איז א "בענדענע" צניעות'דיג?
71 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5646
איז א "בענדענע" צניעות'דיג?
ביי אונזער משפחה זענען פאראן טייל נשים וועלכע באדעקן זיך דאס קעפעלע זייערס מיט א בענדענע. טייל גייען דאס אפילו בייטאג, אנדערע נאר צום שלאפן.
איך פערזענליך גלייך עס נישט, אבער נישט פון טעיסט וויל איך דא רעדן, נאר פון צניעות:
איז עס צניעות'דיג אדער נישט?מאנכע זאגן אז אמאליגע ווייבלעך פלעגן גיין אראפגעבונדן מיט טיכלעך וואס קוקן אויס ממש ווי א באנדענע, ממילא איז עס בלי שום ספק א צניעות'דיגער לבוש.
אבער טייל מוסר זאגער זאגן אז דאס איז "סטייליש", מאדערן. איך ווייס נישט ווער עס איז ריכטיג.
אט איז א שטיקל "מעלות" דעם חודש:
.
📎 Bandana.jpg
מ'דארף נעמען די פארשאלטענע איסלאמ'ישע מעלות גארבעדזש, און פאברענען אין צענטער פון שטאט. וואס די העק איז נישט צניעות'דיג מיט בענדענעס?
קומען זיך אפאר דערביטערטע סעלף העיטינג היומען ביענגס און רעדן אין נאמען פון גאט? איום ונורא.
וואס טראכט דער עולם? דער אשכול באלאנגט אין מאחורי?
ניין, זיכער נישט. ס'באלאנגט אין העמק דבר.
לדעתי באלאנגט דאס נישט אין מאחורי, והראיה די מעלות האט דאס געלייגט מלפנים. אבער ס'באלאנגט נישט אין מאחורי, פונקט ווי שניידן די נעגל אשכול, פוצן די ציין, קומען אויך נישט אין מאחורי.
לעצם הענין בין איך ממש בבחינת תם. איז דען צניעות געוואנדן אין סטיל? צניעות עס פאר איים קענסערנט מיינט באשיידענט Modesty.
יעצט איז דא איין זייט פונעם דעבאטע, אז דאס איז מער באשיידענט. און וואס איז די אנדערע זייט, סטייליש? הייסט עס אויב מארגן איז אין סטייל צו גיין איינגעהילט אין קליידער, וועט צניעות באדייטן אונזערע פרויען זאלן מארשירן נאקעט אויף די גאסן?
בכלל ברויך מען נעמען אין פערספעקטיוו די תורת משה ס'ליגט אונטער דעם צויבער ווארט "סטייל".
סטייל, אז ס'זאל בכלל זיין א פראבלעם פארבינדן מיט הלכה, איז ווי ווייט איך פארשטיי צוליב "חוקת הגוי".
יעצט, חוקת הגוי איז געוויס א פעלד וואס מ'קען דעבאטירן לעולמי עד. ס'איז דאך דא זאכן וואס סיי גוים און סיי אידן טוהן, ס'דא זאכן וואס אידן ווילן טון, און האט נישט קיין שום קשר מיטן פאקט אז ס'איז דא גוים וועלכע טון דאס, אא"וו. אלזא, חוקת הגוי לאמיר לייגן אין אזא זייט יעצט.
יעצט לי יהא באנדענע זאל טאקע זיין אין סטייל, טא וואס איז יעצט דער פראבלעם. ווער זענען די פיאנערן פון אזאנע סטיילס, די באגאבא שיכט פון כלל ישראל? חלילה זאל נישט אויסגערעדט זיין מאכט מען נאך דעם נישט "היימישן"(...), מ'ציהט אפשר נישט איבער דעם נאקעטן קעפל מיט א טורבאן?
אויף וואס איז מען עובר? וואס ליגט אונטער דעם שרעקעדיגן ווארט "סטייל"? מיי גאש!
ווי איך פארשטיי מיינט נישט דער שרייבער צו זאגן אז א באנדאנע איז נישט צניעות'דיג, נאר אז פונקט ווי מען גייט א באנדאנע כאטש דער מאן איז נישט מסכים, אזוי דארף מען אויך גיין צניעות'דיג כאטש דער מאן איז נישט מסכים.
