פשט אין דיין ניק, און צו וואס וואלסטו עס געטוישט
84 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5702
פשט אין דיין ניק, און צו וואס וואלסטו עס געטוישט
איך מיש ארויף און אראפ די אקטיווע אשכולות.. והנה "געטוישטע ניקס" שפרינגט ארויף. מיט א איינגעהאלטענע אטעם.. עפן איך שנעל.. איך וועל מיך קענען דא גוט אויסגעבען.. איך סקראל שנעל אראפ, אבער פלאפפפפפפ ס'איז פארשפארט 😞 😈
ס'איז וויכטיג מ'זאל זיך קענען אויסגעבן אויף א געזונטע וועג, אויב מ'איז סטאק מיט א מאדנע נאמען מיום לידה, אנשטאט זיין אויף suicide watch ווי מיר. ממילא אלץ א פאבליק סערוויס עפן איך דעם אשכול, סיי מ'זאל קענען אויסגעבן די היץ בבדיחותא, און סיי מציע זיין פאר אנדערע, וועלכע ניק וואלט זיך געפאסט פאר זיי.
די אשכול איז אויך א געלעגנהייט פאר'ן עולם מסביר צו זיין פשט אין זייער ניק. די האר פון קאפ, אנשולדיגס וואנצעס ווערן געריסן צו פארשטיין א גרויסע חלק פון זיי.
שוין, וואס דארף איך ווארטן ביז א צווייטע שרייבט עס, לאמיר דאס ארויסרוקען פון וועג און מאכן פלאץ פאר אנדערע דזשאוקס.
"איך וואלט זיכער געטוישט פו חיים שטינקאוויטש אויף משה שטינקאוויטש. בלי ספק."
איך האב פון די ערשטע מינוט געוואוסט אז רויטע וואנצעס וועט נישט זיין די פאסיגע נאמען, און דו וועסט חרטה האבן דערויף.
נאך אלעם, דאס לעבן פליהט, און נאך איידער דו ווייסט עס, זענען די וואנצעס שניי ווייס, עס קוקט כמעט אויס ווי די רויטע בענדעלע אין ביהמ"ק יוכ"פ וואס איז ווייס געווארן...
נישט אזוי? אויף די עלטער איז מען זיך מוחל די עבירות, די סיבה איז טאקע ווייל די רויטע ווערט ווייס.
======
איך בין אויך נישט אנטציקט פון דעם נאמען שמעקעדיג.
איך האב מתחילה נישט גע'חלומ'ט צו פארברענגען דא אסאך, נאר אמאל אמאל אריינווארפן א ווארט-צוויי, נא, והיה ראשיתך מצער ואחריתך וכו', בקטן היכל ובגדול כילה, יעצט האב איך אביסל חרטה אויף דעם נאמען.
אבער טוישן? מאך א קל וחומר: קוק וואספארא שטורעם מיין שינוי האוואטאר האט גורם געווען; זאל איך נאך טוישן דעם ניק נאמען אויך?
עמיר מוזן מקיים זיים דעם פסוק פון די מלכה אסתר: ואני, כאשר אבדתי אבדתי.
אגב ס'איז דא א איבערפלוס פון פיש [געפילטע, סושי, הערינג] דא אין שטיבל [קאווע מיט פיש פוייי] אפשר טוישט איינע פון די פישן אויף עפעס א פלייש? למשל א ניק "בהמה פלייש" וואלט נישט געווען שלעכט
איך וואלט געבייט צו "פעסימיסט". בלתי שום ספק.
איך וואלט ווען געטוישט צו מער א "פעסטע" "אויפגעקלערטע" ניק אבער די עיקר וואלט איך געוואלט טוישן אויף יודיש צו זאריך אדער זרך ווייל אפאר חברה מאכן מיר צופיל משוגא וואס טוט זיך אין שווייץ!! בעת מיין פיס האבן קיימאל נישט באטראטן די שווייצער באדן!
איינער האט מיר אפילו אמאל געפרעיגט וואס טוט זיך אין די לוצערנ'ע ישיבה?.
איש עבריאגב ס'איז דא א איבערפלוס פון פיש [געפילטע, סושי, הערינג] דא אין שטיבל [קאווע מיט פיש פוייי]
זאג נאר, פיש עברי, און וואס איז מיט דיך?...
