☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » אייער מיינונג און עקספיריענס איבער היימישע געשעפטן

אייער מיינונג און עקספיריענס איבער היימישע געשעפטן

156 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5423
בלאט: 1 2 3 4

שטילע אינגערמאן » דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 2:31 pm

· #169198
רויטע וואנצעס
מייזנערס. ניו יוטרעקט צווישן 54-55.
דעלי פלוס. 18 צווישן 58-57
מיעל מארט פארט העמיליטאן קאר. 46.

ס'דא אסאך אבער דיע האבן א היימישע טעם.

וואס פארשטייסטו? דיין אוטערשריפט זאגט אז די האסט ליב קאצקע ציקור. לאל

קרעקער » דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 2:48 pm

· #169206
.

שטילע אינגערמאן » זונטאג דעצעמבער 29, 2013 8:46 pm

· #171552
מיין ווייב פיהלט נישט גוט די טעג, ממילא קומט אלע עסען סטרעיט פונם שוויגער אין דירעקט צום גארביזש (@גד החוזה בארואיג דיך),
בלית ברירה פאהר איך קיין סאפ עקספרעס איך נעם זייערע מעניו, ווי הייב איך אן? איין סענדוויטש הייסט בעק סיט דרייווער (סיריעס) די צווייטע הייסט פט'העמילטאן, איי מין קאמאן, כ'האב פיינט א בעק סיט דרייווער אין כ'האב אויך פיינט פט'העמילטאן.
הונגריג ווי א בער רוף איך אן מיין חבר, העלא? וואס איז גוט אין סאב? נע, גיי צו ביג'פליישיגס, איך שלעף מיך ארויס גיי צום קאר פאהר אראף ביי זעכצען ביז איך טרעף פארקינג, פיינעלי איך קום אריין, דא איז נישטא קיין מעניו אלץ שטייט אויף געשריבען אויפן וואנט, אויפן וואנט זעה איך א סנדוויטש מיטן נאמען 'געוואלדיג', איך רוף ווידער אן מיין באקאנטע פרעסער אבער ער הייבט נישט אויף, רוף איך אן א צווייטע, וואס איז גוט דא? נע גיי צו שניצי באר. עד כאן
פליז עי געוואלדיג טו סטעי, אין רבותי ס'איז געלונגען, מלא טעם, אזוי גוט אז כ'האב באשטעלע א צווייטע
אי''ה מארגען דארף איך נאכאמאל ארויס גיין עסען, האט איינער אין געדאנק א פיינע סענדוויטש?
לאמיר צוען די אשכול אויף פיינע פרעס געשעפטען וגו'

קאווע טרינקער » זונטאג דעצעמבער 29, 2013 9:02 pm

· #171563
עמו אנכי בצרה, איך פארשטיי אויך נישט צו קיין מעניוס...
גיי אריין אין סאטמאר בוטשער, ווייז וואס דו דארפסט, און עס.

איך אויך » זונטאג דעצעמבער 29, 2013 9:09 pm

· #171564
פליז! סאב עקפרעס וואלט איך נישט געשענקט פאר קיין כלב ,נישט בחינם טוישט זיך דארט דער מענעדשער יעדע שני וחמישי. דריי גאסן אראפציר איז דא ווי. איי. פי. ,לדעתי האבן זיי זיך גאנץ אסאך פארבעסערט און זענען נישט שלעכט.

איין געשעפט וואס איך וואלט הילכיג רעקאמאנדירט איז דיפס ביי 13 און 53 ,איך בין לעצטענס דארט געווען אפאר מאל און יעדעס מאל געווען זייער צופרידן. מאך נאר זיכער דו ווערסט סארווירט פונעם ערל ,ער איז א היימישער פון ש'אוהעלי און געבט אונגארישע געשמאקע פארציעס ,דער אנדערע אידל איז נאר געווען ביזי אז ער באקומט צו ווייניג טיפס.

נהורא נפישא » זונטאג דעצעמבער 29, 2013 9:10 pm

· #171565
העי @שטילע אינגערמאן פארוואס ביזטו טאקע אזא שטילער, האסט דאך א געשמאקן סענס אוו הומער ?

שטילע אינגערמאן » זונטאג דעצעמבער 29, 2013 9:11 pm

· #171567
קאווע טרינקער
. גיי אריין אין סאטמאר בוטשער, ווייז וואס דו דארפסט, און עס.

