☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » ספרים און ביכער » אלגעמיינע ביכער צום ליינען

אלגעמיינע ביכער צום ליינען

114 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5733
בלאט: 1 2 3

יידל » דינסטאג יאנואר 21, 2014 8:14 pm

· #178237
אלגעמיינע ביכער צום ליינען
ניין, ך'טו נישט תשובה. ך'בין אבער יא צוריק. שלום עליכם, עליכם שלום. ווער זענט איר? א פרישע ניק? שוין, אזויפיל צייט אדורך, אזויפיל וואסער איז דורכגעפלאסן אין טייך אז כמעט ולא נודע כי באתי אל קרבנה פון מיין באליבטן שטיבל. עפעס א טעג פון @שמעקעדיג האט מיר צוריקגעשלעפט איך זאל נאכאמאל באזוכן דעם סייט, און די תאוות הכתיבה האט זיך מיר צוריק אנגעצינדן. Just kidding! גלייבטס מיר, כ'ליין יעדן טאג, און ווען ך'קען ווען וואלט ך' יעדן טאג געשריבן, נאר וואס קען איך טון אז ברוב רחמיו וחסדיו ובעוונותינו הרבים בין איך ליידער געווען פארנומען לעצטנס, פארשאלטן צוליב חוה'ס חטא, א שרייבער'ס אפשטעל גרויס ווי אנטארטיקע, און אינטערנעט נאר אויף א פיצל פאון וואס איז קוים ראוי מצרף צו זיין צום מנין. שוין, מה שהיה היה, דער עיקר אז מ'איז צוריק דא.

צום ענין. מ'האמיר שוין ב"ה אן אשכול אויף נייע אלגעמיינע ביכער אבער נישט-נייע אלגעמיינע ביכער האבן מיר נאכנישט קיין אשכול מיוחד. אדער אפשר יא? אויב יא, יבוא בעל הכרם וימזג אשכול זה עם האשכול השני. א'קיצור, כ'האב זיך לעצטנס איינגעהאנדלט (קרי: דאונלאודעד) דעם קינדל עפפ, און מ'האמיר זיך גענומען ליינען ביכער אין גרויסן. אז מ'ליינט דארף מען דאך הערן דעם דעת הקהל אויף וואס מ'ליינט און עס דורכדרעשן בדיבוק חבירים. זאל אלזא דא זיין א מקום מיוחד צו שמועסן איבער אלגעמיינע ביכער אין אלגעמיין, די גוטע, די גאר גוטע, און די שלעכטע, רעקאמאנדירטע און דאס פארקערטע.

איך האלט יעצט אינמיטן ליינען מעלקאם גלעדוועל'ס בוך "וואס דער הונט האט געזען". קודם א שטיקל הקדמה אויף גלעדוועל'ן. ער איז א אינטערנאציאנאלע בעסטסעלינג מחבר, און זיינע ביכער זענען געווענטליך א געמיש פון פאפ-סייענס און אינטערעסאנטע אנעקדאטן. גלעדוועל'ס מעלה ליגט אין זיין גאר ציציענדער שפראך, און זיין חוש צו שרייבן אויף א גאר לייכטן אופן. אנדערש ווי זיינע אנדערע (בעסטסעלער) ביכער, איז "וואס דער הונט האט געזען" נישט באזירט אויף עפעס א נושא וואס גלעדוועל טוט דורך כדרכו בקודש (כ'מיין נישט גארנישט, כ'מיין נאר די מליצה צו צוברעכן די אויער (קרעדיט, @יאיר) נאר עס איז א קאלעקציע פון 19 עסייען וואס גלעדוועל האט געשריבן פאר די "ניו יארקער" מאגאזין. דער בוך איז צעטיילט אין דריי חלקים. דער ערשטער חלק, וואס כ'האלט נאך אינדערמיט פון איר, איז איבער קלענערע זשעניס. דאס הייסט, נישט וועלט-בארימטע זשעניס וואס האבן געטוישט די וועלט ווי איינשטיין אדער סטיוו דזשאבס (להבדיל אלף אל.., אה, כ'האב נישט דערמאנט קיין איד, פארגעט איט), נאר איבער קלענערע נישט-וועלט-בארימטע זשעניס וואס זענען אויפגעקומען מיט חידושים און האבן געטוישט די וועלט, א שטייגער ווי דער אבסטעטרישאן דזשאן ראק וועלכער האט דעוועלאפט דעם בוירט-קאנטראל פיל. כ'קען נישט זאגן אז כ'האב הנאה געהאט פון יעדן עסיי, אבער פון געוויסע (טאקע פון דעם עסיי איבער ראק, אדער פון אן אנדערן עסיי איבער נאסים טאלעב דער מחבר פונעם בעסטסעללער "די שווארצע שוואן") האב איך גאר שטארק הנאה געהאט. גלעדוועל שרייבט גאר געשמאק און פון אן אייגנארטיגן קוקווינקל. די אנדערע צוויי חלקים פון וואס דער הונט האט געזען זענען איבער פרעדיקציעס און די פראבלעמען פון זיי, און איבער אפשאצן דער מענטשליכער פערזענליכקייט און כאראקטער. כ'וועל באריכטן ווען כ'וועל ליינען אי"ה.

