הרב ר' חיים יושע האלבערשטאם גאב"ד (אדמו"ר?) מ'סאטמאר מאנסי
35 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5631
הרב ר' חיים יושע האלבערשטאם גאב"ד (אדמו"ר?) מ'סאטמאר מאנסי
איך בין א צייט צוריק פערצופאל געווען אין מאנסי און איך בין אריינגעפאלען אין דעם סאטמאר'ן בהמ"ד אויף 1 מאנסי בלווד, (עס איז דא צוויי סאטמערער בתי מדרשים אויף מאנסי בלווד) און אריינקומענדיג אין בהמ"ד איז געווען דארט א מסיבה און ר' חיים יושע האט גערעדט, נא! אז איך בין שוין דארט איז מיר געווען אינטערסאנט וואס ער האט צו פארקויפן.
בקיצור ער האט געהאלטן א דרשה און איך בין ארויס פון התפעלות סיי פון זיין אראטארישן קראפט, און סיי פון די אינהאלט פון די דרשה, אלס נישט סאטמערער און אלס איינער וואס איז נישט אויסגעקאכט בעובי הקורה פון די סאטמערער פאליטיק בין איך נייגעריג צו איינער קען מער געבן מער בעקגראוינד אויף דעם יוד.
קודם כל די קנאות, ארגינעל קומט ער דאך פון באבוב, און די דרשה איז געווען א עכטע "סאטמערער" דרשה, ווי ארבייט די באבובער איידעלקייט מיט די סאטמערער שארפקייט צוזאמען?
דערנאך האט ער גערעדט פון זיין שווער דעם ברך משה און אים זייער דערהויבן, איז ער געווען אלץ אזא חסיד?
און ווי אויך וואס די Status בנוגע דאס רבנות? געמאכט שבת פאר זיך? רב/רבי/אב"ד/גאב"ד - וואס איז די פונקטליכע סטעטוס?
נאך די דרשה האב איך געזעהן יונגערלייט איבערשמועסן וואס ער האט גערעדט און קאכן ווי הייסע חסידים, און ביים מסיבה איז געווען א דריי הונדערט יודן, איז לגבי סאטמאר איז דאס טאקע נישט קיין סאך, אבער אין אלגעמיין איז דאס א שיינער ציבור, האט ער טאקע אן עולם אדער איך בין אריינגעפאלען אין א גוטער צייט....
הקיצור איינער קען מיר דא דערלייכטערן די אויגן?
די חוקרים האבן שוין געשריבן ביכער אויף דעם, זעה
דאיא אבער דאס איז א חקירה, איך בין טאקע יעקעלע חכם, אבער דא זוך איך נישט אזאלעכע טיפע חקירות, איך רעדט מען זאל מיר ערקלערן אויף מאמע לשון און פשוטע ווערטער וואס דער יוד און זיין מהות און זיין קהילה, רבנישע התנהגות׳ער זענען.
ר' חיים יושע איז א בן יחיד לאביו ולאמו, נישט האבנדיג לאנגע יארן קינדער איז ער אסאך געווען ביים שווער (רוף עס געזעסן אויף קעסט) ממילא איז ער טאקע אויך א שטארקער חסיד, ער איז אויך אבער א שטארקער חסיד פון זיך, און דערפאר האט ער טאקע געמאכט שבת פאר זיך, ואס דאס שמעקט נישט פאר קיינעם נישט פאר די ארונים נישט פאר די זאליס.
די ארונים האבן נישט געהאט קיין גרויס פראבלעם, איינמאל ער האט מער נוטה געווען צו די זאליס (מילד גערעדט) האבן זיי געמאכט שבת פאר זיך, די זאליס האבן אבער יא א פראבלעם מיט אים, אבער דערווייל איז עס נישט אראפצושלינגען און נישט אויסצושפייען, ממילא דיעלט מען נאך דערווייל דערמיט.
ער פאר זיך איז א געלונגענער מענטש, א גוטע רעדנער, און ער האט חסידים אויך, פארוואס נישט, אסאך זאליס וואס זענען נאר זאליס ווייל נישט צו זיין קיין ארוני, וואוינענדיג אין מאנסי ווערן זיי זיינע חסידים, ווייל ער פארקויפט עפעס, דוכט זיך ער האט ארונים אויך וואס דרייען זיך ביי אים.
