☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » א שב"ק במצבי האיומה

א שב"ק במצבי האיומה

123 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4932
בלאט: 1 2 3

גרוש » דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2013 8:38 pm

· #164033
and its erev shabbos again

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2013 8:47 pm

· #164034
איך האב קיינמאל נישט געשריבן אין דעם אשכול ווייל איך ווייס דיר נישט ווי אזוי צו געבן חיזוק, איך בין נישט און דיין מצב. אזוי סאך קען איך דיר נאר זאגן, 2 זאכן, בוי א קשר מיט אנדערע אין דיין זעלבע מצב, דיין לעבן וועט זיין אסאך גרינגער, און רעדט צום אייבירשטען.

קאוועניק » דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2013 10:09 pm

· #164042
אחים בדרך גייט מאכען א אווענט זונטוג נאכט דר. חיים האלברשטאם גייט רעדן אין בורו פארק
און אויך א מעדזשער חנוכה פארטי דאנערשטיג זאת חנוכה
For free, come and enjoy!

חולם » פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 2:46 pm

· #171185
נאך א שבת מיט א ווייב וואס נודזשט, אוי איך וויל זיין צוריק א בחור אדער א גרוש.

טיטאניק » פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 2:50 pm

· #171188
חולם
נאך א שבת מיט א ווייב וואס נודזשט, אוי איך וויל זיין צוריק א בחור אדער א גרוש.

ווער זאגט אז די עצה איז א גרוש אדער א בחור?
אולי גיין פאר help?
ב"ה מיר האבען א ים פון גיטע שלום בית מאכער, אולי קען מען עס איבערדרייען פון א נודזש צי א זיסע געשמאקע באליבטע?
פראביר, פאלג מיר
האב א חיים טובים ומתוקים

חולם » פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 2:57 pm

· #171192
ווילסט הערן א מעשה אדער מתווכח זיין? 😳

טיטאניק » פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 3:04 pm

· #171196
חולם
ווילסט הערן א מעשה אדער מתווכח זיין? 😳

ביידע, א שיינע מעשה, און א געשמאקע וויכוח, און איך גיי נאך ארויס אלץ א דער געווינער, וואס קען זיין בעסער?
😂 😂 😂

אז די ווילסט הערען אייצעס, שרייב מיר אין אישי, כ'האב אסאך געטין אין די נושא מיט אסאך אסאך הצלחה, אדער קען איך דיר שיקען צי א מומחה
איין זאך, אסאך יונגעלייט זענען געווען אין א מצב פון וועלען זען א גט, און אמאל מיט דער ריכטיגער שלום בית מאכער, זענען זיי געווארען אזא זיסע לאוולי קאפעל אז יעדע ערב שבת קענען זיי קוים ווארטען צי האבען נאך א געמשאקע שבת מיט די זיסע ווייבעלע, אזוי ווי מען זינגט ביי אזמר בשבחין אות י'....... דעביד ניחא לה...........
הבן עם הבת לאל ירצו כמנחה על מחבת

א גיט שבת

חולם » פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 3:06 pm

· #171199
גיט שבת אבער וואס איז אישי

טיטאניק » פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 3:12 pm

· #171203
חולם
גיט שבת אבער וואס איז אישי

"אישי" איז א סיסטעם ווי מען קען שרייבען "פריוואטע" בריוולעך איין ניק צים צווייטען,
געב א קליק אויף די קנעפל "פריוואט" (אישי בלע"ז) וועסטי קענען שרייבען בריווען וואס קיינער וועט נישט זעען

ווען די באקימסט א בריוו וועסטי עס זען ביי די קעפל ווי עס שטייט (... נייע הודעות)

די מעלה איז אז נישט יעדער זעט וואס די פרעגסט און וואס איך ענפער

חולם » פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 3:15 pm

· #171205
דאנק. אומגלויבליך פאר איך טו עס וויל זיכער מאכן אז זיך צו שרייבן פריוואט איז אומזיסט אדער איז דא א טשארדש? איך האב נישט געליינט די קליינע פרינט

גרוש » פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 3:52 pm

· #171210
ס'איז אומזיסט,
אז דו ווילסט קענסטו מיר אויך קאנטאקטן איך קען דיר העלפן בעצה וכודומה