ביידע סאטמערע בוטשערס האבן טעיק אוטס
וועלעכע רעדסטו וועגען? וואס האסטו ליב געהאט דארט? איך וויל קויפן עפעס וואס קאווע טרינקער האט טועם געווען אין זאגט אז ס'איז פיין. נישט סתם אין די וועלט אריין

רויטע וואנצעס » זונטאג דעצעמבער 29, 2013 9:23 pm

· #171568
subexpress איז נישט 3 גאסן פון VIP,
Sub איז ביי 13 52-53.ווארשיינדליך רעדט @איך אויך פון substatinal. אויף 13 ביי 40. די עסן איז טאקע דארט שוואך. אז מ'איז שוין אין יענע געגענט טשעק אוט נשר, די עסן איז געוואלדיג און די פרייזן זענען כמעשה.

סאטמאר זאלי איז גוט אבער אויליג. ס'איז אויך היבש טייער.

Big Fleshigs איז גוט אויף א טאג צוויי, וועסט שטארבן אויב זי עסט עס פאר מער ווי 3 טאג, ס'איז פעטע פעסט פוד. די בעל בית האלטס זיך פאר א לץ, סא פארגעס נישט צוכאפן א שמועס מיט אים.

דיפס איז טאקע א פיין געשעפט ווי @איך אויך זאגט, אבער מיט די טשועלנט ביטע אביסל ווייניגער אויל.

שטילע אינגערמאן » זונטאג דעצעמבער 29, 2013 9:25 pm

· #171570
subexpress איז נישט 15 52-53
sub איז ביי 13
איך ווייס ס'איז געווען א טאיפאו

שר האופים » זונטאג דעצעמבער 29, 2013 9:49 pm

· #171575
גרויסע פראבלעם אבער גיי לערן א גוי ברטנורא. נאכדערצו א דעליווערימענטש אדעג באקסעס קלעבער. איך מיין וואס ?!

אפטעמיסט » זונטאג דעצעמבער 29, 2013 9:58 pm

· #171576
איך ווייס נישט וויאזוי די עולם שעהמט זיך נישט אראפצורייסן סאב עקפרעסס. זייער שווארמא לאפא איז עפעס אוט אוף דיס ווארלד. ווען איך בין אין ב"פ, נישט קיין נפק"מ צי כ'בין יא הונגעריג צי נישט, מאך איך זיכער אריינצוגיין דארט, און כ'באשטעל א לאפא אנגעפילט מיט געבראטענע שווארמא, שאר ירקות און זיסע רוטב'ס.
אוי מי יתן לי אבר כיונה, אעופה ואשכונה בסאב עקפרעס ואפרוס שווארמא כבן דורסאי בימיו.

רויטע וואנצעס » זונטאג דעצעמבער 29, 2013 10:12 pm

· #171579
ס'הערשט א שטיקל צומישעניש:
subexprees מיט substatinal זענען צוויי באזונדער געשעפטן.

subexprees
5219 13th Ave
איז על פי רוב זייער א געשמאקע סטאר ווי @אפטעמיסט האט אראפגעלייגט מיט'ן פילן שמאלטץ. (הגם פון די טייערסטע אין שטאט)

substatinal
4011 13th Ave
איז לכאורה וואס @איך אויך האט געמיינט. די עסן איז נישט שלעכט, ס'איז פשוט מער אויפן מיטל מזרח'ן שניט ווי איידער די אונגערישן.

איך אויך » זונטאג דעצעמבער 29, 2013 10:12 pm

· #171580
גערעכט טעיתי טעיתי און כ'האב געמיינט סאבסעשענעל וואס סערווירט דרעק באגלייט מיט דרעק סערוויס.

סאב עקספרעס האט אויך שוין געהאט פארשידענע צייטן און כהיום יום זענען זיי גאנץ גוט מיט ברייטע פארציעס. עס איז מיר געפאלן די איידיע פון א ביפער וואס לאזט דיך וויסן דיין ארדער איז רעדי ,וואס איך פארשטיי נישט איז פארוואס די טשייניז סטעף יאגט אפ 11 אזייגער ,כ'מיין א שיינע פראצעט פון זיינע ארדערס זענען פאר טשייניז פוד און ער שיסט זיך אליינס אין די פיס.

