☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » זיך שמד'ן אדער באקומען א life?

זיך שמד'ן אדער באקומען א life?

38 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4841

לעיקוואד » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 8:29 pm

· #152694
זיך שמד'ן אדער באקומען א life?
רבותי איך דארף ענקער הילף, לעצטנס ספ'קע איך זיך שטארק וועגן געוויסע שריט אין מיין לעבן, בעיקר וויבאלד אז איך האב באקומען אפאר סתירה'דיגע עצות פון מורא'דיגע חכמים, און איך קען נישט מחליט זיין איזה מהם יוכשר.

ומעשה שהיה כך היה.

א גרויסער טיפער מחלוקת טוהט זיך אינערהאלב די שטיבל. אפשר כמעט א סאמאטוכע. דער ניק @לעיקוואד, לא ידענו מה היה לו, עפעס זאגט ער מיינונגען און דריקט אויס געדאנקען וואס זענען נישט קיין קאפי-פעיסט פון די מעלות/איד/בלאט/יתד נאמן/המחנה החרדי. און נישט נאר דאס נאר ער האט נאך די חוצפה זיך צו האלטן ביי זיינס, עס איז עם אריין אזא מין כפירה אין קאפ אז טענות דארף מען אפענטעפערן מיט טענות, נישט נאר מיט צעקות און קללות, און מען ווייסט נישט וואס צו טוהן.

זעצן זיך די גרויסע חכמים ונבונים און פראבירען פארשען פון וואו קומט דאס אזא זאך, הרב הגאון חכם מופלא ופסיכולוג נאמן מוהר"ר @איינגעמיירעט האט שוין אויסגעבויט א גאנצע טעאריע. ער קלערט אז דאס קומט פון עפעס א אומסטאבילקייט אין מיין לעבן, און עס האט צוטוהן מיט דעם וואס איך לעב נישט גענוג אין מיין אייגענע וועלטל אזויווי עם (און ווער נאך ווי ער לעבט אין אן אייגענער וועלטל און איז מקפיד קיינמאלנישט ארויסצוקוקען). דעריבער טענה'ט ער אז די עצה פאר מיר איז כלשוה"ק go get a life. למעשה איז מיר אבער נישט קלאר פונקטליך וואס דאס ענהאלט, און ווי פונקט מ'קען טרעפן דער לייף.

אבער נאך גרעסער ווערט מיין ספק, ווען משנהו בדומה לו הרה"ג חריף ובקי מוהר"ר @איך אויך האט גאר אן דיאגנוזע און עצה פאר מיר. זיין שיטה איז אז עס קומט פשוט פון זיין אנגעפיקעווט פון דעות כוזבות, און פיינט האבען ערליכע אידען. ממילא זיין עצה פאר מיר איז נישט צו באקומען א לייף נאר גאר אז איך זאל מיך שמד'ן. אזוי, קלערט ער, וועל איך פטור ווערן פון מיינע פראבלעמען. למעשה אויך דער עצה איז מיר נישט קלאר פונקט וויאזוי דאס מקיים צו זיין, און ער האט אויך זיך אנטזאגט פון ווייטער עלעבארירען. א שטיקל ספק האב איך אפשר ביי עם מיינט זיך שמד'ן זיך טויפען צו די סאטמערע רעליגיע .


ווידער ידידי @יאיר , ער האט גאר אפשר אן אנדערער פלאן

בקיצור, זייטס מיר ביטע מכריע וועמענ'ס דיאגנוסעס איז ריכטיגער, און וועלכער עצה איז גלייכער, ותשועה ברוב יועץ.

איך אויך » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 8:31 pm

· #152695
אפשר טוהסטו אלע דריי?

מורינו הרב » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 8:31 pm

· #152696
לעיקוואד; גיי ארבעט.

דעת תורה » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 8:35 pm

· #152699
מורינו הרב
לעיקוואד; גיי ארבעט.

בן תמליון » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 8:39 pm

· #152701
מורינו הרב
לעיקוואד; גיי ארבעט.

