סאטמאר מהר"א עפענט מוסדות אין מאנסי
97 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4185
סאטמאר מהר"א עפענט מוסדות אין מאנסי
Aroinim in Monsey are planing to open their own Mosdos the next year, starting with a few classes boys and girls, we wish them hatzlacha! ער רעדט פון ווייטאג monseyjew
סאטמאר מאנסי האט שוין יארן מוסדות
---
אה, מ'האט שוין פארראכטן צו סאטמאר מהר"א
וואס איז געבליבן מיט גליון הצמא
האט די נייעס א מקור אדער סתם גערעדט אין די וועלט אריין?
די קלוגסטע זאך יעדער זאל גיין פאר זיך. מען קען נישט מחנך זיין קינדער אין א פיינטליכע אטמאספער
ס'נישט אזוי ווייט "פיינטליך", ווי די סאטמארע חסידי ר' אהרן דארט אין מאנסי זענען ווי א פעמילי זיי האלטן זיך זייער ביינאזאם און זענען אלע חסידים נאמנים פונעם סאטמאר רבין שליט"א, און זיי זענען גענוג א גרויסער ציבור אז ס'האט פשוט נישט קיין פשט אז זייערע קינדער זאלן גיין און די פרעמד, לאו דוקא שנאה חלילה, אפי' מיין בעסטע חבר וידיד קען איך נישט וואוינען ביי יענעם אין הויז, זאל חסידי ר' חיים יושע שליט"א האבן גרויס הצלחה, אבער חסידי ר' אהרן זענען עני-טיים ענטייטלד צו האבן זייער אייגן מוסד ווי אנדערע קליינע מוסד'לעך ווי מונקאטש צו ראכמעסטריווקא וכדומה,
די מענטשען פון גאב״ד סאטמאר מאנסי ווארטן שוין יארן לאנג אז די ארונים זאלן עפענען מוסדות, די ארונים זענען נאר געווען א שטער, סיי מיטן לערנען די קינדער אז עזות איז מותר (ווער עס קען אביסל די מצב ווייסט וואס איך מיין) סיי מיטן נישט באצאלן קיין שכר לימוד, סיי מיטן נישט קאפערירן מיט די תקנות המוסדות אבער אייביג האבן טענות.
די מוסדות איז ב״ה געוואקסען און די לעצטע פאר יאר אויף דאפעלט ממש אז מען האט נישט ווי צו פלאצירן קיין קינדער, די ארונים זענען בערך 20-30 % פון די מוסדות און עס איז מער ווי געווינטשן אז זיי זאלן זיך גיין לחיים ולשלום.
מען האט זיך געלערנט פון די קהלה, ווען זיי האבן זיך צוטיילט האבן זיי געמאכט א ווינט אז ווי נאר זיי גייען גייט די קהלה ממש זיין אויסגעשפיעלט, אזא ווינט אז מאנכע פון די ״סאטמערער קהלה״ און מאנסי האבן זיי אנגעפאנגען צו גלייבן, דערווייל האט מען איינגעזעהן אז דאס איז געווען דער גרעסטער טובה, זייט זיי זענען געגאנגען הערשט א אנגענעמער גייסט און בהמ״ד, די קהלה איז געוואקסן פי כמה, די יונגערלייט זענען זיך מחי און האלטן זיך צוזאם ווי ברודער, עס האט קיין בעסערע זאך נישט געקענט זיין.
צום לעצט וויל איך ווינטשן: לך לחיים ולשלום עטץ זאלטס מצליח זיין אזוי ווייט אז יעדער טאטע וואס האט א מוקצת ארעניזם זאל זיך ארויסנעמען זיינע קינדערלעך און זיי שיקן און ענקער נייע מוסדות, א דאנק, עטץ קענץ צו מיר די ערשטע קומען פאר א נדבה, און די טאג וואס גייט זיין פתיחת השערים קלער איך אנצוטהון בגדי שבת לכבוד די שמחה.
אויב אזוי זענט איר טאקע א "איש צדיק תמים"
אבזערווירער,
״פיינטליך״ ח״ו פיינטליך...
אדרבה בכבוד גדול לך לשלום, ווי שנעלער אלס בעסער.
