☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » א שב"ק במצבי האיומה

א שב"ק במצבי האיומה

123 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4932
בלאט: 1 2 3

גרוש » פרייטאג אקטאבער 11, 2013 7:00 am

· #155754
א שב"ק במצבי האיומה
בס"ד
יום ו' עש"ק לסדר "והנם זועפים" כ"ג לחודש כסליו תשע"ג לפ"ק
מאנכע וועלן זיך וואונדערן, איה"נ אין די סדרה די וואך שטייט טאקע די ווערטער "והנם זועפים" אבער ווי קומט עס אריין ווען מען שטייט ביום ערב "שבת קודש" מען גרייט זיך צום:
באת שבת באת מנוחה (ב"ר י ט)
אות היא ביני וביניכם (שמות לא יג)
לקראת שבת לכו ונלכה כי היא מקור הברכה (לכה דודי)
ויברך אלקים את יום השביעי (בראשית ב ג)
כד עיל שבת איהי אתיחדת ואתפרשת מסטרא אחרא (כגוונא)
מתנה טובה יש לי בבית גנזי ושבת שמה (שבת י: ביצה ט"ז.)
כל ברכאן דלעילא ותתא ביומא שביעאה תליא ( זוהר יתרו דף פח, א)

עס קומט שבת קודש

אטעמט מען אפ פון א גאנצע וואך,
מ'האט צייט צו טראכטן
מ'האט צייט צו פארברענגען מיט די משפחה,
מ'האט צייט צו מחנך זיין די קינדער,
מער צייט צו אינזין האבן די דאווענען
מ'עסט סעודת שבת וכל מיני מטעמים,
מזינגט זמירות,
הדלקתי נרותי והצעתי מטתי והחלפתי שמלותי לכבוד יום השבת קודש
עונת תלמידי חכמים משבת לשבת,

ווער רעדט נאך פון די שלאפ פרייטאג צו נאכטס, דאס איז דאך מעין עולם הבא בחינת "גן עדן התחתון", מ'קען אריין ציען אוואו בני מלכים, אויפשטיין אין די טאג אריין,
ועל כולם די שלאף שבת נאכמיטאג נאך די טשולענט, דאס איז דאך ממש לעילא ולעילא, דאס איז שוין גאנץ א אנדערע בחינה "גן עדן העליון ממש", מ'פארט ארויף אין די הויכע ספערן, אז עס גייט א רויעך, (א גוי קען דאס ניטאמאל משיג זיין)

איז דאך לכאורה לית טב מיניה, איינמאל א וואך צו האבן א "שבת קודש", ניין? ווי קומט יעצט אריין די "והנם זועפים"

אין הכי נמי, איר זענט נישט מער ווי גערעכט פארן אזוי טראכטן, ווייל ס'איז טאקע אזוי, מיר גלייבן באמונה שלימה אז תורה שבע"פ איז ניתנה מסיני, און אז די גמרא זאגט אויף שבת "מתנה טובה יש לי בבית גנזי" איז דאס טאקע א מתנה, און די אלע וואס פרעגן די קשיא איז לכאורה ווייל זיי פילן דעם שבת ווי א שטארקע מתנה, און מיט רעכט,

נאר כדי דאס צו פארענטפערן וועלן מיר עס מסביר זיין מיט א משל, פארדעם על מיר מקדים זיין מיט א דבר שמעתתא און דערנאך צוקומען צום משל,
ווייסטו וואס עס איז א קורצע ווינטער פרייטאג, וועלן מיר אויסלאזן די משל מיטן דבר שמעתתא על מיר גלייך צוקומען צום ענין,



לאמיר אנהייבן מיטן סדר

והיה ביום השישי והכינו

די טור או"ח סימן ר"נ שרייבט: וישכים בבוקר ביום ו' להכין צרכי שבת, דאס איז געזאגט געווארן אפילו אין די זומער ווען די טאג איז לאנג, און עס איז דא אסאך צייט, כ"ש אין די ווינטער ווען די טעג זענען קורץ, ווייל פאר אזא הייליגן טאג ווי שבת דארף מען הכנה, ווי עס שטייט אין פסוק "והיה ביום השישי והכינו",
אונזערע באבעס פלעגן אויפשטיין ערב שבת פארטאגס צו באקן די חלות, היינט מאכט מען זיך אביסל באקוועמער, מ'באקט די חלות דאנערשטאג אזוי דארף מען נישט אויפשטיין ערב שבת אזוי פרי

וידעת כי שלום אהלך
די בית יוסף פסק'נט אז ערב שבת דארף מען אויסשארפן די מעסער מיט וואס מ'איז בוצע די לחם משנה פאר סעודת שבת, וזל"ק כתב בכלבו ומשחיזין הסכין בכל ע"ש דהכי תניא בספרי "וידעת כי שלום אהליך" זו השחזת סכין,
די כלבו איז מסביר וואס פאר א שייכות, האט שארפן א מעסער מיט "וידעת כי שלום אהליך", כי אם כהה הברזל ולא יחתוך אין זה שלום ביתו
עשרתם, ערבתם, הדליקו את הנר
די משנה אין מסכת שבת (לד.) ג' דברים צריך אדם לומר בתוך ביתו ע"ש עם חשיכה, עשרתן, ערבתן, הדליקו את הנר,
הנשים מוזהרות בו ביותר
אין טור רס"ד ברענגט ער לגבי הדלקת נר שבת, וז"ל הנשים מוזהרות בו ביותר כדאיתא במדרש מפני שכבתה נרו של עולם פירוש גרמה מיתה לאדם הראשון והרמב"ם ז"ל נתן טעם לדבר מפני שמצויות בבית ועוסקות בצרכי הבית
נר משום שלום ביתו
די גמרא זאגט אין מסכת שבת (כ"ג:) אמר רבא פשיטא לי נר ביתו ונר חנוכה נר ביתו עדיף משום שלום ביתו נר ביתו וקידוש היום נר ביתו עדיף משום שלום ביתו, ברענגט רש"י אראפ די גמרא ווייטער אויפן פסוק אין איכה "ותזנח משלו' נפשי" מאי ותזנח משלום נפשי אמר ר' אבהו זו הדלקת נר שבת ווי רש"י איז דארט מסביר במקום שאין נר אין שלום שהולך ונכשל באפילה,
יהי רצון שיהא לשבת אחרת כן
די גמרא זאגט אין מס' שבת (קי"ט:) תניא ר' יוסי בר יהודה אומר שני מלאכי השרת מלוין לו לאדם בע"ש מבית הכנסת לביתו אחד טוב ואחד רע וכשבא לביתו ומצא נר דלוק ושלחן ערוך ומטתו מוצעת מלאך טוב אומר יהי רצון שתהא לשבת אחרת כך ומלאך רע עונה אמן בעל כרחו ואם לאו מלאך רע אומר יהי רצון שתהא לשבת אחרת כך ומלאך טוב עונה בעל כרחו אמן ,

