☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » וואלן אין אוטרעמאנט, מאנטריאל

וואלן אין אוטרעמאנט, מאנטריאל

172 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4958
בלאט: 1 2 3 4

שושן פורים » דינסטאג אקטאבער 15, 2013 3:12 pm

· #156552
וואלן אין אוטרעמאנט, מאנטריאל
עס טוט זיך לעבעדיג אין מאנטריאל איבער די וואלן וואס גייט פארקומען אין מאנטריאל אין אפאר וואכן ארום.

פון איין זייט לויפט א פרוי מינדי פאללאק, א אקטיוויסט שוין א שיינע פאר יאר צו פארבעסערן די באציאונגען מיט די גוי'אישע שכנים און נאך, און זי האט שוין אויפגעטון אסאך,
ווען זי האט געמאלדן איר קאנדידאטור האט זיך קיינער נישט קעגנגעשטעלט אפילו רבנים, קיינער האט נישט גע'טענה'ט אז ס'איז א הלכה פראבלעם, אפילו ר' משה מנחם טירנויער האט נישט ארויסגעשטעלט קיין קעגנערשאפט.

למעשה האבן אפאר עקסטרעמיסטן אנגעהויבן צו פארפירן ביי טירנויער אז היתכן, אינדארסירן א פרוי און נאכדערצו א היימישע, עס איז א פירצה שאין כדוגמתה, און עס וועט צוברענגען אז אנדערע זאלן מורה היתר זיין, כאילו א טאג נאכדעם גייען אלע סאטמארע תלמידות אריינגיין אין פאליטיק, האט ער אנגעהויבן צו פארפירן איבער די געפערליכע פירצה, בנוסף צו דעם האבן אפאר עסקנים זיך אויפגערעגט אויף איר , ווייל עפעס האט זי נישט געוואלט פאלגן וואס זיי האבן געוואלט, און זיי האבן מחליט געווען אז מ'שטיצט איהר נישט, און זענען געגאנגען אנהעצן רבנים קעגן איר, בקיצור ס'איז געווארן פרייליך.

למעשה האט זיך בעלזער דיין אויפגעשטעלט און געזאגט אז עס איז א פאליטישע שאלה, גארנישט צו טון מיט רבנים, מילא האט ער נישט וואס אריינצורעדן,
בקיצור די קאשע האלט זיך אינמיטן קאכן, עמער זעהן וואס וועט זיך אויסקאכן דא....

אוהב ספרים » דינסטאג אקטאבער 15, 2013 4:47 pm

· #156590
געהעריג א הלכהדיגע שאלה, עיין ערך בחירות און ארץ ישראל, בחירות לנשים, עס איז דא אויף דעם קול קורא'ס פון הרב דיסקין כמדומני

berlbalaguleh » מיטוואך אקטאבער 16, 2013 8:43 pm

· #156995
די אלע אקטיוויסטן, עקסטרעמיסטן און אזוי גערופענע קנאים וועלכע זענען לכאורה מקנא קנאת ה' צב' ווילן ענדערש אנהאלטן דעם מצב אזוי ווי ס'איז געוועהן די לעצטע פאר יאהר ווען די אנטיסעמיטן למיניהם ובראשם סעללין פארזשעי און זשאן לא-סערט ימ"ש האבן זיך פארמאסטן ענג צו מאכן פאר די אידישע איינוואוינערס פון די געגנט. ספעציעל לא-סערט, וועלכער האט א בלאג (אויף פראנצויזיש) וואו ער העצט די גוי'אישע באפעלקערונג אקעיגן די אידן, מיט די שטיצע פון זיינע גלחים. יעצט אז ס'זעהט זיך שוין בעז"ה א שטיקל ישועה פאר די אידן, וואס מ'האפט בעז"ה אז מ'וועט קענען פטור ווערן פון די פארשאלטענע שונאי ישראל. ווייל ערשטנס, די ארגאניזאציע וואס מס. מ. פאללאק האט אויפגעשטעלט ברענגט צוזאמען די אידישע איינוואוינער מיט להבדיל זייערע גוי'אישע שכינים זיך אדורכצורעדן איבער אלע פראבלעימען וואס מאכן זיך. און א פאר ערנסטע (גוי'אישע) פאליטישנס האבן זיך צוגעשטעלט צו די אידן און מ'האפט אז די שונאי ישראל וועלן ליידן א שטארקע פאליטישע מפלה. אין אזא זמן קומען אונזערע "צדיקים" און ווילן אלעס חרוב מאכן. דער מצב אין מאנטריאל איז אינגאנצן אנדערש ווי אין וויליאמסבורג, וואו די גוי'אישע באפעלקערונג באטראכט די אידן אזוי ווי די גויים אין פוילן אדער אונגארן. אין וויליאמסבורג, למשל קענמען זיך ערלויבן אז אזעלכע אינשי דלא מעלי ווי הערשל קלאר און צימערמאן זאלן משוגע מאכן דעם עולם. אבער אין מאנטריאל קען דאס ח"ו ברענגען צו א מצב אז א חסידיש'ער איד זאל נישט קענען וואוינען דארט.

