האלטן די קינדער (און ערוואקסענע) שעלטערד, גוט אדער נישט?
67 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4957
האלטן די קינדער (און ערוואקסענע) שעלטערד, גוט אדער נישט?
אפאר יאר צוריק האב איך פונקט געליינט אן אינטערעסאנטע ארטיקל אין איינע פון די באקאנטע גוי׳אישע צייטונגען וועגן די פאבליק לייברעריס די ארטיקל האט זיך בעיקר באצויגן צו די פראגראמען וואס די לייברעריס שטעלן צו פאר קינדער. אין די צענטער פון די ארטיקל איז געווען א הערליכע בילד פון א חסידישע יונגערמאן מיט א בארד און לאנגע געקרייזעלטע פאות, א הוט און פארמאכטע רעקל, זיצט אויף די טרעפ אין איינע פון די נו יארק פובליק לייברעריס מיט זיין קליין יונגעלע און ער ליינט אים א בוך. איך האב נישט געקענט אויפהערן באקוקען דאס בילד. די יונגערמאן האט מיר אויסגעזעהן ווי א טיפיקל סאטמארער יונגערמאן, בכלל נישט באפוצט, זייער אן איידעלע אויסזעהן סיי אים און סיי זיין קינד. די שרייבער פונעם ארטיקל האט אים געפרעגט אפאר שאלות. צווישן אנדערע האט דער יונגערמאן דארט געזאגט אז ער קומט איין מאל א וואך מיט זיינע קינדער אין לייברערי. ער האלט אז עס איז א געוואלדיגע וועג פאר א טאטע צו פארברענגן מיט זיין קינד, טון אביסל bonding און אין איינוועגס אריינגעבן אביסל חינוך און נאלעדזש.
פאר אפאר וואכן צוריק בין איך אריין אין א געשעפט קויפן פרישטאג און איך זעה דעם איד זוצן דארט אליינס ביי א טיש. איך האב אים באלד דערקענט טראץ זיין לענגערע בארד. איך בין אריבער צו אים און איך האב אים געפרעגט צו ער איז דער פונעם ארטיקל. ער איז אביסל רויט געווארן אבער ער האט עס באשטעטיגט. מיר זענען דארט געזעצן בערך א שעה און געשמועסט, ודרך אגב האב איך מיך איינגעקויפט א פרישע געשמאקע פריינט. פארציילט ער מיר דברים כהוויתן אזוי:
ער איז טאקע געגאנגן צו יענע ספעציפישע פאבליק לייברערי א יעדע וואך מיט זיינע קינדער, ער גייט נאך מיט זיי עד היום הזה אבער מער נישט יעדע וואך. יענע טאג איז ער געזעצן אויף די טרעפ מיט זיין זון און פלוצלינג באמערקט ער פון דערווייטענס אז איינער כאפט בילדער פון אים. די חברה זענען באלד אריבער געקומען זיך אנטשולדיגען, און זיי האב מסביר געווען אז זיי כאפן בילדער צוליב די ארטיקל וואס זיי שרייבן. ווען זיי האבן אים געזעהן אזוי האבן זיי נישט געוואלט אז ער זאל זיך רוקן פון ארט און קאליע מאכן די געוואלדיגע pose, פארדעם האבן זיי געכאפט די בילדער אן פרעגן. אויב ער וויל נישט וועלן זיי נישט פאבליצירן דאס בילד. די יונגערמאן האט נאכן איבערגעקוקען די בילדער מסכים געווען. דערנאך האט אים די שרייבער געפרעגט אפאר שאלות וואס ער האט אריינגעשריבן אינעם ארטיקל אונטער זיין ריכטיגע נאמען.
א שטיק צייט שפעטער איז די ארטיקל פאבליצירט געווארן. אפאר טעג שפעטער באקומט די יונגערמאן א טעלעפאון רוף אין דער היים פון א היימישע פרוי וואס האט זיך אידענטיפיצירט ביי איר נאמען. זי האט אים געפרעגט אויב ער איז דער יונגערמאן פונעם ארטיקל און זי האט געבעטן רשות אויב זי מעג דיסקוסירן די נושא מיט אים. די יונגערמאן האט מסכים געווען און די פרוי האט אים אפיר געהאלטן היתכן ער נעמעט זיינע קינדער צו א גוי׳אישע לייברערי. ״דו ווייסט נישט אז ס׳דא אסאך שמוציגע און שלעכטע ביכער אין די לייברערי״ האט זי געפרעגט? ער ענטפערט אז ער גייט מיט זיי און ער גיבט אכטונג וואס זיי ליינען און וועלכע ביכער זיי נעמען ארויס. זי טענה׳ט אבער, ״וואס וועסטו טון ווען זיי וועלן אויפוואקסן און זיי וועלן גיין אליינס צו די לייברערי, ווער וועט דעמאלטס וואטשן וואס זיי ליינען און זעהן״? די יונגערמאן האט צוריק געטענה׳ט אזוי: ״איך גיי נישט קענען וואטשען מיינע קינדער אויף אייביג. עס גייט קומען א צייט וואס זיי וועלן זיך גיין אין זייער אייגענע וועג, און זיי וועלן זיך אליינס דארפן היטן און צוריק האלטן פון טון נישט גוטע זאכן. און אויב זיי וועלן טון די שלעכטע זאכן וועלן זיי אליין זיך דארפן ספראווען מיט די קאנסיקווענצן. איך האב צוויי ברירות, אדער קען איך זיי שעלטערן פון די לייברערי מיט די האפענונג אז זיי וועלן קיינמאל אין זייער לעבן נישט אנקומען אהין, אבער אויב זיי וועלן יא אמאל מחליט זיין צו גיין צו די לייברערי, וועלן זיי נישט וויסן מבחין צו זיין דארט בין טוב לרע. אדער קען איך זיי מחנך זיין און ווייזן די לייברערי, ווייזן אז ס׳דא א קינדער אפטיילונג, א teen אפטיילונג, און ס׳דא אפטיילונגען וואס איך גיי נישט אריין אפילו אויב איך מעג. ס׳דא געוויסע ביכער וואס איך וויל נישט ליינען און זיי ווילן מן הסתם אויך נישט. א קינד דארף מחונך ווערן אן אנגעגרייט ווערן פאר רעאליטעט, און רעאליטעט איז נישט שעלטערד. אויב טוסטו שעלטערן א קינד א גאנץ לעבן, דאן וועט ער זיך קיינמאל נישט אויסלערנען בוחר צו זיין אין די דרך הטוב און צו קענען זיך אפהיטן פון די דרך הרע״.
עד כאן פון די שמועס. די פרוי האט נישט מסכים געווען, זי האט נאך אמאל צוריק גערופן זיך טענה׳ן מיט אים אבער ס׳האט זיך גארנישט אויסגעלאזט דערפון. די קהלה ומוסדות האבן ב"ה קיינמאל נישט אויסגעפינען פון דער ארטיקל, און די קינדער זענען נאך נישט גענוג אלט אז מען זאל קענען וויסן ווי אזוי עס האט זיך למעשה אויסגעלאזט.
דער גרויסע שאלה האט מיר אלעמאל געבאדערט און טראץ דעם וואס מיין חינוך איז יא נוטה צו דער פון אונזער בעל העובדא דא, דאך איז עס מיר קיינמאל נישט נפתר געווארן קלאר לכאן או לכאן. טוען מיר א טובה פארן קינד אז מען שעלטערד אים גענצליך פון די גאס? נעמען מיר דען נישט צו פון זיי די וויכטיגסטע קאמפאונענטן פון חינוך? אויב וועלן מיר לאזן די קינד עס אליינס אויספיגערן ווען זיי וואקסן אויף, הייסט עס דען נישט אראפגעווארפן אונזער אחריות פארן קינד?
לאמיך געבן א דוגמא. ביי אונזערע קרייזן איז עקספעקטעד אז עלטערן גיבן בכלל נישט קיין סעלפאון פאר קינדער, און אוודאי נישט איינס מיט טעקסט, אימעיל אדער אינטערנעט. איז דאס דען ריכטיג צו טון? ווי אזוי וועט דאס קינד זיך אמאל אויסלערנען די ריכטיגע וועג זיך צו באנוצען מיט א סעלפאון? אפשר וואלט בעסער געווען ווען מען איז ווען מחנך די קינדער שטייטליך. א יונגע קינד קען האבן א סעלפאון אן טעקסט, אביסל עלטער קען מען האבן מיט ריסטריקטעד טעקסט, און אזוי ווייטער. פונקט ווי מען לערנט אויס א קינד גיין טריט ביי טריט, און פונקט ווי מען לערנט אויס דאס קינד לערנען אנגעהויבן ביי אלף בית ונקודות, מען ווארפט נישט אריין דאס קינד באלד אין די גמרא אריין, וואלט נישט די זעלבע געדארפט זיין ביי אלע ענינים?
מיין ווייב׳ס שוועסטער האט איינגעפירט אין איר שטוב אז מען עסט נאר געזונט. עס איז נישט דא קיין נאש אין זייער הויז. וואס מיינט איר געשעהט ווען איר קינדער קומען צו אונז אויף שבת? זיי עסן זיך אן מיט נאש ביזן ברעכן. פארוואס? ווייל קיינער האט זיי קיינמאל נישט מחנך געווען ווי אזוי צו עסן נאש אויף א ריכטיגע וועג? דער מאמע רעדט זיך נעבעך איין אז אויב זי וועט שעלטערן אירע קינדער פון נאש וועלן זיי עס קיינמאל נישט עסן, דערווייל איז פונקט פארקערט.
איך בין נישט זיכער וועלכע צד איז בעסער און ריכטיגער און איך האב אלץ ליב צו דיסקוסירן דער נושא מיט אנדערע און הערן אלע מיני דעות אין דער נושא. היינט איז מיר אויסגעקומען צו הערן מאחורי הפרגוד א שטיקל עקספיריענס אין דער נושא.
די באקאנטע סאטיריסט, העשי פריד האט היינט ארויף געלייגט אן
אן אינטערוויו מיט איינע פון די באקאנטע פיגורן אין די OTD געמיינדע, "רחמנא ליצלן א.ק.א. ארי מ." דאס איז איינס פון די בעסטע אינטערוויוס וואס איך האב נאר אמאל געזעהן פון די OTD חברה, איך רעקאמאנדיר שטארק אז מען זאל עס ליינען. צווישן אנדערע שטייט דארט אזוי:
......
It all started with goyishe books… The Rabbis are right in banning them. I’m very curious by nature, and was always reading, but I grew tired of Feldheim and CIS, so after I got married I went into the public library for the first time – which is a big no no. I snuck in right before Shabbos so no one would see me, grabbed the Da Vinci Code, and raced home. That was the beginning of the end… It made me curious, so I read everything I could get my hands on about the subject, and I just kept following my curiosity, whatever piqued my interest, I’d take out a bunch of books on the subject, and I’d study it to death.
Before long I started running into problems, I found out that everything I took for granted wasn’t quiet as obvious as I’d
thought, so I took out books on those subjects, hoping to find the answers to all these new questions. But instead of answers, I only found new questions. Turns out evolution isn’t the joke we were told it is, the Big Bang isn’t a punchline, there’s a lot more to history than the tunnel-vision stories we were taught, and so on. So I started going to Rabbis, but I was shocked when they had nothing to offer me. Either their answers were silly and childish, or they’d say things like “say some tehillim”, or “are you smarter than your father? You smarter than your Rosh Yeshivas?”. It took a while, I desperately wanted to be proven wrong, but eventually I became an atheist.
.....
If there was an OTD back to the future movie in which someone went back in time to make sure you didn’t go off the derech, what would they do?
Stop me from ever stepping foot in the public library. Like in the Matrix, once you take the red pill, there’s no going back, there’s no unlearning or unseeing what you’ve seen or learned. One bite from the aitz haddass, and it’s all over
.
דא האט איר איינער וואס שרייבט קלאר אז די אינפארמאציע האט אים קאליע געמאכט. די שאלה דא איז אויב מען וואלט דאס געקענט פארמיידן בכלל. איך זעה צוויי וועגן ווי אזוי דאס צו פארמיידן. אדער קען מען לייגן א גרעסערע שמירה אז יונגעלייט און פרויען זאלן נישט אנקומען צו אזעלכע לייען מאטריאל. אבער א יעדע איינער דא פארשטייט מן הסתם אז דאס איז פונקט אזוי רעאליסטיק ווי על מנת שתעלה לרקיע. אדער קען מען אנהייבן מחנך זיין און אנגרייטן אונזערע קינדער פאר די רעאליטעט וואס רופט זיך לעבן. מיר דארפן פארשטיין אז פונקט ווי מיר דארפן מחנך זיין אונזערע קינדער צו קענען פירן געזונטע און ערליכע אדישע שטיבער דורך תורה, חסידות, מדות טובות וכדומה, דארף מען זיי אויך מחנך זיי ווי אזוי זיך צו ספראווען מיט די גאס, מיט די פרנסה, מיט די טעכנאלאגיע און ועל כולם מיט די אינפארמאציע. דאס איז אלעס א טייל פון די רעאליטעט און דאס איז אלעס א טייל פון אונזערע פליכט כלפי אונזערע קינדער.
איך לייג פאר דער נושא פאר די עולם דא. מיר ווילן הערן פון ביידע צדדים מיט ריספעקט פאר א צווייטענס דעה און מיט גוטע ערקלערונגען וועלכע פון די צוויי מהלכים איז ריכטיג אדער ווי אזוי ארבייט מען אויס א מיטל וועג אויב זענען מיר איבערצייגט אז יענץ איז די וועג צו גיין. דער נושא וועט שוין אויך פארשטייט זיך דינען אלץ א פלאטפארמע פאר אנדערע שאלות, ווי למשל גיין אין קאלעדזש וכדומה.
