☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » אייער מיינונג און עקספיריענס איבער היימישע געשעפטן

אייער מיינונג און עקספיריענס איבער היימישע געשעפטן

156 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5423
בלאט: 1 2 3 4

שטילע אינגערמאן » מוצ"ש דעצעמבער 14, 2013 8:16 pm

· #167952
אייער מיינונג און עקספיריענס איבער היימישע געשעפטן
איך פיהל ס'וואלט געווען גאנץ וויכטיג פאר אונז צו האבן דא א אשכול ווי יעדער קען זאגן זיין מיינונג איבער היימישע געשעפטען
דאס רעכנט אריין פרייז, געשמאק איינצוקויפן, ריין, גוטע קאסטומער סערוויס וגו'

שטילע אינגערמאן » מוצ"ש דעצעמבער 14, 2013 8:21 pm

· #167956
אין א געוויסע גראסערי די וואך ערב שבת, איז געשטאנען א פרוי צו צאלן, עס קומט איר טשאנס צו צאלן זאגט זי אז זי וויל דעליווערי, זיי פאקן אלעס אריין אין באקסעס, (דער פרוי געבט נישט אפי' אפ איר נומבער, די רעזשיסטער האט אליין געקענט די נומבער אלץ גוטע קאסטומער) רופט זיך אן די גוי "סארי דעליווערי איז נאר איבער $70. איך קוק אויפן סקרין אין איך זעה אז זי האט אנגעקויפט פאר $68.36. הכלל זי הייבט זיך אן בעטן אז זי קען נישט אהיים שלעפען א באקס, אבער דער ערל זאגט סארי איטס דע פאליסי, רופט זיך אן די פרוי "ווייסטע וואס, עדד ענאדער $2" זאגט דער ערל "נאו איי קענט, יו העוו טא ביי סאמטינג".

איז דאס נארמאל?????????

sefish » מוצ"ש דעצעמבער 14, 2013 8:25 pm

· #167957
זיכער נישט אבער א גוי קען נישט טוישן און ער האט מורא צו טון אנדער ווי אפיציעלע פאליסי, איך גלייב אז אויב וואלט פינקט דורך א אידישע מענעדזשר וואלט ער עס דורכגעלאזט

שטילע אינגערמאן » מוצ"ש דעצעמבער 14, 2013 8:29 pm

· #167958
סארי. איך מיין זיי מעגן זאגן די גוים אביסל נארמאלקייט, זיי מעגן עיהם זאגן אז ווען א גוטע קאסטימער האט אין זיין קארט $68 מעג מען בייגן די פאליסי.
ס'דא גענוג היימישע געשעפטען וואס אזא מעשה וואלט נישט פאסירט. אלעס ווענדט זיך אין די טרעינינג זיי באקומען

sefish » מוצ"ש דעצעמבער 14, 2013 8:30 pm

· #167959
איך הער . איך וואלט ווען דארט געלאזט אלעס און אוועק אומבאצאלט

שמעקעדיג » מוצ"ש דעצעמבער 14, 2013 9:47 pm

· #167987
[ציטאט אראפגענומען]

אפשר ביסטו זיך מער מסביר? וואס קען מען זיך לערנען דארט?

קאווע טרינקער » מוצ"ש דעצעמבער 14, 2013 9:51 pm

· #167989
ס'דא אן אשכול וועגן דער וויינשטאק...
שמעקעדיג, זוך עס אויף

בעל הבית » מוצ"ש דעצעמבער 14, 2013 9:54 pm

· #167992
G&B אין ב.פ. האט געוועלדיגע קאסטומער סערוויס , צו דעם אויך 2 גאר גיטע פיטערס איך מאך נישט דא קיין עדווערטייזמינט איך רעד פין מיין עקספרינס

ישמעאל הכהן » מוצ"ש דעצעמבער 14, 2013 9:55 pm

· #167993
דער אשכול אבער קען פארפארן מיט האקן אויף קאנקורענטן און זיך אליינס לויבן.... ווער זאגט אז די געשיכטעס דא זענען וואר?