די סיבות פארוואס ער האט מער נוטה געווען צו די זאליס איז דא אסאך, א הויפט סיבה איז אז אליעזר קעסטנבוים האט אים יארן לאנג געשטיצט, ממילא האט ער געטון וואס ער הייסט/צו זיך גענוג אנגעהערט לה"ר מער נוטה צו זיין צו די זאליס
אגב זיין באבובע איידלקייט שטימט גאר שטארק מיט די היינטיגע באבובע איידלקייט וד"ל
איך מיין אז דו זאלסט טוישן דער נאמען פון אשכול צו:
"סאטמאר-מאנסי, איר מהות און אייגנארטיגקייט"
ס'וועט שטימען אין די סעריע.
מורינו פארוואס? עס איז דאך דא צוויי סאטמער׳ס און מאנסי, דארף מען דאך וויסן פון וועלעכע מען רעדט.
ס'זאל הייסן "סאטמאר-מאנסי - מאנסי".
אזוי וועט יעדער וויסן פון וואס מען רעדט.
נו איך זעה דאך מורינו אז עפעס באקאנט ביסטו דארט, נו געב מיר עפעס אינפארמאציע, מיט דיין גאלדען פעדערל.
שרייבער
די סיבות פארוואס ער האט מער נוטה געווען צו די זאליס איז דא אסאך, א הויפט סיבה איז אז אליעזר קעסטנבוים האט אים יארן לאנג געשטיצט, ממילא האט ער געטון וואס ער הייסט/צו זיך גענוג אנגעהערט לה"ר מער נוטה צו זיין צו די זאליס
אליעזר האט נאך אזויפיל געשטיצט ר' אהרן ווי ר' חיים יושע. דאס איז סתם נארישקייטן. ר' חיים יושע איז באמת געווען נוטראל אנהייב פונעם קריג און איז געגאנגן צו יעדע מסיבה ביי ביידע צדדים. ביי די הצלת רבינו קאורט ווי ר' אהרן'ס קינדער האבן גערופן דעם זיידן אין געריכט, האט זיך די מאנסי רעבעצין שטארק צוקריגט מיט ר' אהרן און דאס האט גורם געווען אויף א גענצליכע ריס צווישן די שוואגערס.
בנוגע זיין רבנות סטאטוס, דער ציבור זיינער אין אלגעמיין זענען זאליס און ער איז פאר זיי דער רב הקהילה, ס'גייט קיינעם נישט אן צי ער רופט זיך אדמו"ר אדער גאב"ד. ר' זלמן לייב איז דער נשיא הקהילה והמוסדות, יעדע שיינע מסיבה איז ער דער שפיץ פונעם אויבנאן.
סתם פאר די רעקארד. ר' זלמן לייב און ר' חיים שיע זענען אלע יארן געווען זייער גוטע שוואגער און א גוטע טיעם ווי מ'רופט עס.
מיין מיינונגשרייבער

וואס האסטו מיר יעצט געענטפערט? אליעזר האט דאך אפגעהאקט מיט די ארונים נישט אזוי
די ריס איז שוין געווען סאך סאך פאר די הצלת רבינו קאורט, ס'האט זיך אנגעהויבן ווען ער האט נישט געטראפן קיין בעבי סיטער ביים עלטסטן אייניקל בר מצוה, און אזוי האט זיך עס געריסן און געריסן מער און מער
ב"ה, אויפן וועג צום ברוינעם בעגראנד.
משה געצילב"ה, אויפן וועג צום ברוינעם בעגראנד.
יסודו מעפר וסופו לעפר. והחי יתן אל לבו.
ביטע נישט מישן סאטמערער פאליטיק, סתם דערציילט מער ווער ער איז...
יעקעלע חכםביטע נישט מישן סאטמערער פאליטיק, סתם דערציילט מער ווער ער איז...
וואס נאך ווילסטו וויסן?
מפני תקנות המקום און נישט צו פאר'צימעס'ן קען מען נישט שרייבן ווער און וואס ער איז.