גלייכצייטיג ליין איך אויך א לייכטערן בוך מיטן נאמען "קעפ אין בעטן" פון אן ארבעטער אין האטעלן אין ניו ארליענס און אין ניו יארק פאר איבער 15 יאר. דער בוך איז געשריבן אויף א לייכטן הומאריסטישן שפראך, אריינגעמישט אביסל פראפעניטי (אההממ... אפשר אביסל אסאך, איר ווילט נישט וויסן וואס טוט זיך אלס אפ אונטער די טירן פון די האטעלן אין ניו יארק סיטי...), און איז אויך היבש אינפארמאטיוו איבער דעם גאנצן הלוך ילך פון דעם האטעל ביזנעס, כולל אלע טריקס וויאזוי צו בא'גנב'ענען די מיני באר און וויאזוי זיכער צו מאכן אז די וואלעי צוברעכן נישט אייער קאר. דער ניו יארק טיימס האט געהאט א גוטן איבערזיכט דערויף.

און וואס ליינט איר?

יאיר » דינסטאג יאנואר 21, 2014 8:27 pm

· #178246
גאר גוט באשריבן, יידל. וועלקאם בעק. אפשר זאל מען טוישן דעם טיטל צו עפעס אזוי "ביכער וואס איר ליינט".

געפילטע פיש » דינסטאג יאנואר 21, 2014 8:30 pm

· #178249
אפשר שוין צייט פאר א קאווע שטיבל בוק קלאב, אפשר אזוי וועל איך אביסל אראפנעמען די עול פון מיין Amazon וויש ליסט. יעדע וואך א בוך, דערנאך קען מען איבערשמועסן.

יידל » דינסטאג יאנואר 21, 2014 8:31 pm

· #178250
נו, געפילטע, קריינא וכו'. גיב ארויס א בוך פון דיין וויש ליסט, און אי"ה נאכן שניי וועלן מיר דאס דיסקאסען.

יידל » דינסטאג יאנואר 21, 2014 8:33 pm

· #178252
יאיר'ל, עשיתי כאשר צווית. כ'בין דאך אבער אן אויבער-חכם, האב איך געטוישט דעם קעפל ווי מיר האט געשמעקט.

געפילטע פיש » דינסטאג יאנואר 21, 2014 8:34 pm

· #178254
יידל
נו, געפילטע, קריינא וכו'. גיב ארויס א בוך פון דיין וויש ליסט, און אי"ה נאכן שניי וועלן מיר דאס דיסקאסען.

נע, די ביכער אין מיין וויש ליסט האסטו שוין געליינט 7 יאר צוריק, כ'שעם מיך אז איך האלט נאך ביי אלף בית.

יידל » דינסטאג יאנואר 21, 2014 8:35 pm

· #178256
געפילטע, ווילסט מיר אויפרעגן? גיב שוין ארויס א בוך! קוק אהער, פלוצלינג ווערט ער מיר א ביישן.

געפילטע פיש » דינסטאג יאנואר 21, 2014 8:38 pm

· #178257
איך לייען יעצט 1984, (לייען? אויב דו רופסט עפעס וואס ליגט אויפגעמיטש אין גוגל בוקס און שטייט שוין וואכן ביי בלעטל 28, לייענען) צופרידן?

יידל » דינסטאג יאנואר 21, 2014 8:45 pm

· #178264
1984 איט איז! א געוואלדיגער טשויס. כ'האב צוויי יאר צוריק אנגעהויבן ליינען 1984 אבער עס קיינמאל נישט געענדיגט.
דאונלאדירט עס בחנם אין פארשידענע פארמען דא:
<a class="postlink" href="https://archive.org/details/ost-english-1984-george-orwell-1937-dystopia">https://archive.org/details/ost-english ... 7-dystopia</a>

אדער דא <a class="postlink" href="http://www.ulozto.net/xiQzNkPh/orwell-george-1984-en-mobi">http://www.ulozto.net/xiQzNkPh/orwell-g ... 84-en-mobi</a> פאר א גוטע לעיאוט פארן קינדל.

שמערל » דינסטאג יאנואר 21, 2014 9:21 pm

· #178292
איך האב לעצטנס געליינט guns , germs, and steel, זענט איר באקאנט דערמיט?

