☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » מיין בליק אויף די ניקס

מיין בליק אויף די ניקס

74 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5677
בלאט: 1 2

איש עברי » מיטוואך יאנואר 15, 2014 3:24 pm

· #176639
@פישל'ע העררינג וואוינט אין מאנסי, ארבעט אין א אפיס פון א מוסד [איך זאג נישט וואו מחשש גילוי] ער איז אין די אנהייב צוואנציגער יאהרן, א הויכע דארער מיט א כמעשה'דיגע בערדל, ער זעהט אויס א שעמעוודיגער אויף די ערשטע בליק אבער ער איז גאנץ סאשעל און לעבעדיג,

אבער איך וויל פארציילן זיין ביאגראפיע פון אנהייב למען יעמדו ימים רבים

געווען אמאל א יונגל וואס האט געהייסן פישל, אין חדר האט אים יעדער געקענט פאר א שעמעוודיגע יונגל אבער גלייצייטיג אביסל ווילד, און אויך א גוט הארץ מען האט אים פיין אויסגענוצט וויפיל סאיז געגאנגען, פישעלע האט די הויכע גראבע בערי געזאגט גיי אין טוילעט מיך ברענגען טישוס. און צו איר גלייבט מיר יא צו נישט פישעלע איז געלאפען אויף אלע פיר.
מיט די יאהרן אין ישיבה האט זיך פישעלע אביסל אויסגעריבן און האט געפאסט א החלטה, געענדיגט מיט די אלטע פישעלע! ער האט זיך אויסגעגראד די פלייצע אין זיך דערקלערט פישל, נישטא מער די גוטיטשקע פישעלע וואס מען קען רייטן אויף אים! פון היינט און ווייטער בין איך איש בין אנשים, ער האט גראדע נישט צופיל געטויגט צום לערנען אבער האט זיך אביסל געבויט א אימעדש פון א געסעטלטע מענטש מיט א חוט שדרה וואס מקען אים נישט שפייען אין די קאשע.
פישל איז געווארן אביסל א עלטערע בחור, האט געטוהן גאנץ א גוטע שידוך מיט א מיידל פון מאנסי,
ביי א געוויסע פוינט, ס'איז נישט קלאהר ווען פונקטליך אבער ערגעץ ווי אלץ עלטערע בחור אדער אלץ פרישע אינגערמאן האט עפעס א אינערליכע בענקשאפט זיך ערוועקט ביי אונזער פישל צו די אלטע פישעלע די נאיווע אינגל בחור'ל וואס לויפט אייביג טוהן א טובה פאר א צווייטן, און ער האט זיך טאקע אביסל צוריקגעכאפט און האט ליב צו טוהן א טובה, אבער איז נאך געבליבן אביסל ציניש צו אנדערע מענטשן.
נאך היינט ווען א משולח קומט אריין צו א מנין וועט ער ווי א מאגנעט גלייך צוגיין צו פישעלע דינן און בעטן ער זאל ארומגיין מיט אים און פישעלע קען זיך עפעס נישט ארויסדרייען. אמת פישעלע?

נאך א וויכטיגע נקודה פישעלע האט בכלל נישט ליב קיין הערינג, ער גלייכט זיסווארג, סאוער סטיק'ס דשעליס וכדומה

טעפל » מיטוואך יאנואר 15, 2014 3:47 pm

· #176651
ס'איז שיין צו זעהן וואסערע געוואלדיגע טאלאנטען אזא פשוטע אשכול ברענגט ארויס, מעל כולם דער אפטעמיסטישער איד..

מנשה לוסטיג » מיטוואך יאנואר 15, 2014 4:20 pm

· #176659
קודם האט מען נישט די ברירה פאנטאזירן אויף מיר עפעס נישט רעאליסטיש..
אי משום קנאה, זע איך אויך נישט קנאה מחמת שנאה אדער קנאת סופרים..

