☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » ספרים און ביכער » אלגעמיינע ביכער צום ליינען

אלגעמיינע ביכער צום ליינען

114 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5733
בלאט: 1 2 3

ונבנתה העיר » דאנערשטאג יוני 30, 2016 4:13 pm

· #339730
<a class="postlink" href="https://www.amazon.com/Girl-Seven-Names-Korean-Defectors-ebook/dp/B00JD3ZL9U#navbar">https://www.amazon.com/Girl-Seven-Names ... L9U#navbar</a>

הקטן » דאנערשטאג יוני 30, 2016 9:35 pm

· #339776
@קל וחומר דו האסט דאס שוין געליינט אדער ליגט נאר אויפן ליסט

קל וחומר » דאנערשטאג יוני 30, 2016 11:48 pm

· #339784
Re: אלגעמיינע ביכער צום ליינען
געליינט א גרויס חלק (כאטש נישט פרובירט קיין עקספערימענטן).

הקטן » דאנערשטאג יוני 30, 2016 11:58 pm

· #339785
דאס וואס איך האב דיך געוואלט פרעגען
צו דו האסט דיך גענימען אין די לעב און געווען א גיני פיג

The subatomic realm so defies all reason
and logic that most scientists, scared to
endanger their academic credentials
, have
more or less ignored the fact that life is nothing
like what we pretend it is

חומר למחשבה

קל וחומר » פרייטאג יולי 1, 2016 12:01 am

· #339787
Re: אלגעמיינע ביכער צום ליינען
די אינטערסאנטקייט פונעם בוך איז נישט די עקספערימענטן (עכ"פ פאר מיר), ס'איז די טעאריע אונטער דעם.

הקטן » פרייטאג יולי 1, 2016 12:07 am

· #339789
יא אר ספוילינג איט פאר מי - אז דו זאגסט מיר די עקספרעימענטס זענען גארנישט לייג איך עס שוין אראפ
די טעאריע איז שוין זייער אסך געשריבן, און גערעד געווארן - און זי שרייבט דאס פין אנפאנג. זי זאגט יא אז דער חידוש איז די עקספערימענטס
מאטע פראנק האט דאס פאראידישט אין זיין חיבור "הסוד הגלוי"

נאסע ליילעך » פרייטאג יולי 1, 2016 7:31 am

· #339796
Re: אלגעמיינע ביכער צום ליינען
הקטן
יא אר ספוילינג איט פאר מי - אז דו זאגסט מיר די עקספרעימענטס זענען גארנישט לייג איך עס שוין אראפ
די טעאריע איז שוין זייער אסך געשריבן, און גערעד געווארן - און זי שרייבט דאס פין אנפאנג. זי זאגט יא אז דער חידוש איז די עקספערימענטס
מאטע פראנק האט דאס פאראידישט אין זיין חיבור "הסוד הגלוי"

הייסט די בוק איז עוסק אין "The secret"?

פרייוויליג » מאנטאג אוגוסט 15, 2016 4:48 pm

· #345775
איך ראט זייער צו ליינען די בוך פון פאראנאק מרגליות, וואס איז ארויסגעקומען אין 2005. דא קענט איר דאס קויפן אויף עמעזאן - אדער קענט איר דאס ליינען בחינם אויף Google books

רבי אברהם טווערסקי זאגט אויף די בוך: עס איז זייער וויכטיג פאר מלמדים, טיטשערס און עלטערן צו ליינען די בוך. אויך האט זי גוטע הסכמות אויב איינער ליינט נאר מיט הסכמות.

די בוך הייסט: Off The Derech: How To Respond To The Challenge

שרייבער פון די בוך: פאראנאק מרגליות

איך האב שטארק געוואלט דורכלויפן די בוך מיט די היילייטס, אבער איך האב מיך געטראפן מיט איין גרויסע היילייט: "די גאנצע בוך". די פרוי דערציילט אז זי איז אויפגעצויגן געווארן נישט רעליגיעז, און וואספארא שוועריקייטן זי האט אלס געהאט. זי גייט דורך די נומערס און אנאלזירט די היסטארישע אפשאצונג פון יוצאים בשאלה, עס כאפט א ציטער און א שרעק. אין איר בוך שילדערט זי מיט א זיסע שפראך וואס מען קען אלס טון אפצוהאלטן די מגיפה. וואס איז די עצה דערצו, וויאזוי זאל מען שמועסן און אויפציען די קינדער, צו מאכן זיס אידישקייט און נישט ביטער. זי שרייבט אז אסאך מאל ווען עמיצער איז ארומגענומען מיט א געוויסע סביבה פון מענטשן. און דער מענטש האסט זייער זיין סביבה. ער שפירט זיך דערנידערט, אדער האלט ער אז די מענטשן ארום אים זענען גאר שלעכט און בייסיג. זאגט זי: דאס איז די מורא'דיגע פראבלעם פון מענטשן אז זיי נעמען אריין די תורה און אידישיקייט אין זייער סביבה. זיין סביבה רעפעזענטירט נישט יהדות, און זיין ערפארונג רעפעזענטירט נישט די תורה. מען דארף זיך אויסלערענען וויאזוי אפצוטיילן די אייגענע געפילן פון רעליגיע אד"ג. זי שמועסט profoundly אויס וויאזוי אזויפיל מענטשן זענען געשלאגן מיט דעם. מענטשן עסן זיך אויף אלעמען צוליב א שלעכטע סביבה אדער ערציאונג.

