☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » "חסידות סקווירא" והמסתעף (צווייטער טייל צוגעלייגט)

"חסידות סקווירא" והמסתעף (צווייטער טייל צוגעלייגט)

124 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #540
בלאט: 1 2 3

מיכאל » מיטוואך מאי 2, 2012 6:42 pm

· #9428
"חסידות סקווירא" והמסתעף (צווייטער טייל צוגעלייגט)
אין דערנעבענדיגען אשכול איז געווארען א דעבאטע איבער סקווירא, האבעך באשלאסען צי עפענען א אשכול דערוועגען, צי קענען אדורעך טוהן ס'ענין בדיבוק חברים,

ובזה החלי,

כ'האב פונקט היינט געהערט וועגען א סטאדי וואס איז געקומען צי די מסקנא אז POWER איז אדיקטיוו פונקט ווי קאקעין,

וואס דאס מיינט איז אז איינער וואס האט מאכט וועט טוה אלעס אין די וועלט עס צי אנהאלטען אין ער וועט נישט קענען זעהן אדער פארשטיין עפעס וואס איז א סתירה דערצי,

יעצט בנוגע סקווער איז אזוי, סקווירא רבי זיצט שוין 43 יאר על כסא מלכותו, ער האלט זיך ממש ווי א קעניג, ס'איז כמעט נישטא א חסידות אין די וועלט וואס זיי זענען אזוי אינטערטעניג צי זייער רבי אזוי ווי סקווער, ס'ממש אז זיי ציטערען פין אים, זיי זענען משוגע פארגלייבט אין אים אויך אסאך טיפער אין מער ווי אסאך אנדערע פלעצער,

מען דארף נאר חאפען א בליק ווען זיינע חסידים גייען דורעך ביי לחיים אדער ביי גוט שבת זאגען ס'קוקט אויס ממש שרעקעדיג, ווען ס'האט זיך מיר געמאכט צי וויילען דארט פאר א שבת, אין כ'האב געזעהן די לחיים צערעמאניע, איז עס ממש געווען אומגלויבליך, וויזוי קען מען נעמען געהעריגע מענטשע אין זיי פארוואנדלען אין אזאלכע דערשראקענע באשעפענישען, אין דאס ווייזט אויף א טיפע מוח שווענקונג, אין וויזוי די גאנצע מיינדסעט גייט דארט צי,

אבער לאמיר גיין צישטייטעלעך, אזוי ווי ס'איז באקאנט איז סקווערע רבי געווארען רבי ביי די 28 יאר, אין אזוי ווי ס'איז באקאנט איז ער אלץ קינד/בחור/יונגערמאן נישט געווען עפעס ספעציעל, אין פליצלינג אלץ יונגערמאן פין 28 איז זיין טאטע אוועק, אין ער איז פין איין טאג אויפען צווייטען געווארען רבי,

יעצט ווען אזא איינער ווערט רבי איז דא א גרויסע פראבלעם, ווייל דער עולם האט נישט צי שטארק געהאלטען פינעם אין די הייסע האבען געוואלט אז ס'זאל ווייטער גיין אין ס'געווען א פראבלעם,

אויך האבען געוואוינט אין סקווער א שיינע פאר בעלזא יונגעלייט וואס זענען דארט געווען איידעמער אין זיי זענען אוודאי נישט געווען הייס פאר דעם יונגען רבי'ן, אין דא איז די מצב געווארען הייס, ר' ישעי' אונגער דער גבאי, האט אנגעהויבען ווערען ווילד, טאמער ס'געקומען א רב א דער א רבי וואס האט נישט געהאט גענוג דרך ארץ האט יענער געחאפט, דאכצעך אז איינעם האט אראפ געווארפען די טרעפען (כ'דענק נישט די נאמען פין יענעם), עכ"פ מען האט אנגעהויבען צי בויען די חסידות,

נאכדעם איז געקומען עטנישע ריינוגונג, די בעלזא יונגעלייט זענען ארויסגעווארפען געווארען פין שטעטעל, קומען צים טיש איז געווארען א דאורייתא, אין אזוי ווייטער,

ציביסלעך איז אויסגעוואקסעןם א גאנצע קאמאניסטישע סיסטעם, ווער ס'האט מער גערעהט פין די גרויסקייט פין רבי'ן דער איז געוואקסען אויפען לייטער, טאמער איינער האט געקרימט מיט די נאז האט מען שוין געוויסט אז ער איז פין די יעניגע, די מלמדים אין חדר האבען מחנך געווען מיט די רבי אין די רבי אין די רבי, אין אזוי ווייטער, ביז ציביסלעך האבען זיי פארגעסען אז ס'דא א באשעפער אין געטראכט א גאנצע טאג פין די רבי אין די רבי אין די רבי,

יעצט ווען א רבי ווערט רבי אין זעצט זיך אויבען אן ביים טיש, אין די חסידים שטעלען זיך ארום אין קוקען אים אריין אין דעם פרצוף אריין, טראכט דער רבי אז מסתם זענען זיי משוגא געווארען, כ'מיין... וואס ווילען זיי פין אים,

אבער ווען ס'גייט אריבער א שטיק צייט, אין דער רבי געוואוינט זיך צי, הייבט ער אן צי טראכטען אז די וועלט איז דאך נישט משוגא, סאו מסתם איז ער טאקע עפעס, אין מיט די צייט הייבט ער אן צי האלטען אז ער איז נישט נאר "עפעס" נאר אביסעל מער ווי עפעס, אין אזוי גייט עס ביז מען האלט זיך פאר א קדוש עליון, אין ווער ס'גלייבט נישט איז ממש א אפיקורוס,

אין דא מיז מען צילייגען א וויכטיגע פוינט, ווען אייננער האט אסאך מענטשען וואס זענען פארגלייבט אין אים אוטומאטיש באקומט עפעס א רחניות'דיגע כוח, דאס האט גארנישט מיט יודישקייט נאר אזוי ארבעט די טבע, דאס איז די וועג וויזוי א קולט ארבעט אז די לידער פין די קולט ארבעט מיט זיינע טאקטיקען אז זיינע קרבנות זאלען זיין פארגלייבט אין אים, אין אזוי באקומט ער ענערזשי פין זיי, (ס'איז ביי גוים אזוי, אין ס'דא גוים וואס באקומען כוחות פין דעם) אין ווען ס'איז אסאך מענטשען איז עס א שטארקע כוח,

יעצט סתם א רבי ווייס דאך נישט פין דעם סוד, אין ווען ער זעהט אז ער האט עפעס א כוח רעדט ער זיך איין אז ער איז טאקע עפעס אין איין מאל עפעס א מופת געלונגט אדער אפילו מען קען זיך נאר איינרעדען אז ס'געלונגען, ווערען די חסידים דאפעלט פארגלייבט אין אזוי גייט עס ווייטער אין ווייטער,

יעצט לויט ווי עס קוקט מיר אויס איז אין סקווער די מעשה, אז סובקונטשעסלי אדער אפשער אפילו קאנטשעסלי ווייסט סקווערע רבי אז אלעס וואס ער האט קומט פין די מענטשען וואס גלייבען אין אים אין פארדעם טוט ער אלעמאל שטיצען די עקסטרעמיסטען, אין ער ווייזט זיי אז ער איז ציפרידען פין די אלע פראפעגאנדע וואס זיי ריפען אמונת צדיקים, אין פארדעם גייט עס ווייטער אין ווייטער, אין די ליבעראלע ווערען דארווייטערט אלץ קאלטע חסידים,

