☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » דבורה טאמבור ע"ה

דבורה טאמבור ע"ה

177 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4819
בלאט: 1 2 3 4

יאיר » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 5:46 pm

· #152294
לאמיר אביסל אוועקפירן דעם שמועס פון די זידלערייען, תכלית גערעדט. אויב מרת טאמבור וואלט געקומען צו אייך מיט א גלעזל טיילענאל און געזאגט אז זי וויל באגיין זעלבסטמארד, וואס וואלט איר איר געזאגט, און פארוואס? צו וואלט איר געקענט איבערצייגן האשה הצדיקת אז זי וועט נאך אמאל האבן א גוט לעבן?

מורינו הרב » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 5:53 pm

· #152296
מ'קען אפשר אויפהערן צו 'בונד'טעווען?

diff » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 5:54 pm

· #152297
This is an OTD battle against the courts

יאיר » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 5:55 pm

· #152298
נו, רבותי, קיינער האט נישט עפעס חיזוק ווערטער פאר מרת. טאמבור?

מאראנצןזאפט » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 5:55 pm

· #152299
פייער פון די באלאטעס וואלט דער מגיד רבי שאלעם זיך אויסגעדרוקט אין אזא צייט. מ'האט דא צאמגעברענגט אלטע מיט נייע ניקים, געשטארבענע און לאנג פארגעסענע, פריש געבוירענע אפרוחים מיט תנוק בן יומו'ס, און ס'גייט א רויעך וריח ניחוח.
אלס איינער וואס האט מיטגעהאלטן ווי מ'צוויבלט אן ערליכן טאטן פון צו זען זיין קינד, אן א פארוואס, בלויז ווייל נוהגין להרבות ברשעות, וכל המרבה הרי זה משובח ומפואר, און צוזעענדיג דער אומגעהויערער צער פונעם טאטן און זיינע ארומיגע, איז ביי מיר קליפ און קלאר אז זעלבסטמארד אין אזא פאל איז בלויז א וועג ארויס פון ביטרע שמערצליכע יסורי הנפש, ואין אדם נתפס בשעת צערו, ואל תדין את חבירך כו'.
עס האט נישט מיט רעליגיע, עס האט נישט מיט גייסטיגער געזונט סטאביליטעט, עס איז דער אקט פון א צעבראכן הארץ וואס קען מער נישט איבערטראגן אזעלכע מאיומ'דיגע שמערצן וואס איר זאלט קיינמאל נישט פארשטיין.

איך אויך » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 6:10 pm

· #152309
יאיר
היימישער ליטוואק
יאיר: EXPLAIN!

אין די סעקולערע וועלט הייבט מען קוים אן צו עקספלארירן די וועלט ביי די אכצן יאר, דעמאלט איז די צייט וואס מען ווערט א היפי און מען פארט קיין אינדיע אויסדינען אלע עבודה זרות און מען ווערט א בעל תשובה אויפ'ן וועג צוריק. ווי אזוי זאל א בחור'ל וואס ווייסט נאך ניטאמאל וואס ער וויל טון מיט זיין לעבן מאכן א לעבנסוויכטיגע בונד אויף זיבעציג יאר? לאמיר שוין נישט רעדן פון דעם וואס די צוויי קענען זיך ניטאמאל. ס'איז דאך אלעס איין גרויסע ליצנות.

פשיהא ביסט גערעכט ,מען מוז זאפארט אנהייבן א מאוומענט 'חסידים פאר יוגענטליכע זאלן פארן צאמרייכערן אלע מיני קטורת הסמים און פראבירן אלע עבודה זרהס ביי די אכצען' אדער בשם הקיצור חפיזפצאמקהאפאעזבד"א.

יאיר » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 6:12 pm

· #152310
האבן מיר שוין איין וואוט, כבוד @מאראנצןזאפט וואלט איר גע'עצה'ט זיך צו נעמען דאס לעבן. איינער וויל דא פארשלאגן א מער פאזיטיווע אויסגאנג פאר טאמבור?

געפילטע פיש » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 6:16 pm

· #152312
איך אויך
יאיר
היימישער ליטוואק
יאיר: EXPLAIN!

אין די סעקולערע וועלט הייבט מען קוים אן צו עקספלארירן די וועלט ביי די אכצן יאר, דעמאלט איז די צייט וואס מען ווערט א היפי און מען פארט קיין אינדיע אויסדינען אלע עבודה זרות און מען ווערט א בעל תשובה אויפ'ן וועג צוריק. ווי אזוי זאל א בחור'ל וואס ווייסט נאך ניטאמאל וואס ער וויל טון מיט זיין לעבן מאכן א לעבנסוויכטיגע בונד אויף זיבעציג יאר? לאמיר שוין נישט רעדן פון דעם וואס די צוויי קענען זיך ניטאמאל. ס'איז דאך אלעס איין גרויסע ליצנות.