יאיר » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 8:45 pm

· #152704
לעיקוואוד ארבעט דאך שוין ביטער שווער צו גראד מאכן אונזערע מוחות?

outspoken » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 8:45 pm

· #152705
👍 👍 👍 👍 👍 לעיקוואד

היימישער ליטוואק » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 8:49 pm

· #152706
נישט שיין פארן דיסקרמנירן אנטקעגן מיר. באמת, איך בין שוין צוגעוואוינט - יד החסידים (אפילו די האלבע או.טי.די.ס) על העליונה.
איין זאך קען איך דיר צוזאגן, איך ועל נישט קומען צו דיין שמד צערמאניע, אויך נישט ווען דו באקומסט א לייף. אולי נאכדעם וואס דו וועסט דאס "נעמען" כמבואר באשכול הנ"ל, אויב דו וועסט באפעלן אין דיין דייתוקי אז איך זאל נישט ווערן דיסקרעמנירט אנטקעגן, נאר ווערן אויפגנומען מיט א פנים שוחקות.

חכם באשי » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 9:15 pm

· #152714
לעיקי,

לאור די לעצטיגע געשעענישן, ווי אפפארן איז גורם דערנאך זעלבסמארד ל"ע, כעובדא דההיא איתתא, איז אייער שאלה אפשר 1) שמד'ן און get a after-life, אדער 2) נישט אפפארן און get a life...

ידען » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 9:16 pm

· #152717
איך אויך
אפשר טוהסטו אלע דריי?

מיינסט ער זאל זיך שמדן צו די סאטמארע לייף?

איך אויך » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 9:24 pm

· #152722
ניין ,כ'האב געמיינט די ערשטע אפציע פון הרב באשי.

diff » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 9:37 pm

· #152733
No hopes. At the galach you’ll rebel quicker and stronger than here. Gilgul also isn’t a good idea

נולד מאוחר » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 9:57 pm

· #152743
?its an either or question ? how about both
please provide us the 800 to for שמד

בשםואין » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 10:22 pm

· #152755
אנשטאט זיך נישט וויסענדיג מאכן האסטו געעפענט א אשכול דערוועגן מיטן האפענונג אז אזוי וועט זיך עס אויפהערן.
דאס מיינט אז דו נעמסט קאווע שטובל זייער ערענסט צום הארצן, רוב שרייבער דא ניצן דאס קאווע שטובעל פאר א קאווע שטובעל, זיך אויסצולופטערן נאך א שווערן טאג, דו וואוינסט אינעם קאווע שטובעל, דיין מאדראץ איז אונטער די צוקער, די שמעקסט פון קאווע.

דעריבער איז מיין עצה מוף ארויס פון דאנעט, ״גאו געט א לייף״, קענסט אייביג צוריקקומען פאר א קאווע.

דאנט געט מי ראנג, איך האלט זייער שטארק פון דיר, דיינע מיינונגען זענען ׳אפען מיינדעד׳ אנע נגיעות.

איינגעמיירעט » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 10:36 pm

· #152767
נאך אלע גערעדאכצער, אפשר ביסטו מסביר דא פארען עולם פון וואו שטאמט דיין אבסעסיע מיט די או טי די ? און פארוואס די קענסט דיך נישט צאמנעמען צוטראכטען רואיג מיט ישוב הדעת ווען סקומט צו עטוואס וואס ער האלט דעם סוגיא.
ביסטו פערזענדליך אריבער שווערע מעברים און אונזער קאממיונוטי ?
סזעעט זיך זייער אהן דיין איינזייטיקייט און דעם נושא פאר יעדן איינעם, געווענטליך קומט דאס פון פערזענליכע שווערע איבערלעבענישען

קאצקע ציקער » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 10:46 pm

· #152770
ניין ס'קימט פון זיך האלטן אויפגעקלערט און וויזוי ווייזט מען אויפגעקלערטקייט דארוך זיין אויף די היימישע זייט?? אוודאי נישט!

