואס איך טראכט דו ביסט...פון וואנען זו קומסט און וואו דו געהערסט דיך אן...!!!
איך ווייס ווער ר' מנשה פילאפ איז. איך האב נאר נישט געוואוסט אז דו מיינסט אים ווען דו האסט זיך באצויגן צו א געוויסע שרייבער אין די צייטונג.
אויך גלייב איך אז איך האב שוין עטליכע מאל קלארגעמאכט אז איך בין נישט אויפגעצויגן געווארן אין סאטמאר.
@TorahJews: Breaking: Mayor of largest Jewish village in USA writes letter to congressman to boycott Bibi Netanyahu Speech.
m.twitter.com/TorahJews
📎 ky-mayor-letter.gif
סאטמאר מיידל אין ארץ ישראל אויסגעקראסט איזראעל. קאמענטארן זענען איבריג.
📎 image.jpg
chusid@TorahJews: Breaking: Mayor of largest Jewish village in USA writes letter to congressman to boycott Bibi Netanyahu Speech.
m.twitter.com/TorahJews
Call me a skeptic, but I say no chance in hell that this is an authentic letter by the Village of KJ. This is most probably a forgery and hoax. For starters, the grammar in this letter is atrocious, unlike the Village's usual professional style on paper. Second, a secular institution wouldn't make blanket theological statement about the legitimate form of Judaism without qualifying it as merely representing the belief of its constituents, nor would it plug an ideological website, nor would it claim to be dismayed (instead of saying my constituents are dismayed). And finally, KJ political leaders are political pragmatists and never mix their politics with their ideology, a such they would never risk provoking the GOP and their allies at the American Jewish right.
מיין השערה איז געווען אומריכטיג. א חבר פון ק"י זאגט מיר אז ס'איז אוטענטיש, און איז געשיקט געווארן מיט די צושטימינג פונעם קאנגרעסמאן פון פאראויס. בלייבט א מיסטעריע פארוואס די בריוו איז געשריבן אזוי אומפראפעסיאנאלע און גרייזיג.
פלאנט ער טאקע זיך נישט צו באטייליגן?
אויב ער באטייליגט זיך יא איז עס סתם א פאטש פאר די קרית יואל באהערדע.
ישראל קאפקע איך בין נישט אויפגעצויגן געווארן אין סאטמאר.
סתם פאר נייגעריקייט ווי יא? דערנאך קען ר' בערעלינו זאגן זיינע השערות.
נאך א קליין קינד וואס דארף אטענשען...
אברהם ווידערס חתימה איז כאטש מעיאריש... ראזענבערגס זעהט אויס נישט-געלערנט.
איך אויךישראל קאפקע איך בין נישט אויפגעצויגן געווארן אין סאטמאר.
סתם פאר נייגעריקייט ווי יא? דערנאך קען ר' בערעלינו זאגן זיינע השערות.
איך אויך: ער'ט דיר נישט זאגן. ווייל דא וועלן ארויסקומען זיינע אנגעבליכע אינקאנסיסטענסיס. בערעלינו רעדט נישט סתם אין די וועלט אריין. איך האב שוין צוזאמגעשטעלט "זיין" פראפייל...!
פארטרעטער פון 'נטרונא' רעדט
On May 6 in New York City, an anti-Israel event featured Gilad Atzmon, an Israeli-born anti-Semite based in London, and Rabbi Yaakov Shapiro, Spokesperson for the anti-Israel group “True Torah Jews.” The stated goal of the event, titled “Judaism versus Jewish Identity Politics: Religion versus Tribalism,” was to help “unravel the tangled web of secular Jewish politics, right and left.”
In his remarks, Atzmon claimed that there have been concerted efforts to silence his views, but that the efforts were “not from Zionist bodies, but actually from Jewish left bodies,” such as Jewish Voice for Peace. He stated that JVP’s stance took him “by complete surprise” because he had always worked towards “opposing Israel.”
Atzmon claimed that there are three categories of Jews:
Jews who follow the Torah and see Judaism as the core of their identity
Those who identify as Jews because they have Jewish heritage
Those who identify politically as Jews
Atzmon, who referred to himself as “a devoted self-hater,” stated that the first two categories of Jews are “innocent” because religious Jews “have never been involved in any collective genocidal attempt against another people,” and that having “a Jewish mother doesn’t make you into a war criminal.”
According to Atzmon, the third category of Jews are “guilty” because they have supposedly been “at the center of too many disasters,” including the Bolshevik Revolution, the Spanish Civil War, and the “Nakba.” He added that in the U.S. there was “Jewish influence within the neo-conservative school” and that America is “paying the price for those wars,” which he stated were not “rabbinical wars.”
After Atzmon concluded his initial remarks, Rabbi Shapiro spoke, echoing much of what Atzmon said, and adding his religious anti-Zionist ideology to the discussion. Like Atzmon, he spoke against the creation of Israel and called its formation “a historical anomaly.” But, rather than focusing on the various categories of Jews that Atzmon did, Shapiro instead spoke only about secular Jews and religious Jews.
According to Shapiro, Zionism was created by secular Jews who wanted to destroy Orthodox Judaism because they allegedly “absorbed the attitudes of the anti-Semites and looked at the Jews themselves with the same disgust and loathing that the anti-Semites did.” He continued and stated “the reason the Jews were disgusting is because they looked like me and they acted like me. And they blamed the religious Jews for anti-Semitism.”
Shapiro added, “When Gilad says ‘the Jews do this and the Jews do that,’ he’s talking about one type, those are secular Jews…The Jews that stole our identity. Nevermind the Palestinians say they stole our land. They stole our Jewish name, they stole my identity, they are not real Jews!”
קענסט געבן א לינק פון וואו דו האסט דאס גענומען?
The Anti(?) Defamation league.
<a class="postlink" href="http://blog.adl.org/international/gilad-atzmon-and-yaakov-shapiro-condemn-israel-and-zionism">http://blog.adl.org/international/gilad ... nd-zionism</a>