אין ווי מער מאכטפול ער ווערט אלץ מער עדיקטעד ווערט ער דערצי, אין אלץ מער האט ער א נגיעה אז ס'זאל ווייטער אנגיין אין ווערען מער (פארשטייט זיך אז ס'קען זיין אז ער רעדט זיך איין אז ס'איז לשם שמים) אין קיינער קעןם אים גארנישט זאגען, ווייל אזוי ארבעט עס ביי א דיקטאטאר, זיינע ארומיגע זאגען אים נאר וואס ער וויל הערען, אין ער ווייסט נישט אין וויל נישט וויסען די אמת, ווען איינער זאגט אים א זאך וואס ער וויל נישט ס'זאל זיין אמת (געהערט פין מקור ראשון) הייבט ער אן צי האקען אין טיש אז ס'נישט אמת, אין ס'ווערט אויס אמת,

מען דארף פארשטיין אז מען רעדט דא פין א מענטש וואס איז נאך קיינמאל נישט ארויס פין זיינע ד' אמות, חוץ ווען ער איז געווען אין וויזשניץ פאר בערך צוויי חדשים נאך זיין חתונה, האט ער נאך קיינמאל נישט עקספיריענסט די עכטע וועלט, ער האט נאך קיינמאל נישט געלעבט צווישען עכטע מענטשען, ער ווייסט נישט אמאל וואס דאס מיינט, ווי ער פארט פארט זיינע ד' אמות מיט, אין ממילא ער לעבט אין א וועלט וואס איז נישט ריאליטי, אין טאמער הייבט איינער אן צי רעדעם פין ריאליטי רעגט ער זיך אויף,

יעצט ווען די גאנצע הנהגה וואלט נישט געשאדט פאר קיינעם, דאן חאטשיג ס'איז א פארדרייטע דרך אבער מיילא, אבער די מציאות איז אז ס'שאדט זייער שטארק, די בעליוו סיסטעם פין סקווער איז זייער דעסטראקטיוו, אין מענשען קענען נישט געהעריג אזוי לעבען, אין פארדעם איז זייער א גרויס חלק פין שטעטל נישט ציפרידען פין דעם אין זיי עסען זיך פין אינווייניג,

א חלק דערוואגען זיך צי טראכטען אז די גאנצע זאך איז שקר, אבער א גרעסערע חלק קען נישט אזוי טראכטען ווייל ס'שווער אויסצירייסען א חינוך פין יארען, אין ממילא גייען זיי אין א ראליקאסטער פין קאנפליקטיג מחשבות, איין טאס האבען זיי "נסיונות אין אמונת צדיקים" אין די צווייטע טאג זענען זיי זיך מחזק אין אמונת צדיקים, וועגען דעם זענען א סאך ביזי אסאך צי פאר ציילען מופתים פין זייער רבי ווייל מיט דעם קענען זיי צייטווייליג דערשטיקען די שווערע געפילען וואס זיי האבען אין הארץ,

ס'נישטא נאך א פלאץ אויף דער וועלט וואס פרובירט צי קאנטראלירען אזוי שטארק זייער איינוואוינער, זיי טארען נישט שיקען זייערע קינדער נאר אין זייערע מוסדות, אפילו אין ישיבה קטנה אין ישיבה גדולה איז עס נישט ערלויבט, נאר אמאל אז ס'וויכטיג קען מען אמאל פועל'ן מיט גרויס פראטעקציע, אין פפארוואזשע זאל מען דען שיקען איינער זאגט מיר א סקווערע רבי האט "אליינס געזאגט" אז פין ארץ ישראל ווייסט ער נישט אבער אין אמעריקע איז זיין ישיבה די בעסטע ישיבה (!?)

אין אז מען רעדט שוין פין וואס ער האט אליינס געזאגט, האט מיר איינער א באגלייבטער מענטש געזאגט אמאל, אז סקווערער רבי האט געזאגט פאר אז וויפעל א ילוד אשה קען זיך אויסארבעטען די מדות האט ער זיך שוין אויסגעארבעט (!?),

עכ"פ נאך א מנהג האט ער אז ווען ער קומט ארויס צווישען עולם ביי א טיש אד"ג ציהט ער ארויף א ברוגז פנים, דאס טוט ער כדי ס'זאל הערשען א שרעק, פין צייט צי צייט שיסט ער שארפע בליקען אויף דעם אין יענעם, אין די חסידים ציטערען אין טראכטען וואס האט ער שוין געזעהן אויף זיי אז ער קוקט זיי אן אזוי שטרענג, כ'דענק נישט נאך א פלאץ ווי מען זעהט אז די חסידים שטייען ביים טיש אזוי ווי דערשראקענע שעפסען מיט ארויסגשטארצטע אויגען, ווען כ'האב עס געזעהן האב איך עס נישט סובל געווען, כ'האב נישט פארשטאנען וואס ער וויל פין זיי, פארוואס דערשרעקט ער זיי, וואס האבען זיי אים געטוהן אז ער זאל אזוי טרעטען אויף זיי,

נאכדעם קומט די שטיוועל סומאטוכע, ביי זיין טאטען איז דער עולם נישט געגאנגען מיט קיין שטיוועל אבער ער האט איינגעפירט אז יעדער זאל אנטוהן שטיוועל אין ער שטעלט זיך דערויף אין צווינגט וועם ער קען, איינער וואס האט נישט ליב געהאט די שטיוועל אין עס אויסגעטוהן איז אמאל אריבער ביי גוט שבת צי גוט וואך פרעגט ער אים וואס ס'גייט פאר מיט די שטיוועל האט יענער עפעס גענפערט אז די פיס ס'שווער, האט ער זיך אנגעריפען נע ס'נישט די פיס ס'איז די קאפ, עכ"פ יענער האט געמיזט צירוק אנטוהן,

יעצט ס'דא אזא זאך ווחי א חסידישע לבוש אבער ווען איינער ערפינדעט א נייע לבוש אין נאך דערצי א לבוש וואס ס'איז שווער צי גיין דערמיט, ווי האט ער א רעכט צי צווינגען יענעם צי גיין דערמיט, אין מאכען יענעם פילען גילטי, ס'געווען אמאל א שידוך וואס זיין זוהן איז געווען שדכן, פאר א בחור וואס זיין טאטע גייט מיט א קורצע רעקעל, אין נאך די שידוך איז געווארען האט ער געלייגט פרעשור אז דער בחור זאל אנטוהן שטיוועל, יענעם'ס מאמע האט פארשטייט זיך נישט געוואלט (יענעם'ס מאמע האט בכלל נישט געוואלט שיקען אויף סקווער נאר נאר פרעשור פין אים האט זי אהין געשיקט) האט ער געזאגט אז אזוי ווי זיי האבען א איידעם וואס גייט מיט ווייסע זאקען, איז שטיוועל אויך גוט,(כאילו ס'איז די זעלבע זאך), עכ"פ דער בחור האט צי סוף אנגעטוהן,