פשיהא ביסט גערעכט ,מען מוז זאפארט אנהייבן א מאוומענט 'חסידים פאר יוגענטליכע זאלן פארן צאמרייכערן אלע מיני קטורת הסמים און פראבירן אלע עבודה זרהס ביי די אכצען' אדער בשם הקיצור חפיזפצאמקהאפאעזבד"א.

דו הייסט אפשר בדחן? מה ענין שמיטה אצל קאץ איבערן וואסער?

פידלער » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 6:21 pm

· #152315
הוגה
יאיר
לעיקוואד, דו שרייבסט צו קאמפליצירט, מאך אפ קלאר אויף וועמענס זייט דו ביסט - מיט וועבערמאן-רובאשקין-שלומי אמוני ישראל, אדער מיט טשארלס היינס-או טי די-טאמבור-יאיר לפיד-שטערנבוך?


If you want the truth to stand clear before you, never be for or against. The struggle between "for" and "against" is the mind's worst disease. ~Sent ts'an


John Keats on "Negative Capability": I had not a dispute but a disquisition with Dilke, upon various subjects; several things dove-tailed in my mind, and at once it struck me what quality went to form a Man of Achievement, especially in Literature, and which Shakespeare possessed so enormously - I mean Negative Capability, that is, when a man is capable of being in uncertainties, mysteries, doubts, without any irritable reaching after fact and reason

איך אויך » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 6:23 pm

· #152316
געפילטע ,סטעי קאלם און גיי זוך דיין סלייס.

געפילטע פיש » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 6:29 pm

· #152317
איך אויך
געפילטע ,סטעי קאלם און גיי זוך דיין סלייס.

פשיהא ביסט גערעכט ,מ'מוז גיין אויסשפרייטן גרינע טישן אויף גאנץ פייף טאונס און אנגיסן מיט טשיקן זופ.

איך אויך » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 6:31 pm

· #152318
אלעס אוקעי מיט דיר היינט? ליידסט אויף יו"ט ווידראועל סימפטאמס?

געפילטע פיש » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 6:33 pm

· #152320
רייכערען קטורת האט אזויפיל צו טוהן מיטן זאגן אז א בחור ביי די אכצן איז נישט גרייט אריינצוגיין אין א לעבענסלענגליכע בונד, ווי גרינע טישן מיט טשיקן זופ האט מיט פארלוירענע געפילטע פיש, יעצט פארשטייסטו?

איך אויך » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 6:45 pm

· #152321
לעסט טיים איי טשעקט האבן היפיס גאנץ ליב קטורת אבער ברוח האשכול אז דו ווילסט האבן דאס לעצטע ווארט געב איך עס דיר גערן.

גאנצל » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 7:21 pm

· #152329
נאכ'ן דורך ליינען די לעצטע פינעף בלעטער וויל איך פרגגן להלכה ולמעשה וואס האלט דער עולם דא אין קאווע שטיבל?

אז איינעם'ס ווייב הייבט אן צוביסלעך נאר טוישן איר לייף סטייל און ווי מער צופרידן זי ווערט אלס מער טוישט זי זיך פון איין לבוש צום צווייטן ביז אייגענע האר און אזוי ווייטער, און דער מאן וויל דאס נישט אבער ער גייט מיט, א ברירה האט ער ?

ביז איין שיינעם טאג קומט זי זאגן -נאר שיינערהייט זי צווינגט נישט אויף קיין שום וועג ווייל מ'טאר דאך נישט צווינגען- זי וויל זיך אינגאנצן טוישן איר רעליגיע נישט ווייל זי איז נישט צופרידן נאר זי וויל זיין אביסל מער אפען אין די אפענע וועלט

און די מאן ווייסט גאנץ גוט אז די פרוי איז א טאטאלער און איין טאג גייט זי מחמת גרויס צופרידנהייט פון איר נייע פרידאם אויסקוקון אדער ווי דעברא פעלדמאן אדער ווי דעם ראדיקאלער פ. גאלדבערגער וואס נעמט זיך ברעכן אין פאבליק מיט מר. געטער אדער ווי דעם ויזתא מרת גראסמאן רייך וואס מיט אירע אויסגעשפרייטע נאז לעכער גלייכט זי צו רעליגיע צו קאקאש קעיק

און ער וויל נישט אז זיינע קינדער זאלן אויסוואקסן אין אזא פרידאםדעגע אטמאספער וואס דארף ער יעצט טון? זיך לאזן? שטיין אין די זייט און זאגן אל רייט מיינע קינדער דארפן יעצט זיין די קרבנות פון א פאריקטן מאמע? איך רעדט שוין נישט פון דעם אז די גרויסע נשים רחמניות העצן די קינדער אקעגן זייערע פרומע טאטעס און זיידעס נא? וואס דארף ער טון ? וואס זאגט דער עולם?

