☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » וואלן אין אוטרעמאנט, מאנטריאל

וואלן אין אוטרעמאנט, מאנטריאל

172 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4958
בלאט: 1 2 3 4

יונה כהן » מאנטאג נאוועמבער 4, 2013 4:08 pm

· #160715
אלס מונטריאל'ער געבוירענער בין איך מער פון אביסל אינטערעסירט מיט וואס עס פאסירט דארט.

איך קען נישט די פרוי פערזענליך, אבער איך קען איר פאטער און ברודערס זיי זענען א פיינע חסיד"שע וויזניצע משפחה. עס איז נישט דער ערשטער מאהל וואס פרומע אידען שטימען פאר א פרומע פרוי. דא אין ניו יארק איז געווען יארן לאנג די פרוי סוזען אלטער אן ארטודאקסישער ערוועלטער פרוי. ולא היה פוצה פה על זה. ומאידך גיסא קען איך זאגען אז די סאטמאר'ערע קהילה און מונטריאל [ובעיקר כהיום אנשים שתחת הררז"ל] זענען געווארן גאר א סאך מער ראדיקאל און עקסטרעם ווי סאטמאר איז געווען אין די פריריגע יארן ווען הגה"צ ר' שמעי' שווארץ והגה"צ הדזיבויער דיין זצ"ל זענען געווען די מנהיגים פון ק"ק סאטמאר.

הג"ר ממ"ט שליט"א איז באוואוסט אלס א קיצוני עד מאד, ער איז א ת"ח און האט א גרויסער עולם אוהדים. אבער נאך אין די צייטען פון רבינו יואל איז ער געווען באקאנט אלס א קנאי וועמען די רעבעצין האט גע'רודף'ט. עס קען זיין אז עס איז א פראבלעם מיט בחירת פאר אן אשה [הרמב"ם אוסר שררה בכל מנוי שהוא...געבען די האנט וכו'... און פארוואס איז דאס נישט א פראבלעם מיט א מאן? עמער נישט רעדען וד"ל] אבער ווער עס ווייסט די צרות יגון ואנחה וואס דער עולם ליידט דארט פון די שכנים, ווייסט אז עס איז קיינמאל נישט א שאלה וואס האט א גרינגע ענטפער. און טאקע אנדערע רבנים קוקען מיט אן אנדערער בליק.

דער פאקט איז אז פרוי פאללאק [און אפשר טאקע ווייל פאר גוים איז שווער און נישט פאסיג צו זיין אגרעסיוו אנטקעגען א פרוי] האט נשיאת חן ביי די שכנים און אין די מידיע, און אפשר נאר צוליב איר איידעלע באנעמונג מיט די שכנים בתוכם שונאי ישראל האבען זיי איינגענומען א שטימעניש און די שכנים האבען זיך צו געכאפט צו איר שלום פלאן ווי צו א מציאה, וואס וועט ברענגען פארשטענדעניש צווישען גוים און אידען. ווייל יעדער נארמאלער גוי האט פיינט זיך כסדר ארום צו רייסען מיט די אידישע שכנים.

איך האף אז די עסקנים וועלן איינרוען א ביסל, ווייל באמת אויפען געביט פון שלום מיט שכנים איז דער מצב נאר ארגער געווארן און די לעצטערע יארן און ס'איז ביי מיר א ספק אז די עסקנים [וכל אחד בשמו יבורך] האבען די כלים צו האנדלען ווי אזוי צו פארמינערען די שנאה. עס קען זיין אז עס קומט זיי קרעדיט פאר אנדערע זאכען וואס זיי טוהן כשאר עוסקים בצורכי ציבור בכל העולם. אבער דא ביי דער פאל קומט מיר פאר אז פאללאק האט א ספעציעלע כח און חן בעיני אלוקים ואנשים, אויף צו טוהן לטובת אחינו בני ישראל נאר טאקע דערפאר ווייל זי איז א פרוי. והמקום יהי' בעוזרה

kitov » מאנטאג נאוועמבער 4, 2013 4:46 pm

· #160729
שושן פורים
לויט ווי עס הייסט יעצט גייט א דזשאדזש מחליט זיין 3 אזייגער אויב מזאל מאכן א ריקאונט

So what did the judge decide

אדם הראשון » מאנטאג נאוועמבער 4, 2013 7:11 pm

· #160765
כ'הער זאגען אז "פראזשעי מאנטריאל, בעט אז מען זאל איבערקוקען די 46 געפסל'טע שטימען,

אין כדי צי אוטוריזירען א ריקאונט אויף דעם דארף מען האבען א ריכטער פין דעם "קוויבעק סאפרים קאורט" אין אזא געשעפט נעמט שוין א פאר טעג,

עכ"פ ס'וועט נאך מסתם נעמען א פאר טעג ביז מען וועט וויסען ענדגילטיג ווער ס'איז די געווינער פאר בארא קאנסילער אינעם דיסטריקט פין Joseph-Beaubien,

ידען » מאנטאג נאוועמבער 4, 2013 7:16 pm

· #160766
כאב געהערט אז די טאטע פון פאלאק האט מען פארשעמט און די דיין הרה״ג משה מנחם טירנויער שליט״א האט געשריגען שייגעץ ארויס ווען ער האט געדאווענט ביי סאטמאר.

