ס'איז סך קלענער מיט ווייניגער שטראלן. ביים רעדזשיסעטער איז עס גרינגער מכוון צו זיין ווייל ס'איז ריזיג. כן נראה לי
אייער מיינונג און עקספיריענס איבער היימישע געשעפטן
156 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5423
[ציטאט אראפגענומען]
פאר מיר איז עס אסאך גרינגער, ׳׳גפן״ קויף איך נישט אלס פאלעסי פאר זײער מאפיא שטיק, און ״נעיטשערס און״
היות ס׳איז די בעסטע (אין מײ אפיניון) מסתם באלאנגט עס שוין פאר גפן קויף איך עס אויך נישט איז דארף איך
נאר שלעפען צװײ באטלעך צום סקענער.
גליקס איז אויך גפן! דארפסטו שוין גארנישט שלעפן...
לויט וויפיל איך ווייס איז 'נעטשורס און' נישט קדם-גפן.
איך אויךלויט וויפיל איך ווייס איז 'נעטשורס און' נישט קדם-גפן.
אדער יא אדער נײן, איך האב עס נישט געמײנט ערנסט.
די מיינסט טאקע אז קדם וואלט צוגעלאזט נאכאיינעם פארקויפן גרעיפ זשוס?
אפשר איז דא די פלאץ פארצולייגן מיין טענה..
פארוואס ווען איך שלעפ מיך צום גראסערי און איך שטיין און די ליין, נאכן זיך אנארבעטען און אויסוועלען פון די ליסטע וואס די יאכנע האט מיר אנגעפירקלט, קען איך נישט האבן די כבוד אז דער ספאנישער זאל ארויפלייגן מיין זאכן פונעם וואגן צום קאונטער? און דער וואס רופט אריין א ארדער זיצענדיג אויפן פאטעל, מיטן צוגארטל אין די הענט, ער באקומט יא די סערוויס?..

פאר די זעלבע סיבה וואס די ספאנישע טראגט נישט אהיים דיינע דריי בעגס, און יענע וואס רופט אריין יא.
און פארוואס ווען די ביסט ביי דיין מאמע אינדערהיים און די רעדסט צו איר און אינמיטן רופט דיין ברידער אריין רעדט זי ערשט צו אים פארשטייסטו יא?

סאטמאר טעיק אוט אויף 50 איז געשטאפט גג על גג ווי נאך א הינגער יאר, מקען קוים אריינגיין. בין איך געגאנגנן צו מייסנער, 3 מענטשן דארט אריין און ארויס
חוצפה פון א היימישע שמחה זאל
כ'בין דא אין א בעסערע היימישע שמחה זאל, כ'בין געקומען פרי צוליב זיין א גוטע פריינט מיט די בעל שמחה, ס'איז נאך היבש ליידיג,
כ'כאף א שפאציער אריין אין קאך אין זעה ווי סשטייט א וועיטיר אין נעמט ארויס פון פריד'ז אלטע קאקע קאלע'ס (פון די נעכטידע שמחה) אין גיסט אריין איינס אין צווייטען.
כ'האב געזעהן ווי ער קוקט מיר אן האב איך שנעל אוועק געקוקט כאילו כ'האב נישט באמערקט.
אבער מיטן ווינקעל אויג קוק איך נאך דער וועיטער אין באמערק ווי ער שטעלע ארויס אויפן טיש די אלטע פלעשער קאקע קולע, כ'בין שנעל צו געגאנגען אין געזעהן אז דער גוי איז גאנץ פראפעשינעל, פילט עס אן כמעט ביז אויבן ס'זאל אויס זעהן ניי אין פארמאכט עס שטארק.
כ'עפען אויף א פלעשעל אין כ'גיס מיך אן א גלעזעל, אויסגעוועפטע פארשטינקענע אלטע קאקע קולע
א מין עזות, פאר דעים צאלט די בעל שמחה שווערע געלט פאר א בעסערע זאל?
כ'טראכט פון מפרסים זיין די נאמען פונעם זאל, כבין אבער א שטילע אינגערמאן,