.
איז די פראבלעם די אפענקייט צו אינפארמאציע אדער די אינפארמאציע אליינס? אם תמצי לומר די גאנצע פראבלעם איז מען וועט ליינען וואס מ'דארף נישט (וואס?) און דו ווילסט אויסלערנען פאר דיינע קינדער די גבול, פארשטיי איך דיין חקירה. אבער אם תמצי לומר אז די פראבלעם איז די אינפארמאציע אליינס, ווי למשל אז דער ביג בענג איז אן ערנסטער נושא, וואס קומט דא אריין די נושא פון שעלטעריי (pun intended), די נושא איז וואס דו זאגסט פאר דיין קינד, אדער פאר זיך אליינס, וועגן אבולוציה, וכו'. די פאקטן טוישען זיך דאך נישט ווען מ'האט נישט די אינפארמאציע. דאס איז שוין בעצם א פראבלעם. און דאס איז שוין א גאנצע אנדערע און ברייטערע נושא. אויב איך פארשטיי רעדט הרב מאנדעל פון די פראבלעם נישט פון די ערשטע.
גוט, איז לאמיר טאקע נעמען די נושא איין טריט ווייטער אפשר וואלט געווען אן עצה צו לערנען מיט די קינדער אבולוציה און די ביג בענג טעאריע און עס מסביר זיין פון א תורה'דיגע שטאנדפונקט. מילא ביז היינט, מען האט געקענט שעלטערן אז זיי זאלן בכלל נישט וויסן דערפון האט מען עס געקענט גענצליך איגנארירן, אבער היינט האט עס דען א פשט צו איגנארירן? ענדערש זיי מחנך דאס אידיש קינד אז ער זאל וויסן ווי אזוי מען ספראוועט זיך אזעלכע קושיות. קענסט אים אויסלערנען ווי אזוי אבולוציה שטימט מיט די תורה, אדער קענסטו אים אויסלערנען פארוואס די ריכטיגע וועג איז צו איגנארירן אדער אוועק מאכן די נושאים, אבער סתם נישט אדרעסירן די נושאים האט לכאורה נישט קיין זין.
מיט רשות וועל איך פרובירן אריינצוזאגן א מיינונג אין די האקילע נושא. לדעתי השפלה איז נישטא קיין בעסערע מיטל צו האלטן די דורות אין די ראמען, ווי דאס וואס מיר טיען יעצט. למעשה זענען אזעלכע ארי מאנדעל'ס אן אחד בעיר ושנים ממשפחה, רוב פון די וואס פארן אפ איז דאס לאו דוקא צוליב בלויז אינטעלעקטועלע אינטערעסן, און געווענליך שפילט דאס בכלל נישט קיין סיגניפיקענט פאקטאר. אמת, איינער וואס ארבעט באמת איבער די כוחות און לייגט זיך אריין אין די ענינים מיט אן אפענעם קאפ, טראץ זיין פארמאכטע חינוך, וועט צום סוף ר"ל פארלירן זיין אמונה (עכ"פ לויט די חרדישע הבנה זיכער). אבער זייער, זייער ווייניג וועלן דאס טון. דער המון עם איז צופרידן אזוי לאנג ווי מען סערווירט קישקע מיט ריב סטעיק אין די טשאלנט.
אבער אפגעזען פון וואס האלט בעסער ביי די אמונה, איז דער עצם אקט פון אפהאלטן אינפארמאציע איבער אזעלכע לעבנסוויכטיגע באשלוסן ווי סייענס און רעליגיע, אן עון בל יכופר. איך פארשטיי נישט פארוואס דער פותח האשכול האט בכלל געשטעלט דעם מעסטער לויט וויפיל מענשטן וועלן בלייבן ביי אידישקייט. זאל מען ענדערש דן זיין צו מען מעג בכלל טון אזא זאך מאראליש און געזעצליך.
קוקטס אן א דוגמא ווי למשל קינדער וואס האבן א פאר שעה ענגליש איעדען טאג און מען לערנט טאקע ענגליש אזוי ווי אין באבוב לגבי קינדער למשל פון סאטמער ווי שטארק זיי ווערן נשפע פון אביסל נייע אטיאיסטשע געדאנקען, איך מיין ס'איז בעסער ווען די קינדער וואקסן אויף און ווייסן אז ס'איז דא נאך א מהלך און מען דארף נישט
ווערן פארלוירן.
פארוואס ניש די זעלבע מיט אומגעפילטערטע אינטערנעט??
נו אויב אזוי אז'ס פאראן א מעגליכקייט פון מחנך זיין זיך צו לערנען צו היטען פון שלעכט און נאר בוחר זיין בטוב
יתכן זאל יעדער טאטע איינמאל א טאג נעמען זיין קינד צו אן אומגעפילטערטן אינטער נעט און זיצען דערויף מיט אים א שטיקעל צייט און אזוי משכ'ן לעבן די צען צוועלף יאר ביז די חתונה וועט ער זיך לערנען וויזוי זיך גודר צו זיין וועט מען מער נישט ברויכען די אלע טעג און משומר פילטער'ס און די רבנים וועלן נישט דארפען אזויפיל האקען ווייל מיר וועלן האבען א סעקיורד חינוך
איז דאס גערעדט צום דבר??
אדער ברויך'ן מיר מאכען גדרים וסייגים לפי ראות עינינו ווי ווייטער האלטען דאס קינד מהמזיקים הנ''ל
איך וויל זאגן נאך א נקודה וואס איך האב נישט ערווענט, אויב די רעדע איז דא איבער די געציילטע חכמי לב וואס זענען גרייט אוועקצולייגן זייערע פריערדיגע הנחות און ליינען אינטעלעקטועלע ביכער מיט אן אפענעם בליק, און צום סוף קומען זיי צו די מסקנא אז וואס מען האט געלערנט מיט זיי איז פאלש, איז דאך פשט אז די זענען באמת אביעקטיווע מענטשן וועלכע קוקן נישט אויף פריערדיגע הנחות וואס מען האט אריינגעווארצלט אין זיי (אפגעזען אויב זייערע מסקנות זענען אמת אדער נישט). נו, פאר אזעלכע מענטשן וועט גארנישט העלפן אויב מען וועט זיי פון פריער עפענען צו אזעלכע ביכער און "אויסלערנען" ווי אזוי צו האנדלען מיט זיי, וויבאלד ווען זיי וועלן עלטער ווערן וועלן זיי סייווי טראכטן מיט'ן אייגענעם שכל און באשליסן דאס וואס זיי ווילן באשליסן.
נאר פרייליך, זאגסט גראדע א ריכטיגע נקודה. איך האב אמאל געכאפט פריוואט א שמועס מיט א גרויסע מחנך, א שטארקע פרומע בנוגע די פראבלעמען פון די אינטערנעט און די שמוץ וואס מען קען דארט אנטרעפען,. מיר האבן דיסקוסירט געוויסע פתרונות. רופט ער זיך אן צו מיר מיט אן אויסגעמוטשעטע מינע, "די איינציגסטע עצה איז אז מ'זאל נעמען א יעדע איינציגסטע זעכצן יעריגע בחור, אריינזעצן איין מאל אין א גרויסע 3-D איימעקס טעאטער און ווייזען שמוץ פאר 36 שעה אין א צי, איך זאג דער אז ס'וועט אים מער אין זיין לעבן מער נישט ציען צו קוקן אויף שמוץ".
יעצט, דער מחנך האט עס נישט געמיינט ערענסט, אבער יש דברים בגו. די עיקר פראבלעם מאכט זיך ווען די בחור ווערט exposed צו די שמוץ נאכן זיין געשעלטערט דערפון אויף אן עקסטרעמע פארנעם, זיין איידעלע גייסט ווייסט נישט ווי אזוי מען באהאנדלט אזא סיטואציע. עס איז פונקט ווי איינער וואס האט א שוואכע אימיון סיסטעם און זיין גוף קען זיך נישט ספראווען מיט germs.
מען דארף מעגליך טרעפן עפעס א מיטל מהלך וואס וועט נישט עקספאוזען די קינדער צו עבירות אבער אויך אביסל פארשטארקערען זייער אימיון סיסטעם. ניין?
עמוס, מען רעדט נישט פון זוכן א מהלך וואס זאל זיין א גאראנטי, מען רעדט ס"ה פון טון די ריכטיגע און בעסטע זאך. מיר קענען נישט קאנטראלירן די רעזולטאטן.
הוגהעמוס, מען רעדט נישט פון זוכן א מהלך וואס זאל זיין א גאראנטי, מען רעדט ס"ה פון טון די ריכטיגע און בעסטע זאך. מיר קענען נישט קאנטראלירן די רעזולטאטן.
איך פארשטיי נישט פארוואס איר זאגט אז מען קען נישט קאנטראלירן די רעזולטאטן. עס איז א דבר ידוע אז אויב מען פרעגלט עפעס אריין אין א קינד פון יונגערהייט אן און מען לאזט נישט צו קיין ריכטיגע אינפארמאציע, זאל עס זיין די נארישטע זאך, וועט ער עס על פי רוב נישט טוישן ווען ער איז עלטער, כאטש ער קען גיין אין לייברערי און אויפווייזן אז ס'שטימט נישט על פי לאגיק. (אויסער אויב מען שטעלט אים נישט צו די פיזישע און גייסטיגע געברויכן, וואס דאן ווערט ער א בועט בכל). והא ראיה, גיב נאר א קוק אויף אלע פארמאכטע קולטורן, ווי די אמיש, פאנאטישע מוסלעמענער, חרדים, מארמאן'ס, וועסטו זען אז רוב פון זיי בלייבן אין די מסגרת ווען זיי ווערן עלטער און טוישן נישט זייער מיינונג. ווען מען גיבט מיר יעצט אן איין יעריג קינד און איך שטעל אים אריין אין סיי וועלכע פון די אויבנדערמאנטע קולטורן איז כמעט ברור אז ער וועט אויפוואקסן א פולשטענדיגער מיטגליד פון די קולטור, ווי אלע אנדערע וואס וואקסן אויף דארט. כאטש די אלע האבן גאר ווייניג שכל'דיגע סחורה צו פארקויפן. אויב דאס איז מאראליש, איז שוין א צווייטע סוגיא.
צו זאגען אז מ'זאל היילען א בחור מיטען ווייזען דאס ערגסטע שמוץ בעולם איז נגד התורה, און ניטאמאל להבדיל א גוי וועט דאס טון צו א קינד
ס'איז ניש שייך מדמה צו זיין ווי וואקסינען א קינד צו זיין אימיונד צו א מחלה ווייל אימיונען א קינד איז נישט קיין איסור אבער ווייזען שמוץ איז אן איסור
דער עצם נושא פון לאזען די קינדער זיין אפען און האבען צוטריט צו אלעם און אויסלערנען אז מ'האלט זיך צוריק פון בוחר זיין ברע אפילו ווען מ'האט עקסעס צום ארגסטען
דאס איז לכ' א גמ' מפורשת אז ווען ס'איז איכא דרכא אחרינא טראץ וואס ער וויל זיך עמיונען צו זיין געהיטען פון זינד ''רשע'' הוא
עס דארף אן ערנסטער שאלת חכם צו ס'איז א מהלך
עמוס, די סיבה פארוואס איך ענטערטעין אז די "שעלטערן מעטאד" ארבייט נישט איז ווייל איך טראכט ספעציפיש פון מיר אליינס, עס איז געווען א געפרעגעלאציע שאין כדוגמתו, א פיינע ווארימע שטוב, און..... אדרבא, פארדעם וויל איך הערן אנדערע דעות וצדדים.
עמוסוהא ראיה, גיב נאר א קו אויף אלע פארמאכטע קולטורן, ווי די אמיש, פאנאטישע מוסלעמענער, חרדים, מארמאן'ס, וועסטו זען אז רוב פון זיי בלייבן אין די מסגרת ווען זיי ווערן עלטער און טוישן נישט זייער מיינונג.
משם ראיה. די מער די קולטורן ווערן אפן צו אינפארמאציע די מער די עולם איז נישט צופרידן און זוכן ענטפערס אדער גענצליכע טויש. ביי די מוסלמענער און אמיש זענען מער פארמאכט צו אינפארמאציע ווי די מארמאנען און חרדים. די לעצטע צוויי האבן טאקע מער נושרים ווי די ערשטע צוויי.
נאר פרייליך, ביזט גערעכט דארט ווי עס איז אן עבירה, די שאלה איז ביי די פעלער וואו עס איז נישט אן עבירה נאר ענדערש א גדר, למשל ביי ביכער, עדזשוקעישאן וכדומה, אדער לגבי נישט פארשפארן די קינדער גענצליך פון די גאס. דאס וואס דו שרייבסט בנוגע "איכא דרכא אחרינא", איז טאקע דא א דרכא אחרינא? איז עס א viable option?
די דרכא אחרינא איז אז קינדער ווערן פון קליינערהייט אימיונט צום איסור פון אינטערנעט מיט'ן גאנצען חומר, וועט'ס ניש אויסקוקען ווי ביי דיר וואס די ביזט ניש געווען געוואוינט פון די דריי יאר אז אינטערנעט וכדו' איז א סכנת מוות.
עמוסהוגהעמוס, מען רעדט נישט פון זוכן א מהלך וואס זאל זיין א גאראנטי, מען רעדט ס"ה פון טון די ריכטיגע און בעסטע זאך. מיר קענען נישט קאנטראלירן די רעזולטאטן.