יידל » דינסטאג יאנואר 21, 2014 9:33 pm

· #178295
ווי כ'הער איז עס א געוואלדיגער בוך, שמערל. כ'האב געוואטש דעם דאקומענטערי וואס איז באזירט אויף דעם בוך <a class="postlink" href="http://topdocumentaryfilms.com/guns-germs-and-steel/">http://topdocumentaryfilms.com/guns-germs-and-steel/</a>

אפטעמיסט » דינסטאג יאנואר 21, 2014 9:42 pm

· #178299
פאר צוויי יאר צוריק בערך האב איך געליינט דעם ניו יארק טיימס בעסט סעלער בוך Son Of Hamas. דער שרייבער איז א זון פון איינע פון די גרינדער פונעם כאמאס טעראר גרופע, און איז אנהייב אליינס געוועהן א טעראריסט, געזעצן אין א מדינת ישראל טורמע און האט שפעטער שפיאנירט צען יאר פאר מדינת ישראל. ס'איז א זייער אינטערעסאנטע און שפאנעדיגע בוך און ווערד צו ליינען.
ס'האט נאך א מעלה אז מ'קען עס באקומען בחינם אונליין, פאר מער פרטים קאנטאקט מיר אין אישי.

יאיר » דינסטאג יאנואר 21, 2014 10:46 pm

· #178307
שמערל
איך האב לעצטנס געליינט guns , germs, and steel, זענט איר באקאנט דערמיט?

איך האב עס געליינט מיט א צייט צוריק, און די אימפרעשאן ליגט מיר נאך אין די ביינער. עס איז ממש א גאונ'ישע ווערק. דער מחבר, ירד דיאמאנד, א ריכטיגער Polymath, ווארפט אדורך געאגראפיע, עוואלוציע, ביאלאגיע, באטאניק, אנטראפאלגיע, אין איין ביכל, אויפווייזנדיג אז די פארגעשריטנקייט פון פעלקער איז תלוי בלויז אין צופעליגע זאכן, בעיקר דער אגריקולטור און קלימאט וואו מען וואוינט. דיאמאנט'ס בוך, א געווינער פון דעם פוליצער פרייז, איז די ענדגילטיגע טויט קלאפ אויף ראסיזם.

פידלער » דינסטאג יאנואר 21, 2014 10:57 pm

· #178311
אנאנים, דאס קוקט מיר אויס גאר אינטערעסאנט. איך בין אמאל געווען ביי א לעקציע פון James Wood, וועם איך האלט פאר איינע פון די בעסטע מבינים אויף quality writing, אויזער וואס ער איז סתם אזוי brilliant, און די גאנצע לעקציע איז געווען איבער די הערליכקייט און קוואליטעיט פון די שרייבווערק אין די תורה דארט ווי ס'שטייט די מעשה פון עקידת יצחק.

ונבנתה העיר » מיטוואך יאנואר 22, 2014 3:13 am

· #178360
געפילטע פיש
איך לייען יעצט 1984, (לייען? אויב דו רופסט עפעס וואס ליגט אויפגעמיטש אין גוגל בוקס און שטייט שוין וואכן ביי בלעטל 28, לייענען) צופרידן?

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/4103">viewtopic.php?f=5&t=4103</a><!-- l -->

געפילטע פיש » מיטוואך יאנואר 22, 2014 9:13 am

· #178381
יא יא, דעמאלס איז עס טאקע ארויף אויף מיין וויש ליסט.

פשוט-קאמפליצירט » מיטוואך יאנואר 22, 2014 12:30 pm

· #178427
יישר כוח יידל און וועלקאם בעק (אפילו אויב ס'איז נאכנישט פערמאנענט P:)

איך האלט יעצט אינמיטן לייענען neither dog nor wolf: on forgotten roads with an indian elder. דאס בוך דערציילט וועגן די שמועסן וואס דער מחבר האט געפירט מיט אן עלטערן אינדיען (ווי די אריגינעלע רויט-הויטיגע אמעריקאנער איינוואוינערס ווערן אנגערופן אדאנק א געאגראפישן טעות וואס קאלאמבוס האט בשעתו געמאכט), איבער זייער לעבן, אויסקוק אויף דער וועלט, בליק אויף דער קולטור פון די "ווייסע מענטשן", און נאך. דער אינדיען, וועמען דער מחבר רופט אן Dan, איז נישט קיין פירער אדער אויסנאמליכע פערזענליכקייט. און אנדערש ווי א סך אנדערע ביכער וועגן אינדיענס, וועלכע פאקוסירן אויף דער חכמה און טראדיציעס פון די אינדיען שבטים און קולטור, גיט דאס בוך אן אויטענטיש, נישט-ראמאנטיזירט בילד איבער זייער לעבן און טראכטן.

דורכאויס זיינע לענגערע מאנאלאגן, גיט "דען" איבער אמת'ע דברי חכמה און א סך פשוט'ע, אבער גלייכצייטיג קלארע און טיפע רעיונות. כ'וועל נאך אפשר ברענגען דוגמאות, אויב די צייט וועט מיך דערלויבן.

געפילטע פיש » פרייטאג יאנואר 24, 2014 12:00 am

· #178974
האלטענדיג אינמיטן 1984, שפירט זיך די תגובה ווי תורה לשמה.

