☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » היסטאריע » נשים באוהל תבורך

נשים באוהל תבורך

182 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5634
בלאט: 1 2 3 4

א חסיד פון ווילנא » זונטאג דעצעמבער 20, 2020 2:19 am

· #464338
שמעקעדיג
ביסט אויך גערעכט! ייש"כ פאר'ן מעורר זיין.
חטאתי וכו'.
כ'האב פארמעקט די ווערטער.

ואת והב בסופה.

קאצקע ציקער » זונטאג דעצעמבער 20, 2020 4:21 am

· #464340
הוגה
געטראפן אויף א פ"ב גרופע.


.

פון רעכטס צו לינקס
סקווירא , סאטמאר, בעלזא, ארנסטר

צפור בודד » זונטאג דעצעמבער 20, 2020 12:01 pm

· #464361
ביי די צדיקים איז אוודאי שקר החן והבל היופי, ולולא דמסתפינא וואלט איך געזאגט אז ערנסטער האט געכאפט די גרעסטע הדר.

מפיל קינד » זונטאג דעצעמבער 20, 2020 12:23 pm

· #464365
ס'דאך ידוע די בני יששכר אין דרך פיקודיך, אז הידור מצוה איז אויך שייך ביי פריה ורביה.

איך בין מסופק אויב ערנסטער קוקט אויס אזוי נאר נעבן די אנדערע, אדער פאר זיך וואלט זי אויך אזוי געווען... וצ"ע.

צפור בודד » זונטאג דעצעמבער 20, 2020 12:42 pm

· #464366
יש מרבותינו דורשים אותה לשבח, ויש...

א חסיד פון ווילנא » מאנטאג דעצעמבער 21, 2020 9:07 pm

· #464472
Re: נשים באוהל תבורך
צפור בודד
ביי די צדיקים איז אוודאי שקר החן והבל היופי, ולולא דמסתפינא וואלט איך געזאגט אז ערנסטער האט געכאפט די גרעסטע הדר.
עס האט געהייסן טאקע דעמאלס אז עס איז געווען א היימישע געמאכטע שידוך, זיי זענן ערשטע קאזנס

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

אונטער חכם » דינסטאג דעצעמבער 22, 2020 1:10 am

· #464485
Re: נשים באוהל תבורך
צפור בודד
ביי די צדיקים איז אוודאי שקר החן והבל היופי, ולולא דמסתפינא וואלט איך געזאגט אז ערנסטער האט געכאפט די גרעסטע הדר.
איז זי נישט סאך יונגער ווי די אנדערע?

מפיל קינד » דינסטאג דעצעמבער 22, 2020 12:11 pm

· #464499
זי איז די אינגסטע טאכטער, אבער בכלל נישט צופיל אינגער פון בעלזא און סאטמאר. אלע דריי זענען צווישן 70 און 75.

גראף » דינסטאג דעצעמבער 22, 2020 10:44 pm

· #464528
Re: נשים באוהל תבורך
אונז האבן שוין די אייגענע פאפעראצי... וואס די העק?

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

רביה''ק זי''ע » דינסטאג דעצעמבער 22, 2020 10:45 pm

· #464529
יעצט פאנג איך שוין אויך אן צו פארשטיין די היימישע מאגאזינען...

צפור בודד » מיטוואך דעצעמבער 23, 2020 3:02 pm

· #464555
רביה''ק זי''ע
יעצט פאנג איך שוין אויך אן צו פארשטיין די היימישע מאגאזינען...

ועיני לאה רכות ורחל היתה יפת תואר ויפת מראה איז א ספר תורה פסול אפילו אז ס'פעלט איין אות דערפון, נאר רביצן ערנסטער קעגן רביצן טווערסקי, רביצן רוקח און רביצן טייטלבוים איז אסור?