איך פארשטיי נישט פארוואס איר זאגט אז מען קען נישט קאנטראלירן די רעזולטאטן. עס איז א דבר ידוע אז אויב מען פרעגלט עפעס אריין אין א קינד פון יונגערהייט אן און מען לאזט נישט צו קיין ריכטיגע אינפארמאציע, זאל עס זיין די נארישטע זאך, וועט ער עס על פי רוב נישט טוישן ווען ער איז עלטער, כאטש ער קען גיין אין לייברערי און אויפווייזן אז ס'שטימט נישט על פי לאגיק. (אויסער אויב מען שטעלט אים נישט צו די פיזישע און גייסטיגע געברויכן, וואס דאן ווערט ער א בועט בכל). והא ראיה, גיב נאר א קוק אויף אלע פארמאכטע קולטורן, ווי די אמיש, פאנאטישע מוסלעמענער, חרדים, מארמאן'ס, וועסטו זען אז רוב פון זיי בלייבן אין די מסגרת ווען זיי ווערן עלטער און טוישן נישט זייער מיינונג. ווען מען גיבט מיר יעצט אן איין יעריג קינד און איך שטעל אים אריין אין סיי וועלכע פון די אויבנדערמאנטע קולטורן איז כמעט ברור אז ער וועט אויפוואקסן א פולשטענדיגער מיטגליד פון די קולטור, ווי אלע אנדערע וואס וואקסן אויף דארט. כאטש די אלע האבן גאר ווייניג שכל'דיגע סחורה צו פארקויפן. אויב דאס איז מאראליש, איז שוין א צווייטע סוגיא.
this a false missconception! although from outside it looks like that no body changes from what he was told as a child, the facts are that most people will change their opinion when they get older. i am sure that 'all' members here in kaveshteibel are disscussing things that would be called kfira when they where a child.
many paople are frim by looks and culture but hardly beleive in hashem etc.
maybe if we will be open with our children, they will not feel that we were trying to sheildthem from the truth.
אונזערע עלטערן האבן בכלל נישט געזוכט פון אונז צו "באהאלטן" אינפארמאציע, זיי האבן אונז איבערגעגעבן וואס זיי האלטן פארן אמת, און האבן קיין השגה שבעולם נישט געהאט אין די טערמינען בינג באנג און עוואלוציע, קוים וואס איך ווייס דאס, און מיינע עלטערן ווייסן נאך היינט נישט. זיי האבן איבערגעגעבן וואס זיי האבן מקבל געווען פון זייערע עלטערן און רבי'ס/מלמדים, און באמת געהאלטן אז נאר דאס איז דער גאנצער אמת, און אלע סייענטיסטן למיניהם וואס זאגן אנדערש זענען פאלנע שוטים (קאן זיין, אני כשלעצמי ווייס נישט, כ'האב קיינמאל נישט אדורכגעטון דעם נושא, עס אינטרעסירט מיר פשוט נישט, איך ליג אין אנדערע זאכן).
ממילא ווען דער אט"ד גייט פרעגן די רבנים ענטפערס צו זיינע ספיקות הייסן זיי אים זאגן תהלים, וויאזוי זאגט נאר @אנאנים, די רבנים זענען כסדר ביזי מחדש זיין נאך א תירוץ אויפן בית יוסף'ס קשיא... הגם דאס איז איבערגעטריבן כמובן, גיט עס אבער א בליק אריין אין זייער מהלך המחשבה, וואס ליגט זיי אויפן געדאנק, ווייל זיי דארפן סערווירן זייערע מענטשן און חסידים, נישט די פראגעס פון מאנכע אט"ד חברה. מעגליך אז עס זענען פאראן - און אויב נישט דארף מען צו שטעלן - ספעצילע ארגאניזאציעס וואס גיבן זיך אפ מיט די סארט שו"ת. אבער עס איז שווער פאר יעדן שמויגער צוצונעמען די אלע זאכן אויף קליינגעלט אן באקומען ספיקות, און ממילא שב ואל תעשה עדיף, ווי ווייניגער ספיקות און פייגעלעך אין קאפ איז געזונטער. אפילו ווען מען ווערט שוין עלטער, נישט יעדער דארף ליינען ק"ש, און איך פארשטיי זייער גוט פארוואס אין עולם הביצה קוקט מען אונז אן אלס כופרים רח"ל, ווייל מען טראכט מער ווי מען האט אונז געלערנט, און עס קען גורם זיין צו גיין צו ווייט, גענוי ווי יענער וואס איז געגאנגען אין לייברערי.
נאר וויבאלד עס איז היינטיגע צייטן א רוח שאינו מצויה, און די פירות הנושרין מערן זיך שלא כדרך הטבע ליידער, עד כדי אפלאזן די אמונה בה', איז עת לעשות לה', און מען דארף אפשר יא לערנען מיט די קינדער מער בעיסיקס, ווי מען האט שוין אסאך אויסגעשמועסט אויף ק"ש. אבער די רבנים, טוען ענדערש נאך מער איינצוימען און ארויסגעבן נייע גזירות וחרמות, וואס פאר א טייל העלפט עס באמת סוקסעספול, אבער ביי א גרויס חלק ציבור נישט. אין חב"ד למשל לערנט מען פיל מער ווי פאר אונז, אפשר (זיכער) דארף מען מאכן א פראפאזל און א נייע קוריקולים פאר די היימישע מוסדות וואס די מלמדים זאלן לערנען מיט די קינדער, און מצד אחד אריינגעבן מער אהבת התורה ואהבת הבורא, אז די אידישקייט זאל זיך בעסער אנקלעבן אין זיי, ומצד שני נישט באהאלטן די היינטיגע נסיונות נאר עס פעיסן מיט זיי און זיי אויסלערנען ווי אזוי איבערצושווימען די וואסערן און זיך האלטן אין די שווערע טעג אויפן וואסער טראץ די שטורעמדיגע כוואליעס.
און נאך א זאך וואס איך טראכט, פאר יונגע קינדער קען מען נישט אלעס עפענען, זייער קאפ איז זיכער נישט גענוג רייף צו פארנעמען דאס אלעס, ס'איז טו מאטש, אבער די עלטערן דארפן יא וויסן, און אירגון שיעורי תורה זאל טאקע ארגאניזירן און מאכן שיעורים פון די סארט ענינים פאר די עלטערן (הא הא שמעקי, וואס רויכערסטו דארט), והיה כי ישאלך בנך מחר לאמר מה זאת, זאל מען האבן א תשובה ניצחת, נישט אנהויבן שטאלפערן אדער זאגן גיי זאג תהלים..
אה, איידער איך פארגעס:
@הוגה, א באזונדערן דאנק פארן עפענען אזעלכע וויכטיגע און תוכנ'דיגע אשכולות נאכאנאנד!
הוגהנאר פרייליך, זאגסט גראדע א ריכטיגע נקודה. איך האב אמאל געכאפט פריוואט א שמועס מיט א גרויסע מחנך, א שטארקע פרומע בנוגע די פראבלעמען פון די אינטערנעט און די שמוץ וואס מען קען דארט אנטרעפען,. מיר האבן דיסקוסירט געוויסע פתרונות. רופט ער זיך אן צו מיר מיט אן אויסגעמוטשעטע מינע, "די איינציגסטע עצה איז אז מ'זאל נעמען א יעדע איינציגסטע זעכצן יעריגע בחור, אריינזעצן איין מאל אין א גרויסע 3-D איימעקס טעאטער און ווייזען שמוץ פאר 36 שעה אין א צי, איך זאג דער אז ס'וועט אים מער אין זיין לעבן מער נישט ציען צו קוקן אויף שמוץ".
יעצט, דער מחנך האט עס נישט געמיינט ערענסט, אבער יש דברים בגו. די עיקר פראבלעם מאכט זיך ווען די בחור ווערט exposed צו די שמוץ נאכן זיין געשעלטערט דערפון אויף אן עקסטרעמע פארנעם, זיין איידעלע גייסט ווייסט נישט ווי אזוי מען באהאנדלט אזא סיטואציע. עס איז פונקט ווי איינער וואס האט א שוואכע אימיון סיסטעם און זיין גוף קען זיך נישט ספראווען מיט germs.
מען דארף מעגליך טרעפן עפעס א מיטל מהלך וואס וועט נישט עקספאוזען די קינדער צו עבירות אבער אויך אביסל פארשטארקערען זייער אימיון סיסטעם. ניין?
עמוס, מען רעדט נישט פון זוכן א מהלך וואס זאל זיין א גאראנטי, מען רעדט ס"ה פון טון די ריכטיגע און בעסטע זאך. מיר קענען נישט קאנטראלירן די רעזולטאטן.
שמעקעדיגאונזערע עלטערן האבן בכלל נישט געזוכט פון אונז צו "באהאלטן" אינפארמאציע, זיי האבן אונז איבערגעגעבן וואס זיי האלטן פארן אמת, און האבן קיין השגה שבעולם נישט געהאט אין די טערמינען בינג באנג און עוואלוציע, קוים וואס איך ווייס דאס, און מיינע עלטערן ווייסן נאך היינט נישט. זיי האבן איבערגעגעבן וואס זיי האבן מקבל געווען פון זייערע עלטערן און רבי'ס/מלמדים, און באמת געהאלטן אז נאר דאס איז דער גאנצער אמת, און אלע סייענטיסטן למיניהם וואס זאגן אנדערש זענען פאלנע שוטים (קאן זיין, אני כשלעצמי ווייס נישט, כ'האב קיינמאל נישט אדורכגעטון דעם נושא, עס אינטרעסירט מיר פשוט נישט, איך ליג אין אנדערע זאכן).
ממילא ווען דער אט"ד גייט פרעגן די רבנים ענטפערס צו זיינע ספיקות הייסן זיי אים זאגן תהלים, וויאזוי זאגט נאר @אנאנים, די רבנים זענען כסדר ביזי מחדש זיין נאך א תירוץ אויפן בית יוסף'ס קשיא... הגם דאס איז איבערגעטריבן כמובן, גיט עס אבער א בליק אריין אין זייער מהלך המחשבה, וואס ליגט זיי אויפן געדאנק, ווייל זיי דארפן סערווירן זייערע מענטשן און חסידים, נישט די פראגעס פון מאנכע אט"ד חברה. מעגליך אז עס זענען פאראן - און אויב נישט דארף מען צו שטעלן - ספעצילע ארגאניזאציעס וואס גיבן זיך אפ מיט די סארט שו"ת. אבער עס איז שווער פאר יעדן שמויגער צוצונעמען די אלע זאכן אויף קליינגעלט אן באקומען ספיקות, און ממילא שב ואל תעשה עדיף, ווי ווייניגער ספיקות און פייגעלעך אין קאפ איז געזונטער. אפילו ווען מען ווערט שוין עלטער, נישט יעדער דארף ליינען ק"ש, און איך פארשטיי זייער גוט פארוואס אין עולם הביצה קוקט מען אונז אן אלס כופרים רח"ל, ווייל מען טראכט מער ווי מען האט אונז געלערנט, און עס קען גורם זיין צו גיין צו ווייט, גענוי ווי יענער וואס איז געגאנגען אין לייברערי.
נאר וויבאלד עס איז היינטיגע צייטן א רוח שאינו מצויה, און די פירות הנושרין מערן זיך שלא כדרך הטבע ליידער, עד כדי אפלאזן די אמונה בה', איז עת לעשות לה', און מען דארף אפשר יא לערנען מיט די קינדער מער בעיסיקס, ווי מען האט שוין אסאך אויסגעשמועסט אויף ק"ש. אבער די רבנים, טוען ענדערש נאך מער איינצוימען און ארויסגעבן נייע גזירות וחרמות, וואס פאר א טייל העלפט עס באמת סוקסעספול, אבער ביי א גרויס חלק ציבור נישט. אין חב"ד למשל לערנט מען פיל מער ווי פאר אונז, אפשר (זיכער) דארף מען מאכן א פראפאזל און א נייע קוריקולים פאר די היימישע מוסדות וואס די מלמדים זאלן לערנען מיט די קינדער, און מצד אחד אריינגעבן מער אהבת התורה ואהבת הבורא, אז די אידישקייט זאל זיך בעסער אנקלעבן אין זיי, ומצד שני נישט באהאלטן די היינטיגע נסיונות נאר עס פעיסן מיט זיי און זיי אויסלערנען ווי אזוי איבערצושווימען די וואסערן און זיך האלטן אין די שווערע טעג אויפן וואסער טראץ די שטורעמדיגע כוואליעס.
און נאך א זאך וואס איך טראכט, פאר יונגע קינדער קען מען נישט אלעס עפענען, זייער קאפ איז זיכער נישט גענוג רייף צו פארנעמען דאס אלעס, ס'איז טו מאטש, אבער די עלטערן דארפן יא וויסן, און אירגון שיעורי תורה זאל טאקע ארגאניזירן און מאכן שיעורים פון די סארט ענינים פאר די עלטערן (הא הא שמעקי, וואס רויכערסטו דארט), והיה כי ישאלך בנך מחר לאמר מה זאת, זאל מען האבן א תשובה ניצחת, נישט אנהויבן שטאלפערן אדער זאגן גיי זאג תהלים..
הוא אשר דיברתי אין מיין אשכול "
עס ברענט א פייער". אפשר זענט איר מוסיף אייערע טייערע תגובות אויך דארט?