לעיקוואד » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 10:48 pm

· #152772
איינגעמיירעט
נאך אלע גערעדאכצער, אפשר ביסטו מסביר דא פארען עולם פון וואו שטאמט דיין אבסעסיע מיט די או טי די ? און פארוואס די קענסט דיך נישט צאמנעמען צוטראכטען רואיג מיט ישוב הדעת ווען סקומט צו עטוואס וואס ער האלט דעם סוגיא.
ביסטו פערזענדליך אריבער שווערע מעברים און אונזער קאממיונוטי ?
סזעעט זיך זייער אהן דיין איינזייטיקייט און דעם נושא פאר יעדן איינעם, געווענטליך קומט דאס פון פערזענליכע שווערע איבערלעבענישען

אינטרעסאנט, פונקט די קשיא האב איך אויף אייך, און אויף נאך אנדערע שרייבערס דא, פארוואס פונקט ביי די נושא שטעלט זיך אפ די שכל הישר, עכ"פ ווי עס קוקט מיר אויס די פשוט'סטע שכל הישר און מענטשליכקייט, און אלע פאפיגייען די זעלבע נוסחאות. וויאזוי שעמט מען זיך נישט בכלל צו שרייבען אזוי קלאר איינזייטיג און נאריש?זענט איר אריבער עפעס שווערע מעברים פון או טי די חברה? עס איז דא עפעס אין זייער עצם מציאות וואס טראומאטאזירט אייך און לאזט אייך נישט טראכטען גלייך?

בן תמליון » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 10:50 pm

· #152773
בשםואין
אנשטאט זיך נישט וויסענדיג מאכן האסטו געעפענט א אשכול דערוועגן מיטן האפענונג אז אזוי וועט זיך עס אויפהערן.
דאס מיינט אז דו נעמסט קאווע שטובל זייער ערענסט צום הארצן, רוב שרייבער דא ניצן דאס קאווע שטובעל פאר א קאווע שטובעל, זיך אויסצולופטערן נאך א שווערן טאג, דו וואוינסט אינעם קאווע שטובעל, דיין מאדראץ איז אונטער די צוקער, די שמעקסט פון קאווע.

דעריבער איז מיין עצה מוף ארויס פון דאנעט, ״גאו געט א לייף״, קענסט אייביג צוריקקומען פאר א קאווע.

דאנט געט מי ראנג, איך האלט זייער שטארק פון דיר, דיינע מיינונגען זענען ׳אפען מיינדעד׳ אנע נגיעות.


זעסט אויס ווי פרידיש איז אייער סעקאנד לענגוועזש. איך לאך פונעם מאדראץ אינטערן צוקער.

געפילטע פיש » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 11:10 pm

· #152779
מנשה פארשטיי איך איז לעצטענס טראמאטיזירט געווארן דורך עפעס א טשוכעפאכע, פארשטיי איך פארוואס ער שעלט און זידט, אבער דער עולם דא, בעלי שכל הישר וואס פלוצלים ביי דעם פרשה ווערן זיי שטארק איין זייטיג. די איינציגסטע הצדקה וואס איך טראכט איז אז אפשר האבן זיי מער אינפארמאציע וואס איז נישט עוועיליבעל פארן פובליקום, אבער זיי טענה'ן דאך בכלליות אויף אלע קאסטאדי בעטעלס. הדרא דוכתא לקושיה.

לעיקוואד, אפשר נעמסטו אן איך אויך'ס צווייטע עצה? נעם אפאר אייער, פלאנץ זיי איין, און לאז מיר וויסן ווען ס'הייבט אן וואקסן.

בענדזשאמין פרענקלין » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 11:33 pm

· #152790
לעיקוואוד איך האב אלעס פארשטאנען, נאר איין זאך פארשטיי איך נישט: וואסי פשט פון זיך טעגן אליינס.

הוגה » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 11:33 pm

· #152793
וויצן אין א זייט, כ'מיין אז מען דארף דא ארויס נעמען א וויכטיגע ערענסטע נקודה. עס איז זייער קינדעריש צו אריינגיין אין יענעמ'ס פערזענליכע אישוס אין מיטן א דעבאטע, אפגעזעהן אויב יענעמ'ס תגובה איז אנטאגעניסטיש, קינדעריש, או-טי-די'איש, ליבעראליש אדער זאלוניש. עס הארגעט אפ די פלוס פונעם שמועס, און עס ברענגט אראפ די גאנצע ניווא פונעם שטיבל.