געווענדליך מענטשן שטייען אויף פריה פרייטאג, ובפרט ווינטער, מ'יאגט זיך מ'וויל נאך אריין כאפן ארבעטן און האבן צייט צו העלפן אינדערהיים, די גאנצע ערב שבת איז א בחינה פון וגילו ברעדה, פון איין זייט איז מען אנגעצויגן, מ'וויל אריין כאפן ווי מער, פון די אנדערע זייט איז מען פרייליך, עס קומט שבת קודש, מ'איז OFF פון די ארבעט, מ'האט צייט צו פארברענגען מיט די משפחה, און זעהן נחת פון די קינדער,
מ'גרייט אהן די שבת טיש, מ'ברענט אפ די ליכט, מ'מאכט זיכער אז די טשולענט איז אקעי, מ'שארפט אויס די מעסער אויב עס פעלט אויס, און די נשים באקן חלות, צינדען ליכט, די גאנצע זאך גייט צו מיט א שמחה, אזוי אז ווען מ'קומט אהיים פון שול מ'טראפט ב"ה "נר דלוק, ושלחנו ערוך, ומטה מוצעת, און אודאי זאגט די מלאך טוב יהי רצון שתהא לשבת אחרת כן און די מלאך רע בעל כרחו יענה אמן, אודאי דערנאך זאגט מען פאר די מלאכים א "שלום עליכם" מיט א שמחה, נאך אזא ברכה וואס אפילו די מלאך רע האט אויך מסכים געווען, און פון דארט און ווייטער איז יעדע איד לפי בחינתו לויט וואו ער גרייט זיך צו שבת, מי שטרח בע"ש יאכל בשבת,
אבל לי אינו כן
עס ווערט ליל שישי, ערב שבת קודש, ווער איך אין א ויינעדיגע מוד, קודם, נאך א וואך פאריבער בתוקף החשכות והנסיונות, המצב והזמן, ועדיין לא נושעתי, והשנית והיא העיקר, דאס מיינט עס קומט נאך אמאל א לאנלי שבת,
עס איז ליידער נישט פאר וועם: "והכינו את אשר יביאו", עס איז ליידער נישט דא פאר וועם אנצוגרייטן
עס איז נישט דא קיין שום סיבה פאר: "וישכים בבוקר בע"ש להכין צרכי שבת"
עס איז נישט דא פארוואס: " ומשחיזין הסכין בכל ע"ש דהכי תניא בספרי "וידעת כי שלום אהליך" זו השחזת סכין," ווייל עס איז ליידער נישט שייך די טעם " כי אם כהה הברזל ולא יחתוך אין זה שלום ביתו"
עס איז ליידערנישט דא פארוועם צו זאגן: "עשרתם, ערבתם, הדליקו את הנר"

עס איז ליידער נישט שייך: הנשים מוזהרות בו ביותר


עס איז ליידער נישטא פאר וואס צו צינדען: נר משום שלום ביתו

עס איז ליידער נישט דא: פארוועם און פארוואס צו מאכן מאכן " נר דלוק, שולחנו ערוך, ומטה מוצעת, אז די מלאך טוב זאל זאגן, יהי רצון שיהא לשבת אחרת כן, און מ'מוז זיך באגנוגען מיט עסן ביי די עלטערן אדער ערגעץ אנדערש כדי נישט צו ווערן באורד פון שבת,

מיין סדר השבת,

מ'קומט אין בית המדרש, ב"ה מ'האט חברים, נאך א וואך אין אזא מצב, און אודאי אין א שבת אין אזא מצב מוז מען כאטש שבת זיך אביסל שמוסען זיך אינטער צוהאלטן, מ'פרובירט צו כאפן שמועסן מיט וועם מ'קען נאר, פאר עונג שבת, זיך צו האלטן בשמחה, און פארברענגען, (ווייל אינדערהיים איז נישט דא מיט וועם), מ'זאגט בואו ונצא מיט א צובראכנקייט, אז מיר דארפן נאכאמאל האבן א שבת אין די מצב, מזמור שיר ליום השבת, איז שוין גארנישט קיין מזמור, רזא דשבת איהי שבת דאתאחדת ברזא ד"אחד", די והיו לבשר אחד איז ליידער נאך נישט דא, מ'ענדיגט דאווענען, די עולם גייט אהיים מיט א שמחה מ'יאגט זיך אהיים צו קידוש און די סעודה, איך האב מיר ליידער נישט פארוואס צו יאגן, עס שטייט טאקע, קדשהו בכניסתו, אבער עצבות איז ערגער, במילא בלייבט מען אין בית מדרש, שמועסן, ווילאנג ס'דא מיט וועם, וואו ווייניגער זיין אויסגעשטעלט צו עצבות, ווען די ביהמ"ד ווערט ליידיג גייט מען אהיים, עס איז נישט דא קיין שום סיבה פארוואס זיך יאגן, אמאל פון גרויס צובראכנקייט פאלט מען אריין אין בעט, און מ'מאכט די סעודה ערגעץ אינמיטן די נאכט, צומאל ווען מ'וועקט זיך אויף און עס איז שוין נאכן עלות, מוז מען לאזן די קידוש און שלש סעודות פאר נאך מוסף,
שלום עליכם מלאכי השרת
מ'הייבט אהן שלום עליכם בשברון הלב, ובדמעות עיניים, מ'האט ליידער נישט אויף וואס די מלאך טוב זאל זאגן יהי רצון שתהא לשבת אחרת כן, ביי ברכוני לחיים טובים ולשלום, בעט זיך ווי פון זיך אליין,עס זאלל שוין זיין, ראה "חיים" עם האשה אשר אהבת, מצא אשה מצא "טוב", "וידעת כי שלו' אהליך", און האבן מיט וועם צו פירן א שבת טיש,

רבון כל העולמים
מי יוכל לשער ולספר וויפיל דמעות עס ווערט פארגאסן יעדע איינציגע שבת בשעת'ן זאגן די תפלה, מ'זאגט "מודה אני לפניך על כל החסד אשר עשית עמדי", ווי נישט ווי די באשעפער איז כולו חסדים, מ'אטעמט ב"ה, מ'איז געזונט, די מח ארבעט ב"ה, וכולהו, די עבר איז ליידער נאר "עמדי", און מ'בעט אויפן עתיד, "ואשר אתה עתיד" זאל זיין "עמי ועם כל בני ביתי" "וזכני לקבל שבתות מתוך רוב שמחה" עס זאל שוין זיין "ושמחת אתה וביתיך", אבער דערווייל איז ליידער :"השרוי בלא אשה שרוי בלא שמחה", "ומתוך עושר וכבוד" איזהו עשיר השמח בחלקו, דערווייל איז עס ליידער נישט דא, "ומתוך מיעוט עוונות" וואס דערווייל עס איז ליידער נישט דא, "השרוי בלא אשה שרוי בלא חומה", "והסר ממני (עס זאל אויך זיין) "ומכל בני ביתי" כל מיני דלות ועניות ואביונות", אין עני אלא בדעת, והאדם ידע את חוה אשתו, אנא מלך וכו', "ויברכוני בבואם לביתי ביום קדשינו", עס זאל זיין אויף וואס די מלאך טוב זאל זאגן די ברכה,

אשת חיל מי ימצא
זאגנדיג די פסוקים פון אשת חיל, ווערן די דמעות שטערקער, ווען וועט מען שוין זוכה זיין צו די "אשת חיל מי ימצא" אין די מצב פילט מען באמת די "ורחוק מפנינים מכרה", און מ'בעט אז ווען עס וועט אי"ה אנקומען די צייט זאל עס זיין ריכטיג, "בטח לה לב בעלה", "גמלתהו טוב כל ימי חייה", עס זאל זיין "לא יכבה בלילה נרה", עס זאל זיין די ריכטיגע "פת בסלו" אז מ'זאל זיך קען פירן בקדושה, אז עס זאל זיין "נודע בשערים בעלה", ווי די ייטב לב האט געזאגט פאר זיין פטירה אז אויף זיין מצבה זאל מען שרייבן "נודע בשערים" ווייל ווער עס פירט זיך בקדושה איז "נודע בשערים", עס זאל זיין חן און יופי, אבער עס זאל נישט זיין קיין "שקר החן והבל היופי" עס זאל נישט פאפן, נאר עס זאל זיין תוכו כברו, אשה יראת ה' היא תתהלל,