וכשם שמקבל שכר על הדרישה וכו'
מיין מיינונגשרייבער
די סיבות פארוואס ער האט מער נוטה געווען צו די זאליס איז דא אסאך, א הויפט סיבה איז אז אליעזר קעסטנבוים האט אים יארן לאנג געשטיצט, ממילא האט ער געטון וואס ער הייסט/צו זיך גענוג אנגעהערט לה"ר מער נוטה צו זיין צו די זאליס
אליעזר האט נאך אזויפיל געשטיצט ר' אהרן ווי ר' חיים יושע. דאס איז סתם נארישקייטן. ר' חיים יושע איז באמת געווען נוטראל אנהייב פונעם קריג און איז געגאנגן צו יעדע מסיבה ביי ביידע צדדים. ביי די הצלת רבינו קאורט ווי ר' אהרן'ס קינדער האבן גערופן דעם זיידן אין געריכט, האט זיך די מאנסי רעבעצין שטארק צוקריגט מיט ר' אהרן און דאס האט גורם געווען אויף א גענצליכע ריס צווישן די שוואגערס.
בנוגע זיין רבנות סטאטוס, דער ציבור זיינער אין אלגעמיין זענען זאליס און ער איז פאר זיי דער רב הקהילה, ס'גייט קיינעם נישט אן צי ער רופט זיך אדמו"ר אדער גאב"ד. ר' זלמן לייב איז דער נשיא הקהילה והמוסדות, יעדע שיינע מסיבה איז ער דער שפיץ פונעם אויבנאן.
סתם פאר די רעקארד. ר' זלמן לייב און ר' חיים שיע זענען אלע יארן געווען זייער גוטע שוואגער און א גוטע טיעם ווי מ'רופט עס.
געשריבן זייער נישט ריכטיג, אינז זעמיר נישט אין צימעס סוי מ'קען נישט מאריך זיין, אבער איין נקידה, איינס פין די הויפט סיבה פארוואס ר' חיים יושע האט פין די 'ערשטע מיניט' זיך צוגעשטעלט צו 'אליעזר' אין צד מהרז''ל איז וועגן זיין ווייב 'אין נאר וועגן דעם איז ביי איר די פעמילי קארט געווען אן עבירה' ווייל מען האט פראבירט אריינצשטופן נאך א גבאי אין שטוב חוץ משה, נישט ווי די שרייבסט'גערופן דעם זיידען אין קארט' מען האט גארנישט תובע געווען פונעם זיידען, אין דער ריס איז דעמאלטס גארנישט ערגער געווארען,
נאך איין פוינט, בנוגע זיין קהילה עס איז פאר קיינעם נישט קיין סוד אז ער שפייט בלוט פין די יונגעלייט פין קווינס, טאקע ווייל ר' חיים יושע איז אליין דער נשיא (עס האט שוין געברענגט עטליכע מאל צו צעטליך קלעבערייען און רייסערייען), מהרז''ל האט נאכנישט געפירט קיין שבת אין מאנסי, און נישט באשיינט קיין איין דינער פאר ר' חיים יושע'ס מוסדות, אפגערעדט פון באזוכן די מוסדות זייט ער איז רבי, זעהט אויס אז דו באלאנגסט אויף דעם פלאנעט ווי די אייניקלעך האבען גערופן דעם זיידן אין קארט ר''ל
די רעיט איטס גויאיניג וועט זיך בקרוב ממש די זאליס אפטלען פון חיים שוע. די קווינס תלמדים האבן אים נישט ליב ווארט נאר ביז זיי וואקסען אינטער...
אלץ איינער וואס קען זיך פערזענליך מיט אים
באמת א טייערע איד א ירא שמים מרבים
א איד וואס זיצט אין לערנט טאג אין נאכט
לולא דמיסתפינא וואלט איך געזאגט אז ער איז די גרעסטע חסיד פון זיין שווער ממש טאג אין נאכט איז ער פארנומען נאר מיטען שווער
זייער א געלונגענע מענטש, זיינע תלמידים בדרך כלל בלייבען זייער צוגעבינדען צו אים נישט קיין חילוק צו וועלכע צד פון סאטמאר זיי באלאנגען
ער האט פון אנפאנג פרובירט זיך צו האלטען נייטראל אבער עס גייט נישט אזוי גרינג
זייענדיג א איינציג קינד איז ער היפש געצערטעלט (מילד גערעדט)
איך פערזענליך הייס אן ארוני אבער איך בין פערזענליך זייער נאנט צו אים
שרייבער
די סיבות פארוואס ער האט מער נוטה געווען צו די זאליס איז דא אסאך, א הויפט סיבה איז אז אליעזר קעסטנבוים האט אים יארן לאנג געשטיצט, ממילא האט ער געטון וואס ער הייסט
ווער געדענקט דען נישט ווי זיי פלעגן ביידע גיין ציזאמען נאך געלט א יעדן הושענא רבה ביים ברך משה'ס דאווענען אין ראדני
#איי זכרונות
דער געלונגענסטער פון די סאטמארע דינאסטיע!
