☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » סאטמארער קעמפס

סאטמארער קעמפס

237 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #565
בלאט: 1 2 3 4 5

שעפטל » מיטוואך יוני 19, 2013 5:21 pm

· #126395
אין אנדערע נייעס הער איך אז מר. דזשאטסעף פעקאקא (דער טשיף אוו סטעף פון גאווערנער קאומא) איז יעצט ביי הגז"ל

למדן » מיטוואך יוני 19, 2013 5:33 pm

· #126400
ווען האט בחצרות געשיקט דעם אימעיל?

שעפטל » מיטוואך יוני 19, 2013 5:36 pm

· #126402
למדן
ווען האט בחצרות געשיקט דעם אימעיל?

בחצרות האט נישט געשיקט, די זאלי'ס האבן מיטן נאמען פון בחצרות

לעמיל » מיטוואך יוני 19, 2013 5:37 pm

· #126404
אלס בחצרות סובסקרייבער קען איך באשטעטיגן אז זיי האבן נישט געשיקט דעם אימעיל. על כל פנים איך האב עס נישט באקומען

היסטאריקער » מיטוואך יוני 19, 2013 5:45 pm

· #126407
איך האב עס טאקע באקומען אויף א אנדערע אדרעסס, ווי איך באקום די תלמידי רבינו אימעלס

באקומען פון <!-- e --><a href="mailto:bchatsrosatmar@gmail.com">bchatsrosatmar@gmail.com</a><!-- e -->

בחצרות אימעיל איז <!-- e --><a href="mailto:bechatsrossatmar@gmail.com">bechatsrossatmar@gmail.com</a><!-- e -->

boxcover » מיטוואך יוני 19, 2013 5:47 pm

· #126409
היסטאריקער
just got in email, true?

וואס טראכסטו? מאכט דאס איין טראפעלע סענס?
(און ווען יא, ווי קומט די אשרינו מה טוב חלקינו ומה נעים גורלינו?)

נאטרוליסט » מיטוואך יוני 19, 2013 6:23 pm

· #126419
איך האף אז מ'גייט נישט דא מאכן קיין פעדעראלע אויספארשונגען איבער די וויצלנדיגע אימעילס הין-און-צוריק.

דאס אז צד מהרז"ל גייען אריין אין אלע קעמפס, צו מיט די נויטיגע פערמיטן צו אן די פערמיטן איז אן קיין צווייפל.
עס איז אויך אן קיין צווייפל אז די ארונים זענען דאס גענאר פון די שטאט צום 2טן יאר אין א ציה מאכט מען זיי משוגע אז זיי גייען באקומען. עס איז צייט צו קומען צו שכל אז ס'איז דערנאך. YOU CAN"T FIGHT CITY HALL

מהנשתנה » מיטוואך יוני 19, 2013 6:52 pm

· #126423
גענאר פון שטאט? אפשר ווילסטו אזוי. אבער פארפאלן, עס איז דא א מציאת און עס איז דא א רצון.

והיה ביי די ענד האבן ענק נישט באקומען די פערמיטס ביז זונטאג, עס איז נעבעך אזוי ווייטאגלעך פאר ענק, אלס ברודער און תלמידים פון איין רבין שוין איך ענק פשוט.

די בית החיים, ווילסאן, און יעצט די קעמפס. ווער וועט ענק נאך גלייבן אויפן בעלות אויף קהל ייטב לב?

אבער איך בין זיכער לא אלמן ישראל, אפילו סיי וואס זאל נאר געשען, סיי וועלכע מציאת שבעולם וועלן ענק אלע מאהל שרייען געווינער (אבער חיי שעה און ספינען איז נאר שמואל ווידער, פארגעס נישט).

א שאד א שאד. ברודערלעך א שאד.

די חילול השם איום ונורא אז דער גוי דארף גיין צו א רבי בישראל און זיך בעטן ביי אים פאר א פשרה מיט זיין ברודער. אוי לנו שכך עלתה בימנו. בער דאס איז סאטמאר, אלעס איז כבוד שמים, אלעס איז פשוט צוריקצוברענגן דעם עטרת צו יושנה. נישט קיין חילוק וואס גייט זיין דא, אפילו מיר באקומען אלעס, אפילו עטץ באקומטס אלעס. וואס גייט דער גאווענער דער גוי מיט זיין סטעף טראכטן אויף אונז אידן און אויף סאטמאר בכלל. ענטפער מיר נישט אז מיר דארפן ווען אלעס אויפגעבן, דו ווייסט אז עטץ במקומינו וואלט דאס אין די לעבן נישט געטוהן. באמת א ווייטאג אויף די חילול השם.

