☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » וואלן אין אוטרעמאנט, מאנטריאל

וואלן אין אוטרעמאנט, מאנטריאל

172 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4958
בלאט: 1 2 3 4

יונה כהן » דינסטאג נאוועמבער 5, 2013 6:15 pm

· #161040
מימים ימימה איז סאטמאר אין מאנטריאל געווען א פעקטארי פון מינינים אלע קומען אהין. נאר אפילו בעלזער פלעגען דארט קומען. אבער ווען בעלז האט זיך ווידער צו פליקט מיט סאטמאר אחר ה'שטייעדיגע תורה הידוע האט מען אויף געהאגען ריזיגע פלאקאטען אין סאטמאר וואס איז געבליבען יארן לאנג אויף די וואנט קעגען דעם בעלזער רבי. נו א בעלזער קען נישט קומען צו אזא שוהל פארשטייט זיך אבער אין דער וואכען איז סאטמאר נאך אלץ דער "שומר שבת" פון מונטריאל.

כתר מלכות » דינסטאג נאוועמבער 5, 2013 6:23 pm

· #161044
יונה כהן
מימים ימימה איז סאטמאר אין מאנטריאל געווען א פעקטארי פון מינינים אלע קומען אהין. נאר אפילו בעלזער פלעגען דארט קומען. אבער ווען בעלז האט זיך ווידער צו פליקט מיט סאטמאר אחר ה'שטייעדיגע תורה הידוע האט מען אויף געהאגען ריזיגע פלאקאטען אין סאטמאר וואס איז געבליבען יארן לאנג אויף די וואנט קעגען דעם בעלזער רבי. נו א בעלזער קען נישט קומען צו אזא שוהל פארשטייט זיך אבער אין דער וואכען איז סאטמאר נאך אלץ דער "שומר שבת" פון מונטריאל.


איך געדענק נישט אז עס זאל האבן געהאנגן א צעטיל אנטקעגן בעלזא רב, קען זיין איך בין נאך צו יונג דאס צו געדענקן.

לגבי שמירת שבת מיין איך אז די טרייבסט איבער, וויזניץ על אף וואס זיי האלטן נישט שיטת ר"ת גלייב איך אבער אז זיי זענען שומרי שבת......

בכלל פאראדיי איך נישט די סאטמארע, וואס עפעס שומרי שבת אינדערוואכן? סאיז אזוי ווי זאלסט מיר זאגען אז זיי שלאגן כפרות ערב חנוכה.

געפילטע פיש » דינסטאג נאוועמבער 5, 2013 6:38 pm

· #161049
מאכסט א דזשאוק? שומר שבת איז די צענטראלע מנינים צענטער אין בארא פארק.

כתר מלכות » דינסטאג נאוועמבער 5, 2013 6:51 pm

· #161054
געפילטע פיש
מאכסט א דזשאוק? שומר שבת איז די צענטראלע מנינים צענטער אין בארא פארק.

סאיז נאר א דזשאוק.

berlbalaguleh » דינסטאג נאוועמבער 5, 2013 7:30 pm

· #161057
כתר מלכות: ווי ס'זעהט אויס ווייסטו נישט דעם מושג "שומרי שבת". ס'איז מיר א חידוש. ווייל אפילו את"ל דו וואוינסט אין וויליאמפעסט, קומסטו קיינמאל נישט קיין בארא פארק אין שומרי שבת נאך געלט???!!! 😮

משולם שטיינפעלד » דינסטאג נאוועמבער 5, 2013 7:53 pm

· #161067
ווארשיינליך האט נאך כתר מלכות קיינמאל נישט פארקויפט די קווינס קרן חתנים ראפל אין בארא פארק ביי שומרי שבת, טא פון וואו זאל ער וויסן דערפון?

כתר מלכות » דינסטאג נאוועמבער 5, 2013 9:34 pm

· #161098
זאגט'ס נאר קינדארלעך, א דזשאויק טאר מען שוין אויך נישט מאכן?
די ערשטע מאל וואס איך בין געווען אין שומרי שבת איז געווען זומער תשנ"ח.

כתר מלכות » דינסטאג נאוועמבער 5, 2013 9:37 pm

· #161099
berlbalaguleh
כתר מלכות: ווי ס'זעהט אויס ווייסטו נישט דעם מושג "שומרי שבת". ס'איז מיר א חידוש. ווייל אפילו את"ל דו וואוינסט אין וויליאמפעסט, קומסטו קיינמאל נישט קיין בארא פארק אין שומרי שבת נאך געלט???!!! 😮


ס'זעהט אים אויס, ס'איז אים א חידוש, סאיז שוין דא א את"ל, געוואלדיג ! זאג איר האט שוין געהערט אזא זאך וואס הייסט א ווערטל ?

כתר מלכות » דינסטאג נאוועמבער 5, 2013 9:40 pm

· #161100
משולם שטיינפעלד
ווארשיינליך האט נאך כתר מלכות קיינמאל נישט פארקויפט די קווינס קרן חתנים ראפל אין בארא פארק ביי שומרי שבת, טא פון וואו זאל ער וויסן דערפון?


משולם דו ביזט פון די גוטע..
נעבאך, און לאמיר נאכאמאל איבער חזרן, אייוועלט זענען די קליינע קעפ.....

berlbalaguleh » דינסטאג נאוועמבער 5, 2013 11:04 pm

· #161125
כתר מלכות
berlbalaguleh
כתר מלכות: ווי ס'זעהט אויס ווייסטו נישט דעם מושג "שומרי שבת". ס'איז מיר א חידוש. ווייל אפילו את"ל דו וואוינסט אין וויליאמפעסט, קומסטו קיינמאל נישט קיין בארא פארק אין שומרי שבת נאך געלט???!!! 😮


ס'זעהט אים אויס, ס'איז אים א חידוש, סאיז שוין דא א את"ל, געוואלדיג ! זאג איר האט שוין געהערט אזא זאך וואס הייסט א ווערטל ?

זאג נאר ר' כתר מלכות . הער א מעשה. ס'געוועין אמאל אן אלטע אידענע (מיין עלטער עלטער.....באבע ע"ה) וואס האט געהאט אן איינציג יונגל א בן יחיד'ל. דער טאטע האט איהם גענומען אויף א רייזע. ס'אדורך א פאר טעיג און די מאמע האט גארנישט געהערט פונ'ם יונגל מיט'ן טאטן. איינמאל א שיינעם טאג אין א ווארימען נאכמיטאג רוקטצעך אן איינער מיט א הויקער און א לאנגע קרומע נאז. ער רופטצעך אן צו מיין באבע. "מומע שרה, א גרוס פון דיין יונגל. מ'האט איהם געשחט'ן.....כמעט.! נאר ביז ער האט ארויסגעזאגט דעם כמעט איז איהר נשמה נעבעך ארויסגעפלויגן. פרחה נשמתה. זעימער דעך פין דעים, אז נישט אלעמאל איז גוט צו מאכן א דזשאוק. 😂 🙄

I'm back » דינסטאג נאוועמבער 5, 2013 11:05 pm

· #161126
יונה כהן
מימים ימימה איז סאטמאר אין מאנטריאל געווען א פעקטארי פון מינינים אלע קומען אהין. נאר אפילו בעלזער פלעגען דארט קומען. אבער ווען בעלז האט זיך ווידער צו פליקט מיט סאטמאר אחר ה'שטייעדיגע תורה הידוע האט מען אויף געהאגען ריזיגע פלאקאטען אין סאטמאר וואס איז געבליבען יארן לאנג אויף די וואנט קעגען דעם בעלזער רבי. נו א בעלזער קען נישט קומען צו אזא שוהל פארשטייט זיך אבער אין דער וואכען איז סאטמאר נאך אלץ דער "שומר שבת" פון מונטריאל.


סאטמאר אין מאנטריאל איז א פלאץ וואס ציט צי שנארערס?