כ'מיין אז די צייט וואס דויערט פארן וועיטער צאמצוגיסן די פלעשער, קאסט פארן בעה"ב מער ווי די קאלא.
זעהט אויס אז נישט, אדער איז ער פשוט נישט א אויס גערעכנטע
אדער אפשר וועגן דעם איז דאס א טייערע זאל...
הגם די אשכול איז מיר קיינמאל נישט געווען אזוי נוגע, היות איך וואין נישט אין אמעריקע.
אבער איך געדענק פאר עטליכע יאר צוריק בין איך געווען אין ניו יארק אין די זומער, איך האב מקיים געווען די מצווה פון גיין א שבת אין גלות, ארויפשפאצירט מיט א געדינגענע אויטא צו די הויכע בערג. ביים איינקויפן אין עפעס א געשעפט, פארגעסן דעם נאמען, האבן זיי מיר געשינדן די הויט און שיעור נישט גורם געווען צו א הארץ אטאקע. די איינקויפן פאר שבת האט מיר אפגעקאסט מער ווי די וועג און די געדינגענע פארשטינקענע כאטקע.
עכ"פ, דאס איינקויפן איז געווען א שלעכטע עקספיריענס, צום באדויערן געדענק איך נישט וואו דאס איז פארגעקומען, לכאורה ערגעץ אין וואדריזש, סאוט פאלסבורג אדער מאנטיסעלאו געגנט.
וועלכע געשעפט איז מער ווייניגער נארמאל מיט צוגענגליכע פרייזן, וואס רייט נישט אויפן עולם ווי א חזיר? דאס אז אויף די בערג איז טייערער ווי אין שטאט ווייס איך, הגם איך פארשטיי נישט פארוואס. אזוי איז עס

sefishסאטמאר טעיק אוט אויף 50 איז געשטאפט גג על גג ווי נאך א הינגער יאר, מקען קוים אריינגיין. בין איך געגאנגנן צו מייסנער, 3 מענטשן דארט אריין און ארויס
אינז לערן מיר ארויס פון דעים צוויי זאכן. 1) אז אין סאטמאר טעיק-אוט איז דא גוטע סחורה און גוטע סערוויס.: 2) אז דער עוילעם אין א געוויסע קהילה איז שטארק אריינגעטון אין תאוות אכילה. (ס'דא כמה ראיות אויף דעם נושא פון אנדערע מקורות אויך.).... 😕 😎 😂 🙄 😠 😛 😳 😈 😈 😃 🙂 😉 😮
די לעצטע האלבע יאר האב איך אנגעהויבן איינצוקויפן פון צייט צו צייט אין א אנדערע גראסערי, איך האב דארט מיינע שבת ארדערס נישט געמאכט, איך פלעג זיי אבער נוצן כאטשיג איינמאל א וואך.
מאכט זיך פאר פסח און איך בין פונקט געווען אין די געגנט פון יענעם גראסערי, האב איך באשלאסן צו מאכן דארט מיין פסח ארדער.
הכלל; מ'קויפט איין מכל טיב וטוב לכבוד יו"ט, און מ'גייט רעכענען.
דא כאפ איך זיך אבער אז איך האב נישט מיין קרעדיט קארטל מיט מיר, היות איך האב עס געגעבן פאר די אשת חיל מיינע זי זאל איינקויפן קליידונג און אנדערע געברויכן פאר יו"ט, און אזוי ווי ס'איז געווען א נייע קארטל האב איך נישט געדענקט די נומערן אויסענווייניג, און קיין קעעש האב איך אויך נישט געהאט מיט מיר, נו בלית ברירה האב איך געוואלט אויפשרייבן, זאגענדיג אז שפעטער ווען איך וועל האבן מיין קארטל וועל איך אריינקומען באצאלן.
דער ביים רעדזשיסטער קוקט מיר אן מיט צוויי קעלבערנע אויגן, און פרעגט מיר: ביסט אפשר א נייע קאסטומער?, זאג איך ניין, איך קויף שוין איין דא די לעצטע שטיק צייט.
ער מישט אויף דעם ספר הזכרונות, און טשעקט נאך אויף מיין אקאונט וויפיל איך האב איינגעקויפט די לעצטע שטיק צייט, ביז ער רופט זיך אן: נאר קאסטומער'ס וואס מאכן יעדע וואך דא די שבת ארדער'ס קענען אויפשרייבן.
ס'האט נישט געהאלפן קיין פודינו ומצילינו אז איך וואלט גערן יעצט באצאלט אבער מיין ווייב האט יעצט די קארטל, דער האט זיך געהאלטן פעסט אז ער קען נישט אויפשרייבן אפילו פאר א מינוט.
נאכן זיך טענה'ן אהער און אהין הייבט דער חברה מאן אויף דעם טרייבל און פרעגט אן אין אפיס צו ער קען אויפשרייבן פאר א "נייע קאסטומער". די תשובה איז געווען א קאטעגארישע "ניין". און איך האב געמוזט איבערלאזן דארט מיין גאנצע האב און גוטס, און ארויס מיט ליידיגע הענט (נאך א מזל אז אזויפיל האט ער רחמנות געהאט אויף מיר און איבערגעגעבן דעם כיבוד פון אלעס צוריקפאקן פארן גוי).
מער טרעט איך נישט אריין אין יענעם גראסערי!

