☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » סאטמארער קעמפס

סאטמארער קעמפס

237 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #565
בלאט: 1 2 3 4 5

רק בשמחה » זונטאג מאי 6, 2012 9:42 pm

· #10264
סאטמארער קעמפס
וועט עס געלונגען פאר מוסדות מהריי צובאקומען די קעמפס?
אויב נישט וואס איז דער פלאן?
וועט עס אפעקטירן אנדערע?

ביטע האלטן ריין פון פאליטיק אין לשה "ר שרייבט נאר אייערע מיינונגען.

זר זהב » זונטאג מאי 6, 2012 9:46 pm

· #10265
אני שמעתי, אז ס'גאנץ מעגליך אז די קעמפס וועלן בלייבן פארמאכט. ווער ס'עט שאדן האבן ? ברוחניות אדער בגשמיות ? אלסטער קאונטי וועט זיכער פארלירן עקאנאמיקעל ווייז. - מן הסתם וועלן צוליב דעם בלייבן אין שטאט 100'טער אנדערע משפחות וואס פארן ארויס יעדן זומער צו זיין נאנט צו די קינדער.

רק בשמחה » זונטאג מאי 6, 2012 9:49 pm

· #10266
Satmar war camps - m.NYPOST.com

<a class="postlink" href="http://m.nypost.com/p/news/local/brooklyn/satmar_war_camps_Y9GtxxrpW5Xjw4yqtzP5oL?utm_medium=rss&utm_content=%20%20%20%20%20%20%20%20%20%20Brooklyn">http://m.nypost.com/p/news/local/brookl ... 20Brooklyn</a>

עסן עסט'זיך » זונטאג מאי 6, 2012 10:10 pm

· #10269
ווער האט דען נישט געעהערט דאס וויץ פון אברהם מאיר פויגאל אריינגעגאנגען אין די קעמפ אפיס בעטן איינשרייבן דריי קינדער, פרעגן זיי עם, וואס? די האסטי קינדער? ענטפערט ער: וואס עץ האטס א קעמפ?

זר זהב » זונטאג מאי 6, 2012 11:02 pm

· #10285
רעדסט פון אברהם מאיר פויגל זז"ג דערמאנסטע מער וואס איך האב מיך אפגעבריעט מיט איהם אנפאג די פאליטיק יארן האב איך מיך ארומגע'טענה'ט מיט איהם אין זיין בעקעריי, ס'געווארן אביסעלע היעטעט ווען פלוצלונג -נישט מער נישט ווייניגער- לאנדעט אויף מיין פרצוף א פעטן שטיקל קרעמעש קעיק!!

דעמאלטס האב איך פארשטאנען פשט פון זקנים כל זמן שמזקינים וכול'

לאדיך אפ » מאנטאג מאי 7, 2012 1:07 am

· #10315
איינער זאגט מיר: נעבעך די פאפא'נע, זיי עפענען נישט די קעמפס דעס יאר. פרעג איך אים, פאפא? וואס עפעס פאפא? זאגט ער מיר, ווייל סאטמאר עפנט נישט...

הדד בן בדד » מאנטאג מאי 7, 2012 3:54 am

· #10331
ווי געשריבן אין אן אנדערן אשכול בין איך א שטיקל בטלן און אינגאנצן נישט באהאווענט אין דעם פרשה, אפשר וואלט איינער זיך געיאוועט און מסביר געווען אין קורצע דיבורים איבער וואס דא האנדעלט זיך?

איך פארשטיי פון דעם גערעדעכץ אז פאר עפעס א סיבה זעהט אויס א די זאלונים וועלן נישט קענען עפענען זייערע קעמפס, אפשר קען איינער מסביר זיין פארוואס און איבער וואס איז די רעדע? און ווי שוין דערמאנט, ביטע האלטן ריין פון נארישע פאליטיק, נאר האלטן זיך צו די פאקטן.

און אז מ'רעדט שוין, ווער איז אברהם מאיר פויגל?

