"חסידות סקווירא" והמסתעף (צווייטער טייל צוגעלייגט)
124 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #540
מנשה די מאכסט עס שוין אביסעלע צו אפען די עולם פאנגט שוין אן צו כאפען אז די ארבעטס ריווערס ,ביז יעצט האסטו גוט פארשעהמט און אינטערגברענגט סקווער, אבער עס ווערט שוין צו אפען, איך קען גראדע באשטיין ווי מער
יעצט לענינך. זאג נאר דער הייליגע רבי האט צום סוף באצאלט אביסעל חובות?
קינדערלעך, איך פאר בעזרת השם אין געציילטע שטונדן קיין אוקראינה פולין, ממילא וועל איך נישט קענען שרייבן.
וויל איך נאר איין זאך מודיע זיין.
איינס, עס טוט מיר באמת וויי די עוולה וואס די הנהלה פונעם פארום באגייט זיך אקעגן מיר, אז איך שרייב איין ווארט וועגן סאטמאר ווערט עס גלייך פארמעקט, און כ'באקום הודעות אז ס'איז קעגן די תקנותדאקעגן ווען מ'שרייבט קעגן סקווער - נישט אז איך הייס פארמעקן, אבער דעמאלטס איז נישטא קיין תקנות. הלמאי?
וי
איך וויל סתם מודיע זיין דא א כלליות'דיגע מודעה, אז כ'זע קלאר אז רוב מגיבים ווייסן נישט קיין היסטאריע און האבן נישט קיין ידיעה אינעם סוגיא פון סקווער וויזשניץ, ווער ווייסט וואס יא. ממילא סתם צו מאכן וויכוחים בין איך 'נישט' דא, ס'פאסט מיר נישט צו מאכן וויכוחים מיט אומוויסענדע, אז זיי פרעגן קען איך ענטפערן אבער אז מ'טענה'ט זיך אן קיין מינדעסטע וויסן, בין איך נישט דערביי.
איך פארטרעט מיינע ידיעות און שיטות נישט סקווער און נישט קיין ספסיכאלאגן און צייט שטיפער און בעבי סיטערס. סליחה.
[ציטאט אראפגענומען]
אה! א מחי' צו הערן
מנשה לוסטיג[ציטאט אראפגענומען]
אה! א מחי' צו הערן
וואס איך ווער אלטץ געוואר ווי געלונגען די ביסט, א שרייבער, א בדחן, א מבין צו חסידות, מבין צו דרשות, יכולס'ט צו טאנצען, וואס נאך קענסטו אלטץ, זיי ביטע מודיע
איך קען לאכן פון צרות אליין אויך
מנשה כאפ א שמיעס מיט א צפון קאריער קנעכט ער ענדזויט אויך זיין פלאץ קיק ווי ער האט געוויינט ווען דער אלטער איז געשטארבן ער ווינדערט זיך אויך פארוואס די וועלט האט פיינט אזא פיינע פלאץ ווי צפון קריער!!!דו ביסט נעבעך ברעינוואשט מיט די Stockholm syndrome!!!!
נעבעך נעבעך.........
מנשה מילא דיין פריוואטער טאנצעריי איז דיין געשעפט בינך לבין קונך, גוד לאק, נישט מיינע דאגות
אבער ווען די עפענסט דיין פי האתון פאר די סעקולארער און גוישע גאס און די רעדסט ווי א שוטה און ביסט אונז אלע מבייש, דארף איך מוחה זיין
האסט פארגעסען סיג לחכמה שתיקה, מילי בסלע שתיקה בתרי
על כן יקרא רבי ולא שלאק שאמעס..
א רבי איז דער וואס פירט דאס לעבן און האט די אחריות פונעם לעבן פון דער וואס איז זיך מכניע אונטער זיין ממשלה.
אגב, דעי וואך, פרשת וישלח גייט מען טוישען פלעצער אויף די פארענטשעס, ווער ס'וויל זיך אנטזאגן פון קומען, האט א גוטע און לייכטע וועג עס צו מאכן
עס איז דאך טאקע ארומגעפארן די מעסעדזש ווי די אינגעלייט רעדן זיך אפ אז מען גייט מער נישט קענען זעהן אויב די רבי עסט פלייש אדער פערפל....
אבער אז זיבן הונדערט יונגעלייט האבן באקומען הוראה, און תורה דיפלאמעס נעכטן ביים מסיבת 'מה אהבתי' דאס איז נישט אינטערעסאנט פאר די דוברי שקרים והולכי רכיל. נאר שמיץ איז ענקער עסק
מנשה האסט דיר געעפנט דיין סוער און עס איז ארויסגעקומען די שמוציגע שפראך וואס דו האסט?
לאמיר דיר מסביר זיין, יעדער רעדט פון עפעס וואס איז יוניק, אייגנארטיג, אינטערסאנט.
איך האב נייעס פאר דיר, אינגעלייט זאלן זיצן און לערנען און באקומען הוראה איז נישט קיין נאווינע ביי אנדערע פלעצער, פארהאן תורה נאך ערגעץ אויסער דעם שטעטל אויף רוט 45,
די סארט משוגענע שוואנצאנות וואס איז דא דארט איז נישט דא אין ערגעץ אויף אזא קינדערישע פארנעם.
דערפאר רעדט יעדער פון די שוואנצאנות, דאס איז אייגנארטיג, יוניק פאר סקווירא, תורה איז דא איבעראל, און סקווירא צייכענט זיך נישט אויס דערמיט אזויפיל מער ווי אנדערע מקומות טראץ די פי אר וואס זיי פרובירן אזוי צו זינגען
------
מנשה האט רעדאגירט זיין תגובה, אדער גאר די הנהלה, דערפאר קום איך דא מסביר זיין די ערשטע פאראגראף פון מיין תגובה.