פון גרויס Enthusiasm האב איך דאן געמאכט קאנטעקט מיט די מחברת, און איר באדאנק פאר די געוואלדיגע ארבעט.

ונבנתה העיר » מיטוואך אוגוסט 17, 2016 11:19 pm

· #346273
[נישט קיין 'אלגעמיינער' בוך, אבער כ'זע נישט וואו עס צו שטעלן.]

יעצט גענדיגט ליינען Remember Us: My Journey from the Shtetl Through the Holocaust, גאר געוואלדיג. פון 'מאטל שמולעוויטש' אין מייטשעט, ביז 'מארטין סמאל' אין ניו יארק.

א שיינעם טייל גייט אוועק אויפן לעבן אין מייטשעט. ער ברענגט גוט ארויס די רציחה פון די ארטיגע שכנים - אלעס מיט די נעמען, זיינע גוטע פריינט מיט וועמען ער איז אויפגעוואקסן.

זיינע ביטערע איבעלעבענישן ביים קריג, זיינע געהיימע אקטיוויטעטן אין איטאליע אוועקצושטעלן א אידיש לאנד, און זיינע יארן אין אמעריקא.

א בוך האט מיר שוין לאנג נישט אזוי 'אריינגענומען'. הארציג רעקאמענדירט.

ונבנתה העיר » מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 5:05 pm

· #354755
<a class="postlink" href="https://www.amazon.com/Isaac-Newton-Temple-Solomon-Reconstructed/dp/1476665540/ref=tmm_pap_swatch_0?_encoding=UTF8&qid=1479333594&sr=1-1">https://www.amazon.com/Isaac-Newton-Tem ... 594&sr=1-1</a>

וואלווי » מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 5:12 pm

· #354758
sounds good

האסט עס געלייענט? אויף עמעזאן האט עס נאכנישט קיין רעוויוס.

ונבנתה העיר » מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 5:36 pm

· #354768
נישט געליינט דערווייל, כ'האב פשוט געזוכט אינפארמאציע איבער איין פרט.

וואלווי » מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 5:41 pm

· #354771
אריין אין מיין שנעל וואקסענדע wishlist. ביז איין טאג ווען כ'וועל האבן א שוואכע מינוט און געבען א דריק אראפ דעם buy with one click קנעפעל אויפ'ן גאנצע ליסטע.

שצם_חנכל » זונטאג אוגוסט 12, 2018 9:03 pm

· #410951
כ׳מיין מ׳האט נאכנישט גערעדט דא פון Walter Isaacson און זיינע ביכער. באמת פארדינט זיך דער איש האשכולות, פון די גרעסטע מאדערנע ביאגראפירער, אן אשכול בפני עצמו, אבער זייענדיג א שטיקל ביישן וועל איך דא בּאַגראָבּן אַ תגובה׳לע איבּער אים.

דאס מערסט-בּאַקאַנטע בוך זיינער איז די אויטאראזירטע ביאגראפיע פון דעם אומפארגעסליכען סטיוו דזשאבס. Steve Jobss אַ זיכערער פעידזש פליפער וואס נעמט ארום דעם משונה׳דיקער געניאל פון אלע זייטן, טיילן פון די בוך איז אויך שפעטער געווארן אדאפטירט אלץ א סוקסעספולער פילם מיט די זעלבע נאמען.

אבער הרב אייזעקסאן האט אויך געשריבען נאך ביכער:

Einstein: his life and universe
נישט קיין לייכטע ליין אבער גאר שטארק רעקאמענדירט. די ביכל אלטערנירט פון איינשטיין׳ס פערזענליכע לעבן וואס איז גאר אינטערעסאנט און ציענד און זיינע וויסענשאפטליכע חקירות און חידושים וואס אביסעל שווערער פארן איש פשוט. לפענ״ד איז כדאי צו האבן שטיקל ידיעה אין רעלעטיוויטי און קוואנטום מעקעניקס איידער מען זעצט זיך אראפ מיטן ביכל. אייזעקסאן האט ממש לעצטענס פובליצירט א פרישע edition וואָס איז אויך כולל די לעצט-אַנדעקטע דעטאַלן פון זיין פּערזענליכע און אַקעדעמישע לעבּן.

Benjamin Franklin: An American Life
דער בוך איז פון אייזיקסאן׳ס פריערדיגע ביכער און בשעת עס איז אויך גאנץ אינטערעסאנט איז מיר עס נישט געווען אזוי ציענד ווי זיינע פריער דערמאנטע ביכער, אָבּער איך בין געוואָרן גאָר ציגעבּינדן צו דעם כאַראַקטער פון פרענקלין און זיינע לערנונגען.

אנדערע ביאגראפיעס וואס ער האט מחבר געווען אָבּער כ׳בּין נאָך ליידער נישט אָנגעקומען צו ליינען מפּני קוצר הזמן.
Kissinger: A Biography
Leonardo da Vinci

נאך עטליכע ביכער וואָס ער האָט מחבּר געווען (אַליינס אָדער מיט אַנדערע):
The Wise Men: Six Friends and the World They Made
American Sketches: Great Leaders, Creative Thinkers, and Heroes of a Hurricane
The Innovators: How a Group of Hackers, Geniuses, and Geeks Created the Digital Revolution

זיין וויקיפידיע בלאט
<a class="postlink" href="https://en.m.wikipedia.org/wiki/Walter_Isaacson">https://en.m.wikipedia.org/wiki/Walter_Isaacson</a>

הוגה » זונטאג אוגוסט 12, 2018 9:19 pm

· #410954
ער איז טאקע א געוואלדיגע שרייבער. איך האב געליינט זיין בוך אויף סטיוו דזשאבס אבער זיין בוך The Innovators איז עפעס געוואלדיג. חוץ די ביאגראפיע און היסטאריע שבו גיבט ער א פרישע בליק אויף טעכנעלאגיע בכלליות, וויאזוי עס ווערט ערפונדען און וויאזוי עס ווערט נתקבל ביים המון עם.