און יאנקל, איך בין מסכים מיט דיר אז דאס קעמפ\קאנטרי געגייעכץ איז א משוגעת\עוולה\פערדעריי\געלט פארשווענדעניש. נאר אנשטאט עס זאל זיך אויפהערן, וואלט איך געוואלט זעהן דעם עולם פארקויפן די טייערע פראפערטיס אין שטאט און זיך ארויסציען אין קאנטרי אויף א גאנץ יאר. ס'וואלט געלייזט גאר אסאך פראבלעמען. אבער דאס איז שוין אן אנדער אשכול.

זר זהב » מאנטאג מאי 7, 2012 4:37 am

· #10333
די ארוינייטס האבן פארלאנגט א פערמיט פון די קאונטי אויף צו קענען עפענען די קעמפס. די זאלמונים פירן שוין די קעמפס יארן אבער וויבאלד דער דזשאדזש האט זיי קיינמאל נישט געגעבן פולע בעלות (נאר גע'פסק'ט סטאטוס קווא) קען מען זיי מאכן שטרויכלונגען ווען מ'דארף צוקומען צו די באהערדע אויף צוריק צועפענען. (פארוואס ס'איז אזוי פארשטיי איך נישט, מיינט דאס אז אויב מ'דארף א פערמיט יעדע אנהייב יאר צו קענען דאווענען אין ראדני אז די זאלוינים וואלטן פון ראדני אויך געפלויגן ? איז דאס וואס באראש האט געמיינט ?)

די קאונטי זאגט אז זיי ווילן נישט געבן א פערמיט פאר קיינעם, ער זאגט אז ביידע צדדים זאלן זיך אויסקומען צווישן זיך. (וואס פארשטייט א גוי ? ער וויל אז פייער און וואסער זאלן זיך אויסקומען)

ר' אברהם מאיר פויגל איז אן עלטערע איד פון וויליאמסבורג, ער האט יארן לאנג געפירט זיין בעקעריי אויף ליע עוו. ער איז געווארן זייער אויפגעלעבט זייט די פאליטיק האט זיך אנגעהויבן, ער איז א גרויסער חסיד פון מהר"א. פארוואס ווייסעך נישט.

gehlungen » מאנטאג מאי 7, 2012 8:18 am

· #10335
הדד בן בדד
ווי געשריבן אין אן אנדערן אשכול בין איך א שטיקל בטלן און אינגאנצן נישט באהאווענט אין דעם פרשה, אפשר וואלט איינער זיך געיאוועט און מסביר געווען אין קורצע דיבורים איבער וואס דא האנדעלט זיך?

איך פארשטיי פון דעם גערעדעכץ אז פאר עפעס א סיבה זעהט אויס א די זאלונים וועלן נישט קענען עפענען זייערע קעמפס, אפשר קען איינער מסביר זיין פארוואס און איבער וואס איז די רעדע? און ווי שוין דערמאנט, ביטע האלטן ריין פון נארישע פאליטיק, נאר האלטן זיך צו די פאקטן.

און אז מ'רעדט שוין, ווער איז אברהם מאיר פויגל?

און יאנקל, איך בין מסכים מיט דיר אז דאס קעמפ\קאנטרי געגייעכץ איז א משוגעת\עוולה\פערדעריי\געלט פארשווענדעניש. נאר אנשטאט עס זאל זיך אויפהערן, וואלט איך געוואלט זעהן דעם עולם פארקויפן די טייערע פראפערטיס אין שטאט און זיך ארויסציען אין קאנטרי אויף א גאנץ יאר. ס'וואלט געלייזט גאר אסאך פראבלעמען. אבער דאס איז שוין אן אנדער אשכול.