ישמעאל הכהן » פרייטאג יאנואר 24, 2014 1:25 am

· #178992
איך האלט אינמיטן ליבעראליזם איז עי מענטעל דיסארדער פון מייקל סעוועזש אוי איז ער גערעכט.

פיש כאפער » פרייטאג יאנואר 24, 2014 9:16 am

· #179002
איך האלט אינמיטן DUTY פונעם געוועזענעם דעפענס סעקרעטאר ראבערט געיטס. פאליטיק אין א זייט, איז דער בוך 600 זייטן אנגעפילט מיט אינפארמאציע וואס נאר אזא איינער ווי א דעפענס סעקרעטאר פון צוויי באזונדערע פרעזידענטן (די איינציגסטע מאל אין היסטאריע) קען שרייבן. ווי נישט ווי איז ער דאך נישט א פאליטישאן, און קיינמאל געווען איינס, וואס מאכט עס מער צוציענד נעמענדיג אין באטראכט אז (א גרויסער חלק) [עס] איז אמת. הקיצור, עס איז מורא׳דיג אינטערסאנט פאר איינער וואס גלייכט אמעריקאנער היסטאריע.

הוגה » זונטאג פעברואר 2, 2014 5:26 pm

· #181003
היות איך זעה אז דער עולם האלט אין מיטן ליינען 1984 פון ארוועל, וואלט איך געוואלט רעקאמענדירן אז נאכן ענדיגן זאלט איר ליינען The Impossible State פון וויקטאר טשא. בשעת וואס ארוועל'ס בוך איז הוילע געניאלע פיקציע, איז דער בוך די רעאליסטישע ווערסיע דערפון. טשא גיבט די ליינער א בליק אריין אין די קאמוניסטישע נארט קאריע סיי פון א היינטיגע שטאנדפונקט און סיי פון א היסטארישע שטאנדפונקט, אזוי אז די ליינער פארשטייט ווי אזוי עס האט זיך דערקייקלט צו אזא שווערע צושטאנד, און ווי אזוי א דיקטאטארשיפ קען האבן אזא שטארקע מאכט איבער אזא גרויסע פאפולאציע.

טשא איז געפארן קיין נארט קאריע בשליחות פון פרעזידענט בוש, אבער ער גיבט אויך א שטארקע פארטרעאיל מצד זעקס געוועזענע נארט קאריער בירגער. עס איז נישט צום גלייבן אז אין 2014 איז פארהאן א לאנד וואס עטליכע עליטע טיילן איין פאר מיליאנען איינוואוינער א יעדע טריט און שריט, אריינגערעכנט זייערע מחשבות און רייד.


.
books0520lee.jpeg

געפילטע פיש » זונטאג פעברואר 2, 2014 5:39 pm

· #181006
פאני אז דו זאגסט עס, כ'האב באקומען די זעלבע ראקאמענדאציע פון אפאר אנדערע חברים אין די לעצטע צוויי טעג.

איש עברי » זונטאג פעברואר 2, 2014 5:46 pm

· #181007
פיש כאפער
איך האלט אינמיטן DUTY פונעם געוועזענעם דעפענס סעקרעטאר ראבערט געיטס. פאליטיק אין א זייט, איז דער בוך 600 זייטן אנגעפילט מיט אינפארמאציע וואס נאר אזא איינער ווי א דעפענס סעקרעטאר פון צוויי באזונדערע פרעזידענטן (די איינציגסטע מאל אין היסטאריע) קען שרייבן. ווי נישט ווי איז ער דאך נישט א פאליטישאן, און קיינמאל געווען איינס, וואס מאכט עס מער צוציענד נעמענדיג אין באטראכט אז (א גרויסער חלק) [עס] איז אמת. הקיצור, עס איז מורא׳דיג אינטערסאנט פאר איינער וואס גלייכט אמעריקאנער היסטאריע.


איך האב געהערט אז ער שרייבט זייער נעגאטיוו אויף ביבי נתניהו האסט געליינט?

דער (פינטעל) איד » זונטאג פעברואר 2, 2014 7:50 pm

· #181027
געפילטע פיש
פאני אז דו זאגסט עס, כ'האב באקומען די זעלבע ראקאמענדאציע פון אפאר אנדערע חברים אין די לעצטע צוויי טעג.

איך האלט שוין פון לאנג אז דו דרייסט זיך מיט שלעכטע חברים

פיש כאפער » מיטוואך פעברואר 5, 2014 9:04 am

· #181710
איש עברי
פיש כאפער
איך האלט אינמיטן DUTY פונעם געוועזענעם דעפענס סעקרעטאר ראבערט געיטס. פאליטיק אין א זייט, איז דער בוך 600 זייטן אנגעפילט מיט אינפארמאציע וואס נאר אזא איינער ווי א דעפענס סעקרעטאר פון צוויי באזונדערע פרעזידענטן (די איינציגסטע מאל אין היסטאריע) קען שרייבן. ווי נישט ווי איז ער דאך נישט א פאליטישאן, און קיינמאל געווען איינס, וואס מאכט עס מער צוציענד נעמענדיג אין באטראכט אז (א גרויסער חלק) [עס] איז אמת. הקיצור, עס איז מורא׳דיג אינטערסאנט פאר איינער וואס גלייכט אמעריקאנער היסטאריע.