קל וחומר » זונטאג אוגוסט 12, 2018 9:23 pm

· #410956
Re: אלגעמיינע ביכער צום ליינען
כ'האב געליינט זיין ספר אויף דע ווינצ'י. שטארק בוך.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יאנואר 29, 2019 1:43 pm

· #423461
איך האב יעצט לעבן מיין בעט א בוך, מיט'ן נאמען the center cannot hold פון איינער Elyn Saks א פראפעסאר אין סאוטה קאראליינא. זי איז גאר א קלוגע געלונגענע פרוי, וואס ליידט פון Psychosis און זי באשרייבט איר איבערלעבעניש פון אינעווייניג, וויאזוי זי איז געווארען משוגע, וויאזוי מ'האט איר באהאנדעלט, וויאזוי זי האט געפילט בשעת יעדער טריט פון איר איבערלעבעניש, און וואס זי האט געוואלט מיט איר משוגעת'ן.

טאמער איינער מוטשעט זיך מיט אזא איינער אין זיין משפחה, איז עס ראטזאם אז מ'זאל ליינען די בוך, כדי צו פארשטיין וואס זיי גיין אריבער. דער וואס האט נישט אזא איינער, מעג עס סתם אזוי ליינן, ווייל עס איז העכסט אינטרעסאנט.

ונבנתה העיר » מאנטאג פעברואר 25, 2019 9:54 pm

· #425184
יעצט גענדיגט Educated. אומגלויבליך. כ'האב אזא מאכטפולער בוך נאך מעודי נישט געליינט.

ס'איז אויף א שארט-ליסט צו ווערן דער דריטער בוך וואס כ'האב איבערגעליינט א צווייטע מאל.

An unforgettable memoir about a young girl who, kept out of school, leaves her survivalist family and goes on to earn a PhD from Cambridge University

Born to survivalists in the mountains of Idaho, Tara Westover was seventeen the first time she set foot in a classroom. Her family was so isolated from mainstream society that there was no one to ensure the children received an education, and no one to intervene when one of Tara’s older brothers became violent. When another brother got himself into college, Tara decided to try a new kind of life. Her quest for knowledge transformed her, taking her over oceans and across continents, to Harvard and to Cambridge University. Only then would she wonder if she’d traveled too far, if there was still a way home.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך מערץ 6, 2019 10:34 am

· #425821
איך האב יעצט געענדיגט ליינען א בוך Proof of Heaven פון איינער א ניורא דאקטאר עבען אלכסנדר.
די נאמען פון די בוך איז אביסל פארפירעריש, ווייל ער ברענגט גאר א שוואכען ראיה צום עגזיסטענץ פון הימל אין זיין בוך. עס איז אבער זייער זייער אינטרעסאנט געווען פאר מיר, וואס איך גלויב סייווי אין דער עגזיסטענץ פון העווען.
יענער איז א ניורא-דאקטאר, וואס האט געוואוסט אז אלס אין דער וועלט פאסירט ארום די באוואוסטזיין פון א מענטשן. א חלום מיינט זיין קאפ ארבעט אויף עפעס, און א געפיל איז עפעס וואס האט מיט די קאפ פון א מענטשן. ביז איין טאג האט ער אליינס געליטען פון א שווערע מחלה, און ער איז געווען אין א קאומא. זיין קאפ האט נישט געארבעט קיין כי הוא זה נישט, אלע טעסטן האבען געוויזען אז גארנישט רירט זיך נישט דארט. און פון דעסטוועגען האט ער געהאט דעמאלס אן ערפארונג וואס ווערט נישט געשילדערט אין נארמאלע ווערטער. ווען ער איז ארויס פון די צרה, האט ער קודם אפגעשריבען זיין זכרונות, און דערנאך געליינט אנדערע געשיכטעס אין דער געביט, און ער האט איינגעזען אז עס איז זייער ענליך. זיין קאפ האט בכלל נישט געארבעט, ממילא קען מען נישט זאגען אז עס קומט פון זיין אייגענעם מוח. און פון דעסטוועגן האט ער געהאט מחשבות און געפילען. (גאר א שוואכע ראיה. די טעסטס וואס מ'האט געמאכט זענען גענצליך? ווער זאגט? אפשר זענען די מעסטערס דא שולדיג, און מיט די צייט וועט מען קענען מעסטן די באוועגונגן פון מח אנדערש?) אבער דער איבערלעבעניש זיינער איז געווען זייער הימליש, און עס גיבט אונז א בליק אויף די וועלט פון ווייטער פון אונזער קאנטשעסנעס.

דער בוך איז וויכטיג, ווייל דער שרייבער איז נישט קיין רעליגיעזער גלויביגער, וואס זוכט ראיות צו זיך. דער איבערלעבעניש זיינער איז געווען אין קעגענזאץ צו זיין גאנצע חינוך אלס א דאקטאר און זיין חברים האבען עס נישט געקענט אויסהערן און אריין נעמען. עס איז אזא אמונה פון אינטואיציע, כדברי @יאיר ידידינו, וואס דער אינערליכע מציאות זיינער האט געשפירט די געוואלדיגע איינקייט פון דער בריאה און איהר באשעפער.