רביה''ק זי''ע » מיטוואך דעצעמבער 23, 2020 6:30 pm

· #464571
דערמאנסט מיר א זיסע מעשה, געווען א איד וואס האט פארציילט שבת ביים סעודה אז ס׳געווען א געוויסע איד וואס פלעגט אפט ארויפקומען צום חזון איש רעדן אין לערנען , איין מאל ווען יענער איז געקומען און געברענגט א מתנה פאר׳ן חזון איש א פלאש וויין, און מ׳האט געשמועסט וועגן דעם מדרש וואס שטייט אין גמרא אז עוג מלך הבשן האט אויסגעריסן א בארג פון דריי מיל ברייט און משה רבינו וואס איז געווען צעהן אמות הויעך האט אויפגעהויבן זיין צעהן אמה׳דיגע שטעקן און געשפרינגען צעהן אמות און געשלאגן עוג׳ן אויפ׳ן קנעכל און ער איז אראפגעפאלן, האט יענער אוועקגעמאכט דעם מדרש אז ס׳קען נישט זיין אמת, ס׳מאכט נישט קיין סענס, ס׳נאר א גוזמא, וכו׳ וכו׳, האט איהם דער חזון איש צוריקגעגעבן זיין וויין זאגנדיג אז ס׳איז יין נסך ווייל ער איז אן אפיקורס, עד כאן המעשה של החזון איש. דער איד (וואס האט פארציילט דעם מעשה שבת ביים סעודה) איז ליידער געווען באשאנקען מיט א זוהן אן אנגעקלערטער, גיבט ער זיך א רוף אן אז רוב ראשונים האבן טאקע געהאלטן ווי יענעם אפיקורס, און לויט דעם קומט אויס אז דער רמב״ם און רוב ראשונים׳ס וויין איז אויך געווען יין נסך... איז דער טאטע במר נפשו געגאנגען דעם נעקסטן טאג זיך אויסוויינען צום רבי׳ן וואס זאל ער ענטפערן פאר זיין זוהן? האט איהם דער רבי געזאגט אז ער וועט שוין רעדן מיט׳ן זוהן. שוין, דער טאטע זאגט פאר זיין זוהן אז דער רבי וויל מיט איהם רעדן, דער זוהן גייט אריין בחרדת קודש אל הקודש פנימה צום רבי׳ן און דער רבי רופט זיך אן צו איהם: ״דער חזון איש וואלט טאקע נישט געטרינקען דעם רמב׳׳ם׳ס וויין...״ ודפח״ח.

רביה''ק זי''ע » מיטוואך דעצעמבער 23, 2020 6:36 pm

· #464573
.

הוגה » פרייטאג יאנואר 1, 2021 12:23 pm

· #465006
לויט די caption איז דאס א בילד פון הרה"ג ר' יונתן שטייף ז"ל מיט זיין טאכטער עליזאבעט.
📎 FB_IMG_1609521630380.jpg

berlbalaguleh » זונטאג אפריל 11, 2021 10:59 pm

· #469758
חת"ם סופר: און די פרוי אויף זיין רעכטע זייט מוז זיין זיין מאמע...!

צפור בודד » מאנטאג אפריל 12, 2021 2:21 pm

· #469778
Re: נשים באוהל תבורך
[ציטאט אראפגענומען]
ניטאמאל שומר נגיעה. זעט אויס מ'האט דעמאלסט נאכנישט ערפינדן דער טערמין.
אקעי, אפשר נישט, באט ווערי קלאוס.

כרם זית » דינסטאג אפריל 13, 2021 9:16 pm

· #469984
צפור בודד
[ציטאט אראפגענומען]
ניטאמאל שומר נגיעה. זעט אויס מ'האט דעמאלסט נאכנישט ערפינדן דער טערמין.
אקעי, אפשר נישט, באט ווערי קלאוס.


פאלט דיך נישט איין אז פלטתה אשתו נדה ביום חיפתו כהאבן עזרא, או דלא היה לו גבירת אנשים כהיעב"ץ, זכר צדיקים לברכה?

רביה''ק זי''ע » פרייטאג סעפטעמבער 3, 2021 5:43 pm

· #481200
דאס איז רבי משה׳לעס מאמע וואס האט געהייסן גלית, רבי מאטעלע׳ס מאמע איז געווען א צווייטע וואס האט געהייסן גלי. 😂

nespresso » פרייטאג סעפטעמבער 3, 2021 5:48 pm

· #481203
Re: נשים באוהל תבורך
רביה''ק זי''ע
דאס איז רבי משה׳לעס מאמע וואס האט געהייסן גלית, רבי מאטעלע׳ס מאמע איז געווען א צווייטע וואס האט געהייסן גלי. [emoji38]
נישט עס מאכט א חילוק ווי אזוי זי האט געהייסן איך מיין אויף די בילד שטייט מרגליא

רביה''ק זי''ע » פרייטאג סעפטעמבער 3, 2021 5:50 pm

· #481204
איך האב געקוקט אונטן אויף איהר אונטערשריפט, כ׳האב נישט באמערקט וואס שטייט אויבן, קען זיין אז די מחלוקת איז צו תפוס לשון ראשון אדער תפוס לשון אחרון. 💡

berlbalaguleh » מוצ"ש סעפטעמבער 4, 2021 9:59 pm

· #481216
ועוד יש ליישב. אז דער אמרי חיים איז אויכעט שוין געווען א .."קנאי"... און ס'איז איהם געליגן די שטותים אין קאפ . ער האט געהאט א קעפעידע צו זאגן מרגליא. נישט (ח"ו) מרגלית. וואס קען אויסגעטייטשט ווערן אז ער איז סימפאטיש צו די ציונים. הרב ישראל מ. סופר וואלט שוין געזאגט..."רחמנא ליצלן מהאי דעתא"...!

berlbalaguleh » מיטוואך פעברואר 23, 2022 7:40 pm

· #495605
חת"ם סופר: זי זעהט נישט אויס צו זיין צו אלט. נישט געזונט געוועהן?