קיינער פון די טייטלבוים דינאסטיע איז נישט אזוי געלונגען און געראטן אוואו רבי חיים יהושע.
די ארונים דערליידן אים נישט אבער די זאלונים דוכט-זיך ווילן זיך אויך נישט אונטערווארפן אונטער אים. אבער דאס מאכט אים גארנישט ווינציגער.
זיין דאווענען איז מתוק, זיין רעדן איז אויסגעצייכנט, זיין השלמה איז וואן אף עי קיינד.
א שאד אז ער איז אין מאנסי! ער וואלט געדארפט זיין דער ממלא מקום פון זיין שווער.
איין פראבלעם האט ער אז ער האט נישט קיין הצלחה מיט קיין ישיבה. די בחורים האלטן זיך עפעס נישט דארט און דאס פארשןוארצט זיין הערליכן אימעדזש.
ווארשיינליך איז ער נישט די געלונגענסטע. א געלונגענע מענטש קען געווענליך האלטן א ישיבה, כאטש א קליינע
זוכערקיינער פון די טייטלבוים דינאסטיע איז נישט אזוי געלונגען און געראטן אוואו רבי חיים יהושע.
די ארונים דערליידן אים נישט אבער די זאלונים דוכט-זיך ווילן זיך אויך נישט אונטערווארפן אונטער אים. אבער דאס מאכט אים גארנישט ווינציגער.
זיין דאווענען איז מתוק, זיין רעדן איז אויסגעצייכנט, זיין השלמה איז וואן אף עי קיינד.
א שאד אז ער איז אין מאנסי! ער וואלט געדארפט זיין דער ממלא מקום פון זיין שווער.
איין פראבלעם האט ער אז ער האט נישט קיין הצלחה מיט קיין ישיבה. די בחורים האלטן זיך עפעס נישט דארט און דאס פארשןוארצט זיין הערליכן אימעדזש.
נאך איין פראבלעים אז די כולל איז אויך נישט זיינס מינינג אז רוב יונגעלייט (יוצאי קווינס ) בארעדן אים מיט כל דבר אסור און נאך א קליינע פראבלעים אז די נומער פון זיינע מתפללים וואקסן נישט ווייל רוב נייע יונגעלייט זוכן נישט צו דאווענען ביי אים זיי האבן זיך אויך א אייגן ביהמ"ד (דערווייל אנאפישעל )
גראדע וואלט איך אנגערופען די רעוואלאציע פון די יוצאי קווינס אז די זאליס דערליידן אים נישט אבער דער שרייבער פאר סאם ריזען דוכט זיך נאר עפעס אבער אויף די בני מהר"א זעיט ער גלייך אז זיי פארליידן אים נישט
להערה בעלמא
זוכערזיין דאווענען איז מתוק.
הא????
משולם שטיינפעלדווארשיינליך איז ער נישט די געלונגענסטע. א געלונגענע מענטש קען געווענליך האלטן א ישיבה, כאטש א קליינע
די סיבה פון זיין נישט קענען האלטען א ישיבה איז א תוצאה פון זיין געצערטעלטקייט ער נעמט זייער שווער הדרכה פון אנדערע מענטשען (חוץ פון זיינע געציילטע נאנטע וואס קיינער פון זיי איז נישט ספעציעל קלוג) אין דעס איז די סיבה פארוואס די ישיבה איז געגאנגען מטה מטה אין איינמאל סאיז געגאנגען שלאפען איז זייער שווער עס צוריק צו אויפוועקן
ער האט קיינמאל קיין בחורים נישט געהאט אין שטוב ממילא פארשטייט ער נישט אזוי צו בחורים אין ווייטער נעמען עדווייס פון אנדערע וואס פארשטייען יא איז אים זייער שווער
אחוץ פון דעם איז ער זייער א באטעמטע מענטש איך האב פארברענגט מיט אים שעות
Re: הרב ר' חיים יושע האלבערשטאם גאב"ד (אדמו"ר?) מ'סאטמאר מאנ
[ציטאט אראפגענומען]
איטס עי מעטטיר אף טעיסט.