טיטאניק » פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 3:56 pm

· #171211
גרוש
ס'איז אומזיסט,
אז דו ווילסט קענסטו מיר אויך קאנטאקטן איך קען דיר העלפן בעצה וכודומה

צדיק, איך האב ב"ה פיין פרנסה, איך טי דאס נישט פאר פרנסה, איך טי דאס פאר מיין "האבי", מיין האבי איז צינעמען א נישט פרייליכער און עם מאכען פרייליך, מיין גרעסטער האבי אין די וועלט
כ'מיין עס זייער ערנסט

טיטאניק » פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 4:07 pm

· #171212
יעצט דארעך געליינט די גאנצע אשכול און איך האב געוויינט ממש
אזוי ליין איך נישט אלע אשכולות, נאר וואס זעט מיר אויס נוגע צי מיינע אגענדעס, און בטעות בין איך דא אריין
די מצב פון א שווערע לעבן איז שווער אין יעדע שווערע מינוט, דער אייבישטער זאל קיינעם נישט פריווען,
סיי דער גרוש, מען קען וויינען ביים ליינען די תגובות, און אודה ולא אבוש איך האב געלאזט טרערען,
סיי דער אימגליקליכער חתונה געהאטער, וואס האט נישט קיין שלום בית, טיט אויך זייער זייער וויי
און ווי איינער האט אריינגעווארפען וועגען אנדערע צרות, שלא נשמע,
ברידער טייערע, זייט אייך מחזק, דער טאטע אינזערע איז אייביג דא, אין יעדע שווערע און ביטערע מיניט, ער הערט ער איז מיט דיר, ביסט נישט אליינס!
נאר עס איז שווער? דאגה בלב איש ישחנה, די בעסעטע זאך, און בזכות איין ברידער וועלכע וועט העלפען א צווייטער וועט מען אנקימען צי א ישועה גדולה יעדער פאר זיך, מיט וואס ער דארף נאר

טייערע ברידער האטס א גיט שבת, זייטס פריילעך, זייט אייך מחזק
מען זאגט נאך פון דער צדיק דער הייליגער רבי ר' אלימלך זי"ע, נישט די גאנצע מעת לעת איז "נאכט" די טאג קימט אן! איינמאל איז די נאכט לענגער אין איינמאל די נאכט קערצער, אבער טאג קימט צי גיין,
זאל ענק אלע זיין לעכטיג און נאר לעכטיג
זייסט געזינט, מיין הארץ איז מיט ענק, איך טראכט פון ענק
😢

נאר,,פרייליך » פרייטאג יאנואר 3, 2014 9:48 am

· #173082
פאראן דא אסאך התחזקות פאר די וואס ברויכען עס

לעצטענס האב איך א שיעור מיט איינער במצב האיומה,
אוי! רבש''ע די מצב איז דאך ביטערער ווי ביטער אז איר טרעפט אהן אזא איינעם אין ביהמ''ד וכדומה ביטע נעמט אראפ א האלבע שעה לפחות זייט אים מחזק און געט אים די קוראזש אנצוגיין אז דער באשעפער וועט אים זיכער העלפן מיט א ישועה בקרוב
......

בקשה

די אלע וואס מאכען דעם עולם זייער צובראכען צוליב זייערע שווערע מצבים הן גרושים והן די וואס קומען זיך נישט דארעך אין שטוב
ביטע!! ווען עטס ווערט געהאלפען ביטע מודיע זיין, ווייל די ציבור וואס פייניגט מיט אין ליידען זאל זיך אויך מיטפרייען מיט פריידען
נאר,,פרייליך
רק,,בשמחה
just,,happy

גרוש » פרייטאג יאנואר 3, 2014 3:39 pm

· #173218
אצינד ערב שבת קודש לעת ערב בימי השובבי"ם

וויל איך זאגל פאר די אלע וואס ווארטן אויף גוטע בשורות
אז ווען איך וועל אי"ה זיין א געהאלפענער וועל איך פרובירן מיט צוטיילן מיין שמחה באותו מקום ווי איך טייל יעצט ליידער מיט מיין צער,
ישר כח פאר אלע וואס פיהלן מיט,