נאטרוליסט » מיטוואך יוני 19, 2013 7:03 pm

· #126426
לאמיר ביטע ארויסנעמען דעם אויבערשטן פון דא. בקהלם אל תחד כבודי שטייט. מ'קריגט זיך דא איבער בעלות, קאנטראל, שררה, געלט, פאוער און נצחון, קיינער מיינט נישט קיין קינדער און אוודאי נישט דעם רבונו של עולם. דאס איז איינמאל זיכער.

איצט, צי די ארונים זענען דאס גענאר פון די שטאט אדער נישט, דארף מען בלויז קוקן אויף איין זאך:
ווער עס האט זיך איינגערעדט אז ער גייט באקומען אדער לכה"פ אפהאלטן דעם אנדערן צד פון באקומען די פערמיטן. און דערנאך שטעלט זיך ארויס אז יענער באקומט עס יא... און פייפט זיך אויס אויפן גאווערנאר, אויף די ארונים טריאומפירט מיט די פיר קעמפס, - די אנדערע צייט איז גוט אפגעפאטשט.

יא דאס גענאר פון די שטאט.

יונגערמאנטשיק » מיטוואך יוני 19, 2013 7:04 pm

· #126427
ווען האבן די זאליס באקומען די פערמיטס?

בדחן » מיטוואך יוני 19, 2013 7:15 pm

· #126431
נאטרוליסט

איצט, צי די ארונים זענען דאס גענאר פון די שטאט אדער נישט, דארף מען בלויז קוקן אויף איין זאך...............יא דאס גענאר פון די שטאט.


דאס איז א חלק פון דיין טעראפי אויף זעלבסט זיכערקייט אז דו שרייבסט איבער 10 מאל א טאג?? פילסט זיך בעסער מיטען עס שרייבען איינמאל און נאכאמאל??

איינער האט שוין עפעס געווינענן? די קעמפס איז שוין אפן?? זיי זענענן שוין דארט א וואך צייט??

גאלד » מיטוואך יוני 19, 2013 7:23 pm

· #126434
פאקט 1: די אהרונים שרייען שוין 14 יאר לעינינו עשקו עמלנו, פלניא גזלנא

פאקט 2: די זאליס מייכענען זיך אויס אויף די ארונים שוין 14 יאר מיט כלערליי תירוצים שונים ומשונים און לאכן א גוטס

פאקט 3: די אהרונים זענען גארנישט מער פארחלישט פאר די קעמפס ווי סיי וועלכע אנדערע נכסים,

פאקט 4: די אהרונים לויפן נאך די קעמפס נאר ווייל כאן מצא בע"ח לגבות את חובו

פאקט 5: דער קעמפ טיר איז געעפנט געווארן דורך די זאליס אליין ווען ד. ראזענבערג האט מחליט געווען צו טרענספערן די דיד, אזאך וואס ער האט שוין לאנג חרטה דערויף,

פאקט 6: ס'נישטא קיין שום לאגיק פארוואס די אהרונים זאלן נישט פרובירן צו אויסניצן א געלעגנהייט וואס מ'האט זיי געגעבן, צו זיי גייען יא מצליח זיין צו נישט

פאקט 7: די זאליס גייען קיינמאל נאכגעבן א אינטש אזוי לאנג זיי שפירן נישט אז חרב חדא מנחת על צאוורו, "דערווייל" האלט עס נאכנישט ביי דעם

פאקט 8: די עיקר פראבלעם וואס די זאליס האבן מיט סיי וועלכע דיל איז די לעגיטימעסי און די ווינדיקעשן וואס די ארונים גייען מעגליך געינען דערפון, דאס קענען זיי נישט אראפשלינגען

פאקט 9: די זעלביגע פארקערט די עיקר זאך וואס די ארונים ווילן יעצט איז ווינדיקעשן נישט אזוי ווייט דאס צו יענס,

פאקט 10: יעדע פון די אויוונדערמאנטע פאקטן קען איך באזונדער צילייגן און מאריך זיין אבער ב"ה איך האב א דשאב און א משפחה קע"ה ממילא תן לחכם ויחכים עוד, ועוד חזון למועד