עכ"פ צירוק צים ענין אז די גרעסטע פראבלעם איז אז זיין הנהגה ציברעכט זיינע מענטשען, אין זיי זענען נישט גענוג שטארק צי רעוואלטירען, ער האט מצליח געווען רוב פין זיי צי פארוואנדלען אין א סטאדע פין דערשראקענע שעפסאלעך, אין זיי עסען זיך פין אינווייניג אנשטאט צי רעוואלטירען, נאך אלעם נאך אזא חינוך אין אזא רוח וואס ער מאכט גלייבען זיי אין אים אין זיי ציטערען פין זיין הקפדה, אין אזוי גייט אריבער א יאר נאך א יאר אין ס'נישטא ווער ס'זאל אויפקלערען פאר סקווערע רבי אז ער האט געמאכט דאס שטעטעל פאר א גיהנום,

ווען ער האט געהאט די שווערע צייטען פין די קארט קעיסעס, פאר א פיפצען יאר צירוק צי אביסעל ווייניגער זענען זיי געווען ביזי צי פראפעגאנדירען אז דאס אלעס קומט ווייל סקווירא איז אזוי הייליג אין די סיטרא אחרא וויל ער אינטער ברענגען, ווען סקווירא רבי זאל פארשטיין אז דער באשעפער האט אים געגעבען א ווינק אז ער זאל זיך חאפען אין וואס פאר א שקר ער לעבט וואלט אפשער בעסער געווען, אנשטאט האט ער געזאגט אז קיינער גייט נישט זיצען, אין שוין האבען זיי אלע נעבעך געמיזט "שטיין" אין תפיסה,

ס'נאך אסאך צי שרייבען אבער פאר יעצט וועט דאס זיין גענוג

שמואל הלוי » מיטוואך מאי 2, 2012 7:24 pm

· #9430
Re: "חסידות סקווירא" והמתעסף,
הארציגן דאנק מיכאל, איך ווארט אויפן המשך.

אוי טאטי » מיטוואך מאי 2, 2012 7:58 pm

· #9431
Re: "חסידות סקווירא" והמתעסף,
הו הו הו...

סע קוקט אויס ווי סע קומט דא פאן...

gehlungen » מיטוואך מאי 2, 2012 8:05 pm

· #9433
Re: "חסידות סקווירא" והמתעסף,
Michoel. I have a feeling that you live in skver & you daven in the home with the troublemakers

ברוין » מיטוואך מאי 2, 2012 8:12 pm

· #9440
Re: "חסידות סקווירא" והמתעסף,
ווי שטארק נישט איינשטימיג מיט סקווער האלט איך נאך אלס נישט אז ס'פאסט אזוי אויסצופראקן ברבים א רב מיט טויזענטער חסידים.

שמואל הלוי » מיטוואך מאי 2, 2012 8:31 pm

· #9451
Re: "חסידות סקווירא" והמתעסף,
gehlungen
Michoel. I have a feeling that you live in skver & you daven in the home with the troublemakers

און אפשר גאר ר' חיים אהרן אליין, דאס איז דיר שוין נישט בייגעפאלן? 😂

משה געציל » מיטוואך מאי 2, 2012 8:35 pm

· #9454
Re: "חסידות סקווירא" והמתעסף,
ברוין
ווי שטארק נישט איינשטימיג מיט סקווער האלט איך נאך אלס נישט אז ס'פאסט אזוי אויסצופראקן ברבים א רב מיט טויזענטער חסידים.

גם אני מצטרף, איך בין ווייט פון א סקווערע חסיד, אבער דאך פונקט וואו ווען מען האט געפענט א אשכול אויף סאטמאר האט מען פארשטאנען אז דא איז נישט דער מקום צו צושמירען א עדה בישראל, ה"ה כאן.

gehlungen » מיטוואך מאי 2, 2012 8:57 pm

· #9460
Re: "חסידות סקווירא" והמתעסף,
MANASHEH. Where are you now. Come out from your hiding place ” give us some answers or explanations !!!!

קרעקער » מיטוואך מאי 2, 2012 9:00 pm

· #9461
Re: "חסידות סקווירא" והמתעסף,
קנאקעדיג
אין אזוי איז עס אויכעט ביי אלע אנדערע רביס למיחצה לשליש ולרביע

ב"ה מיר אין סאטמער האבען געהאט א קליגען רבין וואס האט ארויסגענימען זיינע חסידים פין די שמאלקעפיגקייט

אין בדרך אגב איז ר' ז"ל מסאטמער היבש נארמאל אין קלאססיש אין דעם הונזוכט, זיינע חסידים מיינען אז ער לאזט נושט נעמען פיטשקערס פין עם ציליב די טומאה אף בילדער, ער איז פשוט (נאך דערווייל - ער איז קוים עטליכע יאר אין דע רביסטעווע ליין) א נארמאלער מענטש וועם סבאדערט אז מפלעשט אריין פיקטשערס ווען ער טיקט דע בארכע אינעם פיש זאפט

פריינדליך » מיטוואך מאי 2, 2012 9:08 pm

· #9465
Re: "חסידות סקווירא" והמתעסף,
כ'האב נישט געליינט מיכאל'ס לאנגע תגובה, און איך וועל עס לכאורה נישט ליינען, ווייל ווי יעדער זעט דרייען זיך נישט דא קיין ערענסטע סקווירע חסידים, אפשר איינס צוויי חסידים יא, אבער נישט מער,

מילא וואס פארא ווערט האט אזא איינזייטיגע דעבאטע? עס איז נישט קיינער דא וואס זאל אים נערמאל איבערפרעגן אדער אפווענדן! וופיל אמת'ע אינפערמאציע קען מען דען געוואר ווערן פון אזא סטארט אייזייטיגע שמיעס?

אפשר מיט די צייט אז עס וועט אריינפאלען דא ערענסטע סקווירע חסיד וואס וועט האבען די ווילען צי דעבאטירען די ענין, דעמלאטס וועט די גאנצע נושא עפעס ווערט זיין,

זר זהב » מיטוואך מאי 2, 2012 9:10 pm

· #9467
Re: "חסידות סקווירא" והמתעסף,
פון מהרז"לס חסידים זענען גאר דא אזאלעכע וואס זענען זייער גערעגט אויף די פיקטשער תקנה. סידא אינטערעסאנטע געשעענישן וואס אפילו איינער וואס איז לאו דאווקא אריינגעלייגט אין בילדער גלייכט אויך צו זעהן.

ידען » מיטוואך מאי 2, 2012 9:14 pm

· #9472
Re: "חסידות סקווירא" והמתעסף,
מיכאל האסט עס זייער שיין אראפגעלייגט, געמאכט א super job

איך רעד נישט פון די אמתדיקייט פון וואס שררייבט, וואס אין די וועלט איז אזוי אנגענומען שוין צענדליגע יארן, אבער וואס איך האב ליעב געהאט איז ווי שיין ער לייגט עס אראפ.

We need more

gehlungen » מיטוואך מאי 2, 2012 9:19 pm

· #9474
Re: "חסידות סקווירא" והמתעסף,
I know its RUsSIA

מיכאל » מיטוואך מאי 2, 2012 9:20 pm

· #9475
Re: "חסידות סקווירא" והמתעסף,
ברוין
ווי שטארק נישט איינשטימיג מיט סקווער האלט איך נאך אלס נישט אז ס'פאסט אזוי אויסצופראקן ברבים א רב מיט טויזענטער חסידים.