וואס באדערט מיר איז דאס וואס שטייט דארט אז א בלויזע טיכל (אן א שפיצל!) איז די לכתחילה'דיגע וועג פון גיין, נעמליך, א שפיצל איז שוין גאר א "בדיעבד". מיין פריינט, די לכתחילה'דיגע וועג איז צו גיין ביי-האר.
און איך האב אלעמאל געמיינט אז סטייל'ס קומען גראד פון פאריז ארויס, יעצט ווער איך געוואר אז ס'קומט גאר פון די פענסי שוועגערן פון בארא פארק...
אריין אין אכשר דרא
״סטייל״ און ״מאדע״ נוצט מען היינט אזוי נישט אין פלאץ אז עס איז א שרעק!
די היסטאריע איז פשוט. אלע פרויען פלעגן נישט גיין צניעות דיג אין די צייטן פון די גמרא די צייטן פון די רומיים. קוק אויף אלטע בילדער און פסלים.
נאכדעם ווען די קריסטן האבן אנגעהויבען געוועלטיגען זענען אלע געגאנגען צניעות דיג און אראפ געבינדען. ביז סאיז געקומען די פראנצוזישע רעוועלוציע. די צייטן פון השכלה. די וועלט האט אראפגעווארפען רעליגיע איבער די וועלט.
דאן האבן אנגעהויבען קומען ״מאדעס״ פון פאריז.
מען האט לוחם געווען אויף ״מאדעס״ פון פאריז פאר צוויי סיבות.
1. צניעות. אסאך מאדעס זענען געווען ווייניגער צניעותדיג.
2. השכלה. מען זאל נישט ווערן נאכגעשלעפט נאך די השכלה.
היינט ווען פרויען טוהן נאך אנדערע אידישע צניעותדיגע פרויען. לאז זיי געמאכט...
מען דארף נישט מורא האבן פון השכלה.
חוקות הגוי איז נישט דא. אויב קערט איינער וואס די שולחן ערוך זאגט וועגן חוקות הגוי. דעמאלטס קוק אריין אין יורה דעה. חוקות הגוי איז נאר א זאך וואס גויים טוען לשם עבודה זרה.
אויב איז אסור נאך גיין די סטייל. מעג איך נישט גיין קיין בעקישע ווייל עס איז די סטייל צו גיין א בעקישע?
מען פארדרייעט די פרויען און מיידלעך א קאפ. מען האקט זיי אריין אין קאפ טו נישט אנדערש ווי יעדעם. זיי נישט אייגענארטיג מיט דיין אייגענע טעם. כדי די זאלסט נישט זיין אויפאלענד און אנדערש.
נאכדעם וואס זיי הייבן אן נאכטוהן אנדערע. הייבט מען אן שרייען ״נישט נאכטוהן די סטייל און די מאדע״
דוכט זיך אין חמשה חומשי תורה ווערט נישט דערמאנט בכלל די וויכטיגע הארבע עבירה פון צניעות פאר קליידונג פאר פרויען.
ברענגטס מיר נישט די פסוק פון לא תלבש גבר. ווייל דארט שטייט אין רש״י אז מען טוט דאס כדי מכן אזל זיך קענען אויסמישען.
קען מיר איינער אנווייזען גמרות וואס רעדן וועגן צניעות פון קליידונג פאר פרויען אויפן גאס?
ארויסגערוקט צום אפענעם פארום.
אפילו די בעלזער אין זיין שטייעדיגע תורה פאר די פרויען האט 'מוחה' געווען איבער דעי פירצה
סא ביפאר די נעמסט זיך צו די מעלות גיי אריבער צו רבי בער'ל אין שטוב אין האלט אים פאר
.....
איינער שיקט מיר יעצט אז ער האט מוחה געווען איבער א צווייטע סארט לבוש כ'בין שוין צומישט דא צווישען מחאת שמעקעדיג ומחאת רבי ר' דוב
גנדי, אפגעזען וואס די פסלים זאגן, מיין איך אז דו מישט אויס. אין די גאר גאר אלטע פרימיטיווע צייטן, איז מען טאקע נישט געגאנגען צוגעדעקט, אבער אין די גמרא'ס צייטן איז מען יא געגאנגען מער צוגעדעקט (טאקע נישט ווי די ערביות יוצאות רעולות, וואס אגב זעט מען פון דעם אז צניעות אין מיטל מזרח איז פיל עלטער ווי דער איסלאם). עכ"פ זייער אסאך קולות וואס מיר האבן היינט אין די פוסקים איז געבויט אויף די הנחה.