גאנצל » זונטאג יאנואר 5, 2014 6:38 pm

· #173697
גרוש
אצינד ערב שבת קודש לעת ערב בימי השובבי"ם

וויל איך זאגל פאר די אלע וואס ווארטן אויף גוטע בשורות
אז ווען איך וועל אי"ה זיין א געהאלפענער וועל איך פרובירן מיט צוטיילן מיין שמחה באותו מקום ווי איך טייל יעצט ליידער מיט מיין צער,
ישר כח פאר אלע וואס פיהלן מיט,


מ'זאגט אז שבט ר"ת ש'מועות ב'שורות ט'ובות

טיטאניק » זונטאג יאנואר 5, 2014 8:33 pm

· #173749
גאנצל
גרוש
אצינד ערב שבת קודש לעת ערב בימי השובבי"ם

וויל איך זאגל פאר די אלע וואס ווארטן אויף גוטע בשורות
אז ווען איך וועל אי"ה זיין א געהאלפענער וועל איך פרובירן מיט צוטיילן מיין שמחה באותו מקום ווי איך טייל יעצט ליידער מיט מיין צער,
ישר כח פאר אלע וואס פיהלן מיט,


מ'זאגט אז שבט ר"ת ש'מועות ב'שורות ט'ובות

פון דיין פעדער צי גאטס אויערען
און צים שדכנס מאאד

קאוועניק » מאנטאג יאנואר 6, 2014 7:25 am

· #173835
2 ניקס פון דא זענען לעצטענס געהאלפען געווארען

נאר,,פרייליך » מאנטאג יאנואר 6, 2014 2:59 pm

· #173957
קאוועניק
2 ניקס פון דא זענען לעצטענס געהאלפען געווארען

אה !! ברוך ד' ברוך מחי' מתים
אזעלכע עצמות יבשות זענען גליקליך געווארען עס וואלט לפחות געברויכט אויפשטורעמען די חברי ה'שטיבעל ווי די ביטערע נייעס פון די לעצטערע רציחה און די פאוסט סומאטוכע,
אדרבה! זאלען די ניקים זיך ארויסשטעלן בריש גלי און מבשר זיין זייער פריידיגע נייעס פאר'ן ציבור עס וועט זיכער געבן א שטארקע האפענונג און שטיפ פאראויס פאר די וואס זיצען נאך בכבלי העיגון, דערביטערט און מר''ש איבער זייער שיקזאל,
ביטע ברענגט אריין א שמחה אין אידישע הערצער

גרוש » פרייטאג סעפטעמבער 5, 2014 5:33 pm

· #221656
און מיר האלטן נאכאמאל ביי ערב שב"ק לעת ערב,
וויפיל מאל נאך וועל מיר דארפן וויינען ביי "אשת חיל מי ימצא"?

גרוש » פרייטאג סעפטעמבער 5, 2014 5:47 pm

· #221662
סא דו זאגסט אז נאך מענטשן האבן אנדערע מיני צרות,
עס איז דא אויך דא מענטשן וואס האבן יענע מעשה, און ס'איז דא מענטשן וואס זענען צוגעבינדען צו מאשינען ליידער,
און ס'איז דא וואס לעבן שוין נישט און זענען געבוירן נאך מיר,

סא סך הכל לייגסטו צו צום צער, זאגסט אז עס איז דא נאך מענטשן וואס ליידן,

רויטע וואנצעס » פרייטאג סעפטעמבער 5, 2014 5:51 pm

· #221664
חוץ מיט פילן מיט דיין שרעקליכע טיפן צער, איז דא נאך עפעס איך קען טוען?

גרוש » פרייטאג סעפטעמבער 5, 2014 7:07 pm

· #221683
זאז דו ווייסט א גרושה וואס זוכט א שידוך, און עס קען שטימען מיט די דעסקריבשאן, אין די "שדכנים פאר סעקאנד מערידזש" אשכול,
קענסטו מיר לאזן וויסן אדער איר זאגן וואס דו ליינסט דא און צו מ'קען אזא זאך קאנסידערן,

גרוש » דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 8:52 pm

· #224861
און מיר האלטן שוין ביים לעצטן ערב שבת פון יאר,
ועדיין לא נושעתי, ליידער

