☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אשכול אן א טיטל #5376

אשכול אן א טיטל #5376

43 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5376

— » מוצ"ש דעצעמבער 7, 2013 8:16 pm

· #166792

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

היימישער ליטוואק » מוצ"ש דעצעמבער 7, 2013 8:26 pm

· #166797
קופי איך שטים אז דו האסט זיך פארדינט מיט דעם ארטיקל "דער בעסטער ארטיקל געשריבן אין ק"ש" אווארד. בלי ספק.

נולד מאוחר » מוצ"ש דעצעמבער 7, 2013 8:40 pm

· #166804
סדא פארווער סהאט נישט קיין צייט ציזאגן שיר השירים פרייטיג נאכטס, א קיצור. ישקני..
פאר איינער וואס האט נישט צייט צי ליינען קאוע שטיבעל איז דא די תגובה פון קופרניקס.

אפטעמיסט » מוצ"ש דעצעמבער 7, 2013 8:44 pm

· #166806
וואס עקל'ט מיר (אנטשולדיגט) אסאך מאל פון חרדישקייט, איז די ראדיקאליזם און קאפ- אין- וואנט געגייאכטס. דאס אז איינער וואס וואגט פרעגן קשיות אדער שפעקעלירן איבער עפעס אן אויסגעזויגענעם מנהג און באבע מעשה ווערט אפגעסטעמפלט אלס כופר הכל. אבער פודסטעפס איז גענוי די זעלבע, מאידך גיסא. ראדיקאלע פארהאסטע פארשוינען וואס וועלן פארדאמען אלעס וואס פרומע אידן טוען, אפגעזעהן צי זיי זענען גערעכט צי נישט.

ארפכשד » מוצ"ש דעצעמבער 7, 2013 8:48 pm

· #166813
הערליך שיין באשריבן סיי ווי קהלות הקודש זענען באנקראטירט און סיי ווי די פוטסטעפס דינער איז דיר כקוץ לעינים, און אויף דעם קומט דיר שוין א לייק. אבער א פאר נקודות לתשומת לבך.

איינס, פוטסטעפס איז נישט דא צו צושטעלן אן אלטערנאטיוו פאר אונזער קאמיוניטי. זיי זענען אן אלטערנאטיוו נאר פאר די וואס וואס ווילן איבערלאזן די קאמיוניטי, און מיט דעם טון זיי ס"ה ערפילן א באדערפעניש וואס אונזער קאמיוניטי מאכט זיך דערפין נישט וויסענדיק.

צוויי, ווי קומט פוטסטעפס מיט אונזער נישט ארבעטן אויף געהעריגע solutions פאר די ערענסטע כלל-פראבלעמען?!! הישמע apologetics גדולה מזה?

דריי, פוטסטעפס לא יושיענו, און יששכר כ"ץ לא יושיענו. אויב ווילן מיר זיך טוישן קען דאס נאר קומען פון אונזערע אייגענע פירער. ווארטן פאר א משיח וואס זאל אראפקומען מן השמים רייטענדיק אויף אן אייזל טוט נאר איין זאך, ס'האלט אפ פון אדרעסירן די פראבלעמען וואס דו רעכענסט אויס אזוי עלאקוואנט אויף אן ערענסטן פארנעם.

פיר, די עיקר פראבלעם וואס אונזער קאמיוניטי האט בנוגע פירערשאפט איז ווי ציניש מיר אליין זענען צו מענטשן וואס שטעלן זיך ארויס אלץ פירער. דער אמת איז אז ס'שווער נישט צו זיין ציניש ווען מיר זען די נידריגסטע שבעם וואס ווערן אדער רביס אדער שוויצערס. אבער פאקטיש מוז א קהל האבן פירערס און פירערס מוזן האבן אנערקענונג. דעריבער טו איך ארפכשד נאמינירן הרב הגאון הגדול המפורסם קופי דקהל בית קאווע אלץ נשיא המרומם פון כל בית ישראל לשם ולתפארת והוא יוליכנו קוממיות לארצנו!!!

יאיר » מוצ"ש דעצעמבער 7, 2013 9:16 pm

· #166824
קודאס צו קופערניקוס פאר נאך א קנאקעדיגער פאוסט. סהדי במרומים אז כ'האב אינזין געהאט ביים טונקען די שלשידעס בולקע אין חריף צו שרייבן דערוועגן. נאך א מזל אז קופערניקוס האט מיר אויסגעכאפט, ווייל איך וואלט נישט געקענט באווייזן אפס קצהו.
עס איז מיר נאך אבער איבערגעבליקן א נקודה אויסצושמועסן. במשך היסטאריע האט מען שטענדיג געזען אז ווען אידישע קינדער האבן זיך ליידער געגליטשט, צוליב בארעכטיגטע אדער אומבארעכטיגטע טענות, זענען זיי נישט געבליבן שלאפן, נאר האבן זיך באלד גענומען צו עפעס אנדערש. ווען מען האט מחרים געווען שפינאזע האט ער זיך נישט אוועקגעזעצט שימפן אויף די מצומצ'דיגע רבנים, ער האט אפגעשריבן איינער פון די שטערקסטע פילאזאפישע חיבורים אין היסטאריע, און איז געבליבן פון די גרעסטע אנהויבער פון דעם רענאסענס. ווען די משכילים אין דייטשלאנד האבן זיך ליידער אפגעזעגנט פון תורת משה, האבן זיי זיך אדער אסימילירט צווישן די דייטשן און געווארן איינער פון זיי מיט געלט און פילאזאפיע וכדו', אדער געווארן אויפגעקלערטע משכילים און ארויסגעגעבן רייכע מאספים און ספרים אויף לשון הקודש. אזוי איז געווען אין פוילן און רוסלאנד, אידישע קינדער האבן זיך נישט באגנוגנט מיט'ן זיצן פוילערהייט און קריטיקירן די אלטמאדישע רבנים. זיי האבן זיך אויפגעשטעלט און געגרינדעט נייע באוועגונגען. צו זאל דאס זיין ציוניזם, קאמוניזם, השכלה, רעפארם, קאנסערוואטיזם. אבער ביי די היינטיגע חרדים זעט מען א מאדנע זאך. אלע וואס ווערן דיסאילוזיעט פון חרדיזם אדער ארטאדאקסיע, סיי אויב זיי בלייבן מיט די בארד און פיאות און סיי אויב נישט, סיי אויב זיי זיצן אין ראדני מקוה אדער אין פוטסטעפס איווענט, וועלן זיי בלייבן זיצן און קריטיקירן און שימפן כל ימי חייהם. איינצלנע צווישן זיי זענען יא מצליח זיך ארויסצורייסן און טרעפן עפעס גליק אין די דרויסנדיגע וועלט, אבער דאס איז נאר אן אינדיווידועלע זאך. נישטא קיין נארמאלע, פאזיטיווע באוועגונג, וואס האט אן אייגענע מעסעדזש, אפגעזען פון חרדיזם. אויב איר גלייבט מיר נישט, ליינט וואס אן אינסיידער האט צו דערציילן. והדבר אומר דרשוני.
איך קלער אז דער ענטפער ליגט טאקע אין חרדיזם. חרדיזם בעצם איז נישט געבויט אויף עפעס א מעסעדזש, (אפילו א שלעכטע). עס איז געבויט אויף 'נישט'. עס קען רואיג ווערן באקרוינט אלס די religion of ignorance. מען פרעדיגט א גאנצן טאג וואס מען טאר נישט וויסן און מיט וועמען מען מעג נישט האבן קיין שייכות און פון וואספארא השפעות מיר דארפן זיך אפהיטן, אבער קיינמאל נישט וואס מיר דארפן יא טון, פון וואו מיר דארפן יא שעפן חיות. ממילא בלייבט דאס אין די ביינער, לאנג נאכדעם וואס מען געזעגנט זיך פון די גרופע, פיזיש אדער גייסטיג. אמאל האט אידישקייט געשטופט א פאזיטיווע מעסעדזש, ס'האט אריינגעגעבן אין אירע מיטגלידער א חיות צו אויפטון, ממילא אפילו אויב געוויסע זענען נישט געווען צופרידן מיט די געוויסע דרך החיים, האבן זיי זיך געטראפן א נייע וועג ווי אזוי צו אויפטון פאר די מענטשהייט. אבער היינט שטופט חרדיזם בלויז נעגאטיוויטעט, 'נישט' אויפטון, 'נישט' טוישן, 'נישט' טראכטן. ממילא אפילו אויב לאגיש זעט מען איין אז חרדיזם איז נישט גערעכט, בלייבט מען נאכאלס מיט די פסיכאלאגישע דיפעקטן וואס דאס האט אריינגעגעבן. און געדענקט, לאגישע טעותים קען מען זייער גרינג טוישן, אבער פסיכאלאגישע טעותים איז ביטער שווער, און רוב מענטשן בלייבן אזוי ווי זיי האבן זיך אויסגעפארעמט יונגערהייט.
לויט דעם חשבון קלער איך אז די פוטסטעפס מעמבערס זענען פון די געטרייסטע חרדים פון ניו יארק.