פיטומי מילי » מיטוואך יאנואר 15, 2014 4:33 pm

· #176666
איש עברי
@פישל'ע העררינג וואוינט אין מאנסי, ארבעט אין א אפיס פון א מוסד [איך זאג נישט וואו מחשש גילוי] ער איז אין די אנהייב צוואנציגער יאהרן, א הויכע דארער מיט א כמעשה'דיגע בערדל, ער זעהט אויס א שעמעוודיגער אויף די ערשטע בליק אבער ער איז גאנץ סאשעל און לעבעדיג,

אבער איך וויל פארציילן זיין ביאגראפיע פון אנהייב למען יעמדו ימים רבים

געווען אמאל א יונגל וואס האט געהייסן פישל, אין חדר האט אים יעדער געקענט פאר א שעמעוודיגע יונגל אבער גלייצייטיג אביסל ווילד, און אויך א גוט הארץ מען האט אים פיין אויסגענוצט וויפיל סאיז געגאנגען, פישעלע האט די הויכע גראבע בערי געזאגט גיי אין טוילעט מיך ברענגען טישוס. און צו איר גלייבט מיר יא צו נישט פישעלע איז געלאפען אויף אלע פיר.
מיט די יאהרן אין ישיבה האט זיך פישעלע אביסל אויסגעריבן און האט געפאסט א החלטה, געענדיגט מיט די אלטע פישעלע! ער האט זיך אויסגעגראד די פלייצע אין זיך דערקלערט פישל, נישטא מער די גוטיטשקע פישעלע וואס מען קען רייטן אויף אים! פון היינט און ווייטער בין איך איש בין אנשים, ער האט גראדע נישט צופיל געטויגט צום לערנען אבער האט זיך אביסל געבויט א אימעדש פון א געסעטלטע מענטש מיט א חוט שדרה וואס מקען אים נישט שפייען אין די קאשע.
פישל איז געווארן אביסל א עלטערע בחור, האט געטוהן גאנץ א גוטע שידוך מיט א מיידל פון מאנסי,
ביי א געוויסע פוינט, ס'איז נישט קלאהר ווען פונקטליך אבער ערגעץ ווי אלץ עלטערע בחור אדער אלץ פרישע אינגערמאן האט עפעס א אינערליכע בענקשאפט זיך ערוועקט ביי אונזער פישל צו די אלטע פישעלע די נאיווע אינגל בחור'ל וואס לויפט אייביג טוהן א טובה פאר א צווייטן, און ער האט זיך טאקע אביסל צוריקגעכאפט און האט ליב צו טוהן א טובה, אבער איז נאך געבליבן אביסל ציניש צו אנדערע מענטשן.
נאך היינט ווען א משולח קומט אריין צו א מנין וועט ער ווי א מאגנעט גלייך צוגיין צו פישעלע דינן און בעטן ער זאל ארומגיין מיט אים און פישעלע קען זיך עפעס נישט ארויסדרייען. אמת פישעלע?

נאך א וויכטיגע נקודה פישעלע האט בכלל נישט ליב קיין הערינג, ער גלייכט זיסווארג, סאוער סטיק'ס דשעליס וכדומה

שוין צי סאך גערעדט איך ווייס שוין ווער דאס איז זיין נאמען הייבט זיך אן מיט א ח

פיטומי מילי » מיטוואך יאנואר 15, 2014 4:34 pm

· #176668
מנשה לוסטיג
קודם האט מען נישט די ברירה פאנטאזירן אויף מיר עפעס נישט רעאליסטיש..
אי משום קנאה, זע איך אויך נישט קנאה מחמת שנאה אדער קנאת סופרים..

מנשה,
פליז רעד ווייניג ווייל סיוועט קומען לידי גילוי

פישלע העררינג » מיטוואך יאנואר 15, 2014 5:32 pm

· #176697
איש עברי
אמת פישעלע?

ותחסרהו מעט מאלקים...

סאו וואט » מיטוואך יאנואר 15, 2014 7:46 pm

· #176728
סאו וואט?