איך בין נייגעריג אויב ס'וואלט געווען פארקערט, דו וואלסט ווען געהאט דעם קארטל און דיין ווייב נישט, און זי וואלט געווען ביים רעזדשיסטער ביי "מעיסיס" צו ס'וואלט געהאלפן די טענה אז זי קויפט דארטן איין יעדן זונטאג... און צו זי וואלט מער נישט אריינגעטרעטן אהין.
אינו דומה א "גראסערי" וואס די סדר (ביי די היימישע גראסערי'ס) איז אז מ'שרייבט דארט אויף כסדר.
עוד מישהוהגם די אשכול איז מיר קיינמאל נישט געווען אזוי נוגע, היות איך וואין נישט אין אמעריקע.
אבער איך געדענק פאר עטליכע יאר צוריק בין איך געווען אין ניו יארק אין די זומער, איך האב מקיים געווען די מצווה פון גיין א שבת אין גלות, ארויפשפאצירט מיט א געדינגענע אויטא צו די הויכע בערג. ביים איינקויפן אין עפעס א געשעפט, פארגעסן דעם נאמען, האבן זיי מיר געשינדן די הויט און שיעור נישט גורם געווען צו א הארץ אטאקע. די איינקויפן פאר שבת האט מיר אפגעקאסט מער ווי די וועג און די געדינגענע פארשטינקענע כאטקע.
עכ"פ, דאס איינקויפן איז געווען א שלעכטע עקספיריענס, צום באדויערן געדענק איך נישט וואו דאס איז פארגעקומען, לכאורה ערגעץ אין וואדריזש, סאוט פאלסבורג אדער מאנטיסעלאו געגנט.
וועלכע געשעפט איז מער ווייניגער נארמאל מיט צוגענגליכע פרייזן, וואס רייט נישט אויפן עולם ווי א חזיר? דאס אז אויף די בערג איז טייערער ווי אין שטאט ווייס איך, הגם איך פארשטיי נישט פארוואס. אזוי איז עס
זיי האבן אויך (מסתמא). באמערקט אויף דיר אז דו ביסט א טוריסט האבן זיי זיך געלאזט וואויל גיין. מיין שוויגער בג"ע תהא מנוחתה, איז אמאל געפארן קיין ארץ ישראל און אהיימגעקומען מיט א "זילבערנע" לייכטער. ווען איך האב עס באטראכט פון נאנט האביך באמערקט אז ס'איז "ריין פון זילבער". מיט די "בעיס" אנגעפילט מיט פלעסטער, צו צוגעיבן צום געוויכט. האט זי געטענה'ט אז זי האט געבעיטן צו קויפן א זילבערנע לייכטער און געצאלט דעם פרייז פאר זילבער.... 😕 😎 😂 🙄 😈 😈 😳 😈 😈 😢 😞 😉 😮
berlbalagulehsefishסאטמאר טעיק אוט אויף 50 איז געשטאפט גג על גג ווי נאך א הינגער יאר, מקען קוים אריינגיין. בין איך געגאנגנן צו מייסנער, 3 מענטשן דארט אריין און ארויס
2) אז דער עוילעם אין א געוויסע קהילה איז שטארק אריינגעטון אין תאוות אכילה. (ס'דא כמה ראיות אויף דעם נושא פון אנדערע מקורות אויך.).... 😕 😎 😂 🙄 😠 😛 😳 😈 😈 😃 🙂 😉 😮
מאכסט זיך?... דארט זעט מען איינקויפן פון אלע קרייזן, אלע הוטן
מדיק נסתר: הגם איך קען איהם אפשר אביסל פארשטיין. אבער קיין יישר כח קומט זיך איהם זיכער נישט. ווייל די רגע וואס ער זאגט מיר קאטעגאריש אפ און פארשעימט מיר ברבים, פוץ איך אפ פון דארט און טרעיט מער נישט אריין לצמיתות. מיט שכל און מענטשליכקייט האט ער זיכער נישט געהאנדלט. ווען ס'האט זיך אויפגעמאכט א נייע גראסערי/סופערמארקעט מיט א פאר יאר צוריק, ביניך געגאנגען דארט איינקויפן מיינע שבת ויו"ט ארדערס. זיי האבן דאמאלס געהאט זייער א גוטן מענעדזשער. סיי וועלכע פראבלעים ס'האט זיך געמאכט (און זיי האבן געהאט א היפש ביסל חבלי לידה.) האט דער מענעדזשער אויסגעגלייכט צו די צופרידנהייט פון די קאסטומערס. ווען אן אייגנטומער פון א ביזנעס אדער זיין מענעדזשער האנדלט מיט הארטנעקיגקייט און אן א ביסל שכל הישר, פארלירט ער סוכ"ס ביזנעס... 😕 😎 🙄 😈 😈 😛 😳 😳 😳 😢 😞 😮
לפע''ד זאל צדיק נסתר לאזן וויסען די עולם די נאמען פונעם גראסערי למען ישמעו ויראו,
א געוויסע גראסערי האב איך באמערקט אז א פרוי קען געווענדליך אייביג פוילען אלץ ביים מענעז'ער אין א מאן נישט, דער חזיר פאלט פאר א פרוי, אין געבט נאך,
פארשטייט זיך א מיאוסע פרוי האט א הלכה אזוי ווי א מאן, אין ס'ווענט זיך אויך וואס מ'דארף, דילווערן פאר וויניגער ווי $40 קען מען זיין א רעגיחער פרוי, אויפ צושרייבען ווען ס'פאפט דארף מען שוין זיין עפעס שענער, וגו'...
אינגעלייט שיקטס אייערע פרוין צום גראסערי מיט מעיק'אפ וועט אייך גוט זיין, 😉