אזעלכע קאמענטארן, צו הייסן יענעם שמד'ן וכדומה איז immature. פרעגן יענעם פערזענליכע שאלות, ווי לדוגמא "פארוואס שרייבסטו אלעמאל דער נושא", "פארוואס נעמסטו דיר אלץ אן פאר דעם און יענעם", איז אריינקריכן אין די קושקעס און איז אומעטיש. און דערמאנען יענעם איבער תגובות וואס ער האט געשריבן דא אדער אין אנדערע פארומס, אדער פערזענליכע עבירות וכדומה אלץ א scare tactic, הייסט אין בעסטע פאל זיך אראפ נידערן צו יענעמ'ס לעוועל.

לאמיר זיך אונטערנעמען אלעמאל צו האלטן אויסשליסלעך צום טעמע, און לאמיר איגנארירן די נימוכי השכל וואס פרובירן ברוב חכמתם צו פארדרייען די שמועסן און avoid 'ן די נושאים. ובא לציון גואל אמן!

לעיקוואד » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 11:34 pm

· #152794
בענדזשאמין פרענקלין
לעיקוואוד איך האב אלעס פארשטאנען, נאר איין זאך פארשטיי איך נישט: וואסי פשט פון זיך טעגן אליינס.

בבחינת אם אין אני לי מי לי, וד"ל. 😉

אויך איז מיר אינטרעסאנט געווען אויב דאס ארבעט (יא, עס ארבעט..)

קאווע טרינקער » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 11:37 pm

· #152795
בענדזשאמין פרענקלין
לעיקוואוד איך האב אלעס פארשטאנען, נאר איין זאך פארשטיי איך נישט: וואסי פשט פון זיך טעגן אליינס.

מן הסתם א טעסט צו ער האט שוין life
מ'ציפט זיך אליינס

הקטן » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 11:40 pm

· #152797
הוגה
וויצן אין א זייט, כ'מיין אז מען דארף דא ארויס נעמען א וויכטיגע ערענסטע נקודה. עס איז זייער קינדעריש צו אריינגיין אין יענעמ'ס פערזענליכע אישוס אין מיטן א דעבאטע, אפגעזעהן אויב יענעמ'ס תגובה איז אנטאגעניסטיש, קינדעריש, או-טי-די'איש, ליבעראליש אדער זאלוניש. עס הארגעט אפ די פלוס פונעם שמועס, און עס ברענגט אראפ די גאנצע ניווא פונעם שטיבל.

לאמיר זיך אונטערנעמען אלעמאל צו האלטן אויסשליסלעך צום טעמע, און לאמיר איגנארירן די נימוכי השכל ואס פרובירן ברוב חכמתם צו פארדרייען די שמועסן און avoid 'ן די נושאים. ובא לציון גואל אמן!

איך זאג גארנישט
(just kidding)

יתרו » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 11:41 pm

· #152798
לעיקוואד אקעגן די אלע וואס זאגן אז איר זענט צופיל און שטיבל זאג איך פונקט קאפויער איר זענט נישט גענוג דא. די ניקים וואס שיקן אייך ארבעטען קענען באשטיין צו פארשטאפן דאס מויל פון זייער גרעסטע קעגענער.

קאווע טרינקער » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 11:44 pm

· #152800
@לעיקוואד, אז דו פרעגסט אזא קלוגע איד ווי מיר, וואלט איך גע'עצה'ט זאלסט דיך אוועקציען פון לעיקוואוד... ס'איז א דיפרעסטע מקום. מ'יאגט זיך צו כאפן זמן תפילה, שקיעה, וכו'. לאדיך אפ, קום קיין וויליאמסבורג, מ'רעדט פון איין רבי און מ'רעדט אויף אלע רביס, די שלחן ערוך האט מען פארפאקט, און מ'האלט אן אויג אויף יענעמס אידישקייט.
קום לעיקוואוד קום, וועסט הנאה האבן. ס'נאך דא אידן וואס געדענקן נאך ר' שלום לעיזערעל און ר' משה אריה.

הוגה » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 11:50 pm

· #152803
@הקטן, א לייק קומט דיר פארן איינפאל. אבער כ'מיין אז דו פארשטייסט אליין די חילוק ווען מען רעדט איבער א phenomenon און ווען מען רעדט איבער א פערזענליכע יחיד, ספעציעל ווען מען וויל עס נוצן אלץ א טאקטיק יענעם צו פארשווייגן אדער צו פארדרייען א שמועס.