כתר מלכות » מיטוואך נאוועמבער 6, 2013 12:03 am

· #161139
נאך ווי ס'ציט, תמיד האבן זיך דארט געדרייט אלע משולחים. איין מערקוועדיגע משולח שטייט מיר נאך פאר די אויגן, ה"ה כ"ק מרן אדמו"ר רבי ישראל מוויזניץ שליט"א בימי גלותו.

חבקוק הנביא » מיטוואך נאוועמבער 6, 2013 12:21 am

· #161140
זיי באקומען מייניך דארט צי עסען אומזיסט פין די ישיבה קאך, כ'מיין אז מרדכי קאהן באצאלט עס,

פאריז » מיטוואך נאוועמבער 6, 2013 12:30 am

· #161144
berlbalaguleh
פאריז
אדם הראשון
פארוואס ? סתם פארנאכלעסיגקייט ?


באמת אפילו זי איז א רשענט'ע און וויסטע אנטיסעמיט איז זי בסך הכל נאר א אזוי ווי א קאנסול פרוי וואס האט איין וואוט פון צווישען 5 וואטוס, זי האט נישט קיין עכטע אייגענע מאכט עפעס שלעכט צו טיען, נישט געפערליך אז זי איז דארט.

ווי ס'זעהט אויס ביסטו נישט אינפארמירט וואס זי טוט אלץ אפ רשעות פאר'ן היימישן עולם. דעם פארגאנגענעם פורים איז זי די ימח שמו'ניק'טע פארזשעי ארויסגעקומען און פרובירט צו שטערן דעם עולם פון משמח זיין און שיקן משלוח מנות. נאר זי האט דאן געכאפט א וויסטע מפלה ווען די פאליס האבן זי אוועקגעפיהרט פון דעם ארט מיט בושות. זי איז אין געוויסע פעלער נאך ערגער פונ'ם אנדערן אנטיסעמיט לא-סערט ימ"ש.


@berlbalaguleh זי קען משוגע מאכען?! איך הער!
ראקלענד קאנטי עקזעקעטיוו איז בעה״ב אויף סאשעל סערוויס וואס א ריזיגער ציבור ניצט, ער איז בעה״ב אויף די העלט דיפארטמענט, ער איז בעה״ב אויף די שעריף, ער איז בעה״ב אויף די נייע מאנסי קרובים פון אסאך ניקס דא, ער איז בעה״ב אויף יעדע זאך וואס האט מיט בויען, דער אנטסמיט זאגט אז ער גייט אינוועסטעגעטיען אידן וואס ניצען סאשעל סערוויס, ער זאגט אז ער גייט ענג מאכען אז מען זאל זיך נישט קענענן אויסשפרייטען אין אנדערע געגענטער,

דאס אלעס איז נישט גענוג צו פארדעקן די שנאה וואס מען האט אויף עסקנים וואס העלפן אידן, אבער די אנטסמיטקע וואס קען משוגע מאכען באדערט דיר ווייל דארט האט עס נישט מיט עסקנים?

די אידן וואס האבען געוואט פאר עד האבן זיך אליינס אפגעטיען, עסקנים גייען נעלם ווערן אויב עס וועט נישט זיין מיט וועם צו ארבייטען, נישט אומזינסט זאגט מען אז די מכם ובכם איז א גרעסערע קללה ווי ריכטיגע אמת׳ע דורי דורות גוים שונאי ישראל.

בן תמליון » מיטוואך נאוועמבער 6, 2013 10:22 am

· #161179
קען מיר איינער פון די תושבי מאנטריאל העלפן שטילן דעם נייגער? וויפיל שטימען ברענגט געווענליך דער אידישער ציבור ארויס? פון די 860 שטימען פאר מינדי פאללאק איז געווען א גרויסער נישט אידישער חלק? צו האט למעשה דער חסידישער פרומער ציבור אריינגשטימט א היימישע פרוי?

איך פרוביר שפעקולירן צו א היימישע פרוי נעמט זיך א פאר בצים און לויפט למשל אויף דוד גרינפעלדס פאזיציע צו עס וואלט געקענט האבן די רעזולטאטן ווי אין אוטרימאנט?

שמעקעדיג » מיטוואך נאוועמבער 6, 2013 10:26 am

· #161181
נישט געוואוסט זיי האבן ביצים 😲

פאריז » מיטוואך נאוועמבער 6, 2013 10:35 am

· #161183
דאהי וואלט מען אזא איינעם זיינער שנעל אפגעשטעלט, מען סטראשעט מיט ארויסווארפן די קינדער פון די מוסדות אדער ענליכעס, מיר האבן יוניק טולס שטיל צו מאכען די וואס פאלגען נישט.

איך אויך » מיטוואך נאוועמבער 6, 2013 10:57 am

· #161189
ווען דיין ווייב האט ווען נישט קיין ביצים האסטו ווען נישט קיינע קינדער ח"ו.

בן תמליון » מיטוואך נאוועמבער 6, 2013 11:03 am

· #161191
פאריז
דאהי וואלט מען אזא איינעם זיינער שנעל אפגעשטעלט, מען סטראשעט מיט ארויסווארפן די קינדער פון די מוסדות אדער ענליכעס, מיר האבן יוניק טולס שטיל צו מאכען די וואס פאלגען נישט.


לאמיר זאגן אז עס וועט זיין א גרושה ווי פאלאק אן קינדער, אדער וואס האט שוין חתונה געמאכט אז די מוסדות וועלן נישט האבן וואס צו סטראשען. איך ווויל פארשטיין וואזוי אין מאנטריאל איז עס יא געגאנגען זי האט אפילו געהאט שטיצע פון רבנים.

berlbalaguleh » מיטוואך נאוועמבער 6, 2013 11:58 am

· #161203
בן תמליון
קען מיר איינער פון די תושבי מאנטריאל העלפן שטילן דעם נייגער? וויפיל שטימען ברענגט געווענליך דער אידישער ציבור ארויס? פון די 860 שטימען פאר מינדי פאללאק איז געווען א גרויסער נישט אידישער חלק? צו האט למעשה דער חסידישער פרומער ציבור אריינגשטימט א היימישע פרוי?

איך פרוביר שפעקולירן צו א היימישע פרוי נעמט זיך א פאר בצים און לויפט למשל אויף דוד גרינפעלדס פאזיציע צו עס וואלט געקענט האבן די רעזולטאטן ווי אין אוטרימאנט?

דא רעדט זיך פון צוויי באזונדערע סוגיות. מאנטריאל איז מער קליינשטעטלדיג, און פראפארציאנעל זענען דארט די אידן ווייניגער קאנצענטרירט ווי אין די אידישע געגנטן אין ניו יארק. ממילא דאהי (אין ב.פ.) קען מען זיך ענדערש ערלויבן צו צוטיילן די וואוטס און זיך ארומקריגן. משא"כ דארט, אין מאנטריאל מוז זיין 100% אחדות ביים היימישן עולם כדי ארויסצוברענגען די בלאק וואוט. והשנית. אין מאנטריאל שפירן זיך די פראנצויזישע באפעלקערונג בעלי בתים און די אידן זענען נאר די וועלכע זענען צו געקומען. אבער אין ב.פ. זענען די איבעריגע טייל פון די באפעלקערונג (אחוץ די אידן( אימיגראנטן, ווי ספאנישע, פאקיסטאנער וכדו'. דער צד השוה שבהם איז די אומטאלעראנץ לגבי די אידישע באפעלקערונג.

שושן פורים » מיטוואך נאוועמבער 6, 2013 12:02 pm

· #161204
בן תמליון
קען מיר איינער פון די תושבי מאנטריאל העלפן שטילן דעם נייגער? וויפיל שטימען ברענגט געווענליך דער אידישער ציבור ארויס? פון די 860 שטימען פאר מינדי פאללאק איז געווען א גרויסער נישט אידישער חלק? צו האט למעשה דער חסידישער פרומער ציבור אריינגשטימט א היימישע פרוי?