יחבק לה בעלה
די קלימאקס פון די דמעות קומט זאגענדיג די ווערטער "יחבק לה בעלה", צו זאגן די דריי ווערטער נעמט מיר סתם א שבת 5-6 מינוט, און עס איז שוין געווען א שבת וואס עס האט גענומען כמעט 20 מינוט, ווייל יעדע מאל כ'האב אנגעהויבן זאגן די ווערטער, האב איך נאך אמאל אויסגעשאסן אין א געוויין און נישט געקענט זאגן, ביז כ'האב עס ענדליך ארויסגעזאגט (איינע פון מיינע חברים האט מיר געגעבן א עצה אז איך קען אויסלאזן די דריי ווערטער און שפארן די מיה, האב איך אים געזאגט, אז איך האב די געלוגענהייט צו "דמעות" מפנימיות הלב, "שערי דמעות לא ננעלו", וויל איך נישט עס אוועק ווארפן ביידים), דערנאך גייט מען צו צו קידוש היום, "נר ביתו וקידוש היום נר ביתו עדיף משום שלום ביתו" איז ליידער נישט שייך, עס איז ליידער נישט דא וועם מוציא זיין מיט קידוש, עס איז נישט דא פאר וועם צו געבן קידוש וויין, מ'דארף ליידער נישט בוצע זיין קיין גרויסע חלה, ווייל עס איז נישט דא מיט וועם צו שערן די חלה, עס איז נישט דא מיט וועם צו מאכן א סעודה, שבת צופרי בלייבט מען אין שוהל עד שתכלה רגל מן השוק, צו פארברענגען בשיחה לעונג שבת, צו פארגעסן פון די צרות, דערנאך גייט מען עסן די סעודה און שינת צהרים, כמעשהו בראשונה כך מעשהו בשני' ובשלישית, מ'שמועסט די מערסטע וואס מ'קען, דערנאך איז מען בשמחה אז די שבת איז ב"ה אריבער אאון עס קומט א פרישע וואך וואס מ'גייט נישט אזויפיל פילן די מצב ווי מען פילט עס שבת,

היוצא מדברי,

באת שבת באת מנוחה (ב"ר י ט) – עס איז אויך א חסרון, הן כנ"ל, הן ווייל דעמאלט איז דא מער צייט צו טראכטן און מ'פילט מער די מצב,

אות היא ביני וביניכם (שמות לא יג) – אבער וואס שטייט ווייטער לדעת כי אני ה' מקדישכם, השרוי בלא אשה שרוי בלא חומה,

לקראת שבת לכו ונלכה כי היא מקור הברכה (לכה דודי) – אין הברכה מצוי' בתוך ביתו של אדם אלא בשביל אשתו


ויברך אלקים את יום השביעי (בראשית ב ג) – אין די מצב פילט מען נישט אזוי

כד עיל שבת איהי אתיחדת ואתפרשת מסטרא אחרא (כגוונא) – בן עשרים ולא נשא כל ימיו בהרהור עבירה, סא...............


מתנה טובה יש לי בבית גנזי ושבת שמה (שבת י: ביצה ט"ז.) – עס איז נישט נאר טובה, השרווי בלא אשה שרוי בלא טובה


כל ברכאן דלעילא ותתא ביומא שביעאה תליא ( זוהר יתרו דף פח, א) - השרוי בלא אשה שרוי בלא ברכה



עס קומט שב"ק

אטעמט מען אפ פון א גאנצע וואך, - אמת, אבער ביי מיר איז עס נישט קיין מעלה,

מ'האט צייט צו טראכטן – שטארקע חסרון במצבי האיומה


מ'האט צייט צו מחנך זיין די קינדער – איך האב ליידער נאך נישט די זכי',

מער צייט צו אינזין האבן די דאווענען – עמממממממממ


מ'עסט סעודת שבת וכל מיני מטעמים, - אויף אזא וועג וואס האב איך דערפון

מזינגט זמירות, - מיט בכיות


הדלקתי נרותי והצעתי מטתי והחלפתי שמלותי לכבוד יום השבת קודש – נאר די החלפתי שמלותי איז אמת, די אנדערע זאכן איז נישט דא פארוועם,


עונת תלמידי חכמים משבת לשבת, - דאס איז די שווערסטע חלק, אין די לעצטע 6 יאר איז עס ליידער מ'שנה ל'שנה אויך נישט,

ויהי רצון איך זאל ווי שנעלער פארגעסן פון די בתים, און די תפלות בדמעות זאלן מקויים ווערן במלא מובן המלה, און קיין איינער זאל נישט וויסן וואס א שבת אין די מצב מיינט נישט ביי אונז און נישט ביי די יוצאי חלצינו,

החותם בדמע,

נהורא נפישא » פרייטאג אקטאבער 11, 2013 10:07 am

· #155763
איך האב שטארק מיטגעפיל מיט דיין מצב, כ'קען אבער נישט טוען מער ווי דיר צו דערלאנגען אותות אהבה פאר'ן אזוי שיין אראפמאלן דיינע הרגשים. מיין וואונטש איז דו זאלסט אויפגעראכטן ווערן וואו אמשנעלסטן.

שפתים ישק » פרייטאג אקטאבער 11, 2013 12:43 pm

· #155822
שפתים קישאקTM!

גרוש » פרייטאג אקטאבער 11, 2013 5:39 pm

· #155875
ישר כח פאר אלע מגיהים, עס איז זייער א גוטע געפיל, צו ליינען ווי אידן פילן אזוי שטארק מיט, זאכן וואס זיי האב נישט קיין אנונג וואס דאס טראגט אלץ אין זיך

לגבי אחים בדרך, איך בין דאך פון די מייסדים, זיי קענען נישט רעפלעיסן א ווייב און קינדער מיט אלע פרטים דערין,

זיי קענען פרובירן צו העלפן, וו

העלא » פרייטאג אקטאבער 18, 2013 4:05 pm

· #157505
זייער ווייטאגליך

ישמעאל הכהן » פרייטאג אקטאבער 18, 2013 4:07 pm

· #157508
העלא
זייער ווייטאגליך

ווי ווייטאגלעך אויף א ריכטער סקעיל ? געב עפעס א מושג

העלא » פרייטאג אקטאבער 18, 2013 4:21 pm

· #157515
81

ישמעאל הכהן » פרייטאג אקטאבער 18, 2013 4:23 pm

· #157516
אה דאס אלעס ? דעמאלט זייט וויסן אז צו לעבן מיט א פרוי א ביטש איז סך מער ווייטאגלעך. גיי ארויס אין א טענצעל

מסכת גירושין » דינסטאג אקטאבער 22, 2013 4:08 pm

· #157969
זייענדיג אליינס א גרוש מוז איך זאגן אז מיין מצב איז טאטעלי אנדערש ווי דיר.
האבנדיג אדורכגעגאנגן שבעה מדורי גהינם בשעת'ן זיין חתונה געהאט, זעה איך נישט פארוואס ס'זאל זיך מיר אזוי שטארק גלוסטן חתונה צו האבן נאכאמאל. די פרייהייט, די זעלבסטשטענדיקייט וואס א מיטעלע צוואנציגער חסידיש'ע גרוש האט, האט נישט קיין שום פארגלייך אינעם חסיד'שן לעבנס שפאן.
אלס א יונגל איז מען אונטערן שטענדיגן בייזע איבערזיכט פון די עלטערן/מלמדים, א בחור האט דאך שטעדיגע לחץ פון מגי''ש משגיחים מנהלים, פרעשור פון שידוכים, און בכלל איז מען געווענטליך זייער נישט רייף אלס א בחור.
און כמובן א יונגערמאן איז דאך ממש ווי א לייף סענטענס, האבנדיג שטענדיגע 24 שעה'דיגע פרעשור פונעם ווייב, און צומאל שווער/שוויגער, און נאכדעם זייענדיג ארפגעבינדען מיט עטליכע קינדער אין שטוב.
משא''כ א גרוש, האט א פולקאמער פרייהייט וואס האט נישט זיינס גלייכן, ער קען גיין פארברענגען וואו ער וויל, מיט וועמען ער וויל וועלכער צייט ער וויל. מ'קען ארבעטן און פארדינען געלט, אדער ענדיגן אפאר מקצועות התורה, און אז מ'וויל דווקא קען מען זיצן און קוקן מאוויס א גאנצן טאג. מ'קען גיין אין קאלעדש זיך לערנען דאקטעריי אדער געזעץ, אדער קען מען שלאפן א גאנצן טאג אין בעט.
שבת איז נאך די געשמאקסטע צייט, מ'קויפט אלע צייטונגען, און טאמער פעלט אויס גייט מען אין לייבערי ארויסנעמען א פאר גוטער ביכער. מ'עסט סעודות ביי קרובים וידידים נאכדעם ליינט מען/פארברענגט מען/שמועסט מען ביז די פארטאגס שעה'ן.