ווען די וואלט געוויסט אין פארשטאנען די צער וואס מענטשען מאכען דארט מיט, וואלסטע אנדרעש געטראכט.......

דאס אז מען האט טויזענט חסידים איז נאך נישט קיין היתר אויף טוהן אזאלכע זאכען,
די גאס מעג אויך וויסען די אנדערע זייט פין די מטבע אולי וועט עס אנקומען ווי עס דארף אנקומען,

די סקווירא רבי האט א שוואכקייט אויף וואס די גאס זאגט, ער פרובירט אלץ אז די פאמפ אין די רושם וואס זיינע נסיעות מאכט אויף די גאס אז ס'זאל קנאקען, אין אפשר ווען אין טאמער ער וועט הערען דערפין וועט ער זיך אפשר חאפען אז אפשר דאך איז ער נישט אינגאנצען גערעכט,

טאמער ער מעג יארען לאנג טוהן וואס ער טוט, פארוואס טאר איך נישט פלעין שרייבען דעם אמת, אדרבה טאמער איז עס נישט אמת אפשר ביסטע גערעכט, אבער וויפעל איך ווייס איז יעדעס ווארט אמת, כ'האב אפילו געטוישט געוויסע לשונות ווען כ'בין נישט געווען זיכער,

איינער מיז דאך ארויס ברענגען די צווייטע זייט, א רבי האט דען א לייסענט צי וויי טוהן אידען, אין פערזענליך וויל ער דאך נישט הערען, ברבים איז דיר אויך "נישט באקוועם", דעמאלץ וואס יא,

כ'האב דוקא נישט געשריבען קיין נישט שיינע לשונות אין קיין גזמאות, כ'שרייב לויט וויפעל איך ווייס דעם אמת,

John Doe » מיטוואך מאי 2, 2012 9:34 pm

· #9481
Re: "חסידות סקווירא" והמתעסף,
זייער פיין מיכאל. איין נקודה נאר, ווילסט זאגן אז יעדער שמויגער וואס האט חסידים באקומט א כוח צו מאכן אותות ומופתים? קאם אן. איך קען א איד א לץ וואס איז דער אפיציעלער מעשה בעקער פאר א געוויסע רעבישע הויף. איבערצייג זיך אליין, גיי נאך יעדע מופת וועסטו זעהן אז ס׳איז אדער פערצופאל געלונגען אדער הויל פאנטאזיע.

מיכאל » מיטוואך מאי 2, 2012 9:40 pm

· #9483
Re: "חסידות סקווירא" והמתעסף,
John Doe
זייער פיין מיכאל. איין נקודה נאר, ווילסט זאגן אז יעדער שמויגער וואס האט חסידים באקומט א כוח צו מאכן אותות ומופתים? קאם אן. איך קען א איד א לץ וואס איז דער אפיציעלער מעשה בעקער פאר א געוויסע רעבישע הויף. איבערצייג זיך אליין, גיי נאך יעדע מופת וועסטו זעהן אז ס׳איז אדער פערצופאל געלונגען אדער הויל פאנטאזיע.


אמת, אבער ס'נישט מן הנמנע אז ס'זאל זיין אמת, ספעציעל ווען זיין טאטע האט אים אויסגעלערענט וויזוי זיך צי באניצען דערמיט, (ס'האט נישט מיט יודישקייט, ביי גוים איז אויך דא וואס טוען עס,ס'איז אלענגערע הסבר וויזוי עס ארבעט, אין פארשטייט זיך מען קען נישט "אלעס" טוהן, ס'דא כללים, אבער ס'קען געלונגען,

אין כ'זאג עס וועגען דעם, ווייל ס'דא מענטשען וואס ווערען אזוי נתפעל פין א מופת אז זיי הייבען אן גלייבען אין דעם מופת מאכער בלינדערהייט, כאילו ווייסעך וואס,

דבילה » דאנערשטאג מאי 3, 2012 12:05 am

· #9521
Re: "חסידות סקווירא" והמתעסף
אין א'מרעדט שוין פון סקווירא - ווי קען מען פארגעסן די באקאנטע מגילה...

kliger » דאנערשטאג מאי 3, 2012 12:26 am

· #9525
Re: "חסידות סקווירא" והמתעסף
לויט דיין חשבון קענסטו דאך אלעס אזוי אראפלייגען אפילו די שטריימעל וואס מען צאלט 5000$
עס איז נישט געזונט אזוי צו רעדן,די זעלבע וועג האבן גערעדט די מתנגדים אויפן בעל שם טוב הקדוש


JUST THINKING

ידען » דאנערשטאג מאי 3, 2012 6:41 am

· #9529
Re: "חסידות סקווירא" והמתעסף
kliger
לויט דיין חשבון קענסטו דאך אלעס אזוי אראפלייגען אפילו די שטריימעל וואס מען צאלט 5000$
עס איז נישט געזונט אזוי צו רעדן,די זעלבע וועג האבן גערעדט די מתנגדים אויפן בעל שם טוב הקדוש


JUST THINKING

דו ביסט זיכער נישט א סקווירא׳ר...

אין סקווירא טראכט מען נישט...


מנשה׳לע קומט מער נישט אהער ??

פשוט-קאמפליצירט » דאנערשטאג מאי 3, 2012 1:31 pm

· #9565
Re: "חסידות סקווירא" והמסתעף
מיכאל, דו שרייבסט שיין און גוט אנאליזירט די זאך. איך טראכט נאר אז עמיצער וואס באלאנגט אהין קען אזא אנאליז וויי טאן. פארגעס נישט, אז א סקווירא חסיד וואס וואוינט אין סקווירא קען זיין אן אקטיווער מיטגליד דא אין שטיבל. ער קען אפילו זיין אן אינטעליגענטער מענטש וואס קאנטריביוטעד שיין, אבער ער איז פארמאכט לאותו דבר. עס שטערט אים שטארק אז זאכן וואס זענען פאר אים יסודות זאלן ווערן כאראקטעריזירט אויף אזא אופן.

מעגליך איך בין נישט גערעכט. איך טראכט נאר הויך. (איך פאר זיך -- א נישט-סקווירא חסיד, וואס האלט זיך אפנקעפיג אינעם הינזיכט פון פארנעמען קריטיק אויף אונזער געזעלשאפט בכלל -- האב הנאה געהאט פון דיין אנאליז.)

פריינדליך » דאנערשטאג מאי 3, 2012 2:35 pm

· #9604
Re: "חסידות סקווירא" והמסתעף
פשוט-קאמפליצירט
מיכאל, דו שרייבסט שיין און גוט אנאליזירט די זאך. איך טראכט נאר אז עמיצער וואס באלאנגט אהין קען אזא אנאליז וויי טאן. פארגעס נישט, אז א סקווירא חסיד וואס וואוינט אין סקווירא קען זיין אן אקטיווער מיטגליד דא אין שטיבל. ער קען אפילו זיין אן אינטעליגענטער מענטש וואס קאנטריביוטעד שיין, אבער ער איז פארמאכט לאותו דבר. עס שטערט אים שטארק אז זאכן וואס זענען פאר אים יסודות זאלן ווערן כאראקטעריזירט אויף אזא אופן.