שושן פורים » דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 3:04 am

· #157057
א בריוו וואס פארט ארום אין מאנטריאל
חשובע תושבי אוטרעמאנט כל אחד בשמו הטוב יבורך!!!!!

ווי יעדער איינער ווייסט, גייען פארקומען וואלן אין די קומענדיגע וואכן איבער ווער זאל אונז פארטרעטן אין די בארא קאנסול די קומענדיגע פאר יאר.

ליידער פארשטייט יעדער גוט די מצב אין וואס מיר געפונען זיך יעצט, ווי מען זוכט אונז צו באגרעניצן און באשמיצן איבעראל, ממילא פארשטייט יעדער איינער די וויכטיגקייט פון די קומענדיגע וואלן.

בכל אופן איז זיכער אז מיר מיזן "פאקטיש" אריינשטעלן איינעם, נישט בלויז ווייזן א בלאק וואוט.

איז פון איין זייט האבן מיר א קאנדידאט מרת מ. פאללאק, א פרוי וואס האט זיך איבערגעגעבן פאר אונזער קאמיוניטי די לעצטע פאר יאר מיט אויסערגעווענליכע געטריישאפט, אסאך געהאלפן פארבעסערן אונזער אימעדזש אין די פרעסע, וכדו' וכדו'.

לכאורה האט זי די בעסטע שאנסן צו אריינקומען, פון איין זייט די שטיצערס פון די פארטיי אונטער וואס זי לויפט, און אזוי אויך די שטיצערס פון איר "פרענד אף האטשיסאן "גרופע, נאך א מעלה אז זי איז א פרוי קען זי באקומען נאך א שיינע פאר שטימען, וכהנה, והעולה על כולנה אז מיר יודן וועלן וואוטן פאר איר איז עס לכאורה א זיכערע געווינס.

אבער פון די אנדערע זייט איז דא א גרופע צומישטע אזויגערופענע "עסקנים", וואס פונקטליך וואס זיי האבן שוין אויפגעטון דא אין שטאט ווייסט קיינער נישט, און פאר סאם ריזען האבן זיי דעסיידעט אז פאללאק איז נישט גוט פאר זיי, וועמען יא ווייסן זיי אויך נישט, קודם איינעם פימא, פימא נישט וועט מען טרעפן גאלדבערג, מארגן וועט זיך גאלדבערג אפזאגן וועט מען טרעפן א דריטן, אבי נישט פאללאק. פארוואס? זענען זיי אליינס צומישט, איינער זאגט ווייל זי איז א פרוי, א צווייטער זאגט א פרוי איז נישט קיין פראבלעם ער וואלט גערן געוואוט פאר איר פראדזשעקט, מאנטריאל איז די פראבלעם, א דריטער שרייט זי איז צו ניי אין די ליין און אן עקספיריענס, א פערטער שרייט זי איז צו לאנג אין די ליין און זיצט מיט גוי'טעס און איז קאליע געווארן, איינער שרייט זי האט די חוצפה צו לאזן הענגען פיקטשערס פון זיך, א צווייטער שרייט גאר אז זי האט נישט קיין זעלבסטזיכערקייט, בקיצור א צומישעניש חושך ענן וערפל, קיינער שטימט נישט מיטן צווייטן און יעדער אליינס שרייט יעדן טאג עפעס אנדערש,

הצד השווה אז זיי שוימען פאר כעס אז פאללאק האט געהאט די חוצפה זיך ארויסצושטעלן אן פאלגן פונקטליך אלע משוגעתן און קאפריזן פון די אזוי גערופענע באלעבאטים פון מאנטריאל.

און לאמיר שוין זאגן אז מ'וועט יא גיין פאר זייער קאנדידאט, איז דא שוואכע שאנסן אז ער זאל געוואונען בלויז מיט אונזערע וואוטס, מ'דארף האבן הילף פונדרויסן וואס פון דעם האט פאללאק די והותר.

איז לאמיר זיך צאמנעמען, מיר קענען נישט ערלויבן צו ספליטן אונזער וואוט, זאל יעדער גיין וואוטן מ. פאללאק פאר בארא קאונסיל.

ובשם השם נעשה ונצליח.