שטילע אינגערמאן » מוצ"ש דעצעמבער 14, 2013 9:59 pm

· #167995
רוב ק"ש חברה זענען ליידיג גייערז וואס באבן נישק קיין געשעפטען אין זיכער נישט קיין קאונקערענטס. איך ווערטעל מיך. האסט א שטיקל פוינט

שמעקעדיג » זונטאג דעצעמבער 15, 2013 12:05 am

· #168010
שטילע אינגערמאן
רוב ק"ש חברה זענען ליידיג גייערס

חברה לאמיר אים ארויסווארפן פון דאנעט.. ווער קען מיר העלפן?
אויך מיר א שטילער

ירחמיאל הויטשינדער » זונטאג דעצעמבער 15, 2013 12:07 am

· #168011
איך האב זייער הנאה געהאט פון מיכל'ס טוי סטאר 20 יאר צוריק ווען כ'האב געדארפט הבן גוטע פענסיל שארפענערס זי האט אייביג געהאט די גוטע מינע און פאר ביליג

שמעקעדיג » זונטאג דעצעמבער 15, 2013 12:36 am

· #168013
קאווע טרינקער
ס'דא אן אשכול וועגן דער וויינשטאק...
שמעקעדיג, זוך עס אויף

יגעתי ולא מצאתי.

שטילע אינגערמאן » זונטאג דעצעמבער 15, 2013 12:45 am

· #168015
שמעקעדיג
שטילע אינגערמאן
רוב ק"ש חברה זענען ליידיג גייערס

חברה לאמיר אים ארויסווארפן פון דאנעט.. ווער קען מיר העלפן?
אויך מיר א שטילער

איך האב צו גענדיגט אז איך ווערטל מיך, פליז לאז מיך געמאכט, איך זעה די האסט שוין באקומען א לייק נאר פאר מיר וועלן שולח זיין, איך בין בטבע א שטילע אין כוועל זיך נישט קענען קעגן שטעלן, כהאב נישט געמיינט צו טשעפנען אין זיכער נישט די, די טאטע פון קאווע שטיבעל

שמעקעדיג » זונטאג דעצעמבער 15, 2013 12:50 am

· #168016
נו, דא אין שטיבל דארף מען האבן די בעטעריס אנגעצינדן.
עם לץ תתלצל.

רויטע וואנצעס » זונטאג דעצעמבער 15, 2013 12:52 am

· #168017
די טאטע פון קאווע שטיבל האט געזאגט, און די רבי פון קאווע שטיבל האט געלייקט. ס'נישט פשוט. 🙂

שטילע אינגערמאן » זונטאג דעצעמבער 15, 2013 12:55 am

· #168018
סאיז ביטער ווי א גל, עפעס א פתח חרטה? אדער איך מוז שוין עפענען א נייע ניק?

רויטע וואנצעס » זונטאג דעצעמבער 15, 2013 12:59 am

· #168019
קענסט תשובה טוען מיט מעטשען דיין לייקס מספר מיט די געגעבענע.

אפטעמיסט » זונטאג דעצעמבער 15, 2013 1:05 am

· #168020
איך האב גראדע נישט ליב אריין צו שטעקן מיין נאז אין יענעמס קריגעריי, אבער איך פיל סאיז וויכטיג דאס מאל. דער אזוי גערופענער שטילער אינגערמאן (וואס נאך) ווייסט נישט פון עפעס אנדערש אויסער פליקען שטעכן און טשעפען. איך האב גראדע הנאה פון אים, ער קאסט מיר אסאך שמייכלען און לייקס, אבער צי איז ער טאקע א שטילער אינגערמאן? לדעתי איז ער ענדערש א הויכער ("הויעך" עז אין לאוד) בחור.

zurich » זונטאג דעצעמבער 15, 2013 2:54 am

· #168030
בעל הבית
G&B אין ב.פ. האט געוועלדיגע קאסטומער סערוויס , צו דעם אויך 2 גאר גיטע פיטערס איך מאך נישט דא קיין עדווערטייזמינט איך רעד פין מיין עקספרינס

דו מיינסט מסתמא בלשון סגי נהר ניין?