He had a bakery on broadway (willy) also

אורח » מאנטאג מאי 7, 2012 8:58 am

· #10337
אברהם מאיר פאגעל'ס בעקערי איז געווען אויף לי עוו. דארט ווי עפל באנק איז יעצט קווארטירט, עס איז געווען א חידוש פון א געשעפט האבענדיג אינטער איין דאך א בעקערי א גראסערי אין א פיש סטאק א מעין סופער מארקעט, ווי אויך פלעגט זיך דרייען א קאץ אין די שאוי ווינדאו וואס פלעגט אסאך צוגעבן א היימליכקייט אין די אטמאספער,
איך דערמאן זיך ווען פאר א שטיק צייט האבן די זאלוינעם געפירט א מלחמת חרמה מיט "דער בלאט" אזש ס'איז נישט געווען צובאקומען אין די לאקאלע גראסעריס אין די אומגעגענט דאן האט אברהם מאיר ארויסגעלייגט א גרויסע פלאקאט אין פארענט פון זיין בעקערי מיט די ווערטער "מיר פארקויפען די בלאט, ווי אויך אלע בעקעריי פראדוקטען" אוי האט דער עולם זיך אונטער געהאלטען מיט אים, ער פלעגט מיר אייביג לאזען ליינען דער בלאט ביי אים אין געשעפט ווייל איך האב אים אמאל געזאגט אז מיין טאטע לאזט עס נישט קויפן,
ער איז אייביג געווען היפש א קאנטערווערשעל מענטש זייענדיג אלס אינגערמאן פון די שווארצע, אינדערצייט וואס אסאך אינגעלייט זענען דארט געווען אלץ פרומע איזער דארט געווען פשוט אלץ אויבער חכם

שרייבער » מאנטאג מאי 7, 2012 10:12 am

· #10339
זר זהב
די ארוינייטס האבן פארלאנגט א פערמיט פון די קאונטי אויף צו קענען עפענען די קעמפס. די זאלמונים פירן שוין די קעמפס יארן אבער וויבאלד דער דזשאדזש האט זיי קיינמאל נישט געגעבן פולע בעלות (נאר גע'פסק'ט סטאטוס קווא) קען מען זיי מאכן שטרויכלונגען ווען מ'דארף צוקומען צו די באהערדע אויף צוריק צועפענען. (פארוואס ס'איז אזוי פארשטיי איך נישט, מיינט דאס אז אויב מ'דארף א פערמיט יעדע אנהייב יאר צו קענען דאווענען אין ראדני אז די זאלוינים וואלטן פון ראדני אויך געפלויגן ? איז דאס וואס באראש האט געמיינט ?)



די זאליס האבן זיך דא אליין געגראבן א גרוב, זיי האבן פרובירט איבערצושרייבן די קעמפס, ממילא האבן זיי אויפגעוועקט א שלאפנדן בער, און יעצט טענה'ן די ארונים יקוב הדין את ההר, ווען זיי וועלן פרובירן דאס צו טון מיט ראדני קען דאס זעלבע דארט אויך פאסירן,

רק בשמחה » מאנטאג מאי 7, 2012 10:20 am

· #10340
יעצט קומט פאר א מיטינג ביים אלסטער קאונטי עקזעקיוטיוו מיט ראשי המוסדות פון ביידע
צדדים.
פרטים יבואי 

אורח » מאנטאג מאי 7, 2012 10:56 am

· #10346
שרייבער
זר זהב
די ארוינייטס האבן פארלאנגט א פערמיט פון די קאונטי אויף צו קענען עפענען די קעמפס. די זאלמונים פירן שוין די קעמפס יארן אבער וויבאלד דער דזשאדזש האט זיי קיינמאל נישט געגעבן פולע בעלות (נאר גע'פסק'ט סטאטוס קווא) קען מען זיי מאכן שטרויכלונגען ווען מ'דארף צוקומען צו די באהערדע אויף צוריק צועפענען. (פארוואס ס'איז אזוי פארשטיי איך נישט, מיינט דאס אז אויב מ'דארף א פערמיט יעדע אנהייב יאר צו קענען דאווענען אין ראדני אז די זאלוינים וואלטן פון ראדני אויך געפלויגן ? איז דאס וואס באראש האט געמיינט ?)



די זאליס האבן זיך דא אליין געגראבן א גרוב, זיי האבן פרובירט איבערצושרייבן די קעמפס, ממילא האבן זיי אויפגעוועקט א שלאפנדן בער, און יעצט טענה'ן די ארונים יקוב הדין את ההר, ווען זיי וועלן פרובירן דאס צו טון מיט ראדני קען דאס זעלבע דארט אויך פאסירן,

די פראבלעם מיט די קעמפס איז געווען אז מ'דארף יעדע יאר עקסטער ארויסנעמען א פארמיט והיינו טעמא דביהמ"ד החדש, אין איבער שרייבען די קעמפס איז נאר געווען א מיטל אויסצוקראסען די פראבלעם וואס איז עניוועי געווען

