☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » זיי זיך מודה! וואס איז געווען דיין נערישטע סטעיטמענט דא?
זיי זיך מודה! וואס איז געווען דיין נערישטע סטעיטמענט דא?
25 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5442
טיטאניק » מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 11:25 pm
· #168553
זיי זיך מודה! וואס איז געווען דיין נערישטע סטעיטמענט דא?
דער עולם דא האט אסאך קאנפידענץ, חברה מיט די נאז ארויף שטאלץ ביז די לבנה און שיינען ווי זי זון
די שרייבערס דא האלטען דאך אז זייערע תגובות זענען אויסנאם קלוג און שארף
אבער יעדער ווייסט דאך נפש בהמתו, איז יעצט געקומען די צייט פון קלאפען די אייגענע איגו, און מודה זיין בשער בת רבים די דורכפעלער וואס מען האט געהאט דא אין שטיבעלע
יעדער איז מכובד ארויף צו ברענגען א תגובה וואס ער אליין האט געשריבן אבער ער האלט אז עס איז געווען די מערסט סטופעדט און סענץ-לאז
עס איז פשוט א געזונטע זאך, ווייל אויב האלט מען אזוי די גאנצע טאג די קאפ ארויף קען די האלדז ווערען פארכאפט אין א סטיף נעק
יאללא לאמיר זען ווער עס איז גענוג שטארק צו מודה זיין על האמת ועל הבושה
נו?
שמעקעדיג » מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 11:33 pm
· #168554
טיטאניק
אויב האלט מען אזוי די גאנצע טאג די קאפ ארויף קען די האלדז ווערען פארכאפט אין א סטיף נעק
טיטאניק » מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 11:43 pm
· #168556
מען טאר זיך נישט שעמען
פילט היימיש
עמו אנכי בצרה
שמעקעדיג » מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 11:47 pm
· #168557
איך האב אסאך נארישע... ואין אדם כות"ב אא"כ נכנס בו רוח שטות.
למשל דאס.
http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 75#p166375
שמעקעדיג » מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 11:54 pm
· #168558
אסאך מאל שרייב איך א ווערטל, א וויץ, כ'רעד מיך איין ס'א גוטס, דערוילעם העט הנאה האבן. אבער איך קום צוריק אפאר שעה דערויף, אין קול ואין לייקע. כקול קורא במדבר.
קומעך א טאג שפעטער, ועדיין כיתומים היו. מסתמא זענען זיי צו קארני.. 🙄
טיטאניק » מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 11:55 pm
· #168559
שמעקעדיג
אסאך מאל שרייב איך א ווערטל, א וויץ, כ'רעד מיך איין ס'א גוטס, דערוילעם העט הנאה האבן. אבער איך קום צוריק אפאר שעה דערויף, אין קול ואין לייקע. כקול קורא במדבר.
קומעך א טאג שפעטער, ועדיין כיתומים היו. מסתמא זענען זיי צו קארני.. 🙄
נא נא נא מיט א פתח
די לעצטע תגובה איז געווען זייער גוט
איך האלט טאקע אז דו האסט געהאלטן נאך א שטומפיגע גלעזל משקה
קאווע טרינקער » דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 12:02 am
· #168560
שמעקעדיג
אסאך מאל שרייב איך א ווערטל, א וויץ, כ'רעד מיך איין ס'א גוטס, דערוילעם העט הנאה האבן. אבער איך קום צוריק אפאר שעה דערויף, אין קול ואין לייקע. כקול קורא במדבר.
קומעך א טאג שפעטער, ועדיין כיתומים היו. מסתמא זענען זיי צו קארני.. 🙄
לאו דווקא. מן הסתם איז עס פון די נישט געליינטע הודעות מיינע, וועגן דעם פעילט די לייק.
שמעקעדיג » דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 12:10 am
· #168561
אסאך מאל איז עס צו טיף. און רוב ניקס כאפן נישט, נאר אזעלכע טיפע בליץ קעפ ווי דיר ודכוותיך.