יואליש » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 11:56 pm

· #152807
כ'מיין סעריעיסלי, אדער שמד'ן אדער get a life? ס'איז א false dichotomy. איז נישט דא א מהלך אמצעי? א שטייגער ווי גיין מחדש זיין די לבנה, זיכן א צענטען פאר אן אלוהינו, שעפן מים שלנו אדער בויען א תשעה באב בענקל? דאס לעבן קען זיין זיס, מ'ברויך נאר וויסן וויאזוי.

(דרך אגב, וויאזוי זאגט מען אין אידיש געט עי לייף, נעם דיר דאס לעבן?)

נצבד » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 1:22 am

· #152847
קופער
גורן האטד איז אייגענס? נייס

סאשי פיש » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 1:54 am

· #152855
לעיקוואד
בענדזשאמין פרענקלין
לעיקוואוד איך האב אלעס פארשטאנען, נאר איין זאך פארשטיי איך נישט: וואסי פשט פון זיך טעגן אליינס.

בבחינת אם אין אני לי מי לי, וד"ל. 😉

אויך איז מיר אינטרעסאנט געווען אויב דאס ארבעט (יא, עס ארבעט..)

@לעיקוואד
אזוי ווי די מעשה מיט איינעם וועם מען האט געטראפען רעדען צו זיך אליין, פרעג אים איינער ביסט נארמאל? דו רעדסט צו זיך אליין?
זאגט ער אים קוים וואס איך האס שוין געטראפען איין נארמאלע מענטש צו וועם צו רעדען מאכט מען מיך שוין משוגע!!

אויס מענטש » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 12:09 pm

· #152950
לעיקוואוד איך זעה נישט דיינע ספיקות. קענסט טון ווי פאלגענד.
1) גיי או. די. טי.
2) וועסטו מאכן א לעבן
3) און נאכדעם וועט קומען די נאכפאלגען ...

ואם שלש אלה לא יעשה לה ויצאה לחפשי חנם.

און די תוצאות וועלן געפראווט וועןר ערשט האנטיג לכאן צו לכאן.


סאיז פשוטער פון פשוט און פארשטענדליכער ווי פארשטאנד אליינס.

פארגעס אונז נאר נישט מיטצוטיילן די גאנצע צייט וואס טוט זיך מיט דיר, און ווי אזוי עס שפירט זיך.

צום ווידער זעהן

איינגעמיירעט » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 12:17 pm

· #152956
הוגה
@הקטן, א לייק קומט דיר פארן איינפאל. אבער כ'מיין אז דו פארשטייסט אליין די חילוק ווען מען רעדט איבער א phenomenon און ווען מען רעדט איבער א פערזענליכע יחיד, ספעציעל ווען מען וויל עס נוצן אלץ א טאקטיק יענעם צו פארשווייגן אדער צו פארדרייען א שמועס.

איך ווייס נישט צו די וועסט דיך באציען צו מיין תגובה, יתכן איך בין פון די נימוכי השכל און דיינע אויגען,וואס מברויך איגנערירען.
אבער איך וועל דאך שרייבען,
צוויי נקודות, ראשית איך האף די פארשטייסט א ניק איז נישט קיין פערזענדליכע מענטש, סקען זיין אז ניק לעקוואד און ניק איינגעמיירעט שרייבען דורך דעם זעלבען קאמפיוטער, און שרייבען ארויס פון די זעלבע קאפ, ממילא צוזאגען דא ווארט פערזענדליך בא א ניק איז נישט און פלאץ לענ״ד.
שנית.
טרייען צו פארשטיין א מענטשעס מאטיווען איז זייער א איטרעסאנטע און באלערנדע סוגיא,
עפ״י רוב קומען די דיעות פון א מענטש געבויט אויף זיינע מאטיווען און אגענדאס, און מאטיווען און אגענדאס קומען פון א געמישעאכטס פון די מענטשענס תכונות און איבערלעבינישען, און פון זיין ערציאונגס שטייגער, און ממילא בעיני איז דאס די עיקר פון א וויכוח צוצוקומען צו די מענטשענס מאטיווען.