איך האב געהערט אז ער שרייבט זייער נעגאטיוו אויף ביבי נתניהו האסט געליינט?


זעט אויס איך בין נאכנישט אנגעקומען צו ליינען ביז אהין; איך האב יעצט געענדיגט מיט די בוש יארן. אבער עס שטייט אויס פון אים. פון זיין בוך שיינט ער צו זיין א זייער גראדער מענטש, כאטש קלוג אויך, וואס פארנעמט נישט פאליטיק און ליגנטס.

ודי למבין » מאנטאג אקטאבער 27, 2014 9:17 pm

· #230838
לעצטעמס האב איך אנגעהובן צו ליימען די היסטאריקעל-פיקשען ביכער פון קען פאללעט Ken Follett.ער האט געשריבן א סענטערי טריילאדזשי. די ערשטע בוק הייסט Fall of Giants איז פון די ערשטע וועלטס קריג. די קאראקטערס זענען מענטשן פון 5 אנדערע פלעצער פון די וועלט און אויף גאר אינטערסאנטע וועגן קומען זיי זיך צוזאם אימניטן די מעשה. די ערשטע איז א 1000 פעידזשעס בוק און איך האב עס ממש נישט געקענט אראפ לייגן פון אנפאנג ביזן סוף.

די צווייטע הייסט Winter of the World און עס רעדט זיך פוון די צווייטע וועלט קריג און די קאלטע קריג. איך האב עס געוואלט ארויס נעמען פון די לייברערי אבער זיי האבן געהאט נישט ווייניגער ווי 32 האלדס אויף דעם ( זיי האבן 10 קאפיעס פון דעם בוק)

איך האב באקומען א גאר גוטע םארשטאנד איבער אלע געשענישען פון יענע צייט ווי די אויפשטאנד פון די באלשאוויקן, לענין'ס געדאנקאנגאנג, די אויפגאנג און אונטערגאנג פון די דייטשע מאכט.

אלעס איז געבויעט אויף אמתע פאקטן און יעדע ווארט וואס די אמתע היסטארישע מענטשן זאגן אין די בוק האבן זיי באמת געזאגט. ווי ער שרייבט, "יעדע סיען איז באמת געשען אדער וואלט עס געקענט געשען, יעדעס ווארט איז געזאגט געוווארן אדער וואלט געקענט געזאגט ווערן"

הייעלי רעקאמענדעד.

ישראל קאפקע » מאנטאג אקטאבער 27, 2014 9:23 pm

· #230841
ישמעאל הכהן
איך האלט אינמיטן ליבעראליזם איז עי מענטעל דיסארדער פון מייקל סעוועזש אוי איז ער גערעכט.

לאמיר הערן, וואס זאגט ער דארט עפעס חידושים?

ודי למבין » זונטאג נאוועמבער 9, 2014 9:54 pm

· #233943
ווי אויבענדערמאנט ליין איך יעצט די טריילידזשי פון קען פאללעט.

די צווייטע בוך Winter of the World האט מיך געהאלפן פארשטיין וויאזוי דייטשלאנד האט געקענט אויפנעמען אזא איינעם ווי היטלער ימ"ש אלץ א פירער. איך האב שוין געליינט כמה ביכער איבער דעם אבער דאס, מיט די פיקשען עספעקט, געט עס גאר אן אנדערע און מער לעבעדיגע בליק.

די שרעקעדיגע חלק איז, אז דיוועלט שטייט היינט אין א זייער ענדליכע מצב ווי עס איז געווען דעמאלטס... סקערי...

הירץ אייכל גומפרץ » מאנטאג יאנואר 5, 2015 9:57 pm

· #246114
דער פראנצויזישער שרייבער און נאוועליסט, מישעל כ'העלבעק, האט אנגעמאכט א שטורעם מיט זיין ניייער בוך 'סובמישען' אין וועלכן ער דמיונ'ט אויס א מוסלעמעניש גאווערנמענט אין פאווער אין 2022 נאכדעם וואס א מוסלעמענישע באפעלקערונג און פארטיי האט געווינען מיט א מערהייט און ארויסגעשטופט די ווייט רעכטע נאצינאלע פראנט (FN - פראנט נאציאנאל) פון מארינא לו פען, די דריט גרעסטע פאליטישע פארטיי אין פראנקרייך. דער בוך מאלט אראפ ווי פראנקרייך ווערט ביסלעכווייז איבערגענומען דורך מוסלעמענער ראדיקאלן, א מוסלעמענער פרעזידענט ביי דער מאכט, פרויען מיט וועילס און Niqābs, די יוניווערסיטי ווערט מוסלעמעניש און די פראפעסארן דארפן זיך באראבעווען צו די איסלאמישע רעליגיע.