איך פרוביר שפעקולירן צו א היימישע פרוי נעמט זיך א פאר בצים און לויפט למשל אויף דוד גרינפעלדס פאזיציע צו עס וואלט געקענט האבן די רעזולטאטן ווי אין אוטרימאנט?

אין די דיסטריקט ווי פאללאק איז געלאפן זענען דא בערך 1100 רעגיסטרירטע אידישע וויילער , פון דעם זענען דא א שיינע חלק בחורים וואס לערנען אין ישיבות , למעשה האט זי געהאט בערך 200 גוישע וואוטס די איבעריגע 600 איז אידישע וואוטס , פארגעס נישט אז בערך 300 סאטמארע האבן געוואוט פאר א צווייטן

berlbalaguleh » מיטוואך נאוועמבער 6, 2013 12:08 pm

· #161207
בן תמליון
פאריז
דאהי וואלט מען אזא איינעם זיינער שנעל אפגעשטעלט, מען סטראשעט מיט ארויסווארפן די קינדער פון די מוסדות אדער ענליכעס, מיר האבן יוניק טולס שטיל צו מאכען די וואס פאלגען נישט.


לאמיר זאגן אז עס וועט זיין א גרושה ווי פאלאק אן קינדער, אדער וואס האט שוין חתונה געמאכט אז די מוסדות וועלן נישט האבן וואס צו סטראשען. איך ווויל פארשטיין וואזוי אין מאנטריאל איז עס יא געגאנגען זי האט אפילו געהאט שטיצע פון רבנים.

ווייל אין מאנטריאל שפירט מען מער דעם גלות. און אויב ס'קומט איינער וועלכער זעט אויס אז ר'וועט ברענגען א שטיקל ישועה, כאפט זיך דער עולם אן אין דעים. אחוץ א פאר משוגעים און פארדארבענע פארשוינען. אבער דאהי האט דער עולם ב"ה אביסל אפגעאטעמט און מ'האט פארגעסן אז אונז זעמיר אין גלות. 🙄

לאקשעןקוגעל » מיטוואך נאוועמבער 6, 2013 5:42 pm

· #161279
פאליציי ווארענען סאטמאר
נעכטן האבן עטליכע פאליציאנטן זיך אריינשפאצירט אין סאטמאר ביהמ"ד אויף האטשיסאן, און געווארנט די סאטמארע אז היות זיי זענען געווארן אינפארמירט פון מ. פאלאק אז מען רודפ'ט איר פאר'ן זיין א פרוי, מען האט אנגעשפריצט אירע בילדער אויף די גאסן מיט פעינט, און מען האט געשלאגן איר פאטער, ווארענען זיי אז אויב מען וועט דאס נישט תיכף אפשטעלן וועט זיין ארעסטן!

לאקשעןקוגעל » מיטוואך נאוועמבער 6, 2013 5:44 pm

· #161280
די פאליציי ווארענט מען זאל דאס נישט נעמען פאר לייכט, ווייל דאס איז אן ערנסטע דיסקרימינאציע קעגן די קאנאדישע געזעצן, אוועקצונעמען די ציווילע רעכטן פון פרויען צו זיי אייניק ווי מענער, און זיי וועלן מאכן ארעסטן אויב נויטיג.

איך אויך » מיטוואך נאוועמבער 6, 2013 6:10 pm

· #161287
ב"ה איינער פארשטייט די שפראך צו די חברה.

לאקשעןקוגעל » מיטוואך נאוועמבער 6, 2013 6:35 pm

· #161294
למעשה שטעלט זיך ארויס א מאדנע בילד אין מאנטריאל:
אלע אידן האבן זיך לכתחילה צוזאמענגענומען באחדות צו קעמפן קעגן די גוים, און צום סוף האט גאר אויסגעבראכן א מלחמה צווישן די אידן, און ס'האט געווינען א קאנדידאט מיט די שטיצע פון האלב גוים קעגן האלב אידן. און אדאנק וואס די אידן זענען צוריסן צווישן זיך, איז די הויפט שונא ישראל אריינגעקומען מיט בלויז 11 וואויטס...
לאמיר נאר האפן אז די איין אידישע 24 יעריגע פאלאק וועט זיך קענען אן עצה געבן מיט די גאנצע באנדע שונאי ישראל.

חבקוק הנביא » מיטוואך נאוועמבער 6, 2013 7:41 pm

· #161303
לאקשעןקוגעל
למעשה שטעלט זיך ארויס א מאדנע בילד אין מאנטריאל:
אלע אידן האבן זיך לכתחילה צוזאמענגענומען באחדות צו קעמפן קעגן די גוים, און צום סוף האט גאר אויסגעבראכן א מלחמה צווישן די אידן, און ס'האט געווינען א קאנדידאט מיט די שטיצע פון האלב גוים קעגן האלב אידן.


די פארדרייסט אביסעל די פאקטען, רוב אידישע שטימען זענען געגאנגען פאר פאללאק, חוץ בערך 300 שטימען וואס דאס איז געווען סאטמאר אין נאך א פאר וואס האבען גענומען ערענסט די סאטמארע פראפעגאנדע אז ס'איז א ערענסטע אידישקייט פראבלעם,

פאללאק האט באקומען 860 שטימען אין די "קלאוד רייען" דיסטריקט ווי זי איז געלאפען פאר בארא קאנסילער, לאמיר זאגען אז 200 צי 300 זענען געווען גוים, אבער ס'נישט האלב גוים אין האלב אידען,

לאקשעןקוגעל
און אדאנק וואס די אידן זענען צוריסן צווישן זיך, איז די הויפט שונא ישראל אריינגעקומען מיט בלויז 11 וואויטס...


דאס האט נישט קיין שייכות מיט די חילוקי דעות, דאס איז אין די דערנעבענדע "דזשאסעף באביען" דיסטריקט, דארט ווי די אנטיסעמיטקע איז געלאפען פאר בארא קאנסילער, אין אלע קהילות האבען געשטיצט די קאנדידאט וואס איז געלאפען קעגען איר "פיליפ טאמלינסאן", אין ס'האט גארנישט מיט די מחלוקת,
ס'פשוט אז הונדערט אידישע שטימען האבען נישט געשטימט,
לעצטע מאל האט זי געווינען מיט 104 וואוטס, דאס מאל נאר מיט 11 אין ס'דא א ריקאונט, אין האפענטליך וועט זי פארלירען, אין נעקסטע מאל האף מיר אז זי וועט שוין פארלירען בגדול,


לאקשעןקוגעל
לאמיר נאר האפן אז די איין אידישע 24 יעריגע פאלאק וועט זיך קענען אן עצה געבן מיט די גאנצע באנדע שונאי ישראל.

קוק אהער מיט די גויאישע שונאי ישראל מיין איך וועט איר שוין זיין גרינגער ווי מיט די אידישע טראבעל מעיקער'ס, כ'וואלט מייעץ געווען פאר סאטמאר צי ביהעיווען, אין נישט זיין קיין זויערע פארלירער,

לאקשעןקוגעל » מיטוואך נאוועמבער 6, 2013 8:16 pm

· #161314
לויט דיין חשבון קוקט אויס אז פאלאק גוי'אישע וואויטס זענען נאר געווען 25 אדער 30 פראצענט, דאס שטימט דאך נישט מיט די פאול, וואס האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין זייער קראנט? דער פאול ווייזט אז רוב פון איר וואויטערס זענען גוים.
📎 Elections Poster _ 6b.jpg

שושן פורים » מיטוואך נאוועמבער 6, 2013 8:19 pm

· #161315
די פאול ווייזט וויפיל גוים זענען פאר איר , נישט אז זיי זענען אלע געגאנגען וואוטן

לאקשעןקוגעל » מיטוואך נאוועמבער 6, 2013 8:20 pm

· #161316
כ'וואלט מייעץ געווען פאר סאטמאר צי ביהעיווען,


אויף דעם זארג נישט, מ. פאלאק האט שוין געשיקט די פאליציי זאל זיי "מייעץ" זיין צו בעהעיווען און געווענליך די פאליציי מאכט א גוטן דזשאב.