וואלווי » מיטוואך מערץ 6, 2019 12:29 pm

· #425834
ליטוואק פון בודאפעסט

ס'איז אן autobiography סטייל בוך פון אלגעמיינע עקספיריענס אין נוראלאג'י, אדער מער case studies סארט?

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך מערץ 6, 2019 12:43 pm

· #425836
Re: אלגעמיינע ביכער צום ליינען
א פערזענליכע איבערלעבעניש, נישט קיין שטודיע און נישט קיין אלגעמיינע באשרייבונג פון זיין לעבן (נאר בקוצר אמרים). דער עיקר איז די איבערלעבעניש וואס ער האט געהאט

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

חתן בחור » מיטוואך מערץ 6, 2019 7:54 pm

· #425901
ס׳איז דא א וועבזייט וואס האט טויזענטער, טויזענטער אודיא-ביכער וואס מ׳קען דאונלאודען אומזיסט. זיי מאכן די דאונלאוד זאל ארבייטען שטאט און בעטן געלט פאר פול ספיד, אבער ס׳דאונלאוד זיך סוכ״ס.

די שאלה איז צו קען מען דא פאוסטען אזעלכע וועבזייטס?

ונבנתה העיר » מיטוואך יולי 17, 2019 5:58 pm

· #433296
נאדיר! ליין!

(קינדל מהדורה איז נאך בחינם אויך, מיט פריים.)

ניין, כ'גיי נישט מסביר זיין פארוואס. האסט געבעטן א רעקאמענדאציע? האסטו.

חכימא » דאנערשטאג יולי 25, 2019 6:10 pm

· #433742
מיר האלטן אינמיטן "החרדים" פון אמנון לוי.

זייער אינטרעסאנט צו זעהן ווי מיר קוקן אויס פון די פערספעקטיווע פון א אאוטסיידער.

הגם, ער איז גאנץ סארקאסטיש אויף אונזער חשבון, דאך פרובירט ער זיך צו האלטן אביעקטיוו ווי ווייט מעגליך.

חכימא » זונטאג אקטאבער 27, 2019 8:16 am

· #437536
יעצט זענען מיר עוסק אין 'תיאום כוונות' פון חיים סבתו.

יום כיפור קריג פון די פערספעקטיווע פון א פרומע צה"ל זעלנער וואס איז געווארן רעקרוטירט גראד פון ביהמ"ד און ישיבה ארויס.

זייער א לייכטע געשמאקע שפראך - מיט א ספרדישע פיוט'דיגן סטייל.

חכימא » דינסטאג נאוועמבער 19, 2019 7:37 pm

· #438790
נארוואס אויסגעליינט דעם "לנין לא גר פה יותר" פון אורי אבנרי.

חכימא » דינסטאג נאוועמבער 19, 2019 7:40 pm

· #438791
ומתכיפין התחלה לסיום...

האלטן מיר אינמיטן The Shell-Seekers פון Rosamunde Pilcher

ביבער » מאנטאג אפריל 6, 2020 8:47 pm

· #445501
ווער קען רעקאמענדירן א מעמואר אויף ענגליש?

כרפס » מאנטאג אפריל 6, 2020 9:11 pm

· #445504
עפעס העברעאישע גוטע ביכער בבקשה...
אגב, רוב ענגלישע גוטע ביכער ווערן איבערגעזעצט אויף עברית

און איך קען אייך געבן א גוטע נאמען פון א שרייבער, וואס איז ביי מיר עפעס אויסטערליש.
אתגר קרת
טעמו וראו כי טוב

ונבנתה העיר » מאנטאג אפריל 6, 2020 10:19 pm

· #445512
ביבער
ווער קען רעקאמענדירן א מעמואר אויף ענגליש?

<a class="postlink" href="https://www.amazon.com/Dear-Leader-Escape-North-Korea/dp/1476766568">https://www.amazon.com/Dear-Leader-Esca ... 1476766568</a>

<a class="postlink" href="https://www.amazon.com/Unbroken-World-Survival-Resilience-Redemption/dp/1400064163">https://www.amazon.com/Unbroken-World-S ... 1400064163</a>

<a class="postlink" href="https://www.amazon.com/Endurance-Year-Space-Lifetime-Discovery-ebook/dp/B01EE0FCEK">https://www.amazon.com/Endurance-Year-S ... B01EE0FCEK</a>

<a class="postlink" href="https://www.amazon.com/Endurance-Shackletons-Incredible-Alfred-Lansing/dp/0465062881">https://www.amazon.com/Endurance-Shackl ... 0465062881</a>

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג אפריל 26, 2020 7:08 pm

· #446765
איך ווייס נישט פאראווס, אבער איך האב ארויס גענומן די לאנג פארשטויבטע בוך Perfidy, וואס די לעצטע מאל וואס איך האב עס געליינט איז געווען פינף און צוואנציג יאר צוריק אלס בחור.

עס איז געשריבען געווארען זייער שיין, מיט זיסע מליצות און שארפע אויסדרוקן, אבער עס ליינט זיך נאכאלס ווי א פאשקעוויל. ער האט פיינט די עסטעבלישמענט ציונים, און ער מאכט גוט פורים פון זיי.