יאיר » מוצ"ש דעצעמבער 7, 2013 9:26 pm

· #166825
ארפכשד


דריי, פוטסטעפס לא יושיענו, און יששכר כ"ץ לא יושיענו. אויב ווילן מיר זיך טוישן קען דאס נאר קומען פון אונזערע אייגענע פירער. ווארטן פאר א משיח וואס זאל אראפקומען מן השמים רייטענדיק אויף אן אייזל טוט נאר איין זאך, ס'האלט אפ פון אדרעסירן די פראבלעמען וואס דו רעכענסט אויס אזוי עלאקוואנט אויף אן ערענסטן פארנעם.

ווארטן אז די אייגענע פירער זאלן באהאנדלען אונזערע פראבלעמען איז בערך אזוי ווי ווארטן אז א משיח מן השמים זאל עס באהאנדלען.

ארפכשד » מוצ"ש דעצעמבער 7, 2013 9:30 pm

· #166827
יאיר
ארפכשד


דריי, פוטסטעפס לא יושיענו, און יששכר כ"ץ לא יושיענו. אויב ווילן מיר זיך טוישן קען דאס נאר קומען פון אונזערע אייגענע פירער. ווארטן פאר א משיח וואס זאל אראפקומען מן השמים רייטענדיק אויף אן אייזל טוט נאר איין זאך, ס'האלט אפ פון אדרעסירן די פראבלעמען וואס דו רעכענסט אויס אזוי עלאקוואנט אויף אן ערענסטן פארנעם.

ווארטן אז די אייגענע פירער זאלן באהאנדלען אונזערע פראבלעמען איז בערך אזוי ווי ווארטן אז א משיח מן השמים זאל עס באהאנדלען.


די נקודה איז אז מיר דארפן נייע פירער וואס האבן א בעסערע בליק. און טאקע דערויף נאמיניר איך קופי!!!

יאיר » מוצ"ש דעצעמבער 7, 2013 9:36 pm

· #166833
ארפכשד
יאיר
ארפכשד


דריי, פוטסטעפס לא יושיענו, און יששכר כ"ץ לא יושיענו. אויב ווילן מיר זיך טוישן קען דאס נאר קומען פון אונזערע אייגענע פירער. ווארטן פאר א משיח וואס זאל אראפקומען מן השמים רייטענדיק אויף אן אייזל טוט נאר איין זאך, ס'האלט אפ פון אדרעסירן די פראבלעמען וואס דו רעכענסט אויס אזוי עלאקוואנט אויף אן ערענסטן פארנעם.

ווארטן אז די אייגענע פירער זאלן באהאנדלען אונזערע פראבלעמען איז בערך אזוי ווי ווארטן אז א משיח מן השמים זאל עס באהאנדלען.


די נקודה איז אז מיר דארפן נייע פירער וואס האבן א בעסערע בליק. און טאקע דערויף נאמיניר איך קופי!!!

אז דיין זיבעטער ניק נאמינירט א ניק אויף קאווע שטיבל אלס פירער האבן מיר גארנישט דערפון. שלומי אמוני ישראל (וואטעווער איט מיענס) דארפן אים נאמינירן. און אויף דעם קען מען ווארטן ווי אויף משיח'ן.

כוכב » מוצ"ש דעצעמבער 7, 2013 9:57 pm

· #166845
ווי איך פארשטיי טענהט ארפכשד אז אונזער פראבלעם איז בלויז א געזעלשאפטליכער און
נישט אין גלויבונג.
די אמעריקאנער קאנסטיטוציע גיט פאר יעדן רעכט צו גלויבן אין וואס ער וויל, אבער נאר גלויבן ווייל דאס שטערט נישט קיינעם, אבער נישט קיין פראקטיצירונגען.
אונזער פראבלעם איז נישט אז מגלויבט אז ווען רבי אלימלך האט געטרינקען מוצאי שבת א טיי אן צוקער איז דוד המלך געקומען אן א קרוין, אדער אז רבי איציקל האט צוגעשטעלט זמירותלעך אנשטאט פאספארטן. דאס קוועטשט נישט פאר קיינעם. אונזערע פראבלעמען זענען אז מיר ליידן פון א געזעלשאפטליכער דאמינאנץ צו וואס אלע מוזן זיך צושטעלן און א חרדישער איד קען מען נאר זיין ווען אלעס ווערט גערעדט און געטראכט ווי ביים שכן.
ובכן ווען פוטסטעפס און הרב כ"ץ שטעלן צו אן אלטורנאטיווע וואס בארירט אונזערע גלויבונגען וועט דאס קען הילף נישט ברענגען, ווייל לא די וואס עס איז אומנויטיג, ברענגט דאס אן אויטאמאטישע ריקצוג ביי א גרויסער מערהייט פון אונז און די אויערן ווערן נאך מער פארשטאפט.

Starbucks » מוצ"ש דעצעמבער 7, 2013 10:03 pm

· #166852
אנאנים, עי 1!

נאר איין נקודה. די ישועה גייט נישט קומען פון אינדערויסן און נישט פון פירער, נאר יעדער וועט זיך מוזן אליין מאכן א גאולה פרטי און אנהייבן לעבן פאר זיך, כצאן בלי סטאדע. עס פעלט נאר אויס אביסל קוראש צו באשליסן אז חיי קודמין און מיט אביסל שכל און צייט וועט מקוים ווערן דעם לראות את עצמו בצאתו ממצרים. טוה צו דערזאך, סאפלומענט אליין דיינע קינדער׳ס דעפיציטן אין חינוך וואס די מוסדות גזל׳ן אונז, ווייז זיי אהן ראול מאדעלס וואס דו האלסט זענען פאסיג, און נעם זיך צאם מיט אנדערע וואס זענען ענדעלמעסיג און טוה צו דערזאך. למשל, עפן א כיתה פאר דיין זון מיט נאך אנדערע, קאך טוה און מאך... נאר אזוי ע׳מער עפעס אויפטוהן.

נולד מאוחר » מוצ"ש דעצעמבער 7, 2013 10:12 pm

· #166858
מיר געפעלט ווי אפאר אויפגעקלערטע אידן האבן ניטאמאל די גאטס נישט צו נעמען ערב פסח מצה, לעט אלאן צי שניידן די בארד אז ס'זאל זיך דערקענען, ווייל טאטע/שווער/שוואגער וועט טראכטן. זיצן און פארלאנגען פון די וואס האבן יא געטאן וואס זיי האבן געגלייבט אין, דורך געגאנגען שבעה מדורי גיהנם, און איבערגעלאזט אלעס, וואס זיי האבן צוטאן.

מאראנצןזאפט » מוצ"ש דעצעמבער 7, 2013 11:23 pm

· #166884
חיי שעה איז אויך געלעבט. לאמיר זיך פאטשען אין בייכל מיט קופרניקוס ארטיקל ווילאנג לעיקוואד כאפט קנאבל ביי רבי אלימלך בידערמאנס מלוה מלכה. ווען ער ענדיגט זינגען די שערי'ס בין איך צוריק אין מיין מויזן לאך.
זאל זיך קיינער נישט איינרעדן ער וועט פאר איינעם דא שולדיג בלייבן, בן זומא זיי רואיג, שפייעכטץ וועט רינען פון דיין בארד.
או טי די סומאטוכע בתפארתה, און איך כאפ מיין טארבע און איך געב מיר נאכאמאל א חזר מיין חתימה.