berlbalaguleh » דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 4:03 pm

· #157257
שושן: אלס א געוועזענער איינוואוינער אין מאנטריאל פארשטיי איך אביסל די פראבלעמען וואס דער היימישער עולם גייט אדורך. אזוי ווי כ'האב שוין דערמאנט אין מיין פריערדיגע תגובה אז מאנטריאל איז נישט וויליאמסבורג. מ'קען זיך נישט ערלויבן נאכצוטאנצן מיט אלע משוגעת'ן פון די פאררוקטע ליידיגגיערס. אפילו אין וויליאמסבורג האבן זיי אנגעמאכט א סאך פאליטישן שאדן ווען זיי האבן מוחה געווען אקעיגן דעם פאליטישן קאנדידאט פאר מעיאר, בילל טאמפסאן, אונטער וועלכן די ערנסטע קהילה פירערס האבן זיך פאראייניגט. און אוודאי אין אזא פארהעלטניס מעסיג קלענערע שטאט ווי מאנטריאל און מיט די מענטאליטעט פון די פראנצוזישע באפעלקערונג איז זייער וויכטיג אז אזא קאנדידאט ווי מס. מינדי פאללאק זאלל אריינקומען אין בארא קאונסיל. ווייל דער קאנדידאט פאר מעיאר רעכנט אויכעט אויף די שטיצע פון היימישן עולם בכלל און אין אוטרעמאנט בפרט. וואס דאס וועט געיבן א שטארקע פאליטישע מפלה פאר אללע לאקאלע שונאי ישראל ווי לא-סערט ימ"ש. ווייל מיר דארפן געדענקען אז די גלחים און די פראנצויזישע באפעלקערונג שטיצן איהם אויכעט שטילערהייט. נאר אויב מ'וועט זיך מאכן נאריש קענען זיי ח"ו האבן ידם על העליונה. א שטיקל לימוד זכות איז אז דער עולם איז נאאיוו. זיי ווייסן אפשר נישט ווי ווייט דער רשע לא-סערט ימ"ש העצט אקעיגן אידן, און לא פרעסס איז אויך נישט בעסער אין זייערע באשרייבונגען איבער די אידישע באפעלקערונג.

שושן פורים » דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 4:06 pm

· #157258
זיי וויסן שוין איינמאל וואס לאסערט קען אלץ אפטוהן עס איז בעיסיקלי א פייט פון גם לי גם לך לא יהיה

berlbalaguleh » דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 4:13 pm

· #157261
שושן פורים
זיי וויסן שוין איינמאל וואס לאסערט קען אלץ אפטוהן עס איז בעיסיקלי א פייט פון גם לי גם לך לא יהיה

זענען זיי דאך רשעים און משוגעים. איך מיין אויך אזוי. וועלכער אידישער איינוואוינער האט דען נישט געשפירט די מעשי רשעות פון איהם. בד"וו. כ'האב אביסל אריינגעבליקט אין זיין בלאג. ער איז דאך פול מיט העצע און רישעות אקעיגן די אידן. און זיינע גלחים געבן איהם מסתמא א קלאפ אויפ'ן פלייצע. "גוד באי". ער פייט אקעיגן די אידן. וכדי בזיון וקצף. 😳 🙄

berlbalaguleh » מיטוואך אקטאבער 30, 2013 4:21 pm

· #159738
שושן פורים: איין בקשה האב איך. אזוי ווי ס'גייט זיין שטאטישע וואלן ערגעץ אין נאוועמבער (לפי זכרוני.) פליס האלט דעם עולם וועים ס'אינטרעסירט דער מצב פון אידישן עולם אינפארמירט איבער דעם דאטום פון די בחירות (הטמאות? 🙄 😂 ( און אלעס ארום דעים. לאמיר האפן צו השי"ת אז די יודן וועלן האבן א ישועה. ייש"כ.

אדם הראשון » זונטאג נאוועמבער 3, 2013 3:45 pm

· #160443
היינט איז די וואלען,

נאך א פאר שעה און מען וועט וויסען ווער ס'האט געווינען,

אין דער באשעפער זאל העלפען אז די שונאי ישראל זאלען האבען א מפלה,

שמעקעדיג » זונטאג נאוועמבער 3, 2013 4:03 pm

· #160447
איך הער דאך אז עטליכע רבנים זענען שטארק אנטקעגן וואוטן פאר די פרוי.

אדם הראשון » זונטאג נאוועמבער 3, 2013 9:03 pm

· #160559
מען האלט נאך אינמיטען ציילען אבער דערווייל קוקט עס אויס זייער נישט גוט.....

אדם הראשון » זונטאג נאוועמבער 3, 2013 9:11 pm

· #160562
דא קען מען זעהן די אנטיסעמיטישע בלאג פין דעם צורר היהודים Pierre Lacerte, וואס דערווייל ביים ציילען האט ער איבער 20 % מער ווי די נעקסטע נאך עים,

כ'לייג די לינק דורך גוגעל טרענסלעיט, כדי מען זאל עס קענען ליינען אין ענגליש,

<a class="postlink" href="http://translate.google.com/translate?sl=auto&tl=en&js=n&prev=_t&hl=en&ie=UTF-8&u=http%3A%2F%2Faccommodementsoutremont.blogspot.ca%2F">http://translate.google.com/translate?s ... spot.ca%2F</a>

אדם הראשון » זונטאג נאוועמבער 3, 2013 9:14 pm

· #160563
מיטציהאלטען די רעזולטאטען,
<a class="postlink" href="http://www.radio-canada.ca/sujet-complements/elections-municipales-2013/resultats_eng/index.asp?t=p&n=15">http://www.radio-canada.ca/sujet-comple ... p?t=p&n=15</a>

אדם הראשון » זונטאג נאוועמבער 3, 2013 9:32 pm

· #160568
ס'קען זיין אז די יעצטיגע ריזאלטס מיינען נאך גארנישט, ס'קען זיין ס'איז די ריזאלטס פין די עדווענס וואוטינג,

עמער ציווארטען אין זעהן, לאמיר האפען אז דער באשעפער זאל העלפען, אז די שונאי ישראל וועלען האבען א מפלה, אין שנעל גיין אין די אדמה,

אדם הראשון » זונטאג נאוועמבער 3, 2013 10:07 pm

· #160575
ס'הייבט שוין ב"ה אן צי אויסקוקען בעסער !