לגבי ביג פליישיגס (ווער געדענקט ווען ער האט נאך געהייסן מק'פליישיגס און זיין ד"ת מיט מק'דאנעלדס?) ער האלט זיך טאקע פאר א לץ אבער דאכט זיך קיינער קומט נישט אהין צו הערן זיינע אפגעוועטשטע דשאקס. איך גיי בשיטה נישט אריין און א געשעפט וואס פירט זיך ווי א חזיר ,כ'מיין אז איך צאל עם $15.99 פאר א סענדוויטש מעג עס אריינרעכענן א פיקל נישט אז איך דארף צוצאלען 50 צענט פאר א אפגעוועטשטע פיקל פון 2 וואכן צוריק. אויך זיין שאכטל קאלסלאו דארף מען א מייקראסקופ צו זעהן.

נשר בין איך טאקע געווען זייער סורפרייזט צו זעהן ער האט צוגעשפארט ,דער גוי דארט האט אלעמאל שיין סערווירט און פאר א צוגענוגליכע פרייז.

געפילטע פיש » זונטאג דעצעמבער 29, 2013 10:20 pm

· #171581
שטילע אינגערמאן
קאווע טרינקער
. גיי אריין אין סאטמאר בוטשער, ווייז וואס דו דארפסט, און עס.

ביידע סאטמערע בוטשערס האבן טעיק אוטס
וועלעכע רעדסטו וועגען? וואס האסטו ליב געהאט דארט? איך וויל קויפן עפעס וואס קאווע טרינקער האט טועם געווען אין זאגט אז ס'איז פיין. נישט סתם אין די וועלט אריין

כ'ווייס נישט צו וועלכע קאווע טרונקער איז געגאנגען, אבער די בוטשער אויף ניו יוטרעכט און פופציג, כ'ווייס נישט אויב ס'זענען ארונים אדער זלוינים, אבער די עסן איז געשמאק, נארהאפטיג, און אמאל ווען מ'קומט נישט אן אינדערהיים צו מאכן א סאפער און מ'איז נישט אין די מוד פון ארויסגיין עסן, פאקט מען זיך איין אין סאטמארע בוטשער און ס'עסט ווי ביים מאמען אין קיך. ביים דריי און פופציגער בוטשער בין איך קיינמאל נישט געווען, קאן זיין זיי טויגן אויך.

איך אויך » זונטאג דעצעמבער 29, 2013 10:23 pm

· #171582
אקעגן איבער סאב עקספרעס איז דא די אלעמען באקאנטע דעלי 52. דער איז ממש א מוסטער ווי אזוי מען קען נעמען א סוקסעספולע ביזנעס מיט לאוילע קאסטעמערס און עס בידיים באגראבן. אין די לעצטערע יארן האט זיך שוין געטוישט מעניוס ,בעלי בתים ,און סטעף מער מאל ווי איך קען האלטן חשבון און עס ווערט נאר ערגער.

דער בחור וואס שטייט דארט ביים רעדשיסטער און נעמט די ארדערס פלאפלענדיג אויף זיין טעלעפאן פארפעלט קיינמאל נישט מיר אויפצורעגן.

גנדי » זונטאג דעצעמבער 29, 2013 10:26 pm

· #171583
רויטע וואנצעס
אז מ'איז שוין אין יענע געגענט טשעק אוט נשר, די עסן איז געוואלדיג און די פרייזן זענען כמעשה.


נשר איז נאך אפען? דוכט זיך עס איז שוין פארשלאסען.

קען איינער קאנפירמען?

קאווע טרינקער » זונטאג דעצעמבער 29, 2013 10:28 pm

· #171584
נשר איז פארמאכט.

זייער עסן איז קיינמאל נישט געווען לטעמי.

רויטע וואנצעס » זונטאג דעצעמבער 29, 2013 10:30 pm

· #171585
גוטע עסן, שנעלע סערוויס, ריין ווי ערב פסח, און נישט פעט אדער אויל'יג? איר האט מסתמא קיינמאל נישט געהערט פון דעם. ס'איז ביים עק פון בארא פארק אריינגעסענדווישט צווישן צוויי Yossi סטאר לעבן די 18עווניו פארק. ס'איז כדי די טריפ! א מחיה! שמה? DELI PLUS.

רויטע וואנצעס » זונטאג דעצעמבער 29, 2013 10:31 pm

· #171586
גנדי
רויטע וואנצעס
אז מ'איז שוין אין יענע געגענט טשעק אוט נשר, די עסן איז געוואלדיג און די פרייזן זענען כמעשה.