הוגה » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 7:42 pm

· #152335
גאנצל, און וואס וועט זיין ווען די זון און די לבנה וועלן זיך צוזאם שטויסן און די גאנצע וועלט וועט באגאסן ווערן מיט טאמעיטא סאוס? הא? וואס וועסטו דעמאלטס טון?

איז אזוי, ליינענדיג דיין גאר איידעלע ריספעקטפול שפראך אין דיין לעצטע תגובה פארשטיי איך גאר גוט פארוואס דיין ווייב זאל וועלן טוישן איר רעליגיע. אויב אזא "גאלדענע" שפראך רעפרעזינטירט די אידישע רעליגיע וויל איך גיין צו די פארקערטע עק.

כל ערום יעשה בדעת. קיינער פארלאזט נישט די אידישע געמיינדע צו קענען האקן א לעבן, אדער אפילו ווייל זיי האבן איינגעזעהן די אמת. מען קען פיין האקן א לעבן טראגנדיג א שפיצל, שטיי נאר איין נאכט ביי די מאנהעטן נייט קלאבס וועסטו זעהן. און מען קען זיין א ריכטיגע אטעאיסט מיט שטריימל, ווייסע זאקן, ווייסע וועסטל און געפעפעטע הויזן. די אלע וואס פארלאזן די געמיינדע און זייער משפחה איז עס צוליב אנדערע סיבות וואס שטופט זיי דאס צו טון. די otd זאגן דאס אליינס, און עס איז ידוע פאר יעדער וואס נער'ט זיך נישט. דיין שאלה איז אפילו נישט הייפאטעטיקל.

יעצט איינמאל וואס עס איז געווען שלום בית פראבלעמען דארף מען שוין פארהאנדלען פונקט ווי אלע אנדערע קעיסעס. למעשה אבער געשעהט וואס געשעהט אלץ, די תאוות הנצחון וועגט איבער די שכל.


.

חזקיהו המלך » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 7:54 pm

· #152337
הוגה
און וואס וועט זיין ווען די זון און די לבנה וועלן זיך צוזאם שטויסן און די גאנצע וועלט וועט באגאסן ווערן מיט טאמעיטא סאוס? הא? וואס וועסטו דעמאלטס טון?
.


די ערשטע זאך איז צי מאכען א קאר וואש,

נאכדעם צאם נעמען אין באטלעך וויפעל מען קען אין שפעטער ווען ס'ווערט אוועקגעוואשען פין רעגן, קען מען עפענען א ביזנעס פין טאמעיטאו סאוס,

מיט די געלט קען מען קויפען א נייע הויז, אין חתונה מאכען די קינדער,

מורינו הרב » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 8:01 pm

· #152339
ד'וה ידוה כל הדווים
ב'יום א' אחרי החגים
ו'יבכו החכמים והחסידים
ר'ועי ומנהיגי עם קדושים
ה'מקום ינחם גלים ונשברים

ט'הר טמאים ומטמא טהורים
א'ל תתן דמי לך, לנגוע דמים בדמים
מ'מרומים תשמע שוועת עניים
ב'לי לשפוט דם תמימים
ו'יהיו רחמך מתגוללים
ר'אה והביטה על עמך ממרומים

סאשי פיש » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 8:17 pm

· #152343
<a class="postlink" href="http://fb.me/1Poku5XT8">http://fb.me/1Poku5XT8</a>

הערשי » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 8:17 pm

· #152345
מורינו הרב
ד'וה ידוה כל הדווים
ב'יום א' אחרי החגים
ו'יבכו החכמים והחסידים
ר'ועי ומנהיגי עם קדושים
ה'מקום ינחם גלים ונשברים

ט'הר טמאים ומטמא טהורים
א'ל תתן דמי לך, לנגוע דמים בדמים
מ'מרומים תשמע שוועת עניים
ב'לי לשפוט דם תמימים
ו'יהיו רחמך מתגוללים
ר'אה והביטה על עמך ממרומים

זייער שיין. האמיר שוין א נוסח מצבה.
וואס מיינט 'גלים' אויב מ'מעג פרעגן?

מורינו הרב » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 8:19 pm

· #152346
ע"ד הפסוק: כל משברך וגליך...

הערשי » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 8:25 pm

· #152349
מורינו הרב
ע"ד הפסוק: כל משברך וגליך...

כ'פארשטיי. איך האב געוואלט וויסן צו מיטן נמשל מיינטסו אויך עפעס, אזויווי נשברים מיינט דאך אוודאי צעבראכן הערצער.

בן תמליון » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 8:36 pm

· #152353
אפשר מיינט עס די גלים פון די יקוו המים די וואך וואס וויינען אויפן נתרחק ווערן פון די שכינה און מען מוז נעמען זייער זאלץ לנחמם. כי גדול כים שברך.

יואליש » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 9:16 pm

· #152367
ט'הר טמאים ומטמא טהורים


פשט?