שושן פורים » מיטוואך נאוועמבער 6, 2013 8:30 pm

· #161318
לאקשעןקוגעל
נעכטן האבן עטליכע פאליציאנטן זיך אריינשפאצירט אין סאטמאר ביהמ"ד אויף האטשיסאן, און געווארנט די סאטמארע אז היות זיי זענען געווארן אינפארמירט פון מ. פאלאק אז מען רודפ'ט איר פאר'ן זיין א פרוי, מען האט אנגעשפריצט אירע בילדער אויף די גאסן מיט פעינט, און מען האט געשלאגן איר פאטער, ווארענען זיי אז אויב מען וועט דאס נישט תיכף אפשטעלן וועט זיין ארעסטן!

די זאך האט זיך אנגעהויבן ביי א קביעת מזוזה אין איינע פון די סאטמארע דארמיטאריס ,וואס איז פונקט קעגן איבער פאללאקס הויז , די גאנצע ישיבה איז דארט געווען ובראשם ר משה מנחם , נאכדעם האבן זיך אסאך בחורים אויסגעשטעלט , און געווארט איינער זאל אנהויבן שרייען און יעדער וועט מיטשרייען , למעשה האט איינער געריפן פאליציי זאגנדיג אז עס הייבט זיך אן צו פארמירן א פראטעסט זאלן זיי קומען האלטן א אויג , די פאליציי שוין קענענדיג די בחורים פון מוצאי שבת ווען זיי האבן דעקארירט די שטאט מיט גראפיטי איז שנעל געקומען , און רוב בחורים זענען זיך צולאפן , חוץ אפאר מעקעלעך וואס זענען אריינגעגאנגען אינעוויניג , די פאליציי איז אריינגעגאנגען און זיי גוט אנגעשגצט , נאכדעם זענען זיי צוגעגאנגען צו פאללאק און איר בארואיגט אז זיי וועלן האלטן א אויג , פון דארט זענען זיי צוגעפארן צום סאטמאר ביהמד און אנגעסטראשעט די בחורים , אז נאך איין מאל וכו' ..... נאכדעם האבן זיי געזוכט ר משה מנחם ,און היות ער איז נישט דארט געווען האבן זיי צוגערופן א יונגערמאן , גענומען זיין אינפארמאציע און איהם געשטעלט אלץ שליח בי"ד צו גיין זאגן פאר ר'משה מנחם אז פון יעצט אן וואס עס גייט געשען גייט עס אויף זיין נאמען , און מגייט איהם אויפפיקען , .......

חבקוק הנביא » מיטוואך נאוועמבער 6, 2013 8:38 pm

· #161326
לאקשעןקוגעל
לויט דיין חשבון קוקט אויס אז פאלאק גוי'אישע וואויטס זענען נאר געווען 25 אדער 30 פראצענט, דאס שטימט דאך נישט מיט די פאול, וואס האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין זייער קראנט? דער פאול ווייזט אז רוב פון איר וואויטערס זענען גוים.


כ'האב עס געשריבען לויט דאס וואס "שושן פורים" האט אויבען באריכטעט :

שושן פורים

אין די דיסטריקט ווי פאללאק איז געלאפן זענען דא בערך 1100 רעגיסטרירטע אידישע וויילער , פון דעם זענען דא א שיינע חלק בחורים וואס לערנען אין ישיבות , למעשה האט זי געהאט בערך 200 גוישע וואוטס די איבעריגע 600 איז אידישע וואוטס , פארגעס נישט אז בערך 300 סאטמארע האבן געוואוט פאר א צווייטן

חבקוק הנביא » מיטוואך נאוועמבער 6, 2013 8:44 pm

· #161331
רוב רובו פין די ר' משה מנחם'ס בחורים זענען אמעריקאנע, טאמער טוען זיי עפעס אומלעגאל קען די פאליציי פשוט אנולירען זייער סטודענט וויזא אין אהיים שיקען מיט גרויס פאראדע,

berlbalaguleh » מיטוואך נאוועמבער 6, 2013 10:47 pm

· #161366
שושן פורים: שקויעך פאר די גוטע בשורה. דו האסט מיך ממש מחי' געוועין. זיי מיינען אז ס'נאך די אלטע צייטן ווען ר' סענדער זכותו יגון עליו האט אנגערייצט די בחורים אז זיי זאללן...... די רשימה איז צו לאנג אויסצורעכענען. און נאכדעים האט ער אנגעשטעלט א פנים פון א שור תם און געזאגט "איך ווייס נישט וואס עטץ ווילט. א פאר ווילדע בחורים האבן דאס געטון. קיינער האט זיי נישט געשיקט". איך האב געמיינט אז, זעענדיג ווי מ'ליידט פון די אנטיסעמיטן וועלן זיי זיך דאס מאל ביהעיוון. ווי נארמאלע מענטשן. דערווייל. א נעכטיגן טאג. און זיי שטעלן נאך אן א פנים פון אומשולדיגע שעפעלעך וואס מ'האטצעך פארלייגט אויף זיי. אויב זייערע מנהיגים רייצן אן די בחורים צו טעראריסטישע שטיק (לשם שמים, פארשטייצעך).זאללן זיי נעמען אחריות אויף די רעזאלטס. 🙄

לאקשעןקוגעל » מיטוואך נאוועמבער 6, 2013 11:31 pm

· #161377
בחורים קענען נישט וואויטן ווייל זיי זענען נישט קיין קאנאדישע סיטיזענס, אויך זענען זיי נישט אין די גאסן ווי די פאלאק פארמעסט איז געווען.

וויאזוי האט די פאליציי אויסגעפונען איז מען האט געטשעפעט מ. פאללאק'ס טאטע?

berlbalaguleh » מיטוואך נאוועמבער 6, 2013 11:35 pm

· #161378
לאקשעןקוגעל
בחורים קענען נישט וואויטן ווייל זיי זענען נישט קיין קאנאדישע סיטיזענס, אויך זענען זיי נישט אין די גאסן ווי די פאלאק פארמעסט איז געווען.

וויאזוי האט די פאליציי אויסגעפונען איז מען האט געטשעפעט מ. פאללאק'ס טאטע?

וואוטן קענען זיי טאקע נישט. אבער אנשפריצן קאמפיין פאוסטערס מיט פעינט און הייבן הענט קענען זיי יא. 🙄

שושן פורים » מיטוואך נאוועמבער 6, 2013 11:58 pm

· #161383
חבקוק הנביא
לאקשעןקוגעל
לויט דיין חשבון קוקט אויס אז פאלאק גוי'אישע וואויטס זענען נאר געווען 25 אדער 30 פראצענט, דאס שטימט דאך נישט מיט די פאול, וואס האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין זייער קראנט? דער פאול ווייזט אז רוב פון איר וואויטערס זענען גוים.