הוגהעמוס, די סיבה פארוואס איך ענטערטעין אז די "שעלטערן מעטאד" ארבייט נישט איז ווייל איך טראכט ספעציפיש פון מיר אליינס, עס איז געווען א געפרעגעלאציע שאין כדוגמתו, א פיינע ווארימע שטוב, און..... אדרבא, פארדעם וויל איך הערן אנדערע דעות וצדדים.
הרב הוגה, איר קלערט אז ווען אייער טאטע וואלט אייך אויסגעלערנט יונגערהייט אלס וואס איר ווייסט איצט וואלט איר געהאט ווייניגער ספיקות היינט? אויב קלערט איר אז ער וואלט אלעס געקענט פארענטפערן, קענט איר היינט אויך הערן די תירוצים פון יעדן אש התורה אגענט. גלויבט מיר, עס זענען פארהאן פיל מער מאדערן ארטאדאקס אידן וואס מוטשען זיך מיט ספיקות אין אמונה ווי חרדים.
משם ראיה. די מער די קולטורן ווערן אפן צו אינפארמאציע די מער די עולם איז נישט צופרידן און זוכן ענטפערס אדער גענצליכע טויש. ביי די מוסלמענער און אמיש זענען מער פארמאכט צו אינפארמאציע ווי די מארמאנען און חרדים. די לעצטע צוויי האבן טאקע מער נושרים ווי די ערשטע צוויי.
איר זאגט דאך ממש וואס איך זאג, די וואס זענען מער אפן צו אינפארמאציע האבן מער נושרים. דאס איז ריכטיג אויך בנוגע די פארשידענע קרייזן אינערהאלב יהדות, די MO האבן מער נושרים ווי חרדים, די לינקע MO האבן מער נושרים ווי די רעכטע, און די קאנסערוואטיוון און רעפארמער האבן מער נושרים ווי אלע ארטאדאקסישע קרייזן צוזאמען.
דעתי העניה, ווי עמוס ברענגט שוין ארויס, ביי די מ.א. איז נאך ערגער ווי ביי אונז מיט נושרים, אבער איך האלט נישט אז ער איז גערעכט אז די סיבה איז זייער אפנקייט, לדעתי איז די סיבה זייער צוגאנג צו די נושאים, זיי האבן נישט קיינע קלארע מהלכים, די פרואוון צוצופאסן די תורה צו סייענס זענען נישט דירעקט סוקסעספול, צומאל קלינגט עס זייער אפאלאגעטיק, צו לייגן די רינג ארום די לאך פון די קויל.
פון די אנדערע זייט, וואקסן זיי דאך אויף מיט א בלינדע שעצונג פאר סייענס און סייענטיסטן, אלעס וואס דער סייענטיסט זאגט איז קודש קדשים, און נארמאלע ראציאנאלע ספיקות אין די יכולת און און די קוואליטעט פון סייענס עט א האול, איז נישט תופס מקום ביי זיי. זיי האבן אזא אמונה אין סייענס ווי אונז אין צדיקים. (מיר מוטשענען זיך גראדע אויך מיט א ענליכע פראבלעם, ווען צדיקים זענען זיך סותר מיט די תורה.... רוב יוגנט נעמט אן ענדערש די צדיקים'ס מהלך, שוין לאמיר נישט אריין גיין אין דעם).
לדעתי השפלה, דאס איז זיכער אז סייענס איז נישט ווערט די פרייז, ס'איז נישט כדאי. ס'איז נישט גענוג ערך עליון עס זאל זיך לוינען דער ריסק פון פארלירן די ריכטיגע אמונה בה'. מילא, אויב וואלט געווען שייך צו שעלטערן ווי מער, הלואי. כמובן איז דא דער איין חכם פון טויזנט טפשים פאר וועם עס שאדט נישט (למשל דער לעצטער ליובאוויטשער רבי), אבער דער גרויסער רוב פונעם ציבור סיי ברויך עס בכלל נישט, און סיי ווייסט נישט וויאזוי עס צו פארדייען.
למעשה, אז שעלטערן איז נישט פראקטיש היינט, ברויך מען נאך אלס נישט פיטערן די קינדער דערמיט, מען ברויך נאר אנגרייטן דעם באדן, דאס נעמט אריין, קיינמאל נישט זאגן א ליגנט פאר א קינד, דראפן די קאפ אין וואנט מהלך און ווי אימער שייך אדאפטירן א מער ראציאנאלע מהלך, אזא, וואס גם כי יזקין לא יסור ממנה, ווען דאס קינד וועט אויפוואקסן וועט ער נישט זען קיין סתירה צווישן פאקט און וואס מען האט אים אויסגעלערנט. אזוי אויך אויסלערנען די ריכטיגע צוגאנג צו וויאזוי אויפצונעמען וואס די סייענטיסטן זאגן. ויש הרבה עוד להאריך.
לדעתי קען מען נישט ברענגען קיין ראי' פון די אחוז הנשירה ביי די מאדערן ארטאדאקס, ווייל כ'גלייב אז רוב פון זייער נושרים זענען נישט פאר טעאלאגישע סיבות, נאר פאר אפאר אנדערע פאקטארן. זיי זענען קולטוראל סאך נענטער צום אמעריקאנער קולטור, ממילא איז יענע וועלט סאך נענטער פאר זיי, משא"כ ביי אונז איז עס אזוי ווייט ווי אפריקע, אויך גייען זיי שטודירן אין קאלעדזש, און האבן נישט חתונה יונג, וואס דאס איז וואס האלט אסאך יונגעלייט ביי אונז, דאס אז זיי האבן א ווייב און קינדער, און ביי זיי דרייען זיך דרייסיג יעריגע פרייע פויגלעך. אזוי אויך איז די blow back פון משפחה און געזעלשאפט סאך שוואכער ביי זיי, מ'אקצעפטירט דיר אזוי ווי דו ביסט, און ממילא איז די פחד פון אפפארן ביי זיי נישט אזוי גרויס.
איך האלט אז געוואר ווערן די זאכן אליינס איז נישט וואס מאכט מאנכע אפפארן, נאר ענדערש די שאק וואס מ'באקומט, די שקר נחלו לי, די גאנצע ביליף סיסטעם פונעם יונגעמאן ווערט אויפגעשאקעלט. אזויווי א סקווערע יונגעמאן וואס ווערט געוואר אז מלאכים ושרפים ווישן נישט אונטער דעם רבי'ן, נאר ער טוט עס אליינס, אזא יונגעמאן וועט שוין נישט טרעפן פאר וויכטיג צו היטן שבת, ווייל ער איז דאך סייווי א כופר... אבער אויב וואלט דער יונגעמאנ'ס טאטע עם שוין געזאגט אלץ קליין קינד אז ס'נישט אמת, באמת ווישט זיך די רבי אליינס אונטער מיט גשמיותדיגע טוילעט פעיפער, די מלאכים ושרפים ווערטל איז נישט פשוטו של מקרא, ס'נאר א משל, אזא יונגעמאן וועט ווייטער היטן שבת אפילו ווען ער אליינס זעט די שיפמענט פון טוילעט פעיפער אנקומען צום רבי'נס הויז.
געפילטע פיש
איך האלט אז געוואר ווערן די זאכן אליינס איז נישט וואס מאכט מאנכע אפפארן, נאר ענדערש די שאק וואס מ'באקומט, די שקר נחלו לי, די גאנצע ביליף סיסטעם פונעם יונגעמאן ווערט אויפגעשאקעלט. אזויווי א סקווערע יונגעמאן וואס ווערט געוואר אז מלאכים ושרפים ווישן נישט אונטער דעם רבי'ן, נאר ער טוט עס אליינס, אזא יונגעמאן וועט שוין נישט טרעפן פאר וויכטיג צו היטן שבת, ווייל ער איז דאך סייווי א כופר... אבער אויב וואלט דער יונגעמאנ'ס טאטע עם שוין געזאגט אלץ קליין קינד אז ס'נישט אמת, באמת ווישט זיך די רבי אליינס אונטער מיט גשמיותדיגע טוילעט פעיפער, די מלאכים ושרפים ווערטל איז נישט פשוטו של מקרא, ס'נאר א משל, אזא יונגעמאן וועט ווייטער היטן שבת אפילו ווען ער אליינס זעט די שיפמענט פון טוילעט פעיפער אנקומען צום רבי'נס הויז.
בא געפילטע והעמידן על אחת (הפך בה והפך בה ותזכה ל) וצדיק באמונתו יחיה.
Another job well done by הוגה א יישר כח פארן אזוי שיין צטנעמען די נושא בטוב טעם ודעת
איך האלט אז מיר זענען נאך ווייט, ווייט פון אריינקריכן און "עדיוקעיטען" אונזער יוגענד מיט "גוי'שע" שיטות. וואס מיר דארפן כעת טון איז אויסלערנען די יודישע גלויבן פאר זיי. א גרויסע חלק פון די פראבלעם אונזערע איז נישט אז עס איז דא צופיל גוישקייט אין אונזער חינוך, נאר עס איז דא צו ווייניג יודישקייט דארט.
דהיינו, וואס לערנען אונזערע קינדער אין כתה ה' מער ווי יאוש שלא מדעת? אוודאי, דער תורה האט א כח אויסצושארפן די מח און אריין ברענגן מדות טובות וכדומה, אבער פארוואס זאל מען נישט אביסל צייט אראפ נעמען צו אויסלערנען פאר אונזער קינדער "יודישע" היסטאריע, "יודישע" השקפה און "יודישע" הלכות און אזוי ווייטער.
דער פראבלעם אז די קינד גייט ווען exposed איז נאר גולטיג אזוי לאנג ווי דער קינד האט נישט קיין בסיס, א בעיס, וואס ער גלייבט אין.
יודישקייט האט תירוצים פאר אלע קושיות (אויף זאכן וואס זענען אמת ווצ"ב די אני מאמינ'ס. להוציא די שקר וואס אונזערע קינדער זענען פיל מיט) אוודאי דער רב וואס ער איז געגאנגען האט אים נישט געקענט ענטפערן ווייל ער האט עס אויך קיינמאל נישט געלערענט. אז אונזערע קינדער וועלן זען וואס אונזער אמונה שטעלט פאר וועט גארנישט געשען אז ער וועט ווערןם exposed צו עוועלאשען וכדו'.
סאו וווען מ'זאגט אז עדיוקעישען בעגינס עט האום איז, לפענ"ד, די מיינונג אויך אז לערען פאר די קינדער "די אייגענע" גלויבן, די אייגענע וועליוס און די אייגענע השקפה.
הוגה ,לשיטתך וויאזוי טייטש דו דעם מה יעשה הבן שלא יחטא?
עמוסמיט רשות וועל איך פרובירן אריינצוזאגן א מיינונג אין די האקילע נושא. לדעתי השפלה איז נישטא קיין בעסערע מיטל צו האלטן די דורות אין די ראמען, ווי דאס וואס מיר טיען יעצט. למעשה זענען אזעלכע ארי מאנדעל'ס אן אחד בעיר ושנים ממשפחה, רוב פון די וואס פארן אפ איז דאס לאו דוקא צוליב בלויז אינטעלעקטועלע אינטערעסן, און געווענליך שפילט דאס בכלל נישט קיין סיגניפיקענט פאקטאר. אמת, איינער וואס ארבעט באמת איבער די כוחות און לייגט זיך אריין אין די ענינים מיט אן אפענעם קאפ, טראץ זיין פארמאכטע חינוך, וועט צום סוף ר"ל פארלירן זיין אמונה (עכ"פ לויט די חרדישע הבנה זיכער). אבער זייער, זייער ווייניג וועלן דאס טון. דער המון עם איז צופרידן אזוי לאנג ווי מען סערווירט קישקע מיט ריב סטעיק אין די טשאלנט.
אבער אפגעזען פון וואס האלט בעסער ביי די אמונה, איז דער עצם אקט פון אפהאלטן אינפארמאציע איבער אזעלכע לעבנסוויכטיגע באשלוסן ווי סייענס און רעליגיע, אן עון בל יכופר. איך פארשטיי נישט פארוואס דער פותח האשכול האט בכלל געשטעלט דעם מעסטער לויט וויפיל מענשטן וועלן בלייבן ביי אידישקייט. זאל מען ענדערש דן זיין צו מען מעג בכלל טון אזא זאך מאראליש און געזעצליך.
מיין בליק אויפ'ן מצב איז די זעלבע ווי עמוס. איך קום אפשר צו אנדערע מסקנות. אבער די הנחה איז די זעלבע. אז רובא דרובא פון די אזוי גערופענע "או. טי. די'ס" זענען נישט אפגעפארן ווייל זיי זענען חוקרים און זיי זענען געקומען צו א מסקנא פון כפירה, ר"ל. נאר פארקערט. זיי נוצן דעם חסרון אין אמונה אלס א בארעכטיגונג פון זייער נייעם דרך. שאולי גראסמאן, למשל איז קיינמאל פריער נישט געווען באוואוסט אלס חוקר אין עניני אמונה. אדער ארי מאנדעל איז נישט געווען קיין מר בר רב אשי. נאך ווען ר'איז געגאנגען מיט א שטריימל.
berlbalaguleh האט געשריבן:
שאולי גראסמאן, למשל איז קיינמאל פריער נישט געווען באוואוסט אלס חוקר אין עניני אמונה. אדער ארי מאנדעל איז נישט געווען קיין מר בר רב אשי.
פונקט פארקערט. ווייל זיי זענען נישט קיין חוקר אין עניני אמונה אדער קיין מר בר רב אשי, איז מעגליך אז זיי האבן לפי קט שכלם מציץ געווען און נפגע געווארן. העטן זיי ווען געווען באקאנטע חוקרי אמונה איז קיין ספק אז זיי וואלטן צוגעקימען צום אמת.