מישעל האט שוין אין 2011 געמישט א קעסל און אויפגעברויזט אן עולם ווען ער האט געזאגט, "לאמיר עס אלע אין פרצוף קוקן, די מערסט סטופיד רעליגיע איז איסלאם!"

within די אינטעלעקטואלע קרייזן טוט זיך א לעבעדיגע דעבאטע. עס הערן זיך צדדים לכאן ולכאן. פון אזעלכע קריטיק קעגן, און פון מאנכע שטיצע פאר'ן, בוך.

פילעזאפער 'אלעין פינקעלקרויט' לויבט אויס כ'העלבעק פאר'ן "האלטן זיינע אויגן אפן און זיך נישט לאזן איינשוכטערן פון פאליטיקעל קארעקטענעס."

אן ערשטע פרינט פון 150,000 וועט לויפן אויף מיטוואך און ווערט שוין אצינד באגריסט אלס די ליטערארישע 'געשעהעניש' פון 2015.

"In reality, they are in a totally schizophrenic situation. Because overall, Muslims aren't interested in economic issues, their big issues are what we nowadays call societal issues," he told the Paris Review.

"So if a Muslim wants to vote, what's he supposed to do? The truth is, he's in an impossible situation. He has no representation whatsoever."
📎 2008.06.09._Michel_Houellebecq_Fot_Mariusz_Kubik_03.jpg

טאמבל סאס » זונטאג אוגוסט 9, 2015 4:30 pm

· #294654
Re: אלגעמיינע ביכער צום ליינען

טאמבל סאס » זונטאג אוגוסט 9, 2015 5:51 pm

· #294671
Re: אלגעמיינע ביכער צום ליינען

ונבנתה העיר » מיטוואך סעפטעמבער 9, 2015 11:01 pm

· #300409
פשוט-קאמפליצירט
יישר כוח יידל און וועלקאם בעק (אפילו אויב ס'איז נאכנישט פערמאנענט P:)

איך האלט יעצט אינמיטן לייענען neither dog nor wolf: on forgotten roads with an indian elder. דאס בוך דערציילט וועגן די שמועסן וואס דער מחבר האט געפירט מיט אן עלטערן אינדיען (ווי די אריגינעלע רויט-הויטיגע אמעריקאנער איינוואוינערס ווערן אנגערופן אדאנק א געאגראפישן טעות וואס קאלאמבוס האט בשעתו געמאכט), איבער זייער לעבן, אויסקוק אויף דער וועלט, בליק אויף דער קולטור פון די "ווייסע מענטשן", און נאך. דער אינדיען, וועמען דער מחבר רופט אן Dan, איז נישט קיין פירער אדער אויסנאמליכע פערזענליכקייט. און אנדערש ווי א סך אנדערע ביכער וועגן אינדיענס, וועלכע פאקוסירן אויף דער חכמה און טראדיציעס פון די אינדיען שבטים און קולטור, גיט דאס בוך אן אויטענטיש, נישט-ראמאנטיזירט בילד איבער זייער לעבן און טראכטן.

דורכאויס זיינע לענגערע מאנאלאגן, גיט "דען" איבער אמת'ע דברי חכמה און א סך פשוט'ע, אבער גלייכצייטיג קלארע און טיפע רעיונות. כ'וועל נאך אפשר ברענגען דוגמאות, אויב די צייט וועט מיך דערלויבן.

@פשוט-קאמפליצירט, כ'ווארט נאך.

BAL TSHIVA » מיטוואך סעפטעמבער 9, 2015 11:37 pm

· #300413
פיש כאפער
איך האלט אינמיטן DUTY פונעם געוועזענעם דעפענס סעקרעטאר ראבערט געיטס. פאליטיק אין א זייט, איז דער בוך 600 זייטן אנגעפילט מיט אינפארמאציע וואס נאר אזא איינער ווי א דעפענס סעקרעטאר פון צוויי באזונדערע פרעזידענטן (די איינציגסטע מאל אין היסטאריע) קען שרייבן. ווי נישט ווי איז ער דאך נישט א פאליטישאן, און קיינמאל געווען איינס, וואס מאכט עס מער צוציענד נעמענדיג אין באטראכט אז (א גרויסער חלק) [עס] איז אמת. הקיצור, עס איז מורא׳דיג אינטערסאנט פאר איינער וואס גלייכט אמעריקאנער היסטאריע.

Donald rumsfeld איז אויך געווען דעפענס סעקראטאר פאר צוויי פרעזידענטן Gerald Ford and George Bush.