שלום על ישראל » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 10:16 pm

· #152381
בשםואין
מורינו הרב
טאמער וואלט מיר זיך אונז געזארגט פאר קינדער וואס ווערן אויפגעצויגן ביי אומסטאבילע (כ׳גלייך דעם ווארט) עלטערן וואלט די דבר יום ביומו קידושים און זכרים אפטיילונג געוועזן א צענטל פון וואס ס׳איז איצט...

👍

שלום על ישראל » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 10:17 pm

· #152383
לעיקוואד
בדרך אגב, די גאנצע טענה אז עס קען צומישען די קינדער איז איין גרויסער בלאף. איך קען קינדער וואס זייערע עלטערן מיט זיי זענען אפגעפארען און זיי זענען גאר געזונט און פעסט אפשר מער פון אנדערע. קינדער זענען נישט אזוי סטאפיד אז זיי זאלען נישט קענען פארנעמען א טויש ווען מען איז זיי מסביר על פי דרכם. ווידער צו אפרייסען קינדער פון א מאמע אדער טאטע איז אוודאי נישט קיין סגולה פאר געזונטע קינדער.

דו קענסט אזעליכע קינדער? נישט טיפיש. אדרבה, טוה ריסערטש איבער טויש ביי קינדער.

לעיקוואד » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 10:20 pm

· #152384
כ'האב שוין איינמאל געזאגט אז איך קען, יא איך קען.
טויש איז שווער פאר קינדער (און אויך פאר טאטעס..) אויך אויף גיין וואוינען אין א צווייטער שטאט אדער גיין אין א צווייטער חדר. אבער עס איז נישט קיין סכנת נפשות. און א רעליגעזער טויש איז נישט אנדערש ווי גיין וואוינען אין א צווייטער לאנד וכדומה. אפשר אפילו ווייניגער, הכל לפי הענין. קיינער שטארבט נישט דערפון.

נצבד » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 10:22 pm

· #152385
איז די נפטרת געווען א פובליק פיגור אז מענטשען נעמען זיך די רעכט אויפצובויען דעם בלוטיגען אשכול,אזש צו זעקס בלעטער און אפאר שעה?

פון די גאנצע שמועס דא, האט נאך קיינער נישט געברענגט, וואו זי האט אמאל אויפגעטרעטען אראפצורייסען די חרידים, אדער זיין אן אקטיוויסטקע און אן ארגענעזאציע וואס גיט זיך אפ אונז צו באשמוצען.אז איך זאל דאס קענען מלמד זכות זיין אז סאיז פוסטע נקמה

איז טאקע רעכט פאר א שומר תורה אדער סתם איינער מיט א מענטשליך געפיהל, צו בכלל אנטייל נעמען אין דיזע אשכול, בלויז פאר די חטא(יא גערעכט צו נישט גערעכט) פארען "פראבירען" צו בלייבען בעל הבית אויף "אירע" קינדער?

diff » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 11:08 pm

· #152405
Do you want to silence all sides or only one.

נצבד » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 12:31 am

· #152423
דיףף:

וועלכע "צד" זאל איך וועלען שטיל מאכען? און פארוואס? און פון וואו נעמסטו אז איך האב עפעס אן אגענדע?

איז שוין טאקע וויבאלד מאיז אינאנימעס , "אלעס" עטיש און אויסגעהאלטען?

דאס סקוירען פוינטס אויף א טראגעדיע איז אפילו ביי די נידריגע פאלעטישאנס, אן עוולה

זר זהב » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 1:22 am

· #152442
נצבד, ריכט דיינע טענות צום פותח האשכול. ער איז דער ערשטער צו וועלן סקארן פוינטס פון א טראגעדיע. טשיל אוט שעפעלע

יאיר » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 1:24 am

· #152445
נצבד
דיףף:

וועלכע "צד" זאל איך וועלען שטיל מאכען? און פארוואס? און פון וואו נעמסטו אז איך האב עפעס אן אגענדע?

איז שוין טאקע וויבאלד מאיז אינאנימעס , "אלעס" עטיש און אויסגעהאלטען?

דאס סקוירען פוינטס אויף א טראגעדיע איז אפילו ביי די נידריגע פאלעטישאנס, אן עוולה

עס איז די ערשטע מאל וואס דו באגעגנסט עפעס וואס אין נאמען פון פאליטיק איז דאס א פארברעכן און אין נאמען פון רעליגיע איז דאס א חוב קדוש?

איינגעמיירעט » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 1:24 am

· #152446
לעיקוואד
כ'האב שוין איינמאל געזאגט אז איך קען, יא איך קען.
טויש איז שווער פאר קינדער (און אויך פאר טאטעס..) אויך אויף גיין וואוינען אין א צווייטער שטאט אדער גיין אין א צווייטער חדר. אבער עס איז נישט קיין סכנת נפשות. און א רעליגעזער טויש איז נישט אנדערש ווי גיין וואוינען אין א צווייטער לאנד וכדומה. אפשר אפילו ווייניגער, הכל לפי הענין. קיינער שטארבט נישט דערפון.