ווען איך בין געווען חתונה געהאט פלעג איך נישט וויסן וואו זיך אהינצוטון מיטן ווייב די לאנגע פרייטאג צונעכט מיט מוצ''ש. יעצט? א מחיה, מ'קען ליינען, שלאפן, וואטשן עפעס א גוטס (מוצ''ש), אדער סתם אזוי ארויסגיין פארברענגען. מיטן ווייב האט אלעס געמוזט האבן א תכלית און א פלאן, יעצט, א מחי'
you live and enjoy life!

איך האלט אז דער חתונה געהאטע עולם האט גאר א גרויסע טעות איבער דיווארסד לייף. אבער איי געס אזעלכע מענטשן ווי גרוש מאכן עס אויסזעהן זייער שווארץ.

ברסלבער » דינסטאג אקטאבער 22, 2013 4:14 pm

· #157970
שלום עליכם הרב מסכת, יהא בואכם לברכה.

אייער תגובה דערמאנט מיר פון @moti107'ס אשכול טאטע ווי זיס ביזטו עיי"ש

שמעקעדיג » דינסטאג אקטאבער 22, 2013 4:19 pm

· #157971
שלום עליכם, אייך.
איין גרויסע קשיא בלייבט אומפארענטפערט, און דאס קען מען נאר אויסשמועסן מאחורי הפרגוד.
ס'ווענדט זיך ווי שטארק מען וויל בלייבן בקדושה, און 'גרוש' זעהט אויס צו זיין שטארק אפגעהיטן.

מסכת גירושין » דינסטאג אקטאבער 22, 2013 4:24 pm

· #157973
צו אלע שלום עליכם געבערס כאפטס א בליק אויף @zurich חתימה.

מסכת גירושין » דינסטאג אקטאבער 22, 2013 4:30 pm

· #157975
שמעקעדיג
שלום עליכם, אייך.
איין גרויסע קשיא בלייבט אומפארענטפערט, און דאס קען מען נאר אויסשמועסן מאחורי הפרגוד.
ס'ווענדט זיך ווי שטארק מען וויל בלייבן בקדושה, און 'גרוש' זעהט אויס צו זיין שטארק אפגעהיטן.

לשיטתך וואס טוט א בחור במשך זיבן יאר, וואס די הארמאנען זענען בשיא תוקפו? איינער ברעכט דעם יצר הרע און איינער נישט. איך זעה נישט פארוואס א גרוש איז אנדערש ווי א בחור.

מסכת גירושין » דינסטאג אקטאבער 22, 2013 4:36 pm

· #157976
ברסלבער
שלום עליכם הרב מסכת, יהא בואכם לברכה.

אייער תגובה דערמאנט מיר פון @moti107'ס אשכול טאטע ווי זיס ביזטו עיי"ש

וואס איר טוט איז דער טיפישע חסידי'שער וועג פון נוצן anecdotal evidence. למשל ביי דער דבורה טאמבור מעשה האבן אלע חסידי'שע זיך געריבן דעם בויך ''זעהסט א otd האט אן אומגליקליך לעבן''
איי ס'דא הונדערטער אנדערע וואס זענען צופרידן, מאכן געלט, לערנען הויכע אקאדעמישע פאכן אין קאלעדזש? מאכט נישט אויס ועל כגון דא נאמר
My mind is made up, don't confuse me with the facts.
והוא הדין כאן. איך קען צענדליגער גרושים וואס לעבן א פולפילינג לעבן, מאכן געלט, לערנען זיך א פאך אין קאלעדזש, ענדיגן מקצועות בתורה אא''וו, אבער ניין איר גייט אנכאפן דער איינע נארישע מעשה פון איינער וואס איז געווארן א דראג עדיקט.

ברסלבער » דינסטאג אקטאבער 22, 2013 5:09 pm

· #157990
אנטשולדיגט. אבער דו האסט מיר נישט גוט פארשטאנען.
איך האב נישט געוואלט ארויפלייגן א נאסע ליילעך אויף גרושים. איך האב בלויז געוואלט ארויסברענגן די נקודה אז נישט אייביג איז א פרעשור'דיגע לעבן ווייניגער פרייליך און צופרידן ווי א לעבן אן פרעשור וואס דו לייגסט אראפ.

אדם הראשון » דינסטאג אקטאבער 22, 2013 5:26 pm

· #157998
מסכת גירושין, גערעכט, כ'האב אויך געוואלט שרייבען ענדליך,

שב"ק, איז פין די געשמאקסטע צייטען, מ'עסט ביי ידידים, מ'שלאפט זיך גוט אויס, מ'האט גוטע ביכער,

אין @שמעקעדיג לגבי דיין שאלה, וואלט איך געזאגט אזס'מיז נישט זיין אז ס'האט מיט דעם צי מען וויל זיך האלטען בקדושה צי נישט, אין מיין אפיניען איז אין א געוויסע זין א גרוש גרינגער ווי א יונגערמאן, ווייל ער איז מסיח דעת פין ס'גאנצע ענין, משא"כ א יונגערמאן דארף עוסק זיין אין דעם ענין, ממילא טאמער איז ער נישט אינגאנצען ציפרידען איז ער ביזי צי פארגלייכען זיין ווייב מיט אנדערע וכו',

משא"כ א גרוש קען האפען אז ווען די צייט וועט קומען וועט ער האבען מה שלבו חפץ, אין דערווייל קען מען ליינען נאוועל'ס .... אין זיך אויסשלאפען..... ,

יא, זיכער דארף מען חתונה האבען, אבער אנקוקען א גרוש פאר א גאנצע רחמנות, הבל הבלים,

אין כ'האב אביסעל רחמנות אויף דעם פותח האשכול, ווייל ס'קוקט אויס פין זיין שרייבען אז צי האבען א ווייב דאס איז די גאנצע גליק אין לעבען, אין ס'איז נישט אמת, כ'ווינטש אים די בעסטע, אבער זאל ער נאר פרעגען די יונגעלייט.... , אפילו איינער האט די שענסטע ווייב, קומט עס מיט שאר ירקות, א פרוי איז א פרוי, אין ס'נאריש זיך צי איינרעדען אז דאס איז די גן עדן ......,

zurich » דינסטאג אקטאבער 22, 2013 5:41 pm

· #158000
אדם הראשון,ווער בוסטו צו רעדן דו ביסט נאר געוועין א בחור פאר א שעה...