טאמבל סאס » דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2015 4:02 am

· #300447
Re: אלגעמיינע ביכער צום ליינען
50 Incredibly Tough Books for Extreme Readers | Flavorwire | Page 12 - <a class="postlink" href="http://flavorwire.com/423424/50-incredibly-tough-books-for-extreme-readers/12">http://flavorwire.com/423424/50-incredi ... readers/12</a>

טאמבל סאס » מוצ"ש מערץ 26, 2016 8:26 pm

· #326371
Re: אלגעמיינע ביכער צום ליינען


Sent from my SM-G903F using Tapatalk

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג מערץ 27, 2016 1:39 pm

· #326440
Re: אלגעמיינע ביכער צום ליינען
איך האב געליינט לעצטענס catch the Jew פון איינער טוביה טננבוים. ער איז אן א.ט.ד. פון בני ברק וואס וואוינט דאהי אין אמעריקא. ער איז געגאנגען קיין א"י און זיך געדרייט בעיקר צווישען פאלעסטינער און לינקע עקסטרעמיסטען און ער ווייזט אויף, מיט גרויס הומאר, ווי פיל שקרים ליגט ביי זיי.
די פראבלעם איז אבער, ער דערמאנט חרדים צוויי מאל, און זיין ליגענט איז אזוי קלאר, אזש מ'קען איהם שוין נישט גלויבען אויף די אנדערע.
איך האב אבער אסאך געלאכט.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג מערץ 27, 2016 2:00 pm

· #326442
Re: אלגעמיינע ביכער צום ליינען
דער לייברערי אין לעיקוואוד האט נישט געהאט די אנדערע בוך.
ער שרייבט אז ער געדענקט ר' חיים קאנייעווסקי אלס א גארנישט, און פלוצלונג שטייט מען אין רייע געבענטשט צו ווערען. יעצט, מ'קען לאכען אויף די רייע שטייער'ס, אבער דאס איז שקר.

ער דערמאנט ר' עובדיה יוסף'ס מימרות אויף גוים און דערנאך האט ער געזען 850000 מענטשען ביי זיין לויה, וואס ס'ווייזט אויף אז זיי זענען א באנדע ראסיסטען, כאילו ר' עובדיה איז געווען בלויז א ראסיסט און נישט מער. שטעל עס צו צום לינקע גרופע'ס וועט מען קענען זע'ען וואס ער האט מעגליך אויסגעלאזט

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

טאמבל סאס » זונטאג מערץ 27, 2016 2:30 pm

· #326447
Re: אלגעמיינע ביכער צום ליינען
<a class="postlink" href="http://www.goodreads.com/book/show/1490045.Becoming_an_Ex">http://www.goodreads.com/book/show/1490 ... ming_an_Ex</a>

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג מערץ 27, 2016 3:43 pm

· #326452
Re: אלגעמיינע ביכער צום ליינען
וואס דער מגיד האלט איז וויכטיג, אבער נישט נייטיג. 850000 מענטשען זענען געגאנגען צו זיין לוויה, אבער נישט ווייל זיי שטימען מיט זיין ראסיזם

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג מערץ 27, 2016 4:38 pm

· #326461
Re: אלגעמיינע ביכער צום ליינען
Across the street from my house I see people standing in a line that hardly moves, at the entrance to my old neighbor's house, Haim Kanyevski's. I remember him, a man of no special attributes and little wisdom. Why are people standing in a line to see him?
"To get his blessing," tells me a woman watching what I watch.
She would like to get his blessing too, but Haim blesses only men.
With the years, it seems, Haim has gained admirers, people who are sure that if he prays for them they will be cured of their diseases, and that if he looks at them they will gain wisdom
יעצט זאג מיר צו ער רעדט ליגענט צו נישט. יא, די עבודת אלילים פון גדולים און רבי'ס איז נעריש. אבער ער שרייבט עס נישט אמת'דיג. מ'גלויבט אז רח"ק איז א תלמיד חכם, א קלוגע מענטש, און דעריבער שטייט מען אין רייע. ווילסט לאכען, לאך. אבער ליגענט איז ליגענט

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

טאמבל סאס » זונטאג מערץ 27, 2016 4:45 pm

· #326462
Re: אלגעמיינע ביכער צום ליינען
כלומר ס'פעלט אים קאממען סענס
ער איז נישט סטריט סמארט. די מענטשן פון וועם ער רעדט קומען נישט פרעגן א פשט אין גמ'. והאמת, יעדע ברכת צדיק איז על זו הדרך.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג מערץ 27, 2016 5:26 pm

· #326465
Re: אלגעמיינע ביכער צום ליינען
אז דו גלויבסט נישט מיינט נישט אז זיי גלויבען נישט. מ'האלט איהם פאר אן אויסנאם, נישט ווייל ער מאכט מופתים, נישט ווייל זיין זיידע האט געטיילט פערפעל, נאר ווייל מ'מיינט אז קענען אסאך תורה מיינט עפעס. דו ווילסט זאגען אנדעריש, פיין. אבער ס'איז נישט אמת אז ער איז נישט קיין אויסנאם.
ער וואלט געקענט אזוי באשרייבען די נערישע אמעריקאנער וואס שטייען אין רייע צו באקומען א חתימה פון איינער וואס זיין עיקר כח איז צו קענען אריינשטופען א באל אין א נעץ.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