ב''ה איך בין נישט אין קיין שום צד שפיל נאר אבזערווירער
איך ווייס נישט פארוואס מ'מוז זיין אזוי נעגאטיוו און ראסיסטיש, ס"ה איז די מדובר פון א חשוב'ע ציבור סאטמארע אידן אין מאנסי, חסידים נלהבים האדמו"ר מסאטמאר שליט"א, לאמיר זאגן זיי זענען נאר א האלבע פארצענט קעגן ר' חיים יושע שליט"א, ס'נישט מעלה ומוריד, ס"ה זענען זיי עני אזוי גרויס ווי צענדליגע קליינע קהלות אין מאנסי, פון פארשידענע קרייזן, זיי טשעפען קיינעם, זיי האבן נישט גערופן ר' חיים יושע נישט צו קיין בי"ד נישט צו קיין קאורט, גייען זיך זייער וועג, נו אז עס עפענט זיך נאך א מוסד בעיר מאנסי, נאך דערצו א סאטמארע מוסד, דארף עס נאר אפלודירט ווערן, אז ס'קען זיין 20 (צו וויפיל) חסידישע מוסדות אין מאנסי פארוואס זאל נישט קענען זיין א 21'סטע,
איך האב געמיינט אז די חסידי האדמו"ר מסאטמאר זענען ביי ר' חיים שיע. קאנפיוזינג
זיי זענען געווען ביז יעצט, אבער זיי פלאנען דעם זמן צו מאכן א אייגן מוסד,
הרחיבי מקום אהלך
מיט וועם וועט ר' חיים שיע בלייבן? מיט חסידי מהר"א? מאכט נישט סענס
ניין ער וועט בלייבן מיט חסידי מהרח"י
ס'עקזיסטיר נישט אזאנס כמעט. זייע מתפללים זענען חסידי האדמו"ר מסאטמאר
יא דאס מיינעך טאקע האדמו"ר מהרח"י מסאטמאר,
ער איז נישט קיין אדמו"ר. ער איז אב"ד סאטמאר מאנסי, און זיינע אנהענגער באלאנגען צו האדמו"ר מסאטמאר. איז עס מיר געווען אינטערעסאנט וויזוי דו צוטיילסט עס
די קהלה ומוסדות איז תחת נשיאות ר' חיים יושע, ער איז דער העכסטער אטאריטעט דארט, ער האט טאקע אסאך קאסטומערס חסידים פון פרעמדע רבי'ס, ווי למשל די צוויי סאטמארע אדמור"ם שליט"א, אפשר באבובער, צאנזער, הו נאוס?
די חסידים וואס זענען ביי גאב״ד סאטמאר מאנסי זענען ״זיינע״ חסידים און א חלק וואס דאווענען דארט און באטייליגן זיך ביי זיינע טישן זענען חסידים פון האדמו״ר מסאטמאר מהרז״ל שליט״א, גאב״ד סאטמאר מאנסי איז שטארק בידידות מיט זיין שוואגער כ״ק האדמו״ר מהרז״ל שליט״א (אזוי ווי צוויי ״נארמאלע״ שוואגערס״) און די צוויי שוואגערס שליט״א לעבן זייער גיט איינס מיטן צווייטן און אזוי אויך דאס זעלבע שפילט זיך איבער ביי זייערע חסידים.
און אזוי מהרז״ל שליט״א איז א מענטש וואס דארף נישט אז כלו יהי שלו שטערט אים נישט אז זיין שוואגער פירט אן אייגענע הערליכע רעביסטעווע פאר זיינע מענטשען וואס האבן מקבל מרות געווען און ווילן אים האבן אלס רבי, נישט נאר עס שטערט אים נישט נאר ער איז כסדר מחזק זיינע יונגערלייט יוצא ישיבה גדולה ד׳סאטמאר קווינס אז זיי זאלן דווקא דאווענען און בית מדרש הגדול ד׳סאטמאר אויף 1 Monsey Blvd און זיך באטייליגן און אלע קהלישע פונקציעס ווייל דאס איז די ״סאטמערער בית מדרש און מאנסי.
פון צייט צו צייט קומט מהרז״ל ארויס אויף מאנסי אמאל אויף א מלוה מלכה און ער פראוועט צוזאם מלוה מלכה פאר די יונגערלייט פון קווינס אינאיינעם מיט זיין שוואגער מהרח״ש שליט״א טאקע און גרויסן בית מדרש אויף מאנסי בלווד.
מאנכע וואס קענען דאס נישט צוקוקן (געווענטליך זענען דאס די וואס דאווענען און א שטיבל געציילטע טריט אוועק פון דעם סאטמערער בית המדרש) און מאכן חוזק פון די חסידים פון גאב״ד סאטמאר מאנסי אלס באבובער חסידים אדער אנדערע כיניום אבער פאר די חסידי גאב״ד סאטמאר מאנסי אדער פאר די חסידי מהרז״ל שליט״א וידידי גאב״ד סאטמאר מאנסי איז ליבערשט צו זיין באבובער חסידים אויף 1 מאנסי בלווד ווי סאטמערער חסידים אויף 13 מאנסי בלווד און א בית משוגעים (נישט ח״ו איך מאך חוזק עס איז באמת דאס).
ממילה איז עס א שטארקער שמחה אז די חשובער ציבור חסידים הגה״ק מורינו מסאטמאר מהר״א שליט״א פאקען זיך דאס פעקעלע און גייען מאכן שבת פאר זיך, עס איז דאס בעסטע זאך וואס די ארונים קענען גוטס טון פאר סאטמאר און מאנסי.
בקיצור, דערווייל זעה איך נישט קיין מוסדות. דערווייל זעה איך אז א ניק "פרייליך" האט געוואלט מאכן פרייליך און האט ער האט אריינגעווארפן א פלאקן וואס ער האט געוויססט זיכער גייט מאכן אפאר ניקס שפרינגען, און ער זיצט זיך אינדערהיים און קאצקעט זיך פאר געלעכטער...
ער איז האומלעסס
הדד, סאטמאר לייו, די אפיציעלע ווארטזאגער פון די אהרונים מעלדט אז מארגן וועט פארקומען א וויכטיגע גענעראל פארזאמלונג אין מאנסי, בדברים העומדים על הםרק.