כ'האב עס געשריבען לויט דאס וואס "שושן פורים" האט אויבען באריכטעט :

שושן פורים

אין די דיסטריקט ווי פאללאק איז געלאפן זענען דא בערך 1100 רעגיסטרירטע אידישע וויילער , פון דעם זענען דא א שיינע חלק בחורים וואס לערנען אין ישיבות , למעשה האט זי געהאט בערך 200 גוישע וואוטס די איבעריגע 600 איז אידישע וואוטס , פארגעס נישט אז בערך 300 סאטמארע האבן געוואוט פאר א צווייטן

יעדער פארשטייט אז א פאול איז נישט אינגאנצן אמת , עס קען נאר גיבן א בליק ,בערך ווער סשטייט בעסער , און דא האבן די סאטמארע געטענהט אז זייער גאלדבערג שטייט די העכסטע , ווייל ער לויפט מיט די "דעניס קאודער" פארטיי וואס ער איז די פראנט ראנער פאר מעיאר אין מאנטריאל (און ער האט טאקע געוואונען די מעיארשאפט) און דאס איז אמאל זיכער אז די היימישע אליינס קענען זייער שווער אריינברענגען איינעם , האבן זיי געטענהט אז גאלדבערג האט די בעסטע שאנס צו געווינען ביי די גוים ,
למעשה האט די פאול געוויזן אז ווי שטארק די "דעניס קאודער" פארטיי איז דאך גייט קיין איין גוי נישט וואוטן פאר א ווילד פרעמדע מענטש בלויז ווייל אפאר עסקנים האבן אזוי מחליט געווען , און פארדעם טאקע האט די פאול וואס מהאט גענומען שבת פון נאר די גוישע וואוטס געגעבן פאר פאללאק 30% בעת גאלדבערג האט באקומען א נישיגע 3% .

און לגבי די בחורים האב איך געמיינט צו זאגן קאנאדישע בחורים וואס לערנען ערגעץ אנדערש

לאקשעןקוגעל » דאנערשטאג נאוועמבער 7, 2013 1:04 am

· #161389
די פאול איז גראדע געווען זייער אקוראט.
וואס איך פארשטיי נישט איז, אויב די גוים זענען נאר געווען 200-300 האט דאך סאטמאר געהאט 345 פאר גאלדבערג, און ווען אלע אידן וואויטן פאר'ן זעלבן קאנדידאט וואלט ער דאך זיכער אריינגעקומען, איז פארוואס האט מען זיך נישט געקענט פאראייניגן פאר א קאנדידאט וואס קיינער האט נישט אים ספעציעל אקעגן (אפילו א גוי)?

די סאטמארע האבן דאך גע'טענה'ט אז זיי קענען נישט וואויטן פאר פאלאק בשום אופן, ווייל דאס איז א פירצה וואס אין קיין שום אידישע היימישע געגנט טוט מען דאס נישט, אפילו אין פלעטבוש אויך נישט, און אפטאון מאנטריאל אויך נישט, און די דאונטאון געגענט טאר נישט זיין די ערשטע פורצי גדר אין די חרד'ישע וועלט. און חוץ מזה היות זיי האבן בערך 30-40 פראצענט פון די וואויטס מוז מען זיך רעכענען, ספעציעל ווען עס קומט צו אזא השקפה זאך. (וואס אפילו הרב ווענגער פון אפטאון, האט געהאלטן א דרשה דערקעגן, אז קיין שום "בית יעקב" מיידל וואלט אזא זאך נישט געטאן און קיינער זאל נישט וואויטן פאר פאלאק). ס'איז מסתמא נישטא קיין פינף סאטמאר'ע וואס קענען דעם גאלדבערג, און איך ווייס נישט אויב סאטמאר האט אים געבעטן צו לויפן.

אפילו דער בעלזער רב האט דאך געזאגט אז דאס איז א בדיעבד שבדיעבד, נאר אויב ס'איז נישטא קיין שום אנדערע ברירה, דער וויזניץ רבי פון מאנסי האט אויך געזאגט בערך אזוי, איז פארוואס האט זיך ענדערש געלוינט די די גוי'אישע 300 וואויטס ווי די סאטמאר'ע און די פאר פארפרומטע סקווירא'ער? דערצו האבן אסאך אידן בכלל נישט געוואויט, ווייל זיי האבן זיך נישט געוואלט מישן?

פון איין זייט איז גראדע גוט אז די סאטמאר'ע זאלן זען אז 60 פראצענט שטאט איז קעגן זיי, און זיי זאלן ווייניגער רודערן, ווען מען ווייזט ווידעאס ביי מסיבות, אדער מיקסט קאנצערטס (העכסטנס זאלן זיי נישט קומען, קיינער דארף זיי נישט האבן).

אבער פון די אנדערע זייט איז זייער ביטער אז דאס האט אנגעצינדען א פייער פון מחלוקת, וואס מען וועט לאנג שפירן אין מאנטריאל, און הארעוואניע פון יארן איז געגאנגען לאיבוד. די שטאט איז צוריסן אויף שטיקער.

אויף די מינוט פריידט זיך יעדער אז סאטמאר האט נישט אויסגעפירט, אבער ס'איז שווער צו זאגן אויב די פרייז איז נישט געווען צו טייער פארן ציבור.
די יחידים וואס האבן ביזנעס חשבונות, צו באקומען פערמיטס וכדומה, האט זיך עס זיכער געלוינט, די שאלה איז נאר צו פאר'ן ציבור וועט עס ברענגען רווחים, חוץ די גוטע פילינג אז מען האט צוגעפיקסט סאטמאר?

חבקוק הנביא » דאנערשטאג נאוועמבער 7, 2013 3:11 am

· #161398
לאקשעןקוגעל
די פאול איז גראדע געווען זייער אקוראט.
וואס איך פארשטיי נישט איז, אויב די גוים זענען נאר געווען 200-300 האט דאך סאטמאר געהאט 345 פאר גאלדבערג, און ווען אלע אידן וואויטן פאר'ן זעלבן קאנדידאט וואלט ער דאך זיכער אריינגעקומען, איז פארוואס האט מען זיך נישט געקענט פאראייניגן פאר א קאנדידאט וואס קיינער האט נישט אים ספעציעל אקעגן (אפילו א גוי)?


דא האסטע אביסעל די השתלשלות הדברים :

מען דארף פארשטיין אז פאללאק האט אין אנהייב נישט געוואלט, "פראדזעט מאנטריאל" האט איר געוואלט פאר זייער קאנדידאט, אין זי איז נישט געווען זיכער, נאכדעם האבען א פאר עסקנים געהאלטען אז זי קען אויפטוהן, נאכדעם וואס זי האט שוין אויפגעטוהן מיט די "פרענדס אףף האטשיסאן" ארגעניזאציע, אין די עסקנים האבען זיך געשטעלט אונטער איר קאנדידאטור,

זי האט זיי קלאר געזאגט אז זי וויל נישט לויפען נאר מיט די שטיצע פין די רבנים, איינען פין די עסקנים זענען ארויף צי הרב יוחנן וואזנער דומ"ץ סקווירא, אין ער האט גענפערט אז ער זעהט נישט קיין הלכה'דיגע פראבלעם אבער ער וויל עס נישט נעמען אויף זיך, נאר זיי זאלען פרעגען הרב ווייס, הרב ווייס האט גענפערט אז ער זעהט נישט קיין פראבלעם אין ער האט געשטיצט דעם געדאנק,

נאכדעם האט פאללאק געזאגט פאר די עסקנים אז זי וויל נישט לויפען אן די שטיצע פין רב טירנויער, די עסקנים האבען געטרייט צי בעטען א סאטמארע עסקן (יא כ'ווייס די נאמען) ער זאל גיין פרעגן ר' משה מנחם, אבער ער האט עס געהאלטען אין איין אפשטופען (כ'ווייס נישט פארוואס) האט איינע פין די עסקנים גערעדט צי א צווייטע סאטמארע עסקן ער זאל רעדען צי ר' משה מנחם, יענער איז ציגעגאנגען אין בהמ"ד צי ר' משה מנחם אין גערעדט מיט אים דערוועגען, אין ר' משה מנחם האט נישט אויסגעדריקט קיין שום השקפה'דיגע קעגנערשאפט, ער האט זיך נאר נאכגעפרעגט צי זי קען למעשה געווינען,

ממילא האבען די עסקנים געזאגט פאר פאללאק אז ס'קוקט אויס אקעי מיט די רבנים, אבער ס'האט
זעהט אויס נישט געפאלען פאר די אנדערע סאטמארע עסקן, אין נאך געוויסע "עסקנים" אין זיי האבען איר אנגעהויבען צי פייניגען איבער וואס זי פלאנט צי טוהן דערמיט אין וואס ס'זענען אירע "לאיאליטיס" אין אנדערע ווערטער צי זי פלאנט צי טאנצען לויט זייער ניגון, אדער קלארער געשריבען זיי האבען געוואלט זעהן צי מען קען איר פירען ביי די נאז אדער זי האט א "mind of her own",