גרוש » פרייטאג נאוועמבער 21, 2014 3:20 pm

· #236971
און עס איז נאכאמאל א ערב שבת בימי החורף

בפרט מ'האלט שוין מברכין כסליו, די ווינטער איז שוין אויך באלד דורך, ועדיין השטן מרקד,

outspoken » מוצ"ש נאוועמבער 22, 2014 8:39 pm

· #237008
😢 😢 😢 😢 😢 😢

גרוש » דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 10:00 pm

· #240574
and its erev shabos again,
im really crying,

i want a *******

דוק ותשכח » מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 4:18 pm

· #241540
עס איז באמת א שעים אז א וואוילער יונגערמאן ווי איר זאלט זיין שרוי בצער.
יעדע פראבלעם איז דא צו דעגרייכן א תכלית נישט צו מצער זיין דעם מענטש ח"ו.
אפשר וואלט געווען כדאי צו פרעגן א נאנטן אדער א גוטער יוד וואס צו טיהן אדער טוישן.
אפשר ווארט מען די זאלסט עפענען עפעס אן ארגעניזאציע וואס גיבט זיך אפ מיט דעם ענין

גרוש » מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 11:26 pm

· #241630
כ'האב שוין לאנג געעפענט אזא ארגאזאציע, עס רופט זיך
"אחים בדרך"

נתן מנחם » דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 3:55 pm

· #242741
@גרוש איין זאך בין איך דיר מקנא דער נישט דארפען לויפען צו חנוכה פארטיס יעדע נאכט. איך ברעך שוין פון קוקען אויף בלינצעס און בעיקד זיטי נאכאמאל. די פריעדיגע צדיקים האבען אלץ געזאגט מען דארף זיכען די גוטע חלק וואס איז באהאלטען און די שווערע צייטען.

א פרייליכען (מאנכע זאגען דאס נישט ווייל זיי זאגען עס קומט פון העפי האלידעיס די זעלבע חברה וואס געבען נאר חנוכה געלט נישט מתנות מהאי טעמא) חנוכה!

איש את רעהו » דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 4:02 pm

· #242742
@נתן מנחם ביסט נאכנישט רעדי פארדעים צו ליידען די יסורים וואס @גרוש גייט אריבער, טרייסט אים נישט מיט אזעלכע נחמות

גרוש » דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 4:16 pm

· #242747
נתן מנחם, איי פיל יור פעין,
גרושים האבן טאקע אסאך בענעפיטס אבער ס'איז נישט ווערט,
פונקט ווי איינער וואס האט רח"ל יענע מעשה, דארף נישט גיין אין שול, ער איז פטור פון מנין, ער איז פטור פון אסאך מצוות, ער דארף נישט ארבעטן, וכולהו וכולהו,
ער האט אבער גארנישט דערפון, ער וויל יא דאווענען מיט מנין, ער וויל יא ארבעטן, ער וויל יא גיין אין שוהל, וכולהו וכולהו,

די יצא הרע וויל נישט מ'זאל האבן שלום בית מאכט אז עס זאל אויסקוקן ווי די ווייב איז לעול ולמשא,
ס'איז גארנישט פאר יעדע גוטע זאך שוויצט מען,
פאר א ווייב און קינדער שוויצט מען, פונקט ווי פאר די דאלער שוויצט מען,
אז נישט איז עס נהמא דכיסופא וד"ל

נתן מנחם » דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 4:23 pm

· #242750
חס ושלום! איך זיך נאר איהם מחזק צו זיין און יא דיע קליינע הערות מאכט א מענטש שמייכלען.

שטעל דיך פאר אז ר' גרוש זיצט יעצט עלענד אליינס ביי זיך אין שטוב מיט פארמאכטע לעקטער די טראפעלעך רעגען האקט אויף די פענסטער און ער זיצט זיך אזוי פארטראכט און טראכט פון זיין מצב. די יצר הרע גיבט אריין ביטערע יאוש'דיגע געפילען "גרוש'ל, קיינער קעירט נישט וועגען דיר" גרוש טייערע, קיינער ווייסט אפילו נישט אז די עקזיסטירסט.....