פון דעם בין איך אנגעקומען צו דער מאנאלאג פון אייכמאן שר"י אין דער Life magazine פון 1960 אויף גוגל בוקס. קוקט'ס דא. מיר איז דאס געווען אינטרעסאנט

חכימא » דינסטאג סעפטעמבער 1, 2020 6:10 am

· #458091
האבן מיר, דאנקען גאט, עספיעט דורכצולעזן פארשידענס במשך ימי בין הזמנים שעברו עלינו בטוב ובנעימים,
א דאנק די געטרייע הילף פון אונזערע באליבטן איקארוס אי-רידער, שלא משה ידו מתחת ידי דעם גאנצן מעת לעת.

ליסטע און קורצע רעצענזיע וועלן נאכפאלגן.

חכימא » דינסטאג סעפטעמבער 1, 2020 7:41 am

· #458092
קיצור תולדות ישראל פונ'ם באקאנטן איזראעלי שרייבער און שריפטשטעללער מיכאל בר-זהר

כשמו כן הוא, באשרייבט די רייכע היסטאריע פון מדינת ישראל אויף גאר א מייסטערהאפטן אופן. געשריבן לייכט, דראמאטיש, און ציענד. מלא חידושים אפילו פאר אזא מדינת ישראל קענער און ליבהאבער ווי מיר...

כ'מוז באטאנען אז כ'בין איבערגעראשט געווארן לטובה, ווייל א אנדער ספר פונ'ם זעלבן מחבר "החודש הארוך ביותר" אויפ'ן זעקס טאגיקן קריג האב איך געפונען פאר גאר לאנגווייליג, חזר'ט איבער דברים ידועים לכל אהנע שום חידושים.

חכימא » דינסטאג סעפטעמבער 1, 2020 12:06 pm

· #458103
תפוס ת' יהודי פון טוביה טענענבוים.

דער טוביה, א בן שבעים, איז א שנה ופירש'ניק. אויפגעוואקסן אין א ליטווישע שטיב אין בני ברק וואו זיין טאטע -א רב- איז געווען באפריינדעט מיט ר' חיים קנייבסקי.

טוביה, היינט א באוויסטע צייטונגשרייבער, וואוינט היינט צוטאגס אין חוצלארץ און האט שוין נישט באזוכט דעם הייליגן לאנד באלד א יובל יארן. א דייטשער פובלישינג קאמפאני האט איהם געשיקט קיין ארץ ישראל פאר מער ווי זעקס מאנאטן.

טוביה שפרייזט דורך דעם לאנד אונטער פאלשע אידענטיציטעט, טיילמאהל אל'ס אן אראבער, רוב מאל אלס א דייטשער זשורנאליסט, און געציילטע מאהל אלס איזראעלי. ער טרעפט זיך מיט הונדערטער פערשוינען, פון מאכטפוהלע פאליטיקאנטן ביז עמך אידן און אראבער. שמוגעלט זיך אריין קיין פאלעסטין, באפריינדעט זיך מיט ג'יבריל ראג'וב אלס 'טובי דער דייטש', באזוכט יו.ען. און רעד קראס באאמטע, באטייליגט זיך אין שלום קאנפערענסן אין ירדן, און אויך... אין זיין געבורט'סשטאט בני ברק וועלכער ער האט נישט באזוכט זייט ער האט איר פארלאזט.

טוביה ברענגט אונז אויף זייער א עמיוזינג וועג דער שוידערליכע רעאליטעט ווי אידן פוהל מיט זעלבסט-האס צוזאמען מיט פיפיגע פאליסטינעזער שקרנים זוכן אפיהר די עוולות פון צה"ל, און ווען מען טרעפט זיי נישט 'פאבריקירט' מען שקרים וכזבים. און דאס אלס מיט די פינאנציעלע שטיצע פון איירופעאישן פאראיין וועלכער גיסט אריין שווערע מיליארדן (!) פאר דעם צוועק.

טוביה'ס רייזע ענטהאלט גאר 'פאני' און 'אמיוזינג' מאמענטן. ווצב"ש ווען טוביה באזוכט ביים כותל איינגעוויקלט אין א 'כאפיה' ווי א סעודי'שע אימאם, און גייט פראוואקאטאריש צו צי די עזרת נשים, דארטן טרעפט איהם אהן א היציגע פרומע איד פון ניו יארק וועלכיר באזידלט איהם מיט מיאוס'ע לאזונגען (פ** יו), טוביה דער אימאם זאגט איהם ווייך: "דא אינ'ם הייליגן לאנד טארן מיר זיך נישט באנוצן מיט אזעלכע פראסטע ווערטער. כ'מיין, איד, אז דיין פלאץ איז נישט דא. ברויכסט דיר אומקערן קיין ניו יארק..."

הוגה » דינסטאג סעפטעמבער 1, 2020 2:23 pm

· #458108
חכימא
תפוס ת' יהודי פון טוביה טענענבוים..."

כ'האב געליינט דער בוך אין ענגליש, בשעתה ווען ס'איז ארויסגעקומען און כ'האב זייער הנאה געהאט דערפון. דא האט איר אפאר געדאנקן וואס איך האב מיך דעמאלטס פארשריבן.

Every once in a while one should take a break of idealism and spend a day or two exploring reality. After reading, watching and hearing so much about the idealism and morality in connection to the situation in Israel, I found no better way to come back to reality than by the pure cynicism of Tuvia Tenenbom.