דעת תורההדד, סאטמאר לייו, די אפיציעלע ווארטזאגער פון די אהרונים מעלדט אז מארגן וועט פארקומען א וויכטיגע גענעראל פארזאמלונג אין מאנסי, בדברים העומדים על הםרק.
הםרק? מ'גייט טיילן טשיקן זיפ? וויפיל אזייגער איז עס
דו לאזסט זיך שוין אריין אין די שאלה פון א מ"ם סתומה באמצע התיבה.
דעת תורההדד, סאטמאר לייו, די אפיציעלע ווארטזאגער פון די אהרונים מעלדט אז מארגן וועט פארקומען א וויכטיגע גענעראל פארזאמלונג אין מאנסי, בדברים העומדים על הפרק.
ניין מגייט נישט רעדן פון קיין מוסדות, די נושא ביים פאזאמלונג איז איבער די קריה וואס מפלאנט צו בויען אויפן שטח פון קיט״ל.
@קאמענטירער, איך האב דיר געלייקט ווייל דו האסט דיך גענומען די מי צו טוישן די "ם" פאר א "פ" אינעם קוואוט. שיין פון דיר
דער ריינער אמת, פאקטן:
הרה"צ ר' חיים יושע שליט"א ורעייתו שתחי' ואביו הרה"צ ר' יעקב יאסעלע שליט"א בב"פ האבן פונעם ערשטן טאג זיך אינגאנצן געשטעלט לצד מהרז"ל אינעם מחלוקה,
זיי גייען עקסקיוולי נאר צו די כ"א כסלו, יארצייט סעודות, פראטעסטן, כנסיים, וכדומה, נאר צו ר' זלמן לייב'ן און ביי ר' אהרן איז ער נישט צום געפינען, ער בויקאט איהם,
איך מיין אז אפי' צו משפחה שמחות קומט ער נישט - אבער איך בין נישט 100% זיכער - אויב יא קומט ער פאר א מינוט כאילו כפאו שד,
איך האב קיין שום טענות פארן זיך בוחר זיין דעם מהלך, הרשות בידו
אבער דא רעדט מען נישט פון עפעס א דשענטעלמען וואס איז גוט מיט עפעס א שוואגער דא רעדט מען פון איינעם וואס האט פורזיכטיג בוחר געווען איין שוואגערס איבער די אנדערע,
נאכאמאל, קלאר, איך האב חלילה קיין שום טענות אז ער טוט עפעס שלעכט, הרשות בידו צו טוהם לפי רוחו ורצונו, דאס גאנצע איז וואס איך וויל איז בלויז קלארשטעלן די פאקטן,
קעגן אלע סאטמארע מקומות אין די וועלט, איז סאטמאר מאנסי אריבערגעגאנגען די פרידליכסטע טיילונג, טראץ וואס איך גלייב אז חסידי ר' אהרן האבן בעצם טענות אויף ר' חיים יושע'ן פארן זיך איינעמען סאטמאר מאנסי אונטער זיין עקסקלוסיוו באזיץ אין זיך ערקלערן אלס דער אדמו"ר, מיטדעם אלעם האט מען קיינמאל געפירט קיין פוטש איהם צו איבערווארפן - אזא גאטונג וואס ר' זלמן לייב האט געוואלט טאן יענען חוהמ סוכות קעגן זיין שוואגער ר' בעריש מייזליש שליט"א - ס'נישט געווען קיין שום די"ת, קיין קארט קעיסעס, קיין פאשקעווילן, קיין השמצות, קיין גארנישט, זערא, מ'האט איהם געלאזט מיט אלע בנינים, מ'האט איהם גארנישט ציגענומען,
ס"ה האבן א ציבור וואוילע סאטמארע חסידים זיך מייסד געווען איידעלערהייט זייער אייגן קהלה וביהמ"ד, אן קיין רייץ אן קיין טשעפערייען,
הרה"צ ר' יעקב יוסף שליט"א, דער פאטער פון סאטמאר מאנסיער רבי שליט"א, איז אבער יא ברוגז געווען דערויף, און האט קאמפיינט ביי רבנים און פערזענליכקייטן קעגן די קהלה קדושה, אבער לפענ"ד איז דאס שלא ביושר, און סעלפיש, די חסידי סאטמאר מהר"א געהערן צו א אנדערן אדמו"ר, זיי זענען ממילא נישט דיינע חסידים, נו פארוואס ווילסטו אזוי שטארק אז פרעמדע אידן זאלן למען השם מוזן וואוינען ביי דיר, זיי זענען נישט קיין קאמפעטישן, זיי זוכן פשוט א אנדערע פראדוקט, דו פארקויפסט עפל און זיי זוכן אראנדשן, ממילא לאז זיי זיין עקסטער, און לעב בשלום מיט זיי אזוי ווי סיי וועלכער פרעמדע חסידישע מאנסיער קהלה, איבערהויפט א קהלה וואס איז בעצם אנשים אחים,