אין דא איז זי געווען זייער נערוועז, ווייל זי האט געדארפט געבען א ענפער פאר "פראדזשעי מאנטריאל", אין די עסקנים האבען איר משוגע געמאכט, איינער זאגט אזוי אין דער צווייטער פארקערט (ס'האט לפי ידעתי נאך גארנישט געהאט מיט רבנים) און "פראדזשעי מאנטריאל" האט שוין צוויי מאל אפגעשטופט זייער אנאנסירונג צערעמאניע ווייל זיי האבען געווארט אויף איר,

למעשה האט "פראדזשעי מאנטריאל" געסקעדזשולט זייער אנאנסירונג אויף july 2 אין בשעת די נארמאלע עסקנים האבען איר געזאגט אז ס'איז אקעי, האבען די אנדערע עסקנים איר נישט געגעבען קיין נארמאלע ענפער נישט קיין יא אין נישט קיין ניין, אין אזוי ווי זי האט שוין געמוזט געבען א ענפער זי האט שוין נישט געקענט ווארטען, אין זי האט געוויסט אז למעשה האט מען געפרעגט רבנים אין זיי האבען אינגאנצען נישט אויסגעדריקט קיין קעגנערשאפט איז זי געגאנגען אין עס אנגענומען,

זעהט אויס אז פאר די יעניגע עסקנים איז עס נישט געפאלען אז זי האט עס געטוהן אן זייער "יא", זענען זיי געגאנגען אין אנגעדרייט ר' משה מנחם, אין אזוי אויך אנדערע רבנים אין געמאכט א געוואלד "הכזונה נעשה את אחותינו" , ס'געווען פין יענע עסקנים וואס זענען געווען פייער קעגען איר, עסקנים וואס יעדער ווייסט פינקליך וויפעל ס'גייט זיי אן די השקפה צי א פרוי מעג יא צי נישט לויפען, ס'געווען פשוט פערזענליכע אינטערעסען פין געוויסע עסקנים אויסגעמישט מיט אביסעלע קנאה אין כבוד, אין פארדעם זענען זיי גרייט געווען צי אנדרייען א מחלוקת אין די שטאט אין ניצען ר' משה מנחם פאר זייערע אינטערעסען,

ס'איז קלאר ווי דער טאג, אז ווען פאללאק ווייסט פין אנהייב אז די רבנים ווילען נישט וואלט זי קיינמאל נישט געלאפען, די גאנצע קעגנערשאפט איז געקומען נאר נאכדעם וואס געוויסע עסקנים רשעים האבען אפגעמאכט אז זיי גייען איר אונטער ברענגען,

למעשה האבען די נארמאלע עסקנים יעצט גטענה'ט אז ס'שוין צי שפעט צי צוריק ציען, אין ס'וועט זייער אויפרעגען "פראדזשעי מאנטריאל" וואס זיי זענען ביי די מאכט אין "mile end" דאס איז די זייט האטשיסאן ווי סאטמאר'ע בהמ"ד איז אין ווייטער ארויף צי די זייט פין דזשי מענס, אין ס'קען מאכען פראבלעמען, אין אויך איז עס יעצט א חילול ה', נאכדעם וואס די מידיא האט זייער ווארים אויפגענומען איר קאנדידאטור,

אבער יענע עסקנים רשעים האבען נישט געוואלט וויסען פין גארנישט, זיי האבען זיך איינגערעדט אז זיי גייען "ווייזען" אין "זיי גייען געווינען", אין זיי האבען גענומען איינעם גאלדבערג א מאדערנער איד פין "אפטאון" אז ער זאל לויפען קעגען פאללאק, נאכדעם זענען זיי געגאנגען אין ארום געשיקט פלוגבלעטלעך צי די הייזער פיהל מיט אפענע שקרים אין קאפ דרייענישען, אין אזוי אויך מיט כיטרע באהאלטענע שפאט אויף פאללאק, אין אזוי פרובירט צי אייננעמען דעם דעת הקהל, און אין די זעלבע צייט זענען זיי ארום געגאנגען אנדרייען רבנים וועגען "די שרעקליכע פירצה",

אין אזוי איז געווארען ציטיילט די מיינונג אין שטאט, די רוב האט אבער ווייטער געהאלטען מיט פאללאק אין נישט געווארען באאיינדרוקט פין די געוואלדעס פין די רשעים עסקנים,

למעשה איז האלקים יבקש את הנרדף, אין טראץ די אלע באמיאונגען פין די רשעים עסקנים צי אונטער ברענגען פאללאק איז עס נישט געגאנגען, אין פארקערט נאך ס'האט זיך ארויס געשטעלט אז אפילו אסאך גוים שטיצען איר, אין אזוי אויך די דעת הקהל פין רוב עולם איז געווען צי שטיצען פאללאק, חוץ סאטמאר ווי ס'געלונגען פאר די עסקנים צי מסביר זיין פאר ר' משה מנחם וואס פאר א שרעקליכע פירצה ס'גייט פאר, אזוי אז די סאטמארע עולם האט געמוזט גיין לויט זייער דיין'ס מיינונג,

למעשה האט פאללאק ב"ה שיין געווינען אין יענע עסקנים האבען איינגענומען א מפלה, אין ב"ה אז זי האט געווינען, ס'איז טראגיש טאמער א פאר געמיינע עסקנים מיט אינטערעסען קענען קומען אין איבערדרייען א שטאט, ב"ה אז זיי האבען פארלוירען, מען קען זאגען דא אז די שקר האט פארלוירען אין די אמת האט געזיגט,

והעושה שלום במרומיו הוא יעשה שלום עלינו ועל כל ישראל, אמן

berlbalaguleh » דאנערשטאג נאוועמבער 7, 2013 12:19 pm

· #161438
ר' לאקשן (קוגל). איך ווייס נישט וואו די וואוינסט, אין מאנטריאל צו ערגעץ אנדערש. אבער איך האב געוואוינט, און אויפגעוואקסן אין מאנטריאל. קען איך דיר זאגן אז כ'האב עס געשפירט איעדע מינוט וואס איך בין ארויס אויפ'ן גאס. ס'נישט געווען א פאל אז שקצים זאללן גיין אויפ'ן גאס און נישט טשעפענען, נאכשרייען אדער שלאגן אידן. און אין אלע אנדערע בחינות האבן די אנטיסעמיטן, הויפטזעכליך פראנצויזישע גויים ענג געמאכט פאר די אידישע באפעלקערונג. יעצט אז ס'איז ב"ה געקומען א שטיקל ישועה און ס'איז דא אן ערליכער אידישער רעפרעזענטאטיוו וועלכע זאל פארטרעטן די אינטרעסן מיט געניטקייט און הצלחה, דארף מען זיך מאכן נאריש און אלעס קאליע מאכן?, צוליב נארישע ענגע אדער פארדרייטע חשבונות. ס'איז בבחינת "גם לי גם לך לא יהי'". וואס איך וויל דא ארויסברענגען איז אז דער פאקט אז מ. פאללאק האט געוואונען איז נישט אפצוטון פאר סאטמאר אדער אנדערע, נאר פשוט, כדי צו דערמעגליכן פאר די ערליכע אידן נישט צו זיין אויסגעשטעלט צו דעם רשעות פון די אנטיסעמיטישע גויים.