There’s no elaborate plot or major secrets revealed, yet I was glued to this book every free minute that I had in the past two days. Tenebom grew up in Bnei Brak and left his chareidi upbringing some thirty years ago for the intellectual and entertainment world. In this book, Tenenbom portrays himself as being a “post intellectual” who is done fooling himself to think that he is better than everyone and hoping for an ideal paradise (with no Jews in it).

Tenenbom was commissioned by his German publishers to roam the streets of Israel and Palestine for sixty days, meet all kinds of people, get a feel for the situation surrounding the conflict there and publish his findings in the form of a memoir.

Instead of doing what all other reporters and authors before him have done and report on the suffering Palestinian and the oppressing Israeli, Tenenbom uses his interviewing skills as well as his disguise as 'Tobi the German' to bring us stories that you will never hear about elsewhere. Stories like that the Jews never had a Kingdom in Israel, and that the real reason why the Kosel is a holy place is because Mohamed tied his flying mule to that wall when he ascended to heaven from Al Aqsa. Stories about Arab communities that don’t exist being demolished by the evil occupiers on a daily basis. Stories about how only the rebuilding of the temple can bring peace for extreme right wingers because of a passage in Isaiah.

Tenenbon is a masterful interviewer. He gets his subjects to say what they really think and want. He knows how to peel away all the clichés and one liners and get to the real objectives and beliefs. He talks to Israelis and Palestinians, leftists and settlers, Bedouin and Druze, Chareidi and Secular, Gays and straight. But most telling of all are his encounters with Europeans, who are there to “help”. You won’t find a more revealing account of the work by the Europeans and their Israeli goons on the far left, anywhere else. The best part is that you get to laugh while reading these sad accounts.

This book reminds me of another great book on Israel that I once read, titled Walking Israel, by Martin Fletcher. If this is a topic that interests you you should definitely read that book.

One great tidbit that I learned in this book is that Chareidim are the fastest xxxxxxx. I am not kidding you. You can take it straight from the hooker’s mouth. Two hookers in Tel Aviv told this to him when he interviewed (sure…) them on the streets of Tel Aviv.

This book is interesting, witty, funny, extremely informative and a very easy read. The one criticism that I have is that 460 pages is a bit too long for this topic, although he writes very concise and to the point.

.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג סעפטעמבער 1, 2020 3:46 pm

· #458115
איך האב שוין דערמאנט דער פארשוין און זיין ביכער דא

מי אני » דינסטאג סעפטעמבער 1, 2020 4:37 pm

· #458119
הוגה

One great tidbit that I learned in this book is that Chareidim are the fastest xxxxxxx. I am not kidding you. You can take it straight from the hooker’s mouth. Two hookers in Tel Aviv told this to him when he interviewed (sure…) them on the streets of Tel Aviv.

‏די שטודיע טענה׳ט אז דאס שנעל מזריע זיין איז סעלעקטעד געווארן פאר עוואלושענערילי וויבאלד דאס האט געהעכערט די שאנסן פון געבוירן קינדער און טאקע האבן ווי מער. עס האט נאר אנגעהויבן ווערן גערעכענט ווי א פראבלעם ווען דאס סאציאלע אויסשטעל ביים מענטשהייט האט אריינגעלייגט געשלעכטליכע באציאונגען אין צו מער א ריקריעישאנעל פונקציע, ווי איידער אויפ׳ן ממש געבוירן וכו׳. נו, קומט דאך אויס אז דאס גיבט נאך א דימענציע צום העכערן געבורט ראטע ביי חרדים און זאגט אז חרדים זענען עוואלושענערילי סעלעקטעד פאר... 😉

חכימא » מיטוואך סעפטעמבער 2, 2020 4:01 am

· #458151
ליטוואק פון בודאפעסט
איך האב געליינט לעצטענס catch the Jew פון איינער טוביה טננבוים. ער איז אן א.ט.ד. פון בני ברק וואס וואוינט דאהי אין אמעריקא. ער איז געגאנגען קיין א"י און זיך געדרייט בעיקר צווישען פאלעסטינער און לינקע עקסטרעמיסטען און ער ווייזט אויף, מיט גרויס הומאר, ווי פיל שקרים ליגט ביי זיי.
די פראבלעם איז אבער, ער דערמאנט חרדים צוויי מאל, און זיין ליגענט איז אזוי קלאר, אזש מ'קען איהם שוין נישט גלויבען אויף די אנדערע.
איך האב אבער אסאך געלאכט.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

יא, עס האט מיר אויך געגריצלט אין די אויערן, אבער לדעתי אין בזה ללמד על הכלל כולו, ווייל ער שרייבט נישט קיין פאלשע פאקטן, נאר פאלשע פרשנות. ודו"ק.

(ר' חיים איז בימיו באמת נאכנישט געווען ידוע, און זיכער נישט אלס 'באבא')

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך סעפטעמבער 2, 2020 7:12 am

· #458153

ריכטיג, ער שרייבט נישט קיין פאלשע פאקטן. אבער א דרויסענדיגע וואלט עס נישט געקענט כאפן פאר קיין שום געלט. אזוי וויקעלט מען איין די פרשנות און די פאקטן אינאיינעם. און דעריבער קען מען אים נישט גלויבן ווען ער רעדט וועגן די פאלעסטינער. ווייל ער קען דארט שפילן די זעלבע געים.