נאך א מעשה פון היימישע גראסעריס און בעה"ב וועלכע האנדלען נישט מענטשליך. ומעשה שהי' כך הי'. מיט בערך דרייסיג יאר צוריק, האב איך איינגעקויפט אין א היימישע גראסערי אויף פט. העמילטאן, אין ב.פ. אלע מיינע שבת ארדערס זענען געמאכט געווארן דארט. דער גראסערימאן האט געקענט מיין בני בית און מיינע קינדער. ר'האט זיך אייביג געחנפ'ט צו זיי. מיך האט ער נישט געקענט. בין איך איינמאל פרייטיג נאכמיטאג אריינגעגאנגען אין זיין סטאר. (נאכ'ן איבערלאזן א שיינע מטבע פאר די וואכעדיגע ארדער.) איך האב איהם געבעיטן א דזשאר געפילטע פיש. נעמט ער זיך מאכן חוזק פון מיר, ברבים. "הא, וואס דארפסטו פארפוילטע פיש?" איך האב געענטפערט "יא". באצאלט און געגאנגען ווייטער..זונטיג האביך אריינשפאצירט אין זיין גראסערי מיט מיין ב"ב און די קינדער. איז ער געווארן אביסל פארשעימט. דער קאסטומער וואס מאכט גרויסע ארדערס ביי איהם. פון עים האט ער אפגעחוזק'ט. אבער אנטשולדיגט האט ער זיך נישט...!!!. 😕 😎 😂 🙄 😠 😳 😮
sefishberlbalagulehsefishסאטמאר טעיק אוט אויף 50 איז געשטאפט גג על גג ווי נאך א הינגער יאר, מקען קוים אריינגיין. בין איך געגאנגנן צו מייסנער, 3 מענטשן דארט אריין און ארויס
2) אז דער עוילעם אין א געוויסע קהילה איז שטארק אריינגעטון אין תאוות אכילה. (ס'דא כמה ראיות אויף דעם נושא פון אנדערע מקורות אויך.).... 😕 😎 😂 🙄 😠 😛 😳 😈 😈 😃 🙂 😉 😮
מאכסט זיך?... דארט זעט מען איינקויפן פון אלע קרייזן, אלע הוטן
נו, א יעדער האט ליעב צו עסן גוטע, געשמאקע מאכלים... 😎 😂 🙄 😃 🙂 😉 😮
לאמיך זיי מוקיע זיין תחת השמש, יא, טאקע זיי, די אפגעריסענע אויסווארפן פון דעם ספרינט געשעפט ביי 13 און 41, סערוויס איז נאן עקזיסטענט.
ואלו מזכירין לשבח, ווערייזאן ביי 13 און 53.