איך אויך » זונטאג דעצעמבער 15, 2013 3:26 am

· #168032
ניין.דער עלטערער פיטער דארט איז א פיינער איד מיט א שמייכל וואס פראבירט צו מאכן דאס בעסטע פון א שטיקל דשאנק סחורה הנקרא חסידישער סוט בימינו.

berlbalaguleh » זונטאג דעצעמבער 15, 2013 12:43 pm

· #168079
שטילע אינגערמאן: נאך א מזל דו האסט דערמאנט דעם נאמען פון געשעפט. ב"ה איך בין שוין נישט קיין קאסטומער דארט. איך קען דיר זאגן אז דאס איז נישט דער סטאנדארט פון ביזנעס אין אלע ארומיגע גראסעריס אין די געגנט. ביידע געשעפטן פון מעגא אויף דרייצן געבן א סאך א בעסערן סערוויס. איין תקופה ביניך געווען א סטעדי קאסטומער ביי מעגא אויף 51. זיי האבן געהאט זייער א גוטע סערוויס, חוץ די פרייזן וועלכע זענען געווען די בעסטע. דארט איז געווען א מענעדזשער וועלכער האט ערלעדיגט אלע פראבלעמען וועלכע האבן זיך געמאכט אויפ'ן בעסטן אופן. איבער'ן נמש 🙄 😈 ל וויל איך נישט ווייטער רעדן וועיגן לשון הרע. נאר אזויפיל וועל איך יא זאגן. אז אלעס ווענדט זיך ווער דער בעה"ב איז. וואספארא מענטש (אדער אומ-מענטש ער איז.(.

רויטע וואנצעס » זונטאג דעצעמבער 15, 2013 12:50 pm

· #168083
טאקע א חידוש, מעגא 51 איז א דיסקאנט גראסערי און זענען דאך זייער העפליך. אפילו די גוים זענען נייס. אין יודל'ס סופערמארקעט זענען די גוים אויך זייער העפליך.

יושב קרן » זונטאג דעצעמבער 15, 2013 12:55 pm

· #168088
אבער ביי יודל'ס צאלסטע פאר די נייסקייט. זאלסט בעסער נישט אריינגיין צו ידל'ס שאפן אן א פילן קרעדיט קארד. יא אפילו זיי געבן דיר 2 לעיקוואד דזשוסן פאר 5 דאלער.

berlbalaguleh » זונטאג דעצעמבער 15, 2013 12:57 pm

· #168089
רויטע וואנצעס
טאקע א חידוש, מעגא 51 איז א דיסקאנט גראסערי און זענען דאך זייער העפליך. אפילו די גוים זענען נייס. אין יודל'ס סופערמארקעט זענען די גוים אויך זייער העפליך.

און ביי יודל'ס זענען די פרייזן אויכעט גוט! הוא אשר דיברתי. אלעס ווענדט זיך ווער דער בעה"ב איז. אין יענעם אנדער'ן גראסערי וואו די סערוויס הינקט אונטער, איז דער בעה"ב אויך נישט פון די פיינסטע מענטשן. 😂 😎

יושב קרן » זונטאג דעצעמבער 15, 2013 1:00 pm

· #168092
וואס? יא גוט טייער! יידלס איז פון די טייערסטע גראסעריס אין בפ!

רויטע וואנצעס » זונטאג דעצעמבער 15, 2013 1:06 pm

· #168097
אלו ואלו זענען גערעכט, יודל'ס איז א mix bag. ברויט (1.99!) און ענדליכע בעסיק זאכן זענען ביליג, אבער ווען דו הייבסט אן קויפן פעפער גודס, זייפן, און אנדערע נישט עסן זאכן, איז עס גאנץ טייער. די סערוויס איז אבער אלעמאל גוט.

דער (פינטעל) איד » זונטאג דעצעמבער 15, 2013 1:07 pm

· #168099
אין וויליאמסבורג איז וואן סטאפ קאשער דאס ביליגסטע גראסערי

berlbalaguleh » זונטאג דעצעמבער 15, 2013 1:07 pm

· #168100
שטילע אינגערמאן
רוב ק"ש חברה זענען ליידיג גייערז וואס באבן נישק קיין געשעפטען אין זיכער נישט קיין קאונקערענטס. איך ווערטעל מיך. האסט א שטיקל פוינט

זעהסט. אויף דעים וועל איך דיר נישט געיבן א לייק. איך בין בטבע א מענטש וואס אויב איינער ק--ט אריין אין מיין פנים זאג איך נישט אז ס'רעיגנט! 😂 🙄 😈

sefish » זונטאג דעצעמבער 15, 2013 1:10 pm

· #168103
רויטע וואנצעס
אלו ואלו זענען גערעכט, יודל'ס איז א mix bag. ברויט (1.99!) און ענדליכע בעסיק זאכן זענען ביליג, אבער ווען דו הייבסט אן קויפן פעפער גודס, זייפן, און אנדערע נישט עסן זאכן, איז עס גאנץ טייער. די סערוויס איז אבער אלעמאל גוט.