אדם הראשון » מאנטאג נאוועמבער 4, 2013 7:29 pm

· #160769
ידען
כאב געהערט אז די טאטע פון פאלאק האט מען פארשעמט און די דיין הרה״ג משה מנחם טירנויער שליט״א האט געשריגען שייגעץ ארויס ווען ער האט געדאווענט ביי סאטמאר.


שווער צי גלייבען,

berlbalaguleh » מאנטאג נאוועמבער 4, 2013 8:04 pm

· #160783
אדם הראשון
ידען
כאב געהערט אז די טאטע פון פאלאק האט מען פארשעמט און די דיין הרה״ג משה מנחם טירנויער שליט״א האט געשריגען שייגעץ ארויס ווען ער האט געדאווענט ביי סאטמאר.


שווער צי גלייבען,

ניין. נישט שווער צו גלייבן. ווער ס'קען זיי.... 😈 🙄

מאן דאמר » מאנטאג נאוועמבער 4, 2013 8:23 pm

· #160787
יא, ר' ממ"ט האט אים פיזיש ארויסגעשטיפט פון שטיבל, היינט ביי מנחה מעריב, נאכער וואס זיין טאכטער מינדי האט געווינען די וואלן, שרייענדיג אויף אים "וואס טוסטו דא? דו האסט מטמא געווען די גאנצע שטאט!"

אדם הראשון » מאנטאג נאוועמבער 4, 2013 9:17 pm

· #160796
מאן דאמר
יא, ר' ממ"ט האט אים פיזיש ארויסגעשטיפט פון שטיבל, היינט ביי מנחה מעריב, נאכער וואס זיין טאכטער מינדי האט געווינען די וואלן, שרייענדיג אויף אים "וואס טוסטו דא? דו האסט מטמא געווען די גאנצע שטאט!"


וואס גייט פאר מיט דעם הרב טירנויער,
חז"ל זאגען המלבין פני חבירו ברבים אין לו חלק לעולם הבא,

איז דען נישט א שאד פאר הרב טירנויער צי פארלירען די עולם הבא ?!

אדם הראשון » מאנטאג נאוועמבער 4, 2013 9:40 pm

· #160800
יעצט מיט איינעם אויפען טלפון, באשטעטיגט אז די מעשה איז אמת,
יענער זאגט אז ער האט אים "איידעלערהייט" ארויסגעשיקט,

מאן דאמר » מאנטאג נאוועמבער 4, 2013 10:52 pm

· #160810
זאג יענעם איידעלערהייט אז ער זאל נישט זיין נאיוו

כתר מלכות » מאנטאג נאוועמבער 4, 2013 11:01 pm

· #160811
אדם הראשון
מאן דאמר
יא, ר' ממ"ט האט אים פיזיש ארויסגעשטיפט פון שטיבל, היינט ביי מנחה מעריב, נאכער וואס זיין טאכטער מינדי האט געווינען די וואלן, שרייענדיג אויף אים "וואס טוסטו דא? דו האסט מטמא געווען די גאנצע שטאט!"


וואס גייט פאר מיט דעם הרב טירנויער,
חז"ל זאגען המלבין פני חבירו ברבים אין לו חלק לעולם הבא,

איז דען נישט א שאד פאר הרב טירנויער צי פארלירען די עולם הבא ?!


טאקע א נערישקייט פון זיין זייט, א שאד ער האט זיך נישט אדורך גערעדט מיט אדם הראשון (פארן חטא? ) .
אגב, חזל זאגען המבזה תלמיד חכם אין תרופה למכתו, בעסער זארג דיך אויף דעם, ווי איידער אויף זיין עולם הבא.

כתר מלכות » מאנטאג נאוועמבער 4, 2013 11:04 pm

· #160812
מאן דאמר
זאג יענעם איידעלערהייט אז ער זאל נישט זיין נאיוו


פיר אויס, נישט זיין אזוי נאאיוו, נאר גלייבן א יעדע מאן דאמר.