יאפ ווערייזן ביי 53 זענען נייס גייז.
Re: אייער מיינונג און עקספיריענס איבער היימישע געשעפטן
יו, שוין לאנג געזוכט וואו צו שרייבן. דעי פעסטע כעוורע ביי ספרינט זיצן דארט ווי פריצים און לאזן דיר הענגן ווי א ליימענע גולם. ווען זיי מאכן זיך שוין יא וויסנדיג פון דיר, הייבן זיי דיר אן ארומשיקן פון איין לעיזיבאון צום צווייטן. "גיי צו ארי, ער קען דיר העלפן". איך ווייס נישט ווער די העק ארי איז, קום איך שוין אן צו אים, שיקט ער מיר צוריק צום ערשטן. און דעס אלעס אזוי נעסטי און אוממענטשליך.
איך בין אויך באלד אריבער צום נייעם ווערייזען אויף 53 אין זיי זענען געזעצן מיט מיר א לענגערע צייט איבערגיין מיינע אפציעס מיט א רואיגקייט און מענטשליכקייט.

געהאט אן ענליך עקספיריענס. ספרינט סתם אזוי זײגט. װער דארף אנלימיטעד דעטע װאס סאקט?
מה ענין ווערייזאן אצל ספרינט? אז מאיז נישט צופרידן פון איין ספרינט סטאר גייט מען צו ווערייזאן וואס איז סך טייערער?
איז נישט פארהאן א ספרינט סטאר מיט גוטע קאסטומער סערוויס? הסבר ביטע