היימישער ליטוואק » דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 4:36 pm

· #176937
6 בין איך נישט.
(און, אויב איך בלייב אין שטיבל, איז דאס אפטעמיסט'ס קרעדיט/שולד. דער איינציגסטער וואס איז מיר מקרב דא)

שמעקעדיג » דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 6:14 pm

· #176959
@הוגה שיינט מיר ווי א בעסערער מענטש, אביסל צוגעפוצט, א הויכער געשטעל, דרייווט נישט ממש א יוקאן אבער נישט קיין ביליגע סיענע. אפשר א טאפ-מאדעל האנדא עקארד אדער א וואלקסוואגאן, מיט שווארצע לעדערנע זיצן, מיט אזא דרייעדיגע דאגי/פאפי אויפן דעשבאורד/ווינדשיעלד (כזה).

📎 DD.jpg

ער גייט א שטאפענעם הוט, (אדער א קראך/בענד-דאון היטל), א קורצע רעקל מיט פיצי פיאות אונטער די אויער, א קליין בערדעלע פון וועלכע מען שלעפט כסדר ארויס האר, מיט גראבע שווארצע הענטלעך אויף די ברילן, א שיינע גרויסע גאלדענע האנט זייגער, באקל שיך מיט א גאלדענע קנעפל דערויף. שבת האט ער גאר א הויכן שטריימל וואס גלאנצט אוועק מיט מעכטיגע שפיצן. ער גייט אלע תפלות א טיש-בעקישע, די מאשני/BOW איז קיינמאל נישט פונקטליך, אלץ איז די רעכטע זייט לענגער ווי די לינקע.

ער גלייכט צו דאווענען אין א קליינע ביהמ"ד, מיט ווינציגער ווי 4 מנינים אידן. אין ביהמ"ד זעצט ער זיך מער צו צפון-מערב זייט, צווישן זיינע פרענדס, מיט וועמען ער געפינט זיך זייער גוט. ער דאווענט די תפלות קורץ און שארף, נישט קיין לאנגע שמו"ע, און ב"ה וב"ש/אמן קען מען נאר הערן פון אים אויב שטייסטו אין זיינע ד' אמות. שבת ביי לכה דודי דרימעלט ער, און ער איז גאנץ א גוטער בעל תפלה, און לאזט זיך נישט לאנג בעטן צוצוגיין צום עמוד. אויב באקומט ער אן עליה, שנדר'ט ער לכה"פ 72 דאלער כמנין ע"ב, כמנהג הנגידים. קמחא דפסחא גיט ער אויכעט צושטייער אפאר מאות.

ער שטייט א חלק טאג אין א געשעפט און די איבריגע חלק טאג דעליווערט ער די פראדוקטן צו קאסטומערס, און אויפן וועג דרייווענדיג הערט ער טעיפס פון הרב פינקוס זצ"ל. ער פייפט אן אויפהער אויף אנדערע קארס אויב מען שטייט אים אין וועג.

איך האב נאך פרטים אין פאנטאזיע, אבער צוליב גילוי ווען איך זיך דא אפשטעלן.

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 6:53 pm

· #176971
😂

פיטומי מילי » זונטאג יאנואר 19, 2014 4:36 pm

· #177398
אפטימיסט,

מיר אלע ווארטן פארן המשך

טעפל » מאנטאג יאנואר 20, 2014 11:48 am

· #177662
שמעקעדיג ווען דו ווילסט קאנסטו!! (אזוי פלעגט דיין רבי שרייען?)

יואב » מיטוואך פעברואר 12, 2014 7:41 pm

· #183358
מאטי איז א מיטלמעסיג-הויכער אינגערמאן, קרוב צו דרייסיג. טראק דרייווער בויך, ווייט ענד ווייט העמעד, גראדע שווארצע פיאות, פלאכע הוט, גרויע הויזן, דריי א פערטל רעקל, און א קליין בערדל וואס האלט זיך -- ממש בדרך נס -- ערנסט אין די ראמען.