מנשה האט געשריבן זייער א מיאוסע שפראך, וואס פאסט בכלל נישט פאר עדאלטס צו רעדן. ודי בזה.
מנשה לוסטיגאבער אז זיבן הונדערט יונגעלייט האבן באקומען הוראה, און תורה דיפלאמעס נעכטן ביים מסיבת 'מה אהבתי' דאס איז נישט אינטערעסאנט פאר די דוברי שקרים והולכי רכיל. נאר שמיץ איז ענקער עסק
אלף נכנסין און אחד יוצא להוראה, קומט אויס אז אין סקווער ישיבה לערנען עט ליעסט 700,000 תלמידים, מער ווי יוצאי מצרים!
מנשה דו קומסט מיר שוין פאר באלד ווי שלום סופר?
ביסטו אפשר דו נייע סקווערע ספאוקסמען?
משולם שטיינפעלדמנשה האסט דיר געעפנט דיין סוער און עס איז ארויסגעקומען די שמוציגע שפראך וואס דו האסט?
מנשה האט רעדאגירט זיין תגובה, אדער גאר די הנהלה, דערפאר קום איך דא מסביר זיין די ערשטע פאראגראף פון מיין תגובה.
מנשה האט געשריבן זייער א מיאוסע שפראך, וואס פאסט בכלל נישט פאר עדאלטס צו רעדן. ודי בזה.
נישט איך און נישט די הנהלה האט גערירט מיין תגובה, טאמער יא וואלט געשטאנען 'רעדאגירט'. און וואס אזוי שלעכט האב איך געשריבן? ס'איז דברים נכוחים וואס די שטיקסט דיך דערמיט, אבער אמת טוט וויי
די הנהלה האט יא געמעקט, מנשה. זייער נישט שיין געווען!
ביטע האלט דיין שפראך איידל, ווי עס פאסט.
איך געדענק נישט אז כ'זאל שרייבן עפעס שלעכט, מער ווי ס'שטייט יעצט
איך געדענק אבער יא, ווי זאגט דער וועלט א שקרן דארף האבען א גוטע זיכרון!
איך וואונדער מיך, וואס שטעקט אין האלדז פאר דער וואס פאטשקעט מיט יענעמס ביזנעס.
ביסטו א סקווערער אפשטאמיגער און ס'שמעקט דיר נישט די הלוך ילך. דעמאלטס הלוך ילך..
ביסטו א פרעמדער, אז וזר לא יתערב בשמחתינו..
ס'איז א הענגענדיגע קשיא, וואס נאר איין תירוץ ענטפערט עס, ווי געזאגט אויפן ריינעם שפראך, כ'האב ליב בייסן נעגל און עסן שאלאכטס.. ווייל יענעמס פראבלעמען איז מיין הנאה, און יענעמס מעלות איז מיר א יאך!
מנשה לוסטיגאיך וואונדער מיך, וואס שטעקט אין האלדז פאר דער וואס פאטשקעט מיט יענעמס ביזנעס.
איך וואונדער מיך די זעלבע זאך.
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/4423">viewtopic.php?f=33&t=4423</a><!-- l -->
זייער פשוט שמעקער
איך בין געוועזען א סאטמארע און כ'האב מיך אפגעפעקלט פון דארט צוליב די ריזן מאס כפירה וואס מ'פרעדיגט אויך יעדע הייליגע זאך 'אויסער אויף ויואל משה.
און ווייל מ'איז ביזי שעלטן קעגן סקווער, האב איך ארויפגעברענגט די ברעכאץ פון סאטמאר אויפן צונג. נישט אז ס'מיר פרעמד און כ'ווייס נישט, כ'ווייס גוט.. און ס'עקלט ווי מ'קען אזויפיל האס איינבאקן אין יודען. אבער באמת, רעד איך נישט דערפון נאר אז מ'זעט נישט די פארגלייך
סאטמאר איז אזוי ווי די תיבה, ווער סבאלאנגט נישט דארט ווערט אויסגעשפיגן....... סאונד פאמיליער?
ברוך השם והבדלנו מן התועים
מנהג סקווירא: ללבוש מסכה ברבים
און אנדערע נייעס קומט יעצט אריין אז הרה"צ ר' אהרן מענדל בנו בכורו פונעם רבי'ן האט איבער געגעבן רצון קדשו פונעם טאטע'ן, וויבאלד אין די לעצטערע חדשים האט דער אייבערשטער צוגעפירט אז מען איז געגאנען אנגעטוען און א יעדע סאציאלע מקום בלבוש מסכה, זענען מיר שוין מער נישט בכח משנה צוזיין דעם מנהג, און פון היינט אן און ווייטער, ווער עס וויל טראגן אויף זיך די הייליגע נאמען "סקווירא חסיד", דארף און יעדע פאל ווי עס איז נישטא קיין סאצואלע דיסטענס טראגען אויף זיך דעם הייליגן חסידיש'ן לבוש מסכה. און מען זאל נישט מזלזל זיין אין דעם מנהג, ווייל "מנהג" איז אותיות "גהנם", און עלטערן זאלן פאר אלע נייע געבוירענע קינדער איבער געבן ווייטער די הייליגע מסורה. און די טאטע זז"ג האט זיך שארף אוסגעדריקט אז ווער עס וויל נישט מקבל זיין מנהג מסכה אויפן פנים זאל אויסטוען אויך די שטיוועל פונעם רגל! און די טאטע זז"ג האט געזאגט אז "מסכה" איז א לשון פון סוכה אז דער אייבישטער וועט פורס זיין אויף גאנץ חסידות סקווירא סוכת רחמים און סוכת שלום