נשר איז נאך אפען? דוכט זיך עס איז שוין פארשלאסען.

קען איינער קאנפירמען?


יא סארי ס'איז פארמאכט, איינער ווייסט מער אינפא? איז ער געגאנגן קאמורשאל only?

איך אויך » זונטאג דעצעמבער 29, 2013 10:41 pm

· #171588
איך ווייס אז נישט יעדער האט ליב געהאט נשר אבער איך האב יא און ער פלעגט מיר שיין איינפאקן פארציעס מיטצונעמען אויפן פליגער בשני כיסוים. שמעתי אז ער איז טאקע געגאנגען קאמערשל.

שר האופים » זונטאג דעצעמבער 29, 2013 10:47 pm

· #171591
שטילע אינגערמאן
סארי. איך מיין זיי מעגן זאגן די גוים אביסל נארמאלקייט, זיי מעגן עיהם זאגן אז ווען א גוטע קאסטימער האט אין זיי קארט $33 מעג מען בייגן די פאליסיז
ס'דא גענוג היימישע געשעפטען וואס אזא מעשה וואלט נישט פאסירט. אלץ ווענט זיך אין די טרעינונג זיי בעקומען

גיי לערן א גוי ברטנורא נאכדערצו אזא דעליווערימענטש אדער באקסקלעבער קאם אן שטילע זענען געווענטלאך קלוגער נעם עס נישט פערסענאל דערעולעם גלייכט דיר זייער

שמעקעדיג » זונטאג דעצעמבער 29, 2013 10:50 pm

· #171594
איך אויך

איין געשעפט וואס איך וואלט הילכיג רעקאמאנדירט איז דיפס ביי 13 און 53 ,איך בין לעצטענס דארט געווען אפאר מאל און יעדעס מאל געווען זייער צופרידן

איך אויך. פיינע עסן!

איך אויך » זונטאג דעצעמבער 29, 2013 11:02 pm

· #171596
שר האופים ,דו מוזט העכערן די גראד פון דיין אויוון ווייל דיין ברויט קומט ארויס האלב רוי און מען פארשטייט נישט קיין ווארט.

פישלע העררינג » זונטאג דעצעמבער 29, 2013 11:07 pm

· #171598
נשר איז געגאנגען קיין גארמעי גלאט.

קאווע טרינקער » זונטאג דעצעמבער 29, 2013 11:19 pm

· #171605
שטילע אינגערמאן
קאווע טרינקער
. גיי אריין אין סאטמאר בוטשער, ווייז וואס דו דארפסט, און עס.

ביידע סאטמערע בוטשערס האבן טעיק אוטס
וועלעכע רעדסטו וועגען? וואס האסטו ליב געהאט דארט? איך וויל קויפן עפעס וואס קאווע טרינקער האט טועם געווען אין זאגט אז ס'איז פיין. נישט סתם אין די וועלט אריין

די ארונים'ס, נעבען די גראך פון שומר שבת, האב איך נאך נישט טועם געווען. כ'שטעל אויף די חזקה, אז ווען ס'קומט צו פלייש (אדער בלוט) איז סאטמאר פיין.

קאווע טרינקער » זונטאג דעצעמבער 29, 2013 11:20 pm

· #171609
פישל'ע העררינג
נשר איז געפלויגן פון גארמעי גלאט.

איך אויך » זונטאג דעצעמבער 29, 2013 11:21 pm

· #171610
כך שמעתי.

דער (פינטעל) איד » מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 12:25 am

· #171628
שטילע אינגערמאן
וואס איז גוט דא? נע גיי צו שניצי באר. עד כאן
פליז עי געוואלדיג טו סטעי, אין רבותי ס'איז געלונגען, מלא טעם, אזוי גוט אז כ'האב באשטעלע א צווייטע
אי''ה מארגען דארף איך נאכאמאל ארויס גיין עסען, האט איינער אין געדאנק א פיינע סענדוויטש?
לאמיר צוען די אשכול אויף פיינע פרעס געשעפטען וגו'

וואס איז געווען מלא טעם? איך זע נישט זאלסט ארויסשרייבן ווי דו האסט צום סוף איינגעקויפן און איז געווען אזוי גוט

איך אויך » מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 12:30 am

· #171629
כהאב'מיך אויך אביסעל געמוטשעט צו זעצן זיינע ווערטער ביז איך בין געקומען צו די מסקנה אז האט גע'אכלט א סענדוויטש דמתקריא 'געוואלדיג' ביי ביג פליישיגס. יעזור השי"ת כשם שאכל סענוויטש זה ונהנה כך יהנה מעוד הרבה סענוויטשס עד מאה ועשרים מתוך בריאות השלימות שלו ושל אשתו.