מעגליך איך בין נישט גערעכט. איך טראכט נאר הויך. (איך פאר זיך -- א נישט-סקווירא חסיד, וואס האלט זיך אפנקעפיג אינעם הינזיכט פון פארנעמען קריטיק אויף אונזער געזעלשאפט בכלל -- האב הנאה געהאט פון דיין אנאליז.)


איך האב דיר שוין מקדים געווען און געשריבען די הקדמה:

פריינדליך
כ'האב נישט געליינט מיכאל'ס לאנגע תגובה, און איך וועל עס לכאורה נישט ליינען, ווייל ווי יעדער זעט דרייען זיך נישט דא קיין ערענסטע סקווירע חסידים, אפשר איינס צוויי חסידים יא, אבער נישט מער,

מילא וואס פארא ווערט האט אזא איינזייטיגע דעבאטע? עס איז נישט קיינער דא וואס זאל אים נערמאל איבערפרעגן אדער אפווענדן! וופיל אמת'ע אינפערמאציע קען מען דען געוואר ווערן פון אזא סטארט אייזייטיגע שמיעס?
אפשר מיט די צייט אז עס וועט אריינפאלען דא ערענסטע סקווירע חסיד וואס וועט האבען די ווילען צי דעבאטירען די ענין, דעמלאטס וועט די גאנצע נושא עפעס ווערט זיין,


א חסיד וועט אויך זען אז עס איז בסך הכל א מיינוג פון איינעם, און עס וועט נישט ווייטיען,
אוף יעדע זאך זאך איז דא אסאך מיינוגען, און זיכער ביי איז אזוי ביי אונז אידן, ווי עס גייט די ווערטעל, אז "ווי אימער עס איז דא צוויי אידן איז דא דריי מיינוגען" מילא איך גלייב נישט אז פאר א סקוועיר וועט באדערען די אשכול, זיי זענענן שוין ציגעווינט צי קריטיק, בפרט לעצטענעס,

הרב_שלום » דאנערשטאג מאי 3, 2012 5:14 pm

· #9676
Re: "חסידות סקווירא" והמסתעף
ווער האלט צוריק א סקווירא יונגערמאן פון ארויס מופען, און גאנץ ניו יארק איז סקווירא די איינציגסטע פלאץ ווי א יוד קען וואוינען

מיכאל » דאנערשטאג מאי 3, 2012 5:50 pm

· #9687
Re: "חסידות סקווירא" והמסתעף
^

לעמיל » דאנערשטאג מאי 3, 2012 5:52 pm

· #9689
Re: "חסידות סקווירא" והמסתעף
איך מיין עס איז נישט אזוי שלעכט וי מענטשין מאכען עס און עס איז ניק אזוי גיט וי סקוירא מאכט עס......

משה רוקח » דאנערשטאג מאי 3, 2012 8:02 pm

· #9749
Re: "חסידות סקווירא" והמסתעף
מיכאל זייער פיין אראפגעלייגט. זייער רואיג געשריבן אבער דאך אלעס ארויסגעברענגט אזוי פיין און קלאר!
די חורבן וואס קומט ארויס פון די סקווירא משוגעת'ן איז ממש עד אין לשער און ס'מוז ווערן ארויסגעברענגט אז די וועלט זאל וויסן דערפון פונקט ווי טשיילד מאלעסטעישען קעיסעס.

האלט אהן מיכאל - מיר ווארטן אויף נאך
הק' משה

מיכאל » דאנערשטאג מאי 10, 2012 1:05 am

· #11049
צווייטע פארזעצונג,

************************************************************************
צוליב וואס כ'שפיר אז כ'האב נישט גענוג קלאר ארויס געברענגט מיין פוינט, כ'האב א געפיהל אז ס'איז צי פארווע געשריבען אין האט מען נישט גענוג קלאר ארויס דאס וואס כ'פראביר ארויס ציברענגען, וועגען דעם האב איך געמעקט דעם ארטיקעל אין כ'האף עס בעזהשי"ת צי ערפילען מיט א מער קלארע ארטיקעל באגלייט מיט מער משלים אין קלארער ארויס ברענגען די זאך, אזוי אז נאכען עס ליינען זאל מען עס פארשטיין מיט מער קלארקייט, ואתכם הסליחה

***********************************************************************

יידל » דאנערשטאג מאי 10, 2012 9:43 am

· #11080
נו, מנשה לוסטיג, ווי ביסטו פארשווינדען געווארן?

מנשה לוסטיג » דאנערשטאג מאי 10, 2012 6:14 pm

· #11201
נו! אז מ'בעט מיין ווארט, וועל איך זאגן זייער קורץ.
מיכאל האלט זיך זייער שטארק צוריק צוגיין צו א פסיכאלאג. ווער עס וועט נאר קומען מיטהאלטן אין סקווער, וועט זען די זעלבע ווערטער וואס ער האט געשריבן, אויף א לעכטיגע אופן, און מיינע ווערטער זענען איבריג, ווייל איך אליין האב די ברירה צו אנטלויפן, און כ'בין שוין געווען אינדרויסן, און בכלל, יעדער איינער וואס לייענט זיינע ווערטער 'און וויל וויסן די אמת' קען זיך איבערצייגן מיט אביסל טרחה זיך אריבערכאפן קיין סקווער, און זען את הארץ כי נעמה.
ס'נישט שייך מסביר זיין א חזיר וואס מיינט שיינקייט.. אבער ווען דער שוויין ווערט יא א מפונק, אוי שרייעט ער און דרייעט ער די יוצרות, זיס איז זויער זויער איז זיס.
אט די דאזיגע ווערטער וואס מיכאל און זיין גלייכן שרייבן, איז ממש ווארט ביי ווארט פון די אלטע השכלה ביכער, קוקט וואס איז געווארן מיט זיי און ווי מיר שטייען.
באמת וואלט איך נישט געמעגט לייענען די דאזיגע שורות זיינע. אבער מנשה'לע איז דאך א קאלטער.. אבער אז איר פרעגט, געב איך ליבערשט דעם עצה, נישט הערן און גלייבן, קומט זיך אליינס איבערצייגן. און אדרבה, אויב איינער וואס איז טאקע א ידען אין מאור עינים, מאור ושמש, נועם אלימלך א.ד.ג. וועט האלטן אז דארט גייט פאר א עבודה זרה שפיכות דמים וכו', וועל איך מיך ציפן צו איך שלאף.. אבער לכאורא די דברי נבלה זענען פשוט נערווען בראך אויסשלאגן.. מ'זאגט די רעבע מ'מיינט עפעס אנדערש..
בכלל, ווער ס'נישט צופרידן פון זיך, קוקט אריין אין יענעם, האט ער א כוונה און א גוטע אויג, זעט ער גוטס, האט ער א עין רע און א א גוף מלא עצבות שפייעט ער רוגזה און שליימיגע קללות וואס זיין הארץ זינקט דערין טווענטי פאר סעבען..