בן תמליון » זונטאג נאוועמבער 3, 2013 10:17 pm

· #160577
זיי זאגן נישט וויפיל מען האט שוין געציילט. איז דא די נומערן?

אדם הראשון » זונטאג נאוועמבער 3, 2013 10:20 pm

· #160579
אייןם זאך איז שוין קלאר אז ווען נישט די ציטיילטע יודישע וואוט וואלט דער צורר היהודים לאסערט זיכער פארלוירען,

יעצט דארף מען ווארטען צי זעהן צי למעשה לויט די יעצטיגע מצב ווער ס'האט געווינען, ס'קען נאך זיין מייניך אז מיסיס פאללאק וועט געווינען,

אדם הראשון » זונטאג נאוועמבער 3, 2013 10:21 pm

· #160580
אדם הראשון
מיטציהאלטען די רעזולטאטען,
<a class="postlink" href="http://www.radio-canada.ca/sujet-complements/elections-municipales-2013/resultats_eng/index.asp?t=p&n=15">http://www.radio-canada.ca/sujet-comple ... p?t=p&n=15</a>


כ'האב שוין פריער געלייגט ס'לינק, אבער ס'שטייט נישט וויפעל פראצענט איז געציילט מממילא איז שווער צי וויסען,

בן תמליון » זונטאג נאוועמבער 3, 2013 10:26 pm

· #160581
עס ריקט זיך נענטער. שוין א פאר פראצענט אינטערשייד.

בן תמליון » זונטאג נאוועמבער 3, 2013 10:37 pm

· #160583
מינדי פאלאק איז יעצט העכער!

אדם הראשון » זונטאג נאוועמבער 3, 2013 10:48 pm

· #160585
ווי עס קוקט יעצט אויס גייט מיסיס פאללאק געווינען,
אין דאס איז שוין מיט א ציטיילטע יודישע וואוט,

בן תמליון » זונטאג נאוועמבער 3, 2013 10:49 pm

· #160586
עס שטייט נישט וויפיל מען האט געציילט אבער זי האלט יעצט העכער מיט 6 פראצענט.

דער (פינטעל) איד » זונטאג נאוועמבער 3, 2013 10:52 pm

· #160588
פאר וועם האבן דע אנדערע אידן געוואיט?

אדם הראשון » זונטאג נאוועמבער 3, 2013 11:04 pm

· #160591
מינדי פאללאק האלט שוין 10 פראצענט העכער פין דעם צורר היהודים,
לכאורה א זיכערע געווינער פין די וואלען !

אדם הראשון » זונטאג נאוועמבער 3, 2013 11:09 pm

· #160593
ווי עס קוקט שוין אויס יעצט ב"ה, גייט די מרשעת די שיקסע סאלין פאדזשעט אויך האבען א מפלה היינט נאכט !!!

דער (פינטעל) איד » זונטאג נאוועמבער 3, 2013 11:12 pm

· #160594
ווער איז זי איך זע איר נישט ביי יענע לינק אופן ליסטע?

אדם הראשון » זונטאג נאוועמבער 3, 2013 11:15 pm

· #160596
דער (פינטעל) איד
ווער איז זי איך זע איר נישט ביי יענע לינק אופן ליסטע?

קוק דארט ביי Electoral district of Joseph-Beaubien

דער (פינטעל) איד » זונטאג נאוועמבער 3, 2013 11:18 pm

· #160597
אה איר נאמען ליינט זיך מער ווי פארגעט נישט פאדזשעט

אדם הראשון » זונטאג נאוועמבער 3, 2013 11:24 pm

· #160600
דער (פינטעל) איד
אה איר נאמען ליינט זיך מער ווי פארגעט נישט פאדזשעט


כ'האב געשריבען וויזוי ס'הערט זיך אויף פראנצויזיש,

דער (פינטעל) איד » זונטאג נאוועמבער 3, 2013 11:38 pm

· #160602
ק/פ
מאנטריאל האט היינט לאקאלע וואלן, וואו מען וואוט פאר מעיאר, בארא מעיאר, בארא קאנסילאר. מאנטריאל האט היפש אפאר בארא'ס. די היימישע אידן פון דאונטאון וואונען אין דריי בארא'ס. פלאטאו; דאס איז פון אינמיטן האטשיסאן אראפ צו פארק עוועניא. קלאוד רעיאן; דאס איז פון האטסשיסאן ביז בלומפילד. סוי מ'וואוט פאר מעיאר אויף גאנץ מאנטריאל און יעדער בארא פאר א בארא מעיאר און א בארא קאנסילאר.