רויטע וואנצעס » מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 12:33 am

· #171630
כן נראה לי כוונת עומק דבריו, וב"ה כוונתי אל האמת.

שטילע אינגערמאן » מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 12:33 am

· #171631
כאן מקום להודות @רויטע וואנצעס פארן זאגן אין דעים אשכול פאר צוויי וואכן צירוק וועגען מייזנערס, ממש א ברכה. גוטע פרישע עסען, אין נארמאלע פרייזן, אין ועל כלם ריין ווי טישו, איך וואלט געלעקט דער ערד דארט שנעלער ווי אריין גיין אין שומר שבת בעיסמענט אפי' מיט גאלאשען, (אפי' נאכ'ן איבערמאכען)
כ'האב געכאפט א בליק אין קאך, שפיגל ריין, (די גוים האבן געמיינט כ'בין משגיח).

איך אויך » מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 12:39 am

· #171634
יא מייזנערס איז א גוטע דוגמא פון א גוט גייענדיג געשעפט וואס טוישט נישט יעדע שני וחמישי די מעניו פון אונגאריש צו טשייניז צו יאפאניש צו מעקסיקאניש צו איזרעלי וחוזר חלילה ,נאר בלייבט ווייטער סאליד און גוט על דרך הסלולה לנו אזוי אז דו ווייסט פונקליך וואס צו עקספעקטן נאך פאר דו טרעטס אריין. אפילו די ארבייטערס זענען דארט לאנג טערם.

ירחמיאל הויטשינדער » מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 12:41 am

· #171635
איינער האט דא געשריבן אז סאטמאר טעיקאוט אויף 50 איז טייער. איך האב עס נישט געזען פון מיין עקספיריענס אבער ערשטענס דארף מען אפטיילן צווישן סאטמאר טעיקאוט און מייזנער פון אלע אנדערע, זיי ביידע נעמען פוד סטעמפס און זיי רעכענען דיר נישט טעקס!
און מיין עקספיריענס מיט סאטמאר עסן איז זייער גוט און נארמאלע פרייזן אויכעט. קענסט למשל האבן א גוטן זופ פאר דריי דאלער איבעראל צאלט מען באלד 5, (נאר א פרייז דוגמה איך פארשטיי אז דער עולם זוכט נישט זופס) זיי מאכן אלעס געשמאק. טריי אויס זייער פאטעיטא טשיפס קריספי און זאלציג אזוי צום טעם. מייזנער איז אויך גוט. הדר גאולה אויף 18 איז אויך נישט אוועקצומאכן זיינע דיפס איז יחיד במינו און זיין VIP טשולענט איז פון גן עדן אדער פון ערגעץ דערנעבן.

ירחמיאל הויטשינדער » מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 12:45 am

· #171636
דאס זעלבע איז מיט מיל מארט אויף 13 און זיינע עסן זענען גוט. געהאט פאריגע וואך פון זיינע ספער ריבס ס'געווען זאפטיג

שטילע אינגערמאן » מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 12:48 am

· #171637
דער (פינטעל) איד
וואס איז געווען מלא טעם? איך זע נישט זאלסט ארויסשרייבן ווי דו האסט צום סוף איינגעקויפן און איז געווען אזוי גוט

כ'האב מיך געיאגט ביים שרייבען סארי, די געוואלדיג סענדוויטש איז מיר געפאלען. ס'איז אביסעל טייער אזוי ווי @איך אויך האט אזוי זיס אראפ ''געלייקט''

ירחמיאל הויטשינדער » מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 1:02 am

· #171642
וואס האלט דער עולם וועגן טשיינא גלאט?

שטילע אינגערמאן » מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 1:06 am

· #171644
ירחמיאל, כ'האב נישט געוואלט רעדן דערוועגן אבער אז די פרעגסט וועל איך זאגן
דער געשעפט דארף מען פארהאקען נאך היינט נאכט, א בייזע הינט וואחט איך נישט געלאסט אהין גיין אפי' ווען דאס הונט איז זאט, די גרעיד וואס די שטאט טיילט בין איך זיכער ער האט זוכה געווען צו א C plus

איך אויך » מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 1:08 am

· #171645
הממ שאלה קשה שאלת. זיכער ווייט נישט וואס עס איז געווען אמאל אבער דאך נישט אוועקצומאכן.