בן תמליון » מוצ"ש דעצעמבער 7, 2013 11:45 pm

· #166889
קופערניקעס במלא הדרו. ברוך שחלק מחכמתו ליראיו.

ווער איז מיט מיר צו ארגענאזירן א קאמאנדא אקציע אפירזוכן דעם קופערניקעס און ארויפצווינגען דאס נשיאות אויף זיינע פלייצעס?

שמעקעדיג » מוצ"ש דעצעמבער 7, 2013 11:47 pm

· #166890
I'm in

בענדזשאמין פרענקלין » מוצ"ש דעצעמבער 7, 2013 11:50 pm

· #166891
איך געב דא פארמאל אויף מיין אויפגאבע פון סערווירן חמין במוצאי שבת אין איך טרענספער דאס אריבער -מיט אלע רעכטען, אויפגאבעס, און נאכפאלגען- צו ידיד נפשי וידיד כל בית ישראל: קופרעניקוס!

יואליש » זונטאג דעצעמבער 8, 2013 1:00 am

· #166901
מ'קען גרובן און גרובן אין דעם קאפערניקוס' פאסט און טרעפן ד' חלקי שו"ע. ס'שווער צו נאמאנירן דאס בעסטע ליין, אי אפשר לפורטם. כ'וועל פארצייכענען איינס וואס איז א געוואלדיגע אויפפאסונג איבער די דואלעטי וואס מיר פארנעמען, און דאס פאסירט אין כמעט יעדן תחום.


די חילוק אין שפראך צווישן די אויסגעפאלישטע שפראך וואס מען נוצט אין שבע ברכות שמח תשמח דרשות , אפיציעלע בלעטלעך און אומאפהענגיקע ארגאנען, אקעגן די אמתע שפראך אין די מקוואות און ווהאטס אפ גרופעס זענען כרחוק ר' אהרעלע ראטה מפארנא זייטלעך


לולא דמסתפינא וואלט איך עס פאראייביגט אין מיין חתימה.

יואב » זונטאג דעצעמבער 8, 2013 1:07 am

· #166904
בענדזשאמין פרענקלין
איך געב דא פארמאל אויף מיין אויפגאבע פון סערווירן חמין במוצאי שבת אין איך טרענספער דאס אריבער -מיט אלע רעכטען, אויפגאבעס, און נאכפאלגען- צו ידיד נפשי וידיד כל בית ישראל: קופרעניקוס!

דאס איז בכלל נישט א קונקורענט פון כשזה קם זה נופל, דאס איז בכלל נישט קיין פארמעסט. ביינונז האט מען געוויסט אז מען פרעסט א סעודה'ניו ווי ס'ברויך צו ביי מלוה מלכה, אנשטאט געפרוירענע לאגער זעמלעך די פרוי ביים חרבן וואלט צוריק געשיקט איר קנעכט, מיינט נאך נישט אז מ'איגנארירט לכבוד דעם סיפורי צדיקים. דער עולם קען ווייטער ווערן קופערניקסייזט, זיך באלעקן די פינגער ווי חסידים איבער א טעלער שירייעם, און ווייטער הערן סודות נשגבות פון ערעב פרענקלינ'ען.

און צו דיר קופערניקוס, ווי בוימל אויף א שיבערס קאפ, ווי באלזאם אויף א קינדפעטארנ'ס בויך, און ווי א פענע אין דיין האנט. סארא קנאק פון אן ארטיקל. פארוואס אבער ברויך מען זען ביי דיין פראפייל מערסט אקטיוו ביים פארשווינדענע ניקס אשכול, כאדם התולה באבע תירוצים שלו על אחרים. חברה, לאכטס נאך נישט. פרענקלין טיילט דעם זעלבן גורל. אויך "מערסט אקטיוו" ביים פארשווינדענע ניקס אשכול. ב"ה ס'איז אבער דא ווער ס'זאל לאכן.

בן תמליון » זונטאג דעצעמבער 8, 2013 1:18 am

· #166907
זרעינו וכספינו האבן פארמישט די יוצרות, מיר האבן טויזנטער קינדער און עטליכע סינגלס


איך הער נישט אויף לאכן.

לעיקוואד » זונטאג דעצעמבער 8, 2013 4:34 am

· #166923
שמעו נא רבותי דיינים מומחים, רבנים גאונים, הוגים מעמיקים, שותי קאווע ויושבי חדריה.

לא לדרשה קאתינא, ולא ללייק אני מצפה, אלא שרבו עלי כאן חוברי חב"ר, און דער ניק לעיקוואד שיצרתי כאן בתוך שאר ניקי ישראל, ווערט עפעס דא פארגעשטעלט אלץ (אדער אלטס, אדער אלטץ, איך געדענק שוין נישט וואס מ'האט דורכגערעדט אין אויסלייג אשכול) אזא ניק וואס דארף דא צו פארטיידיגען א געוויסער צד, און עס ווער ערווארטעט עפעס א תגובה וואס זאל שאקלען די אמות הסיפים, און פארסאמאטוכען די לופט דא. שוין, אז דער ציבור בעהט, ווער בין איך מסרב צו זיין, שארף איך מיך אן מיין פעדער און שלייף זיך אויס מיין צונג און גרייט זיך זאל גיין פייער פון די באלאטעס.

אביסעל אנדערש פון דער ניק לעיקוואד אויף וועם מ'רעדט דא, איז דער רוח ונשמה גיד ועצם וקרמה וואס שטייט פון אונטער די קויליסען און פירט דער ניק ווי א פאפעט אויף א שטריק, האלט זיך נישט סתם א נציג פון א געוויסער צד, נאר האלט, און רעדט זיך איין, ווי יאיר וועט שוין באלט מרחיב זיין, אזויווי רוב בני תמותה, אז ער איז פשוט אבייעקטיוו און זיכט בכל מקום צו דערגיין דער אמת פון יעדער זאך, און צו שטיין פאר דער גערעכטיגקייט און דער גערעכט צד אין יעדער וויכוח. על כל פנים איז אויך אין דער ניק דארף איך מאכען דער אנשטעל אז איך בין אבייעקטיוו, און נישט סתם אזוי פרעדיקטיבעל אז יעדער ווייסט שוין וואס לעיקוואד וועט זאגען נאך פאר ער זאגט עס, וואס דאס מאכט מיר דאך אינגאנצען פאר איבעריג. אז דאס איז דער פאל קען איך דאך איבערגעבן די שליסלעך פון דער ניק פאר מאראנצן מיט מאטי און זאלען זיי שרייבען יעדעס מאל בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א די דעת תורה פון לעיקוואד.

האב איך מחליט געווען דאס מאל נישט אוטומאטיש שרייבען דאס וואס ליגט מיר אויפ'ן צונג צו שרייבען, נאר טאקע אריבערגיין די טענות ומענות של שני הצדדים און פראבירען מוציא זיין דין האמת והצדק. גיי איך אריבער די העכער צוויי טויזנט ווערטער וואס הגאון בעל סיבוב כדור הארץ האט אונז דא פארשריבען, און ווייטער גיי איך צוריק צו די אלע בלעטער פון דער מיני וויכוח/סאמאטוכע/זאראוואכע וואס האט זיך דא געטוהן איבער אלעס פון פודסטעמפס ביז פוטסטעפס, און פון בערד אן אידען ביז אפגע'מצווה'טער אידען, פון אברהם אבינו ביז מייק טרעס, און איך פראביר זיך מאכען סדר אין מיין קאפ איבער וואס האנדעלט מען דא, וואס איז די וויכוח, וואס זענען די עיקר שרשי הנושאים, און וואס זענען די ענפים המסתעפים מהם. זאל איך זיך קענען פארמירען עפעס אן אומפארטיישע אומאפהענגיקער אביעקטיווישער דעה.