עי' בפרשת בראשית

מסכת גירושין » דינסטאג אקטאבער 22, 2013 5:44 pm

· #158001
אדם הראשון
מסכת גירושין, גערעכט, כ'האב אויך געוואלט שרייבען ענדליך,

שב"ק, איז פין די געשמאקסטע צייטען, מ'עסט ביי ידידים, מ'שלאפט זיך גוט אויס, מ'האט גוטע ביכער,

אין @שמעקעדיג לגבי דיין שאלה, וואלט איך געזאגט אזס'מיז נישט זיין אז ס'האט מיט דעם צי מען וויל זיך האלטען בקדושה צי נישט, אין מיין אפיניען איז אין א געוויסע זין א גרוש גרינגער ווי א יונגערמאן, ווייל ער איז מסיח דעת פין ס'גאנצע ענין, משא"כ א יונגערמאן דארף עוסק זיין אין דעם ענין, ממילא טאמער איז ער נישט אינגאנצען ציפרידען איז ער ביזי צי פארגלייכען זיין ווייב מיט אנדערע וכו',

משא"כ א גרוש קען האפען אז ווען די צייט וועט קומען וועט ער האבען מה שלבו חפץ, אין דערווייל קען מען ליינען נאוועל'ס .... אין זיך אויסשלאפען..... ,

יא, זיכער דארף מען חתונה האבען, אבער אנקוקען א גרוש פאר א גאנצע רחמנות, הבל הבלים,

אין כ'האב אביסעל רחמנות אויף דעם פותח האשכול, ווייל ס'קוקט אויס פין זיין שרייבען אז צי האבען א ווייב דאס איז די גאנצע גליק אין לעבען, אין ס'איז נישט אמת, כ'ווינטש אים די בעסטע, אבער זאל ער נאר פרעגען די יונגעלייט.... , אפילו איינער האט די שענסטע ווייב, קומט עס מיט שאר ירקות, א פרוי איז א פרוי, אין ס'נאריש זיך צי איינרעדען אז דאס איז די גן עדן ......,

גאר גוט געזאגט, דאס איז וואס איך טענה שוין א לאנגע צייט, כמאמר חז''ל משביעו רעב מרעיבו שבע. אז מ'האט עס בכלל נישט ווערן די תאוות אסאך מאל קלענער.
כמעט יעדער גרוש וואס איז אדורך א שווערע מערידזש, חלש'ט נישט אזוי שטארק צו חתונה האבן נאכאמאל, מ'ווייסט שוין וואס ווארט אפ אויפן אנדערע זייט..

אדם הראשון » דינסטאג אקטאבער 22, 2013 6:03 pm

· #158003
קיינער זאגט נישט אז ס'קען נישט זיין גוט ווען מ'איז חתונה געהאט,

כ'בין נישט אנגעווייטאגט אויף חתונה האבען, אין כ'האף דער באשעפער זאל מיר העלפען מיט א גוטע שידוך,

אבער אנקוקען חתונה האבען אז "דאס איז די גאנצע גליק פין לעבען" , כ'האלט אז ס'איז נישט אמת,
ס'דא ב"ה אסאך אנדערע זאכען אין לעבען פין וואס צי נעמען סיפוק,

אדרבה, כ'מיין אז א עכטע העפי מערידש איז ווי די מאן האט נאך עפעס אין זיין לעבען חוץ די פרוי, אדרבה, זאלען די "באווייבערטע מענער" קומען אין פארציילען וואס די אמת איז,

באגאבא » דינסטאג אקטאבער 22, 2013 6:08 pm

· #158004
100 % אדם איך בין אלל דע וועי מיט דיר

נ.ב. איך האב ב"ה א ווייב

מסכת גירושין » דינסטאג אקטאבער 22, 2013 7:54 pm

· #158028
ברסלבער
שלום עליכם הרב מסכת, יהא בואכם לברכה.

אייער תגובה דערמאנט מיר פון @moti107'ס אשכול טאטע ווי זיס ביזטו עיי"ש

סתם לשבר את האוזן אייך צו ווייזן וואספארא אנגעפולטע לעבן מ'קען פירן אלס א גרוש, וועל איך אייך זאגן מיין סדר היום בערך.
מ'שטייט אויף בערך צעהן'ער מ'דאווענט, מ'גייט אין כולל לערנען, שמועסן, פארברענגען בערך דריי, פיר שעה.
דאן נאכמיטאג פון דרייער בערך גייט מען ארבעטן פאר א דריי שעה וואו מ'פארדינט בערך $75 א שעה ב''ה. ( אז מ'איז א גרוש האט מען צייט צו גיין צו קאלעדזש, און אז מ'גייט צו קאלעדזש, באקומט מען א דעגרי, און מיט א דעגרי קען מען גרינג פארדינען 50 דאללאר א שעה און מער.)
דאן ביינאכט גייט מען אין געזעץ שולע ווי מיר האפ'מיר מערצעשעם צו באקומען א געזעץ דעגרי ביז א פאר יאר, און העמי'ר קענען מאכן פרנסה בריווח ובדרך כבוד.
יעצט זאגט'ס איר מיר מיט אזא סדר היום, דארף זיך מיר שטארק גלוסטען חתונה צו האבען, מיט אלע לחץ, פרעשור, שלום בית אישוס ( בדרך כלל) און ביללס וואס קומען מיט דעם?

zurich » דינסטאג אקטאבער 22, 2013 8:44 pm

· #158046
ביסט נישט לאנלי?

קינות גירושין » דינסטאג אקטאבער 22, 2013 10:48 pm

· #158062
זיין אליינס מיינט נישט זיין לאנלי

מסכת גירושין » מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:28 am

· #158082
zurich
ביסט נישט לאנלי?


ווען פונקטליך זאל איך זיין לאנלי? ווען כ'קום אהיים עלעווער צייט ליין איך עפעס אדער וואטש איך עפעס א גוט שטיקל קאמעדי וכדו', כ'קען צומאל כאפן א שמועס מיט מיינע עלטערן. אבער דורכן טאג האלט מען זיך ביזי ב''ה.
די איינציגסטע צייט וואס איז א ביסל לאנלי איז יו''ט, ספעציעל דריי טעג יו''ט אזוי ווי היי יאר. אבער איין גוטע mystery/suspense נאוועל נעמט קעיר פונעם גאנצן לאנלי'נעס.

דער (פינטעל) איד » מיטוואך אקטאבער 23, 2013 1:25 am

· #158095
אוי, ליינענדיג דא די לעצטע פאר תגובות הייבט מיר אן ווערן אביסעלע כלה מענטי אויפן הארץ, איך מיין אז כוואלט געקענט נוצן א גט פאר א יאר צוויי...

שמעקעדיג » מיטוואך אקטאבער 23, 2013 1:42 pm

· #158168
דער (פינטעל) איד
אביסעלע כלה מענטי אויפן הארץ

😂 😂 ❗
ס'האט מיר גענומען 2 מינוט ביז כ'האב געכאפט אז דו ביסט מרמז אויף 'קאלעמוטנע'....

(וועגן דיין פאנטאזיע פון א צייטווייליגע גט.. ווערט שוין אויסגעשמועסט אין מאחורי)

דייטל » דינסטאג נאוועמבער 5, 2013 2:03 am

· #160847
די שאלה איז נישט וואס דער שמח בחור בילדותך זאגט, נאר וואס דער אשרי זקנותינו האט צוזאגן אין דעם ענין.