עס איז א שמועס באריכות די סוד פון די געשעפטן וואס באווייזן אנצוהאלטן די קאסטומערס צופרידן במשך לאנגע יארן און טוישענדע טעיסטס בעולם ווערסוס די געשעפטן וואס טוישן כסדר בעלי בתים און מעניו און דאך טויג עס נישט.

מעקע-ניק » מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 5:55 pm

· #171827
וויאזוי ווערט מען אזוי א רעסטאראנט קריטיק? איך האב אויך ליב ארויסצוגיין עסן, איך פארשטיי אז מיט סערוויס און זויבערקייט קען זיי א חילוק אבער איך קען נישט לעבלען ווער ס'איז גוט און ווער שלעכט יעדער איינער מאכט מאכלים וואס זענען גוט און זיי אלע מאכן אויך וואס איז נישט גוט. סאבסעשנעל מאכט גוטע קרעיזי טשיקן סענדוויטש איך האב עס זייער געגליכן מיינט דאס אז איך בין נישט א מבין?

רויטע וואנצעס » מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 6:14 pm

· #171831
דערפאר איז דא א רעיטינג סיסטעם וואס איז בדרך כלל פון 1 ביז 5 שטערנס.

רויטע וואנצעס » מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 6:16 pm

· #171832
A MUST WATCH
די צודרייטסטע עפעסאד פון kitchen nightmares
ever

רויטע וואנצעס » מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 6:17 pm

· #171833

הילל » מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 6:22 pm

· #171836
שטילע (אבער הונגעריגע) אינגערמאן,
ביי "ביגפליישיג'ס" איז אלעס גוט פאר מיין צונג. פון זייער "געשמאקע טשיקען" ביז "עפעס-א-סענדוויטש" איז אלעס דארט ממש אמחיה.

berlbalaguleh » מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 10:40 pm

· #171974
מעקע-ניק
וויאזוי ווערט מען אזוי א רעסטאראנט קריטיק? איך האב אויך ליב ארויסצוגיין עסן, איך פארשטיי אז מיט סערוויס און זויבערקייט קען זיי א חילוק אבער איך קען נישט לעבלען ווער ס'איז גוט און ווער שלעכט יעדער איינער מאכט מאכלים וואס זענען גוט און זיי אלע מאכן אויך וואס איז נישט גוט. סאבסעשנעל מאכט גוטע קרעיזי טשיקן סענדוויטש איך האב עס זייער געגליכן מיינט דאס אז איך בין נישט א מבין?

זאג נאר. דו האסט שוין געזעען בילדער פון די רעסטאוראנט קריטיקס. קיין איינער איז נישט דא וואס איז נישט קיין עגיל ואשמח.... 😂 🙄 😂

שטילע אינגערמאן » דאנערשטאג מערץ 6, 2014 12:52 am

· #189038
אזוי ווי כ'מאך ב"ה א שמחה וויל איך זיך נאך פרעגן ביי די עולם דא
ווי זאל איך אנקויפען פאר די שמחה? זאל איך אליין גיי אנקויפן? אדער באשטעלען יואלי ווייס?
אין טאמער כ'גיי אליין אנקויפען גייט אלץ קומען פון מייזנערס,
אבער וואס איז מיט סושי? ווער איז בעסער? פרוינד? סושי משונע? קעי באר?
אין הערינג? שווארץ? פרוינדס?
וועלעכע ביר איז די בעסטע? הייניקען? קעראנע? קארס?
ביטע העלפט ארויס....
בד"וו עטץ זענץ אלע העפטליך געלאדנט 😃

berlbalaguleh » דאנערשטאג מערץ 6, 2014 3:49 pm

· #189136
קאווע טרינקער
פישל'ע העררינג
נשר איז געפלויגן פון גארמעי גלאט.