עס איז דא היפש אפאר פארטייען. נישט יעדער פארטיי האט קאנדידאטן פאר יעדע בארא. קלאוד רעיאן -וואו רוב דאונטאון אידן וואונען - האט דריי קאנדידאטן וואס לויפן פאר באראו קאנסילאר פאזיציע. א היימישע אינגערמאן פון אפ-טאון ר' שלמה גאלדבערג, א היימישע פרוי פון דאונטאון מרת מ. פאללאק, א רשע א שונא ישראל קלאוד לעססארד, וואס האט א ספעציעלע בלאג אראפצורייסן די אידן און שרייבט טעגליך שרעקליכ'ס. ובתוכם אז ער גייט מאכן אוטרעמאנט 'אידן ריין' רח"ל...

דאס איז געווען זיכער אז מ'מוז זיך פאראייניגן, און דאס איז געווען זיכער אויב מ'פאראייניגט זיך און מ'וועלט אויס איין פארטיי וועט יענע פארטיי געווינען. קלאוד רעיאן האט גענוג אידישע רעגיסטרירטע איינוואוינער עס צו מאכן.

נו, זאגטס אליין מען האט א היימישע מאן מיט א היימישע פרוי וועם וועלט מען אויס ? זיכער די מאן. און אזוי האבן אלע עסקנים פה אחד געזאגט ובראשם די רבנים הגאונים יושבים על מדון. איין דיין האט נאך פארדאמט די העזה און די דערנידערונג אז עס שטעלט זיך אפילו ארויס א היימישע פרוי אלץ א קאנדידאט. א זאך וואס האט נאכנישט פאסירט און קיין איין היימישע מקום. אפילו לעיקוואד און מאנסי וואס זענען אסאך א נידריגע דרגא ווי מאנטריאל.

אזוי האט זיך אנגעהויבן א אחדות קאמפיין אז אלע קהילות זאלן שטימען פאר ר' שלמה גאלדבערג און אזוי ארויסשטעלן דעם רשע לאססערט.

אבער מעשה שטן הצליח, אז מעכי רז"ב האבנדיג עפעס א ריעל עסטעיט מקח וואס גייט דורכגיין אויב מרת פאללאק קומט אריין. האט ער מיט ציין און נעגל גע'קעמפט אז זי מוז אריינקומען. האלב רבנים האבן זיך נישט דערשראקן ה"ה סאטמאר (האטשיסאן) דיין, דזשיבויער דיין, באבובער דיין, סאטמאר (פארק עוועניו) דיין. זיי האבן קלאר געזאגט די דעת תורה אז מ'דארף וועלן פאר גאלדבערג און נישט פאר קיין פרוי. משא"כ די איבריגע רבנים האבן איינגענומען א שטיל שווייגעניש.
למעשה, מיט אזא טיילונג איז דא שוואכע שאנסן ארויסצושטויסן דעם לעסארד... ונראה מה יהיו...
רוב עולם האט אבער געוואלט פאלאק און זי האט ליידער געווינען.

אדם הראשון » זונטאג נאוועמבער 3, 2013 11:46 pm

· #160604
דער (פינטעל) איד


אזוי האט זיך אנגעהויבן א אחדות קאמפיין אז אלע קהילות זאלן שטימען פאר ר' שלמה גאלדבערג און אזוי ארויסשטעלן דעם רשע לאססערט.


דאס איז פין די סארט אחדות'ן אז איך וויל אז די זאלסט טוהן וואס איך וויל כדי ס'זאל זיין אחדות...
אין געלויבט דער באשעפער אז אזא סארט אחדות האט געליטען א דורעכפאל,


דער (פינטעל) איד
רוב עולם האט אבער געוואלט פאלאק און זי האט ליידער געווינען.


וואס איז די "ליידער", זעהט אויס אז רוב עולם האט נישט געקויפט די שקרים וואס די גאלדבערג קאמפיין האט פארקויפט,

אין בכלל ווער איז בעסער ס'זאל זיך דרייען מיט שיקסעס אין סיטי האל, א היימישע יונגערמאן אדער א פרוי ?

דער (פינטעל) איד » זונטאג נאוועמבער 3, 2013 11:50 pm

· #160606
אפשר זיי טאקע מער מסביר דע אחדות דארט וואס איז פארגעקומען און פארוואס האבן רוב געוואיט פאר פאלאק ? וועגן זיך דרייען מיט שיקסעס איז דען נישטא קיין מענער אין סיטי האל? פארוואס איז פאלאק בעסער מיט דעם

berlbalaguleh » מאנטאג נאוועמבער 4, 2013 12:25 am

· #160610
אדם הראשון: ייש"כ. איך בין מסכים מיט דיר 100%. דו האסט ממש אויסגעכאפט מיינע ווערטער.: ר' פינטל איד. איך בין מיך שטארק משתתף אין דיין צער. נאר במחכת"ה (ש) רעדסטו גרויסע נארישקייטן. דו ביסט דיך סותר מני' ובי'. דו זאגסט (אדער שרייבסט.) ווייל רוב מענטשן האבן געוואלט אז זי זאל געווינען. דערפאר האט זי "ליידער" געוואונען. נו. אז רוב מענטשן האבן געוואלט אז זי זאל געוואונען, איז דאך נישט מער ווי יושר אז זי זאל געווינען. 😈 😂 🙄