לאקשעןקוגעל » דאנערשטאג נאוועמבער 7, 2013 4:51 pm

· #161526
ר' חבקוק. האסט פארציילט שיינע סטאריס, וואס עסקנים האבן גערעדט צווישן זיך. למעשה זאגן די רבנים קלאר, אז ס'איז ליגנט! זיי האבן קיינמאל נישט געזאגט אז זי זאל לויפן. פארקערט ס'איז געווען א אסיפת הרבנים, וואס די רבנים האבן מחליט געווען אז מען טאר איר נישט שטיצן.
שפעטער איז מען געקומען זאגן פאר די רבנים אז ר' שלמה גאלדבערג האט ארויסגעבעקט, און זיין נאמען איז שוין נישט אויפ'ן בעלאט (וואס איז געווען ליגנט פארשטייט זיך), האבן זיי אויך נישט געגעגעבן קיין היתר, אבער זיי האבן עס נישט געשטערט, חוץ רב ווענגער, רב טירנויער, מיט רב פארטוגאל, רב טויבער, און ר' אהרן טבק וואס האבן גערעדט דערקעגן, און נאך.

די מעשה פון רב טירנויער איז ליגנט, ער האט פון די ערשטע רגע ביז די לעצטע, געשריגן אז זי טאר נישט לויפן.

און די זעלבע צייט פארציילן אנדערע עסקנים, אז א געוויסער גביר, וואס אסאך שטאטישע מענטשן, ציטערן פון אים צוליב זיין געלט, האט צוליב זיינע פריוואטע ביזנעס אינטערעסן נאנטע באציאונגען מיט "פראיעקט מאנטריאל" געשטיפט מיט אלע כוחות די קאנדידאטקע, און וועגן דעם האט ער געטאן אלע סארט שטיקלעך אויסצושפילן די רבנים.

לאמיר צוריקגיין צו די עצם שאלה, דאס איז זיכער אז אין קיין שום היימישע פלאץ אויף די וועלט האט מען נאך אזא קאנדידאטקע נישט ערוועלט.

דער "ידיעות אחרונות" האט געשריבן א גאנצע ארטיקל מיט גרויס שמחה, אז די חרדים אין מאנטריאל האבן דורכגעבראכן היסטארי וואס קען נישט פאסירן ביי חרדים אין ארץ ישראל.

איך זע נאכנישט וואס דו ווילסט מיט דיין באהאלטענע שפאס אויף ר' שלמה גאלדבערג, איך ווייס נישט וואס דיין אויסדרוק א "מאדערענע איד" מיינט צו זאגן. ער איז א היימישער איד א שומר תורה ומצות, א טאטע פון א שטוב מיט קינדער, א באזעסענער מענטש, וואס געט פאר זיינע קינדער א ערליכן חינוך, זיי לערנען אין "ישיבה גדולה". וואס איז זיין פראבלעם? אז ער איז חתונה געהאט? אז ער האט נישט אנגעקלאפט אויף יעדע טיר אין אוטרעמאנט זאגן העלא פאר יעדע גוי און גויטע, פאר יעדע אידישע מאן און פרוי? וואס איז פונקטליך זיין פראבלעם? ער איז נישט אזוי פרום ווי פאללאק?

איך שטיץ נישט קיין עקסטרעמיזם, אבער אויפריכטיג דארף מען זיין, אויף פאללאק טאר מען נישט זאגן קיין באהאלטענע שפאס... ווען זי פירט זיך אויף א וועג וואס קיין שום היימישער איד וואלט נישט געוואלט זיין טאכטער זאל זיך אויפפירן, א 24 יעריגע סינגל פרוי, וואס איז מסכים אירע בילדער זאלן הענגען אין אלע גאסן פון א אידישע געגנט? וואס זי שטעלט אפ מענער אויף די גאס און טיילט "כשר'ע קיפעלעך" פון יחזקי. פון איר טאר מען נישט מאכן קיין שפאס. (דער אפטאון רב, הרב ווענגער האט געזאגט ברבים אז קיין שום "בית יעקב" מיידל וואלט זיך נישט דערוואגט דאס צו טאן).

אבער פון רב טירנויער וואס איז א גרויסער תלמיד חכם, א ראש ישיבה און האט שוין צוזאמען געשטעלט הונדערטער טויזנטער דאלער פאר צדקה פאר שטאטישע מענטשן, זיך געפארעט מיט יתומים און צובראכענע משפחות פון די שטאט, וואס האט נישט קיין שום שייכות מיט סאטמאר, אים מעג מען אפען בארעדן און מבזה זיין, ווייל ער דערשרעקט זיך נישט, און טאנצט נישט נאך דעם רייכן מיליאנער וואס האט פריוואטע ביזנעס אינטערעסן.

מיך באדערט נישט אז סאטמאר האט באקומען א מעסעדזש אז זיי זענען נישט באלעבאס אין שטאט.
אבער מיך באדערט יא אז א האלבע שטאט לויפט נאך ווי קעלבלעך א גביר וואס מען האט פון אים סייווי גארנישט.

דער סך הכל איז, עס איז געווארן דורכגעבראכן שטארקע אידישע גדרים אין מאנטריאל, צוליב פריוואטע ביזנעס אינטערעסן פון א עושר. און אפילו למעשה האט ער געווינען מיט די הילף פון די גוי'אישע שכנים, איז וויכטיגע צו געדענקען אז 40 פראצענט פון די אידן האבן געשטעלט א ווידערשטאנד, און אפילו איך אגרי נישט מיט סאטמאר שטענדיג, רעספעקטיר איך זיי דאס מאל.

לאקשעןקוגעל » דאנערשטאג נאוועמבער 7, 2013 5:07 pm

· #161530
בערל בעל עגלה.
אין מאנטריאל שלאגט מען נישט קיין אידן אויף די גאסן, ס'איז זייער א סעיוו פלאץ צו וואוינען ברוך השם.

די גוי'אישע שכנים, ווילן נישט די אידן זאלן איבערנעמען די געגענט, מאכן זיי אומבאקוועם, און פארשידענע אנטי אידישע ביי-לאויס, צו שטערן יעדע אידישע עפנטליכע באוועגונג, ווי פערמיטס פאר שולן, מאכן פייערס צו פארברענען די חמץ אין די געגנט וכדומה. דאס ארויסשטויסן דעם לאסערט איז באמת א געוואלדיגע גוטע זאך, אבער וואלט דען נישט גאלדבערג (אדער אפילו א גוי'אישער נישט שונא ישראל קאנדידאט) געווען מער פאסיג צו פארטרעטן די אידישע געמיינדע, ווי א יונגע 24 יעריגע פרוי, וואס איר הויפט געווינס איז אז זי האט זיך באפריינדעט מיט א פאלעסטינער גויטע? ספעציעל אז די רבנים פון די שטאט זענען געווען דערקעגן.

איך בין זיכער אז מען קען טרעפן אין בארא פארק, אפאר 20 יעריגע "עסקנית'טעס", וואס זענען גרייט צו לויפן פאר קאנסול, וועלן די קהלות שטיצן אזא געדאנק?
איז די ארטאדאקסישע וועלט גרייט צו אזא געדאנק, אז 20 יעריגע מיידלעך אדער סינגל ווייבלעך זאלן ווערן "עסקנית'טעס", צו ארבעטן צוזאמען מיט "חברים" און מיט "שומרים"?

לאקשעןקוגעל » דאנערשטאג נאוועמבער 7, 2013 5:11 pm

· #161532
צוליב די גרויסע אהבה צו פאללאק, האט מען צוגעשפארט CJQ וואס די עסקנים זענען באשטאנען פון עלטערע עסקנים (העכער 35), און מען האט זיך צושלאגן די קהלות צווישן זיך, וואס מען ארבעט שוין יארן צו ארבעטן אינאיינעם, האט זיך דאס געלוינט פאר די שטאט?
פאר'ן מיליאנער ווייס איך אז עס האט געלוינט!

לאקשעןקוגעל » דאנערשטאג נאוועמבער 7, 2013 5:15 pm

· #161535
שטיקלעך פון די פרייע צייטונג "ידיעות אחרונות".