אלו ואלו דברי אלוקים חיים.... נשר איז געגאנגען צו גאורמעי גלאט... און אויכעט געפלויגן. איך ווייס נישט די אינסייד סיבות. נאר לויט ווי איך האב געזעהן איינער פון די בעה"ב פון נשר (פאר ר'איז אריין אין גאורמעי ג.) איז נישט קיין חידוש. ער האט זיך אייביג געפונען אויפ'ן גאס, שמועסנדיג, רייכער'ן א ציגארעטל און רעדן אויפ'ן סעלפאון... ארבעטן... זאל א צווייטער... 😕 😎 🙄 😂 😠 😛 😳 😢 😉 😞 😮

berlbalaguleh » דאנערשטאג מערץ 6, 2014 3:59 pm

· #189137
שטילע יונגערמאן: מזל טוב! ייש"כ פאר אינז ( מיך אויך? יא!) איינלאדענען. אינז קום מיר שוין. תיכף נאכ'ן בענטשן, אי"ה.אויב כ'וועל נישט איינדרימלען אויפ'ן בענקל. כמעט פארגעסן. א וואו? אין וועלכן ביהמ"ד. פרעיגט די גמרא "מאי קא משמע לן? וואס לאזט ער מיך העעעערן? ענטפערט די גמרא, קא משמע לן תרתי! איינס אין וועלכן ביהמ"ד דו דאוונסט (אדער שמועסט). און די צווייטע. ווער דו ביסט. (גלוי אליהו.(. 😕 😎 😂 😂 😂 😠 😳 🙄 😮 😉 🙂 😃

ישמעאל הכהן » מיטוואך אפריל 2, 2014 8:18 pm

· #194424
כולל גראסערי האט פלוצלינג געהויבן די פרייז פאר ג.פ. מילך פון די לאנגיעריגע ביליגע פרייז 2.39 צו 2.65.

שמו יגער » מיטוואך אפריל 2, 2014 8:40 pm

· #194432
שטילע אינגערמאן
אזוי ווי כ'מאך ב"ה א שמחה וויל איך זיך נאך פרעגן ביי די עולם דא
ווי זאל איך אנקויפען פאר די שמחה? זאל איך אליין גיי אנקויפן? אדער באשטעלען יואלי ווייס?
אין טאמער כ'גיי אליין אנקויפען גייט אלץ קומען פון מייזנערס,
אבער וואס איז מיט סושי? ווער איז בעסער? פרוינד? סושי משונע? קעי באר?
אין הערינג? שווארץ? פרוינדס?
וועלעכע ביר איז די בעסטע? הייניקען? קעראנע? קארס?
ביטע העלפט ארויס....
בד"וו עטץ זענץ אלע העפטליך געלאדנט 😃

אפילו עס איז צו שפעט און אפשר האלסטו שוין לאנג נאך די שלישי למילה אבער למען השמועס שבו אין אויך אפשר וועט איינער נעמען מיין עדווייס וויל איך זאגן וואס איך האלט
סושי = זיכער קעי באר די בעסט פארפאלן גיי טשעק אוט וועסטו אליינס זען
ווי אזוי גייט נאר זייער סלאגן "קרעיווינג?"
אין הערינג? שווארץ?
א שאלה אוודאי וואס איז דיין ספק מי לנו יותר מר' אהרן יודל זאל זיין געזונט ובניו שיחיו אוי! פארשטיין זיי צו מאכן א גוט שטיקל העירינג
דרך אגב אייער קיכלעך איז נאר מעינקאו.......
וועלעכע ביר איז די בעסטע? הייניקען? קעראנע? קארס?
די גאליציאנע' קענסט נישט קויפן אביסל פון אלע? זאל יעדער הנאה האבן וואס אים געפעלט!

שטילע אינגערמאן » מיטוואך אפריל 2, 2014 9:57 pm

· #194449
די גראסערי איך קויף אן האט צופעליג יא א פרייז אונטער יעדער אייטעם.

א צווייטע שאלה וואס איך האב, ס'מאכט זיך אמאל אז כ'זעה נישט די פרייז איך איך גיי יא צום סקענער,
כ'וויל פארשטיין וואס איז די נפק"מ צווישען די סקענער ביים רעדזיסטער אין די סקענער וואס הענגט אינמיטן געשעפט???

ביים רעדזיסטער פירט ער אדורך די איייטעם טשיק-טשאק, ביים סקענער אינמיטן געשעפט דארף מען מכוון זיין גענוי די באר-קאוד קעגן די רויטע פלעקטער, מדרייט אהער אין אהין אין גארנישט, ס'כאפט נישט, די ליטווישער מוטשט זיך אסאך ווייניגער מיטן תפילין ווי איך מיטן עפל ז'אוס,

וואס איז א נפק"מ אין די צוויי סקענערס???????????????.
בלאט: 1 2 3 4