גרוש » פרייטאג נאוועמבער 8, 2013 5:47 am

· #161665
און ס'איז שוין נאכאמאל ערב שבת

שטילע אינגערמאן » פרייטאג נאוועמבער 8, 2013 10:27 am

· #161686
גרוש
און ס'איז שוין נאכאמאל ערב שבת

דייו ארטיקעל איז הערליך געשריבען אבער סארי די טראכסט ווי א 19 יעריג בחור וואס גייט אריין אין א דיפרעסיא וויל איינער וואס ער פלעגט צו לערנען מיט אין ישיבה קטנה איז א חתן געווארען. איי יענער האט געמוסט א חתן ווערען פרי וויל ער קומט פון א ציחישטע משפחה אין ער דארף זיך זעהן אינדערויסען ווי פריער? אבער די 19 יעריג קינד טראכט נאר ווי גוט לעבן וועט איהם זיין ווען ער גייט חתונה האבן אין טראכט גנוי אלץ וואס די האסט געשרובען.
אבער די אלץ גרוש וואלט געמעגט וויסען בעסער.
זאג נאר די האלסט אז סאיז דא מער ווי 5 פערצענט בארא פארק וואס זייער שטוב זעיט אויס ערב שבת קודש אזוי ווי די האסט עט אראפ געלייגט? די רעדסט אזוי זאפטיג וועגען שבת קודש, גרוש לעבן מיין שבת קודש איז נישט קיין דמיון ווי די לייגסט עס אראפ,
איך קען נישט מאריך זיין יעצט וויל מיין וויב טעקסט מיך שוין 10 מאל אין די לעצטע 10 מונוט please be home asap cause the kids are driving me crazy and bruchy is not feeling well and don't forget the grocery pharmacy cleaners fruit store. יעדער פרייטאג ווערט מיך קאלט אין די ביינער נאך אזא מעסידז, ארום לויפען די גאסן, ווארטען אויף ליין, אריין רופן אין שטוב פרעגען טאמער סאיז נישט דא אידען פראזען סטארבעריז אויב גאלדען פלאר איז אויך גוט אין דערנאך די פארשאלטענע בעקעלעך (אקיצור משיקט מיך קיינמאל נישט קויפן מילך אין ברויט אייביג איז עס די שווערסטע זאכן ווי קראשט פראזען גארליק מיט יטצי סקווערז וכו') דאס איז די גראסערי. יעצט אין די פראכט סטור דארף איך וויסען וואס מיינט רייף קענטעלאף אין ווייכע פיטשיס מיט הארטע נעקטערין, די הענט קומען אראף פון קוועטשען אין דרייען אין באטראכטען יעדער אייטעם כאילי סוואלט געווען א דימאנט, אין די פארמסי דארף זי נישט קיין זייף נאר די פיטצי פלעשער מיט רש"י אותיות אין יעדאר מין האט 50 אנדערע פלעיווערס, לאמער נישט אריין גיין וועגען טרעפען פארקינג אין ווי אזוי מיין זון פאניקט אין יעדער געשעפט באזונדער די בלוט גייט אראף אין קאף נאר פון טראכטען דערפון
מקומט אהיים אויס געהארגט אזוי מהאלט נאך א רייזע פון 12 שעה, איך וויל עפעס איבער בייסן אבער האהאה נאך איין ווינק טראכט אין נישט אפי דערוועגען
קודם כל קוקט זי אדורך מיינע בעגז אין טאנהט אז 90 פערצענט זאכען זענען נישט גוט אין מדארף שוין רי-טורנען
נאך דעים הייבט זיך אן טאנהעריי אויפן העכסטע טעינער פארוואס זי קען נישט גיין אליין טאמער זעיט זי וואך אן וואך אויס אז אלעס איז ראנג. מיטן באדען די קינדער מאכען זיי זיכער אז איך ווער דורך גענעצט אין ווען איך ענדיג זיי שוין אנטוען וויל מיין וויב וויסען פארוואס זייער האר איז ניטאמאך נאס, זאג נאר נעקסט טיים באד די אפ די קינדער טאמער דו קענסט בעסער, זי גייט אריין אין בית-הכסא וואס אויפן מינוט איז פארהאכט ווי א מרחץ אין שרייט אז די ערד איז א סווימינג פאל
אקעי מיין ווארפט פרעגט שוין טאמער איך בין אינדערהיים אין וויניגער ווי 15 מינוט, איך דארף נאך גיין דאוונען,
דאס איז א חלק פון ערב שבת אפשר א צוויטע מאל וועל איך די זאגען די צווייטע העלפט
אין אויך מיין שב"ק אליין וואס די ביסט אזוי מקנא

שמעקעדיג » פרייטאג נאוועמבער 8, 2013 11:39 am

· #161693
אויב מיט דעם אלעם ביסטו נאך א שטילער אינגערמאן, על אחת כמה וכמה טאמער וואלסטו נישט געעווען שטיל, וואלט גאנץ ב"פ זיך איבערגעקערט...

שטילע אינגערמאן » פרייטאג נאוועמבער 8, 2013 12:12 pm

· #161695
שמעקעדיג
אויב מיט דעם אלעם ביסטו נאך א שטילער אינגערמאן, על אחת כמה וכמה טאמער וואלסטו נישט געעווען שטיל, וואלט גאנץ ב"פ זיך איבערגעקערט...

אבער א לייק פארגינסט די מיך נישט?
איך בין פריש דא אין שטיבעל נעם מיך אויף בסבר פנים יפות

דער (פינטעל) איד » פרייטאג נאוועמבער 8, 2013 12:17 pm

· #161696
שטילע אינגערמאן
שמעקעדיג
אויב מיט דעם אלעם ביסטו נאך א שטילער אינגערמאן, על אחת כמה וכמה טאמער וואלסטו נישט געעווען שטיל, וואלט גאנץ ב"פ זיך איבערגעקערט...

אבער א לייק פארגינסט די מיך נישט?
איך בין פריש דא אין שטיבעל נעם מיך אויף בסבר פנים יפות

האסט עס אליין פאר ענטפערט. ווייל איר זענט ניי ביזט נישט א חלק פון זיין קלאב , ער לייקט נאר מיט וועם ער איז שוין גוט און אויך ווער סאיז שוין פאפולער ווייל מיט א לייק האפט ער צוריק צובאקומען א לייק. און א לייק פון א גרינעם איז דאך נישט אינטערעסאנט , א בושה.

שמעקעדיג » פרייטאג נאוועמבער 8, 2013 1:04 pm

· #161698
דער (פינטעל) איד
שטילע אינגערמאן
שמעקעדיג
אויב מיט דעם אלעם ביסטו נאך א שטילער אינגערמאן, על אחת כמה וכמה טאמער וואלסטו נישט געעווען שטיל, וואלט גאנץ ב"פ זיך איבערגעקערט...

אבער א לייק פארגינסט די מיך נישט?
איך בין פריש דא אין שטיבעל נעם מיך אויף בסבר פנים יפות

האסט עס אליין פאר ענטפערט. ווייל איר זענט ניי ביזט נישט א חלק פון זיין קלאב, ער לייקט נאר מיט וועם ער איז שוין גוט און אויך ווער סאיז שוין פאפולער ווייל מיט א לייק האפט ער צוריק צובאקומען א לייק. און א לייק פון א גרינעם איז דאך נישט אינטערעסאנט, א בושה.


פינטעלע, שוין לאנג נישט געהערט איינעם צאמרעדן אזויפיל שטותים. אזא יודע מחשבות, דו ווייסט פונקטליך פאר וועמען איך טייל יא אדער נישט...
יעדער דא אין שטיבל קען מעיד זיין אז דו רעדסט נישט צום דבר. גראדע האב איך שוין ב"ה די מערסטע לייקס געטיילט, דו"ק וטישטוך.
און יא, כ'האב שוין דא אויך געלייקט, ועוד ידי נטויה ואאלייק עוד פאר די נייע ניקים כיד ה' הטובה עלי.

וליתר ביאור אויף מיין סיסטעם פון טיילן לייקס, זעה דא:
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/91886">viewtopic.php?p=91886#p91886</a><!-- l -->

דער (פינטעל) איד » פרייטאג נאוועמבער 8, 2013 1:21 pm

· #161700
א דאנק פארן לינק. לויט דיין תגובה צום שטילן אינגערמאנס שילדערונג פון זיין שלום בית האט עס אויסגעזען ווי האסט הנאה געהאט און געשמייכלט וואס לויט דיין ערשטע סיף איז דאס ראוי פאר א לייק. און האסט נישט געלייקט, אויב מאך איך א טעות זיי מיר מוחל. איך מיין אז מער ווייניגער איז מיין אבזערוואציא יא אמת, כך דרכו של אדם מלייקט דער וואס איז אין די קראו, דאס איז איינע פון די שלעכטע זייטן פון לייקס סיסטעם

גרוש » פרייטאג נאוועמבער 8, 2013 3:45 pm

· #161714
שטילע אינגערמאן,
איך האב נישט געזאגט אז אזוי קוקט אויס א שבת ווען מ'איז חתונה געהאט,
יעדער בר שכל אינקלאדעט דו פארשטייט וואס איך מיין,

יעדע מענטש האט זאכן וואס באדערט אים בנוגע זיין זיווג, פונקט ווי יעדע צוויי מענטשן וואס לעבן צוזאמען,
קיינער איז נישט פערפעקט,

ביי די וועי, איך וואלט וואלט געווען בשמחה ווען איך האב ווען א ווייב פאר וועם צו געבן עטענשאן און וואס זי זאל מיר אגן קום שנעל אהיים ווייל איך קען מיר נישט קיין עצה געבן אהן דיר,