פיינע קאווע » מיטוואך יוני 19, 2013 8:32 pm

· #126449
אמת מען האט די ארונים בגזלט מיט די גרעסטע גזילה אין היסטארי בהסכמה פון א רבין און זיינע דיינים. אבער ארונים זענען די נער פון שטאט ? אויף וועלכע וועלט לעבסטו ? די ארונים זענען אין בנינים וואס איז אינגאנצען מסודר. די ארונים האבן זיך הערליך שיין מסדר געווען און שטייען היינט ברוחניות און אויך גשמיות העכער אלע ערווארטונגען. קיינער האט זיך נישט גחלומט וואס עס האט געדויערט דעם דברי יואל מיטן ברך משה 50 יאר האבן די ארונים אין 10 יאר אהער געשטעלט מיט א שמיץ אריבער.
די זאלונים שטייען 24 א שעה טאג מיטן פנים אויפן אחוריים צו איינער טשעפעט נישט די בנינים. שוין 12 יאר וואס מען מאכט מיט זיי פורים. זיי קענען נישט נעמען קיין מארגעדזשעס. יעדע פאר חדשים טוט זיך עפעס אנדערש. אלעס איז פארפלאנטערט און פארוויקעלט מיט שטינק און שמיץ. קאמפליקאציעס אן אויפהער. מען גייט שוין יא אריין אין ווילסאן שול. ווארפט מען זיי ארויס. פערמיט ארויף פערמיט אראפ. בית החיים יא זייער נישט זייער. מען מאכט א סוכה אויף ווילסאן? די לעצטע מינוט מען מאכט נישט אלס איז מען אין ספק. סאוט 8 יא זייער נישט זייער. יעדעס יאר זיצן זיי אויף שפילקעס פארן עפענען די מצה בעקעריי. די קעמפס. מען שלעפט זיי צו מיטונגען קיין אלבאני און ווי עס לאזט זיך. די בויך דרייט זיך דארט כסדר וואס דער מארגען וועט ברענגען. און ווער רעדט נאך אין קרית יואל. אנגעהויבן פון די קרעטשמע ביזן בית החיים און ווילעדזש. פון אלע קארטס שיקט מען זיי ליפטערן נאך ספענדן אוצרות אויף לויערס און אפיעלס. פון אלעם זענען זיי דאס גענאר פון שטאט.
אהה איינער טוט מיר דא אויפמערקזאם מאכן אז ווען עס הענגט א צעטיל אין ראדני אז די רבי פירט נישט טיש. איז קיין טיש נישט דא. בדוק ומנוסה.

בדחן » מיטוואך יוני 19, 2013 9:06 pm

· #126467
פיינע קאווע
בדחן. אמת מען האט די ארונים בגזלט מיט די גרעסטע גזילה אין היסטארי בהסכמה פון א רבין און זיינע דיינים. אבער ארונים זענען די נער פון שטאט ? אויף וועלכע וועלט לעבסטו ?


איך וועל נישט אריינגיין אין דיין עצם תגובה, איך וויל דיר נאר אויפמערקזאם מאכען אז איך האט נישט גשריבען אז זיי זענענן די נערנים דא, האסט א ראנג אדרעס.

koidesh » מיטוואך יוני 19, 2013 9:09 pm

· #126470
magor meeting in 550 bedford with all hitz kap and eisner from the goveners office

סאשי פיש » מיטוואך יוני 19, 2013 9:47 pm

· #126487
@SatmarHQ: Breaking: Camps Update just confirmed the permits for all 4 summer camps will be issued tomorow morning for 'Machnos Rav Tov'

אייגענארטיג » מיטוואך יוני 19, 2013 10:12 pm

· #126499
סאשי פיש
@SatmarHQ: Breaking: Camps Update just confirmed the permits for all 4 summer camps will be issued tomorow morning for 'Machnos Rav Tov'


איך האב שוין נעכטען געהערט די ברעיקונג און עס איז דערווייל נישט געבראכן געווארן נאר אויף HQ

עפל סיידער » מיטוואך מאי 21, 2014 3:40 pm

· #201616
קעמפס?

גאנצל » מיטוואך מאי 21, 2014 3:48 pm

· #201622
פארלוירן זייער מנהל ר' עזריאל ע"ה

שעפטל » מיטוואך מאי 21, 2014 4:15 pm

· #201632
*יושב ראש הנהלת המחנות (כצ"ל...)

blauvelt » מיטוואך יוני 11, 2014 5:36 pm

· #205580
מהאלט שוין נאנט צום קעמפ איז דא עפעס נייעס איבער די פערמיטס היי יאר

גאנצל » דאנערשטאג יוני 12, 2014 11:34 am

· #205696
פון וויפיל איך ווייס האבן זיי נאכנישט קיין פערמיטס נאך איינער ווייסט ?