היכי דמי » מיטוואך פעברואר 23, 2022 7:52 pm

· #495606
berlbalaguleh
חת"ם סופר: זי זעהט נישט אויס צו זיין צו אלט. נישט געזונט געוועהן?


יענע מעשה ל״ע

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 13, 2022 7:49 pm

· #511878
אפטעמיסט
רעביצין חיה מושקא ז"ל
#7
זי איז געווען א מיאוס'ע. און געגאנגען מיט די אייגענע האר. (ס'האט איהר געפעהלט דער אידישער חן און דאס איידלקייט. כאטש איהר פאטער איז געווען א גרויסער מענטש...!

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 13, 2022 7:55 pm

· #511880
רויטע וואנצעס
#18
הרבנית פייגע מנוחה אלטר
אשת האמרי אמת מגור, אם הבית ישראל מגור
בת הרב יעקב מאיר בידערמאן חתן השפת אמת מגור
She looks like a smart girl...!

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 13, 2022 7:56 pm

· #511881
גד החוזה
#14
הרבנית דבורה לאה אשת רבי יעקב ישראל טווערסקי ממילוואקי
בת רבי בן ציון הלבערשטאם מבאבוב - בעל קדושת ציון
אינאיינעם
א חשוב'ע רעביצין

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 13, 2022 8:02 pm

· #511882
גד החוזה
#22
שרה שנירער
זי האט א סאך אויפגעטון פאר אידישקייט. שוין. לאמיר נישט רעדן...!

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 13, 2022 8:10 pm

· #511884
ימי קדם
DotCom
א זעלטן בילד פון הרבנית אלטא פייגא מ'סאטמאר מיט איר שטיף טאכטער חי' רויזא
איך קען נישט קוקן אויף אזא בילד, עס זעהט מיר אויס ווי א ...... (לייג אריין וואס דו ווילסט) פאטאגאפירט זיך מיט זיין וויקטים, וד''ל.
מ'קען אפליינען די שלעכטס, קנאה און אומ-פארגינערישקייט אויף אלטע פייגא'ס פנים...!

מתבודד » זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:32 pm

· #511899
[ציטאט אראפגענומען]

berlbalaguleh » מאנטאג נאוועמבער 14, 2022 3:11 am

· #511935
ר' ריכטיג און ר' מתבודד: די אלע זאכן און מצבים ארום איהר זענען אמת. איהר אייגענע פערזענליכע אויפפיהרונג רעפלעקטירט נישט אויף איהר פאטער און נישט אויף איהר מאן.

ס'איז דא א טאן פון אינפארמאציע איבער איהר רעליגיעזע פארפליכטונג און שטרעבונג ...(commitment)...אין א שווערע סאציאלע תקופה. דער אנהייב פון קאמוניזם אין רוסלאנד. און דערפאר האט איהר פאטער דער מהריי"צ געהאלטן זייער חשוב זיין איידעם ר' מנחם מענדל שניאורסאן. אז ער האט זי געהאלטן ביי אידישקייט. אנדערש פון איהר שוועסטער רביצין גורארי'. וועלכע איז נישט געגאנגען אין לענינגראד אוניווערזיטעט. און איז געווען אן ערליך אידיש מיידל. נאר איך וויל נישט רעדן...! אויך. איהר (רעבעצין) חיה מושקא'ס אויפפיהרונג אין די אנהייב יארן פון זייער וואוינען אין ניו יארק...!

צפת » מאנטאג נאוועמבער 14, 2022 3:18 am

· #511936
זי איז די איינציגסטע וואס האט דערווייל זוכה געווען צו 'ביאת המשיח', וד"ל.

אינטערסאנטער » מיטוואך אפריל 3, 2024 10:37 pm

· #557570
Re:
צפור בודד #
[ציטאט אראפגענומען]
ניטאמאל שומר נגיעה. זעט אויס מ'האט דעמאלסט נאכנישט ערפינדן דער טערמין.
אקעי, אפשר נישט, באט ווערי קלאוס.

פון ווי נעמסטו אז דאס איז געווען אלס כלה? פון די בילד זעט זי שוין אויס חתונה געהאט.
בלאט: 1 2 3 4