סאיז דא מענטשען וואס האבן ליב באבוב מיט סאטמער צוזאמען
[ציטאט אראפגענומען]
דעס איז נישט אמת ווייל ווי שוין געשריבען אויבען בלייבען זיינע תלמידים עפ״י רוב צוגעבינדען צו אים נישט קיין חילוק אין וועלכע פארטיי זיי שטיחים איין
סאיז נישט קיין פראקטישע סיבה סהאט זיכער צוטון מיט זיין געצערטעלטע פערזענליכייט
[ציטאט אראפגענומען]
גראדע איז ער זייער א ווארעמע בעל תפילה אבער ער פעניעט געפערליך ביים דאווענען (אויך אויפען ראט פון זיינע קלוגע יועצים אין משמשים) אין דאס ברענגט אז די עולם האט שוין נישט קיין נערווען אין די ביהמ״ד ווערט ליידיגער אין ליידיגער
ראוונע[ציטאט אראפגענומען]
דעס איז נישט אמת ווייל ווי שוין געשריבען אויבען בלייבען זיינע תלמידים עפ״י רוב צוגעבינדען צו אים נישט קיין חילוק אין וועלכע פארטיי זיי שטיחים איין
סאיז נישט קיין פראקטישע סיבה סהאט זיכער צוטון מיט זיין געצערטעלטע פערזענליכייט
פון זיינע 10 יאר האבן א ישיבה איז ער געבליבען אפשר מיט צוויי יארן חסידים, די תלמידים פון יאר נט ס זענען גאר פארברענטע חסידים אויך פון סו סז איבריגס האבן אים רוב תלמידים פארפאקט
גאנצלראוונע[ציטאט אראפגענומען]

זעהט נישט אויס ווי די ביזט באקאנט מיט די פאקטען
א שיינע בעל תפלה קען איך הערן אפילו ער ציעט. ער דאווענט גראדע נישט שלעכט אבער כ'פארנעם נישט זיין קול.
כ'וואלט נישט גערעדט דערפון, אבער אז דו שרייבסט מתוק קען מען נישט אדורכלאזן אזא שקר...
פון זיינע 10 יאר האבן א ישיבה איז ער געבליבען אפשר מיט צוויי יארן חסידים, די תלמידים פון יאר נט ס זענען גאר פארברענטע חסידים אויך פון סו סז איבריגס האבן אים רוב תלמידים פארפאקט[/quote]
זעהט נישט אויס ווי די ביזט באקאנט מיט די פאקטען[/quote]
גערעכט פאקטן ווייס איך טאקע נישט איך קען דיר נאר זאגן וואס מ'זעיט שמחת תורה און שמחת בית השואבה ביי אים און דאס זענען די גרעסטע צייטן ביי אים
ראוונע[ציטאט אראפגענומען]
דעס איז נישט אמת ווייל ווי שוין געשריבען אויבען בלייבען זיינע תלמידים עפ״י רוב צוגעבינדען צו אים נישט קיין חילוק אין וועלכע פארטיי זיי שטיחים איין
סאיז נישט קיין פראקטישע סיבה סהאט זיכער צוטון מיט זיין געצערטעלטע פערזענליכייט
ווי האבען געלערנט די אלע יונגעלייט וואס דאווענען ביי די מאנסי שוהל פין מהר''א? די אלע חסידים פין מהר''א האבען קיינמאל נישט געשיקט די בחורים אין זיין ישיבה? עניוועי אין מיינע אויגן איז א שאד צו טענה'ן ע''פ רוב איינער וואס רומט אים איז זיין פען אין ווער פארקערט איז פארקערט איז פארקערט סוי רוב ''פאקטען'' זענען נישט געבעיסט אויף קיין מציאות
ניין רוב חסידי מהר"א וואס דאווענען אין זיין שול אין מאנסי זענען נישט קיין תלמידים