חכימא » מיטוואך סעפטעמבער 2, 2020 2:22 pm

· #458167
"המזימה" פון מיכאל בר-זוהר

וויקעלט אויף די העכט אינטרעסאנטע און ווירקליכע געשיכטע פון פאול פאקנהיים, א איד וועלכער איז באפרייט געווארן פון דאכאו דורך די נאצי'ס ימ"ש, געשיקט געווארן קיין פאלעסטינע פאר א שפיאנאזש מיסיע קעגן די בריטן, פארכאפט געווארן דורך זיי, און געשטאנען פאר א מיליטערישע טריבונאל ווען די בריטן מיינען גאר אז ער איז הויכראנגיקע דייטשע גענעראל...

חכימא » פרייטאג סעפטעמבער 4, 2020 7:24 am

· #458262
"המורדת" פון דבורה פעלדמאן

כ'בין נישט אויסן צו בארעדן דא די שרייבערין און איהרע מאטיוון, אדער דיסקוסירן צו זי איז גליקליך אדער נישט וכדו', דאס אלס איז שוין ברייט באשריבן געווארן דא. כ'וועל נאר פרובירן צו געבן מיין בליק פון א ריין ליטעראטורישע שטאנדפונקט.

ובכן, דער ביכל איז זייער גוט געשריבן. ברענגט זייער גוט ארויס די איידעלע כאראקטעריסטישע שטריכן פון די פארשידענע פיגורן. מאלט זייער גוט אויס די ווארימע דערשטיקענדע אטמאספער אין א אונגארישע שטיב אינ'ם אלטן פארצייטישן ווילי. די שטרענגע שטייפע חינוך וכו' וכו'.

א שאד נאר אז זי האט זיך אריינגעלאזט אין אינטימיע והמסתעף, וואס מיר פערזענליך קוקט אויס אז דאס איז געטון געווארן זיך 'אפצורעכענען' מיט איר מאן און אים מאלן אין א נעגאטיווער ליכט. עס פעלט נישט אויס און ברענגט גאר שטארק אראפ די ניווא פון די בוך.

מונטסורי » מאנטאג מאי 30, 2022 9:50 am

· #501217
ונבנתה העיר
יעצט גענדיגט Educated. אומגלויבליך. כ'האב אזא מאכטפולער בוך נאך מעודי נישט געליינט.

ס'איז אויף א שארט-ליסט צו ווערן דער דריטער בוך וואס כ'האב איבערגעליינט א צווייטע מאל.
An unforgettable memoir about a young girl who, kept out of school, leaves her survivalist family and goes on to earn a PhD from Cambridge University

Born to survivalists in the mountains of Idaho, Tara Westover was seventeen the first time she set foot in a classroom. Her family was so isolated from mainstream society that there was no one to ensure the children received an education, and no one to intervene when one of Tara’s older brothers became violent. When another brother got himself into college, Tara decided to try a new kind of life. Her quest for knowledge transformed her, taking her over oceans and across continents, to Harvard and to Cambridge University. Only then would she wonder if she’d traveled too far, if there was still a way home.
כ׳בין פערצופאל אריינגעפאלן אין דעם אשכול בשעת׳ן שטילערהייט stalk׳ן איינע פון די אלטע חברים דא… עניוועי, דעם בוך האב איך געליינט א וויילע צוריק אויף די רעקאמענדאציע פונם ירום הודו מר. אבאמא. ס׳איז א גוטער בוך, נישטא וואס צו רעדן, ס׳גיבט א גוטע אריינבליק אין די טיפעניש פון טראמפ-לאנד און די distrust וואס הערשט צווישען די צוויי זייטן. דער בוך נעמט אויך ארום נושאים פון אביוז, פאמיליע פארראט (betrayal), און אפשר אן אריינבליק וויאזוי א רעליגיע ארום א נביא קען זיך פארמירן.

מיין פראגע צו @ונבנתה העיר איז, וואס אין די בוך איז געווען אזוי ״מאכטפול״ אז דו האסט עס געוואלט אבערליינען א צווייט מאל? אויכעט וואס זענען די ערשטע צוויי ביכער?

מיינע צוויי-מאל געליינטע ביכער זענען The Snowball ביי Alice Schroeder א גאר גוטע ביאגראפיע אויף ווארען באפעטט (דאס ערשטע מאל האב איך געהערט די אודיא, גאר גוט. דאס צווייטע מאל, געליינט בעיון מיט די פוט-נאוטס).

אויכעט עטליכע ביכער פון מאריא מונטוסורי און די סייענטיפישע ערקלערונגען פון Angeline Stoll Lillard האב איך איבערגעליינט צוויי מאל. כ׳האב אפילו געהאט א חלום צו עפענען א היימישע מונטוסורי שולע אבער די עול הפרנסה און די תאוות הממון און די תירדות הבלי הזמן האבן זיך ליידער גובר געווען בעונותינו הרבים 😞

moody » מיטוואך יוני 1, 2022 5:25 pm

· #501439
שכוח פארן ארויסשלעפן אזא שיינער אשכול פון די קעלערן, און אז די וועסט מצליח זיין ארויסצושלעפן @ונבנת וועט זיין נאך בעסער.

איך האלט יעצט אינמיטען ליינען (בעסעס געזאגט, ס'איז אויפגעמישט אין מיין קינדל) american shtetl די היסטאריע פון קרית יואל, זייער פרעפעציאנאל און באלאנצירט געשריבען

מונטסורי » מיטוואך יוני 1, 2022 9:32 pm

· #501457
מיין פלעזשור! טאקע א פליאה פארוואס אזא אשכול זאל אזוי טיף איינזינקען.