לרוב השתוממותי, בין איך ארויס נאר מער צומישט ווי פריער, און אחרי העיון הדק היטב היטב הדק האב איך נישט געקענט אנווייזען נאך די אלע בלעטער אהין און צוריק גופו של וויכוח זה מהו. איבער וואס פונקטליך שלאגט מען זיך דא, און אין וואס פונקטליך איז דאס תלוי. ואחר העיון וההעמקה וההתייעצות עם חברי הבד"צ בין איך ארויס מיט אזא פשט, ממש א גאונישע בית יוסף קשיא תירוץ, א פלפול פשוט על דרך הפשט החריפות והמתיקות, וואס פארענפערט אלע קשיות, הערטס אייך גוט איין:

דא זענען פארהאן צוויי טיעמס, לשם הקיצור לאמיר זיי אנרופען איינער בשם לאקשען קוגל און דער צווייטער בשם צוויבעל קוגל. די טיעמס האבען נאכנישט מחליט געווען פונקטליך וועלכער געים זיי גיין שפילען, און עס איז נישט קיין נפקא מינא בכלל, די צווי טיעמס האבען יעדער איינער באשווארענער פענס, און עס זענען כמעט נישטא קיין ישמח משה שעפעלעך וואס זענען פוסחים על שני הסעיפים. די איינציגסטע ראלס וואס עס איז דא אין דער געים איז אז ווען איינער פון טיעם לאקשען קוגל שרייבט עפעס וואס קומט ארויס בסך הכל בעד לאקשען קוגל, שרייען אלע לאקשען קוגל פענס בראווא, ברענגען אפיר זייערע פארשטויבטע ניקים צו לייקען, און פרייען זיך ביז'ן זיבעטע הימל. די זעלבע איז פארקערט ווען איינער פון טיעם צוויבעל קוגל שרייבט עפעס וואס פון דעם איז משתמע אז צוויבעל קוגל איז די בעסט, קומען אלע זיינע חברים לייקען און שרייען און קלאפען די הענט און די פוס. עס איז נישט קיין חילוק אז ווען עס קומט דער תלמיד חכם און איז מעיין אין גוף הטענות קומט עם גאר אויס דער חשבון אז דער טענה וואס אלע צוויבעל פענס האבען געקלאפט די הענט צו איז גאר מצדיק לאקשען, אדער אז א מינוט צוריק האט ער געזאגט פונקט א פארקערטע טענה, וואס איז נוגע לעניינינו איז נאר די פיינעל סקאר, אויב איז דאס בעד לאקשען, זענען לאקשען פענס פריילעך, וכן לאידך גיסא.

אצינד רבותי, קען מען צוריקגיין צו די אלע קשיות וואס מיר האבען אויסגעלייגט אנהייב תורה, און זעהן ווי זיי ווערן פארענטפערט איינס ביי איינס. (הערת המעתיק: רשימת הקושיות שבתחילת הדרוש נשמט מפאת האריכות נגד רצון רבינו). יעצט איז פשוט פארוואס אויב הוגה זאגט א ווארט פארשטינקענע בארד, קומען אלע לאקשען קוגל ניקס צו שרייען וואסאאר עוכר ישראל ער איז, ווייל למעשה האט ער אין יענער תגובה מצדיק געווען די צוויבל קוגל טיעם, ווידער ווען קופערניקוס שרייבט על ה' ועל משיחו ועל ננתקה, על התאחדות ועל אגודה ועל יששכר כץ, לייקען עם אלע לאקשן קוגל ניקס, ווייל למעשה שרייבט ער פאר יענער טיעם. די זעלבע אז בן תמליון וועט שרייבען אז דער חומש האט געשריבען עזרא הסופר, און ממילא קומט אויס אז שלום דין איז א טיפש אז ער ווייסט דאס נישט, וועלען עם אלע לאקשענער חסידים עם לייקען, ווידער אז לעיקוואד וועט שרייבען אז דער בעל שם טוב האט געלערנט מיט אחיה השילוני, און ממילא קומט אויס אז ליפא שמעלצער דארף זיין מנהיג הדור, וועלן נאר די צוויבעל חברה עם לייקען.

עד כאן יסוד הענין, פאר מיינע מיינונגען איבער עטליכע נושאים וואס במקרה האט מען זיי דורכגעשמועסט אין דער לעצטע רונדע פון דער געים, קוקט ארויס פאר די קומענדיגע תגובות.

לעיקוואד » זונטאג דעצעמבער 8, 2013 5:08 am

· #166924
יעצט איז אזוי, פראביר איך מסדר זיין עטליכע פון די נושאים וואס מען האט דא ארומגערעדט, בשמם המפורש.

1. דער ארגינאזאציע המכונה פאטסטעפס.
1.2 די מענטשען וואס פירען עס, און דרייען זיך דארט.
1.3.די אסיפה/ פארטי/ בעש / גאלא, וואס די ארגינאזאציע האט געמאכט לכבוד זייער צענטער יארצייט.

2. חרדיזם/חסידיזם
2.1. די פילע פראבלעמען אירע אליבא דהרב קופערניקוס ושאר שותי קאפע, המתפרטים למילוני סעיפים.
2.2 וואס פאטסטעפס דארף אדער קען אדער טוהט אדער טוהט נישט דערוועגן.
2.3. וואס קאווע שטיבל דארף אדער קען אדער טוהט דערוועגן.
2.4. וואס יששכר כץ טוהט/וועט טוהן/ דארף טוהן דערוועגן.

3. דער שם בן ד' אותיות.
איך מיין אז דער נושא וועט מען לאזען אויף אן אנדערע מאל. צוזאמען מיט'ן בית יוסף'ס קשיא.

איז אזוי, לעולם יעדער איינער פון די נושאים בכלל ובפרט האט מען שוין דורכגעשמועסט דא אין שטיבל מערערע מאל, און איך וואלט נישט געדארפט מער ווי צולינקען די שמועסן זאלן מיר נישט זיין ככלב שב על קיאו יעדער מאל איבערקייען די זעלבע אלטע טענות מיט נייע קללות. דאך להבהרת הענין וועל איך קלאר מאכען בקיצור נמרץ די נקודות החשובות הנוגעות לעניינו, והכל לפי הנראה לענ"ד הפעוטה והקלושה.

די ערשטע נושא דא איז פוטסטעפס. דארף מען קלאר מחלק זיין די אלע ענינים, ווייל אויב נישט קוקט אלעס ווייטער אויס ווי דער צוויבעל לאקשן פארמעסט שתיארתי אין דער פריערדיגע תגובה. דער ארגינאזאציע פוטסטעפס כמות שהיא, האט נישט קיין שום שייכות מיט פאררעכטען אונזער שידוך קריזיס, אדער בכלל פון זיין אין עפעס א וועג מקושר מיט דער חרדישער געזעעלשאפט און די שאלה אויב איז עס גוט אדער נישט. דאכציך אז דאס איז די ערשטע טעות וואס מאנכע מאכען דא און דאס הייבט ביי זיי די בלוט יעדעס מאל וואס מען דערמאנט דער נאמען פוטסטעפס. אז כאילו זיי זענען דער נעמעסיס פון אידישקייט. קען זיין א חלק חברה וואס דרייען זיך דארט מאכן אזא רושם מאיזה סיבה, אבער בכלל נישט דאס איז די נקודה אדער תפקיד פון דער ארגינאזאציע, און נישט אויף דעם דארף מען איר דן זיין בכלל, אויב וויל מען אפנים מאכען א פנים אז מען טראכט ראציאנאל.