פון דיין ווערטער קען זיך דאכטן אז חוקרי אמונה זענען בארעכטיגט צו קומען לידי כפירה. חס מלהזכיר.
יואלישberlbalaguleh האט געשריבן:
שאולי גראסמאן, למשל איז קיינמאל פריער נישט געווען באוואוסט אלס חוקר אין עניני אמונה. אדער ארי מאנדעל איז נישט געווען קיין מר בר רב אשי.
פונקט פארקערט. ווייל זיי זענען נישט קיין חוקר אין עניני אמונה אדער קיין מר בר רב אשי, איז מעגליך אז זיי האבן לפי קט שכלם מציץ געווען און נפגע געווארן. העטן זיי ווען געווען באקאנטע חוקרי אמונה איז קיין ספק אז זיי וואלטן צוגעקימען צום אמת.
פון דיין ווערטער קען זיך דאכטן אז חוקרי אמונה זענען בארעכטיגט צו קומען לידי כפירה. חס מלהזכיר.
האסט נישט גוט פארשטאנען (אדער נישט געוואלט פארשטיין). די נקודה איז אז חקירה איז ביי זיי נישט קיין סיבה, נאר א בארעכטיגונג. וואו א חוקר קומט אן האב איך בכלל נישט באהאנדלט. דער בעל חובת הלבבות האלט דאך אז אן ערליכער איד דארף צו קומען צו אמונה אין באשעפער דורך חקירה. אויב דו האסט אמאל אדורכגעליינט די הקדמה.
כ'האב נישט גענומען קיין שטעלונג לגבי די ספעציפישע יחידים. כ'האב בלויז געפרעגט אויף דיין ראיה אז היות זיי זענען נישט באקאנט פאר חוקרים קען נישט זיין אז ס'איז כפירה הבאה ע"י חקירה. פרעג איך אז אפשר איז עס יא (אונגעצייטיגטע) חקירה. און טאקע וויבאלד זיי זענען נישט קיין חוקרים זענען זיי געקומען לידי טעות.
לא משנה.
יואלישכ'האב נישט גענומען קיין שטעלונג לגבי די ספעציפישע יחידים. כ'האב בלויז געפרעגט אויף דיין ראיה אז היות זיי זענען נישט באקאנט פאר חוקרים קען נישט זיין אז ס'איז כפירה הבאה ע"י חקירה. פרעג איך אז אפשר איז עס יא (אונגעצייטיגטע) חקירה. און טאקע וויבאלד זיי זענען נישט קיין חוקרים זענען זיי געקומען לידי טעות.
לא משנה.
ביזט אבער מודה אז די אלע אטד זענען נישט קיין גרויסע פארלוסט פארן אומה הישראלית אחוץ דעם ספורטואלער געדאנק פון נשמת ישראל, אבער אחוץ דעם האבן זיי גארנישט צו געגבן ווען זענען געווען א חלק פון דעם און גארנישט מגרע געווען ווען זענען אוועק פון דעם, מיינענדיג, קוים וואס זיי האבן געוואוסט אפאר פסוקים חומש, און אפאר בלעטער גמרא, קיין יידישער פילוספיה האט ער נישט געקענט ספרי הראשונים בעניני חקירה האט ער נישט געהאט קיין אהנונג אז עס איז בכלל פארהאנען, נ"ך האט ער נישט געקענט, יידישער היסטוריה האט אים בכלל נישט אינטרעסירט, און איך דארף האלטען אז ער האט איינגעזען, איינגעזען וואס? ער ווערט געוואר וואס דת הישראלי איז שוין נאכדעם וואס ער דעקלערט זיך אטד, באקומט ער הילף פון.די אלע בלאגס וכו וכו אים אפצודעיטען פון וואס ער איז אוועק געגאנגען, פארשטייט זיך אז מען אינפארמירט אים עס אונטער א נעגעטיוון בליק, איינזען באדייט אז מען זעט איין אז דאס וואס ער פארשטייט האט שכלדיגע קשיות, אבער אויב וויסט ער נישט גארנישט וואס איז שייך איינזען, ווען די אלע אטד וואלטען געווען כדגומת.יעקב קלצקין וכדו' מילא קענסטו מיר זאגן ער האט איינגעזען, אלע ספרי ועניני יהדות איז געווען אפען פאר אים נאך ווען ער איז געווען א תלמיד פון ר' חיים, נא אז ער גייט אוועק קען מען זאגען איינגעזען, אבער די אלע לופטיגע אטד וואס זייער מח פארנעמט אפילו נישט קיין פראצענט פון אמונה וחקירה בדת הישראלי זיי האבן געדארפט לויפען צום מגיד.שיעור.פרעגן פשט פאר יעדען ווארט און תוס' נישט פארשטאנען קיין צורת אות, אויף זיי דארף איך גלייבן אז זיי האבן איינגעזען,
נא נא, אשרי המאמין...
מען לויפט דא פון איין עקסטרים צום צווייטן און מען מאכט א צוויבל קוגל
האלטן אפן די קינדער צו געוויסע וועלטליכע זאכן מיינט נאכנישט אז מען דארף אים זעצן זען שמוץ 36 שעה אין א ציה, שמוץ איז אומלעגאל ביי גוים אויך, זיי פארשטייען אויך אז נפש היפה סולדת מהם, משא"כ אנדערע וועלטליכע זאכן.
און דערנאך איז דא נאך א טרעפל, עד שאתה מגיע לבינג בען אין די אלע זאכן וואס איך ווייס נאך היינט נישט וואס דאס איז, און ס'אינטערעסירט מיר נישט, קוק קודם אין דיין אייגענעם באקס נישט צו האלטן די קינדער שעלטערד.
און איך מיין געפילטע האט עס גאר גוט ארויסגעברענגט לגבי סקווירא, אבער והוא הדין ביי אנדערע חסידות'ער אויך, להבדיל בין קודש לקודש, ער זאל וויסן איך באלאנג דא און נישט דארט, אבער ווען איך באלאנג נישוט דארט מיינט נישט אז דאס איז להבדיל בין קודש לחול, ס'איז נאר להבדיל בין קודש לקודש, יענער איז א ערליכער איד, ער איז נאר נישט פאר מיר געמאכט.
וויי גייט די מעשה מיט יענעם רבין וואס פלעגט יעדן איד רופן צדיק אפגעזען ווי נידריג ער זאל זיין געפאלן, אמאל איז געווען ביי אים א איד א שפל שבשפלים, און ער רופט איםאזוי "צדיק", רופט זיך אן דער איד, רבי, דער רבי איז א צדיק און איך בין א צדיק, אפשר קענען מיר זיך משדך זיין? האט ער אים געענטפערט, איך וועל מיך משדך זיין מיט א צדיק כמותי און דו ווי א צדיק כמותך
קצרתי במקום שאמרו להאריך מחמת חוסר הפנאי
בנגוע צו האלטן קינדער פארמאכט, איז זיכער אז ביי די חרדיש\חסידישע קרייזן איז מורדיגע טעותים און דעם
ואולי יש לחלק בין עניני האמונה ושאר דברים, אונז און אונזערע חברים שכנים, וויסען בכלל נישט וואס אמונה מיינט, ווי שיין וואלט געווען ווען א טאטע זעצט זיך אראפ מיט זיין קינד, און פרעגט אים ווי אזוי פארשטייסטו איז די הכרח אז.תורה מסיני,.ווי אזוי פארשטייסטו און חידוש העולם וכגון זה, כמובן אז דער טאטע דארף שוין זיין אויסגעבועט און די ענינים, וואס.איז.שלעכט אז.א.טאטע זאגט פאר אקינד אז עס איז דא אזא סייענטיפישער מושג ווי אבולציה, אבער ער מאכט אים קלאר עס איז דא אסאך מענטשען וואס מכח דעם זאגען אז עס איז נישט דא קיין גאט, אבער אונז יידן האלטן אז מקען זען און די תורה די סייענטס פון אבולציה, אבער מיר גייען מיט א הנחה.קדומה.אז גאט האט דאס אנגעהויבען [כמבו בספר בתורתו של רבי גדליה] וכו' וכו' אזוי מיט אלע זאכען, וואס קען שוין געשען פון דעםאבער בנוגע וועלטליכע זאכען אולי איז גאר אנדערש, די וועלט גלאנצט זייער שיין און למעשה דארף האבן ביי.זיך.געוויסע גדרים, וועסט אים עפענען פאר די גאס קען זיין סוועט גיין אט אוף קאנטראל, אבער און אינטולעטיאלע עניני מידות ודיעות, איז לדעתי א אויסער געווענליכע עוולה אז.מען דערציילט.נישט די קינדער די גאנצע אפענקייט פון יידישע אמונה, וואס די יידישע אמונה איז שולל און וואס דער יידישער אמונה איז.מחייב מיט די גאנצע.ברייטקייט, וויבאלד אז עס א דבר התלוי בדעת, איז דא מער האפענונג אז וועסט אים קענען אויסגראדן משא"כ שאר דברים שהם עניני מעש ואינה כ"כ תלוי בדעת,
הוגהגוט, איז לאמיר טאקע נעמען די נושא איין טריט ווייטער אפשר וואלט געווען אן עצה צו לערנען מיט די קינדער אבולוציה און די ביג בענג טעאריע און עס מסביר זיין פון א תורה'דיגע שטאנדפונקט. מילא ביז היינט, מען האט געקענט שעלטערן אז זיי זאלן בכלל נישט וויסן דערפון האט מען עס געקענט גענצליך איגנארירן, אבער היינט האט עס דען א פשט צו איגנארירן? ענדערש זיי מחנך דאס אידיש קינד אז ער זאל וויסן ווי אזוי מען ספראוועט זיך אזעלכע קושיות. קענסט אים אויסלערנען ווי אזוי אבולוציה שטימט מיט די תורה, אדער קענסטו אים אויסלערנען פארוואס די ריכטיגע וועג איז צו איגנארירן אדער אוועק מאכן די נושאים, אבער סתם נישט אדרעסירן די נושאים האט לכאורה נישט קיין זין.
כהאב געשריבען מיין הודעה פאר כהאב געזען דיינס,
אבער איין זאך פארשטיי איך נישט פארוואס זאל.זאגען פאר א קינד אז די ריכטיגע וועג איז צו איגנארירן.די נושא, וואס טראכט דער קינד אז.די יידישער אמונה איז עפעס מאדנע.אז מען פארשטייט נישט עפעס איגנארירט מען, ענדערש זאג אים עס איז דא וואס זאגן אזוי און אזוי אבער.איך פארשטיי אז איך.מען דארף.ביי די נושא גלייבען אנדערש (דאס איז אויך.נישט קיין עצה באמת,) אבער זאגן פאר א קינד איגנארירן, דאס איז לכאורה קיין עצה נישט, דער מעסעדזש וואס דער קינד באקומט פון דעם איז מיין איך זייער א שלעכטער
מיין שאלה איז נאר פארוואס פרעגט מען עס נאר אויף די חרדים, די זעלבע שאלה קען געפרעגט ווערן פונקט פארקערט, וויפיל גייט דער otd שעלטערן זיינע קינדער אז עס זאל נישט איינפאלן קיין קשיות אויף זייער מהלך, גייט ער זיך זעצן לערנען מיט זיי חורש"י מיט רמב"ן? און דערנאך מסביר זיין פארוואס ער איז גערעכט?
אויסדריקלעךAnother job well done by הוגה א יישר כח פארן אזוי שיין צטנעמען די נושא בטוב טעם ודעת
איך האלט אז מיר זענען נאך ווייט, ווייט פון אריינקריכן און "עדיוקעיטען" אונזער יוגענד מיט "גוי'שע" שיטות. וואס מיר דארפן כעת טון איז אויסלערנען די יודישע גלויבן פאר זיי. א גרויסע חלק פון די פראבלעם אונזערע איז נישט אז עס איז דא צופיל גוישקייט אין אונזער חינוך, נאר עס איז דא צו ווייניג יודישקייט דארט.
דהיינו, וואס לערנען אונזערע קינדער אין כתה ה' מער ווי יאוש שלא מדעת? אוודאי, דער תורה האט א כח אויסצושארפן די מח און אריין ברענגן מדות טובות וכדומה, אבער פארוואס זאל מען נישט אביסל צייט אראפ נעמען צו אויסלערנען פאר אונזער קינדער "יודישע" היסטאריע, "יודישע" השקפה און "יודישע" הלכות און אזוי ווייטער.
דער פראבלעם אז די קינד גייט ווען exposed איז נאר גולטיג אזוי לאנג ווי דער קינד האט נישט קיין בסיס, א בעיס, וואס ער גלייבט אין.
יודישקייט האט תירוצים פאר אלע קושיות (אויף זאכן וואס זענען אמת ווצ"ב די אני מאמינ'ס. להוציא די שקר וואס אונזערע קינדער זענען פיל מיט) אוודאי דער רב וואס ער איז געגאנגען האט אים נישט געקענט ענטפערן ווייל ער האט עס אויך קיינמאל נישט געלערענט. אז אונזערע קינדער וועלן זען וואס אונזער אמונה שטעלט פאר וועט גארנישט געשען אז ער וועט ווערןם exposed צו עוועלאשען וכדו'.
סאו וווען מ'זאגט אז עדיוקעישען בעגינס עט האום איז, לפענ"ד, די מיינונג אויך אז לערען פאר די קינדער "די אייגענע" גלויבן, די אייגענע וועליוס און די אייגענע השקפה.