אדם הראשון » מאנטאג נאוועמבער 4, 2013 11:05 pm

· #160813
פריער געוען א שייגעץ ארויס אין סאטמאר,
ווען איינע פין חברים איז אריין דארט אין די בחורים האבען געמאכט א שייגעץ ארויס צערעמאניע,

ס'קומט נאך א מעשה ווען חברים האט פאר די וואלען קעיר גענומען ווען סאטמארע בחורים האבען אנגעספרעיט די קאמפיין פאוסטער'ס וואס הענגען אין די גאסען,

חברים איז געקומען מיט די פאליציי אין קעיר גענומען פין די בחורים, זיי געסטראשעט מיט ארעסט, אין אוועק גענומען די ספרעי פעינט,

אלס ענפער איז יעצט געקומען די שייגעץ ארויס צערעמאניע,

אדם הראשון » מאנטאג נאוועמבער 4, 2013 11:07 pm

· #160814
כתר מלכות


טאקע א נערישקייט פון זיין זייט, א שאד ער האט זיך נישט אדורך גערעדט מיט אדם הראשון (פארן חטא? ) .
אגב, חזל זאגען המבזה תלמיד חכם אין תרופה למכתו, בעסער זארג דיך אויף דעם, ווי איידער אויף זיין עולם הבא.


איך האב מבזה געווען ? איך האב געזאגט א מאמר חז"ל,
ס'שטייט אין ערגעץ נישט א תלמידי חכמים מעגען טוהן קעגען תורת משה,

אין אפילו פאר א טאטע מעג מען זאגען אבא כך כתוב בתורה,

כתר מלכות » מאנטאג נאוועמבער 4, 2013 11:09 pm

· #160815
געפילטע פיש
כתר מלכות
איך פארשטיי נישט פארוואס סאטמאר האט נישט קיין רעכט צו זאגען זייער מיינוג.

סאטמאר האט שוין אויסגענוצט זייער מיינונג זאגן רעכטן פאר די נעקסטע צוויי דריי הונדערט יאר.


זו דברי רבי געפילטע אבל אחרים אומרים שעדיין יש להם דעות והזכות לומר כפי שנראה בעיניהם. ואף שלאו כל מוחא סביל דא.

אדם הראשון » מאנטאג נאוועמבער 4, 2013 11:10 pm

· #160816
כתר מלכות
מאן דאמר
זאג יענעם איידעלערהייט אז ער זאל נישט זיין נאיוו


פיר אויס, נישט זיין אזוי נאאיוו, נאר גלייבן א יעדע מאן דהוא.


זאג, די לייקענסט די מעשה ?! גאנץ מאנטריאל איז אויף דערמיט !

כתר מלכות » מאנטאג נאוועמבער 4, 2013 11:14 pm

· #160817
איך לייקן נישט און איך באשטעטיג נישט, עס אינטערסירט מיר אפילו נישט, בסך הכל, ווי א תורה טרייע איד בין איך מוחה אויף בזיון תלמיד חכם ועלבון התורה.

אדם הראשון » מאנטאג נאוועמבער 4, 2013 11:18 pm

· #160818
כתר מלכות
געפילטע פיש
כתר מלכות
איך פארשטיי נישט פארוואס סאטמאר האט נישט קיין רעכט צו זאגען זייער מיינוג.

סאטמאר האט שוין אויסגענוצט זייער מיינונג זאגן רעכטן פאר די נעקסטע צוויי דריי הונדערט יאר.


זו דברי רבי געפילטע אבל אחרים אומרים שעדיין יש להם דעות והזכות לומר כפי שנראה בעיניהם. ואף שלאו כל מוחא סביל דא.


זיכער, אין זיי מעגען אויך פארברענען ילד שעשועים'ס, אין מסר'ן אויף אידען, אין גיין בערכאות אין זיצען דארט יארען, אין אריינלייגען עפעל סיידער אנשטאט וויין, אין רודפן די אלטע רביצין, אין שיסען פענסטער'ס אין שניידען רעדער, אין ... אין ... אין....,

דאנט געט מי ראנג, איך בין נישט אנטי סאטמאר, איך לערען גראדען די ספרים פין דעם דברי יואל זי"ע, אין כ'האב ליב די ערליכע סאטמארע, לאפוקי די משוגעים אין די רשעים וואס ניצען די נאמען סאטמאר אין באשמיצען עס, וד"ל

מאן דאמר » מאנטאג נאוועמבער 4, 2013 11:20 pm

· #160819
כתר מלכות
איך לייקן נישט און איך באשטעטיג נישט, עס אינטערסירט מיר אפילו נישט, בסך הכל, ווי א תורה טרייע איד בין איך מוחה אויף בזיון תלמיד חכם ועלבון התורה.

