☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » א שב"ק במצבי האיומה

א שב"ק במצבי האיומה

123 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4932
בלאט: 1 2 3

שטילע אינגערמאן » פרייטאג מערץ 4, 2016 5:20 pm

· #323359
די עולם דא דארף פון שמעקי בעטעריעס.

גרוש » פרייטאג מערץ 4, 2016 5:30 pm

· #323362
שטילע

איי לאוו יו

קל וחומר » מוצ"ש מערץ 5, 2016 11:06 pm

· #323382
Re: א שב"ק במצבי האיומה
אוי גרוש גרוש ווי צובראכן ביסטו?
אשתו כגופו ווי ביסטו?
וואלט דער אשה שוין מיט אים געווען,
וואלט דער גרוש אזוי פרייליך געווען.

בדרך אגב, מיין זעקסטע חוש זאגט מיר אז ס'קומט גוטע צייטן!

גרוש » זונטאג מערץ 6, 2016 1:05 pm

· #323431
ישר כח,
אבער צוויי שאלות,
1)אויף וואס בעיסטו דיין זעקסטע חוש זאך?
2)עס זאגט דיר אויך א צייט בערך ווען ס'גייט זיין גוטע צייטן?

קל וחומר » זונטאג מערץ 6, 2016 4:15 pm

· #323444
Re: א שב"ק במצבי האיומה
פארוואס זאגן א צייט און דערנאך ווערן צובראכן?
מיין זעקסטע חוש איז אן אינערליכע פיהלינג, נישט געבעיסט אויף קיין אנדערע חושים.

גרוש » זונטאג מערץ 6, 2016 10:21 pm

· #323491
קל וחומר
פארוואס זאגן א צייט און דערנאך ווערן צובראכן?
מיין זעקסטע חוש איז אן אינערליכע פיהלינג, נישט געבעיסט אויף קיין אנדערע חושים.



ישר כח,

די פילינג מיינט אז עס גיי אזוי זיין?

איך מיין,
עס האט א מקור אז א זעקסטע חוש פיהלינג איז א מציאות?

גרוש » פרייטאג מערץ 18, 2016 3:26 pm

· #325642
and its erev shabos again

מיין ווייב קאלט מיר נישט ווען איך איך קום אהיים,

שטילע אינגערמאן » פרייטאג מערץ 18, 2016 3:58 pm

· #325648
גרוש
and its erev shabos again

מיין ווייב קאלט מיר נישט ווען איך איך קום אהיים,

Good for you, דאנק גאט אין גיי ווייטער. וואס עפעס זיך רייצן מיטן עולם? נאך דערצו א ערב שבת????

טמיר » פרייטאג מערץ 18, 2016 3:58 pm

· #325649
Re: א שב"ק במצבי האיומה
מיינס ריפט מיך אויך נישט אהיים, ווייל איך בין א גאנצן טאג דארט, ארומגענומען מיט אויער שפאלדענדע קולות

געוואלדיג » פרייטאג מערץ 18, 2016 5:59 pm

· #325660
גרוש
and its erev shabos again

מיין ווייב קאלט מיר נישט ווען איך איך קום אהיים,


אוי גרוש עס איז זייער שווער צו לעבן כסדר אין ווייטאג, איך ווייטאג מיט מיט דיר.

גרוש » פרייטאג מערץ 18, 2016 6:49 pm

· #325665
שטילע אינגערמאן
גרוש
and its erev shabos again

מיין ווייב קאלט מיר נישט ווען איך איך קום אהיים,

Good for you, דאנק גאט אין גיי ווייטער. וואס עפעס זיך רייצן מיטן עולם? נאך דערצו א ערב שבת????



עיין ברש"י פ' בראשית ד"ה האשה אשר נתת עמדי

וואלווי » זונטאג מערץ 20, 2016 1:30 pm

· #325723
רש"י שרייבט דארט אז אדם הראשון דורך קאמפלעינען האט כופר געווען אין די "טובה". די מהרש"א זאגט אין אגדות (ע"ז ה' ע"א) אז כפוי טוב מיינט נישט סתם אז מ'לייקענט אז יענער האט געטוהן א טובה, נאר אז די מתנה וואס יענער געבט ברענגט צי "טוב" עיי"ש. אלזא, וואס דארף מען מער ווי דעם וואס די תורה זאגט לא טוב היות האדם לבדו אעשה לו עזר כנגדו דאס מיינט אפילו די רעדטס זיך איין אז עס איז כנגדו אדער גאר זי איז טאקע א כנגדו ווי עס מאכט זיך אסאך, דאך איז זי אן עזר אין לא "טוב" היות האדם לבדו. רעד דיך איין אז די ווילסט זיין א כפוי "טוב" אין זיין א "אדם לבדו". פרעג דע חברה וואס זענען דארט...