און דא איז די פלאץ צו באגריסן חברינו היקר
@מאטי זיבענבערג וואס האט נאך הפצרות מצדי זיך פאראידישט זיין נאמען, איך האב קודם מורא געהאט אז ער וועט פשוט טוישן פון moti107 צו moti108 אבער ברוך השם ער האט גענומען א לייטישע נאמען לאמיר אים וואונטשען כשם שנכנס לברית כן יכנס לכל מיני מקומות בניקל....
zurichאיך וואלט ווען געטוישט צו מער א "פעסטע" "אויפגעקלערטע" ניק אבער די עיקר וואלט איך געוואלט טוישן אויף יודיש צו זאריך אדער זרך ווייל אפאר חברה מאכן מיר צופיל משוגא וואס טוט זיך אין שווייץ!! בעת מיין פיס האבן קיימאל נישט באטראטן די שווייצער באדן!.
דיין אוועטער גיט אויך די אימפרעשען
וואנס אפאן עי טיים, איז געווען נאך א ניק "ביינער פיש", אבער כאשר בא כן הלך.
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/user/825">memberlist.php?mode=viewprofile&u=825</a><!-- l -->
אוי ציריך איך בין מיך משתתף בצערך. אי"ה פון היינט און ווייטער זאל דיר נאר גוט גיין און קיינער זאל דיר נישט פרעגן אומריכטיגע שאלות.
טאמבל אָווער
מאטי'ס ניק פלעגט מיר מאכן טראכטן פון א לייסענס פלעיט, יעצט מאכט מיר עס טראכטן פון די ר' מאיר בעל הנס גבאי צדקה.
שמעקעדיג
איך בין אויך נישט אנטציקט פון דעם נאמען שמעקעדיג.
איך האב מתחילה נישט גע'חלומ'ט צו פארברענגען דא אסאך, נאר אמאל אמאל אריינווארפן א ווארט-צוויי, נא, והיה ראשיתך מצער ואחריתך וכו', בקטן היכל ובגדול כילה, יעצט האב איך אביסל חרטה אויף דעם נאמען.
קלערסט אז טוישן די נאמען וועט אוועקנעמען די גערוך?
רבותי פעסטען סיט בעלט'ס פליז איך זעה פאהר א פלייץ פון ניק טוישערייען דא, סגייט זיין פאן!
אז מ'דעדט שוין איך וואלט געהאלטן אז מען זאל בכלל נישט קענען מאכן קיין ניק'ס אויף ענגליש, איך ווייס נישט פארוואס אבער ס'גייט מיט עפעס אויף די נערווען די ניקס אויף ענגליש,
ווער ס'איז מסכים זאל געבן א לייק
איש עבריאגב ס'איז דא א איבערפלוס פון פיש [געפילטע, סושי, הערינג] דא אין שטיבל [קאווע מיט פיש פוייי] אפשר טוישט איינע פון די פישן אויף עפעס א פלייש? למשל א ניק "בהמה פלייש" וואלט נישט געווען שלעכט
ארלעדיגט, כ'וועל דיר טוהן א טובה, אויב שמעקעדיג טוישט זיין נאמען וועל איך מיך טוישן צו "שמעקעדיגע פיש".
למשל ווי שיין וואלט געווען ווען
@berlbalaguleh ווערט מגולגל אין דעם געשמאקן בער'לע בעלעגאלע אדער
@outspoken וואלט געהייסען לאמיר זאגן "אויסגעשפראכן" וכדומה.
איך וואלט געטוישט צו "א צווייטן" ווייל "א צווייטן" באקומט 93 לייקס אויף יעדע תגובה כמעט
איש עברישמעקעדיג
איך בין אויך נישט אנטציקט פון דעם נאמען שמעקעדיג.
איך האב מתחילה נישט גע'חלומ'ט צו פארברענגען דא אסאך, נאר אמאל אמאל אריינווארפן א ווארט-צוויי, נא, והיה ראשיתך מצער ואחריתך וכו', בקטן היכל ובגדול כילה, יעצט האב איך אביסל חרטה אויף דעם נאמען.
קלערסט אז טוישן די נאמען וועט אוועקנעמען די גערוך?
די פיינע, באטעמטע, געשמאקע גערוך פון
@שמעקעדיג וועט ארויסשמעקן פון יעדע הודעה זיינע, עס וועט נישט העלפן קיין שום עצה בעולם.
דער (פינטעל) אידאיך וואלט געטוישט צו "א צווייטן" ווייל "א צווייטן" באקומט 93 לייקס אויף יעדע תגובה כמעט
וואס עפעס טראכסטו אזוי?? דו דיסערווסט עפעס נישט קיין לייקס?? 😉
בקיצור רויטע האט געעפענט אן אשכול צו אדרעסירן אן אינטערעסאנטע נושא, וואס פונטקליך האט אינספירירט דער ניק אויסוואל.