יושב איז גערעכט. אפשר בעיסיק זאכן ווי מילך און ברויט נישט, אבער אלע אנדערע עסן מיט וואס א גראסערי איז פיל זענען זיי אויף אלעס טייערער ווי כמעט יעדע עוורידזש גראסערי.

שטילע אינגערמאן » זונטאג דעצעמבער 15, 2013 1:12 pm

· #168104
berlbalaguleh
שטילע אינגערמאן
רוב ק"ש חברה זענען ליידיג גייערז וואס באבן נישק קיין געשעפטען אין זיכער נישט קיין קאונקערענטס. איך ווערטעל מיך. האסט א שטיקל פוינט

זעהסט. אויף דעים וועל איך דיר נישט געיבן א לייק. איך בין בטבע א מענטש וואס אויב איינער ק--ט אריין אין מיין פנים זאג איך נישט אז ס'רעיגנט! 😂 🙄 😈

אין טאמער איינער ק---ט אין דיין פנים פאר א ווערטל, וועסטו אויך נישט לייקן? 😉

berlbalaguleh » זונטאג דעצעמבער 15, 2013 1:19 pm

· #168108
שטילע אינגערמאן
berlbalaguleh
שטילע אינגערמאן
רוב ק"ש חברה זענען ליידיג גייערז וואס באבן נישק קיין געשעפטען אין זיכער נישט קיין קאונקערענטס. איך ווערטעל מיך. האסט א שטיקל פוינט

זעהסט. אויף דעים וועל איך דיר נישט געיבן א לייק. איך בין בטבע א מענטש וואס אויב איינער ק--ט אריין אין מיין פנים זאג איך נישט אז ס'רעיגנט! 😂 🙄 😈

אין טאמער איינער ק---ט אין דיין פנים פאר א ווערטל, וועסטו אויך נישט לייקן? 😉

אז מ'ק--ט איז נישט דא קיין ווערטל. דו ווייסט די מעשה מיט שרה אמנו. דער שטן איז איהר געקומען זאגן אז יצחק איז געשח'טן געווארן...כמעט. נאר ביז ער האט ארויסגעזאגט דעם "כמעט" איז פרחה נשמתה. ער האט געוואלט זאגן א קיוט דזשאוק, און קוק וואס ס'איז ארויסגעקומען פון דעים. 😎 😂 🙄

ירחמיאל הויטשינדער » זונטאג דעצעמבער 15, 2013 1:22 pm

· #168110
אברהם האטעם טאקע נישט געלייקט

שטילע אינגערמאן » זונטאג דעצעמבער 15, 2013 1:24 pm

· #168113
ירחמיאל הויטשינדער
אברהם האטעם טאקע נישט געלייקט

אין וואס איז די נמשל? אז בערל בעל עגלה'ז ווייב גייט נישט לייקן? נישקשה

קאווע טרינקער » זונטאג דעצעמבער 15, 2013 1:28 pm

· #168115
שמעקעדיג
קאווע טרינקער
ס'דא אן אשכול וועגן דער וויינשטאק...
שמעקעדיג, זוך עס אויף

יגעתי ולא מצאתי.

גערעכט.
ס'איז געווען אויף איי-וועלט
<a class="postlink" href="http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=380975#p380975">http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 75#p380975</a>

רויטע וואנצעס » זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:59 pm

· #168202
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/4031">viewtopic.php?p=4031#p4031</a><!-- l -->

בעל הבית » מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 12:09 am

· #168267
דא א געשעפט פוד מארד אויף 13 ביי 45 לכאורה די טייערסטע געשעפט אין שטאט, סערוויס אויך נישט איי איי , אזא גיטע מאנטש ווי די בעה''ב האב איך שון געזען

יושב קרן » מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 12:10 am

· #168269
ער איז אפען 6/24 דארף ער זיך ערגעץ קאווערן. גארמעט גלאטט איז אונטער דעם זעלבן מענטש זילבערשטיין

בעל הבית » מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 12:17 am

· #168274
אין גארמעי איז כאטש דא אפאר וואלע מאנטשן אהרן יודל'ס זין אין איינקיל.ר'משה כף

zurich » מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 8:12 pm

· #168501
הארא הארא יא!! לשון הרע ניין!!