בעסער זיין א @שטילע אינגערמאן ווי א שטילע @גרוש

גרוש » פרייטאג אוגוסט 4, 2017 7:38 pm

· #381400
and its erev shabos again
Yoy

גרויסע מענטשעלע » זונטאג אוגוסט 6, 2017 1:06 am

· #381424
Re: א שב"ק במצבי האיומה
גרוש
and its erev shabos again
Yoy


אויב מעגליך געב אביסעל צופארשטיין


יעדער גרוש איז א שווער צו טרעפן א פאסיגע זוג אדער איז עפעס אנדערש די קעיס.

איז דא עפעס וואס קען געטועהן ווערן צו לעזן דעם פראבלעם ?

גרויסע מענטשעלע » דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 7:33 pm

· #383867
Re: א שב"ק במצבי האיומה
[ציטאט אראפגענומען]


הלוואי

איש את רעהו » דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 7:43 pm

· #383869
מזל טוב צו @גרוש
<a class="postlink" href="https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=25&t=34890#p1511635">https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 0#p1511635</a>

Easy Shopping » פרייטאג סעפטעמבער 1, 2017 10:52 am

· #383892
גרויסע מענטשעלע
[ציטאט אראפגענומען]


הלוואי


נעבען מיר וואוינט א גרושה אן קינדער. זי וויל נאר נעמען א גרוש. ביטע קאנטאקט מיר

יתרו » פרייטאג סעפטעמבער 1, 2017 1:22 pm

· #383898
יאפ מיר האבן קראנטע אינפארמאציע, נישט קין שפוקעלאציע, אז די שב"ק במצבי אימה איז אווער, אז דרוש דידן איז א חתן געווארען בשעה טובה ומוצלחת, און אויב וועט ער עס פארלייקענען וועלן מיר ארויסשרייבן די נאמען פון די כלה.

קאצקע ציקער » דינסטאג סעפטעמבער 5, 2017 12:47 am

· #384070
וואס איז פשט ער האט עס נאכנישט געמאלדן דא ? נאר פאר וויינען זעמיר אונדז גיט?

יתרו » דינסטאג סעפטעמבער 5, 2017 1:34 am

· #384080
בעשת ער איז חתן געווארן האט ער נישט געוואלט וועגן גילוי מען זאל נישט כאפן ווער ער איז.

berlbalaguleh » דינסטאג סעפטעמבער 5, 2017 2:56 am

· #384083
זיין גאנץ חיות דא אויף קאווע שטיבל איז געווען זיין קרעכצן און ארויסרופן מיטלייד צו זיין מצב. איינמאל דער מצב האט זיך געטוישט ב"ה לטובה, האט ער מער נישט וואס צו פארקויפן. וואס 'עט ער שרייבן. ווי גוט די קעיק איז געווען ביי די לחיים. אדער, וואספארא שיינעם גאלדענעם זייגער ער האט באקומען פון זיין שווער...?!

אייז קריעם » מיטוואך סעפטעמבער 20, 2017 1:23 pm

· #385144
ער קען שרייבן אז עס איז נישט אלעמאל אזוי פערפעקט און ראמאנטיש ווי ער האט געמיינט....

berlbalaguleh » מיטוואך סעפטעמבער 20, 2017 1:44 pm

· #385147
דאס האט ער שוין געדארפט צו וויסן פון פריער. ער האט דאך שוין איינמאל אדורכגעלערנט מס' גיטין...!

מ'דערציילט א מעשה. א געוויסער איד וועלכער האט געהאט זיייער א שווערע מערידזש. און ווען ר'האטציך שוין ענדליך געג'ט האט ער זיך זייער שטארק געפרייט. האט מען איהם געפרעגט . די גמ' (אין סוף מס' גיטין. אזוי מייניך.) זאגט דאך..."המגרש אישתו ראשונה אפילו מזבח מוריד עליו דמעות"...האטציך דער איד אנגערופן...זאלל דער מזבח וויינען אבי נישט איך. איך האב שוין גענוג געוויינט...!
בלאט: 1 2 3