יפה דיברת
די קאנצעפט אז א שאלה איז טריף דארף ווערן אויסגעראטן עס איז א טשיקנד אוט עפראוטש פון די "מחנכים" וואס זענעו אליין נישט באהאווענט אינעם נושא
אין א דיפרענט אשכול האב איך געפאוסט וועגן דעם
עקפאוסן קינדער צו די דרויסענדיגע וועלט קען זיין סוסייד סהאט נישט קיין פשט
דע מה שתשוב מיינט נישט אז כדארףיעצט ליינען יעדע אפיקורסישע ספר אין ארדער צו וויסן מה שתשיב לערן קינדער תורה דאס איז די וועג צו דע מה שתשוב
אויב עקספאוסן ווי איז די לומיט אפשר יעדע פארנאגראפי אויך
געוואלדיגע שיעורים אין פערענטינג ביי רב שפירא
<a class="postlink" href="http://www.baismedrash.com/2010/07/parenting-classes-38-mp3s/">http://www.baismedrash.com/2010/07/pare ... s-38-mp3s/</a>
האטס הנאה
@עמוס, אין אנדערע ווערטער זאגסטו אז דו ביזט קאנווינסד אז פארמאכן, שעלטערן און ריסטריקטן וועט בעסער זיין פאר די פרומע געמיינדע אין אירע קינדער? די חשבן גייט אזוי. אויב עפענט מען די טירן וועלן צוואנציג פראצענט ארויספאלן למחצה לשליש ולרביע, אבער אויב פארמאכט מען די טירן פון אלע זייטן נעמט מען נאר די ריסק אז 5 אדער 10 פראצענט זאלן כאפן א קאלטור שאק ווען זיי קוקן ארויס און זיי וועלן טאקע גענצליך פארלאזן אבער עס וועט זיין כאטש ווייניגער בכמות. איז דאס וואס דו זאגסט? עס קען זיין אז דו ביזט גערעכט. די שאלה איז נאר צו איז דען מעגליך צו פארמאכן די טירן גענצליך אדער איז עס נאר אן אילוזיע. עס איז דאך כמעט אומעגליך צוריק צו האלטן די אלוועלטליכע קולטור און אינפארמאציע פון אריינדרינגען אינעווייניג.
די אמת איז אז איך אליינס ווייס נישט וואס איז בעסער צו טון מצד די געמיינדע. ווען איך ווייס ווען וואלט איך נישט געדארפט שטעלן די שאלה פאר אייך אלע דא.
איך פערזענליך זעה נישט פארוואס סייענס און אמונה בשם מוזן זיין מיוטשעלי עקסקלוסיוו. פארוואס קען מען נישט לערנען סייענס לשם סייענס און זיין א מאמין פאר די סיבות פארוואס עס איז וויכטיג און ריכטיג צו זיין א מאמין. איי, עס זענען דאך דא זאכן וואס סייענס איז זיך סותר מיט די אנגענומענע פארשטענדינישן? דער זעלבע ענטפער וואס איר ענטפערט פאר זיך אליינס אט דער ענטפער זאלט איר ענטפערן פאר אייערע קינדער און תלמידים.
א חבר מיינע האט צוגעזעהן דעם פארגאנגענע יו״ט ווי מיין קליין קינד פרעגט קשיות און איך ענטפער מיט געדולד אויף אלעם. זאגט ער מיר, ״עס איז נישט גוט, זי דארף וויסן אז מען פרעגט נישט קיין קשיות, מען טוט ווייל די טאטע האט אזוי געטון און די זיידע האט אזוי געטון. וואס וועסטו טון ווען זי וועט דיר פרעגן פארוואס טאנצן די טאטעס מיט די תורה, וואס פרייט מען זיך אזוי?״ פרעג איך אים, ״פארוואס טאקע טאנצסט דו מיט די תורה?״ הייבט ער מיר אן צו קעקעצען א תירוץ. זאג איך אים, ״אט דאס וועסטו ענטפערן פאר דיינע קינדער ווען זיי פרעגן דיר״.
די זעלבע איז בנוגע דער יונגערמאן וואס האט גענומען די קינדער אין לייברערי, איר האלט אויך ער האט געטון אן עוולה? איינע פון די זאכן וואס די otd׳ס זאגן אז עס גיבט אסאך צו צו זייער פארלאזן די געמיינדע איז די ריסטריקשאנס און חומרות. איז עס א גוטע זאך אדער נישט? די צווייטע שאלה איז אויב עס איז ריכטיג צו טון? איז ריכטיג יענעם צו שטיין אין וועג און צוריק האלטן זאכן וואס בעצם דארפן נישט ווערן צוריק-געהאלטן, צוליב דעם ווייל דו האלטסט אז דאס וועט ראטעווען זיין אידישקייט? די נעקסטע שאלה איז צו עס איז מעגליך אז מיר גיבן נישט די ריכטיגע אידישקייט פאר די קינדער. ווען זיי האבן ווען די ריכטיגע יסודות וואלט דען זייער אמונה אזוי אויפגעשאקלט געווארן?
דעת תורהלדעתי השפלה, דאס איז זיכער אז סייענס איז נישט ווערט די פרייז, ס'איז נישט כדאי. ס'איז נישט גענוג ערך עליון עס זאל זיך לוינען דער ריסק פון פארלירן די ריכטיגע אמונה בה'. מילא, אויב וואלט געווען שייך צו שעלטערן ווי מער, הלואי......למעשה, אז שעלטערן איז נישט פראקטיש היינט, ברויך מען נאך אלס נישט פיטערן די קינדער דערמיט, מען ברויך נאר אנגרייטן דעם באדן, דאס נעמט אריין, קיינמאל נישט זאגן א ליגנט פאר א קינד, דראפן די קאפ אין וואנט מהלך און ווי אימער שייך אדאפטירן א מער ראציאנאלע מהלך, אזא, וואס גם כי יזקין לא יסור ממנה, ווען דאס קינד וועט אויפוואקסן וועט ער נישט זען קיין סתירה צווישן פאקט און וואס מען האט אים אויסגעלערנט. אזוי אויך אויסלערנען די ריכטיגע צוגאנג צו וויאזוי אויפצונעמען וואס די סייענטיסטן זאגן. ויש הרבה עוד להאריך.
איך פארשטיי נישט פונקטליך דיין מהלך. דו האלטסט אז מען זאל בעצם נישט אויפמאכן דעם שעלטערונג נאר מען זאל אוועק שטעלן בעסערע יסודות? דאס הייסט אז דאס קינד וואקסט אונטער און אלס יונגערמאן פאלט אים אריין אין די האנט די דע ווינטשי קאוד, עס עפענט זיך פאר אים א נייע וועלט. אבער עס וועט אים נישט אויפשאקלן בכלל ווייל..... אין אנדערע ווערטער, וואס וואלט מען געקענט טון אנדערש אין רחמנא ליצלן׳ס חינוך אז ס׳זאל האבן אן אנדערע אויסלאז צו זיין מעשה.
און דאס איז בנוגע לערנען סייענס, ביקורת המקרא וכו׳. וואס איז אבער בכלל מיט שעלטערן? לדוגמא טאקע גיין אין לייברערי, ליינען און לערנען ענגליש, וויסן בכלל וועלטליכע זאכן וכדומה. האט עס א זין בכלל אין די היינטיגע אפענע וועלט צו פרובירן צו באשוצען די קינדער פון די א. ג. גוי׳אישע גאס?
איך זעה אז עטליכע גייען טאקע מיט דער מהלך אז מען בלעימד די ביכער, די אינפארמאציע, די אפענקייט, ווען בעצם אויב וואלט מען געגעבן די ריכטיגע יסודות ביהדות, אן אמת׳ע קאנפידענטע גלויבונג, און א שטארקע געזונטע פאמיליע קאמיוניטי סטרוקטשור וואס איז טראסטבאר וואלטן די ענינים נישט אויפגעשאקלט די core פונעם מענטש. און אזוי זאגט אויך
@אויסדריקלעך. איך מוז אבער מחולק זיין מיט איין זאך וואס ער שרייבט.
אויסדריקלעךיודישקייט האט תירוצים פאר אלע קושיות (אויף זאכן וואס זענען אמת ווצ"ב די אני מאמינ'ס. להוציא די שקר וואס אונזערע קינדער זענען פיל מיט) אוודאי דער רב וואס ער איז געגאנגען האט אים נישט געקענט ענטפערן ווייל ער האט עס אויך קיינמאל נישט געלערענט. אז אונזערע קינדער וועלן זען וואס אונזער אמונה שטעלט פאר וועט גארנישט געשען אז ער וועט ווערן exposed צו עוועלאשען וכדו'.
סאו וווען מ'זאגט אז עדיוקעישען בעגינס עט האום איז, לפענ"ד, די מיינונג אויך אז לערען פאר די קינדער "די אייגענע" גלויבן, די אייגענע וועליוס און די אייגענע השקפה.
יודישקייט האט נישט תירוצים פאר אלע קשיות, פארדעם האמיר דאך אמונה. אמונה מיינט faith, דאס מיינט אנעמען זאכן און גלייבן דערין אפילו מען פארשטייט נישט פונקטליך. עס פעלט אבער נישט אויס קיין תירוצים אויף אלעס ווען עס איז דא open and honest דיסקוסיעס, א שטארקע פאמיליע סטראקטשור, און ווילאנג די מענטש איז גרייט מקבל צו זיין און גלייבן.
דיין לעצטע פראזע איז געוואלדיג, you hit it home. סתם האקן די קינדער אין קאפ אריין זאכן וואס מען גלייבט אליינס נישט נאר ווייל מען וויל אז די קינדער זאלן זיין ערליך וועט נאר האבן א נעגאטיווער אפעקט.
אחד העםאבער איין זאך פארשטיי איך נישט פארוואס זאל.זאגען פאר א קינד אז די ריכטיגע וועג איז צו איגנארירן.די נושא, וואס טראכט דער קינד אז.די יידישער אמונה איז עפעס מאדנע.אז מען פארשטייט נישט עפעס איגנארירט מען, ענדערש זאג אים עס איז דא וואס זאגן אזוי און אזוי אבער.איך פארשטיי אז איך.מען דארף.ביי די נושא גלייבען אנדערש (דאס איז אויך.נישט קיין עצה באמת,) אבער זאגן פאר א קינד איגנארירן, דאס איז לכאורה קיין עצה נישט, דער מעסעדזש וואס דער קינד באקומט פון דעם איז מיין איך זייער א שלעכטער
@אחד העם, איך האב נישט געמיינט צו אדוואקאטירן אז מען זאל לערנען די קינדער צו איגנארירן וויכטיגע נושאים. איך האב געמיינט צו זאגן אז אויב האלט איינער אז איגנארירן איז די מהלך דארף ער האבן גענוג א גוטע הסבר דערויף עס צו קענען מסביר זיין פאר זיינע קינדער אז זיי זאלן עס קענען פארשטיין. (כמו חברי הנ״ל שלא היה לו מה לענות כששאלתי למה הוא רוקד ושמח עם התורה.)
איין זאך איז אבער זיכער, - אפגעזעהן צו איר זענט בעד שעלטערן אדער בעד מער אפענקייט אדער ערגעץ אין דער מיט - עס איז וויכטיג צו ענקארידזשען און באקוועם מאכן פארן קינד צו פרעגן וואס דרוקט אים. קינדער, בחורים און אפילו יונגערלייט האבן טענות און קשיות וואס עסט זיי אויף פון אינעווייניג און עס איז נישט דא קיין שום סיבה פארוואס זיי זאלן דאס נישט קענען פרעגן. אפילו אויב איר האט נישט דעם פונקטליכע ענטפער קענט איר נאר אדורך טון די נושא מיטן קינד לויט אייער פארשטאנד אן צוקומען צו אן ענדגילטיגע הסכמה. די פאקט אז זיי קענען עס איבערשמועסן מאכט עס שוין גרינגער. (איינער זאגט מיר אז ווען זיינע קינדער פרעגן אים איבער זאכן פון ימות המשיח וואס ער האט נישט קיין קלארע ענטפער דערויף, נוצט ער אלעמאל די באקאנטע רמב״ם אז מיר ווייסן נישט וואס וועט דעמאלטס זיין. אבער ער האלט זיך נישט צוריק פון שמועסן מיטן קינד איבער די נושא.) מענטשן האלטן אז מ׳טאר נישט רעדן פון ״האקעלע״ נושאים. האלאו, און וואס איז בעסער אז ער טראכט דערפון? אויב טראכט ער שוין פון עפעס איז זיכער ענדערש אז ער שמועסט עס איבער מיט איינעם און ער עסט זיך נישט אויף פון אינעווייניג.
געפילטע פישאזויווי א סקווערע יונגעמאן וואס ווערט געוואר אז מלאכים ושרפים ווישן נישט אונטער דעם רבי'ן, נאר ער טוט עס אליינס, אזא יונגעמאן וועט שוין נישט טרעפן פאר וויכטיג צו היטן שבת, ווייל ער איז דאך סייווי א כופר... אבער אויב וואלט דער יונגעמאנ'ס טאטע עם שוין געזאגט אלץ קליין קינד אז ס'נישט אמת, באמת ווישט זיך די רבי אליינס אונטער מיט גשמיותדיגע טוילעט פעיפער, די מלאכים ושרפים ווערטל איז נישט פשוטו של מקרא, ס'נאר א משל, אזא יונגעמאן וועט ווייטער היטן שבת אפילו ווען ער אליינס זעט די שיפמענט פון טוילעט פעיפער אנקומען צום רבי'נס הויז.