זייט מיין ווייב האט אנגעהויבן טראגן א באנגענע גרוילט מיר ווען איך זעה א פרוי מיט א טורבאן. ס'דאך אזא עקעלדיגע מלבוש און כ'האב באפוילן אין שטוב מבער צו זיין אלע טורבאן, צו מאכן זיכער אז ס'ווערט מער נישט באניצט.
איך קען נישט פארשטיין פארוואס מאנכע האבן א פראבלעם דערמיט; איז עס דען נישט ממש די זעלבע ווי א פארצייטישע טיכל?
עס האט צו טוהן מיט לוקס, אויף איינעם קוקט א בענדענע אויס בעסער, און אויף א צווייטע די טורבאן, איך זעה נישט די צניעות אישו אויף דעם, אחוץ אויב עס איז מער אויפאלענד, קען עס אפשר אריינגיין אין די רויטע קליידער, וואס איז צניעות פראבלעם אלס די אויפאלענדע קאליר.
Re: איז א "בענדענע" צניעות'דיג?
הייסט ווען דיין ווייב האט עס געטראגען איז עס נישט געווען עקלדיג? האסט דיך נישט געגרוילט?
איך בין אויפגעוואקסן דערמיט איז עס געווען נארמאל.
פארוואס נישט?
צניעות האט צוויי גדרים גדר לעריות און הבדלה בין ישראל לעמים
די בענדענע אדער א לאנגע שבת קלייד וכו' וכו' גייט נישט אריין אונטער קיין איינס פון די צוויי איז ממילא לעניות דעתי נישט קיין שום רעדע פון הלכה
הג"ה ונשות הטאליבאן נוהגים להחמיר בכל אלו וכיוצא בהן
א שמועס אין פניני הלכה לגבי דעם צו צניעות איז תלוי במנהג המקום אדער נישט
אחת השאלות המרכזיות בהלכות צניעות היא, האם ישנם כללים מוחלטים בהלכות צניעות שאינם תלויים כלל במנהג המקום, או שכל הלכות צניעות הינן הלכות יחסיות, התלויות במנהג המקום.
שאלה זו תהיה משמעותית מאוד במקום שבו רוב הנשים רגילות ללכת בקיץ ללא שרוולים ועם חצאיות קצרות, האם אפשר לומר, שמאחר שזה המנהג הרווח באותו מקום, מותר יהיה לנשים שגרות שם ללכת בבגדים קצרים אלו, משום שבעיני החברה שבאותו המקום בגדים אלו נחשבים לבגדים הגונים וצנועים, שאינם מושכים כלל את תשומת הלב, ורק מי שתתלבש בבגדים קצרים מהמקובל תיחשב כעוברת על כללי הצניעות. או שנאמר, שישנם כללים קבועים בהלכות צניעות שאינם תלויים לא במקום ולא בזמן?
תשובה: אמנם ישנה דעה בפוסקים הסוברת שכללי הצניעות נקבעים על פי המקובל באותו המקום ואותו הזמן (דברי חמודות עפ"י הרא"ש למסכת ברכות סי' לז, ס"ק קטז). אבל כל שאר הפוסקים חלקו וקבעו, כי על פי ההלכה, ישנם מקומות בגוף האשה שאותם חייבים לכסות, ואפילו אם כל הנשים שבאותו המקום תחלטנה ללכת ברחוב ללא בגדים, כולן תחשבנה לפרוצות. והטעם לכך הוא, שחכמים הבחינו בעומק דעתם שיש מקומות בגוף שראוי שיהיו מכוסים ושמורים בטהרה למען האהבה האמיתית שבין בני הזוג, וישנם מקומות שאפשר שיהיו גלויים. ואף שאולי אם כל הנשים תלכנה עם חולצות ללא שרוולים, יתכן שמראה של אשה ללא שרוולים לא יגרום תחושה מינית לשום גבר, מכל מקום על פי ההלכה דבר זה לא רצוי, ולהיפך, יש לשמר את הרגישות הטבעית והמקורית, שנועדה להעמיק את רגשותינו ולחזק את האהבה שבין הבעל לאשתו.
נחזור להלכה, ישנם מקומות בגוף האשה שחייבים להיות מכוסים, ואין למנהג המקום שום השפעה לגביהם, וישנם מקומות שמצד הדין אין חיוב לכסותם, אבל אם נהגו הכל לכסות אותם, מנהג זה יחייב כל אשה ואשה שבאותו המקום.