מאטי דאווענט געווענטליך מיטן אכט-א-זייגער מנין, און טראגט זיך נישט ארום מיט א באזונדערער שנאה צום ברעטל. אז ער זאל דאווענען פארן עמוד איז העכסט נארמאל; הגם קיינמאל דאס גאנצע. אדער ביז, אדער פון הויכער שמונה עשרה. א מכה בעברתו איז ער לחלוטין נישט, און מיט זיין חיתוך הדיבור טראגט ער דעם מנין אויף א שנעלן רייד.

ערב שבת גייט מאטי אין מקווה ביים זמן, און זיך צו זייפן א מינוט צוויי אריין צו דער שקיעה איז שוין ביי עמען כמעט רוטין. אזוי, אז יעדע וואך שפילט זיך נאכאמאל איבער דער זעלבער מעשה. די כאפטע גאט'ס פאליציאנטן -- פון די מאכטפולע "גוערין דעוויזיע" וועלכע קומען כאפן א טבילה אויך בערך די זעלבע צייט, כדי די פיאות זאלן נאך טראפן ביי שיר השירים כשיעור טפח להטפיח -- ברעכן אויס ווי אין א כאאר: "שקיעה, שקיעה, נאאאאא! דו דארט? הער אויף, ס'שבת. נאאא! האלא!!! שקיעה, נוווווו? שגץ איינער! נאאאה!" אבער מאטי, אן אראפגענאגלטער אונטערן קראן, איז ווי צוגעקלעבט מיט אהבה צום זייפל, און לאזט רינען דאס הייס וואסער אויף זיין אנטבלויזן לייב, מיט א זעלטנעם פארגעניגן. איבריג צו זאגן אז מיט די חברה טענה'ט ער זיך שוין (כהיום) נישט. (לשיטתם זעקס מינוט אריין צו דער שקיעה, ווארום זיי דערקלערן שוין "שקיעה" פינף מינוט בעפאר.)

מאטי איז איבערצייגט -- אדער וויל הפנים איבערצייגן אנדערע -- אז זיין אינגל קען שיין זינגן. דעריבער שטעלט ער דאס קינד ביים מייק ביי אלע חתונות אין דער משפחה. אן אריינגיין אין דעטאלן איבער וויאזוי דאס קינד זינגט, איז זיכער אז ווען איך בין דארט גיב איך אויך דערנאך א קאמפלימענט פאר ביידן; פאר דעם טאטן, און פאר דעם קינד.

מאטי וויל בכלל נישט זיין א מיליאנער -- הפנים דאס איז וואס ער פראפאגאנטירט -- אבער שטרעבט צו זיין פארהעלטנמעסיג באלבאטיש. "מ'ברויך דאך צאלן די ביללס" אייסערט ער זיך כסדר, קלאפענדיג איין האנט אויף דער אנדערער האנט פלאך. אנגעהויבן האט ער אלס סקול באס דרייווער, דערנאך האט ער אנגעהויבן ערשיינען צו קורסן איבער אקאונטינג. למעשה אבער, האט ער זיך אריינגעלאזט אין די סעילסן אינדוסטריע, און אין צוגאב צו זיין נייעם אמאזאן ביזנעס, איז ער שיין מצליח ב"ה.