אהבה מקלקלת את השורה, ואגענדא מקלקלת את לעיקוואד.
צוגיין זאגען אז א קינד וואס ווארפט זיך צווישען צוויי עלטערען, איין טאג און סקווער און דעם אנדערעם טאג און footsteps,
זאל אויסוואקסען א האלב נארמאל קינד און פילען אביסעל סטעביליטי און זיין לעבן,איז way off, איך מיין אז יעדער בר דעת פארשטייט אז אזא קינדס עתיד איז צומישעניש,און א פאטענציעל דראפ אייט junky.
און נאכדערצו אויב ביידע עלטערען זענען באקוועם און זייער פלאץ, און ביידע האבען עם ליב,און ער פילט אז ביידע מיינען זיין גוטס,און ער זעעט א שיין לעבן אויף ביידע פלעצער, און ער זעעט די לעכער און ביידע פלעצער.
סאיז כמעט מן הנמנע אז א קינד זאל קענען פארנעמען אזויפיל confusion ,און סאיז זייער פארשטענדליך די אוועקגעשטעלטע סיסטעם אז דאס קינד זאל בלייבען ווי ער איז.

לעיקוואד » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 1:40 am

· #152459
דו רעדסט פון עפעס וואס דו ווייסט אדער פון דער לופט ארויס פאר דיינע אג'ענדעס? וויפיל קינדער אין אזא מצב קענסטו אז דו ווייסט דאס?

עס איז גארנישט אזוי צומישט, און גאנץ גרינג צו פארשטיין. און פארשטייט זיך מ'רעדט דא פון צוויי אדולטס וואס וועלן מסביר זיין פאר'ן קינד וויפיל מעגליף קומען צו א שטיקל פשרה ועמק השווה. נישט וואס העצען ככסדר איינער קעגן צווייטען און טוהן בדווקא.

וואס קען מען טוהן, עס זענען דא פארשידענע דרכים און וועגן אויף די וועלט און דער קינד וועט דאס נעבאך וויסען, ווען ער וועט זיין גרויס וועט ער מוזען אליינס פאסען א באשלוס ווי ער וויל געהערן און וועט נישט האבן די באקוועמע אפציע פון מפטירי כדאתמול.

נאר מענטשען וואס די איינציגסטע וועג וויאזוי זיי גייען זיך אום אן לעבן איז דורך זיך איינרעדן אז זייער איז די איינציגסטע וועג, און בינדען זיך א גרויסער שמאטע ארום די אויגען נישט ח"ו זעהן אז ס'איז דא עפעס אנדערש, ווערן אזוי קאנפיוזד פון בלויז הערן אז עס איז דא א צווייטער וואס גייט און א צוייטער וועג, און, שומו שמים, ער איז גאר צופרידען און באקוועם דארט אויך!

געפילטע פיש » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 1:44 am

· #152462
ביי א קינד אין קאפ איז דא אסאך זאכן וואס נעמען אויף מער פלאץ ווי רעליגיע, ווי למשל אויב איינער פון די עלטערן זענען וועגעטעריען, אדער שטאטישע און דערפישע לייף איז סאך א גרעסערע נ"מ ביים קינד ווי יא TV און נישט TV. פארשטייט זיך אז מ'רעדט פון א פאל וואס איין צד העצט נישט אויפן אנדערע אדער אויפן אנדערע דרך, ווי למשל א מאמע וואס לאזט נישט דאס קינד דאווענען, אדער א טאטע וואס זאגט עם אז זיין מאמע איז א זונה, דאס צומישט שוין איינמאל.

-----
לעיקוואד האקט כדרכו בקודש.

יאיר » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 1:49 am

· #152466
אויב מען ציט אויף דאס קינד אין חרדי'שע מוסדדות, וועט ער דאך הערן דארט אז א מחלל שבת איז חייב מיתה וואס רעכנט אריין זיין מאמע. די איינציגסטע וועג ווי אזוי דאס קען ארבעטן איז מיט א מאדערן ארטאדאקסישע חינוך.

לעיקוואד » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 1:51 am

· #152468
אסאך קינדער הערן אין חדר אז א סמארטפון איז ייהרג ואל יעבור, און קומען אהיים און זעהן דער טאטע שפילט מיט דעם אגאנצע טאג. ס'נישט געפעהרליך, יעדער ווייסט אז פון להלכה ביז למעשה איז א שפאן צו גיין, און נישט אלעס וואס מ'לערנט אין חדר איז פונקט אזוי.

יכול להיות » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 1:54 am

· #152470
😈 אזוי זענען די חברים דא מקבל א פרישע גאסט? ניטאמאל זיך וויסנדיג מאכן?! אדער קען זיין אז די קשיא פשוט האט נישט קיין פשט?!