למשל, על פי ההלכה היד צריכה להיות מכוסה עד למרפק, ואף אם כל נשות מקום מסוים יתרגלו ללכת עם שרוול קצר שאינו מגיע למרפק, על פי ההלכה, מנהגן ייחשב למנהג שאינו הגון, שבשום פנים אין להיגרר אחריו. אבל מהמרפק ועד לסוף היד הדין תלוי במנהג המקום, מצד הדין אין חיוב ללבוש שרוול שיכסה את מה שמעבר למרפק. אבל אם במקום מסוים ינהגו כל הנשים ללכת עם שרוול ארוך, מנהגן יחייב מבחינה הלכתית, וכל אשה שתפרוץ את מנהגן, תיחשב כאשה שאינה שומרת על כללי הצניעות.
<a class="postlink" href="http://ph.yhb.org.il/09-06-03">http://ph.yhb.org.il/09-06-03</a>
חסידי לאומישחכמים הבחינו בעומק דעתם שיש מקומות בגוף שראוי שיהיו מכוסים ושמורים בטהרה למען האהבה האמיתית שבין בני הזוג.
יעעעע!
ווען מיין ווייב האט ארויסגעשפראצט איין טאג און מיך סורפרייזט מיט א מעכטיגע באנדענע, האב איך איר געבעטן ברחמים זי זאל עס אראפ פליקן פון קאפ, און עס אראפ פלאשן זייער שנעל. א מין גרויל פון א מלבוש, טיפיקעל נאכטאנצן די נארישע סטייל ווייל יענער טוט און יענער גייט, די זעלבע מיט די מאדנע נייע גלעזער וואס מיר מענער און פרויען טוען זיך אן טראץ איר מיאוסקייט און מאדנע אויסקוק, ווייל יענער און יענער גייען אזוי,
פי עס: אויב זאל דיין פרוי וועלן אנהייבן גיין אראפגעבינדן ווי די ירושלימער רעב ארעלעך, וואלסטו עס געדולדעט? ס'איז פונקט די זעלבע, נאר ווייל יענע האט דאס אנגעטון איז עס די סטייל, און אז ס'איז די סטייל איז עס שיין, די אראפגעבינדענע טיכלעך איז טאליבאן, ווייל יענע און יענע פענצי לעידי גייט נישט דערמיט, די זעלבע באנדענע איז שיין און סטייליש, ווייל אפאר יענטעס האבן עס געמאכט סטייל, וואס גייט פאר מיט אונז?
Re: איז א "בענדענע" צניעות'דיג?
@ Milk Shake I couldn't agree with you more
פאר אלע תמים, וואס ווילן וויסן וואס די "באנדענע סטייל" איז, איז אזוי. קודם כל, עס איז טויזענטער מייל ווייט פון צניעות'לאז. און עס איז היפקאריטיע אזוי צו זאגן, ווייל די גאר פרומע גייען אזוי. איי פארוואס גייען אזוי אסאך היימישע? איז א פרומע לבוש געווארן א נייע סטיילישע טרענד?
נאר וואס דען, די אלע היימישע ווילן זיך שפירן אזוי ווי די ליטווישער/ליבאוויטשער פרויען, עס איז כמו Cool אז זיי גייען נישט מיט דעם אלט מאדישען טורבאן. און אין איינוועגס וויל מען אויסזען Cool וויבאלד דארט גייט מען אזוי. (גראדע באנדענע איז משהו אנדערש פון די פרומע טיכל).
אויך די וואס גייען נישט מיט א שייטל, פירן זיך צו גיין מיט א טורבאן ווען מען קען נאר (בבחינת די וואס גייען מיט א ביבער היט, טוען דאס אויס ווען מען קען נאר) ממילא אז מען אויך גיין מיט די א.ג. רייסעריש באנדענע איז דאך נאך בעסער.
פארוואס עס איז א דעבאטע איז ווייל עס איז געמאכט פאר די וואס שערן נישט די האר זיי זאלן האבן וואו עס צו באהאלטן.
Re: איז א "בענדענע" צניעות'דיג?
געוואלדיגפארוואס עס איז א דעבאטע איז ווייל עס איז געמאכט פאר די וואס שערן נישט די האר זיי זאלן האבן וואו עס צו באהאלטן.
מיט א בענדענע קען מען נישט באהאלטן די האר. מסתם רעדסטו פון א סנוד.