צדיק נסתרדי לעצטע האלבע יאר האב איך אנגעהויבן איינצוקויפן פון צייט צו צייט אין א אנדערע גראסערי, איך האב דארט מיינע שבת ארדערס נישט געמאכט, איך פלעג זיי אבער נוצן כאטשיג איינמאל א וואך.
מאכט זיך פאר פסח און איך בין פונקט געווען אין די געגנט פון יענעם גראסערי, האב איך באשלאסן צו מאכן דארט מיין פסח ארדער.
הכלל; מ'קויפט איין מכל טיב וטוב לכבוד יו"ט, און מ'גייט רעכענען.
דא כאפ איך זיך אבער אז איך האב נישט מיין קרעדיט קארטל מיט מיר, היות איך האב עס געגעבן פאר די אשת חיל מיינע זי זאל איינקויפן קליידונג און אנדערע געברויכן פאר יו"ט, און אזוי ווי ס'איז געווען א נייע קארטל האב איך נישט געדענקט די נומערן אויסענווייניג, און קיין קעעש האב איך אויך נישט געהאט מיט מיר, נו בלית ברירה האב איך געוואלט אויפשרייבן, זאגענדיג אז שפעטער ווען איך וועל האבן מיין קארטל וועל איך אריינקומען באצאלן.
דער ביים רעדזשיסטער קוקט מיר אן מיט צוויי קעלבערנע אויגן, און פרעגט מיר: ביסט אפשר א נייע קאסטומער?, זאג איך ניין, איך קויף שוין איין דא די לעצטע שטיק צייט.
ער מישט אויף דעם ספר הזכרונות, און טשעקט נאך אויף מיין אקאונט וויפיל איך האב איינגעקויפט די לעצטע שטיק צייט, ביז ער רופט זיך אן: נאר קאסטומער'ס וואס מאכן יעדע וואך דא די שבת ארדער'ס קענען אויפשרייבן.
ס'האט נישט געהאלפן קיין פודינו ומצילינו אז איך וואלט גערן יעצט באצאלט אבער מיין ווייב האט יעצט די קארטל, דער האט זיך געהאלטן פעסט אז ער קען נישט אויפשרייבן אפילו פאר א מינוט.
נאכן זיך טענה'ן אהער און אהין הייבט דער חברה מאן אויף דעם טרייבל און פרעגט אן אין אפיס צו ער קען אויפשרייבן פאר א "נייע קאסטומער". די תשובה איז געווען א קאטעגארישע "ניין". און איך האב געמוזט איבערלאזן דארט מיין גאנצע האב און גוטס, און ארויס מיט ליידיגע הענט (נאך א מזל אז אזויפיל האט ער רחמנות געהאט אויף מיר און איבערגעגעבן דעם כיבוד פון אלעס צוריקפאקן פארן גוי).
מער טרעט איך נישט אריין אין יענעם גראסערי!
איך זעה נישט וואס ער האט געהאנדעלט ראונג. דאס גאנצע אויפגעשרייבאכץ איז א גרויסע דיעבד. פרעג נאר עני גראסערי מאן וויפול געלט מענטשן זענען שולדיג. אז איינער איז א
סטעדי קאסטומער וויל מען אים נישט פארלירן, און מ'דארף אויפשרייבן אבער פאר איינער וואס קויפט כמעט נישט דארט און וויל נאך אויפשרייבן, איז פונקט ווי א פרעמדער מענטש קומט צו דיר און וויל בארגן געלט.
רוב גראסעריס וועלן גערן אננעמען א קארד נאמבער אן די קארטל. נעקסטיים רוף דיין ווייב פאר די נאמבער.
אמאל פלעגן עס גראסערי'ס אפשר טון, אבער היינט ווען עס איז אומלעגאל וועלן זיי ע"פ רוב בפחי נפש מוזן אפזאגן, ודי לחכימא.
Re: אייער מיינונג און עקספיריענס איבער היימישע געשעפטן
שמעקעדיגאמאל פלעגן עס גראסערי'ס אפשר טון, אבער היינט ווען עס איז אומלעגאל וועלן זיי ע"פ רוב בפחי נפש מוזן אפזאגן, ודי לחכימא.
וואס איז אומלעגאל פון אויפשרייבן? אפשר איז אומלעגאל נאכדעם צו באצאלן דעם ביל מיט גאווערמענט בענעפיטס, אבער צאלן מיט'ן קרעדיט קארד?
שמעקעדיגאמאל פלעגן עס גראסערי'ס אפשר טון, אבער היינט ווען עס איז אומלעגאל וועלן זיי ע"פ רוב בפחי נפש מוזן אפזאגן, ודי לחכימא.
מיין כונה איז געווען קרעדיט קארטל, ער האט גערעדט וועגן קרעדיט קארד. פ"ס ביסטו גערעכט זייער ווייניג וועלן נעמען, אויך נאר אויב זיי קענען דיר צוואנציג יאר.
Re: אייער מיינונג און עקספיריענס איבער היימישע געשעפטן
ישמעאל הכהןמה ענין ווערייזאן אצל ספרינט? אז מאיז נישט צופרידן פון איין ספרינט סטאר גייט מען צו ווערייזאן וואס איז סך טייערער?
איז נישט פארהאן א ספרינט סטאר מיט גוטע קאסטומער סערוויס? הסבר ביטע
מ'זוכט א נייע פאון מיט נייע סערוויס, גייט מען שאפינג ביי יעדן. איך הייב אן ביי ספרינט, איך ס'נישט דא צו וועם צו רעדן גיי איך צום נעקסטן סטאפ.
Re: אייער מיינונג און עקספיריענס איבער היימישע געשעפטן
@ישמעאל
איך האב קיינמאל נישט געהאט א בעד עקספיריענס אין עני ווערייזאן סטאר משא"כ מער ווי איין ספרינט סטאר. יא מען צאלט טאקע מער אבער סערוויס איז דא.