שמעקעדיג » דאנערשטאג יוני 12, 2014 8:45 pm

· #205794
מען דארף יעדן יאר א נייע פערמיט?
איך ווייס אז אלע קינדער פארן געהעריג.

blauvelt » דאנערשטאג יוני 12, 2014 9:00 pm

· #205795
יא מען דארף פין די health dep

blauvelt » זונטאג יוני 22, 2014 8:51 pm

· #207484
עפעס נייעס

שכלדיג » מאנטאג יולי 14, 2014 4:48 pm

· #211691
וואס גייט פאר מיט די קעמפ קארט קעיס?
איך הער אז סאיז היינט געווען עפעס א דעסיזשאן בנוגע די קעמפס? ווער האט געווינען? ווער האט פארלוירן?
און וואס א השפעה גייט דער דעסישאן האבן להבא,

היסטאריקער » דינסטאג יולי 15, 2014 2:40 pm

· #211868
<a class="postlink" href="https://iapps.courts.state.ny.us/webcivil/FCASSearch">https://iapps.courts.state.ny.us/webcivil/FCASSearch</a>

משבק » דינסטאג יולי 22, 2014 10:48 am

· #212982
היינט נאכט קומט פאר די יערליכע דינער פאר קעמפס פון צד מהרזל .. וואס איך וויל פארשטיין איז פארוואס זיי זענען די איינציגסטע דאכטזיך וואס מאכן א מסיבה פאר די קעמפס ?

שמעקעדיג » דינסטאג יולי 22, 2014 11:01 am

· #212988
זיי טשארדזשן פערטל די פרייז ווי אנדערע קעמפס, לפי השמועה

signout » דינסטאג יולי 22, 2014 6:30 pm

· #213110
א פערטל פרייז - אמאל געווען, אגב זיי שטעלן צו ווייניגער ווי סיי וועלכע קעמפ

שמעקעדיג » דינסטאג יולי 22, 2014 9:25 pm

· #213138
לגבי פרייז ווייס איך קלאר, וועגן צושטעלן בין איך נישט באקאנט, איך ווייס נאר אזויפיל אז היינט שטעלן זיי צו פיל מער אקטיוויטעטן ווי די אמאליגע (אונזערע) צייטן.

משבק » דינסטאג יולי 22, 2014 10:02 pm

· #213157
שמעתי אז סאיז דא א היבשער צאל עלטערן וואס צאלן נישט בכלל..

תמים » דאנערשטאג יולי 24, 2014 5:52 pm

· #213605
משבק
שמעתי אז סאיז דא א היבשער צאל עלטערן וואס צאלן נישט בכלל..

ואנוכי ידעתי!! און נישט נאר קעמפס נאר א גאנץ יאר אויך.

איך ווייס נישט וואס טוט זיך ביי די ארונים מוסד, אבער מען דארף דא טאקע ארויסברענגען לשבח די סאטמארע זאלונים מוסדות, ווי שטארק זיי רעכענען זיך מיט בני עניים און לאו דוקא מענטשען וואס דינען די פארטיי אדער מענטשען וואס מען האט עפעס נוצען פון זיי, כאטש לעצטענס איז עס געווארן מער סיסטעמאטיש און שטרענגער, עכ"ז איז עס ממש א מוסר השכל די געפיל און חסד וויאזוי די אידן רעכענען זיך, וואס מען זעהט נישט ביי קיין אנדערע מוסדות, (חוץ ביי ארונים וואס איך ווייס נישט) וביודעי ומכירי קאאמינא.

היסטאריקער » מיטוואך אוגוסט 6, 2014 2:48 pm

· #215676
<a class="postlink" href="http://www.nytimes.com/2014/08/07/nyregion/at-new-york-camp-hasidic-boys-study-and-shun-sports.html">http://www.nytimes.com/2014/08/07/nyreg ... ports.html</a>

שמעון וואלף » מאנטאג מאי 11, 2015 11:44 pm

· #274283
וואס טיט זיך מיט תשע"ה, האבן די חברה דארטן זיך פארגליכענט?

וויאזוי האט נאר יענער געזאגט? ס'איז ווייטער שטיל

גאלד » דינסטאג מאי 12, 2015 6:07 pm

· #274533
מ'האט זיך ב"ה שוין פיין אויסגעגליכן,
מאיז געקומען צו די עמק השוה אז איין צד באקומט די קעמפס און דער אנדערע צד באקומט א שטויס,
אזוי אז יעדער באקומט כאטש עפעס,

דעת תורה » דינסטאג מאי 12, 2015 6:42 pm

· #274543
Re: סאטמארער קעמפס
גאלד דו ביסט צי פעסימיסטיש, די ארמארי דיעל גייט גארנישט ווערן דערמיט צום סוף?
בלאט: 1 2 3 4 5