איך בין זיכער אז רב פאללאק איז אים מוחל

חבקוק הנביא » מאנטאג נאוועמבער 4, 2013 11:30 pm

· #160820
א שאד, מען פלעגט נישט הערען אזאלכע גריסען פין מאנטריאל,

מאנטריאל איז ארויף אויף די מאפע, אויך א שטאט צים טיש, אייגענע מחלוקת, אין אייגענע פאליטיק,

כ'בעט ווער ס'קען זאל מיר מסביר זיין וואס די שרעקליכע פראבלעם מיט מרס פאללאק איז,

יואליש » מאנטאג נאוועמבער 4, 2013 11:40 pm

· #160824
אז מ'רעדט פון מורי ורבי ממ"ט און נשים, איז כדי איבערצוזאגן זיינס א ווארט: ס'איז פארהאן אידן וועלכע זענען ליידער ציונים און אפיקורסים, פארדעם דאנקט מען שלא עשני גוי; פארהאן אזוינע וועלכע צוליב געלט זענען זיי משועבד צו די ציונים, פארדעם דאנקט מען שלא עשני עבד; ווידעראום זענען פארהאן אזוינע וועלכע זענען נישט אפיקורסים און נעמען נישט קיין געלט פון זיי אבער דאך זאגן זיי "וואס פעלט עס אויס זיך צו קריגן מיט זיי", פארדעם דאנקט מען שלא עשני אשה...

petergrifin » דינסטאג נאוועמבער 5, 2013 12:06 am

· #160831
כתר מלכות
איך לייקן נישט און איך באשטעטיג נישט, עס אינטערסירט מיר אפילו נישט, בסך הכל, ווי א תורה טרייע איד בין איך מוחה אויף בזיון תלמיד חכם ועלבון התורה.


איך מיש מיך אויך נישט אבער װען איך זעה די װערטער ׳׳תורה טרייע איד׳׳ דערמאנט מיך עס פון די זעלבע חברה װאס שוין יארן
טיען זײ אפ כל דבר אסור און קומט דאנערשטאג מאכן זײ זיך קדוש.

berlbalaguleh » דינסטאג נאוועמבער 5, 2013 2:00 am

· #160845
חבקוק הנביא
א שאד, מען פלעגט נישט הערען אזאלכע גריסען פין מאנטריאל,

מאנטריאל איז ארויף אויף די מאפע, אויך א שטאט צים טיש, אייגענע מחלוקת, אין אייגענע פאליטיק,

כ'בעט ווער ס'קען זאל מיר מסביר זיין וואס די שרעקליכע פראבלעם מיט מרס פאללאק איז,

ווען מ'ספרעיט אן פאוסטערס און מ''ווארפט ארויס פון בתי מדרשים מיט בזיונות און מ'ניצט אנדערע טעראר מיטלען איז גארנישט דא וואס מסביר צו זיין. מ'גייט מיט די שיטה און דרך פון אמאל. "אזוי וויל איך" 😈 🙄

חבקוק הנביא » דינסטאג נאוועמבער 5, 2013 2:06 am

· #160849
כתר מלכות
איך לייקן נישט און איך באשטעטיג נישט, עס אינטערסירט מיר אפילו נישט, בסך הכל, ווי א תורה טרייע איד בין איך מוחה אויף בזיון תלמיד חכם ועלבון התורה.


די עלבון התורה פין בעלזא רב זצ"ל, טשעבינער רב זצ"ל, קלאזענבורגער רב זצ"ל, ליובאביטשער רבי זצ"ל, ועוד ועוד, באדערט דיר אויך ???????

ביזט א תורה טרייע איד ? אדער א סאטמארע טרייע איד ?

אז א איד ווערט ארויס געווארפען אין פארשעמט אויף דעם שרייבסטו אז "ס'אינטערעסירט דיר אפילו נישט",

נאר ס'באדערט דיר אז איינער שרייבט א מאמר חז"ל וואס ס'זיך דיר אויסגעדאכט אז ס'קען אפשער אנרירען אפס קצהו אין די כבוד פין איינע פין די רבנים פין דיין פארטיי, דאן ווערסטע פלוצלינג א "תורה טרייע איד" וואס די קענסט פשוט נישט צי זיך קומען פין עלבון התורה,

הא, וויזוי האט ענקער טרייפענע צייטונג געשריבען וועגען רב עובדיה יוסף, אים געלייגט אויף איין שורה מיט להבדיל אראבישע גייסטליכע, ענק וואס ענק האבען געטשעפעט אין פארשעמט כמעט אלע גדולי ישראל אין דעם לעצטען דור, די גייסט קומען פארקויפען עלבון התורה ????? זאג, די שעמסט זיך נישט,

אנבעליוועבעל, קוק ווער ס'קומט פארקויפען עלבון התורה,

זייטס מוחל, פארקויף דיין שקר ערגעץ אנדרעש,

כתר מלכות » דינסטאג נאוועמבער 5, 2013 9:15 am

· #160865
גילו דעת!
לכל מאן דבעי למידע, היות שמנהגי מאז עמדי על דעתי לדבר בכל יום פעמים באהבה -דברי בוז וקלון על הגאונים והצדיקים קדושים וטהורים מרנן האדמורים מבעלזא, קלויזענבורג,זכר צדיקים וקדושים לברכה, וגם אני משתדל לפגוע בכבוד הגאון האדיר מטשעבין זצ"ל כפי מה שידי מגעת, על כן אין מן הנכון לאדם כמותי לתבוע עלבונה של תורה בפגיעת הגאון הצדיק רבי משה מנחם טירנויער שליט"א דומ"ץ קהילת סאטמאר במאנטריאל, ולכן הנני חוזר ממה שכתבתי למחות על בזיונו, הכל מותרין, הכל מופרין, לא שרירין ולא קיימין.
הכ"ד כתר מלכות

בא חבקוק והעמידן על אחת, האסט מיר קלאר געשטעלט דייון שטעלונג מיט איין תגובה.
ליגט מיר עפעס אין קאפ א מאמר חז"ל, מיום שנחרב בית המקדש לא ניתנה נבואה אלא ל....