סוי זאגסטו אז אין קיין איין ספרינט סטאר איז נישטא קיין קאסטומער סערוויס? אדער רעדסטו פונעם עצם פאון סערוויס?
אויב דו ביזט געגאנגען צו א ספרינט סטאר איז דאך פשט אז מיט ספרינט וואלסטו געקענט גיין, ביזט נאר נישט צופרידן געווען מיט די קאסטומער סערוויס פון דעם פארטיקולער ספרינט סטאר, אשר על כן גייט מען צו ווערייזאן וואס איז האלב אזוי טייער? ניין. מען גייט זוכן אן אנדערע ספרינט סטאר וואס האט יא נארמאלע מענטשן ביים טישל און געבן גוטע סערוויס
אויב דו ביזט געגאנגען צו א ספרינט סטאר איז דאך פשט אז מיט ספרינט וואלסטו געקענט גיין, ביזט נאר נישט צופרידן געווען מיט די קאסטומער סערוויס פון דעם פארטיקולער ספרינט סטאר, אשר על כן גייט מען צו ווערייזאן וואס איז האלב אזוי טייער? ניין. מען גייט זוכן אן אנדערע ספרינט סטאר וואס האט יא נארמאלע מענטשן ביים טישל און געבן גוטע סערוויס
Re: אייער מיינונג און עקספיריענס איבער היימישע געשעפטן
איך האב נישט געהאט קיין גוטע סערוויס סיי פאון סיי קאסטומער, פארדעם האב איך געטוישט צו ווערייזאן. אוודאי קען איך גיין צי אן אנדערע ספרינט סטאר און איך בין געווען אין די אנדערע אויף 86 סט. און זייער קאסטאמער סערוויס אויפ'ן טעלעפאון איז נאך ערגער. סאו באטעם ליין פאר מיר לוינט זיך נישט ספרינט.
פאר איינער וואס ארבייט אין די זעלבע געגנט ווי ספרינט איז אקעי איז כל הכבוד.

Ok now I understand
איך האלט יעצט אינמיטן א ממש א הארראר סטארי מיט א טעלעפאן געשעפט אין בארא פארק. אבער איך וויל קודם וויסן, צו זאגן א נאמען, איז דאס נישט א שאלה פון לשון הרע?
בקיצור איז די מעשה יענער שפייזט מיך מיט ליגענט און טוויסטס שוין פאר 9 וואכן (!) איך עס שטרוי מיט יענעם. אזעלכע שלעכטע סערוויס קומט זיך א מעדאל.
פארוואס זענען אונזערע יונגעלייט אזעלכע קאקערס?

גוטע שאלה שאלת. אבער לא לעולם חוסן ,די אלע מיט באקאקטע סערוויס (פאר די קאקערס..) פארמאכן זיך סונער אור לעיטער נאר שטייטזיך עפ''י רוב בלעימט מען אלע מיני סיבות אבי נישט מודה צו זיין.
לגבי לשה''ר ,פונקט ווי מען מעג געבן א גוטע ריוויו מעג מען א שלעכטע אבער נאר ווען מען גייט מיטן אמת. אדרבה מען דארף ראטעווען אנדערע אידן'ס געלט מוח און צייט.

צדיק נסתר
נאכן זיך טענה'ן אהער און אהין הייבט דער חברה מאן אויף דעם טרייבל און פרעגט אן אין אפיס צו ער קען אויפשרייבן פאר א "נייע קאסטומער". די תשובה איז געווען א קאטעגארישע "ניין". און איך האב געמוזט איבערלאזן דארט מיין גאנצע האב און גוטס, און ארויס מיט ליידיגע הענט (נאך א מזל אז אזויפיל האט ער רחמנות געהאט אויף מיר און איבערגעגעבן דעם כיבוד פון אלעס צוריקפאקן פארן גוי).
מער טרעט איך נישט אריין אין יענעם גראסערי!
שמעון וואלף
איך זעה נישט וואס ער האט געהאנדעלט ראונג. דאס גאנצע אויפגעשרייבאכץ איז א גרויסע דיעבד. פרעג נאר עני גראסערי מאן וויפול געלט מענטשן זענען שולדיג. אז איינער איז א
סטעדי קאסטומער וויל מען אים נישט פארלירן, און מ'דארף אויפשרייבן אבער פאר איינער וואס קויפט כמעט נישט דארט און וויל נאך אויפשרייבן, איז פונקט ווי א פרעמדער מענטש קומט צו דיר און וויל בארגן געלט.
גערעכט. איך האב געהערט פון גראסערי אייגענטומער וואס זיי מאכן מיט מיטן אויפשרייבן, כ'זאג נישט אז זיי זענען גרויסע רחמנות'ן, זיי מאכן טאקע שיין פרנסה, אבער דאס איז נישט קיין תירוץ פארן דארפן נאכלויפן מענטשען פאר טויזענטער דאלערס וואס זיי שרייבן רעגלמעסיג אויף. און ווען מ'לאזט נישט אויפשרייבן שיקט מען א קליין קינד מאכן די ארדער וועם די גראסערי מאן וועט נישט האבן דאס הארץ צו זאגן אז זיי קענען מער נישט אויפשרייבן... (מעשים בכל יום). און איינמאל דאס העלפט שוין אויך נישט גייט מען צום נעקסטן גראסערי, און דערנאך צום דריטן וכן הלאה. יא, דו ליידסט וועגן די משוגעים שווינדלער, נישט וועגן דעם געשעפטס מאן גייט אן דיר צו בארגן אפאר דאלער פאר אפאר שעה. פון זיין פערספעקטיוו ביזטו איינער וועם ער קען נישט, און דו קומסט אן מיט א פסח'דיגע ארדער פון אפאר הונדערט דאלער, איך שטעל מיך פאר אז פאר צוויי באטלעך מילך מיט א ברויט וואלט ער דיר געלאזט אויפשרייבן.
Re: אייער מיינונג און עקספיריענס איבער היימישע געשעפטן
שיקט מיר יעצט א באקאנטע דער בילד.
ער האט געקויפט טשולענט אין סאטמר (רז״ל) פלייש געשעפט.
כנראה די קעכער איז געווען אויפן פאון ביים גיסן די אויל