אלזא, וואס איז פוטסטעפס? איך בין נישט קיין ספאוקסמען פאר זיי און האב נאך קיינמאל נישט באזוכט ביי זיי אין אפיס, קען איך נישט רעדן פאר זיי, איך וועל נאר פראבירען קלאר מאכן וואס איך ווייס פון פריינט און פון פרסומים דא און דארט. דער ארגינאזאציע פוטסטעפס איז געבויט אויף א מציאות. דער מציאות איז אז עס זענען דא יונגלעך און מיידלעך, יונגעלייט און פרויען, וואס מאיזה סיבה שיהיה זענען מחליט אפצולאזען דער חרדישער קהילה. דער מציאות קען נישט לייקענען אפילו דער גרעסטער קנאי. יעצט, די קינדער האבען צרכים, סיי אלגעמיינע צרכים וואס יעדער איינער אין דער וועלט האט, ווי חברים, פרנסה, וכו', און סיי מיוחד'דיגע צרכים וואס קומט פון זייער מצב. פוטסטעפס האט זיך אהערגעשטעלט אלץ אן ארגינאזאציע וואס שטעלט צו וויפיל זיי קענען די צרכים פון די אידען. סי אין זיי העלפן באקומען אן עדוקעישין און ממילא פרנסה וכו', און סיי בכלל צושטעלן חברים און א קהילה פאר אזעלכע וואס זענען אן דעם ממש פארלוירן נאכ'ן מקיים זיין דער לך לך מארצך וממולדתך ומבית אביך.

אין דער זין איז פוטסטעפס א ריין הומאנאטירישע ארגינאזאציע. וואס שטעלן פשוט צו הומאנאטירישע הילף פאר אזעלכע וואס געפינען זיך אין א מצב וואס קיין צווייטער העלפט זיי נישט. איך זעה נישט וואס איז די צד אז זיי טוהן עפעס שלעכט מיט דעם. האלט איינער אז בעסער איינער וואס פארט אפ זאל זיין האומלעס און אינגאנצן פארלוירן? אפשר קען עפעס א קנאי מטורף שרייען הלעיטהו לרשע וימות און זיי זענען דאך בעצם מחוייב מיתה וכו', אבער איך דענק נישט אז א נארמאלער מענטש מיט שכל הישר און א אידיש הארץ קען אזוי האלטן.

די איינציגסטע טענה וואס א פרומער איד קען האבען אויף זיי איז אז זיי העלפן צו פאר די יעניגע אפפארען. איז אפיציעל טענה'ן זיי אז דאס איז בכלל נישט זייער תפקיד, זיי העלפן נאר דער וואס האט מחליט געווען ארויסצוגיין. נישט זיי האבען אן אגענדע מחזיר צו זיין אידן בשאלה. נאר למעשה קען מען נישט מכחיש זיין אז איינער האט חברים און א פלאץ וואס איז עם מקבל און אלע זענען דארט אזוי איז עס גורם עם העלפן אזוי ווערן. והרבה חברים עושים וכו'. נו, איז די שאלה אבער וואס איז די אנדערע ברירה. זיי קענען מאכן פאר יעדן וואס קומט דארט א פארהער ווי מען מאכט פאר א גר און נאכאלץ וועט די הילף וואס זיי שטעלן צו זיין א סיוע לעוברי עבירה. דאס איז א חלק בלתי נפרד פון דער פשוט'ע הומאנאטירישע הילף. און כך קיבלתי מרבותי אז אין אזא פאל איז א מצווה צו העלפן פשוט מענטשליכע הילף און רוחניות זאל זיך דער אייבישטער זארגן. עד כאן בענין זה.

לעיקוואד » זונטאג דעצעמבער 8, 2013 5:54 am

· #166926
ולענין חרדיזם, האט מען שוין אזויפיל מאל איבערגעקייט און דורכגעשמועסט די זעלבע ענינים, אז עס מאכט מיר פשוט מיד איבערצוטראכטען די זעלבע זאכען צו'ם צוועלעף טויזנטסער מאל. און יעדער ווייסט שוין די אלע זאכען כולנו חכמים כולנו נבונים כולנו יודעים את התורה וכולנו יושבים ודוממים ואינם עושים כלום לזה.

איז נאר איין זאך, איך בין כופר אין די אתה בחרתנו'דיגע הנחה אז כאילו חרדים זענען עפעס מיוחד אז זיי האבען פראבלעמען וואס קיין צווייטער האט נישט. די הנחה קאלירט די אלע שמועסען וועגן די פראבלעמען פון חרדיזם מיט עפעס אזא הנחה אז אונזערע פראבלעמען זענען ספעציעל, ריזיג, און כדי זיי צו לייזען דארף מען עפעס א משיח אלוקי יעקב זאל בכלל אנהייבען עפעס טוהן. רבותי, אין יעדער סאסייעטי זענען דא פראבלעמען, עוולות, און איבערקערענישען, זה בכה וזה בכה, חרדים זענען גארנישט ספעציעל. און ווער עס שטערט די פראבלעמען זאל זיך נעמען אין די הענט אריין און טוהן עפעס. מען דארף נישט עפעס א גראנדיעזער פלאן וויאזוי איבערצוקערן די גאנצער וועלט. מען דארף פשוט יעדער איינער זאל טוהן ביי זיך אין די ד' אמות וואס ער קען מאכען בעסער.

איך שעם מיך ממש, קאווע שטיבל שטייט שוין באלד צוויי יאר, און במשך די צוויי יאר, וואס האבען מיר געטוהן, חוץ פון איבער'חזר'ן מאה ואחד פעמים די צרות הדור, און זיך לייקען איינער דער צווייטער. אין דער צייט האט ליפא געבויט א שוהל, פוטסטעפס א פארטי, קאדאפי האט מען גע'הרג'ט, מצרים האט עספיעט דורכצוגיין א מהפכה און נאך חוזר זיין אויך, און מיר זענען צוריק ביי דער זעלבער נארישער טענה'ריי. איך מיין אז א חלק פון דעם איז ווייל מיר האלטן זיך גאר ספעציעל, נעה, די אראבער אין מצרים זיי איז גענוג ארויסגיין אין מארק און שרייען אראפ מיט'ן דיקטאטאר צו טוישען זאכען. אונז, אונז קומט זיך א משיח אויף א גאלדענע אייזל אונז צושטעלען אלעס אויף א זילבערנע טאץ מיט א מייסטער פלאן. האבען מיר שוין געמאכט איין מלווה מלכה במשך די יארן צו רעדן עפעס? האבען מיר ארויסגעגעבן איין פאשקעוויל? ארויסגעהאלפען איין איד וואס ליידט פון עפעס א פראבלעם?

פוטסטעפס איז נישט דא אויף זיך שלאגען מיט מילקשעיקער חסידות, און יששכר כץ ווייסט בערך ווי אונז וואס צו טוהן. און וועט גארנישט ערנסט טוהן אהן אונז. לאמיר זעהן מיר זאלן האבען די מוט זיך ארויסצושטעלן און טוהן איין קליינע זאך.

קאוועניק » זונטאג דעצעמבער 8, 2013 7:36 am

· #166927
לעקוואד שעם דיך נישט אזוי, די ארבעט דא איז דוקא יא עושה פירות, איך פערזענלעך טו לטובה/פערדאקטיוו עפעס פאר אונזער קאמינעטי און מיין חיות קומט דוקא פון דא ! די ווייסט נישט אלעס, ביזט נאך נישט גאט

וועפערייזער » זונטאג דעצעמבער 8, 2013 7:56 am

· #166928
לעיקוואד
איז עס גורם עם העלפען אזוי ווערען. והרבה חברים עושים וכו'.

....והרבה ילדות עושה.., ווען עשו האט געוואלט יעקב זאל קומען צו זיינע פוטסטעפס, און יעקב האט צוריקגעוויזן: כמו שאמר יעקב לעשיו אחיו (בראשית לג. יג) "אדוני יודע כי הילדים רכים.... ודפקום יום אחד"
שוין דאן האט דער פרגוד תיבה אנגעמאכט פראבלעמען.

קרעקער » זונטאג דעצעמבער 8, 2013 8:51 am

· #166929
בעסטע ארטיקעל וואס כהאב נאר אמאהל געליינט


סתם פאר אינטערעסאנטקייט
וויפעל שעה ליגט אין שרייבען אזא ארטיקעל?
סהאט זיך ארויסגעשאקעלט פון ערמעל? אדער האסט געשירבען און געמעקט 100 מאהל?