רבותי בארעכנסט אייך יא איך ווייס אס ס'געשמאק אבער ס'דא א פסוק אין די תורה ' ארור מכה את רעהו בתסר'

לשון הרע ווייס איך נישט ווייל באפי תלתא איז דאך שוין נישט קיין ל"ה

שטילע אינגערמאן » מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 8:28 pm

· #168505
איך פארשטיי ביי אייך אין ציריך איז נאר דא איין גראסערי ממילא פארשטייט איר בכלל נישט די רעדנע דא.
אבער ביי אונז אין די גאלדענע אמעריקא איז דא אויף יעדע בלאק איינס, אין אסאך פון די גראסעריז פירן זיך נישט אויף כדבעיה.
אזא אשכול קען העלפן מענטשן מחליט צו זיין ווי צו שאפן. זאלן אלע גראסערי'ס וויסען אז זיי דארפן האבן גוטע ריוויוז אויף ק"ש
אין נאך אביסעל ווען איר וועט אריין גיין און א גראסערי אין ענדיגן אייערע ארדער וועט די בעה"ב פרעגן "זענט איר צופרידען מוט אונזער סערוויס? אויב יא פליז לאז א תגובה אויף ק"ש"
די צייטן פון שלאגן כפרות מיט קאסטומער'ס וועט זיך ענדיגן. לאל

קאשמארן » מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 8:31 pm

· #168507
וויאזוי איז די סערוויס ביי פאמגרענעט?

דער (פינטעל) איד » מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 8:31 pm

· #168508
אין רוב גראסעריס איז דער בעה"ב נישט אוועלעבעל אפילו דיר צו זאגן א ווארט

איינער האקט

שמו יגער » מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 8:47 pm

· #168512
קאשמארן
וויאזוי איז די סערוויס ביי פאמגרענעט?

פאמעגרנעט איז דא ברייטע איילס,א ריזן סעלעקשן יעדע דעפארטמענט האט גענוג אידן אין גויים דיך צו סערווירן עס זענען כסדר דא וואס מאכן זיכער אז עס איז דא גענוג סחורה אזוי אויך בשעת מען פאקט אן די שעלפס פרובירן זיי נישט צוצנעמען קיין סאך פלאץ אזוי מען קען זיך גרינג באוועגן בשעת זיי ארבייטן
טשעק אויט קאנטערס פארשטייט זיך ווענט זיך ווען די גייסט אבער על פי רוב איז דא גענוג אין נאך טשעק אויט קאנטערס עס דרייען זיך אסאך היימישע מענעדזערס אזוי אז עס איז דא א היימיש פנים צו פרעגן ווען מען איז אביסל פארלוירן
פרייזין קען נאך קאמיפטן מיט רוב גראסעריס אין די געגנט (אויסער כולל פארשטייט זיך.............)

zurich » מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 9:18 pm

· #168523
אין פאמעגרענעט איז דא א זאך וואס איך האב נישט געזעהן ביי קיינעם, די גוים פאקן אראפ דיין סחורה אויפן קאנטער,און דו קענסט ווייטער שטיין מיטן גראדען רוקן!

'שטילער יונגערמאן' דו הערסט אפילו אין צירוך איז נישט דא אזא סערוויס...

דער (פינטעל) איד » מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 9:25 pm

· #168525
מ'זאגט אז זייערע היימישע עסן איז פון גן עדן אליינס

I'm back » דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 11:04 am

· #168606
דער (פינטעל) איד
מ'זאגט אז זייערע היימישע עסן איז פון גן עדן אליינס


אויב דאס איז גן עדן, ציטער איך פון די גהנום

שטילע אינגערמאן » דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 2:09 pm

· #169192
רבותי. סע קומט שבת, איך זוך א גוטע טעיק-אוט אין ב"פ, גוטע עסען און ריינע סטאר איז בעיקור וואס איך וויל.

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 2:18 pm

· #169194
מייזנערס. ניו יוטרעקט צווישן 54-55.
דעלי פלוס. 18 צווישן 58-57
מיעל מארט פארט העמיליטאן קאר. 46.

ס'דא אסאך אבער דיע האבן א היימישע טעם.

אפטעמיסט » דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 2:21 pm

· #169197
שטילע אינגערמאן
גוטע עסען און ריינע סטאר איז בעיקור וואס איך וויל

גיי קיין שומר שבת. די עסן איז גוט און דער פלאץ איז ציכטיג ריין
בלאט: 1 2 3 4