יידלדעת תורה1) וואס עפעס? ווי לאנג מען טרעפט נישט קיין בוים מיט מער ווי 5,773 רינגען אדער א ענליכע ראיה שא"א להכחישו, איז דאס אפען פאר דיבעיט.
Ice cores איז נישט גענוג גוט? אבער אז דו עקשנ'סט דיך איז דא דאס אויך.
אייז קוארס ווייס איך נישט וואס עס איז, און למעשה האב איך געסערטשט אמאל דעם ענין און די מערסטע רינגען וואס מען האט אמאל געטראפן אין א בוים איז ארום פיר און א האלבן טויזנט, די עלף טויזנט וואס זיי רעדן איז נישט א שטאם פון א בוים מיט עלף טויזנט רינגען נאר א שאצונג, אין דעם וויקי פעיזש איז גראדע משמע אנדערש און איך האב נישט געקענט דארט ארויסקריכן פונקטליך.
נאר גראדע זעה איך אז זיי שרייבן אז די בוים רינגען איז אויך נישט קיין קראנטע מעטאד, ווייל אין שווערע וועטערס קען עס צובאקומען אפאר רינגען א יאר, איז דאך עס שוין נישט מער מציאה - אפילו מען זאל יא טרעפן - ווי עני אנדערע זאכן וואס פוינטן אין די ריכטונג, ווי די סטאון עיזש זאכן וכדו'.
איז דא למעשה א זאך וואס איז א הונדערט פראצענטיגע בירור אויף די נושא? (כמובן דאס אז מען טרעפט נישט קיין עלטערע איז נאכנישט קיין ראיה אז די וועלט איז יונגער, אבער אז מען טרעפט א זאך וואס איז בהכרח עלטער בלי ספק, איז דאך דאס א ראיה מוכרחת). זענען אייז קאורס מער קראנט?