עס איז דא א וועג וויזוי מ'הענדלט יעדע זאך,

לויט ווי עס שיינט קענסט דו זיך נישט אליינס א עצה געבן מיט די שוועריקייטן וואס דו האסט יעדע פרייטאג נאכמיטאג אינדערהיים
אינווייט מיר צו גוגל טאלק
<!-- e --><a href="mailto:GURISH12@GMAIL.COM">GURISH12@GMAIL.COM</a><!-- e -->
איך וויל דיר אי"ה פרובירן צו העלפן, מ'טאר נישט זיין אזוי אנגעצויגן פרייטאג נאכמיטאג,

איך מיין עס ערנסט איך קען דיר העלפן בעצה

שטילע אינגערמאן » מוצ"ש נאוועמבער 9, 2013 7:41 pm

· #161725
גרוש
שטילע אינגערמאן,
לויט ווי עס שיינט קענסט דו זיך נישט אליינס א עצה געבן מיט די שוועריקייטן וואס דו האסט יעדע פרייטאג נאכמיטאג אינדערהיים
אינווייט מיר צו גוגל טאלק
<!-- e --><a href="mailto:GURISH12@GMAIL.COM">GURISH12@GMAIL.COM</a><!-- e -->
איך וויל דיר אי"ה פרובירן צו העלפן, מ'טאר נישט זיין אזוי אנגעצויגן פרייטאג נאכמיטאג,

איך מיין עס ערנסט איך קען דיר העלפן בעצה

זאט נישט בייז וואס איך מאך אייך אויף מערקזאם אבער איך מיין איך וואלט מיך מער גע'עצהט ביי איינער וואס איז נישט קיין גרוש, לאל

גרוש » מוצ"ש נאוועמבער 9, 2013 8:33 pm

· #161731
קודםקויף אלעס דאנערשטאג,

זעץ זיך אראפ מיט דיין ווייב מוצאי שבת, זיי איר מסביר די שוועריגקייטן וואס דו האסט פרייטאג, און זי זאל שוין געבן א ליסט וואס זי דארף פרייטאג,
לערן אפ די אייטעמס וואס דו נוצט געווענדליך, מאך זיכער אז דו ווייסט פונקטליך וואס צו קויפן
קויף אלע זאכן דאנערשטאג צופרי פאר דו גייסט צו די ארבעט,
און פרייטאג נאכמיטאג גיי העלף,
מאך זיכער צו זיין אין א פרייליכע און רואיגע מוד פרייטאג
איך בין דיר מבטיח עס וועט דיר בעסער ווערן

דער (פינטעל) איד » מוצ"ש נאוועמבער 9, 2013 8:37 pm

· #161732
דאס האסטע זיכער געגאנב׳ט פון א לאנגיעריגאר מומחה אין שלום בית

גאנצל » זונטאג נאוועמבער 10, 2013 2:13 pm

· #161837
בקיצור אזוי ווי יעדע זאך אין לעבן איז דא אין דעם שוועריקייטן און מ'קען זיך גרינגער מאכן אז מ'וויל
קיינער גייט נישט מחולק זיין אז חתונה האבן ברעגט מיט זיך א געוואלד מיט שוועריקייטן אבער מיט ריכטיגע שכל און געפיל קען מען זיך גרינגער מאכן איך פלעג אויך אמאל צופיקיוועט ווערן א פרייטא ס'איז געווען א קאשמאר אבער מיט די צייט איז עס געווארן גאר א געשמאקע צייט מ'מאכט גרייט דעם שבת נאך דאנערשטאג נאכט און פרייטיג צופרי (יעצט ווער איך צופיקעלוועלט דאנערשטאג ...) און פרייטיג נאכמיטאג נעמט מען דעם אייזער כנגדו אין די משפחה און מ'קריכט פון איין געשעפט צום צווייטן אביסל לאנגווייליג אבער בעסער ווי אנגעצויגנקייט און טענות ומיינעס און תקיעה גדולה'ס איי ס'גייט אויפ'ן חשבון פון פארברענגען ליל ששי'ס און טרינקן קאווע אבער ליסען דעדטס לייף אבער תוכ"ס ס'קומט פרייטיג צונאכט'ס איז די שטוב א געשמאק לא טוב היות האדם לבדו איז נישט קיין מליצה ס'איז א מציאות

די זעלבע א גרוש מ'קען זיך גרינג מאכן אזוי ווי אונז זעי מיר אין די מסכת גירושין כנ"ל אבער ס'איז נאך אלס שווער און פיל מאל זייער אומעטיג

איך בין אויך געווען א סינגעל פון די 13 ביז די 22 ס'איז נישט גרינג בפרט אז מ'וויל אפהיטן דעם מאחורי ומלפני איך וויל אייך נישט וויי טון אבער די משביעו רעב תורות אין די נישט עוסק זיין אין דעם מאכט גרינגער דעם מצב איך האב עס נישט געזען פון מיין עקספיריענס its very heard מיט'ן ליינען אלע נאוועלס פארקערט והבן איך וויל נישט מאריך זיין איך בין נישט אין מאחורי אפילו א נשוא האט שוועריקייטן אין געוויסע צייטן סליחה

גרוש » זונטאג נאוועמבער 10, 2013 5:01 pm

· #161866
איך בין אויך געוווען א בחור פון די 13 ביז די 20, עס איז בכלל נישט געווען שווער אין דעם ענין,
אזוי האט דער באשעפער באשאפן די טבע הבריאה,
אין די בחורישע יארן, דארף מען דאס נישט אזוי וויכטיג האבן אויב מ'איז אפגעהיטן,
העכער די 20 דארף מען דאס האבן אפילו ווען מ'איז אפגעהיטן
עס שטייט נישט בן שלשה עשרה ולא נשא כל ימיו בהרהור עס שטייט בן עשרים,

כל שכן ווען מ'איז שוין געווען א חתן און חתונה געהאט מ'האט געמאכט אלע הע\כנות צו דעם, און אנטלאפן ביי שלחן עורך און געבליבן סטאק, איז עס זייער זייער שווער,

דער באשעפער האט באשאפן א סדר הבריאה מיט א גענויעם פלאן, אויב גייט עס ארויס פון סדר איז עס א מיטמאכעניש

smart » זונטאג נאוועמבער 10, 2013 5:08 pm

· #161869
גרוש טייערע די הארץ מיינע גייט אויס פאר דיר

עס בלייבט נאר צו ווואנטשען דער אייבערשטער זאל העפען זאלסט אויפגעראכטען ווערן בקרוב ממש!

גאנצל » זונטאג נאוועמבער 10, 2013 5:19 pm

· #161873
גרוש
איך בין אויך געוווען א בחור פון די 13 ביז די 20, עס איז בכלל נישט געווען שווער אין דעם ענין,
אזוי האט דער באשעפער באשאפן די טבע הבריאה,
אין די בחורישע יארן, דארף מען דאס נישט אזוי וויכטיג האבן אויב מ'איז אפגעהיטן,
העכער די 20 דארף מען דאס האבן אפילו ווען מ'איז אפגעהיטן
עס שטייט נישט בן שלשה עשרה ולא נשא כל ימיו בהרהור עס שטייט בן עשרים,

כל שכן ווען מ'איז שוין געווען א חתן און חתונה געהאט מ'האט געמאכט אלע הע\כנות צו דעם, און אנטלאפן ביי שלחן עורך און געבליבן סטאק, איז עס זייער זייער שווער,

דער באשעפער האט באשאפן א סדר הבריאה מיט א גענויעם פלאן, אויב גייט עס ארויס פון סדר איז עס א מיטמאכעניש


ס'איז דא אסאך וואס צו דעבאטירן אין דעם וואס הייסט שווער און נישט שווער און פון וואס דו רעדסט אבער איך שטעל מיר פאר אז אין מאחורי (וואס דארט בין איך נאכנישט געווען ) רעדט מען דערפון און לאמיר זיך אפשטעלן דא