געפילטע פיש » דאנערשטאג מאי 10, 2012 9:07 pm

· #11237
מנשה לוסטיג
נו! אז מ'בעט מיין ווארט, וועל איך זאגן זייער קורץ.
מיכאל האלט זיך זייער שטארק צוריק צוגיין צו א פסיכאלאג.

אן צו נעמען א צד, דאס הייסט נישט געעטפערט. זאגן אז די אנדערע צד איז נערווען קראנק ווייזט נאר אז דו האסט נישט וואס צו ענטפערן.

מנשה לוסטיג » דאנערשטאג מאי 10, 2012 9:09 pm

· #11239
נאר ווער ס'פארשטייט דעם ענטפער האב איך געוואלט ענטפערן, ווער ס'האט ניט פארשטאנען וויל איך נישט און וועל איך נישט ענטפערן, כ'האלט מיך קלוגער פון דעם

געפילטע פיש » דאנערשטאג מאי 10, 2012 10:40 pm

· #11257

מנשה לוסטיג » דאנערשטאג מאי 10, 2012 11:07 pm

· #11260
ס'נישט חסרון המשמיע, נאר חסרון השומעים. והא ראיה, איינשטיין האט גוט פארשטאנען צו א אטאם, אבער האט דאס נישט געקענט מסביר זיין פאר א טעקסי דרייווער..

ברוין » דאנערשטאג מאי 10, 2012 11:22 pm

· #11267
און צום נמשל
סקווער איז די טעקסי דרייווער?

kitov » דאנערשטאג מאי 10, 2012 11:38 pm

· #11274
מנשה לוסטיג
ס'נישט חסרון המשמיע, נאר חסרון השומעים. והא ראיה, איינשטיין האט גוט פארשטאנען צו א אטאם, אבער האט דאס נישט געקענט מסביר זיין פאר א טעקסי דרייווער..

What the yeitzer hora want from A Brother not MY Brother

פריינדליך » פרייטאג מאי 11, 2012 12:30 am

· #11284
געפילטע פיש

אן צו נעמען א צד, דאס הייסט נישט געעטפערט. זאגן אז די אנדערע צד איז נערווען קראנק ווייזט נאר אז דו האסט נישט וואס צו ענטפערן.



וואס האט דער ערשטער געשריבען אזוי גיט אז די שטעלסט די באר פארען צווייטען אזוי הויך?

אז איר נעמט די תגובה פינעם ערשטען און איר מאכט CUT AND PASTE איר לייגט אריין די ווארט "פרעזידענט אבאמא" אנשטאט "סקווירע רבי", וואלט דען נישט געשטימט יעדעס ווארט??
איז דען דא עפעס וויסענשטפט און זיין תגובה אז עס זאל ווערט זיין א ערענסטע ענטפער?
וואס האט זיין תגובה א דירעקטע שייכות מיט סקווער?
אפקלאפען א תגובה מיט צוויי טויזעהט קערעקטערס איז א קונץ?

עס זענענן דא שרייבערס וואס האבען ידיעות, זיי האבן תוכן און זיך, און עס איז א מחיה צי ליינענן וואס זיי שרייבען אפילו זיי האלטען אינגאנצען להיפוך ווי די אייגענע מיינוג, ווייל ווען מען זעט א שריפט מיט ידיעות איז עס א געשמאק, פון די אנדערע זייט זענענן דא שרייבערס וואס קענענן שרייבען, אבער זיי האבן נישט קיין ידיעות אדער תוכן אין זיך, אפגעזען ווי גיט זיי שרייבען, אויב עס פעלט אבער דערפון ידיעה אדער תוכן, מעג מען דערנאך אראפברענגן אלבערט איינשטיין אליינס וועט עס גארנישט העלפן, עס וועט נישט פארעכטן דאס וואס מען שרייבט, עס וועט בלייבען א ליידיגע באלון מיט אסאך שיינע פראזען דערין,

פראבירן » פרייטאג מאי 11, 2012 3:16 am

· #11298
געפילטע פיש

אן צו נעמען א צד, דאס הייסט נישט געעטפערט. זאגן אז די אנדערע צד איז נערווען קראנק ווייזט נאר אז דו האסט נישט וואס צו ענטפערן.

מר. געפילטע פיש, מנשה האט נישט פראבירט דא עפעס אפצוענטפערן דעם ארטיקל זיינעם, ער האט געזאגט א פשוטע טריקענע פאקט, ער האט נישט אויפוועם אויסצוגיסן די כעס, האט ער גענומען פאר א ציל ברעט סקווירא

מנשה לוסטיג » פרייטאג מאי 11, 2012 3:24 am

· #11299
סך הכול, ווער עס וויל באמת וויסן די תירוץ, דארף קומען קיין סקווירא אליין. ווייל דאס האנדלען דא, שיינט מיר לפי גודל ועומק ידיעתי, היבש איבריג. וואלט איינער געוואלט 'פון מיר' הערן די תשובה, איז אויכעט בעסער עס הערן פנים אל פנים.
כ'האב פראבירט שרייבן דברי חכמה, ס'האט זיך ארויסגעוויזן אז איך גיס אין א זומפ. סליחה

מיכאל » פרייטאג מאי 11, 2012 11:48 am

· #11368
קודם וויל איך קלאר מאכען, אז מיין ציל איז נישט סתם צי בארעדען סקווירא, כ'בין נישט דא זיך צי שלאגען מיט איינער וואס גלייבט אין האט ליב סקווירא, האסטעס ליב ס'דיין רעכט,

נאר אזוי ווי די מציאות איז אז ס'דא זייער אסאך וואס זיכען אזאלכע ארטיקלעך ווייל זיי שפירען אליינס אז עפעס טויג נישט אין דאס גייט זיי העלפען אויסקלארען זייערע געפילען אין אזוי ווי א קעגען-געוויכט צי די פראפעגאנדע מיט וואס זיי זענען געפיטערט געווארען,

פאר דעי אידען וואס האבען ספיקות, פאר די וואס שפירען זיך אומבאקוועם דערמיט אין זיי זיכען אביסעל קלארקייט פאר דעי שרייב איך, אין פארדעם וועל איך מיט ג-ט'ס הילף זעהן דערצי אז די נעקסטע ארטיקעל זאל זיין קלאר אין מסודר אין זאל דינען דעם ציל,

אין פאר די סקווירא חסידים וואס גלייבען באמונה שלימה למעלה מן השכל, אייער פלאץ איז נישט אין דעם אשכול, איך זיך ענק נישט צי טוישען ענקער מיינונג, ענק מעגען גלייבען וואס ענק ווילען, אין טאמער ענק זענען באקוועם דערמיט, גוט פאר ענק,

אבער איין זאך דארפען ענק וויסען, אז קומען אין זאגען אז יעדער וואס גלייבט נישט וואס ענק גלייבען דארף א פסיכאלאג, דאס ברענגט נאר אז זייטיגע ציקוקער טראכטען אז די גערעכטיגקייט איז נישט מיט ענק,

דולה ומשקה » מוצ"ש מאי 12, 2012 11:31 pm

· #11485
הרב מיכאל די האסט געשריבען א נושא, לויט ווי עס קוקט מיר אויס ביסטו באהויווענט אין דעם נושא פון וואס די שרייבסט, הגם איך קען נישט רעאגירען היות איך בין קיינמאהל געוועהן דארט אויף שבת אזוי ווי מנשה האלט אז עס פעלט שטארק אויס לגבי אנעמען א צד.