און פלוצלינג באקומט ער א פינג אויף זיין סעלפאון איינער האט געשריבען עפעס אויף ק"ש און טאקע צו איהם גרוש! די ווייסט ווי גוט ער שפירט זיך? ער עפענט יעצט אויף די לעקטער פון די הויז גרייט זיך צו גיין צו מנחה דאוונענן מיט א התלהבות עס איז דאך א גרויסע עת רצון היינט נאכט זאת חנוכה............... אלעס ווייל איינער וואס ניטאמאהל קען איהם (אפשר יא ) האט זיך וויסענדיג געמאכט פון איהם.

גרוש » דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 7:27 pm

· #242771
נתן מנחם, ס'איז אמת וואס דו זאגסט,
אבער צוויי קליינע טוישונגען,
איינס, איך זיץ ב"ה נישט אין א פינסטרע שטוב, איך האלט מיר פארנומען, ליידיג גיין איז נישט תופס מקום, נאר ווען איך האב עכט נישט קיין געדולד צו גארנישט, (וואס דעמאלט זוכט מען מיט וואס צו פארברענגען)
צוויי, איך האב ב"ה נישט קיין סמארט פאון, איך זיץ אביים קאמפיוטער, און אזויווי דו זאגסט, מיט יעדע תגובה שעפ איך חיות,
און ס'איז אמת זאת חנוכה איז פון די טעג וואס איך נוץ שטארק אויס ב"ה, כ'האב ב"ה פארגאסן אסאך טראכטן ביי די לשם יחוד פאר הדלקת הנרות און בשעת די ברכה, בעטנדיג אז די נעקסטע מאל וואס איך גיי אי"ה זאגן די ברכה "להדליק נר חנוכה" ליל א' דחנוכה תשע"ו זאל זיין א פרוי וואס הערט צו מיין ברכה מיט א אינטרעסע און מיט א שמחה, און וואס זי קוקט יעצט אויך ארויס בכליון עינים אז זי זאל שוין זוכה זיין צו הערן די ברכה פון איר מאן, און נישט דארפן זיך מוציא זיין מיט אנדערע אדער אליין צינדען

גרוש » דאנערשטאג יאנואר 29, 2015 9:15 pm

· #250882
אזויווי מיר האלט שוין נאכאמאל "ביום השישי" לסדר "והיה ביום השישי והכינו" ברענג איך עס ארויף

איש את רעהו » פרייטאג יאנואר 30, 2015 10:04 am

· #250920
גרוש
אזויווי מיר האלט שוין נאכאמאל "ביום השישי" לסדר "והיה ביום השישי והכינו" ברענג איך עס ארויף
מיין הארץ גייט אויס פאר דיר עס ממש אוממעגליך צו באגרייפען און זיך אריינצולייגען אין דיין שווערע מצב מיר האפען צו הערן פון דיר גיטע בשורות

גרוש » פרייטאג יאנואר 30, 2015 4:44 pm

· #250990
ישר כח,

גרוש » דאנערשטאג אקטאבער 15, 2015 8:35 pm

· #304721
מ'האלט מיר שוין נאכאמאל ווינטער,
די לאנגע פרייטאג צונאכטס קומען נאכאמאל,
שוין די 9'טע ווינטער אין דעם מצב ליידער

די סמ"ך יארן האבן זיך געענדיגט,
אנגעהויבן די עי"ן'ס,
מיר האלטן שוין די צווייטע העלפט פון די עי"ן'ס,

ועדיין לא זכיתי, מיר האבן אלץ נישט,

והיה (לשון שמחה) ביום השישי והכינו (עס איז נישט דא פארוועם)
עונת וכו'

טאטע העלף

שמעקעדיג » דאנערשטאג אקטאבער 15, 2015 9:30 pm

· #304730

קום אהער » דאנערשטאג אקטאבער 15, 2015 9:50 pm

· #304732
הרב גרוש ,
זאלסט וויסן איך האב אמתדיג מיטלייד מיט דיר , איך פרוביר באמת צו פילן וואס דו גייסט דורך I would never make it . האסט מיר געברענגט טרערן אין מיינע אויגן ... מיין ווייב האט מיר אפילו געפרעגט וואס גייט פאר מיט מיר 🙂
.איך וויל דיר נאר סתם זאגן אז איך פארשטייט דיר זייער שטארק , אלץ איינער וואס האט זייער אסאך ננפשיותדיגע פראבלעמען אויך שוין זייער לאנג , ממש אויף א געפערליכע פארנעם .. ואכמל .. מפרוביר זיך מחזק זיין אביסל מיט אמונה אז דער רבושע זעהט וואס מיר אידן מאך מיט סזיכער ער מיינט לטובה סכאפט אסאך מאל אן אזא תשוקה צום רבושע און משרייט טאטע העלף שוין מהאמיר נאר איינער וואס קען אונז העלפן סנאך מר חשון סאיז נאך מרחשין שפתייהו