אוהב ספרים » דינסטאג נאוועמבער 5, 2013 10:06 am

· #160880
מיט אלע תירוצים, איך פארשטיי אויכעט מיט דעת בעל הבית די אויפטו פון מרת פאללאק וכו'
אבל למעשה די דעת תורה איז אנדערש, אין ירושלים האבין די אלטע רבנים גע'אסרט וועלען פאר א פרוי
עס איז אויך דא דיעות אז א פרוי טארנישט וועלען בכלל, אבער דאס איז א נושא פארזיך


טעראר בכל אופן איז זיכער אסור, רממ"ט איז טאקע א תלמיד חכם אבל נודע בשערים כעקסטרעמיסט

געפילטע פיש » דינסטאג נאוועמבער 5, 2013 10:14 am

· #160883
כתר מלכות
געפילטע פיש
כתר מלכות
איך פארשטיי נישט פארוואס סאטמאר האט נישט קיין רעכט צו זאגען זייער מיינוג.

סאטמאר האט שוין אויסגענוצט זייער מיינונג זאגן רעכטן פאר די נעקסטע צוויי דריי הונדערט יאר.


זו דברי רבי געפילטע אבל אחרים אומרים שעדיין יש להם דעות והזכות לומר כפי שנראה בעיניהם. ואף שלאו כל מוחא סביל דא.

העי, לאז מיך ארויס פון די פיקטשער, איך זאג נאר איבער וואס די עקספערטן אין דעם פעלד געבן איבער.

חבקוק הנביא » דינסטאג נאוועמבער 5, 2013 10:53 am

· #160897
כתר מלכות
גילו דעת!
לכל מאן דבעי למידע, היות שמנהגי מאז עמדי על דעתי לדבר בכל יום פעמים באהבה -דברי בוז וקלון על הגאונים והצדיקים קדושים וטהורים מרנן האדמורים מבעלזא, קלויזענבורג,זכר צדיקים וקדושים לברכה, וגם אני משתדל לפגוע בכבוד הגאון האדיר מטשעבין זצ"ל כפי מה שידי מגעת, על כן אין מן הנכון לאדם כמותי לתבוע עלבונה של תורה בפגיעת הגאון הצדיק רבי משה מנחם טירנויער שליט"א דומ"ץ קהילת סאטמאר במאנטריאל, ולכן הנני חוזר ממה שכתבתי למחות על בזיונו, הכל מותרין, הכל מופרין, לא שרירין ולא קיימין.
הכ"ד כתר מלכות

בא חבקוק והעמידן על אחת, האסט מיר קלאר געשטעלט דייון שטעלונג מיט איין תגובה.
ליגט מיר עפעס אין קאפ א מאמר חז"ל, מיום שנחרב בית המקדש לא ניתנה נבואה אלא ל....


זיסקייט, די ווייסט אליין אז כ'האב דיר נישט געמיינט פערזענליך (וואס כ'ווייס דאך נישט ווער די ביסט) נאר כ'האב געמיינט די טייפ מענטש וואס וואלט געשריבען אזא תגובה וואס די האסט געשריבען,

דאס הייסט אזוי : כ'מיין אז ס'בכלל נישט געווען דא א תגובה סתם צי פארשעמען ר' ממ"ט, נאר איינער האט פארציילט א געשעעניש, אין איינער האט געשריבען א מאמר חז"ל, ממילא ס'נישט געווען קיין עכטע עלבון התורה, אין אז די ביסט שוין געשפרינגען איז א סימן אז נישט די עלבון התורה באדערט דיר, נאר ס'ווערט פארשטאנען אז די האסט א שייכות מיט יענע פארטיי אין ממילא ניצטו די עלבון התורה סלאגאן צי פארדעקען דיין פארטיי געפילען, אין ממילא האב איך געשריבען וואס כ'האב געשריבען,

אדרבה ענפער מיר ווען איינער שרייבט עפעס א מאמר חז"ל וועגען ליובאוויטשער רבי, וואלט עס דיר געבאדערט , וואלט זיך גענומען די מיה צי שרייבען א תגובה אין מוחה זיין ?