א גאסט אויף א וייל » זונטאג דעצעמבער 8, 2013 9:56 am

· #166933
I'm sorry for writing in English. I was also depressed not so long ago thinking that klal yisroel is bankrupt. I was reading what the OTD's write and what Nuchem has to say, and they all brainwashed me that klal yisroel is kaput, it's a new "dor", over. Boom krach. Boom krach. However, I started looking around in my neighborhood, looked around in shul, and see that B"H the "eibishter" still has his army. It's easier these days to make a boom krach article plaster it all over the world, and make you think the end of the world is here.

I just want to tell everybody, don't be depressed, butei midrushim are still full. There are Ehrlich yingeleit that know only about hashem, and we pray for moshiach to come.

Yes, there are issues, but don't blow it out of proportion, there are a couple of otd's that make noises like hundreds, BH they are bankrupt. Why do you think footsteps didn't show any video of the people in thier audience at the BIG 10th anniversary celebration, because they have nothing to show off with.

Satmar and the agudah and other Ehrlich people have no problem showing how many popeople are there.

I will finish meien hapsicha. We are in a dor shufal, but BH we are still strong, there are thousands upon thousands of yidden that come to shul daily and say shma yisroel and daven with kavune, and wnat to do what hashem wants.

Sorry for the typos, right to left english on a mobile is a nightmare.

Hatzluche rabba.

Yoiser mimah shekurisi lifneichem kusiv kan.

N.b. I jsut want to tell you that thethat under som nicks, are hidden people that you wouldn't exchange words with them in shul, upgeflikte people that are here with one siba to show that the eibishter is bankrupt. Techzeknu yedeichem.

איינגעמיירעט » זונטאג דעצעמבער 8, 2013 11:09 am

· #166945
גילוי דעת:
פאר אלע וואס בלעימען דעם סיסטעם אויף זייער אומצופרידענע לעבנסשטייגער.
אני הצעיר בין געבוירען און שמאלץ טאפ פונעם סיסטעם מיין משפחה געהער צו איינע פון די עקסטרעם חסידישע פראקציעס,זיי לעבן און קאכען זיך און הבלים זייער שיינע לעבנס יארען.
אני הצעיר כשבאתי לכלל דעת,האב איך מיר אויסגעשטעלט אזוי ווי איך האב ליב און אזוי ווי איך פארשטיי.ניין איך בין נישט און פאדסטעפס איך בין א חרדישע יוד איך אינזשוי מיין ווייב און קינדער, איך אינזשוי מיין ביזנעס, איך אינזשוי מיין גאט מיין דאווענען און לערנען, איך דאווען אויף דאס פלאץ ווי סשמעקט מיר,די סיסטעם שטייט נישט און מיין וועג, איך גיי אנגעטוהן וויאזוי סשמעקט מיר,איך טוה אלעס לויט ווי סשמעקט מיר.

לא אכחש סהאט גענומען א געוואלד מיט קאראזש, אסאך מענטשען האבען נישט approved מיין רעכט צוטוהון וואס איך וויל, שלוחים זענען געשיקט געווארען,בריווען זענען געשריבען געווארען,מענטשען און די קאממיונוטי האבען מיר דן געווען אלץ א משוגענער, אדער אלץ מאדנע מענטש,איך האב אבער מיט א רואיגקייט זיך נישט אוועקגערירט פון וואס איך וויל.
און איך האב ב״ה זוכה געווען אז איך בין כהיום זייער פרייליך און גליקליך מיט מין לעבן און מיט מיין יודישע רעליגיע.
מיין הארץ גייט אויס פאר אלע פאטסטפערס ודומיהן, וואס אנשטוטס נעמען זייער לעבן און די האנט און לעבן ״באמת״ אזוי ווי זייער רצון,פארשווענדען זיי זייער לעבן מיט אנטלויפען פון זייער אייגענע שאטען,און פארנומען צו רעבעלעין און טענטרומען קעגן חרדים, וואס דאס האלט זיי צוגעבינדען צו זייער אביוז און לאזט זיי נישט אנפאנגען לעבן.
איך רוף אויס פאר יעדעם איינעם דא ובחרת בחיים, " מקען לעבן" קיינער קען נישט אוועק נעמען אונזער לעבן.
קצרתי מאד מאפס הפנאי.

קאווע טרינקער » זונטאג דעצעמבער 8, 2013 11:37 am

· #166947
בערך אזא גרויסע פראטעסט, וועט אפשר מאכן א שינוי לטובה.

ברסלבער » זונטאג דעצעמבער 8, 2013 3:17 pm

· #166979
איך בין אנגעקומען אביסל שפעט, עס איז שוין זונטאג נאכמיטאג, אבער די געשמאקע חמין במוצ"ש פון @אנאנים איז נאך אלץ ווארים, און איך האב זיך גוט מחי' געווען דערמיט. ווער רעדט נאך וועט מען בייסט צו דערצו אביסל לאקשען און צוויבל קוגל פון @לעיקוואד, דאן האט דאס אלע טעמים. אבער איך וואלט נאך אלץ באפארצוגט די פשוטע שאלעשידעס בילקעלע מיט חריף פון @יאיר.

ואפרש שיחתי. קופערניקוס ברענגט ארויס זייער גוט די פראבלעמען פון אונזער סיסטעם, און אז די לעצטע ביסל האפענונג וואס ער האט געלייגט אויף פ.ס. איז שוין אויך צובלאזן געווארן. לעקוואד לעומתו זאגט אז מיר וועלן נישט געהאלפן ווערן פון שרייבן אין קאווע שטיבל נאר מען דארף טוהן עפעס למעשה. אבער פון ביידע בין איך נאכאלץ נישט קיין געהאלפענער, קיינער שטעלט נישט צו קיין סעלושאן אויף למעשה, איך האב נישט דערווייל קיין שום וועג אויף פאקטיש צו טוישן דעם סיסטעם.

ווידער אבער אין די פשוטע געטינקענע בילקע פון יאיר טרעף איך יא עפעס א שיין פון האפענונג. ער זאגט אז די פראבלעם איז אז מיר זענען געבויעט אויף 'נישט', וואס 'נישט' צו טוהן, און מען לייגט נישט קיין דגוש אויף וואס 'יא', אריינצוברענגען עפעס א געשמאק אין די פאזעטיווע חלק, אז עס זאל זיין ארויפגעקוקט איינער וואס טוט יא עפעס פאזעטיוו.

לדעתי ליגט אין דעם א שטארקע אמת. יעדער מענטש האט אין זיך געוואלדיגע כוחות וואס ער קען אויסנוצן צום גוטן און איבערמאכן זיך און די גאנצע וועלט צום גוטן, יעדער האט זיך אן אנדערע נקודה וואס ער קען אויף זיין אופן ארויס ברענגן זיינע באהאלטענע כוחות, אבער ווען מען הערט איינמאל און נאכאמאל "דו ביזט גארנישט ווערט", "עס איז גארנישט דא היינט", "עס איז א פינסטערע וועלט" וכדומה די אלע סארט לשונות וואס ברענגן ארויס אז דאס איז עס, עס איז א פינסטערע דור און היינט קען מען שוין גארנישט טוהן, דאן גייט דאס אריין אין בעק פונעם קאפ, און מען איז שוין אפילו נישט אינטערעסירט צו זוכן און צו פרובירן צו אויפטוהן עפעס גוטס, סיי פאר אידישקייט און סיי פאר מענטשליכקייט.

און די סעלושאן צו דעם פראבלעם ליגט דייקא יא אין די הענט פונעם המון עם, יעדע פָּאר עלטערן האבן די כוחות אויפצוהייבן זייערע קינדער און זיי שטארקן מיט זייערע פאזעטיווע חלקים אז דער קינד זאל קודם פילן אז ער איז אויך א מענטש צום טיש, אז ער איז אויך א גבר בגוברין, אז ווען ער טראכט עפעס א רעיון איז עס נישט אוטאמאטיש אפגעפרעגט און ער דארף זיך נישט שעמען עס צו זאגן הויך, און דאן ווען דאס קינד וועט אויפוואקסן וועט ער שוין קענען מיט זיין אייגן שכל דעסיידן וואס ער קען עפעס טוהן פאר אידישקייט און פאר די סאסייעטי, און ער וועט האבן די שטארקייט צו זאגן זיינע מיינונגען הויך, און פון דעם קען ארויס קומען א ישועה לדורות.
***

אונזער אנגענומענע סיסטעם איז דערווייל אראפצוקלאפן יעדן וואס וויל נאר אויפהייבן די קאפ, יעדעס קינד וואס וויל נאר ארויסווייזן זיינע טאלאנטען אויף סיי וועלכע וועג ווערט ער גלייך אראפגעקלאפט, און ממילא ווי אזוי קען מען ערווארטן אז איינער זאל וועלן אפילו טוהן עפעס צו העלפן דעם מצב?