א באזונדערע מסכת איז די מעסעדש גריטינג אויף זיין סעלפאון. ממש צו דעם איינעם אספעקט האט ער א שטיקל שוואכקייט. מאטי פלעגט טוישן זיינע רעקארדירונג ווי אונטערוועש, און שטענדיג זיך ארומגעטראגן מיט א קאמפלעקס אז עפעס טויג נישט. אמת געזאגט, ס'איז בכלל נישט שלעכט געווען. נאר וואס דען? די עקספעקטעישענס זענען פשוט געוועזן זייער הויעך. געמיינט האט ער ס'מוז זיין אזאנס פראפעסינאל, אזש ס'זאל זיך דאכטן ער איז דער יעניגער, וועלכער איבערצייגט ראדיא צוהערער אריבערצוגיין צו גייקאו. אז די אקצענט איז געלונגן, האט מען געהערט אינמיטן ווי ער אטעמט אריין, און אז ביידע זענען שוין גוט געוועזן האט ער זיך געטראפן שטאלפערן ביי די ווערטער: "עס סאאן עס פאסעבעל". ווערטער וואס סתם אזוי וואלט דאס מויל זיי ארויסגעלאזט זאגאר גרינגער ווי אן אשרי-אן-ווילס, שפירן זיך דאן ווי א כלל-ופרט-וכלל אין סידור פון יענעם עם הארץ. ס'איז נישט אז ער גיבט א פליענדע שם של ארבע, וויאזוי די רעקארדירונג געלונגט. פשוט וויבאלד ער איז אין ביזנעס האט ער גרויסע קאמפאניס וואס רופן שטענדיג צו אים, און ממילא... שוין! אז דו פארשטייסט נישט אליינס, בעט דיין באבע זאל דיך מסביר'ן.

דער גרעסטער ווייטאג איז געוועזן ווען ער האט שוין פיינעלי געספאטטעד א גוטן רעקארדירונג, און אפילו באקומען קאמפלימענטן דערויף. ס'האט זיך געקענט דאכטן מאטי איז א נאטיווער ענגליש רעדנדער, וואס זיצט ביים סטודיאו מיט א דיקן קול, און שטארקן בעיס. פונקט א וואך דערויף, איז געקומען א שליח אין שטאט מבשר זיין די בשורה אז: "לא מאטי-וואן-אוי-סעווען יאמר עוד שמך, כי אם "מאטי זיבענבערג". פארשטייט זיך אז קיין צוויי ברירות האט ער נישט געהאט, נאר אראפגענדירעט במצולות הסעטינגס (אך! דערמאן נישט די פארגעסנדע פעסווארט) און געטוישט די רעקארדירונג. שטייצעך דער שטן שלאפט נישט, און ווי אויף צו להכעיס איז דאס נישט געלונגען. ער האט געהאלטן זיין נאז הערט זיך אביסל פארשטאפט, און בקיצור, ס'סאקט אריין/אוועק. זיינע חברים האבן געזאגט ער דמיון'ט, און: "מאטי יו ראק, טהאמבס אפ"! אבער ער האט זיך געהאלטן ביי זיינס, און זיך געדרייט בחפוי ראש. מה עשה הקב"ה, עטליכע שעה דערויף איז זיין נאמען פריש אריבער א ניתוח קשה, און דאסמאל פערמאנאנט געטוישט געווארן צו "מאטי סתם". אזוי האט ער נאכאמאל געמוזט טוישן, (געמוזט? געוואלט! ווען ער וואלט דיך געהייסן אראפטאנצן פונעם דאך וואלסטו אויך?) און ס'איז געלונגען זאגאר בעסער ווי אלע גריטינגס פון בעפאר.

מאטי איז א שיינער תלמיד חכם אויך, מייסטנס צוליב גירסא דינקותא. (כמרגלא בפומיה דמאטי: "קוקסט מיך יעצט אן אזוי ווי איך בין, מיינסט איך פלעג נישט לערנען? אוי האב איך געהאט שטיקער אלץ בחור".) שבת ביים קידוש, בשעת ס'אייער קיכל כאפט א טבילה אינעם מאטיאש, און ס'טלית גליטש זיך אראפ פונעם אקסל, אריין אינעם שאטן פונעם דריי א פערטל ליידיגן ברוינפן גלעזל, קען ער ווארפן אזאנע שגור בפיו'דיגע פראזן ווי: "פסיק רישיה דלא ניחא ליה, יד סולדת, בסיס לאיסור ולהיתר, מלאכה שאינה צריכה לגופה, אא"וו". אזוי, אז צווישן די חברים זיינע -- וועלכע זענען מער ווייניגער אויסקוועטשן די הימלן-אמעראציש געשטימט -- איז ער סיי דער פארגאבטער תלמיד חכם, וועלכער איז באהאוונט איבער ווער ס'איז מתיר און וויאזוי; און אויך דער עקספערט איבערן סטאק מארקעט, האויזינג קרייסעס, און איבער טשיינעס אויסברייטערונג אין קויפן אמעריקאנער באנדס.