יעצט הער אויף צי שפילען דאם אין סטאפיד,

חבקוק הנביא » דינסטאג נאוועמבער 5, 2013 11:00 am

· #160898
אוהב ספרים
מיט אלע תירוצים, איך פארשטיי אויכעט מיט דעת בעל הבית די אויפטו פון מרת פאללאק וכו'
אבל למעשה די דעת תורה איז אנדערש, אין ירושלים האבין די אלטע רבנים גע'אסרט וועלען פאר א פרוי
עס איז אויך דא דיעות אז א פרוי טארנישט וועלען בכלל,



אבער למעשה וואוטען די היימישע קהילות עניוועי פאר פרויען, אלץ יענע ענין, איז דען עפעס אנדרעש צי וואוטען פאר א שיקסע ווי פאר א אידענע, יעצט קענסט קומען מיט א זאק סברות א צי מאכען א חילוק אז ס'ענדרעש א שיקסע ווי א אידענע, אבער די רבנים פין ירושלים איסור וואס די ברענגסט האט זיך באצויגען צי בכלל וואוטען פאר א פרוי, אין דאס ווערט סייווי נישט איינגעהאלטען אין די היימישע קהילות איבער די וועלט,

elter-zeide » דינסטאג נאוועמבער 5, 2013 11:24 am

· #160906
אדם הראשון
יעצט מיט איינעם אויפען טלפון, באשטעטיגט אז די מעשה איז אמת,
יענער זאגט אז ער האט אים "איידעלערהייט" ארויסגעשיקט,

ר' מ"מ ט' האלט זיך פאר א תלמיד פון רבי'ן זי"ע, דער רבי האט קיינמאל נישט געווארפען יודן פון בהמ"ד, ג'קנס'ט יא, אויף איין יאר אדער צווי יאר נישט אריינטרעטן אין שול, אבער געווארפן? קיין מאל נישט וואס איך געדענק,
נאך א שאלה? וואס עפעס יעצט נאכען געווינען ווארפט ער ארויס? דע גאנצע צייט וואס זי איז געלאפען וואלט ער געדארט דאס טאן, אפשר וואלט זי נישט געלאפען, וואס עפעס יעצט?

כתר מלכות » דינסטאג נאוועמבער 5, 2013 11:36 am

· #160913
קודם גוט מארגן חבקוק! האסט זיך געלייגט גאנץ שפעט און די ביסט שוין אויף, הענדס אף טא יא.
לאמיר דיר עפעס מסביר זיין, איך בין א סאטמארער, וועסטו דאך אודאי פרעגן וועלכע, וועל איך דיר זאגן, יענע, טאקע יענע וואס די האסט ווייניגער ליעב. איז אויב די ווילסט קענסטו זאגן אז דערפאר בין איך מוחה, איי רילי דאנט קעיר, אוןאיך גיי דיר אודאי נישט רופן צו דין תורה. (ערכאות ברשות ושלא ברשות בי"ד? ) דערויף.
אבל אם לשמוע דאן זאג איך דיר, יא! ווען איך זאל זעהן אדער הערן א זולזול בכבוד תלמיד חכם אפילו נישט פון מיין קרייז וועל איך מוחה זיין דערויף, ווייל סאם האו האב איך מורא פון די עונש דערפאר.
און אז מען רעדט שוין, סאיז מיר זייער מאדנע, לעולם דארפן די סאטמארע זיין די וועלכע בארעדן אלאלע. גדולים, און די אנדערע קרייזען זענען די איידעלע מענטשן, אבער געס וואס, קאווע שטיבל איז פיל מיט דברי בזיון אויף סאטמאר רב, און די וועסט נישט טרעפן אפילו איין סאטמארע ניק וואס זאל מבזה זיין אנדערע גדולים. פאני.  

elter-zeide » דינסטאג נאוועמבער 5, 2013 11:44 am

· #160916
חבקוק הנביא? וועלעכע סאטמארע האסטי ווייניעגר ליעב?

שמעקעדיג » דינסטאג נאוועמבער 5, 2013 11:45 am

· #160917
כתר מלכות
און די וועסט נישט טרעפן אפילו איין סאטמארע ניק וואס זאל מבזה זיין אנדערע גדולים. פאני.  

דו ברויכסט גיין צום אויגן דאקטאר זאפארט.

גיבור » דינסטאג נאוועמבער 5, 2013 11:47 am

· #160920
כתר מלכות
, און די וועסט נישט טרעפן אפילו איין סאטמארע ניק וואס זאל מבזה זיין אנדערע גדולים. פאני.  

זיכער נישט קיינמאל שרייבט מען נישט קעגן הרב שטיינמאן , בעלזא , וכו' וכו'
אפשר ניצן ענק די שיטה פון קודם מאכן אויס גדול און אויס מנהיג און נאר נאכדעם מבזה זיין !
טאקע זייער פאני .