והשתא דאתיין להכי, איז כל מי שיש קצת מח בקדקו פארשטייט אז ר' זלמן לייב שליט"א וועט קיינמאל האבן די האזע און נערוו און באגיין זעלבסטמארד מיט טשעפען ר' חיים יושע, אזא וועליובעל עסעט, איינער וואס איז 100% עליינד מיט איהם, זיינע חסידים זענען ממילא בשיטה מענטש וואס זוכן בלויז א אלטערנאטיוו צו ר' אהרן, ממילא האט ער ממש נישט פארוואס און פאר וועם צו מאכן א אייגן קהלה, דער אנטי ר' אהרן קהלה עקזיטירט שוין אין מאנסי און רוב האבן א פערזענליכע הערצה צו ר' חיים יושע, און ר'חיים יושע איז אויסן צו זיין דער עקסלוסיוו אטאריטעט, ממילא אפי' ער וויל האט ער נישט פארוואס און פארווען צו גיין עקסטער, און ער קען נאך זיין נייס אויך,
והא ראי', אז ביי זיין אנדערע שוואגער, ב"פ רב, האט ער עפעס פארגעסן הלכות דשענטעלמען, און גאנץ אנהויב נאך בימי הברך משה איז ער געקומען זיך שלאגן מיט זיין שוואגער יענען חהמו"ס, דער ר' זלמן לייב איז גענוג כיטרע, ער האט זייער גוט געוויסט ווי ער טשעפעט זיין שוואגער, א מיטגעמאכטער מענטש, שפעטער איז ער געגאנגען קאורט, די האול ניין יארדס, פארוואס ווייל ער האט געוויסט אז דארט זענען דאס רוב געהערן צום קאמפעטישן, ממילא האט ער נישט וואס צו דערלייגן, זאל זיין שוואגער ר' בעריש זיך הענגן,
גאלד, איך בין דיך נישט חושד אז דו ווייסט נישט, דערפאר מיין איך אז דו שרייבסט שקרים ביודעין, איבער בארא פארק.
רז"ל האט גארנישט קעגן זיין שוואגער ר' בעריש, און ער איז נישט אהין געגאנגען אים איבערווארפן. ער איז אהין געגאנגען פרובירן זיכער מאכן אז בארא פארק פאלט נישט אריין אין די אהרוני'שע הענט. דער פאקט איז אז ר' בעריש וואלט געשטאנען פיל בעסער אין זיין קהילה, עפעס ענליך צו רח"י איז אין מאנסי, ו(אדער צו ר' דוד אין מאנטריאל, דער פונקטליכער מציאות ווענדט זיך אין זיין פריוואטע פערזענליכקייט) ווען בארא פארק איז ווען אין די האנט פון די זאלי'ס.
אפגערעדט אז דעק קאורט איז מעיקרא נישט געווען אויף די שול, ר' בעריש'ס צענטער. אין די מוסדות ווייסטו גאנץ גוט וויפיל שייכות עס האט מיט ר' בעריש. און דער פלאן איז קיינמאל נישט געווען צו גיין קעגן אים.
איבער מאנסי, ביסטו הייליג גערעכט. א טפשות שאין דוגמתו צו פארפירן אז יענער מוז שיקן ביי אים, דאווענען ביי אים. (נאר ווען וועט עטס שוין דערהערן אז די זעלבע זאך איז אין מאנרא?)
דעת תורה...
רז"ל האט גארנישט קעגן זיין שוואגער ר' בעריש...ער איז אהין געגאנגען פרובירן זיכער מאכן אז בארא פארק פאלט נישט אריין אין די אהרוני'שע הענט.
אַהאַ, טאקע א נאבעלע אקט,
דאס וואס מהר"א האט געטון תשנ"ט אום וויליאמסבורג ולא עלתה בידו
דעת תורהגאלד, איך בין דיך נישט חושד אז דו ווייסט נישט, דערפאר מיין איך אז דו שרייבסט שקרים ביודעין, איבער בארא פארק.
רז"ל האט גארנישט קעגן זיין שוואגער ר' בעריש, און ער איז נישט אהין געגאנגען אים איבערווארפן. ער איז אהין געגאנגען פרובירן זיכער מאכן אז בארא פארק פאלט נישט אריין אין די אהרוני'שע הענט. דער פאקט איז אז ר' בעריש וואלט געשטאנען פיל בעסער אין זיין קהילה, עפעס ענליך צו רח"י איז אין מאנסי, ו(אדער צו ר' דוד אין מאנטריאל, דער פונקטליכער מציאות ווענדט זיך אין זיין פריוואטע פערזענליכקייט) ווען בארא פארק איז ווען אין די האנט פון די זאלי'ס.
אפגערעדט אז דעק קאורט איז מעיקרא נישט געווען אויף די שול, ר' בעריש'ס צענטער. אין די מוסדות ווייסטו גאנץ גוט וויפיל שייכות עס האט מיט ר' בעריש. און דער פלאן איז קיינמאל נישט געווען צו גיין קעגן אים.
איבער מאנסי, ביסטו הייליג גערעכט. א טפשות שאין דוגמתו צו פארפירן אז יענער מוז שיקן ביי אים, דאווענען ביי אים. (נאר ווען וועט עטס שוין דערהערן אז די זעלבע זאך איז אין מאנרא?)