ווי צב"ש דא:
שמעקעדיג » דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 12:15 am
· #168563
שמעקעדיג
אסאך מאל שרייב איך א ווערטל, א וויץ, כ'רעד מיך איין ס'א גוטס, דערוילעם העט הנאה האבן. אבער איך קום צוריק אפאר שעה דערויף, אין קול ואין לייקע. כקול קורא במדבר.
קומעך א טאג שפעטער, ועדיין כיתומים היו. מסתמא זענען זיי צו קארני.. 🙄
צומאל שרייב איך א וויץ
כ'רעד זיך איין עס איז א גוטס
נישט צו ערנסט, נישט צו בייסיג
כ'רעכן זיך אויף לייקס לכה"פ דרייסיג
איך קום שפעטער צוריק
איך גיי געבן א קוק
אבער אין קול ואין לייקע
פארוואס טאקע? תיקו
מסתמא בין איך געווען שיכור ווי העליפורני
און די וויצן זענען זייער קארני
zurich » דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 12:20 am
· #168565
שמעקעדיג האט יעצט מודה געוועין אז זיין דרייוו צו שרייבן איז פאר די לייקס!
שמעקעדיג » דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 12:28 am
· #168567
נו זרח... פארגינסט מיר נישט א לייק?...
איך שרייב נישט לבטלה. איך וויל מהנה זיין מענטשן.
איך שרייב נישט וועגן לייקס בכלל, אבער כו"ע מודי אז דאס גיבט א שטופ,
מיין דרייוו איז צו מהנה זיין די חברים, שעירן אינפא, פארברענגען.
די לייקס טוט נאר איבערצייגן אז איך האב געגרייכט דעם ציהל.
ונבנתה העיר » דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 12:28 am
· #168568
שמעקעדיג
אסאך מאל איז עס צו טיף. און רוב ניקס כאפן נישט, נאר אזעלכע טיפע בליץ קעפ ווי דיר ודכוותיך.
ווי צב"ש דא:
אדער דא.
טיטאניק » דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 12:32 am
· #168569
ונבנתה העיר
שמעקעדיג
אסאך מאל איז עס צו טיף. און רוב ניקס כאפן נישט, נאר אזעלכע טיפע בליץ קעפ ווי דיר ודכוותיך.
ווי צב"ש דא:
אדער דא.
די אייגענע שמוץ וועש נישט יענעמס!
לייג ארויס
רויטע וואנצעס » דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 1:32 am
· #168574
בד"וו איך שרייב נישט פאר לייקס, מיין כלל איז איך שרייב עפעס וואס וועט מיך ברענגען אטענשין, לייקס איז א רעסיט ס'זאגט מיר וויפל פון די גוטע סחורה כ'האב באקומען. 😮 😃
טיטאניק » דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 9:24 am
· #168590
רויטע וואנצעס
בד"וו איך שרייב נישט פאר לייקס, מיין כלל איז איך שרייב עפעס וואס וועט מיך ברענגען אטענשין, לייקס איז א רעסיט ס'זאגט מיר וויפל פון די גוטע סחורה כ'האב באקומען. 😮 😃
נאט אייך א רעסיט.... 👍 👍 👍
שמעקעדיג » דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 6:12 pm
· #168771
דער עולם רופט זיך נישט אן ווארעם צום אפיעל?
טיטאניק » דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 6:30 pm
· #168778
שמעקעדיג
דער עולם רופט זיך נישט אן ווארעם צום אפיעל?
איך האלט שוין לאנג אז מענטשען האבען מורא צי מודה זיין אויף א טעות, אבער סאיז זייער א געזונטער זאך,
ביסט נישט קיין מלאך! ביסט בארעכטיגט צו מיסטעיקען, אדרבה מיט דעם וואס די ביסט נישט מודה אויף מיסטעיקס ווייזטי אז די ביסט נישט קיין מענטש, ווייל א מענטש מאכט יא מיסטעיקס
נו, ריפט אייך אן ווארעם למען מין האנושי
atmybest » דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 6:48 pm
· #168783
יגעתי ולא מצאתי.
סארי.
דער (פינטעל) איד » דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 7:59 pm
· #168803
atmybest
יגעתי ולא מצאתי.
סארי.