אורח » מאנטאג מאי 7, 2012 11:08 am

· #10347
רק בשמחה
יעצט קומט פאר א מיטינג ביים אלסטער קאונטי עקזעקיוטיוו מיט ראשי המוסדות פון ביידע
צדדים.
פרטים יבואי 

פון די זאלונים זענען דארט ר' דוד ראזענבערג מנהל המחנות, חיים יצחק מאנדעל אדמינסטראטער פון די וויליאמסבורגע מוסדות, אין יוסף מרדכי כהנא אדמינסטראטער פון די ישיבה גדולה
און פון די ארונים זענען דארט יצחק ראזענבערג סגן ראה"ק אהרן וועלץ אדמינסטראטער פון די בארא פארקע מוסדות און נפתלי משה אינדיג

ס'איז לכאורה נישט ערווארטעט קיין שום טשעינדזשעס היינט

אורח » מאנטאג מאי 7, 2012 11:30 am

· #10351
פון ר. צו ל. הערשי ב"ר דוד רז"ב, ר' דוד רז"ב, יוסף מרדכי כהנא, שלום דייטש, חיים יצחק מאנדעל, אין ? ווארשיינדליך א לויער
קעמפ.jpg

שרייבער » מאנטאג מאי 7, 2012 12:10 pm

· #10354
באקומען אויף טעקסט


The executive invited the Local Lubabitcha Ruv to the meeting, now we have a meeting with them, then Zalys will have!

אורח » מאנטאג מאי 7, 2012 12:53 pm

· #10369
דאס האב איך יעצט באקומען איך ווייס נישט ווי קראנט ס'איז
County Executive: camps going to rosenberg unless I got a stop order from court, ahroinim now wait for a judge 2pm for a hold on it

זר זהב » מאנטאג מאי 7, 2012 1:04 pm

· #10372
איז ביז יעצט געווען א דזשאדזש אינוואלווד אין די קעמפס אישו ?

יואליש » מאנטאג מאי 7, 2012 1:08 pm

· #10374
אורח
דאס האב איך יעצט באקומען איך ווייס נישט ווי קראנט ס'איז
County Executive: camps going to rosenberg unless I got a stop order from court, ahroinim now wait for a judge 2pm for a hold on it


לויט וויאזוי איך פארשטיי, קען מען זייער שווער טרעפן א וועג צו פעטיציען א ריכטער אויב א מעשה איז נאכנישט געטוהן געווארן. ראובן קען נישט ריפן שמעון אין געריכט און טענה'ן אז שמעון "וויל" אים בארויבן. ער קען אבער ריפן לאחר המעשה אז שמוען האט אים בא'עוולה'ט. ממילא אויב איין צד וויל גיין אין געריכט וועלן זיי מיזן ווארטן אז א מעשה זאל געטוהן ווערן, דהיינו די קאונטי זאל אישוען א פערמיט. עקימת פיו לא הוי מעשה, און דאס אז די קאונטי "זאגט" אז זי גייט געבן א פערמיט איז לכאורה נאכנישט געניג. נאכדעם וואס א פערמיט איז געאישויט קען די אנדערע צד ריפן אין געריכט ווי זיי וועלן ווארשיינליך פארלירן ווייל דער פערמיט האלטער איז שוין מוחזק והמוציא מחברו עליו הראיה.

די סאטמארע געראנגעל איז נישט עפעס וואס מ'קען געווינען אין געריכט. ס'איז כל דאלים גבר, ווער ס'האט מער פאליטישע קאנטראל, ווער ס'איז מוחזק וכו'

אורח » מאנטאג מאי 7, 2012 1:16 pm

· #10375
זר זהב
איז ביז יעצט געווען א דזשאדזש אינוואלווד אין די קעמפס אישו ?

נאר איבער טוישען די נאמען פון קהל יטב לב צו מחנה רב טוב

זר זהב » מאנטאג מאי 7, 2012 1:17 pm

· #10377
@SatmarHQ: Camp Update: The meeting is done and a decision later today. .