נישטא ווער סזאל לאכן ר' דוד פון מאטריאל שטייט בעסער ווי דער שוואגער פון ב"פ (וואס מחנה רז"ל האט אפישעל ערקלערט אנעקסעישאן דארט לעצטענס)
וואס הייסט דאס געגאנגען מאכן זיכער אז ספאלט נישט אריין און ארונישע האנט, אויב באלאנגט דאס פאר ר בעריש זאל ער מאכן זיכער וויאזוי ער פארשטייט.
אגב לגבי מאנסי האט מהר"א נישט געלאזט זיינע מענטשען עפענען אן אייגען קרעמל ביז ער האט נישט געכאפט דעם ריק פונעם שוואגער מיטן איגאנרירן אים ביים חנוכת הבית/הכנסת ספ"ת, די אנהענגער זיינע דארט האבן זיך יעדעס מאל געמוזט שלעפן צינעם און בעיסמענט קיין צאנז קארט פאר די סיום משניות'ער.
און נאך לגבי מאנסי די מצב דארט צווישען מחנה רח"י און מחנה רז"ל איז גארנישט אזוי גלאנציג ווי מפראבירט דאס דא אראפצימאלן.
וויאזוי ר' דוד שטייט איז צוליב זיין פערסאנאליטי. למעשה ער גייט צו ביידן ער איז גוט מיט יעדן און נישט משועבד צו קיינעם - אפילו נאך די אנעקסעישאן.
דעת תורהוויאזוי ר' דוד שטייט איז צוליב זיין פערסאנאליטי. למעשה ער גייט צו ביידן ער איז גוט מיט יעדן און נישט משועבד צו קיינעם - אפילו נאך די אנעקסעישאן.
ער האט נישט קיין 2 ברירות זיין איינציגער מענטש וואס איז יא געטריי מח"וו האט אראפ געריסן די אנעקסעישאן צעטלעך דארט ווייל סאיז מצער דעם רב.
לגבי פערסאנעלעטי פון די 2 שוואגערס אדער גאר די 3 שוואגערס וועל איך זיך נישט פארהערן מיט דיר דא ברבים היות איך פלאן זיי נישט אנצירופען פאר יוה"ק צי מפייס זיין.
קען איינער רחמנות האבן אויף א ציבראכן איד און מיטיילן בקיצור מה זו "ענעקסעישן" אין מאנטרעאל,
עס איז מיר א חידוש צו זעין ווי עס קומט דא דער דעת אין מאלט מיר אראפ דעם זאלמעניו ווי א איד וואס איז בעצם א שטיל יודל. ער האט נאר א ברודער וואס איז א שיגץ.
דעת די טעג זענען פאראיבער. מיר זענען איבערצייגט היינט צוטאגס אז גיין קיין בפ א פלאץ ווי ער האט אפילו נישט קיין אחוזה אין מאכן טעראר איז קיין אקט פון נועם המידות
מיר זענען איבערצייגט היינט צוטאגס אז ווען א שוואגער האט א פראבלעם מיט קינדער האבן אין עס פעלט זיך אויס טויזענטערס דערפאר איז ער נישט געגאנגען צום נועם המידות ער האט געוויסט די תירוץ וואס ער וועט פון אים באקומען.
אין אז די רעדטסט פונעם שיעבוד פון חיים יושע צו מהרא. אבער נאך ווי ער האט א שיעבוד. נאר וואס דען דא קומט אריין די מעשה פונעם יט״ל וואס ער האט געבעטען דעם יוד נאכן העלפען. ״איך ווייס אז די וועסט אויף מיר ווארפן שטיינער ווייל איך האב דיר דאך געהאלפען. איך בעט דיר אבער סזאל נישט זיין אזאנע גרויסע פרוביר נאר קליינע״. חיים יושע איז א כפוי טובה אין ער האט קלאר יא א דיעבוד צו מהרא. אבער פונקט אזוי ווי זאלמעניו מוז נישט מאכן סענס. מוז ער אויך נישט.