בענדענעס איז שוין אלטע נייעס. היינט איז עס סנודס.
1. ווי קומט דא ארין צניעות? מיט וואס איז עס ווינציגער צניעות ווי טורבאן אדער סנאד?
2. כדברי מילק שייק, די גאנצע טרענד פון טשעינזשען צו אונטוהן א סנאד אדער בענדענע איז ווייל יענער טוט, גארנישט מיט שיינקייט אדער צניעות 😐
אזוי ווי רוב עולם דא זעה איך זעה נישט קיין צניעות אישו, און ס'קומט נאך די סטאנדארטן אראפגעשטעלט לויט די פרומסטע גדולי ישראל, און איך האב נאך נישט געזעהן קיין קול קורא אדער בריוו פון עני רב וואס זאל האבן א פראבלעם דערמיט און איך גלייב באמונה שלימה אז וואלט דאס געווען די מינדעסטע אפנויג פון צניעות אדער מסורה, וואלט שוין ארויסגעקומען כאטש 'איין' רב, בסך הכל רעדט מען דא פון די מעלות...., נו ער האט אן אפיניאן, אזוי ווי איך און די און יעדער איינער איז ענטייטעלט צו האבן אן אפיניאן, אבער ס'איז נישט מאסגעבנד, און ס'איז נישט קיין ראיה אויף די גרעסערע בילד פון אכשור דרא,
מיין קליינע אפניאן,
איך מיין גראדע אז א טורבאן איז ווייניגער צניעות'דיג ווייל אסאך מאל דעקט עס נישט צו אלע האר פון אינטן.
מיין ווייב טענה'ט אז ס'איז סאך באקוועמער ווי א טורבאן, פארדעם האט זי געטוישט. היינט האט זי שוין נאך א סיבה צו גיין דערמיט ווייל איך האב איר שטארק קאמפלימענט וויפול שענער זי זעהט אויס מיט א באנדענע ווי א טורבאן.
שמעון וואלףאיך מיין גראדע אז א טורבאן איז ווייניגער צניעות'דיג ווייל אסאך מאל דעקט עס נישט צו אלע האר פון אינטן.
מיין ווייב טענה'ט אז ס'איז סאך באקוועמער ווי א טורבאן, פארדעם האט זי געטוישט. היינט האט זי שוין נאך א סיבה צו גיין דערמיט ווייל איך האב איר שטארק קאמפלימענט וויפול שענער זי זעהט אויס מיט א באנדענע ווי א טורבאן.
דאס איז גוט ווילאנג ס'איז נאך ניי און ס'הייסט א 'בעסערע זאך',
שטעל דיר פאר אז דער גאנצער עולם גייט ווען מיט בענדענעס און איינער איז אויפגעקומען מיט א נייע מאדע א טורבאן! וואלט שמעון וואלוועלע קאמפלימענטירט זיין ווייב ווי גוט זי זעהט אויס דערין.....
איין קושיא וועגן די צניעות,
איך קען הערן אז צניעות זאל זיין תלוי צו די זאך איז אויפפאלענד אדער נישט, און די דעפעניצע פון אויפפאלענד איז 'בפשטות' עפעס וואס איז "אנדערש" פון יעדעם, אויב אזוי וואס איז פשט פון די גמרא (געדענק נישט ווי) אז מ'זאל נישט קוקן אויך קיין רויטע בגד ווייל דאס קען ברענגן הרהורים רעים, לו יצוייר אז 'יעדער' איינער וואלט ווען געגאנגען מיט רויט, וואלט דאס די גמרא געזאגט אויף בלוי אדער שווארץ ?
אלא מאי דא ליגט עפעס אנדערש,
רויט איז אנדערשווייל עס ציהט די אויג.
כ'האב נישט קיין אנונג וואס א בענדענא איז,
קען מיר איינער דא שיקן א בילד?
יעקב מענטששמעון וואלףאיך מיין גראדע אז א טורבאן איז ווייניגער צניעות'דיג ווייל אסאך מאל דעקט עס נישט צו אלע האר פון אינטן.
מיין ווייב טענה'ט אז ס'איז סאך באקוועמער ווי א טורבאן, פארדעם האט זי געטוישט. היינט האט זי שוין נאך א סיבה צו גיין דערמיט ווייל איך האב איר שטארק קאמפלימענט וויפול שענער זי זעהט אויס מיט א באנדענע ווי א טורבאן.