חבקוק הנביא » דינסטאג נאוועמבער 5, 2013 11:54 am

· #160924
איינס, מוחה זיין אויף כבוד התורה דארף קומען ווייל ס'טוט וויי, נישט ווייל מ'האט מורא פאר א עונש,

צוויי, איך האב קיינמאל נישט מזלזל געווען אין דעם כבוד פין סאטמאר'ע רב זי"ע,

דריי, ווען איינער טוט אן עוולה ברבים, נישט קיין חילוק א בעל הבית צי א רב, צי א אדמו"ר, מעג מען מוחה זיין ברבים אין ס'הייסט נישט עלבון התורה, אין ביי דע וועי דאס איז איינע פין די שיטות פין סאטמאר'ע רב זי"ע אז א רב/ רבי איז נישט העכער די תורה,

כ'רעד נישט פין יענעם סתם דערנידערען אין פארשעמען, אבער ארויס ברענגען אז ס'געשען א עוולה ע"פ תורה, דאס האט יעדער א רעכט צי טוהן, די האלסט ס'נישט געווען קיין עוולה, נו פיין, אבער דער וואס האלט אז יא מעג שרייבען א מאמר חז"ל,

פיר, דא אין קאווע שטיבל קומען ניק'ס שרייבען היבש זאכען וואס זיי קענען נישט געהעריג ארויסברענגען אין די עכטע וועלט, די סאטמאר'ע ניק'ס דארפען נישט ציקומען צי קאווע שטיבל, זיי טוען עס אין די עכטע וועלט , און אין זייערע צייטונגען,

שושן פורים » דינסטאג נאוועמבער 5, 2013 1:26 pm

· #160956
יעצט שטעלט זיך ארויס אז 100 אידען פון פארזשעטס דיסטריקט זענען בכלל נישט געגאנגען וואוטן

אדם הראשון » דינסטאג נאוועמבער 5, 2013 2:45 pm

· #160972
פארוואס ? סתם פארנאכלעסיגקייט ?

פאריז » דינסטאג נאוועמבער 5, 2013 2:56 pm

· #160977
אדם הראשון
פארוואס ? סתם פארנאכלעסיגקייט ?


באמת אפילו זי איז א רשענט'ע און וויסטע אנטיסעמיט איז זי בסך הכל נאר א אזוי ווי א קאנסול פרוי וואס האט איין וואוט פון צווישען 5 וואטוס, זי האט נישט קיין עכטע אייגענע מאכט עפעס שלעכט צו טיען, נישט געפערליך אז זי איז דארט.

שמעקעדיג » דינסטאג נאוועמבער 5, 2013 2:59 pm

· #160979
למעשה האט מינדי פאלאק פארלוירן?

דער (פינטעל) איד » דינסטאג נאוועמבער 5, 2013 3:04 pm

· #160982
שמעקעדיג
למעשה האט מינדי פאלאק פארלוירן?


שמעקעדיג

דו ברויכסט גיין צום אויגן דאקטאר זאפארט.

אדם הראשון » דינסטאג נאוועמבער 5, 2013 3:05 pm

· #160983
פאריז
אדם הראשון
פארוואס ? סתם פארנאכלעסיגקייט ?


באמת אפילו זי איז א רשענט'ע און וויסטע אנטיסעמיט איז זי בסך הכל נאר א אזוי ווי א קאנסול פרוי וואס האט איין וואוט פון צווישען 5 וואטוס, זי האט נישט קיין עכטע אייגענע מאכט עפעס שלעכט צו טיען, נישט געפערליך אז זי איז דארט.


די זאך איז אז זי איז א צידרייטע נודניק, צי שטייט אויפען קאפ דארט אין טרעפט אלץ אויס פארשטופטע ביי'לאוס פארוואס מען טאר נישט דאס אין מען טאר נישט יענץ, און די אנדערע האבען פשוט מורא זיך צי אנהייבען מיט איר, אין אז זי זיצט אינווייניק אין ווייסט אין זעהט וואס טוט זיך איז ערגער ווי ווען זי איז פין אינדרויסען,

זי איז א משוגענע פרוי,

א חוץ פין דעם טאמער געווינט דער היימישער אינדארסירטער קאנדידאט, דאן האבען די אידען צוויי קאנסיל מיטגלידער לטובתם,

לאמיר האפען זי וועט נאך פארלירען ביים ריקאונט,

שמעקעדיג » דינסטאג נאוועמבער 5, 2013 3:23 pm

· #160985
דער (פינטעל) איד
שמעקעדיג
למעשה האט מינדי פאלאק פארלוירן?


שמעקעדיג

דו ברויכסט גיין צום אויגן דאקטאר זאפארט.