איינגעמיירעט » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 3:49 am

· #152475
לעיקוואד
דו רעדסט פון עפעס וואס דו ווייסט אדער פון דער לופט ארויס פאר דיינע אג'ענדעס? וויפיל קינדער אין אזא מצב קענסטו אז דו ווייסט דאס?


עס איז גארנישט אזוי צומישט, און גאנץ גרינג צו פארשטיין. און פארשטייט זיך מ'רעדט דא פון צוויי אדולטס וואס וועלן מסביר זיין פאר'ן קינד וויפיל מעגליף קומען צו א שטיקל פשרה ועמק השווה. נישט וואס העצען ככסדר איינער קעגן צווייטען און טוהן בדווקא.

וואס קען מען טוהן, עס זענען דא פארשידענע דרכים און וועגן אויף די וועלט און דער קינד וועט דאס נעבאך וויסען, ווען ער וועט זיין גרויס וועט ער מוזען אליינס פאסען א באשלוס ווי ער וויל געהערן און וועט נישט האבן די באקוועמע אפציע פון מפטירי כדאתמול.

נאר מענטשען וואס די איינציגסטע וועג וויאזוי זיי גייען זיך אום אן לעבן איז דורך זיך איינרעדן אז זייער איז די איינציגסטע וועג, און בינדען זיך א גרויסער שמאטע ארום די אויגען נישט ח"ו זעהן אז ס'איז דא עפעס אנדערש, ווערן אזוי קאנפיוזד פון בלויז הערן אז עס איז דא א צווייטער וואס גייט און א צוייטער וועג, און, שומו שמים, ער איז גאר צופרידען און באקוועם דארט אויך!


לעקוואד שומו נישט אזוי,רואיג.
די פארדרייסט מיינע ווערטער,קיינער פון אונז ווערט נישט קאנפיוזד ווען א מענטש איז צופרידען און אן אנדערע סארט לעבן.
מרעדט פון א קינד וואס ווערט מחונך און מגעט עם איבער constantly צוויי סארט לעבנס, איין טאג לכאן און איין טאג לכאן, מרעדט נישט דא פון איין מאל מסביר זיין א קינד, מרעדט פון איין שבת איבער געבן א יודישע סארט ווארימקייט און שבת, און די נעקסטע שבת איבערגעבען א ווארימקייט און וואטשעין tv און sports, א יעדער פארשטייט אז דאס צוחושט היפש א קינד.
אויף די פראגע צו איך ווייס אזא פאל,
יא איך האב געלערענט און חדר און אויפגעוואקסען מיט אזא סארט משפחה, די טאטע א OTD די מאמע א חרדי, די קינדער זענען נעבעך damaged אויפען לעבן, איינער און א מענטאל אינסטעטאט, איינער אויף heavy drugs.
די זעעסט מיר אויס אז די לעבסט און פארווייטאגטקייט און פארביסענקייט אויף חרדים, די OTD פארנעמען זייער א גרויס ארט און דיין לעבן, און כסדר ביסטו אבסעיסד מיט זיי.
איך ווייס באמת נישט וואס דיין issue איז, איך וואוין אויך און איינע פון די היימישע שטעט, איך לעב א חיים טובים, איך enjoy מיין ווייב און קינדער מיין געלט, די קאמיוניטי שפילט נישט קיין שום ראלע און מיין לעבן,איך טוה און איך טראכט וואס איך וויל,און איך שטעל אויס מיין לעבן לויט ווי איך פארשטיי, איך געדענק נישט אז איינער זאל מיר איינטיילען וואס צוטוהון זייט איך בין ארויס פון ישיבה קטנה.
איך מיין אז אויב א מענטש לעבט און זיין אייגען וועלטעל, מאכט קאמיוניטי זייער ווייניג אויס,ער קען לעבן א חיים טובים ווי אימער, און בפרט און אונזער קאמיונוטי ווי סאיז זייער צוגישטעלט די מענטשליכע באדארפענישען.
איך האב טאקע נישט טועם געווען וואונען און סקווער, סזעט אויס אז דארט איז יא א קאמיוניטי וואס טיילט איין וויאזוי צו לעבן,אבער איך רעד פון בארא פארק, מאנסי, מאנטריעל, איך מיין אז יעדער טוט מה שליבו חפץ, היפש קינדער זענען אנדערש ווי די עלטערען,אויף ביידע וועגען, איך זעע נישט ווער סהאלט אפ דא צוטוהון וואס מוויל.
א מענטש וואס אנטלויפט קומט עס געווענטליך פון שוועריגקייטען צו טרעפן רואיגקייט און זיין אייגען לעבן,וואס געווענטליך האט עס שייכות מיט קומען פון א disfucntnal שטוב, ממילא זיכט ער און ער לויפט ארום ווי ער קען לאנדען און טרעפן א לעבן, און זייער אסאך טרעפן נישט קיין מנוח לכף רגליהם און ענדיגען נעבעך וואו טאמבור האט גענדיגט.
איך האלט נישט אז רוב ערוואקסענע מענטשען האלטען אז אונזער וועג איז דער איינציגסטער וועג,מיט דעם אלעם זענען דא אסאך פרייליכע צופרידענע מענטשען ביי אונז, family life וואס לויט אלע שטודיעס ווערט באטראכט וואו די שטערקסטע לעבנס שטייגער, איז ביי אונז זייער שטארק און valuable.