אני הקטן בין דא אנגעקומען ערגעץ נאך די וועבערמאן סומאטוכע ווען מ'האט ארעסטירט איינעם מיט'ן נאמען לעמאן זשוס, והנה איך קום אריין אין שטיבל און איך זא והילד איננו, דער בחור זיצט גאר אין שטיבל.
די איידיע האט עפעס געקליקט און זוכנדיג עפעס מער פאראידישט און קריעטיוו האב איך מיך איינגעשריבן אלס מאראנצןזאפט.
עד כאן המעשה
#טענקיופארליסעינינגטשעקסקאנגרעישאןשומרשבתדעראיזאעירעסיעטבוקעיקאמיטיעירבעניריידסטולעיקוואדנאולאגעזש
מאראנצןזאפט
#טענקיופארליסעינינגטשעקסקאנגרעישאןשומרשבתדעראיזאעירעסיעטבוקעיקאמיטיעירבעניריידסטולעיקוואדנאולאגעזש
😂 😂 😂
ווען איך האב באשאפן מיין ק"ש אקאנטע, האב איך בכלל נישט געקלערט פון שרייבן. מילא האב איך קיין גרויסע דגוש נישט געלייגט דערויף.
כ'האב אבער יא געוואלט האבן א קליינעם ניק, איין נאמען, און א געהעריגע (?) נאמען. נישט רויטע וואנצעס, געפילטע פיש, זאלץ וואסער אדער מאראנצןזאפט וכדו'.
כ'האב געפריווט מאכן צוויי נעמען וועלכע שליסן איין מיין עכטע נאמען, אבער ס'איז צוריקגעוויזן געווארן מיטן טענה ס'ענדלט שוין צו אנדערע ניקס. האב איך שנעל געטראכט עפעס א קליינע פון נ"ך, און באלד איז ארויפגעשווימען "יואב", וכך הווה. כהיום וואלט איך גאנץ מעגליך געוועלט אן אנדערן ניק.
נב. די יעצטיגע שורות איז געשריבן געווארן דורכן יואב ניק.
איך האב שוין געשריבן פשט
במקום אחר.
סארי, די בעסט ריזען איי קען טינק אף.
איך האב געטראכט און געטראכט וועלכע ניק צו נעמען, איך האב געוואלט א ניק וואס מען זאל געדענקען נישט קיין שבעה כוכבי לכת וכו׳ , האב איך געטראכט פון סאשי פיש וואס איז אויך אביסעל מאדנע אז מען זאל עס קענען געדענקען,
נאכדעם האב איך נאך געטראפען אזא אוועטאר וואס איך האלט איז פון די בעסטע אוועטארס דא אין שטיבעל!
ווי
@זר זהב האט שוין געשריבען
זר זהב@סאשי פיש דיין אוועטער איז פוליצער מאטריאל
צום שלוס איך האב זייער ליב מיין ניק און מיט דעם בלייב איך אי״ה.
איך האב זייער נישט ליעב מיין ניק נאמען און סאו די גאנצע עולם דא, ס'האט נישט קיין שום משמעות, נאר בשעת'ן עפענען האב איך מיך געגעבען א קוקו ארום און דערעזעהן דעם טעפל גרייט פאר נטילת ידים, האב איך אריינגעהאקט דאס, יעצט טראכט איך אז נטילת ידים איז שוין בעסער..
שעפעלע ,פאר נטילת ידים זיצט מען. דער עולם האט דיך זייער ליב און עס אפילו דא אשכול מיוחד פאר די קענדיס וואס דו טיילסט.
איך אויךשעפעלע ,פאר נטילת ידים זיצט מען. דער עולם האט דיך זייער ליב און עס אפילו דא אשכול מיוחד פאר די קענדיס וואס דו טיילסט.
נאדיר האב איך דיר געגעבען איינס..
אפשר דארף איך גאר הייסען "קענדי טיילער"?!
אויב נחום לאזט... איז דאס טאקע די סיבה פארוואס די באליבטע קענדי טיילער איז אזוי שטילערהייט נעלם געווארן פון די בתי מדרשים? ווייל למשל טאביק טיילער זענען נאך יא בנמצא ביים יונגן דור.
@בנימין נתניהוקענסט אפשר מסביר זיין פשט אין דיין מאדנע ניק?
כי כך קרא לי אבא, בנציון ז"ל, כשנולדתי.
הוא מותיב לה והוא מפרק לה
קינד אן קייט, עפעס טיף ליגט דא באגראבן. הסבר?
רויטע וואנצעסקינד אן קייט, עפעס טיף ליגט דא באגראבן. הסבר?