דער (פינטעל) איד » מאנטאג נאוועמבער 4, 2013 12:28 am

· #160612
בערל איך האב נישט א שטעלינג דא בכלל. איך האב עס נישט געשריבן איך האב בלויז געוואלט פארשטיין מער וואס דא קומט פאר. און כבין נאך אלס נישט אויסגעקלארט
אה אנאנים האקט

דער (פינטעל) איד » מאנטאג נאוועמבער 4, 2013 12:37 am

· #160614
אנאנים איך זע נישט עקסטרעמיזם דארט בכלל. אלעס וואס דארט שטייט איז אלף בית פאר יעדן ערליכע איד. אויב וואס דארט שטייט איז טאקע אמת ווי למשל בילדער פלאקאטן פון איר. אויס דאס איז עקסטרעם איז גאנצ תורת משה עקסטרעם

אדם הראשון » מאנטאג נאוועמבער 4, 2013 12:53 am

· #160620
מיט די שיקסע פאדזשעט איז עס זייער זייער נאנט, און נאכנישט גענדיגט ציילען, מ'בעט דעם באשעפער אז זי זאל פארלירען,
דא קען מען מיטהאלטען,
<a class="postlink" href="http://www.resultats-election-montreal.ca/resultats-detailles-postes.en.html?a=9&p=20">http://www.resultats-election-montreal. ... l?a=9&p=20</a>

באנוצער'ניק » מאנטאג נאוועמבער 4, 2013 1:30 am

· #160624
דער (פינטעל) איד
נו, זאגטס אליין מען האט א היימישע מאן מיט א היימישע פרוי וועם וועלט מען אויס ? זיכער די מאן. און אזוי האבן אלע עסקנים פה אחד געזאגט ובראשם די רבנים הגאונים יושבים על מדון. איין דיין האט נאך פארדאמט די העזה און די דערנידערונג אז עס שטעלט זיך אפילו ארויס א היימישע פרוי אלץ א קאנדידאט. א זאך וואס האט נאכנישט פאסירט און קיין איין היימישע מקום. אפילו לעיקוואד און מאנסי וואס זענען אסאך א נידריגע דרגא ווי מאנטריאל.

אזוי האט זיך אנגעהויבן א אחדות קאמפיין אז אלע קהילות זאלן שטימען פאר ר' שלמה גאלדבערג און אזוי ארויסשטעלן דעם רשע לאססערט.

אבער מעשה שטן הצליח, אז מעכי רז"ב האבנדיג עפעס א ריעל עסטעיט מקח וואס גייט דורכגיין אויב מרת פאללאק קומט אריין. האט ער מיט ציין און נעגל גע'קעמפט אז זי מוז אריינקומען. האלב רבנים האבן זיך נישט דערשראקן ה"ה סאטמאר (האטשיסאן) דיין, דזשיבויער דיין, באבובער דיין, סאטמאר (פארק עוועניו) דיין. זיי האבן קלאר געזאגט די דעת תורה אז מ'דארף וועלן פאר גאלדבערג און נישט פאר קיין פרוי. משא"כ די איבריגע רבנים האבן איינגענומען א שטיל שווייגעניש.
למעשה, מיט אזא טיילונג איז דא שוואכע שאנסן ארויסצושטויסן דעם לעסארד... ונראה מה יהיו...
רוב עולם האט אבער געוואלט פאלאק און זי האט ליידער געווינען.

ק/פ
שקר וכוזב רוב עסקנים האבן געהאלטן אויף פאלאק מען האט גאר פארלאנגט פון איר זי זאל לויפן. און רוב רבנים האבן איר געגעבן א קלארע יא צו לויפן. דער שרייבט זייער גוט, איין דיין האט פארדאמט דער ווילדער צאפ ממ"ט האט זיך ציווילדעוועט ביי די אסיפת הרבנים, שרייענדיג אז סאיז אבוזרייהו דגילוי עריות וואס וועט זיין אויב פאלאק וועט געבן די האנט פאר א מאן???? און וואס וועט זיין אויב עס וועט זיין דארט יחוד, דו נעמסט עס אויף דיין אחריות האט ער געליארעמט אויף די רבנים דארט, פארשטייט זיך די רבנים האבן אלע צוגעשאקלט צו דעם צעווילדעוועטער יא יא, טו וואס די ווילסט, און אונז וועלן טון וואס מען דארף צו טון, וכך הוה, נאכן מיטונג האט זיך CJQ צעטיילט..... די איינציגע וואס זענען געבליבן דערין איז געווען 'סאטמאר' און די איבריגע עסקנים האבן ווייטער אנגעהויבן פלאנירן וואס צו טון, ביז מעכי האט געצאלט פאר א פאלינג קאמפאני צו זען וועלכע פארטיי שטייט העכער און נאכן זען אז פאלאק האט טשאנסן צו געווינען אבער גאלדבערג האט בכלל נישט קיין טשאנס, זענען די עסקנים פון CJQ ׁ(נישט די סאטמארע) ארויס אז מען זאל וואטען פאר פאלאק, דעמאלטס האט זיך סאטמאר צוריק דערמאנט זייער אלטע שמוציגע וועגן, מיט פאשקעווילן, און ברעין וואשעריי, מען האט באשמיצט אז פאלאק איז א מורדת מחוצפת, פאלגט נישט רבנים און ארויפגעלייגט אויף איר וואס די ווילסט נאר נישט. און נישט געווען ציפרידן מיט דעם נאר דער מנחם ליבערמאן האט ארויסגעשיקט א צעטל בשם א ליסט רבנים וואס האבן כאילו געזאגט אז מען זאל נישט וואטן פאר פאלאק א ליסט וואס איז שקר יסודו.