ומכל האמור האלט איך,
אז דיין בליק און דיין מהלך וואס די האסט שוין כמה פעמים בכמה אופנים געשריבען,אז כלומרשט זענען אונז א קאממיונוטי פון אנוסים און ווען אונז האמיר וועין די שטארקייט פון די OTD העלדען וואלט אונזערע בתי מדרשים און מקוואות געווען ליידיג.
מיין איך אז דאס קומט פון א אומסטאבילקייט און דיין לעבן, די שפירסט דיך באצווינגען פון א קאמיונוטי וואס באצווינגט דיך און דיין קאפ.
מיין עצה צודיר go get a life .

לעיקוואד » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 3:53 am

· #152477
איינגעמיירעט

מיין איך אז דאס קומט פון א אומסטאבילקייט און דיין לעבן, די שפירסט דיך באצווינגען פון א קאמיונוטי וואס באצווינגט דיך און דיין קאפ.
מיין עצה צודיר go get a life .


א גרויסער יישר כח אויף אייער ווארעמהארציגער עצה, בפרט ווען עס קומט פון אזא חכם ווי אייך וואס פון בלויז ליינען עטליכע תגובות מיינע אויף א געוויסע נושא אונליין (ווייל אין אנדערע סארט נושאים ביסטו דאך נישט אינטרעסירט און ליינסט נישט) ווייסטו שוין אזוי קלאר אפשאצען מיין פרעזענליכקייט. מוזטו דאך זיין גאר א גרויסער חכם און נאכדערצו מיט אזא ברייטער הארץ און רצון צו העלפען אפילו א פרעמדער איד מיט גוטע עצות.

איז לאמיר טאקע הערן, איר האט אפשר אפאר גוטע עצות וויאזוי איך זאל מקיים זיין אייער עצה צו get'ן א life? אפשר ווייסטו פון א געשמאקע באל געים ווי מען טוהט דאס, אדער א גוטע באר ווי מ'קען פארברענגען אויף די נעכט, אדער האסטו אפשר פראטעקציע אין פאטסטעפס זיי זאלן מיר ארייננעמען?


אלץ א איד וואס טוהט וואס ער וויל און הערט בכלל נישט פון א קאמיוניטי וואס צו טוהן, לכאורה הייסט דאס אז דו שיקסט דיינע קינדער אין קאלעדזש, דו גייסט א ארענדזשע טי שירט אין דערוואכען (שבת מיט א ווייסע שטייצעך), האסט חתונה געהאט מיט א מיידל וואס דו האסט געטראפען אין פארק און זיך באליבט, ווי דיינע שטארקע פעמילי וועליוס זאגען, און גייסט אויך צו א מאווי ווען ס'פארגלוסט זיך אייך, אפשר שעירט איר מיט דער עולם דא פונקט וויאזוי מ'טוהט דאס? איך האלט אז א איד מיט אזא מורא'דיגע דרך החיים איז אן עבירה אז ער איז נישט מסביר פאר זיינע חברים וויאזוי דאס נאכצומאכען, און זיי אלע שוויצען נעבאך אינטער די שטריימלע און רעזשוואלקעס אין הייסע זומער און האבען מורא זאגען אין פאבליק זייער ניק אויף קאווע שטיבל.

דענקער » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 5:07 am

· #152480
מען האט איר שוין געברענגט לקבורה במחתרת כגנב באישון לילה 4:00 פארטאגס, כדי אירע גוטע פריינט וועלכע האבן איר געהאלפן און געשטיצט בעת איר ביאלאגישע פאמיליע האט ווידערגשפעניגט און איר פארראטן זאלן איר נישט קענען געבן די לעצטע רעספעקט.

מכבדה בחיים ומכבדה לאחר מותו...

לעיקוואד » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 6:02 am

· #152482
באמת זייער נישט שיין, וכן לא ייעשה, וגילו סופם על תחילתם.