רח״י אין מאנסי שטייט נישט אזוי פעסט ווי איש היה וויל איינרעדן דא, ער האט ווייניגער אינגעלייט אין זיין כולל ווי די ארונים, און ער האט א שול מיט 400 זיצען וואס ער קען נישט אנפילען ימים טובים און די הייליגע טעג, אפגערעדט א פלענע שבת,
זיין חסידות איז נאך נישט אזוי פעסט ווי עס וויל זיך,
ברוך השם יעדער איז ציפרידן איבערן טיילנונג אין מאנסי סיי די חיימשונים אין סיי די אהרונים
למייסע האבן די אהרונים שוין נישט געהאט וואס ציזיכן דארטן מחמת כמה טעמים
1) דער מוסד אין מאנסי איז דער שוואכסטער מוסד אין סאטמאר פין איבראל
ס'איז פארנאכלעסיגט ס'איז נישט אויף געארבעט אלטע מלמדים
מיילך שפיצער איז מנהל דארטן קאמענטארן זענען איבריג ( די קללה דא זאל זיך יעדער אליינ'ס אויס וועהלן )
זיין ברידער יודל שפיצער נעמט צאם די שכר לימוד די מענטשן אין מאנסי געבן איבער אז אברהם חיים קליינמאן איזא בעל מידות קעגן אים
די פעלדמאן בראדערס זענען דארטן מלמדים זיי טויגן נישט זייט מען האט זיי אריין גענימען
ר' חיים יושע'עלע אינטערסירט נישט גארנישט א חוץ מען זאל זאגן יעדן ערב ראש חודש יום כיפור קטן כמנהג בית צאנז
זיין ישיבה מאכט זיך אויף אין פארמאכט זיך איך האלט שוין נישט חשבון ווי ס'האלט יעצט
מאנסי וואקסט זייער שטארק א חוץ דעם נאטירליכען וואקס מאפן ארויס צענדליגער משפחות יעדעס יאר
אין די מאנסי'ער עדידאט איז ממש א קענסער וויאזוי מען באהאנדלט די ניי תשובים
דער יודל שפיצער רשעות פין ווארפן קינדער האט אויך גערגרייכט דעם שטאפל וויפיל מען זאל קענען זיצן אין דעם מוסד
די אלע געשרייען איז אנקומען צי האדמו"ר מסאטמאר מהר"א שליט"א ער האט באשלאסן געניג איז געניג
מען גייט עפנען ניי מוסדות
אויסער דעם האבן די חיימשונים געפירט קינדישע נער'ישע פאליטיק מיט די אהרונים
געהאלטן אין סטראשן ביי א יעדן מסיבה כינוס צי דינער וואס ר' חיים יושע'עלע האט זיך אריין געשטעקט זיין נעז'ל
אז טאמיר מען קומט נישט ווארפט מען ארויס די קינדער
ר' חיים יושע איז א געצערטער'טל בן יחיד'ל וואס ער מיט זיין טאטע האלטן אז די גאנצע וועלט איז אים שולדיג
אין מיט דעם מיינט ער קען מען טרעטן אויף ציבור
ר' חיים יושע'עלע די צייטן זענען פארביי דער איז אן אדער בוי אן דעי סטריט
ס'דערמאנט מיך ווען די אהרונים האבן אנגעהויבן צי רעדן פין עפנען אן עקסטער בית מדרש איז ר' חיים יושע'עלע געקומען צי לויפן צי ר' יצחק ברוך ברוין מיט טענות אז דער שווער ז"ל האט אים געגעבן מאנסי אין ער איז דער יורש....
האט אים ר' יצחק ברוך גענפערט קען זיין איר זענט דער יורש, אינז זעמיר אבער נישט די ירושה ודפוח"ח
ווער ס'וויל קען מיט מיר מחולק זיין, אבער כ'וועל אראפלייגן אפאר פאקטן בנוגע ר' חיים יושע אב"ד ביהמ"ד ומוסדות ויואל משה:
איינס, ביים בר מצוה פונעם עלסטן אייניקל פון האדמו"ר מהר"א שליט"א איז אב"ד ויואל משה אנגעקומען נאכן טאנצן מיט א תירוץ אז ער האט נישט געטראפן קיין בעביסיטער...
צווייטענס, צוויי עסקנים (קאנפירמט) מקהל יטב לב ד'סאטמאר זענען אריין צו אב"ד ויואל משה פאר מ'האט געעפענט די שוהל, מיטן אויסוואל אז זיי עפענען נישט אויף, זיי בלייבן דארט, אבער מ'קען זיי נישט אפהאלטן פון מאכן התוועדות'ן מיט זיין שוואגער האדמו"ר מהר"א שליט"א, און אזוי אויך אז טאמער מאכט מהר"א סיי וואספארא צוזאמקום אין מאנסי זאל זיך אב"ד ויואל משה באטייליגן, און אזוי אויך פארקערט, ווען קהל ויואל משה מאכט עפעס אויב רופט ער הגז"ל, דארף ער אויך רופן האדמו"ר מהר"א שליט"א, דער ויואל משה רב האט געזאגט אז ער וועט ענטפערן דערויף, און קיין תשובה איז נישט געקומען אפילו נאך עטליכע פאלאו-אפס.
דריטענס, ביים חנוכת הבית פונעם ביהמ"ד ויואל משה אויף איינס מאנסי בלוד. (געציילטע הייזער אוועק פונעם ביהמ"ד קהל יטב לב ד'סאטמאר מאנסי וואס איז אויף דרייצן מאנסי בלווד.) האט דער רב הביהמ"ד נישט גערופן דעם שוואגער האדמו"ר מהר"א שליט"א.