טאמבל סאס » מיטוואך מערץ 30, 2016 2:01 am

· #326913
<a class="postlink" href="http://www.versobooks.com/">http://www.versobooks.com/</a>
אגב דאס איז פאררעכנט דוכט זיך מיר אלס א לינקע פובלישינג גרופ. זיי האבן אסאך ראדיקאלע ביכער פובליצירט.

וואלווי » מיטוואך מערץ 30, 2016 8:19 pm

· #327037
ליטוואק פון בודאפעסט
איך האב געליינט לעצטענס catch the Jew פון איינער טוביה טננבוים. ער איז אן א.ט.ד. פון בני ברק וואס וואוינט דאהי אין אמעריקא. ער איז געגאנגען קיין א"י און זיך געדרייט בעיקר צווישען פאלעסטינער און לינקע עקסטרעמיסטען און ער ווייזט אויף, מיט גרויס הומאר, ווי פיל שקרים ליגט ביי זיי.
די פראבלעם איז אבער, ער דערמאנט חרדים צוויי מאל, און זיין ליגענט איז אזוי קלאר, אזש מ'קען איהם שוין נישט גלויבען אויף די אנדערע.
איך האב אבער אסאך געלאכט.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk


די מעלה פונם בוך איז זיין הומאר אין FUN וואס ער ערלויבט זיך מיט זיינע עקספערימענטס אין ריסערטש. אבער אויף למעשה הגם ער ברענגט גוט ארויס די LIBERAL HYPOCRICY איז ער אביסעל צי רעכטס אויף פאליטיש אין ער דינט איינזאטיג ווייל דוקא פון צווישען זיינע שורות זעהט מען אז די אראבער האבן נישט אייניגע רעכטן ווי אין א געהעריג דעמאקראטיש לאנד.

ודי למבין » דאנערשטאג אפריל 7, 2016 11:23 pm

· #328293
לעצטענס ליין איך אסאך נאוועלס פונעם מייסטער שרייבער דזשעפרי ארטשער. ארטשער'ס וועג פון שרייבן און זיין הויפט מעלה איז אז ער איז נישטנאר א שרייבער נאר א סטארי טעללער. זיין וועג פון שרייבן איז אזוי אז ער ברענגט דיך אריין אין די מעשה און "ער פארציילט עס גוט".
זיינע נאוועלס ציילן זיך אין בערך 20 מייסטער פיסעס און צו דעם האט ער אויך געריבן עטליכע שארט סטאריס וואס לפענ"ד איז עס נישט צו ווייט פון או הענרי'ס שארט סטאריס.
א לינק צו זיין וועבסייט <a class="postlink" href="http://jeffreyarcher.co.uk/">http://jeffreyarcher.co.uk/</a>

טאמבל סאס » מאנטאג אפריל 18, 2016 3:33 pm

· #329775
Re: אלגעמיינע ביכער צום ליינען
English Books
A channel for English books.
<a class="postlink" href="https://telegram.me/eng_books">https://telegram.me/eng_books</a>
Sent from my SM-G903F using Tapatalk

קל וחומר » מאנטאג אפריל 18, 2016 4:08 pm

· #329793
Re: אלגעמיינע ביכער צום ליינען
וואסארע סארט ביכער?
מדע, מחקר, פילוסופיה, אדער סיפורים ודברי חשק?

טאמבל סאס » מאנטאג אפריל 18, 2016 7:01 pm

· #329827
Re: אלגעמיינע ביכער צום ליינען
פון וויפיהל איך האב דערקענט זענען זיי פון די לעצטע צוויי. א שטייגער ווי האמער, דאנטע, מאקיוועלי, וואלטעיר, גאטעה, דאסטאיעווצקי, טאלסטוי, הארדי, העמינגוועי , די בראנטי מיידלעך, אוסטין, שעלי, מילטאן, הארפער לי, דיקינס, יוגא, טוועין. שוין גענוג מייניך. באלד וועט מען זאגן מדלא מנה השאר מכלל...

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

טאמבל סאס » מאנטאג אפריל 18, 2016 7:07 pm

· #329829
Re: אלגעמיינע ביכער צום ליינען
English Audiobooks
A channel for English audiobooks.
<a class="postlink" href="https://telegram.me/eng_audiobooks">https://telegram.me/eng_audiobooks</a>

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

קל וחומר » מאנטאג יוני 27, 2016 2:20 pm

· #339222
Re: אלגעמיינע ביכער צום ליינען
📎 uploadfromtaptalk1467051635626.jpg
בלאט: 1 2 3