געדענק שערי דמעות לא ננעלו סרייסט טויערן סגייט ביזן כסא הכבוד , אוי זאל שוין זיין הראני השם חסדיך

איך וואנטשט דיר פון טיפן הארצן דער אייבערשטער זאל דיר אויפרעכטן בקרוב ממש

שוין נעמיר זיך ווייטער צום תהילימיל.... שיר המעלות ממעקים קראתיך השם , אז אונזער חבר ר גרוש בן צרות זאל שוין געהאלפן ווערן בקרוב ממש

נ.ב. איים סארי פארן צומישעניש סנאך נישט מוח שליט על הלב די לב איז דערוויל נאך העכער . כהאב ארויס געגעבן מיינע געפילן פון הארץ

שמעקעדיג » דאנערשטאג אקטאבער 15, 2015 11:03 pm

· #304753
אוי וויי אזויפיל צרות. ס'הארץ ווייטאגט מיט.
מפני מה אמותינו עקרות, מפני שהקב"ה מתאווה לתפלתן...
רייס איין, בעהט תקט"ו תפלות יעדע חודש ביז ה' וועט שוין נישט אפזאגן.
מיר האפן צו הערן גוטע בשורות בקרוב נאך אין חודש חשוון דהאי שתא.

גרוש » פרייטאג אקטאבער 16, 2015 3:49 am

· #304780
ישר כח,

גרוש » פרייטאג פעברואר 26, 2016 5:12 pm

· #322764
and its erev shabas again


לסדר "לדעת (והאדם ידע את חוה אשתו)כי אני ה' מקדישכם (השרוי בלא אשה שרוי בלא חומה)"
לסדר "ושמרו"

עיין לעיל

גרוש » פרייטאג מערץ 4, 2016 6:40 am

· #323310
and its erev shabas again

שטילע אינגערמאן » פרייטאג מערץ 4, 2016 8:42 am

· #323315
Re: א שב
/

שטילע אינגערמאן » פרייטאג מערץ 4, 2016 8:43 am

· #323316
Re: א שב"ק במצבי האיומה
אוי הלוואי כקען זיין א גרוש פאר דער נאר וואך שבת, פלייייייייז.
מיין סדר היום וואלט געווען אזוי.
גיין אין מקווה ממש ביים זמן ווען סאיז שוין ליידיג, גענומען א שויער פאר צוואנציג מינוט, סתם געקלאצט אין געטראכט אין געזינגען, אנשטאט זיך טויבלען ווי א חיה, קום נעמען א שויער , אין לויפן אהיים מיט אפענע שיך בענדלעך צו גרייטען די ליכט
געדאווענט אין א מנין וואס שטעלט זיך א שעה נאכן זמן, נאכן דאוונען דורך געליינט יעדער חיבור וואס קומט נאר ארויס אונטער די לבנה, אנשטאט אהיים לויפן תיכף נאך ויכלו
אהיים שפארצירנדיג שטאאאאארט, געזעצן אויפן
קאוטש, געזינגען שלום עליכם שא שטיל אן ווערן געשטערט, געמאכט קידוש אן הערען ווי קינדער שלאגן זיך, געגעסן חלה אן דארף געבן שיריים דווקא פון מיין שטיקעל, פיש אן די קינדער זאלן לייגן דע שאלות פונעם וואך אויפן טעלער, בראנפען אין איין האנט אין א מקראות גדולות אין די צווייטע אדורך טוען א שיינע שטיקעל אור החיים, גיין אין ביה״כ מיטן צייטונג, צירוק קומען צו הייסע זופ, עסען שטארטלעך , באטראכטען ווי די לאקשען שווימט ארום, אנטינקען חלה אן די קינדער זאלן נאכמאכן אין אויסגיסן די זופ, נישט כאפן א פסק אז כטאר נישט טוען ווייל סאיז א שלעכטע סעמפעל פאר די קינדער.
נאכן סעודה ליינען די המודיע אין האקן פופיטעס ווי איידער זיכער מאכן אלע קינדער האבן געקטנט פאר אריין גיין אין בעט, ברענגן וואסער פאר ברכי, ליגן אין יאנקיס בעט, זינגען א ניגון צו חני, דערציילן א מעשה פאר משה.
גיין צום זכר פארברענגן דארט אן פרעשור, האקן זכר באנדלעך אן דארפן מאכן א חשבון פון די נאך ווייען.
מעביר סדרה געווען אנשטאט אראפ נעמען פון טיש.
אקעי, אפשר ווען איך ממשיך זיין די סדר היום פון שבת אינדערפרי