איינער האט מיר געזאגט אז די אנטיסעמיטישע פרוי האט געווינען. שפעטער האב איך מברר געווען אז ס'איז געווען אין א אנדערע געגענט, נישט דארט ביי מינדי פאלאק.

berlbalaguleh » דינסטאג נאוועמבער 5, 2013 3:23 pm

· #160987
חבקוק: די ברענגסט זייער גוט ארויס די נקודה צו כתר מלכות. ווייל דער הרב ממ"ט שליט"א, וועים אים קען זייער גוט און רעספעקטיר,, איז באגאנגען אן עוולה צו פארשעימען א איד ברבים. מ' דארף אויף דעים מוחה זיין. נאר ס'דארף זיין אויף א תורה'דיגן אופן. ווי ס'שטייט אין פסוק: הוכח תוכיח את עמיתך ולא תשא עליו חטא. ס' איז געווען אן ענליכער פאל וואו א חשוב'ר ער ראש ישיבה האט פארשעימט א אידישן זינגער ברבים. און דער עולם האט מוחה געוועין. נאר אין דעים פאל איז עס א סאך ערגער. 😈 🙄

berlbalaguleh » דינסטאג נאוועמבער 5, 2013 3:30 pm

· #160990
פאריז
אדם הראשון
פארוואס ? סתם פארנאכלעסיגקייט ?


באמת אפילו זי איז א רשענט'ע און וויסטע אנטיסעמיט איז זי בסך הכל נאר א אזוי ווי א קאנסול פרוי וואס האט איין וואוט פון צווישען 5 וואטוס, זי האט נישט קיין עכטע אייגענע מאכט עפעס שלעכט צו טיען, נישט געפערליך אז זי איז דארט.

ווי ס'זעהט אויס ביסטו נישט אינפארמירט וואס זי טוט אלץ אפ רשעות פאר'ן היימישן עולם. דעם פארגאנגענעם פורים איז זי די ימח שמו'ניק'טע פארזשעי ארויסגעקומען און פרובירט צו שטערן דעם עולם פון משמח זיין און שיקן משלוח מנות. נאר זי האט דאן געכאפט א וויסטע מפלה ווען די פאליס האבן זי אוועקגעפיהרט פון דעם ארט מיט בושות. זי איז אין געוויסע פעלער נאך ערגער פונ'ם אנדערן אנטיסעמיט לא-סערט ימ"ש.

כתר מלכות » דינסטאג נאוועמבער 5, 2013 3:47 pm

· #160999
מה שמו של רב פאלאק, ר' נפתלי? א סאטמארע איד?

berlbalaguleh » דינסטאג נאוועמבער 5, 2013 3:53 pm

· #161001
כתר מלכות
מה שמו של רב פאלאק, ר' נפתלי? א סאטמארע איד?

ניין. ר' ישראל פאללאק. א וויזשניצער חסיד.

כתר מלכות » דינסטאג נאוועמבער 5, 2013 4:03 pm

· #161004
חידוש אצלי, ווען איך האב איבערגעלאזט מאנטריאל האט א סאטמארער געדאוונט און סאטמאר, א וויזניצער איןוויזניץ, א בעלזער אין בעלז, וכו'. א חוץ טאב וואס איז געווען א מאסף לכל המחנות.
אזוי ווייט אז אויף האטשיסאן די גאס פון סאטמאר בית המדרש וואוינט א וויזניצער יוד ט. און מעולם לא ראתי פניו בבית המדרש סאטמאר.

שושן פורים » דינסטאג נאוועמבער 5, 2013 4:09 pm

· #161006
berlbalaguleh
כתר מלכות
מה שמו של רב פאלאק, ר' נפתלי? א סאטמארע איד?

ניין. ר' ישראל פאללאק. א וויזשניצער חסיד.

תיקון טעות!!!! ר'יעקב פאללאק חסיד מרכז וויזניץ

berlbalaguleh » דינסטאג נאוועמבער 5, 2013 4:10 pm

· #161007
כתר מלכות
חידוש אצלי, ווען איך האב איבערגעלאזט מאנטריאל האט א סאטמארער געדאוונט און סאטמאר, א וויזניצער איןוויזניץ, א בעלזער אין בעלז, וכו'. א חוץ טאב וואס איז געווען א מאסף לכל המחנות.
אזוי ווייט אז אויף האטשיסאן די גאס פון סאטמאר בית המדרש וואוינט א וויזניצער יוד ט. און מעולם לא ראתי פניו בבית המדרש סאטמאר.

ס'איז אכשר דרא. ס'שוין נאך אחרון של פייסעך. דער עולם מישטצעך שוין.

berlbalaguleh » דינסטאג נאוועמבער 5, 2013 4:10 pm

· #161008
שושן פורים
berlbalaguleh
כתר מלכות
מה שמו של רב פאלאק, ר' נפתלי? א סאטמארע איד?

ניין. ר' ישראל פאללאק. א וויזשניצער חסיד.

תיקון טעות!!!! ר'יעקב פאללאק חסיד מרכז וויזניץ

יא. גערעכט וטעות לעולם חוזר. (ס'קומט צוריק?(
בלאט: 1 2 3 4