כ׳האב פארפאסט די ארויסקום פון די בוך וואס דו ליינסט. עפעס זע איך צוויי נעגעטיווע ריוויוערס אויף אמאזאן רעדן זיך אפ אז די בוך לייגט צופיל דגוש אויף די לעגאלע געפעכטען (בנוגע די סקול דיסטריקט מסתמא) אין קרית יואל, איין ריוויוער זאגט די בוך איז נישט מחדש קיין סאך. איז דאס ריכטיג?

מיין אמת » דאנערשטאג יולי 7, 2022 12:32 am

· #503776
פאר די וואס האבן ליב צו ליינען מאמע לשון, דא איז לינק צו שלום עליכם'ס ערציילאנגען https://www.cs.uky.edu/~raphael/yiddish/sholemAleykhem/contents.html

מונטסורי » דאנערשטאג יולי 7, 2022 9:41 am

· #503785
מיין אמת
פאר די וואס האבן ליב צו ליינען מאמע לשון, דא איז לינק צו שלום עליכם'ס ערציילאנגען https://www.cs.uky.edu/~raphael/yiddish/sholemAleykhem/contents.html
איך האב שוין לאנג חשק איינצושאפן זיינע ביכעלעך שיין געדרוקט רעדי צו ליינען לכבוד שב״ק פאר מיר און די גאנצע משפחה. איז דא צו באקומען ערגעץ אזא זאך?

נעקסט לעוועל » מאנטאג דעצעמבער 19, 2022 1:32 pm

· #514121
Re: אלגעמיינע ביכער צום ליינען
חכימא
תפוס ת' יהודי פון טוביה טענענבוים.

דער טוביה, א בן שבעים, איז א שנה ופירש'ניק. אויפגעוואקסן אין א ליטווישע שטיב אין בני ברק וואו זיין טאטע -א רב- איז געווען באפריינדעט מיט ר' חיים קנייבסקי.

טוביה, היינט א באוויסטע צייטונגשרייבער, וואוינט היינט צוטאגס אין חוצלארץ און האט שוין נישט באזוכט דעם הייליגן לאנד באלד א יובל יארן. א דייטשער פובלישינג קאמפאני האט איהם געשיקט קיין ארץ ישראל פאר מער ווי זעקס מאנאטן.

ספאטע״ד
טוביה טננבוים נעכטן אין מסעדת קרויזר שפאנענדיג די אנוועזענדע מיט אויליגע מעשיות פונעם עבר און עתיד
מיט א זאפטיגע אידיש
שנה ופיר״שניק ארויף אדער אראפ, לאטקעס און חנוכה עסט מען ….
https://uploads.tapatalk-cdn.com/20221219/97039cd3077bc95cfa1a3cff4b184749.jpg

סאנטיאגא » פרייטאג דעצעמבער 30, 2022 3:12 pm

· #514726
האט איינער שוין געליינט די בוך פון דניאל כהנמן? ער איז א אידישע פסיכילאג איך האב שוין עטליכע מאל געהערט פון אים אין די קאנטעקסט פון ביהעיווירל אינוועסטינג/עקענאמיקס, איך בין נייגעריג אויב עמיצער דא האט עס שוין אנגעהויבן

קורקלענד » מוצ"ש דעצעמבער 31, 2022 9:05 pm

· #514734
סאנטיאגא
האט איינער שוין געליינט די בוך פון דניאל כהנמן? ער איז א אידישע פסיכילאג איך האב שוין עטליכע מאל געהערט פון אים אין די קאנטעקסט פון ביהעיווירל אינוועסטינג/עקענאמיקס, איך בין נייגעריג אויב עמיצער דא האט עס שוין אנגעהויבן
איך האב עס אמאל דורכגעליינט, ס'איז זייער א גוט ביכל. דער ביכל דעקט אלע זיינע אנטדעקונגען און ערפונדונגען וואס ער אויסגעטראפן אין זיין קאריערע. זיינע ערפונדונגען אין עמאצינאלע פינאנץ איז בלויז איינע פון זיינע אנטדעקונגען, רוב ביכל דעקט אלע אנדערע נושאים.

לויט אייער היסטאריע פון פינאנציעלע שרייבעריי און מיינונגען דא אין שטיבל, זעהט עס אויס ווי איר האלט אנדערשט פון וואס ער שרייבט.

סאנטיאגא » זונטאג יאנואר 1, 2023 4:27 pm

· #514821
קורקלענד
סאנטיאגא
האט איינער שוין געליינט די בוך פון דניאל כהנמן? ער איז א אידישע פסיכילאג איך האב שוין עטליכע מאל געהערט פון אים אין די קאנטעקסט פון ביהעיווירל אינוועסטינג/עקענאמיקס, איך בין נייגעריג אויב עמיצער דא האט עס שוין אנגעהויבן
לויט אייער היסטאריע פון פינאנציעלע שרייבעריי און מיינונגען דא אין שטיבל, זעהט עס אויס ווי איר האלט אנדערשט פון וואס ער שרייבט.
מוז איך עס הערשט ליינען! פאר דו מאכסט ברייטע שפעקולאציעס, איך האב שוין עטליכע מאל אפדעטעיד מיינע מיינונגען זייט איך שרייב דא אויף פינאנץ וויאזוי דו רופסט עס.
בלאט: 1 2 3