ווען א עלעקטערישאן וויל אויסלערנען זיין קינד דעם פאך, און פארשטייט זיך אז דאס קינד וועט פון אנפאנג כאפן עטליכע געזונטע שאקס, אויב האט דער טאטע שכל וועט ער שטארקן דאס קינד און אים זאגן אז עס איז גארנישט, יעדער מענטש מאכט קודם טעותים און אזוי לערנט מען זיך אויס, און אזוי וועט זיך דער קינד טאקע אויסלערנען. און פארקערט א נארישער טאטע וועט אראפקלאפן דאס קינד אז ער טויג צו גארנישט, ער האט צוויי לינקע הענט, און דאן וועט דאס קינד טאקע בלייבן מיט געלינקטע הענט.

דאס איז די נקודה. די קליינקעפיגקייט וואס הערשט ביינונז אז יעדער מוז זיין א חלק פון די סטאדע, און גיין ווייטער מיט אלע פראבלעמען מיט די קאפ אין וואנט אריין, און נישט קענען טראכטן אפילו אן עצה אויף ארויס, קומט פון דעם חינוך וואס מען האט באקומען אז "ניין" און "נישט" און "גארנישט" דאס זענען די יסודות הדת, ממילא פארוואס זאל מען אפילו פרובירן צו טוהן עפעס "יא", עפעס פאזעטיוו.

און דערפאר איז די סעלושען אז מיר זאלן אריינברענגן א געשמאק אין אידישקייט אין די קינדער, און געשמאק אין מענטשליכקייט אין די קינדער, אז זיי זאלן וויסן אז ווען זיי טוען א גוטער טאט ווערן זיי ארויפגעקוקט דערפאר, ווען זיי האבן א געוויסע טאלאנט וועט מען עס נישט באהאלטן אונטער די קארפעט נאר רעדן דערפון און פרובירן עס ארויס צו ברענגן, און אזוי וועלן זיי אויפוואקסן פשוטע נארמאלע געזונטע מענטשן, וואס קענען טראכטן גלייך, און דאן וועלן זיי שוין וויסן ווי אזוי זיך אומצוגיין אין לעבן, און וועלן נישט דארפן אזוי שטארק לעבן פארן שכן.
***

(און מיט דעם ווערט זייער גוט פארענטפערט די בית יוספ'ס קשיא. ווייל לכאורה איז דאך זייער שווער, וואס איז געווען די גרויסע שמחה אז מען האט געטראפן א קליין קריגל אויל? פון איין זייט איז די גאנצע בית המקדש צובראכן, חרוב, טמא, און אויסגעפלינדערט. אלע אידן זענען בשפל המצב, א גרויס חלק כלל ישראל זענען געגאנגען אט"ד מיט די מתיוונים, בלויז א קליינע צאל זענען געבליבן ערליך. און פון די אנדערע זייט האט מען געטראפן א קליין קריגל אויל און עס האט געברענט פאר אכט טעג. נו, וואס וועגט איבער? זייער גוט אז מען האט געטראפן אויל, אבער דאס איז נאכנישט קיין סעלושען צו די גרויסע פראבלעם אז גאנץ כלל ישראל איז מערסטנס חרוב ונחרב?

נאר וואס דען, די עיקר שמחה איז געווען אויף די מעסידזש וואס איז געליגן באהאלטן אונטערן קריגל. טאקע דאס האט דער איבערשטער געוואלט ווייזן, אין די גאנצע באלאנגן פון חרבנות, טרעפ ארויס דאס קליין ביסל כשר'ע אויל, פון דעם זאלסטו מאכן דעם מצב, און דאן וועסטו זעהן אז עס וועט זיך צוברענען און צופייערן פאר א לענגערע צייט. זוך אויף די גוטע חלקים, בוי זיי אויף, און דאן וועסטו זעהן ווי כלל ישראל וועט צוריק אויפבליען און שיינען מיט די שענעסטע פארבן.

און דערפאר האט מען געמאכט א באזונדערע טאג יום טוב, טאקע פאר נס אז מען האט געכאפט דעם מעסידזש וואס איז געווען דא באהאלטן אז מען דארף זיך אנהויבן צו קאנצעטרירן אויף די גוטע זאכן, און דאס אויפבלאזן, און דערפאר זאגט די גמרא אז "לשנה אחרת קבעום" הערשט צום אנדערע יאר האט מען מתקן געווען דעם יום טוב פון אכט טאג, נאכדעם וואס מען האט געזעהן במשך די יאר אז מען האט טאקע געכאפט דעם מעסידזש, מען האט טאקע אנגעהויבן לייגן דגוש צו אויפבויען דעם עולם און נישט זיך צו קאנצעטרירן אויף די שלעכטס, און דערפאר הייסט די לעצטע טאג "זאת חנוכה" ווייל דאס איז דער עיקר חנוכה, נישט נאר צו פייערן די אכט טאג, נאר מיטצונעמען דעם סוף פון חנוכה אויף ווייטער אויך, אז מען זאל א גאנץ יאר אויפבויען דאס גוטס, און דאן וועט די שלעכטס ממילא אוועק פאלן, זאת - "דאס איז" די עיקר פון חנוכה. מען דארף פאקוסן נאר אויף די שיינע רויזעלע און נישט אויף די פילע דערנער וואס נעמען איר ארום. דאס זאגט מען, ומנותר קנקנים – טאקע פון דעם קליינעם אפגעריסן קריגל, נעשה נס לשושנים – האט מען זיך אויסגעלערנט זיך צו קאנצעטרירן נאר אויף די שיינע רויזן אינדערמיט, און דערפאר, בני בינה – די קלוגע מענטשן, די מבינים דבר מתוך דבר וואס האבן געכאפט די באהאלטענע מעסידזש, ימי שמונה קבעו – האבן טאקע געמאכט אכט טעג, ווייל איין טאג דארף מען פייערן אויפן נס צו כאפן די גאנצע געדאנק פונעם מעסידזש.)
***

לסיכום. ס'איז צייט אויפצוהערן קלאגן אויפן חורבן, ענדערש זיך קאנצעטרירן ווי אזוי זיך אויפצובויען, ווי אזוי אויפצובויען און אויפציען געזונטע נארמאלע קינדער אויף א פאזעטיווע וועג, ויחיד ששב מוחלין לו ולכל העולם כולו, אז איינער נעמט זיך אין די הענט אריין קען ער איבערדרייען די גאנצע וועלט צום גוטן.

שמעקעדיג » זונטאג דעצעמבער 8, 2013 3:32 pm

· #166981
אזא שיינע צוטרעף צום בית יוסף'ס קשיא!
👍 👍 👍

למעשה קומט יעדער צוריק וואס איך (דער א.ג. חכם עדיף מנביא, און איך זאג עס מיט א שפלות רוח, גלייבט מיר) האב שוין געפרעגט דורות צוריק: "ווי אזוי מאכט מען א זיסע אידישקייט"? וואס טוט מען למעשה פאזיטיוו, אויסער זיך באקלאגן אויף די נישט גוטע חלקים?