אורח » מאנטאג מאי 7, 2012 1:44 pm

· #10386
ווארשיינדליך איז מיין פריערדיגע מעסעדזש פאלש
hq איז געווענליך גאנץ קראנט, איבער הויפט אז ער איז יעצט אויך דארט

גדעון » מאנטאג מאי 7, 2012 1:48 pm

· #10389
ביידע זענען אמת

זר זהב » מאנטאג מאי 7, 2012 1:50 pm

· #10391
גדעון
ביידע זענען אמת

האיך יתקימו שניהם ?

גאלד » מאנטאג מאי 7, 2012 1:55 pm

· #10396
דאס איז זיכער אז דאס איבערשרייבן די דיד איז געווען א גרויסע טעות,

פארשטייט זיך ס'גרינג צו זאגן לאחר המעשה,

אבער איך מיין מ'זאל זיך לערנען א לעסען,

אז ס'נישט ציבראכן פיקס עס נישט,

די גאנצע בעלות אויף קהל יטב לב איז אויף וואקעלדיגע יסודות, און די ארונים שטייען מיט גערייצטע ציין און נעגל צו ארויפשפרינגען אויף יעדע געלעגנהייט,

ממילא לאז מנוחה לאז לויפן

זר זהב » מאנטאג מאי 7, 2012 1:56 pm

· #10397
האבן דען די ארוינים נישט איבערגעשריבען דעם ביה"ח הישן ? וואס איז דארט אנדערש ?

דעמאקראטיע » מאנטאג מאי 7, 2012 1:59 pm

· #10398
זר זהב
האבן דען די ארוינים נישט איבערגעשריבען דעם ביה"ח הישן ? וואס איז דארט אנדערש ?

אויף די בית החיים שלאגט מען זיך נאך פעסט אין אפיעלס קארט

זר זהב » מאנטאג מאי 7, 2012 2:00 pm

· #10399
וועסטע אבער זאגן אז ס'געווען א טעות פון די ארונים וואס זיי האבן געטון ??

דעמאקראטיע » מאנטאג מאי 7, 2012 2:02 pm

· #10400
ניין! בעסער צו זיין אינעווייניג ווי אינדרויסן

אורח » מאנטאג מאי 7, 2012 2:03 pm

· #10402
גאלד
דאס איז זיכער אז דאס איבערשרייבן די דיד איז געווען א גרויסע טעות,

פארשטייט זיך ס'גרינג צו זאגן לאחר המעשה,

אבער איך מיין מ'זאל זיך לערנען א לעסען,

אז ס'נישט ציבראכן פיקס עס נישט,

די גאנצע בעלות אויף קהל יטב לב איז אויף וואקעלדיגע יסודות, און די ארונים שטייען מיט גערייצטע ציין און נעגל צו ארויפשפרינגען אויף יעדע געלעגנהייט,

ממילא לאז מנוחה לאז לויפן


די ביסט לכאורה נישט גערעכט, ווייל ס'איז יא צובראכען ווילאנג ס'ליגט אינטער די נאמען קהל יטב לב, אין די אהרונים האבן עניוועי געטרייט צו מאכען פראבלעמען, איז אויב די טויש וואלט געלאנגען הרי טוב אין אויב נישט שטייסטו בסך הכל דארט וואו דו ביסט געשטאנען פאריאר

זר זהב » מאנטאג מאי 7, 2012 2:03 pm

· #10403
נו פארוואס זאגט "גאלד" אז ס'געווען א טעות פון דו זאליס וועגן איבערשרייבן די קעמפס ? מאי שנא?

גאלד » מאנטאג מאי 7, 2012 2:08 pm

· #10408
זר זהב
וועסטע אבער זאגן אז ס'געווען א טעות פון די ארונים וואס זיי האבן געטון ??


לכאורה יא, אויך געווען א נארישקייט, כאטשיג ס'האט זיי נאך נישט געקאסט,

די חילוק איז נאר אז די זאליס זענען געבליבן מיט אלעס, איז שווער צו אנהאלטן מיט אלעם אן דעם וואס זאל און ערגעץ נישט אויסקלאפן,

אבי גערעדט » מאנטאג מאי 7, 2012 2:11 pm

· #10410
CAMPS UPDATE the county decided it should stay by Rosenberg, now it's in court who is Rosenberg, Yitzchok or duvid...