שטילע אינגערמאן » פרייטאג מערץ 4, 2016 8:58 am

· #323317
שבת אינדערפרי,

אויפגעשטאנען א רגע פאר סוז״ק, אין תיכף צירוק אריין אין בעט, אנשטאט זיין אויפ פון זעקסע אין קוקן מיט די קינדער שלמה קנאפפלער בילדער ביך.
שפאצירעט געמיטלעך צום ביהמ״ד באטראכטען די הייזער מבויט איבעראל אנשטאט זאגן די קינדער אז אין ביהמ״ד דארף מען זיין וואיל בדעתן ליינען.
גיין אין מקווה א האלבע שעה אנשטאט זיך יאגן ווייל יעדער אינגערמאן וואס קומט אריין טין מקווה זאגט אז מיינע קינדער ווארטן אינדרויסען פאר מיר מיט פארוויינטע אויגן.
דאוונען ווי א איד אנשטאט אינמיטן נשמת דארפן מאכן סדר צווישען די קינדער איבער זיך נישט שלאגן אויפ א פארשאלטענע לאלי פאפ,
בין גברא לגברא הערען לשון האט אין הערען א שיין ווארט אויפן סדרה, אנשטאט זאגן די קינדער זאלן נישט קריכען אויפן באנק.
ביים קידוש האקן קיגל ווי איידער מאכן פאר מיינע קינדער א טעלער קיכן אין זיכער מאכן זיי ווערן נישט שמוציג.
נאכן קידוש איבערקוקן די עלים לתרופה אנשטאט שטיין ביים סינק ריינגען מיין זוהן רעקל אין עובר זיין א דאורייתה,
אהיים שפאצירען געמיטלעך אנשטאט קינדער שלעפן מיין טלית אין מיך ארום לויפן מאכן דיזי.
ביים אהיים קומען כאפן א שלאף פארן סעודה, אנשטאט גלייך עסען די סעודה אין כאפן א פסק אז כבין א בעבי פארן עסען ביי א קידוש אין נישט קענען עסען יעצט.
שמוסען מיט מיין שכן איבער טראמפ אנשטאט מאכן קולות אויפן קינדער אזוי טראמפ.
שלאפן ווי לאנג איך וויל אנשטאט זיך אנטיילן מיטן ווייב.
אויפ שטיין צו א 15 אינטש טעלער פירות אנשטאט זיך דארפן טיילן מיט די קינדער.

גרוש » פרייטאג מערץ 4, 2016 4:26 pm

· #323350
שטילע אינגערמאן,
ביזט גערעכט,
א גרוש האט פילע בענעפיטן,
די מקוה פרייטאג נאכמיטאג איז זייער רואיג,

די סעודה שבת איז זייער איזי,
איך מאך קידוש ווען איך וויל,
אאמל פאר שלום עליכם אמאל נאך,
אמאל גלייך נאכן דאווענען, אמאל פארן עלות, אמאל בחצות,


אבער עס לוינט זיך נישט צו מיטמאכן די צרה פון זיין א גרוש פאר די בענעפיטן,

עס ווי דו זאלסט זאגן ל"ע,

אז פאר איין טאג ווילסטו חס ושלום האבן יענע מעשה,
דארפסט נישט גיין ארבעטן, דיין בעל בית וועט דיר פארשטיין,
דארפסט נישט אהיים קומען צו סאפער, דיין ווייב וועט דיר פארשטיין
אדג