@געפילטע פיש, דו האסט איין אייזענע אימעדזשינעישאן און כח הסברה. אגב, ווער זאגט דיר אז די טוילעט פעיפער איז געווען פאר די רבי? איך האב גראדע געהערט פון אן איש מהימן פון די נאנטע שטוב מענטשן אז ס׳געווען פאר די גבאים, ויש אומרים פאר די רעביצן. אויב איז עס יא געווען פאר די רבי האב איך מורא אז דאס איז די רבי וואס רחמנא ליצלן האט געמיינט ווען
ער האט דאס געזאגט:Q: Do you know of any currently employed as Orthodox Rabbis that are not frum?
A: If the Frum world knew the quality and quantity of closeted OTD people in their ranks, they would hold McCarthy-esqu hearings. I am constantly shocked and surprised by the people whom I find out are non-believers, or secretly OTD. I’ve met Chassidim, Litvaks, MOs, Rabbis, cheder rebbes, dayanim, magidey shiurim, chazzanim, and on and on.
(די אלע וואס האקן דא אריין איבער דער און יענע (און אלע) otd׳ס, אז זיי זענען אלע שוטים, בעלי תאווה וכדומה (ווייל ווען זיי זענען ווען קלוג אזוי ווי זיי, וואלטן זיי דאך אודאי איינגעזעהן די איינציגסטע אמת פון אידישקייט) וויל איך אייך זאגן אז דאס איז שלא מן הענין דא. ס׳נישט נוגע דא ווי קלוג דער און יענער איז, די שאלה דא איז אויב איז ריכטיג און אויב האט עס א זין אין די היינטיגע וועלט צו שעלטערן די קינדער, און אויב האלט איר אז יא וואס מיינט איר אז איר וועט אויפטון דערמיט.)
.
איך מיין אז ווען הוגה האט גערעדט פון עקספאסען צו שמוץ האט ער עס נישט געמיינט אין די ליטעראל מינונג אף די ווארד. ער האט עס גענוצט אלס א משל און א מהלך המחשבה. די אייידיע איז אז די קינד זאל וויסן אז ס'דא מענטשן וואס טראכטן, האלטן, גלייבן אנדערש ווי דיר, און צומאל קענען זיי אפילו האבן גאנץ קאנווינסינג ארגומענטס אבער אונז האבן תירוצים אויף אלעס, און אויב נישט אויף אלעס האבן מיר מער תירוצים אויף די קושיות וואס ס'איז דא אויף אונז ווי די קושיות וואס איז דא אויף זיי.
כ'בין גערעכט הוגה?
אה איך זע דו האקסט. כ'מיין אז מיט די תגובה האב איך אביסעל אויסגעקלארט וואס דו האסט געשריבן אויף מיין תגובה. נכון?
א קינד פון 13 יאר האט זיךלעצטענס מפלפל געווען מיט זיין טאטען אז ווער זאגט אז אנדערע רעליגיעס זענען ראנג און אז זיי זאגן אז אונז זעמער ראנג... וכו'
דעם שבת ברענגט ער א וויטנעס פון וואטשטאיער אפערענטלי די גרעסטע געלערענטע אין קריסטיאניטי אין די הויז פון זיין רב עפטער קידושא רבא מיטן קינד און גייט ווייזן פארן קינד די לעכערליכקייט פון זיי
דאס איז אבער נאכן פאקט וואס דאס קינד האט קשיות אבער עקפאוסן טא בעגין איז נישט אזוי פשוט מדארף זיין א גרויסע מומחה דערצו
@הוגה
די פליסט ארום ווי אן עראפלאן
קודם זאגסטו אז וואלט ר׳ל געהאט א העלטי אפברינגיניג וואלט א נערישע בוק עם נישט אזוי צושאקלט
איך אגרי מיט דיר און א יאמאנגעס פראצענט פון אטד איז דאס טאקע די פראבלעם
סאו לעטס סטיק צו דעם אנשטאטס זיך נעמען טוישן אונזער שעלטערינג און אנהייבן עקספאוסן לאמיר פארשטייןאז נישט דאס איז די עצה נאר לערן און ווייס אליין דיין אייגענע רעליגיע און נאר אזוי קען מען עס איבער געבן (עיין שו"ת מהר"ם בריסק)
יודישקייט האט יא אן ענטפער פאר אלעם דיפענדס וואס אלעם איז פאר דיר סייענס האט אויך נישט קיין ענטפער אויף "אלעם" סמאכט נישט אויס ווייל צו זיין סעטיספייד און קנפידענט אז יודישקייט איז אמת דארף מען נישט האבן אן ענטפער פאר "אלעם"
דיין פשט אין "אלעם" עקסעסטירט נישט
אמונה טייטש נישט ווי די זאגסט טראכט פון דעם פסוק וידו של משה הי׳ אומן (קען זיין נישט עקסעקטלי) אין ענגליש איז עס טראנסלעטעט stesdfest
אמונה מיינט אז מאיז זיכער מיט עס
אוודאי איז דא זאכען וואס מקען נישט פארשטיין אבער די קענסט נאך אלס זיין זיכער מיט עס אזוי ווי די ביסט זיכער מיטוואס דיין דר. זאגט דיר אפילן ספעלט היבש פארשטאנד
אמונה פשוטה מיינט אויך אז דיין אמונה איז "פשוט" ביי דיר
די רמבם אויב געדענק איך זאגט אז מזאל נישט טראכטן וואס סגייט זיין ווייל מען ווייסט מילא נישט און סאיז ביטול תורה אין אדער ווערטער א וועיסט אף טיים
האב א אפענע טיר צו אלעס ווען דיין קינד פרעגט טריי צו ענטפערן דעם אמת ווי ווייטאגליך סקען אמאל זיין (וד׳ל)
די מעשה פון דער יונגערמאן און שמחת.תורה איז א שרעקליכע באווייז אז וואס כזאג איז אמת
דער עולם ווייסט נישט גארנישט סאו וואס עקפעקסטו פון די קינדער כמהרם מבריסק הנ׳ל
ויהי ידיו אמונה עד בוא השמש.
די מעשה איז נאר אז פשטות אמונה וואס שטייט אין תנ"ך און מסתמא רוב פלעצער אין חז"ל, מיינט נישט אמונה במציאות ה' וכדו', נאר טראסט, כעין וואס מיר רופן היינט בטחון.
הוגה, איך זעה נישט וואס איז אזוי שווער צו פארשטיין. נישט עקספאוזן צו קיין פראבלעמאטישע מאטריאל דוקא, נאר אנגרייטן דעם באדן אויף א איידעלן וועג אז וואס אימער ער וועט זען שפעטער זאל אים נישט צושאקלען. למשל, מעשי בראשית, חזר'ן כסדר דעם רמב"ן אז מיר ווייסן נישט - און קענען נישט וויסן - וואס מעשי בראשית מיינט, ווילאנג עס האט טאקע גענומען, וואס מיינט זעקס טעג ביים אייבערשטן, נאר אזויפיל ווייסן מיר און גלייבן באמונה שלימה אז יעדע ווארט פון די תורה איז אמת.
ווען מען רעדט וועגן די תורה, כסדר מדגיש זיין אז די תורה באציט זיך צו געזעצן וואס זענען געווען נהוג בימים ההם, אמאל לאפוקי פון זיי און פיל מאל בהסכמה. מען קען עס נאך מער מטעים זיין מיט דעם אז די תורה איז צירופי אותיות שנצטרפו לפי מצב ההוא, און כמובן נישט פארגעסן אז מ"מ איז זי אונז מחייב עד ימינו אנו, כאטש בימינו וואלט די תורה מסתמא געהאט היבש א אנדערע אויסשטעל, אבער זאת התורה לא תהא מוחלפת. און כמובן איז דאס בכלל נישט מגרע פון די אלע טיפע סודות און פנימיות התורה.
ווען מען רעדט וועגן דעם זוהר הק', קען מען איידעלערהייט דערציילן פאר די קינדער דעם גרויסן פולמוס וואס האט זיך געטון דערוועגן, נישט חלילה דורך גרשום שלום, נאר דורך'ן יעב"ץ און אנדערע. צי וואס ברויך מען זוכן פון פרעמדע ווען מיר האבן גענוג מאמרים פון די ראשונים ואחרונים?
אזוי אויך לגבי די דברי חז"ל, חזר'ן כסדר די ווערטער פון די גאונים אז חז"ל לאו אסותא נינהו, די ווערטער פונעם רמב"ם און אנדערע, און אויב דאס קינד שרייט אז אין חדר האט ער געלערנט אז חז"ל האבן אלעס געקענט, זאג אים אז קען זיין, אבער זיי האבן נישט געוואלט אויסזאגן פאר זייער דור, דערפאר די נגלות התורה האבן זיי געשריבן לפי ידיעת בני דורם, און אין אגדתא אדער קבלה האבן זיי געשריבן מער ברמז.
דער עיקר, נישט זאגן קיין ליגנט'ס, קיין מילתא דעבידי לגלויי'ס, זאכן וואס זענען קלאר האט נישט קיין פשט צו איינרעדן אדער לייקענען. בד בבד, עס פעלט נישט אויס צו עקספאוזן צו זאכן אלע אפיקורס'ישע טעאריעס, און עס איז בעסער אז נישט. נאר אזויפיל ער זאל נישט צוקומען קיינמאל צו קיין מסקנא אז שקר נחלו לנו אבותינו.
דעת תורהויהי ידיו אמונה עד בוא השמש.
די מעשה איז נאר אז פשטות אמונה וואס שטייט אין תנ"ך און מסתמא רוב פלעצער אין חז"ל, מיינט נישט אמונה במציאות ה' וכדו', נאר טראסט, כעין וואס מיר רופן היינט בטחון.
שכויעך
דאס מיינט אין ענגליש STEADFEST אין יידיש ???
הוגה@עמוס, אין אנדערע ווערטער זאגסטו אז דו ביזט קאנווינסד אז פארמאכן, שעלטערן און ריסטריקטן וועט בעסער זיין פאר די פרומע געמיינדע אין אירע קינדער? די חשבן גייט אזוי. אויב עפענט מען די טירן וועלן צוואנציג פראצענט ארויספאלן למחצה לשליש ולרביע, אבער אויב פארמאכט מען די טירן פון אלע זייטן נעמט מען נאר די ריסק אז 5 אדער 10 פראצענט זאלן כאפן א קאלטור שאק ווען זיי קוקן ארויס און זיי וועלן טאקע גענצליך פארלאזן אבער עס וועט זיין כאטש ווייניגער בכמות. איז דאס וואס דו זאגסט?
@הוגה - ריכטיג, אבער דאס איז נאר דער ערשטער חלק, דער צווייטער חלק איז, אז די פינף פראצענט וואס פארלאזן די געמיינדע צוליב פרעמדע ביכער און אנשויאונגען מיט וואס זיי באגעגענען זיך (וועלכע זענען געווענליך בראווע טראכטערס) איז דאס לאו דוקא צוליב די קולטור שאק, נאר ווייל זיי האבן פשוט דורכגעטון דעם ענין און געקומען צו אן אנדערע מסקנא ווי זייער חינוך. און פאר זיי וועט גארנישט אויפטון דאס expose'ן פון יונגערהייט. הגם דעת תורה'ס מהלך פון אויסמיידן די גראבע שקרים איז יא שטארק נוצליך, זע שפעטער דערוועגן.
די שאלה איז נאר צו איז דען מעגליך צו פארמאכן די טירן גענצליך אדער איז עס נאר אן אילוזיע. עס איז דאך כמעט אומעגליך צוריק צו האלטן די אלוועלטליכע קולטור און אינפארמאציע פון אריינדרינגען אינעווייניג.
גערעכט. ס'איז טאקע אוממעגליך, והיינו טעמא דהשכלה, און עווענטועל וועט די היינטיגע חרדיזם לכאורה אויך אונטערגיין. הגם ס'קען נעמען צענדליגער, הונדערטער, אדער טויזנטער יארן. למעשה איז דאס אבער דער בעסטער וועג אויסצוציען דעם פראצעדור.
די זעלבע איז בנוגע דער יונגערמאן וואס האט גענומען די קינדער אין לייברערי, איר האלט אויך ער האט געטון אן עוולה? איינע פון די זאכן וואס די otd׳ס זאגן אז עס גיבט אסאך צו צו זייער פארלאזן די געמיינדע איז די ריסטריקשאנס און חומרות. איז עס א גוטע זאך אדער נישט? די צווייטע שאלה איז אויב עס איז ריכטיג צו טון? איז ריכטיג יענעם צו שטיין אין וועג און צוריק האלטן זאכן וואס בעצם דארפן נישט ווערן צוריק-געהאלטן, צוליב דעם ווייל דו האלטסט אז דאס וועט ראטעווען זיין אידישקייט?
אודאי האט יענער יונגערמאן געטון ריכטיג. דאס איז דאך זיין מאראלישע פליכט אלס פאטער, צו גיבן פלאץ פאר זיין קינד צו טראכטן זעלבסטשטענדיג. אבער אייער שאלה האט זיך משום איזה סיבה דוקא באצויגן אויפ'ן חרדי'שן שטאנדפונקט, וואס לוינט זיך זיי ענדערש.
די נעקסטע שאלה איז צו עס איז מעגליך אז מיר גיבן נישט די ריכטיגע אידישקייט פאר די קינדער. ווען זיי האבן ווען די ריכטיגע יסודות וואלט דען זייער אמונה אזוי אויפגעשאקלט געווארן?
נישט נאר עס איז מעגליך, נאר אזוי איז שטארק מסתבר. עס מוז דאך זיין עפעס א סיבה פארוואס חרדיזם פארבאט סייענס און פילאזאפיע מיום היותם על האדמה. פון עפעס האבן זיי מורא.