יעצט למעשה, אין פאקט איז נישט קיין סוד אז אב"ד ויואל משה האט זיך צוגעשטעלט צו הגז"ל צוליב סיי וואספארא סיבה, צו איז דאס אלס געלט פון לעזער קעסטענבוים, צו ווייל ער האט געוואלט קענען אריינגיין צום שווער זצוק"ל, צו ווייל זיין טאטע אב"ד בית חיים יושע האט געהייסן, צו ווייל זיין פעטער ר' ישראל חיים מנשה פריעדמאן, דומ"ץ סאטמאר הגז"ל, צו ווייל (וואס דעס מאכט די מערסטע סענס) ער האט געוואלט מאכן שבת פאר זיך, וואס ער האט געוויסט אז דאס קען שנעלער פארסירן אויב ער רייסט זיך אפ פון האדמו"ר מהר"א שליט"א, למעשה האבן די תלמידי וחסידי האדמו"ר מהר"א זיך געפילט אומבאקוועם דערמיט, און האבן -נאך ווי אויבן דערמאנט פרובירט מסדר צו זיין אבער אן ערפאלג- באשלאסן אליינס מייסד צו זיין א אייגענע קהילה קהל יטב לב ד'סאטמאר מאנסי וואס וועט יא זיין בנשיאות כ"ק אדמו"ר מהר"א מ'סאטמאר שליט"א, און דערנאך אויפגענומען הגה"צ רבי אברהם הערש וואזנער שליט"א אלס אב"ד (קהל יטב לב ד') סאטמאר מאנסי.
אין די יארן זינט די חסידי (קיט"ל) סאטמאר האבן זיך אפגעטיילט, איז געווען א שרעקליכע העץ קעגן זיי, סיי אינערליך ביי די ויואל משה מוסדות און סיי ביי די רבני העיר, די צד ויואל משה האט פארלייגט אלע וועלטן און כוחות אז די קיט"ל ד'סאטמאר רב זאל נישט באקומען קיין אנערקענונג ביי קיין שום מסיבה וכו'. במציאות (אדרבה זאל זיך יעדער אליינס נאכפרעגן) איז הרב וואזנער אנערקענט ביי (כמעט...) יעדן איד אין מאנסי סיי אלס פוסק ודיין, און סיי אלס א איד וואס געט זיך אפ מיט סיי וואספארא פראבלעם, אבער ביי די וועד הרבנים ד'מאנסי האט מען אים נישט געקענט אויפנעמען עפ"י בקשת קהל ויואל משה און זייער רב.
בנוסף איז צוגעקומען אז די לעצטע יאר האט מען זייער אומבאקוועם געמאכט די מתפללי קיט"ל סאטמאר מאנסי ביים אריינלייגן זייערע קינדער אין די מוסדות ויואל משה, צו ווען ס'איז געקומען די זוממער האבן די תלמידי ויואל משה געמיזט גיין צו די קעמפס וואס איז אונטער הגז"ל ועוד. זעענדיג די פראבלעמען, און אזוי אויך פארשטייט יעדער אז ס'איז נישט קיין שום תכלית פאר קיין קינד צו לערנען אין א מוסד וואס איז נישט איינשטומונג מיט דיין חסידות, האט קהל יטב לב ד'סאטמאר מאנסי באשלאסן מחדש צו זיין די סאטמארע מוסדות אונטערן נייען נאמען "ישיבה תורה ויראה ובית רחל דרב"י מ'סאטמאר מאנסי".
והכל על מקומו יבוא בשלום.
דעת תורה
רז"ל האט גארנישט קעגן זיין שוואגער ר' בעריש, און ער איז נישט אהין געגאנגען אים איבערווארפן. ער איז אהין געגאנגען פרובירן זיכער מאכן אז בארא פארק פאלט נישט אריין אין די אהרוני'שע הענט. דער פאקט איז אז ר' בעריש וואלט געשטאנען פיל בעסער אין זיין קהילה, עפעס ענליך צו רח"י איז אין מאנסי
דעת, איך האב געמיינט דו ביסט קלוגער (אדער בין איך דיך דן לכף זכות אז דו ביסט תש"ס נאכנישט געהאט בר מצוה געהאט און מען האט דיר אזוי איינגערעדט), פאקטן וואס איך און נאך טויזנטער האבן מיטגעהאלטן קענסטו נישט פארלייקענען
זאת ועוד יותר, איך ווייס ווי אזוי ר' בעריש איז געשטאנען אין ב"פ פון תשנ"ג ביז תש"ס, און ווי אזוי ער שטייט פון דעמאלטס ביז היינט, סאו מען רעדט נישט פון א העטעך פעטעך נאר פון א מציאות
אלס נקמה אקציע האט ר' חיים יושע געמאלדען אז מארגען גייט מען געבן בשר פאר לאנטש אין תלמוד תורה.
פיינע קאוועאלס נקמה אקציע האט ר' חיים יושע געמאלדען אז מארגען גייט מען געבן בשר פאר לאנטש אין תלמוד תורה.
מעכטיג! ב.ד.וו., די זאליס וואס זענען געבליבען אין ווילי, וועלן אויך זוכה זיין צו זעהן די נקמה, זייט מען גיבט מארגען א סעודת בשר דארט אויך.
פיינע קאוועאלס נקמה אקציע האט ר' חיים יושע געמאלדען אז מארגען גייט מען געבן בשר פאר לאנטש אין תלמוד תורה.
דאכט זיך אז ביז לעצטענס פלעגן זיי נאך נעמען בשר פון קרית יואל, איך ווייס נישט וואס היינט איז
שעפטלצו ווען ס'איז געקומען די זוממער האבן די תלמידי ויואל משה געמיזט גיין צו די קעמפס וואס איז אונטער הגז"ל
טאקע איינע פון די סיבות פארוואס קינדער האבן דאס יאר דייקא נישט געוואלט גיין אין קעמפס פון הגז"ל, איז צוליב די צומות הגידין פראבלעם.