דאס איז גוט ווילאנג ס'איז נאך ניי און ס'הייסט א 'בעסערע זאך',
שטעל דיר פאר אז דער גאנצער עולם גייט ווען מיט בענדענעס און איינער איז אויפגעקומען מיט א נייע מאדע א טורבאן! וואלט שמעון וואלוועלע קאמפלימענטירט זיין ווייב ווי גוט זי זעהט אויס דערין.....
איין קושיא וועגן די צניעות,
איך קען הערן אז צניעות זאל זיין תלוי צו די זאך איז אויפפאלענד אדער נישט, און די דעפעניצע פון אויפפאלענד איז 'בפשטות' עפעס וואס איז "אנדערש" פון יעדעם, אויב אזוי וואס איז פשט פון די גמרא (געדענק נישט ווי)
אז מ'זאל נישט קוקן אויך קיין רויטע בגד ווייל דאס קען ברענגן הרהורים רעים, לו יצוייר אז 'יעדער' איינער וואלט ווען געגאנגען מיט רויט, וואלט דאס די גמרא געזאגט אויף בלוי אדער שווארץ ?
אלא מאי דא ליגט עפעס אנדערש,
נישטא אזא גמרא, די גמרא רעדט וועגן בגדי צבעונים לאו דוקא רויט, אדרבא רויט איז סייווי אסור אנצוטאן בכלל לויט אסאך דעות. און די גמרא איז נאר ביודעה ומכירה ווען ער קען די בעלת הבגד, און ווי רש"י איז מסביר דארט איז די פשט אז מען רעדט פון ספעציעל שיינע בגדים וואס אויב קען ער די פרוי קען דאס ברענגען הרהורים.
און די גמרא רעדט "להסתכל" בבגדי צבעונים וואס פרויען מעגן און "דארפן" גיין. כמבואר שחייב לשמח את אשתו ברגל בבגדי צבעונים.
עס איז ח"ו נישט בייגעפאלן די גמרא צו דיסקרימינירן קעגן פרויענ'ס שיינקייט, צוליב מענערישע בעלי תאוה.
Re: איז א "בענדענע" צניעות'דיג?
לעני"ד איז עס מער צניעות'דיג
Re: איז א "בענדענע" צניעות'דיג?
די מעלות ווערט געשריבן דורך א פרוי אן קיין הכשר....
א פראגע האסטו?
Re: איז א "בענדענע" צניעות'דיג?
די אשכול (געפנט אין 2014) מאכט מיך לאכן, די פרומסטע שבפרומסטע גייען היינט מיט בענדענעס
Re: איז א "בענדענע" צניעות'דיג?
ס'איז אפילו יאנטשי.
אזוי בערך קוקן אויס אונזערע פירצות.
פון די אנדערע זייט איז אויך מערקווערדיג אז די אלע דא וואס האבן זיך געשוואוירן ווי גוט ס'ווייבל קוקט אויס מיט א בענדענע קענען עס יעצט נישט אנקוקן....
Re: איז א "בענדענע" צניעות'דיג?
ווען די טורבאן איז ארויס געקומען האט עס אויך געהייסען א בעסערע זאך
אזוי גייט עס
Re: איז א "בענדענע" צניעות'דיג?
אינטערעסאנט צו זעהן ווי שנעל זאכן טוישן זיך.
ווער גלייבט היינט אז עס איז אמאל געווען א פראבלעם
Re: איז א "בענדענע" צניעות'דיג?
ווען טערבענס איז געווען א נייע זאך האט מען אויך פארפירט
Re: איז א "בענדענע" צניעות'דיג?
פינקע בלומען #
אינטערעסאנט צו זעהן ווי שנעל זאכן טוישן זיך.
ווער גלייבט היינט אז עס איז אמאל געווען א פראבלעם
א פראבלעם איז נאר ווילאנג מען געוויינט זיך צו, איך געקענט נאך ווען ס'געווען א פראבלעם פאר פרויען צו האבן סעל פאונס, ביז מ'האט זיך צוגעוואוינט
Re: איז א "בענדענע" צניעות'דיג?
היות רוב יונגע ווייבלעך גייען עס און רוב עלטערע פרויען גייען טורבאנס
איז דא אסאך יונגערלייט וואס ווילן זייער ווייב זאל עס גיין און אזוי אויך פרויען וואס ווילן עס גיין פשוט אויסצוזען יונג
וויל א טורבאן ווערט מער און מער אן עלטערע פרוי זאך
Re: איז א "בענדענע" צניעות'דיג?