משל למה הדבר דומה, אז איך וויל אויסלערנען מיין קינד אז די וועלט איז פלאך, דארף איך אים דאס כסדר פרעדיגן און צוריקהאלטן פון אים אלע סייענטיפישע ביכער איבער אסטראנאמיע. בעסער איז נאך אז איך לערן אים נאר אויס איין שפראך וואס פארמאגט נישט קיין שום סייענטיפישע ביכער, ווי למשל אידיש. אבער אז איך וויל אים אויסלערנען אז די וועלט איז רינדיג דארף איך נישט מער ווי אים אויסלערנען ענגליש און גיבן צו ליינען עטליכע ביכער איבער די נושא. איך וועל קיינמאל נישט מורא האבן פון "פרעמדע השפעות" אדער פון פאשען אין "פרעמדע פעלדער" וואס לערנען אויס ר"ל אז די וועלט איז פלאך, עפ"ל. והמשכיל יבין.
@אנאנים תורה - איר האט גאר א שטארקע און ריכטיגע נקודה. אבער כדי אייער פלאן זאל ווערן ערפילט דארפט איר קודם זען אז דער דורכשניטליכער חרדי זאל אנערקענען אז 1) די וועלט איז עלטער ווי אונזער ספירה. 2) דער זוהר איז געשריבן געוארן נאך תקופת הגאונים. 3) סייענטיסטן קענען בעסער סייענס ווי חז"ל.
אין אנדערע ווערטער, דער פראבלעם איז נישט דער חרדישער חינוך, דער פראבלעם איז חרדיזם אליין. והבן.
1) וואס עפעס? ווי לאנג מען טרעפט נישט קיין בוים מיט מער ווי 5,773 רינגען אדער א ענליכע ראיה שא"א להכחישו, איז דאס אפען פאר דיבעיט. 2) צ"ל "אינעם זוהר איז זיכער דא קטעים וואס זענען געשריבן געווארן פיל שפעטער, אפילו ווער עס נעמט אן אז די עצם זוהר איז יא פון רשב"י, אזוי ווי מרן החתם סופר בתשובותיו לערנט אונז". 3) צ"ל: סייענטיסטן בימינו קענען פיל בעסער סייענס ווי סייענטיסטן בימי חז"ל, און חז"ל אין נגלות התורה האבן געשריבן לויט דעם".
דעת תורה1) וואס עפעס? ווי לאנג מען טרעפט נישט קיין בוים מיט מער ווי 5,773 רינגען אדער א ענליכע ראיה שא"א להכחישו, איז דאס אפען פאר דיבעיט. 2) צ"ל "אינעם זוהר איז זיכער דא קטעים וואס זענען געשריבן געווארן פיל שפעטער, אפילו ווער עס נעמט אן אז די עצם זוהר איז יא פון רשב"י, אזוי ווי מרן החתם סופר בתשובותיו לערנט אונז". 3) צ"ל: סייענטיסטן בימינו קענען פיל בעסער סייענס ווי סייענטיסטן בימי חז"ל, און חז"ל אין נגלות התורה האבן געשריבן לויט דעם".
און וויפיל חרדים קענט איר וואס וועלן מודה זיין צו די באהויפטונגען?
@עמוס, ביזט גערעכט, איך רעד טאקע בעיקר פון די געמיינדע'ס שטאנדפונקט, כאטש אז דא און דארט רעד איך יא פון די פליכטן מאב לבן, אבער איך קוק עס אן קאלעקטיוולי פון אלע עלטערן צו אלע קינדער.
איך זעה אבער אז דו קריגסט דיך מיט מיר (און דעת תורה ועוד) און דו האלטסט אז תורה/אמונה מיט נאלעדזש/סייענס קענען נישט גיין צוזאמען. מיר קענען דאך טויזנטער אידן וואס זענען מלומד בחכמות און זיי זענען פיינע ערליכע אידן. דו זעסט דאך אז רוב רובו ערליכע אידן ווייסן היינט אז די וועלט איז רונדיג, און אז די וועלט דרייט זיך ארום די זון און נישט פארקערט, און זייער אמונה איז נישט שוואכער טראץ דעם וואס עס שטייט פארקערט בחז"ל ובראשונים. פארוואס האלטסט דו אז אויב עפענט מען דער טיר קען עס נישט גיין האנט אין האנט.
ולסיום, וויל איך דיר פרעגן א follow up שאלה. די חרדי'שע געמיינדע האט היינט א built in צוים, גדר לפנים מגדר וואס האלט צוריק דאס outflow פון איר יוגנט. 1) מען לעבט אפגעזונדערט. 2) מען טראגט מאדנע מלבושים. 3) מען קען נישט די שפראך און די קולטור פונעם לאנד. 4) מען האט חתונה גאר יונג. 5) מען האט איין קינד נאכן אנדערע. 6) די פרנסה סטראקטשור איז אויסגעשטעלט אויף אן אופן אז מען איז ע"פ רוב אנגעזעהן אויף די געמיינדע לצורך פרנסה. (אויך איז דא אפאר פאזיטיווע נקודות, ווי פאמיליע סטראקטשור וכדומה.) א יעדע איינס פון די אויבן-דערמאנטע גדרים האט א געוואלד מיט חסרונות, זיי זענען גורם אסאך פיין און הארץ ווייטאג פאר יחידים און פארן ציבור. די שאלה איז אויב עס איז נישט יצא שכרה בהפסדה, די פאקט אז מען נוצט נאך די גדרים. דינען נאך די גדרים זייער purpose, אדער האבן זיי פארלוירען זייער אפעקט און מיר זענען נאר געבליבן מיט די פיין? (מצד אנושיות ווייס איך די ענטפער, כמובן.)
דער עולם האקט.
.
עמוסדעת תורה1) וואס עפעס? ווי לאנג מען טרעפט נישט קיין בוים מיט מער ווי 5,773 רינגען אדער א ענליכע ראיה שא"א להכחישו, איז דאס אפען פאר דיבעיט. 2) צ"ל "אינעם זוהר איז זיכער דא קטעים וואס זענען געשריבן געווארן פיל שפעטער, אפילו ווער עס נעמט אן אז די עצם זוהר איז יא פון רשב"י, אזוי ווי מרן החתם סופר בתשובותיו לערנט אונז". 3) צ"ל: סייענטיסטן בימינו קענען פיל בעסער סייענס ווי סייענטיסטן בימי חז"ל, און חז"ל אין נגלות התורה האבן געשריבן לויט דעם".
און וויפיל חרדים קענט איר וואס וועלן מודה זיין צו די באהויפטונגען?
2 זאגט דאך דער הייליגער קאמארנער, ווער עס טוט אביסל אין די נושאים ווייסט. עס איז אבער נישט קיין נחלת הכלל ווייל רוב עולם טוט נישט דערין. 3) איז נישטא קיין איין חרדי וואס איך קען וואס איז מחולק, אפשר איז די צוגאנג א טראפ אנדערש אז חז"ל האבן גערעדט פון א רוחניות'דיגע מציאות, אבער דאס איז קלאר אז בימיהם אמז נישט געווען קיין עלעקטעריק. (עגעין, אפשר האלט ער אז חז"ל האבן יא געקענט, אבער די סייענטיסטן בימיהם זיכער נישט).
@עמוס,
כהוגה ועוד, בעניי זע איך נישט פארוואס סייענס דארף שטעלן סיי וועלכע סתירה צו אמונה אין באשעפער אדער אידישקייט, אויסער אויב מען רעדט פון אזא סארט "אידישקייט" וואס איז אנגענומען ביי די אלגעמיינע חסידישע עולם.
דעת תורה1) וואס עפעס? ווי לאנג מען טרעפט נישט קיין בוים מיט מער ווי 5,773 רינגען אדער א ענליכע ראיה שא"א להכחישו, איז דאס אפען פאר דיבעיט.
Ice cores איז נישט גענוג גוט? אבער אז דו עקשנ'סט דיך איז
דא דאס אויך.
הוגה@עמוס, ביזט גערעכט, איך רעד טאקע בעיקר פון די געמיינדע'ס שטאנדפונקט, כאטש אז דא און דארט רעד איך יא פון די פליכטן מאב לבן, אבער איך קוק עס אן קאלעקטיוולי פון אלע עלטערן צו אלע קינדער.
איך זעה אבער אז דו קריגסט דיך מיט מיר (און דעת תורה ועוד) און דו האלטסט אז תורה/אמונה מיט נאלעדזש/סייענס קענען נישט גיין צוזאמען. מיר קענען דאך טויזנטער אידן וואס זענען מלומד בחכמות און זיי זענען פיינע ערליכע אידן.
.
איך האב נישט געזאגט אז די צוויי קענען נישט גיין צוזאמען בשו"א, איך האב נאר געזאגט אז דער סדר העולם איז אז וואס מער מען איז אויסגעשטעלט צו סייענס, אלס גרעסער זענען די שאנסן צו פארלירן די אמונה. דעם סך הכל מאכט אליין. אבער אז מ'רעדט שוין, איז אייער ראיה גאנץ שוואך, נעמליך, איך קען אויך פיינע ערליכע אידן וואס זענען פעדאפילן, איז דאס א ראיה אז אידישקייט און פעדאפיליע קענען גיין צוזאמען?
די שאלה איז אויב עס איז נישט יצא שכרה בהפסדה, די פאקט אז מען נוצט נאך די גדרים. דינען נאך די גדרים זייער purpose, אדער האבן זיי פארלוירען זייער אפעקט און מיר זענען נאר געבליבן מיט די פיין?
בהחלט אז די גדרים ארבעטן אויף קעסל און כלים. והא ראיה, גיבט א קוק וויפיל חסידים ווייסן בכלל אז עס זענען פארהאן קשיות אויף אידישקייט. דאס איז דאך די מטרה פון דעם חרדי'שן סיסטעם, מען זאל זיין אזוי פארמאכט און איינגעגעסן אין זיך, אז מען זאל אפילו נישט האבן די מעגליכקייטן צו שטעלן ספיקות איבער רעליגיע.
דעת תורהעמוסדעת תורה1) וואס עפעס? ווי לאנג מען טרעפט נישט קיין בוים מיט מער ווי 5,773 רינגען אדער א ענליכע ראיה שא"א להכחישו, איז דאס אפען פאר דיבעיט. 2) צ"ל "אינעם זוהר איז זיכער דא קטעים וואס זענען געשריבן געווארן פיל שפעטער, אפילו ווער עס נעמט אן אז די עצם זוהר איז יא פון רשב"י, אזוי ווי מרן החתם סופר בתשובותיו לערנט אונז". 3) צ"ל: סייענטיסטן בימינו קענען פיל בעסער סייענס ווי סייענטיסטן בימי חז"ל, און חז"ל אין נגלות התורה האבן געשריבן לויט דעם".
און וויפיל חרדים קענט איר וואס וועלן מודה זיין צו די באהויפטונגען?
2 זאגט דאך דער הייליגער קאמארנער, ווער עס טוט אביסל אין די נושאים ווייסט. עס איז אבער נישט קיין נחלת הכלל ווייל רוב עולם טוט נישט דערין. 3) איז נישטא קיין איין חרדי וואס איך קען וואס איז מחולק, אפשר איז די צוגאנג א טראפ אנדערש אז חז"ל האבן גערעדט פון א רוחניות'דיגע מציאות, אבער דאס איז קלאר אז בימיהם אמז נישט געווען קיין עלעקטעריק. (עגעין, אפשר האלט ער אז חז"ל האבן יא געקענט, אבער די סייענטיסטן בימיהם זיכער נישט).
1) והוא העיקר, טרעף מיר א מנין חסידים מן השורה וואס זענען גרייט צו אנערקענען אז גיל העולם איז "אפן פאר דעבאטע" כדבריך ,2) און אז דער הייליגע יעב"ץ זאגט אז זוהר איז ווארשיינליך נתחבר געווארן בסוף תקופת הגאונים מיינט שוין אז מען קען עס אויסקלאפן אין בית המדרש? 3) טרעף מיר אויך א מנין וואס וועט אנערקענען אז טייל פון די נגלות חז"ל שטימען נישט מיט'ן מציאות. (אגב איז אייער תיאוריה אז די חז"ל האבן בכונה פארדרייט די מציאות אין די נגלות, און די נסתרות (אגדת רבב"ח?) שטימען יא מיט'ן מציאות, במחילת כבודכם, גאר מאדנע, און איז נישט צופיל בעסער ווי סתם זאגן אז חז"ל האבן אלעס געוואוסט).
איך האב דיר דען געזאגט אז איך האלט אזוי? איך זאג דיר נאר וואס צו זאגן פאר די קינדער. (מיין פוינט איז אוודאי נישט געווען אז אין די אגדתות שטייט עס מפורש, נאר אז דארט איז עס מעגליך מרומז. בכלל, איז נישט קיין ספק אז עס איז געווען פון די חכמים וואס האבן יא געקענט אלע סודות הבריאה, יוב"ע און ר' יוחנן בן זכאי וואס די גמרא דערמאנט דארטן, אבער עס מאכט אויך סענס אז נגלות קען מען נישט פסק'ענען לויט עפעס א באהאלטענע ידיעה וואס מען האט מקבל געווען, נגלות גייט צו לויט וואס מען ווייסט אויף די וועלט).
דעת תורהאיך האב דיר דען געזאגט אז איך האלט אזוי? איך זאג דיר נאר וואס צו זאגן פאר די קינדער.
און וואס טוט זיך מיט אין אדם מוריש שקר לבנו?