שושן פורים » מאנטאג נאוועמבער 4, 2013 2:47 am

· #160628
בה פאללאק האט געוואונען אין גרויסן מיט באלד 200 וואוטס מער ווי לאסערט שר"י !!!! מאנטריאל האט היינט אויפגעוויזן אז עס איז א נארמאלע שטאט ווי יעדער איינער פאלגט זיין אייגענע רב און עסקן וואס מיינט די טובה פאר די כלל . נישט קיין שטאט וואס ווערט געפירט פון איין סאטמארע דיין וואס שרייט זייער הויך און לאזט קיינעם נישט קומען צום ווארט!! אזוי אויך ווערט עס נישט געפירט דורך אפאר היציגע סאטמארע וואס גייען פארדרייען א קאפ מיט פון פינגער ארויסגעזויגענע איסורים וחרמות

מאן דאמר » מאנטאג נאוועמבער 4, 2013 8:06 am

· #160635
ס׳איז קאמיש אז די סאטמערע שרייען פריצות וכו׳ , ווען די סיבה פארוואס זיי האבן איר נישט געוואלט פאר א קאנצלערין איז, וויבאלד זי האט זיי ביי א זיצונג בעפאר די וואלן געלאזט וויסן קלאר, אז זי וועט ארבייטן פארן כלל, און נישט נעמען פריוואטע באפעלן פון ליבערמאן ענד קא. אבער זיי אליין וואלטן ווען מסכים געווען צו די מכשול פון האבן א שיין אינג ווייבל אלץ קאנצלערין, ווען זי פארשפרעכט ווען צו בלייבן אונטער זייער שליטה.

כתר מלכות » מאנטאג נאוועמבער 4, 2013 8:42 am

· #160637
איך פארשטיי נישט פארוואס סאטמאר האט נישט קיין רעכט צו זאגען זייער מיינוג, אויב זאגן זיי הייסט דאס טעראזירירט, און די אנדערע האבען יא רעכט צוזאם שעלטן סאטמאר מיט זייערע רבנים, און דאס הייסט נישט טעראזירט.

איך אויך » מאנטאג נאוועמבער 4, 2013 10:04 am

· #160650
איי געסס דו וועסט קיינמאל נישט פארשטיין דעם חילוק.

שושן פורים » מאנטאג נאוועמבער 4, 2013 10:06 am

· #160651
כתר מלכות
איך פארשטיי נישט פארוואס סאטמאר האט נישט קיין רעכט צו זאגען זייער מיינוג, אויב זאגן זיי הייסט דאס טעראזירירט, און די אנדערע האבען יא רעכט צוזאם שעלטן סאטמאר מיט זייערע רבנים, און דאס הייסט נישט טעראזירט.
די סאטמארע רבנים אליינס האבן זיך נאר ארויסגעשטעלט קעגן איר נאר נאך מנחם ליעבערמאן מיט אברהם עקשטיין וכת דילהם האבן אנגעהעצט די רבנים און דאס איז נאר נאך זי האט זיך נישט צוגעשטעלט צו זייערע פריוואטע משוגעתן , זיי זענען שוין איינמאל א באנדע היפאקריטן !! מסכים געווען צו לייגן א גאנצע שטאט אין דר'ערד צוליב אייגענע אינטערעסן

שושן פורים » מאנטאג נאוועמבער 4, 2013 10:09 am

· #160652
ווען זי האט זיך ארויסגעשטעלט האט זי קלאר געזאגט פאר די עסקנים אז זי וויל קודם האבן די שטיצע פון די רבנים , האט איר מנחם ליעבערמאן געזאגט אז זי זאל זיך קאנצעטרירן אויף איר קאמפיין און ער וועט זיך זארגן מיט די רבנים

אדם הראשון » מאנטאג נאוועמבער 4, 2013 12:45 pm

· #160669
מינדי פאללאק האט געווינען אין District électoral de Claude-Ryan מיט א מערהייט פין 168 וואוטס,

אין די District électoral de Joseph-Beaubien קוקט יעצט אויס אז די מרשעת סאלין פאדזשעט שר"י האט געווינען די וואלען מיט א נישטיגע 11 וואוטס,

יא יא, ווי שרייען נאר די שרייער'ס ? יעדע שטימע ציילט,

עניוועי כ'ווייס נישט צי ס'איז שוין די פיינעל ריזאלט צי ס'גייט נאך זיין א ריקאונט,