berlbalaguleh » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 12:23 pm

· #152959
לעיקוואוד: עצה טובה קמ"ל. ווען דו גייסט אי"ה צום גלח אפצושמועסן פונקטליך די שמד צערעמאניע, רח"ל. זאלסטו נישט פארגעסן מיטצונעמען א קליין גמרא'לע. כדי נישט עובר זיין אויף "ביטול טעירע",אויב דער גלח 'עט פונקט נישט זיין אין שטוב, און זיין רביצ'ן 'עט דיר הייסן ווארטן. 😂 🙄 😳 👍

הוגה » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 1:33 pm

· #152985
איינגעמיירעט

צוויי נקודות, ראשית איך האף די פארשטייסט א ניק איז נישט קיין פערזענדליכע מענטש, סקען זיין אז ניק לעקוואד און ניק איינגעמיירעט שרייבען דורך דעם זעלבען קאמפיוטער, און שרייבען ארויס פון די זעלבע קאפ, ממילא צוזאגען דא ווארט פערזענדליך בא א ניק איז נישט און פלאץ לענ״ד.


איך קען נישט אלע דיינע ניקס, אבער ווען איינער אטאקירט "הוגה" מיין איינציגסטע ניק, איז עס פערזענליך. אבער נישט דאס איז געווען מיין נקודה. די נקודה איז געווען אז מ'זאל אויפהערן נוצן פערזענליכע אטאקעס צו sidetrack'ן פון די עיקר נושא וואס מען רעדט פון.

איינגעמיירעט
שנית.
טרייען צו פארשטיין א מענטשעס מאטיווען איז זייער א איטרעסאנטע און באלערנדע סוגיא, עפ״י רוב קומען די דיעות פון א מענטש געבויט אויף זיינע מאטיווען און אגענדאס.


אדרבא, וויסן יענעמ'ס מאטיוון פארבלענדט די אמת. ממ"נ, אויב האסטו די זעלבע מאטיוון וועסטו אטאמאטיש מסכים זיין, האסטו פארקערטע מאטיוון וועסטו אטאמאטיש חולק זיין. למאי נ"מ וואס יענער האלט, ליין זיינע רייד און זעה אויב ס'ריכטיג אדער נישט.

ממרום שלח אש » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 1:38 pm

· #152990
איך האב אקארשט באקומען צוגעשיקט א טעלעגראמע ובתוכו א באמבעלע פון אונזער זיסע טאמבעלע (המכונה טאמבל סאס) וואס וויילט במקומות הרחצה משום טעמי בריאות אן קיין עקסעס צו די וועב, וז"ל

"זאג לעיקוואד'ן ער זאל זיך זעצן לערנען"

איינגעמיירעט » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 1:48 pm

· #152991
הוגה
אדרבא, וויסן יענעמ'ס מאטיוון פארבלענדט די אמת. ממ"נ, אויב האסטו די זעלבע מאטיוון וועסטו אטאמאטיש מסכים זיין, האסטו פארקערטע מאטיוון וועסטו אטאמאטיש חולק זיין. למאי נ"מ וואס יענער האלט, ליין זיינע רייד און זעה אויב ס'ריכטיג אדער נישט.

ס'נישט אייביג דא איין ריכטיג, ס'איז דא א מושג פון אלו ואלו, וואס געוויסע ספרי מחשבה זענען טאקע עוסק אין דעם, מבאר צו זיין מחלוקת ב"ש וב"ה וכדומה.
ממילא אז מ'רעדט פון א נושא וואס איז משתמע ומתפרד לכמה אופנים, איז מיר אינטערעסאנט צו פארשטיין די מאטיוו פונעם ניק.

טעפל » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 2:48 pm

· #153014
איך גיי מיט קאווע טרינקער קום קיין וויליאמסבורג אז ביסט אין לעיקוואד קענסטו שוין גיין קיין סקווירא פאר די זעלבע געלט, קום קיין ווליאמסבורג וועסטו זעהן די ריכטיגע זיסע אידישקייט..

למדן » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 3:52 pm

· #153043
עס איז דא ריכטיגע אידישקייט און זיסע אידישקייט און עס איז דא אין וויליאמסבורג אויך. זוך שטארק וועסטו טרעפן