איך האלט אז פשוט יעדער חוג חסידות האט אויף א געוויסע סארט אויפן א קאנטראל אויף זייער חסידים, וואס דאס מאכט זיי משעובד צו זייער הויפט/רבי, וואס לפענ"ד קיין איינס פין זיי שטאמט נישט פונעם בעש"ט און נישט פין מ"מ דער מגיד ממעזריטש.

דער סאטמאר רבי האט דאס זייער קלאר ארויס געהאט, אין פאר דעם טאקע האט ער אמאהל געזאגט אז "דער וואס האט דער פלעק סאטמאר קען דאס קיינמאהל נישט אראפ נעמען", ער האט נישט גערעט איבער זיין חסידים נאר איבער זיין חסידות.

צוריק צו סקווירא, וואס איך ווייס יא איז, אז זיי האבען געהאט א שטארקע הקפידא אויף זיך נישט צו פאטאגראפירען, כהיום איז דאס א חוב קדוש, לעצטנס גאנצע בלעטער אין "די וואך" פיל מיט בילדער איבער יעדער ריר און צוזאמקומף. לכאורה אלס 'עת לה' לעשות לה'', אפשר איז דא רעכט אין דעם, אבער דארף מען נישט גיין צום אנדערן עקסטרים, ס'דא נאך מער בילדער פון סקווירא רבי מער ווי באבוב, פאפא, וויזניץ, צוזאמען. דאס איז היבטש איבער געטריבען.

נאך מער פון דעם איז מיר נישט צו פארשטיין איז די סארט בילדער, דער רבי איז אלעמאהל אויף א סטעידש, אבער אויך דאס איז היפשט מאדענע, ווי לדוגמא: תשליך, ברכת אילנות, שריפת חמץ, התרת נדרים, וכו' וכו', אין צו דעם אלעם מיט א שטענדער וואס האט א פרוכת אויף איהר.

איך דארף נישט וויסען צו דעם ביידע זייטן פון דער מטבע, אין לדיין אלא מה שעיניו רואות, דא שרייט עפעס ארויס ליצנות.

יידל » זונטאג מאי 13, 2012 12:33 am

· #11490
דולה, די המון עם ווערט אבער יא נתפעל פון די בילדער.

קיין ניק » זונטאג מאי 13, 2012 1:36 pm

· #11574
א גוטן מיכאל

דיינע ווערטער זענען קולע אל השערה, איך בין אן אפטער גאסט אין סקווערער שטעטל און דיינע ווערטער זענען 100 פראצענט ריכטיג.

איך בין גרייט זיך מתווכח צו זיין מיט מנשה פון תורה שבכתב פון חסידות, איך בין גרייט זיך מתווכח צו זיין מיט מנשה פון תורה שבעל פה פון חסידות.

ס'איז דא אן איינרעדעניש פון א פחד ווען מ'גייט דורך דעם רבי'ן ביי גוט שבת זאגן אז ער זעהט אלע חטאים עוונות ופשעים.... דאס זעלבע ביי לחיים....

און מנשה וויפיל איינרעדענישט ליגט אין דער גוטן חודש זאגן נאך דער "מעמד" פון קידוש לבנה??? וויפיל מאהל האסטו זיך איינגערעדט אז דיין חודש איז אין שלעכטע מזל ווייל דער רבי האט דיר נישט אנגעקוקט ביים זאגן א גוטן חודש???

די שווענץ מעגן זאגן וואס זיי ווילן בנוגע שטיוול אבער דער אמת איז איבערגעצייגט אז ס'איז א 100 פראצענטיגע פעליור דער שטיוול פראגראם.

וויפיל שטיוול ווערן אויסגעטוהן יאהר יערליך? און וויפיל ווייסע/שווארצע זאקען ווערן אויסגעטוהן יעהרליך? און איך רעד נישט פון אויסווארף יונגעלייט, ערנסטע יונגעלייט וואס מ'וואלט זיך געטשאטשקעט מיט זיי איבעראל טוען אויס שטיוול און וויפיל האלטן זיך דערווייל צוריק וועגן פארשידענע נגיעות און איך רעד פון גרויסע פראצענטן קעגן דעם וואס ווייסע/שווארצע זאקן ווערן כמעט נישט אויסגעטוהן בפרט אין אזא מאסשטאבליכע פארנעם.

המשך יבוא

מיכאל » זונטאג מאי 13, 2012 5:08 pm

· #11632
ברוך הבא "קיין ניק", גוט אז די ביסט געקומען, כ'האב מיר געשפירט ווי א שעפעלע צווישען וועלף, ווען די קומסט אין שרייבסט וואס די שרייבסט, זעהט מען אז ס'נישט קיין חלומות, אין נישט איך בין דער וואס דארף א פסיכאלאג,

שלום עליכם אין האלט אן,

זר זהב » זונטאג מאי 13, 2012 5:11 pm

· #11633
כ'מיין נישט גארנישט חוזק צו מאכן און איך מיין עס זייער ערענסט, די שטיוול דערמאנט מיר פון די נאצי בילדער וואס כאב געזען אלץ קינד אין די ביכער.

ידען » זונטאג מאי 13, 2012 5:24 pm

· #11636
מיכאל האסט אראפגענומען דיין צווייטע חלק.

ווען לייגסט עס צוריק?

מיכאל » זונטאג מאי 13, 2012 6:07 pm

· #11653
ידען
מיכאל האסט אראפגענומען דיין צווייטע חלק.

ווען לייגסט עס צוריק?

כ'האב נישט ליב געהאט וויזוי ס'אויסגעקומען, כ'וועל שרייבען נאך ארטיקלעך אי"ה,

קיין ניק » דינסטאג מאי 15, 2012 10:23 am

· #12179
איך וויל צו לייגן א וויכטיגע נקודה

איך מיין איז די גאנצע וועג וויאזוי די סקווערער ממשלה האט זיך אויסגעשטעלט אין די לעצטע יארן איז א פועל יוצא פון געוויסע זייטיגע זאכן.

מדארף קענען דעם סקווערער רבי ער איז נישט קיין שלעכטע מענשט און איז נישט מטיל אימה על הציבור ווייל ער וויל זיך משתלט זיין אויף זיי ער איז נישט קיין בעל מחלוקת נישט קיין בעל לשון הרע ער שטייט אוועק פון אזעלכע זאכן זייער ווייט ער איז א מענטש וועלכע טרייט זיך אנשטרענגען זייער שטארק פאר די הנהגה ער נעמט נישט קיין וואקעישען ווי גרויס די יאר איז אפילו דעס וואס ער גייט אויף נייעק צו זיין וואקעישען היים איז אויך נישט אוועק פון זיין עולם ער לאזט קומען צו בריתן און תפילין לייגנס אא"וו און דעס איז אויכעט נאר די לעצטע פאר יאר מדארף פארשטיין אז ער איז נישט קיין יונגערמאן און ער מעג אוועק פארן אביסל כאטש מטרייט צו מאכן דערפון א גאנצע זאך וועגן א כלאמפערשטע זומער היים ביים וואסער איך מיין אז כאטש דעס מעג ער האבן.