ס'נאר אינטערעסאנט אנצימערקען אז 45 וואוטס אין יענעם דיסטריקט זענען געפסל'ט געווארען, וואס דאס וואלט געקענט זיין די חילוק,

berlbalaguleh » מאנטאג נאוועמבער 4, 2013 1:05 pm

· #160674
אבער די אייביגע טראבלמעיקערס און איפכא מסתברא'ס גייען ווייטער אן מיט זייער שטיק און טעראר. און זיי זענען אלעס מלבש אין אידישקייט און קנאות. זיי מיינען נאר דעם באשעפער. צום סוף שטעלט זיך ארויס אז ס'איז נאר זייערע אייגענע אינטערעסן פון געלט און כבוד. און פארדעים זענען זיי גרייט מקריב צו זיין דעם וואוילזיין פון אלע אידישע איינוואוינערס. דער גרעסטער (ביטערע) דזשאוק איז אז, א פאר נאאייוע מענטשן גייען זיי נאך...

געפילטע פיש » מאנטאג נאוועמבער 4, 2013 1:52 pm

· #160685
כתר מלכות
איך פארשטיי נישט פארוואס סאטמאר האט נישט קיין רעכט צו זאגען זייער מיינוג.

סאטמאר האט שוין אויסגענוצט זייער מיינונג זאגן רעכטן פאר די נעקסטע צוויי דריי הונדערט יאר.

שושן פורים » מאנטאג נאוועמבער 4, 2013 1:54 pm

· #160686
לויט ווי עס הייסט יעצט גייט א דזשאדזש מחליט זיין 3 אזייגער אויב מזאל מאכן א ריקאונט

בערל_פרוכטבייסער » מאנטאג נאוועמבער 4, 2013 2:56 pm

· #160698
הער אויס מיט אן אביעקטיווען בליק, איז דא עפעס דערין אז א פרוי זאל נישט לויפן, למעשה האט זי געהאט שטיצעפון אנהייב פון "אלע" רבנים.
נאכדעם האבן זיך די סאטמארע רבנים אויפגעוןועקט אז ס'איז א פראבלעם, ווי זענט איהר געוועהן פריער, נאר וואס אפילו לשיטתם איז די זאך נישט געוועהן געפערליך... איז ממילא גייט פאקט אייך שלאפן ביז נאך די וואלן...

געפילטע פיש » מאנטאג נאוועמבער 4, 2013 3:09 pm

· #160702
אויב איר קליידער זענען גענוג לאנג אז זיי הייבן זיך נישט אויף בשעת'ן לויפן, וואס איז די פראבלעם?

אדם הראשון » מאנטאג נאוועמבער 4, 2013 3:25 pm

· #160705
פאר די ניו יארקע ניק'ס איז גוט צי וויסען אז אין אוטרעמאנט איז עס גאר א אנדערע סארט פאליטיק, ס'איז שווער עס צי ציגלייכען צי די ניו יארקע פאליטיק,

קודם א קאנדידאט צי קענען זיין ערפאלגרייך אין אוטרעמאנט דארף ער/זי אויך מאכען א קשר מיט די פראנצויזישע באפעלקערונג, זיי ערקלערען וואס ער פלאנט צי טאהן אין פארוואס די אנדערע קאנדידאט איז נישט גוט אין זייען סתם אן האס וכו', אזוי ווי מינדי פאללאק האט טאקע געטהון, זי איז געגאנגען פין טיר צי טיר, אין האט טאקע באקומען אסאך שטיצע פין די אלגעמיינע באפעלקערונג, וואס האבען טאקע געהאלטען אז זי טוט גוט,

פאר א יונגערמאן דאס צי טאהן איז זייער א קאמפליצירטע זאך, קודם פשוט מען דארף קענען א גוטע פרענטש, אין צווייטענס איז עס טאקע נישט אויסגעהאלטען אז א חסידישע יונגערמאן זאל זיך גיין ספראווען מיט שיקסעס, ממילא לכאורה פין יודישקייט שטאנדפונקט איז א פרוי אסאך בעסער,

איר פראבלעם לכאורה איז אז זי איז נישט פין די "עסקנים קלאב" אין ווי עס זעהט אויס פלאנט זי נישט צי טאנצען פינקליך לויט זייער ניגון, נו אויב אזוי איז עס אביזרייהו דגילוי עריות, אין טאמער מען פרעגט פארוואס איז עס דאך א מהרהר אחרי רבו,

למעשה האט זיך ארויס געשטעלט אז אלע געווינער'ס פין די בארא קאנסיל זענען פרויען, ממילא איז עס א געהעריגע ווייבער שול,

איז לויט דעם קומט אויס אזוי:

טאמער די סאטמאר'ע קאנדידאט וואלט געווינען אין א היימישע יונגערמאן וואלט געזיצען בכפיפה אחת מיט 5 שיקסעס (צי וויפעל ס'איז), דאן איז עס די לויטערע דעת תורה ......

אבער אזוי ווי מינדי פאללאק האט געווינען, אין ס'גייען זיצען דארט נאר פרויען, (חוץ אויב ס'וועט זיין א ריקאונט אין פאדזשעט גייט פארלירען דאן וועט אויך זיין איין מאן), דאן איז עס אביזרייהו דגילוי עריות...
בלאט: 1 2 3 4