מוז זיין אן אומגעפילטערטע פאון אז אזויפיל אויל האט דורכגערינען
שמעון וואלף: איבער דיין (אלטע) תגובה פון מאי 4, 8:12 עי.עם. די דילעמע וועלכע דער גראסערי מאן באגעגענט איז אזוי ווי שולם שטיסל האט געזאגט פאר זיין זון, עקיבא..."צריך לדעת מתי להביא את הלב, ומתי להביא את המח"...די הארץ זאגט יא אויפשרייבן. אבער דער מח זאגט, נישט אויפשרייבן...!
Re: אייער מיינונג און עקספיריענס איבער היימישע געשעפטן
געגעסן היינט אין די loft פליישיג רעסטאראנט אין בארא פארק, זייער פיין אין נארהאפטיג, די מעלצער איז געווען פיין אויך, זייער רעקאמענדיט
באקום איך היינט אויף די פאסט ענוועלאפס אדרעסירט צו א יעדע פון מיינע קינדער פון דעם TREE HOUSE.
יעדעס קינד באומט א אייגן קארטל (ווי א קרעדיט קארד) מיט זיין\איר נאמען. און יעדעס מאל מ'קומט אהין קויפן באקומט מען פוינטס.
אלץ ביזנעס אויס זעט עס אויס ווי א פיינע מארקעטינג שטיקל, אבער אלץ חינוך איז מיר שווער אראפצושלינגן. קודם כל די עצם זאך אז א קינד האט כאילו א קאנטע אין א טוי סטאר זעהט מיר שוין אויס מאדנע, א טוי איז עפעס א רוטין זיך וואס מ'קויפט פאר קינדער? איך בין אויפגעוואקסן מיט באקומען א טוי אדער א געים אפשר אפשר פאר אפיקומן אדער חנוכה, אבער דארך אויס די יאר מאן דכר שמיה? אויב שוין יא האב איך עס געמוזט ערליך פארדינען. אבער א קארד וואס מ'ניצט אזוי רוטין, איז עפעס נישט...
צווייטענס, שטערט מיר אביסל די עצם זאך אז מ'כאפט די קינדער האסטידש קעגן די עלטערן. דערמאנט מיר עפעס פון די שומרים קארדס...

ווארף עס אין גארבידז דיינע קינדער דארפן נישט וויסען סאיז עפעס אונגעקומען.
די איידיע איז א פיינער
די איידיע איז א פיינער
ירח פרעג דיין ווייב צו זי האט נישט אמאל איינגעשריבן די קינדער פאר דעם? איך מיין אז מען האט געדארפט איינשרייבן די קינדער פאר דעם, פון ווי האבן זיי דיינע קינדערס נעמען פון די מעדיקעל רעקארדס?
אואדאי האט מען אויפגעסיינט. עס האט עפעס אויסגעזען ווי א גורל. אבער א מעמבער מיט פאוינטס, איז דאס ריכטיג?