געוויסע אין סמעדריש האלטן אים פאר א שטיקל משכיל, הפנים לכו"ע איז ער "אן אויפגעקלערטער". און דאס איז דאך פשוט. איינס ווייל ער זייפט זיך אריין אין דער שקיעה, צווייטנס ווייל ער קען רעאגירן צומאל מיט ביטול איבער געוויסע מעשיות, און דריטנס ווייל: "ווייסט וואספארא חשובער איד דער פאטער זיינער איז"?
און טאקע דערפאר -- צוליב דער סטיגמע הנ"ל ער טראגט -- איז א פלא, און אפשר גאר א מיסטעריע, פארוואס דוקא מאטי איז דער, וואס שפירט א דראנג צו שטיין על המשמר, דאס אז די ווייסע פלאסטישע טישטוכער זאלן זיך חלילה א הייב טאן א משהו פון איבער די טישן.

קיין קארגער איז ער נישט, און צו זיין גוט מיט אים קען זיך לוינען. איבערהויפט ווען ס'כאפט אים א ליל ששי גוסטע, (מאאדי אויף מאטי איז אן ארים ווארט אויסצודריקן זיינע עקסטרעמע גוסטע סווינגערייען) און ערלויבט פאר מערערע חברה זיך מיטצוכאפן מיטן קרעדיט קארטל, וועלכן סווייפט זיך מיט סבלנות ביי די רעסטאראנטן, אויף גרעסערע סכומים.

מאטי טרייבט אן עס יו ווי; גענוי וועלכע ווייסט ער אויך נישט. מתחילה האט ער ארויסגענומען א ליעס אויף א בעיואיק אינקלעיוו, נאר א חבר האט אים געמיטשעט ער וויל דאס איבערנעמען, און מאטי אליינס האט אויך געקענט באשטיין פטור צו ווערן דערפון.
יעצט דרייווט ער אן אינפינעטי קיו עקס זיקסטי, און הגם ער גלייכט דאס פיקאפ, איז ער נישט צופרידן פונעם הארטן דרייוו. בקיצור. ער זיכט ווער ס'וויל איבערנעמען דעם ליעס, אבער ער וואלט נישט געמיינד צו האבן די קאר פאר נאך א יאר צוויי.

מאטי ווייסט אליינס נישט צו ער איז א טשילער, א קעירלעס אינטלעקטואלער מענטש, א באלבאטישער צו א לערנער. "ער איז אלעס און גארנישט".

האויעווער, בעפאר מאטי טוהט זיך אויס זיין פאסיק צו יואב'ן, לאמיר שרייבן עפעס וואס ער האט ליב. חתונה געהאט האט ער אויסנאם גוט, און זיינע קינדער זענען "סאו קיוט". (ווי געשמועסט קען איינער אפילו זינגן). מאטי איז שטארק כאריזמאטיש, א געשליפען צינגל געווייקט אין שמאלציגע הומאר, און נעמט גוט אויס צווישן חברים; איז אלץ גרייט א טובה צו טון א צווייטן, טיילט שיין צדקה, און האט א ווארימען גאלדנעם הארץ. שבת האט ער אסאך געסט, ספעציעל עלטערע בחורים און גרושים וועלכע קומען זיך זעטיגן ביי זיין ברבורים, שליו ודגים געדעקטן טיש -- און דאס איז נאר מקצת שבחו, קצת בפניו.