[ציטאט אראפגענומען]
איך מיין סאיז שוין צייט צירוק צי טוישען און אויפהערן גיין מיט הויזן
Re: איז א "בענדענע" צניעות'דיג?
עמרם #
[ציטאט אראפגענומען]
איך מיין סאיז שוין צייט צירוק צי טוישען און אויפהערן גיין מיט הויזן
און די פרויען אויך די גאנצע אראבישע צודעק?
(לויט ווי די קאלארינג בוקס לייגן עס אראפ)
Re: איז א "בענדענע" צניעות'דיג?
נופת צופים #
געוואלדיגפארוואס עס איז א דעבאטע איז ווייל עס איז געמאכט פאר די וואס שערן נישט די האר זיי זאלן האבן וואו עס צו באהאלטן.
מיט א בענדענע קען מען נישט באהאלטן די האר. מסתם רעדסטו פון א סנוד.
בענדענעס איז שוין אלטע נייעס. היינט איז עס סנודס.
פארוואס זאגסטו אז סנוד'ס איז מער אויסגעשטעלט צו לאזן וואקסן די האר?
הייבט זיך נישט אן! די זעלבע ווי א בענדענע!
סתם ארויפגעלייגט א נאסע ליילעך, און טאקע פאר דעם וויל נישט מיין ווייב גיין אזוי אין גאס, איינער האט מיר א עצה? כ'חלש דערפאר.
Re: איז א "בענדענע" צניעות'דיג?
הייליג #
פארוואס זאגסטו אז סנוד'ס איז מער אויסגעשטעלט צו לאזן וואקסן די האר?
הייבט זיך נישט אן! די זעלבע ווי א בענדענע!
סתם ארויפגעלייגט א נאסע ליילעך, און טאקע פאר דעם וויל נישט מיין ווייב גיין אזוי אין גאס, איינער האט מיר א עצה? כ'חלש דערפאר.
זייטס גאר שטארק מתפלל ביי רפאנו...
Re: איז א "בענדענע" צניעות'דיג?
הייליג #
פארוואס זאגסטו אז סנוד'ס איז מער אויסגעשטעלט צו לאזן וואקסן די האר?
הייבט זיך נישט אן! די זעלבע ווי א בענדענע!
סתם ארויפגעלייגט א נאסע ליילעך, און טאקע פאר דעם וויל נישט מיין ווייב גיין אזוי אין גאס, איינער האט מיר א עצה? כ'חלש דערפאר.
האסט איר געבעטן און זי וויל נאך אלס נישט?
זי וויל נישט גיין דערמיט ווייל ס'איז אויסגעשטעלט פאר האר? דאן דזשאסט זיי איר מסביר אז ס'איז נישט אזוי. אויב וויל זי נישט ווייל די רבנים האבן עס גע'אסר'ט דאן זאג איר אז אין די גמרא שטייט 'איזה אשה כשירה העושה רצון בעלה' נישט 'העושה רצון רבנים'. די מאן איז די תורה אויטאריטעט אין שטוב ווילאנג ס'איז נישט קעגן די תרי"ג מצוות.
Re: איז א
צועקים וזועקים #
זייטס גאר שטארק מתפלל ביי רפאנו...
נאכדעם וועט זיין ברך עלינו אדער אפשר גאר ברכינו
Re: איז א "בענדענע" צניעות'דיג?
איך זעה נישט פארוואס א בענדענע זאל נישט זיין צניעות'דיג, אבער ס'זעהט אויס לגמרי נישט צום דבר, אדער גיי א טורבאן אדער א שעניעל, די בענדענעס זעהען אויס ווי מען קלעבט ארויף א מערצעדעס לאוגאו אויף א טאיאוטע קעמרי.
Re: איז א "בענדענע" צניעות'דיג?
הייליגע קוה #
איך זעה נישט פארוואס א בענדענע זאל נישט זיין צניעות׳דיג, אבער ס׳זעהטאויס לגמרי נישט צום דבר, אדער גיי א טורבאן אדער א שניעל, די בענדענע׳ס זעהען אויס ווי מען קלעבט ארויף א מערצעדעס לאוגאו אויף א טאיאוטע קעמרי.
אפשר איז צייט אריין טרעידן דיין קעמרי....