און היי יאר זענען אסאך קינדער וואס באלאנגן צו קהל יטב לב געגאנגן צו די מחנה רב טוב ד'סאטמאר בנשיאות האדמו"ר מהר"א שליט"א
און וואס מיינסטע? נעכטן האט מען געכאפט צוויי קינדער אין מהרא"'ס קעמפ עסן צומת הגידין, איינער האט אפילו געהאט אין זיין לאקער א גיד הנשה. מ'האט זיי ארויסגעווארפן. פוינט איז, מ'קען נישט גיין ווילד. קינדער וועלן אלץ האבן די תאוות. ביי מהרז"ל איז אביסעל לויזער, מ'גייט נישט מיט'ן קאפ אין וואנט
שרייבערדעת תורה
רז"ל האט גארנישט קעגן זיין שוואגער ר' בעריש, און ער איז נישט אהין געגאנגען אים איבערווארפן. ער איז אהין געגאנגען פרובירן זיכער מאכן אז בארא פארק פאלט נישט אריין אין די אהרוני'שע הענט. דער פאקט איז אז ר' בעריש וואלט געשטאנען פיל בעסער אין זיין קהילה, עפעס ענליך צו רח"י איז אין מאנסי
דעת, איך האב געמיינט דו ביסט קלוגער (אדער בין איך דיך דן לכף זכות אז דו ביסט תש"ס נאכנישט געהאט בר מצוה געהאט און מען האט דיר אזוי איינגערעדט), פאקטן וואס איך און נאך טויזנטער האבן מיטגעהאלטן קענסטו נישט פארלייקענען
זאת ועוד יותר, איך ווייס ווי אזוי ר' בעריש איז געשטאנען אין ב"פ פון תשנ"ג ביז תש"ס, און ווי אזוי ער שטייט פון דעמאלטס ביז היינט, סאו מען רעדט נישט פון א העטעך פעטעך נאר פון א מציאות
זיי מסביר, איך פארשטיי נישט פונקטליך וואס דו זאגסט. דו האלטסט אז רז"ל'ס ציל יענעם חול המועד איז געווען דירעקט קעגן ר' בעריש? ער האט אים מער געקרענקט, מער געשטאנען אין וועג ווי די אהרונים? ס'איז זייער פשוט וואס ער האט געוואלט, סעקיורן בארא פארק עס זאל זיין אין זיין קאלום,, נישט ביי די אהרונים. ר' בעריש איז אים נישט געשטאנען מער אין וועג ווי ר' חיים וואזנער אדער ר' אלי' כ"ץ.
וויאזוי איז ר' בעריש געשטאנען בעפאר תש"ס, און וויאזוי שטייט ער היינט? איך כאפ נישט וואוהין דו צילסט. מיין פוינט איז געווען איין ווארט, דאס זעלבע וואס שעפטל האט געשריבן אויף רח"י: אויב גייסטו מיט ר"א מוזטו דיך אונטערווארפן אלל די וועי, און אויב ביסטו מיט רז"ל ביסטו נישט מער ווי א פאליטיקל עליי.
אפשר ערקלערסטו מיט וואס ר' בעריש איז מער אונטערגעווארפן ווי ר' חיים יושע?
ר' בעריש קען טון וואס ער וויל, ער קען אפילו פירן הקפות דארט, און דאכט זיך אז ער פירט טאקע ער קומט נישט קיין וומס"ב שמחת תורה
בעסער געפרעגט, זאג מיר וואס ר' חיים יושע קען טון אין מאנסי וואס ר' בעריש קען נישט טון אין ב"פ?
פארשטייסט טאקע נישט דעם חילוק? ביי רח"י שטייט אויף די צעטלעך בנשיאות הגאב"ד (האדמו"ר...), מער פון דעם, ער פירט זיך זיין אייגן קרעמל, רז"ל קען אמאל קומען, אבער ווי א גאסט, טאקע א גרויסער גאסט, דאך נאר א גאסט. ווען מען מאכט א חומש סעודה איז ער בראש, נישט רז"ל.
פליז עקספלעין וואס דו האסט פריער געשריבן, איך בין נייגעריג וואס איך ווייס נישט.
און סאטמאר איז דא 2 פוינטס אוו וויו איבער סוקסעשען
איינס צד מהר"א אז דער ברך משה האט אים אלעס געוואלט איבערגעבען, דאס צווייטע פון צד מהרז"ל אז יעדער פון די קינדער נעמט זיך א נתח פאר זיך
איצט זיי מיר מסביר וואס האט רז"ל געזיכט דארט חוה"מ, לשיטתו (און ווי ער פירט זיך טאקע און מאנסי אבער נישט און מאנטריאל) וואס א רעכט האט ער געהאט זיך אריינצישטיפען די נאז און יענעמס טעפל??
אגב לויט וויפיל איך קען ב"פ שטייט ר' בעריש אסאך בעסער ווי בעפאר נ"ט, אסאך אסאך בעסער (אבער דאס איז אויך נישט מי יודע מה...)