די עיקר פראבלעם איז אז ער איז געווען א בן יחיד זייער געצערטלט און נאך מער איז אז זיין מאמע האט זייער געוואטשט אז קיינער זאל נישט צונעמען פון עם די מלוכה און דורך די יארן האט זי שווער געארבעט פאר דעם.

וועגן די בעלזא איידעמערס האסטו געמאכט א טעות סאיז נישט געווען וועגן א קלין אפ די בעלא חברה האבן געבונטעוועט זייער שטארק ווייל דעמאלטס איז געווען די בראשית יארן פון בעלזא רב און סקווירא איז געווען א קאמפאטישן פאר בעלז ווייל נאך דעם וואס דער הייליגער בעלזא רב זי"ע איז נסתלק געווארן זענען אלע בעלזא חסידים פון אמעריקא און קענעדע געפארן צום סקווערער רבי זי"ע ווילאנג דער סקווערער רבי האט געלעבט האבן זיי גארנישט געקענט טון אבער נאך זיין הסתלקות האבן זיי זיך גענומען צו די ארבעט זיי פלעגן טון אסאך ווילדע זאכן זיי פלעגן רעדן צו אלע אמאליגע בעלזא חסידם ווען זיי זענען געקומען אויף סקווירא אז זיי זאלן שיקן די קינדער קיין בעלזא און נאך אנדערע מעשים.

דער סקווערער רבי איז אין די ערשטע יארן געפארן אויף זייער גוטע רעלסן אבער מיט די צייט נאך וואס ער האט געמיינט (אליינס אדער דורך די העצע פון זיין מאמע -א בעלזא קינד....) אז מענטשן ווילן אריין ברענגען א מחלוקה האט עס אויף געבויעט א גרויסע פחד קעגן דרויסנדיגע מענטשן.

למעשה איז זיין הנהגה היינטיגע צייטן זייער נישט אויסגעהאלטן תורהדיג און חסידיתדיג

המשך יבא בל"נ

קיין ניק » דינסטאג מאי 15, 2012 10:26 am

· #12181
זר זהב
כ'מיין נישט גארנישט חוזק צו מאכן און איך מיין עס זייער ערענסט, די שטיוול דערמאנט מיר פון די נאצי בילדער וואס כאב געזען אלץ קינד אין די ביכער.

דעס איז נארישקייטן די דייטשע זעלנער זענען געגאנגען מיט פלעינע יוראפעישע שטיוול וואס יעדע אנדערע רבי איז געגאנגען ווינטער, דער סערעטער רבי פון ארץ ישראל זעט אויס ווי א נאצי?? פאפא רבי זעט אויס ווי א נאצי?? קאם אן!

עס איז נאר נישט א זאך וואס קען זיין א "מנהג" פאר אלל יעיר ראונד עס איז א ווינטער קלייד און נישט א זומער קלייד

דעמאקראטיע » דינסטאג מאי 15, 2012 11:58 am

· #12209
מיין שנעלע אפשאצונג איבער סקווירא איז אז דער רבי פרעזענליך איז בכלל נישט פארמישט אין די טעראר, עס איז מער די היציגע הנהלת הקהלה
דער רבי פאר זיך ווי ניק האט ארויסגעברענגט איז א וואוילער מענטש ער טשעפעט נישט קיינעם
איך האב פרעזענליך גערעדט מיט א געוועזענער סקווירא חסיד ער זאגט מיר אז ער איז מוראדיג צובראכן אז ער קען מער נישט גיין צום רעבין אבער וואס זאלער טוהן אז די היץ קעפ האבן אים שרעקליך גערודפט אין ארויסגעיאגט פון שטעטל
מען קען טאקע הערן אויף די פראמאוויטש טעיפס ווי ער רעדט מיט בערגער אז טראץ די אלע רדיפות איז ער נאך אלץ גאר א שטארקער חסיד פון רבין
די פראבלעם איז אבער אז דער רבי זוכט עס נישט אפצושטעלן, מען קען אים דן זיין לכף זכות אז די וואס שטייען ביים שפיץ פארפירן אים מיט פאלשע אינפארמאציע
איך גלייב אז מנשה אין מיכאל וועט אגריען צו מיר

שמואל הלוי » דינסטאג מאי 15, 2012 12:00 pm

· #12210
מיכאל
ידען
מיכאל האסט אראפגענומען דיין צווייטע חלק.

ווען לייגסט עס צוריק?

כ'האב נישט ליב געהאט וויזוי ס'אויסגעקומען, כ'וועל שרייבען נאך ארטיקלעך אי"ה,

שטימט נישט די קעפל "צווייטער טייל צוגעלייגט".

מנשה לוסטיג » דינסטאג מאי 15, 2012 4:45 pm

· #12373
כ'וויל נישט דא פארענטפערן סקווער, ווייל כ'האלט באמת, אז א שיינע טייל מגיבים, זענען נישט גענוג קלוג צו פארשטיין מיינע רייד. און איך בין נישט כאטשיג ווער! ווער ס'קען מיך פערזענליך ווייסט, אז ווען איך זאג עפעס ערענסט איז עס טיף און קראנט.
אבער אז מ'פרעגט מיר געוויסע פרטים, וועל איך גערן ענטפערן, און זען צו ס'איז דא ווער ס'פארשטייט עפעס חכמה אויכעט.
איך עגרי הונדערט און איין פראצענט אז אלע ווילדערייען קומט נישט פונעם רבין אליין, אבער! אז דער רבי ווייסט נישט דערפון און אז דער רבי ווערט פארפירט, איז שוין מיין ידיעה דערין אביסל אנדערש.
קודם כל, ביי סקווערע רבי, איז טשעפענען מיט א איש ציבור אדער גאר א דיין א רב, די ערגסטע זאך, ס'נישטא ביי עהם קיין פשרה אין אזא פאל. אפילו מ'האט יענעם גע'רודפ'ט לכתחילה, אבער טאמער האט יענער אפ'געענפערט מיט חוצפה אדער נאך ערגער, איז מען עהם נישט גורס מער. אפשר טאמער ער בעט איבער ברבים. דעם רבין אליין, טאמער איינער בעט עהם איבער, 'און אפילו מען בעט עהם נישט איבער'.. איז ער מוחל מיט א שמייכל, עהם פערזענעליך שטערט נישט ווען מ'טוהט עהם אליין וויי, נאר די 'הנהגה' די קהילה די עסקנים. און ער אליין וועט נישט אקעגן זאגט צוויי מאל א זאך, אויב די אייגענע קהילה לייט וועלן זיך עקשנ'ן אקעגן. און יא, די קהילה לייט זענען נאנט זייער נאנט, און רוב מאל דערוואגן זיי זיך צו טוהן אויף די אייגענע האנט, און אפילו אנדערש ווי דער רבי האלט במושכל ראשון.
אויסער ממש געציילטע זאכן וואס דער רבי אליינס איז בתוקף עז, און לאזט נישט נאך.

- כ'וויל דא קלאר זאגן, איך שרייב נישט דא זיך מתווכח צוזיין, [פנים בפנים בין איך גרייט פאר וויכוחים, נישט דא] 'נאר' פאר ווער ס'וויל וויסן פאקטן!!!
בלאט: 1 2 3