נב. מאטי, נקמה איז א נעוויירע!

berlbalaguleh » מיטוואך פעברואר 12, 2014 7:57 pm

· #183362
יואב: דו ביסט מורא'דיג. האלב פון די צייט האביך געמיינט אז דו רעדסט צו מיר/פון מיר. 👍 😎 😕 😂 😃 😉 😠 😛 😳 😮

מאטי » מיטוואך פעברואר 12, 2014 10:24 pm

· #183403
איך שפיר ווי איך ליג אין מיין קאסטן, ס'קומט נאך א רעדנער? נע איך הער מ'שרייט "קינדער באגלייטן נישט ! כ'האב צום סוף רינאאד מיין לייף אינשורענס? כ'געדענק שוין נישט .. אוטש! ! דאבשענע רב! קערפול כ'האב א שווערן רוקן. ווי אזוי הייס איך נאר?? לאמיר איבער'חזר'ן.
קידדינגס עסייד........ יואב דו פארפעלסט נישט קיין טשאנס דיך צו באוואונדערן. דיין פעדער,פאנטאזיע,הומאר, קריעטיוויטי צוזאמגעפלאכטן. און א גרויסן יישר כח פארן מיר מאכן שפירן ווי איך בין אויך פין די פעימעס ניקס וואס מ'באשרייבט דא .....

טעפל » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 9:32 am

· #183453
יואב א מייסטער ווערק, באשרייב נאך אפאר חברה, ס'איז א נחת צו ליינען.. (איך לאז אפילו זאלסט מיר באשרייבען אויב דו האסט נישט וועמען).

איך אויך » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 11:13 am

· #183488
איך לאז אויך.

דער (פינטעל) איד » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 11:22 am

· #183491
איך וואלט אויך געלאזט אבער איך פלאץ נאכדעם אוועק צו זען ווי סאך לייקס באקומסט פאר אזא באשרייבונג איך האב פשוט נישט געקענט איינשלאפן
נעכטן נאכט, איז בעסער אז דו באשרייבסט מיר נישט
גראדע נאכטן האב איך קאלעקטעט איבער 20 לייקס אלעס צוזאמען אבער דאך מיין תאווה איז בעיקר צו האבן אלע לייקס אויף איין תגובה.
אוי מתי אעשה גם אנוכי לביתי?



.

איך אויך » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 5:00 pm

· #183656
הער אויף צו פוטצען דיין נאז וועסטו אפשר באקומען מער לייקס. פעך.

דער (פינטעל) איד » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 6:14 pm

· #183680
אדר מעג מען אביסל פוצן ס'דאך ונהפוך היא

מאטי » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 9:14 pm

· #183737
דער (פינטעל) איד
איך וואלט אויך געלאזט אבער איך פלאץ נאכדעם אוועק צו זען ווי סאך לייקס באקומסט פאר אזא באשרייבונג איך האב פשוט נישט געקענט איינשלאפן
נעכטן נאכט, איז בעסער אז דו באשרייבסט מיר נישט
גראדע נאכטן האב איך קאלעקטעט איבער 20 לייקס אלעס צוזאמען אבער דאך מיין תאווה איז בעיקר צו האבן אלע לייקס אויף איין תגובה.
אוי מתי אעשה גם אנוכי לביתי?



.

באשרייב דיך אליינס מיט אן אנדערן ניק

דער (פינטעל) איד » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 9:33 pm

· #183741
אה הייסט דו ביזט יואב? גארנישט בייגעפאלן!


.

יואב » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 9:36 pm

· #183742
דער (פינטעל) איד
אה הייסט דו ביזט יואב? גארנישט בייגעפאלן!


.

צעביסלעך זע איך ווערסטו געוואר זאכן. ב"ה

יואב » פרייטאג פעברואר 20, 2015 2:03 pm

· #254955
[ציטאט אראפגענומען]

דא איז נאך אן אשכול איבער דעם.
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/3141">viewtopic.php?f=4&t=3141</a><!-- l -->
בלאט: 1 2