קאצקע ציקער » פרייטאג מערץ 4, 2016 4:34 pm

· #323351
שטילע אינגערמאן
אוי הלוואי כקען זיין א גרוש פאר דער נאר וואך שבת, פלייייייייז.
מיין סדר היום וואלט געווען אזוי.
גיין אין מקווה ממש ביים זמן ווען סאיז שוין ליידיג, גענומען א שויער פאר צוואנציג מינוט, סתם געקלאצט אין געטראכט אין געזינגען, אנשטאט זיך טויבלען ווי א חיה, קום נעמען א שויער , אין לויפן אהיים מיט אפענע שיך בענדלעך צו גרייטען די ליכט
געדאווענט אין א מנין וואס שטעלט זיך א שעה נאכן זמן, נאכן דאוונען דורך געליינט יעדער חיבור וואס קומט נאר ארויס אונטער די לבנה, אנשטאט אהיים לויפן תיכף נאך ויכלו
אהיים שפארצירנדיג שטאאאאארט, געזעצן אויפן
קאוטש, געזינגען שלום עליכם שא שטיל אן ווערן געשטערט, געמאכט קידוש אן הערען ווי קינדער שלאגן זיך, געגעסן חלה אן דארף געבן שיריים דווקא פון מיין שטיקעל, פיש אן די קינדער זאלן לייגן דע שאלות פונעם וואך אויפן טעלער, בראנפען אין איין האנט אין א מקראות גדולות אין די צווייטע אדורך טוען א שיינע שטיקעל אור החיים, גיין אין ביה״כ מיטן צייטונג, צירוק קומען צו הייסע זופ, עסען שטארטלעך , באטראכטען ווי די לאקשען שווימט ארום, אנטינקען חלה אן די קינדער זאלן נאכמאכן אין אויסגיסן די זופ, נישט כאפן א פסק אז כטאר נישט טוען ווייל סאיז א שלעכטע סעמפעל פאר די קינדער.
נאכן סעודה ליינען די המודיע אין האקן פופיטעס ווי איידער זיכער מאכן אלע קינדער האבן געקטנט פאר אריין גיין אין בעט, ברענגן וואסער פאר ברכי, ליגן אין יאנקיס בעט, זינגען א ניגון צו חני, דערציילן א מעשה פאר משה.
גיין צום זכר פארברענגן דארט אן פרעשור, האקן זכר באנדלעך אן דארפן מאכן א חשבון פון די נאך ווייען.
מעביר סדרה געווען אנשטאט אראפ נעמען פון טיש.
אקעי, אפשר ווען איך ממשיך זיין די סדר היום פון שבת אינדערפרי

שטילע , דו רעדסט אזוי מיט בענקשאפט פון די געשמאקע חלה און די הייסע זופ ,אבער דו פארגעסט ווער מאכט די אלע זאכן, ווער שטייט און קאכט און באקט א גאנצע טאג אז נישט דיין ווייב ס'קימט נישט פון זיך אליינס...

דיין הלוואי איז בכלל נישט אזוי גיט ווי דו מאכסט עס...

גרוש » פרייטאג מערץ 4, 2016 4:43 pm

· #323352
שטילע יעצט לאמיר דיר אביסל אינטערציפן,

אזא איינער ווי דיר וואס האט נאך נישט געשפירט די צווייטע זייט מטבע, אויף וואס דו קוקסט אזוי שטארק ארויס,
פיהלט טאקע נישט דעם גוטן טעם פון א ווייב און קינדער וואס קוקן ארויס אויף דיין עטענשאן,
און זענען אנגעוויזן אין דיר,
דו קוקסט עס ענדערש אהן ווי א עול וואס ליגט אויף דיר און עס איז שווער,

משא"כ איינער וואס האט טועם געווען די אנדערע זייט,
איז נאכדעם וואס די ישועה קומט האט עס אזא גוטע טעם וואס אנדערע שפירן נישט,
ליכא נהורא אלא דנפיק מגו חשיכא,

די טעם פון א פיצא וואס מ'עסט יעדע וואך און די טעם פון א פיצא וואס מ'עסט נאר איינמאל א יאר,
איז כרחוק מזרח ממערב,
בלאט: 1 2 3