גאלד » מאנטאג מאי 7, 2012 2:11 pm

· #10411
אורח
גאלד
דאס איז זיכער אז דאס איבערשרייבן די דיד איז געווען א גרויסע טעות,

פארשטייט זיך ס'גרינג צו זאגן לאחר המעשה,

אבער איך מיין מ'זאל זיך לערנען א לעסען,

אז ס'נישט ציבראכן פיקס עס נישט,

די גאנצע בעלות אויף קהל יטב לב איז אויף וואקעלדיגע יסודות, און די ארונים שטייען מיט גערייצטע ציין און נעגל צו ארויפשפרינגען אויף יעדע געלעגנהייט,

ממילא לאז מנוחה לאז לויפן


די ביסט לכאורה נישט גערעכט, ווייל ס'איז יא צובראכען ווילאנג ס'ליגט אינטער די נאמען קהל יטב לב, אין די אהרונים האבן עניוועי געטרייט צו מאכען פראבלעמען, איז אויב די טויש וואלט געלאנגען הרי טוב אין אויב נישט שטייסטו בסך הכל דארט וואו דו ביסט געשטאנען פאריאר


זעהסטעך אז פאר 10 יאר איז אלעס געלאפן כשורה,

אורח » מאנטאג מאי 7, 2012 2:12 pm

· #10412
ס'מיינט דוד אבער די מעסעדזש איז נישט אמת

גאלד » מאנטאג מאי 7, 2012 2:15 pm

· #10415
די אלע שמועות איז שקר, דא גייט לכאורה זיין א פשרה די אהרונים גייען באקומען איין קעמפ און די זאליס די איבעריגע 3,

אזוי האט אויסגעקוקט פון די קאונטי עקזעקס מהלך מחשבה,

נאר א השערה

זר זהב » מאנטאג מאי 7, 2012 2:16 pm

· #10416
גייען די זאליס באקומען איין בילדינג אין קר"י פאר זייערע קינדער ?

אורח » מאנטאג מאי 7, 2012 2:17 pm

· #10417
גאלד
אורח
גאלד
דאס איז זיכער אז דאס איבערשרייבן די דיד איז געווען א גרויסע טעות,

פארשטייט זיך ס'גרינג צו זאגן לאחר המעשה,

אבער איך מיין מ'זאל זיך לערנען א לעסען,

אז ס'נישט ציבראכן פיקס עס נישט,

די גאנצע בעלות אויף קהל יטב לב איז אויף וואקעלדיגע יסודות, און די ארונים שטייען מיט גערייצטע ציין און נעגל צו ארויפשפרינגען אויף יעדע געלעגנהייט,

ממילא לאז מנוחה לאז לויפן


די ביסט לכאורה נישט גערעכט, ווייל ס'איז יא צובראכען ווילאנג ס'ליגט אינטער די נאמען קהל יטב לב, אין די אהרונים האבן עניוועי געטרייט צו מאכען פראבלעמען, איז אויב די טויש וואלט געלאנגען הרי טוב אין אויב נישט שטייסטו בסך הכל דארט וואו דו ביסט געשטאנען פאריאר


זעהסטעך אז פאר 10 יאר איז אלעס געלאפן כשורה,

ווייל פאר סאום ריזען האבן זיך די אהרונים אויפגעוועקט פאר צוויי יאר צוריק אין אנגעהויבען צו מאכען פראבלעמען אויף יעדע פראפערטי וואס ווערט נישט געניצט טעגליך
דרך אגב די ראדני ביהמ"ד ליגט יעצט אויף די אהרונים'ס נאמען אבער ס'גייט קיינעם נישט אן

גאלד » מאנטאג מאי 7, 2012 2:19 pm

· #10420
זר זהב
גייען די זאליס באקומען איין בילדינג אין קר"י פאר זייערע קינדער ?