ס׳פארהאן אן אומזעהבארער חבל, א קייט, וואס פארבינדט דעם מענטש צו א מקור, אדער א מטרה.
למשל:
א נשמה - צום גוף
א קינד - צו די עלטערן
א איד - לאביו שבשמים
א גוי - לעלמא הדין
א חסיד - צום רבי׳ן
א ליטוואק - צום ראש הישיבה
א תלמיד חכם - צום גמרא
א סוחר - צו מסחר
א יגיע כפים - צו די ארבעט
א מאן - צום ווייב
א הונט - צום בעל הבית
וכו׳ וכו׳,
ואני, אנה אני בא?
כ׳בין א א וואנדערער - אן א שטעקן
דא אויפ׳ן ערד - אבער שוועב אין די לופטן
א רעדנער - אן קיין קול
א פריי פויגל - געבינדן אין קייטן
א שכל הישר - אין א קרומע קאפ…
קינד און קייט לאכט - און איך וויין...
קינד און קייט וויינט - און איך לאך…
קינד און קייט שרייט - און איך בין רואיג…
קינד און קייט איז גלייכגילטיג - און איך שריי…
דהיינו:
קינד אן קייט.דזשאסט צו זאגן העלא פאר יעדעם
כ'וויל דיר צוריק זאגן העלא, אבער איינער האט שוין פארכאפט די ניק נאמען..
עס איז א נאמען וואס איז געטראגן געווארן דורך פארשידענע גוטע אידן, מן הסתם מיינט ער יוסיפין.
פלאוויוס איז געווען דער נאמען פון דער צווייטער דינאסטיע פון רוימישע קייזערן. אספסינוס און טיטוס האבן געהערט צו דער דינאסטיע, און יאסעפוס (אדער יוסיפון) האט באקומען דעם נאמען נאכדעם וואס ער האט נושא חן געווען אין די אויגן פונעם קייזער אספסינוס, וועלכער האט אים געגעבן גלייכע רעכטן מיט אלע רוימער. ביים אויסקלויבן דעם ניק האב איך פארשטייט זיך אינזין געהאט יוסיפון, ווי ונבנתה העיר האט געזאגט.
איש עבריאז מ'דעדט שוין איך וואלט געהאלטן אז מען זאל בכלל נישט קענען מאכן קיין ניק'ס אויף ענגליש, איך ווייס נישט פארוואס אבער ס'גייט מיט עפעס אויף די נערווען די ניקס אויף ענגליש,
ווער ס'איז מסכים זאל געבן א לייק
איש עברי. נו, וואו איז דער דזשאוק?!... 😕 😎 😂 🙄 😂 🙄 😂 🙄 😠 😛 😳 😉 😮
שטערט מיר אביסל אז אנאנים האט אזוי שיין באשריבען און משבח געווען אונזער שטיבל, און מ'האט אים שוואך געלייקט. ודי בזה.
ווי אזוי האט דער ר׳ משה לייב סאסובער געזאגט, אז די יו״ט פסח איז געווען ווייל דער אייבערשטער האט געטאנצן אויף די אידישע הייזער, דא וואוינט א איד, דא וואוינט א איד.
דאס קען זיין פשט בדרך אפשר אין מיין ניק.
און איך בין שטאלץ דערמיט.
ויה״ר אז אונז זאלן זוכה זיין לביאת משיח צדקינו בב״א.
א אידאון איך בין שטאלץ דערמיט.
נישט געוויסט ביסט א באבוב'ע
קאפקע שלינג איך גראדע יא, אבער "ישראל" (אינעם מאדערן זין פון ווארט) פארשטיי איך נישט.
מאטיקאפקע שלינג איך גראדע יא, אבער "ישראל" (אינעם מאדערן זין פון ווארט) פארשטיי איך נישט.
מאדערנעם זין?
עס האלט שוין אזוי ווייט אז איך דארף פארענטפערן מיין נאמען "ישראל"?
זיכער. דו וואלסט געדארפט רופן "ארץ ישראל".. 😛
מן הסתם האסטו געכאפט, אבער צוליב והייתם נקיים, ס'איז געווען א וויץ.
שמעקעדיגא אידאון איך בין שטאלץ דערמיט.
נישט געוויסט ביסט א באבוב'ע
און יעצט אז דו ווייסט? מאכט דיר עס שטאלצער?
מיין טאטע האט אריינגעלייגט אין אונז דאס אידישקייט, מיט א געוואלדיגע חביבות, אזוי ווי איך האב שוין כמה פעמים געברענגט.
[ציטאט אראפגענומען]
@אנאנים
דא