איך מיין אז דאס איז דיין נארישסטע סטעימענט!... (האסט עס טאקע ממש געמוזט שרייבן דא באותו מקום?..)
משה געציל » דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 8:19 pm
· #168812
שמעקעדיג
דער עולם רופט זיך נישט אן ווארעם צום אפיעל?
הערסט א מעשה! דער שמעקדיג מיט זיינע זיבן א האלב טויזענט תגובות כולם שוין לטובה, קען אפשר (לדעתו) אויף זיינע פינגער ציילן עפעס האלב נאריש... צווישן אלע מיינע נארישע הודעות? גאט אין הימל! וואו פאנגט מען אן?!
#לועג לראש
שמעקעדיג » דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 8:30 pm
· #168813
אמר רבי ע-קביא, שקול תגובה אחת של משה (געציל) יותר מאלף תגובות של שמעקעדיג, ועוד תני בר כפרה, אמר הקב"ה חביבה עלי פערדישע גאונות יותר מריח ניחוח, שנאמר טוב לי תורת נטעי ההרים מאלפי זר זהב וזרש כסף, כי לי הכסף ולי הזהב נאום ה', עיי"ש באריכות ויונעם לך.
shem-tov » דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 8:32 pm
· #168814
די איינציגסטע מאל וואס איך פיל מיך נעריש נאכן שרייבן א תגובה איז ווען כ'לאמיך פונעם יצה"ר און איך ענטפער פאר עפעס א פראוואקאטישער ניק און דערנאך ענטפערט ער מיר ברוב טפשתו, איך פיל דאן ווי איך עס מיך אויף פארוואס כהאב מיך בכלל געשטעלט אין ווארט מיט דעם קליינעם קאפ. דאס מאכט זיך מיר אין ריעל לייף אויך. אזוי ווי איינער האט געשריבן פארוואס מען טאר זיך נישט טענהן מיט א נער.
חוץ מזה אסאך מאל שרייב איך עפעס א פשוטע זאך און כבאקום אסאך לייקס, איך וואונדער מיך פארוואס אבער שוין, און אסאך מאל שרייב איך עפעס אזאך וואס כ'רעד מיך איין סאיז א קאפשטיק און גארנישט, קיינער מאכט זיך נישט וויסענדיג.
ס'קען אויך האבן צו טאן מיט ווער סשענקט דיר די ערשטע פאר לייקס א בחינה פון ומי ראה את אלו לייקין ולא לייק.
בקיצור. אמאל א לייק אמאל א פייג
משה געציל » דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 8:59 pm
· #168831
שמעקעדיג
אמר רבי ע-קביא, שקול תגובה אחת של משה (געציל) יותר מאלף תגובות של שמעקעדיג, ועוד תני בר כפרה, אמר הקב"ה חביבה עלי פערדישע גאונות יותר מריח ניחוח, שנאמר טוב לי תורת נטעי ההרים מאלפי זר זהב וזרש כסף, כי לי הכסף ולי הזהב נאום ה', עיי"ש באריכות ויונעם לך.
אוי שמעקי, פליז סטאפ וויט דיס ב"ש
עיינתי באריכות ולא נעניתו.
#איך לויף צו פאפא חתונה
berlbalaguleh » דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 10:22 pm
· #168859
atmybest
יגעתי ולא מצאתי.
סארי.
אה, דאס איז אן אמת'ער עניו. זייט משה רבינו איז נישט געווען אזא עניו אויף די גאנצע איי-וועלט 🙄 😂 .
שמעקעדיג » פרייטאג אפריל 24, 2015 12:30 am
· #269264
העי, וואס איז געשען יעצט??
הוי, דערמאנסט מיר אלטע מעמאריעס...
מדי דברי בו, דא האב איך געשריבן א תגובה און געענדיגט מיט א פאסיגע מליצה. לויט די לייקס קוקט נישט אויס ווי דער עולם האט תופס געווען די כוונה דערין. אדער אפשר איז מען זיך נישט נוהג צו לייקן אויף דברי אבלות?
עס איז פאראן מערערע אזעלכע. אבער שוין. לאז געמאך.
עניוועי, צוריק צום ענין!