איך דענק נישט זיי זאלן עס אמאל תובע זיין, צו ביי א בי"ד אדער ביי די רעגירונג,

מיין טאטע האט מיך אויסגעלערנט אז מ'שעמט זיך צו בעטן באקומט מען נישט

אורח » מאנטאג מאי 7, 2012 2:20 pm

· #10422
גאלד
די אלע שמועות איז שקר, דא גייט לכאורה זיין א פשרה די אהרונים גייען באקומען איין קעמפ און די זאליס די איבעריגע 3,

אזוי האט אויסגעקוקט פון די קאונטי עקזעקס מהלך מחשבה,

נאר א השערה

א פאלשע השערה, די קאונטי עקזעקעטיוו קענישט געבן פאר די אהרוינים גארנישט, בסך הכל קען ער לייגען פרעשור אז מ'זאל מאכען א פשרה אין סטראשען אז אויב נישט געט ער נישט קיין פערמיט
אין עז אוו נאו זענען די זאלוינעם ענדערש גרייט צו בלייבען אין שטאט ווי אוועקצוגעבן א קעמפ

זר זהב » מאנטאג מאי 7, 2012 2:21 pm

· #10423
איך זאג נאר אז ביי דע סעים לאגיק וואלטן זיי געקענט פארלאנגען א בילדינג.

אגב, די מתיבתא אין קר"י איז אויף 82 נאמען. גאו פיגער!

ידען » מאנטאג מאי 7, 2012 2:30 pm

· #10425
געהערט אז נאר איינס פון די options איז צו בלייבן אין שטאט.

גארנישט איז נישט זיכער as we speak

דעמאקראטיע » מאנטאג מאי 7, 2012 2:37 pm

· #10427
אויב די פראבלעם איז אז עס ווערט נישט גענוצט טעגליך אין מען דארף יעדעס יאר בעטן א פערמיט
פארוואס פארמאכט מען די קעמפס נאכן זומער?
זאל מען עס לאזן אפן א גאנץ ארויסשיקן יעדן טאג מענטשן זאלן זיך דרייען אין די קעמפס אויפמאכן אין צומאכן לעקטערס א.ד.ג. אזוי דארף מען נישט האבן פריש פערמיטס יעדעס יאר
אין פטור אן עסק,,
איך פרעג נאר

אורח » מאנטאג מאי 7, 2012 2:51 pm

· #10431
מ'דארף לכאורה האבן עקסטערע פערמיטס ארויסצוברענגען די קינדער

זר זהב » מאנטאג מאי 7, 2012 5:23 pm

· #10465
SatmarHQ: Camp Update: the decision didn't come out yet probably it will be tomorrow morning.

John Doe » מאנטאג מאי 7, 2012 8:55 pm

· #10490
וואס פאר א מין אידישקייט איז דאס גיין אין ערכאות? ריפארם? קאנסערוואטיוו? העלפט מיר ארויס חברה, איך בין נישט אזוי באהאווענט.

יידל » מאנטאג מאי 7, 2012 9:36 pm

· #10514
John Doe
וואס פאר א מין אידישקייט איז דאס גיין אין ערכאות? ריפארם? קאנסערוואטיוו? העלפט מיר ארויס חברה, איך בין נישט אזוי באהאווענט.

עפן דיר אויף אן אייגן אשכול, און פארדריי נישט דא די שמועס. דא קומט בכלל נישט אריין ערכאות נאר דינא דמלכותא דינא.

John Doe » מאנטאג מאי 7, 2012 11:12 pm

· #10547
יידל
John Doe
וואס פאר א מין אידישקייט איז דאס גיין אין ערכאות? ריפארם? קאנסערוואטיוו? העלפט מיר ארויס חברה, איך בין נישט אזוי באהאווענט.

עפן דיר אויף אן אייגן אשכול, און פארדריי נישט דא די שמועס. דא קומט בכלל נישט אריין ערכאות נאר דינא דמלכותא דינא.


זיכער נישט הומאניסטיש, אפשר ריקאנסטראקשאניסט?

גדעון » מאנטאג מאי 7, 2012 11:48 pm

· #10553

אורח » דינסטאג מאי 8, 2012 8:07 am

· #10568
<a class="postlink" href="http://www.nypost.com/p/news/local/brooklyn/satmar_war_camps_Y9GtxxrpW5Xjw4yqtzP5oL">http://www.nypost.com/p/news/local/broo ... w4yqtzP5oL</a>
בלאט: 1 2 3 4 5