נולד מאוחר » זונטאג דעצעמבער 8, 2013 3:53 pm

· #166989
לאמיך הערן וואס קען דען א יחיד טאן למעשה פאר זיך?
@ברסלבער @איינגעמיירעט'ס גילי דעת שמעקדיג
ווי אזוי גייט צי ענקער קונדער שדוכים האט דער בחור/מיידל א מעגליכקייט ציטרעפן אליינס?
ווי וואוינט איר און איירער קונדער און א בעסמענט מיט וויפיל קונדער ?
וואספארא עדיאקעשען האבן איירע זין, און וויאזוי האט איר דאס באוויזען צי לערענען מיט זיי?
ווי לאנג ציריק האט זי זיך מגלח געווען אויף 000?
וויאזוי טעקעלט איר די משלים פון חז''ל וואס דאס קונדז שאלות צעטעל פאשטייט דאס אלץ א פשטות?
ווי טמא איז א גוי ביי אייך און משפחה?
וואס טוט איר ווען דיינס א קונד ווערט מאלעסטעד ?
ווי אזוי לערנט איר אמתע צניעות פארן טאכטער אן דעם סזאל בעקפייערן?

שמעקעדיג » זונטאג דעצעמבער 8, 2013 3:57 pm

· #166991
איך האב גארנישט געזאגט, איך האב נאר געפרעגט און ווארט אויך צו הערן תשובה.

נולד מאוחר » זונטאג דעצעמבער 8, 2013 4:00 pm

· #166992
אמת, די בוזט אזוי פאזטיוו און מחוזק אז כהאב אנגענומען אז די האסט אויך תריצים. סארי

משה געציל » זונטאג דעצעמבער 8, 2013 5:33 pm

· #167004
געוואלדיג קופערניקוס!
איך רייס מיך פאר געלעכטער און וויש די טרערפאלע אויגן בהעלם אחת!

קאווע טרינקער » זונטאג דעצעמבער 8, 2013 5:40 pm

· #167006
משה געציל
געוואלדיג קופערניקוס!
איך רייס מיך פאר געלעכטער און וויש די טרערפאלע אויגן בהעלם אחת!

מיר אלטע אידן דענקן נאך ווען מ'פלעגט וויינען פון פרייד פון דיינע ארטיקלען...

# חזור בך

שמעקעדיג » זונטאג דעצעמבער 8, 2013 6:01 pm

· #167014
קאווע טרינקער
מיר אלטע אידן

דיין אוואטאר ווערט יונגער יעדן טאג.

משה געציל » מאנטאג דעצעמבער 9, 2013 11:58 pm

· #167274
סארי, ערשט יעצט גענדיגט פארטיילן די קונטריסים פון מהר"ש, נאך א לאנגען טאג שטיין ביים רעדזשיסטער. היינט האט דער עולם זיך גראדע ווארעם אנגערופן, באקומען א שיינע פאר דאללערס אבער די קונטריסים האט מען מיר צוריקגעווארפן אין פנים, די בזיונות זענען געווען גרויס.
#ראה עניי ועמלי

לעיקוואד » פרייטאג דעצעמבער 13, 2013 7:30 am

· #167853

zurich » דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 11:33 pm

· #169333
נולד מאוחר
לאמיך הערן וואס קען דען א יחיד טאן למעשה פאר זיך?
@ברסלבער @איינגעמיירעט'ס גילי דעת שמעקדיג
ווי אזוי גייט צי ענקער קונדער שדוכים האט דער בחור/מיידל א מעגליכקייט ציטרעפן אליינס?
ווי וואוינט איר און איירער קונדער און א בעסמענט מיט וויפיל קונדער ?
וואספארא עדיאקעשען האבן איירע זין, און וויאזוי האט איר דאס באוויזען צי לערענען מיט זיי?
ווי לאנג ציריק האט זי זיך מגלח געווען אויף 000?
וויאזוי טעקעלט איר די משלים פון חז''ל וואס דאס קונדז שאלות צעטעל פאשטייט דאס אלץ א פשטות?
ווי טמא איז א גוי ביי אייך און משפחה?
וואס טוט איר ווען דיינס א קונד ווערט מאלעסטעד ?
ווי אזוי לערנט איר אמתע צניעות פארן טאכטער אן דעם סזאל בעקפייערן?

שאלה גדולה שאלת בני,איינער האט אפשר א תירוץ?

גנדי » פרייטאג דעצעמבער 20, 2013 12:52 am

· #169343
אפשר עפענט מען א "קרית קאווע שטיבעל" ביי EXIT 117

berlbalaguleh » פרייטאג דעצעמבער 20, 2013 1:04 am

· #169345
ר' גאסט אויף א ווייל: דיין בריעף איז זייער א שיינער שמועס פון מוסר און חיזוק (נישט חוזק). מ'וועט עס נאך אמאל פארלערנען ברבים, אין פארשידענע שטעט איבער דער וועלט. אזוי ווי די אגרות פון חסידים אין די צייטן פון די ערשטע תלמידי הבעש"ט זי"ע.און שפעיטער די חסידי חב"ד, אין די שווערע תקופות אין רוסלאנד אין די תר"פ יארן, ביים אנהויב פון דעם קאמוניסטישן/יעווסעקישן רעזשים. חזק ואמץ. (ס'איז דא א גראם אויף דעים. וואס דער צווייטער חלק איז אויף ענגליש( 😂 😃 🙂 😮 😲

שלומי » דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 6:01 pm

· #170971
zurich
נולד מאוחר
לאמיך הערן וואס קען דען א יחיד טאן למעשה פאר זיך?
@ברסלבער @איינגעמיירעט'ס גילי דעת שמעקדיג
ווי אזוי גייט צי ענקער קונדער שדוכים האט דער בחור/מיידל א מעגליכקייט ציטרעפן אליינס?
ווי וואוינט איר און איירער קונדער און א בעסמענט מיט וויפיל קונדער ?
וואספארא עדיאקעשען האבן איירע זין, און וויאזוי האט איר דאס באוויזען צי לערענען מיט זיי?
ווי לאנג ציריק האט זי זיך מגלח געווען אויף 000?
וויאזוי טעקעלט איר די משלים פון חז''ל וואס דאס קונדז שאלות צעטעל פאשטייט דאס אלץ א פשטות?
ווי טמא איז א גוי ביי אייך און משפחה?
וואס טוט איר ווען דיינס א קונד ווערט מאלעסטעד ?
ווי אזוי לערנט איר אמתע צניעות פארן טאכטער אן דעם סזאל בעקפייערן?

שאלה גדולה שאלת בני,איינער האט אפשר א תירוץ?




ווי אזוי גייט צי ענקער קונדער שדוכים האט דער בחור/מיידל א מעגליכקייט ציטרעפן אליינס?
-ווער דען??
ביי אינז איז נישט דא קיין שידוכים קריזיס, דו בחור/מיידל דארפן טרעפען זייער באשערטע on there own
They get do decide what where and when.

ווי וואוינט איר און איירער קונדער און א בעסמענט מיט וויפיל קונדער ?
- birth control
אז מען מיז נישט וואינען אינטערן מאעמס שירצל דארף מען נישט וואוינען אין א בעסמענט.


וואספארא עדיאקעשען האבן איירע זין, און וויאזוי האט איר דאס באוויזען צי לערענען מיט זיי?
-עס זענען נאך דא חרידשע מוסדות אין ניו יארק וואס זענען גרייט צי געבען א education
פאר אינזער קינדער אין זיי טרייען נישט צי מחנך זיין דו עלטערן. דו שכר לימוד איז טאקע אסאך מער ווי אין סאטמער
But at lest they get a proper secular education .

ווי לאנג ציריק האט זי זיך מגלח געווען אויף 000?
10 יאר צירוק
And I don't miss it

וויאזוי טעקעלט איר די משלים פון חז''ל וואס דאס קונדז שאלות צעטעל פאשטייט דאס אלץ א פשטות?
אזוי ווי דו גוי טעקעל tooth fairy, and Santa clues
מען גיט א שמייכעל and you move on

ווי טמא איז א גוי ביי אייך און משפחה?
בכלל נישט!
מען מעג אפילו האבען א כלב אינדערהיים

וואס טוט איר ווען דיינס א קונד ווערט מאלעסטעד ?
אל תפתח פה לשטן!
Seriously ? You call 911

ווי אזוי לערנט איר אמתע צניעות פארן טאכטער אן דעם סזאל בעקפייערן?
You build your childs self esteem By showing love and affection to your child and you compliment and keep on telling your kids that you will love them unconditionall

נולד מאוחר » דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 8:50 pm

· #170998
איר וואוינט אפשר דא