איך וויל דיר אויך צו וואונטשן אז דו זאלסט געהאלפן ווערן בקרוב ממש און ביזדערווייל גיי אן מיט שטארקייט איך קוק דיר אן ווי א היראו

געדענק אין שום יואש בעולם וד' יעזור

zurich » זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:06 pm

· #161888
פינטעלע, איך הער דיינ טענה לאמיר מאכן אן אייגענע קראו.. 😉

גרוש » פרייטאג נאוועמבער 15, 2013 4:30 am

· #162800
and its erev Shabbos Again

באגאבא » זונטאג נאוועמבער 17, 2013 3:31 pm

· #163045
איך ליין דיינע תגיבות מדי שבוע בשבוע איך האלט נישט אויס דיינע ווייטאגען, און באמת קען איך דיר ניטאמאל טרייסטען פשוט ווייל איך ועל קיינמאל באמת פארשטיין דיין מצב,
נאר אזוי פיל קען איך דיר זאגען נישט איינמאל כאפט זיך אריין א מחשבה און מיר, ווער זאגט אז וואלט נישט בעסער געווען צי זיין א גרוש ח"ו
מיין לעבען היינט ציטאג האט נישט איין מיניט מנוחה איך בין פשוט געהאסטעזש ביי מייין בעה"ב ווייל ער ווייסט אז איך קען נישט א דורך גיין איין וואך אן קיין וועזשעס נעכטן איז מיר אנגעקימען א דיסקאנעקשען ביל פין קאן עדיסאן וואס איך האב נישט קיין אנונג ווי אזוי דאס גייט ווערן באצאלט ווייל דע וואכעדיגע וועיזשעס איז באשטימט פאר עפעס אנדערש, חוץ מזה וואס דע מוסדות קאלט מיר יעדען טאג וועגען מיין באלאנס (קיין וואטשערס קען איך נישט האבען), מיין רענט ווערט באצאלט יעדע חודש נאך 5 טעלאפאנען פין מיין לעלנדלער, איך ביעט מיר ביי מיין אשת חיל לאמיר ארויס מאפען אויף מאנרא אדער מאנסי ווי עס וועט אינז קאסטען ביליגער דע רענט. זי וויל בשא"א הערן פין דיעם מיט נארישע תירצים, און נאך אלעמען האט זי אייביג טענות אויף מיר פארוואס יענער קען יא און פארוואס יענער אזוי

איך שטיי טראכט וואלט נישט בעסער געווען צי זיין א פלג גופא, איך לערן מיר אויס עפעס א פאך, איך לייג מיר אוועק א פאר הינדערט טויזענט דאלער איך הייב אן צי לעבען ווי א מענטש

גרוש » זונטאג נאוועמבער 17, 2013 4:36 pm

· #163071
באגאבא אויב א דיין זאל דיר קומען זאגן אז דיין ווייב קין ע"פ נישט גיין אין .... נאר אויב דו לייגסט אראפ 5 אלפים,


אדער אויב אלץ בחור זאל דיר ש שדכן בעטן 10 אלפים וואלסטו ווען נישט געגעבןץ

וואס איז וויכטיגער געלט אדער א ווייב און קינדער?

די גמרא זאגט "כל אדם שאין לו אשה אינו אדם,

די גמרא זאגט נישט כל אדם וואס האט נישט קיין געלט אוועק צולייגן אינו אדם,


קלוגער ווי די תורה קנען מיר נישט זיין,
די תורה זאגט:
לא טוב היות אדם לבדו
טוב לגבר כי ישא עול מנעוריו וכו'


אין חכם כבעל הנסיון

דו האסט נאך נישט אויספרובירט,

איך האב עס אויספרובירט, עס איז בדוק ומנוסה,

ס'איז ביטער
עס איז נישט ווערט כל חללי דעלמא

דער (פינטעל) איד » זונטאג נאוועמבער 17, 2013 7:01 pm

· #163104
די גמרא זאגט אויך עניות מעבירין את האדם מדעת קונו , די גמרא זאגט עס נישט אויף איינער וואס איז סינגעל. קען מען נישט זיין קלוגער פון די גמרא

הבא ללמד » מאנטאג נאוועמבער 18, 2013 9:54 am

· #163179
גריש איך גיי נישט שטעלינג בפרט אז ב"ה איך האב נאך נישט געשפירט דיין ווייטאג און דער אייבישטער זאל דיר א וודאי העלפען בקרוב, אבער אזוי פיל קען איך דיר זאגען איך האב שוין געהאט אסאך ווייטאגען און מיין לעהבען אבער דע ווייטאג פין נישט וויסען ווי אזוי מען גייט דעקען דע נעקסטען טאג, צי ווען בעלי חובות לויפן נאך און ווייסט נישט ווי צי אנטלויפען, איז געווען מיין שווערסטע ווייטאג

שמעקעדיג » מאנטאג נאוועמבער 18, 2013 10:40 am

· #163194
ס'איז נישך שייך צו קאמפערן ווייטאגן רבותי, יעדער איינער האט זיך זיין פעקל, און פאר יעדן טוט וויי דאס מערסטע דאס וואס וואס טוט אים טאקע וויי. דער איד אין תפיסה וועט זאגן אז זיין פעקל איז די שווערסטע, און דער איד אין שפיטאל וועט טענה'ן אז ער האט א זכות קדימה, דער ארעמאן שרייעט חי וקיים אז עני חשוב כמת ומעבירו על דעת קונו, און דער וועלכער מוטשעט זיך מיט צער גידול בנים -- ברוחניות צי בגשמיות -- זאגט אז גארנישט קומט נישט צו צו דעם צער, אויב האט מען נחת האט מען אלעס. א גרוש/עלטערער בחור וועט זאגן אז לעבן אליינס איז ביטער, און חתונה געהאטע מיט שווערע שלום בית זאגן אז דאס איז נאך ביטערער ווי א גאל און וואלטן זיך געוואונטשן צו קענען גט'ן אן קיינע נאכפאלגן און פיער פרעשור.

ווי נעמט מען דעם מעסטער? מיר קענען נישט מעסטן קיין צער. ס'איז נישט קלוג צו פארגלייכן. אונז האבן דא א ידיד וואס בעהט אונזערע תפלות און חיזוק, נישט קיין עצות און אפרעדענישן, לאמיר אים געבן וואס מיר קענען, און נישט אוועקמאכן זיינע אדער אנדערע'ס שוועריגקייטן. ויה"ר אז אלע אידן זאלן שוין בקרוב ווערן אויפגעראכטן בכל משאלות לבם לטובה.

הבא ללמד » מאנטאג נאוועמבער 18, 2013 11:48 am

· #163210
הרב שמעקער איר זענט 100% גערעכט, איך האב מיר פשוט נישט גיט אויסגעדריקט
א וודאי אז וועט מיר געבען דע אויסוואל פין ח"ו א נישט געזינט קינד און שפיטאל צי נישט האבען קיין געלט, צי נישט צי קענען דעקען מיין לעקטער ביל, א וודאי וואלט איך מיר אויסגעקלויבט דע צווייטע

וואס איך האב געמיינט ציזאגען אז ביי אנדערע צרה קען זיך כאטש א מענטש ארום נעמען מיט אמונה בטחון ער קען נעמען דיעם תהלים'ל זיין מח איז מיט אים, ביי דע פראבליעם פין געלט ווערט דע גאנצע מח פארטעמט מען איז נישט קיין מענטש מען איז גארנישט, מען ווייסט נישט וואס ציטיען דע נעקסטע מיניט, מען עסט נישט, מען שלאפט נישט ,מען דאווענט נישט, מען לערנט נישט, מען איז גארנישט ממש
נישט אימזיסט זאגען חז"ל עניות מעביר על דעתו ועל דעת קונו
בלאט: 1 2 3