בישראל הן מאוימות, מוקעות ונכשלות בזו אחר זו, אך במונטריאול שבקנדה נבחרה מינדי פולק, חסידת ויז'ניץ - לחברת מועצה ברובע מגוריה, לאחר שזכתה לתמיכה גורפת מצד קהילתה. "זו בהחלט מהפכה, אבל אנשים נלהבים ותומכים", אומרת החרדית הראשונה בפוליטיקה בצפון-אמריקה...
היסטוריה במונטריאול שבקנדה, ובעולם החרדי בכלל... חסידת ויז'ניץ נבחרה כחברת מועצה... בכך הפכה מינדי פולק, לאישה היהודייה הראשונה שנבחרה במונטריאול – שלא לומר, לחלוצת הנשים החסידות, ככל הידוע, בצפון-אמריקה כולה.
בראיונות שנערכו עימה במהלך הקמפיין, הגדירה פולק את המרוץ כלא פחות מ"מהפכה", וטענה כי זכתה לתמיכה מצד קהילתה. עם זאת, חסידות סאטמר במקום סירבה להכיר בה, והריצה מועמד מתחרה שלא עבר.
ובעוד בישראל נשים חרדיות עדיין לא מצליחות להיכנס למערכת הפוליטית המקומית או הארצית, דווקא במונטריאול הרחוקה מצליחה צעירה חרדית-חסידית, בת 24 בסך הכל, לזכות בכיסא במועצת העיר..
"זה לא מצב שגרתי בעליל", אמרה בראיון שערך עימה באתר יהודי מקומי, "זה בהחלט משהו ייחודי. יש נשים שיש להן דעה וקול, זה ברור. זה אולי לא הצעד המסורתי לעשות, אבל בהחלט לא מדובר במשהו אסור".
זכייתה של פולק שרצה במסגרת המפלגה המקומית "פרויקט מונטריאול", מגיעה מיד לאחר הבחירות המקומיות בישראל, כאן נחל כל ניסיון פוליטי מצד נשים חרדיות – כישלון חרוץ.
כזכור, בירושלים פרשו שתי נשים חרדיות מהמרוץ עקב איומים ותגובות קשות מצד המגזר: מרלין ויניג, חסידת בעלז, שרצה במסגרת תנועת "התעוררות" - ורחלי איבנבוים, חסידת גור ששובצה כמקום שלישי ברשימת "הבית היהודי". אישה חרדית נוספת, מיכל צ'רנוביצקי, שרצה ב"רשימת אמהות" למועצת העיר אלעד - לא עברה את אחוז החסימה.

דעת תורה » דאנערשטאג נאוועמבער 7, 2013 7:31 pm

· #161578
דאס איז סתם נארישקייטן, ס'איז סאך מער פאסיג א פרוי זאל זיך דרייען אין א גוי'אישע ענווייראמענט ווי א מאן, ניין? דאהי אין ניו יארק שיקט מען שנעלער א פרוי ערלעדיגן סיי וואס אין מאנהעטן וכדו' ווי א מאן. נאר אויב מען באטראכט קאונסיל מיטגלידער ווי עפעס א בכבוד'יגע פאזיציע, א עהרנפולע זאך, איז שייך צו טענה'ן דערויף אז עס איז נישט אידיש, אבער ברגע וואס מען איז גרייט צו שטיצן א גויטע פאר דעם אמט גופא, קומט דאס שוין נישט אריין.

פרוי פאלאק'ס פריוואטע אידישקייט דרגא איז קיינעם'ס געשעפט. וואס א נפק"מ צי א בית יעקב מיידל וואלט זיך אזוי אויף געפירט? מען האט גערעדט פון איר אויפנעמען פאר רעביצין?

איך אויך » דאנערשטאג נאוועמבער 7, 2013 7:46 pm

· #161583
קוגל מיי דיער ,שפיל אפענע קארטן און פארצייל וואס דו האסט אקעגן מעכי רוזנבערג. עס איז גאנץ קלאר אז דיין אריכות הדברים איז נאר א נארישע פריוו צו פארדעקן דיין שנאה צו עם.

berlbalaguleh » דאנערשטאג נאוועמבער 7, 2013 8:46 pm

· #161599
ר' לאקשן (קוגל). אין דיין ענטפער צו מיין תגובה רעדטסטו במחילת כבוד תורתך הרמה? נארישקייטן און ביסט זיך סותר מיני' ובי'. ערשטנס האביך קיינמאל נישט געזאגט אז א איד האט נישט געקענט ארויסגיין אויפ'ן גאס. אבער די בזיונות און נאכשרייען איז געווען א טעגליכע זאך.צווייטנס די אלע זאכן וועלכע דו האסט אויסגערעכנט און נאך מער איז כולי עלמא מודי אז דאס איז אן אומדערטרעיגליכער מצב.און דאס האפט מען וועט זיך בעז"ה אפשטעלן. דו ווילסט דא פעינטן א פיקטשער כאילו די גאנצע עסק פון מ. פאללאק'ס רעפרעזענטאציע איז נישט מער ווי די פריוואטע אינטערעסן פון (מעכי ר---) איך גיי יעצט נישט איבערחזר'ן די גאנצע פרשה. והמבין יבין.

berlbalaguleh » דאנערשטאג נאוועמבער 7, 2013 9:00 pm

· #161605
איך אויך
קוגל מיי דיער ,שפיל אפענע קארטן און פארצייל וואס דו האסט אקעגן מעכי רוזנבערג. עס איז גאנץ קלאר אז דיין אריכות הדברים איז נאר א נארישע פריוו צו פארדעקן דיין שנאה צו עם.

און אויכעט זיין אביסעלע "פוסח על שתי הסעיפים". 🙄

געפילטע פיש » דאנערשטאג נאוועמבער 7, 2013 9:58 pm

· #161629
שקויעך לאקשן פארן ברענגען די שטיקלעך פון ידיעות, אה! וואס א קידוש השם!

לאקשעןקוגעל » דאנערשטאג נאוועמבער 7, 2013 11:48 pm

· #161644
איך אויך
קוגל מיי דיער ,שפיל אפענע קארטן און פארצייל וואס דו האסט אקעגן מעכי רוזנבערג. עס איז גאנץ קלאר אז דיין אריכות הדברים איז נאר א נארישע פריוו צו פארדעקן דיין שנאה צו עם.


איך האב חס ושלום נישט קיין שנאה צו קיין איד, און איך האב אפילו נישט דערמאנט קיין נאמען, און איך מיין באמת נישט קיינעם פערזענליך.

אבער איך האב ארויסגעברענגט א פשוט'ע נקודה, וואס איך האב אויך געהערט שמועסן צווישן ציבור, אז א גביר וואס נוצט אויס זיין כח פון געלט אריינצושלעפן א שטאט אין מחלוקת, וועגן זיינע פריוואטע ביזנעס בענעפיטן, איז א געפערליכע עולה.

מען האט מבזה געווען רבנים, און מען האט אויסגעשטעלט דעם מאנטריאלן ציבור ללעגס ולקלס איבער די וועלט, דאס איז א עוולה וואס האט נישט געטארט פאסירן.

פון די אנדערע זייט פריי איך מיך אז מען איז כאטש פטור געווארן פון דעם לאסערט, (הגם יש אומרים אז ווען מען שלאגט זיך נישט מיט אים, און מען רייצט זיך נישט מיט אים וואלט ער נישט געווען אזא רשע, אבער גיי ווייס).

און איך זע נישט קיין סתירה, פון זיך פרייען פון איין זייט, און זיך ערגערן אויף א צווייטן פרט. יעצט לאמיר האפן אז מען וועט פטור ווערן פון די אנדערע רשע'נטע פארזשעט. און מען וועט קען האבן מנוחה פון די שונאי ישראל.

מיט אחדות וואלט דער ציבור געקענט האלטן אסאך ווייטער!

א גוט שבת!
בלאט: 1 2 3 4