איך אויך » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 7:16 am

· #152486
לעיקוואד, בי נייס טו אינגעמיירעט זיי צופרידן ער איז דיר נישט מייעץ וואס איך האב דיר מייעץ געווען.

diff » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 7:42 am

· #152487
or
וכן ייעשה וגילו סופה על תחילתה

שעפטל » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 9:21 am

· #152495
דענקער
מען האט איר שוין געברענגט לקבורה במחתרת כגנב באישון לילה 4:00 פארטאגס, כדי אירע גוטע פריינט וועלכע האבן איר געהאלפן און געשטיצט בעת איר ביאלאגישע פאמיליע האט ווידערגשפעניגט און איר פארראטן זאלן איר נישט קענען געבן די לעצטע רעספעקט.

מכבדה בחיים ומכבדה לאחר מותו...

ווי איז זי געקומען למנוחתה?

אגב אז כ'שרייב שוין יא דא, האב איך נעכטן געהערט פון א גוטע פריינד אירע, אז זי איז בעיקר געגאנגן דאון סאוט (...) נאכן ווערן אריינגעשטעלט אין עפעס אן אנשטאלט, איר שווערע אומסטאבילע מצב האט זיך נאך אנגעהויבן פאר זי איז אפיציעל דערקלערט געווארן אלס אן או.טי.די.

נאך געהערט, אז די עיקר פארוואס מ'האט געשלעפט די לוי' איז געווען ווייל איר פאטער איז נישט דאהי געווען.

אבער ס'איז מער ווי געניג פאר אלע אנדערע או.טי.די.'ס וואס האבן איר ניטאמאל געקענט און האבן ניטאמאל פרובירט איר צו העלפן האבן הויעך אויפגעהויבן זייער וויי געשריי אז מ'בעוול'ט זיי און איר בלוט קאכט און זיד.

איך האב איר נישט געקענט, איך האב נישט געהערט פון איר ביז איר טראגישע פטירה, איך גיי נישט אריינגיין ווער ס'איז באמת גערעכט צו נישט, אבער אונטערסאנט איז נאר ווי אייביג ביי אזא טראגעדיע זענען די או.טי.די.'ס פשוט אין שאק און אהה איבער די מעשה רציחה אז מ'לאזט נישט אירע קינדער אויפוואקסן ווי איר, און פארגעסן אינגאנצן אז די קינדער האבן א טאטן ציגלייך וואס מעג אויך האבן א מיינונג איבער ווי אזוי ער וויל זיינע קינדער זאלן אויפוואקסן, נאכדערצו אז מ'האט אנגעהויבן די לעבן אזוי.

גאנצל » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 12:57 pm

· #152528
הוגה
גאנצל, און וואס וועט זיין ווען די זון און די לבנה וועלן זיך צוזאם שטויסן און די גאנצע וועלט וועט באגאסן ווערן מיט טאמעיטא סאוס? הא? וואס וועסטו דעמאלטס טון?

ס'פאסט נישט פאר אזא רעספעקטפולע אלטגעזעסענער תושב ווי די זאל זיך אזוי פארלירן כ'האב נאך געשריבן אזוי שיין און אזוי גאלד וויי זיי באשרייבן און באזינגען די חרידיזים כלשונו פונעם פותח האשכול

און יעצט צום פוינט איך האב נישט געמיינט צו פרעגן ממש א קשיא און זיך געזוכט דא זיך מייעץ צו זיין וואס צו טון איך האב נאר געוואלט ארויסברענגען אז דא איז דא צוויי צדדים און קום נישט באשולדיגן דעם מאן און די טאטע פון די קינדער מיט אזא אומשילדיגע טאן קודם שעלט מען מ'כאפט מ'גנבע'ט און נאכדעם הייבט זיך אן מיט געפילן "דו ביזט שוין אמאל געווען א מאמע צו ווייסטו דען וואס דאס מיינט אוועק נעמען א מאמע פון אירע קינדער" ניין איך ווייס נישט הא? איך וואוין אין די הרי אררט ניין? זארג נישט איך ווייס וואס דאס מיינט און איך ווייס אויך וואס ס'מיינט אוועק נעמען קינדער פון א טאטע ס'איז פונקט אזא ווייטאג לאחר המעשה האט יעדער וואס אריין צו רעדן צו האקן און וואס צו זאגן האב איך געוואלט אויסשטעלן א ציור פון לפני המעשה און זעהן ווי גרינג מ'וועט רעדן און שימפן והבן דעטס אלל זיי נישט אזוי בייז

און צו די עצם נושא פון otd וויל איך יעצט נישט אריינגיין ווייל ס'איז א אלטע אויסגעדראשענע נושא דא אין שטיבל אבער קיינער גייט נישט אוועק פלעין ווייל ער זוכט א אנדערע וועלט און פרידאם הוגה בעצמך ווי איך האב אמאל געפרעגט איינע פון די חברה וואס איך האב פריער אויסגערעכנט זאג נאר אויב דיין מוישי וועט אויפשטיין א טאג נאך ער ווערט דרייצן און זאגן מאמי ווייסט וואס איך זעי מיינע פרומע פעטערס אין מאנרא איך גלייך זייער ווי זיי זעהן אויס איך וויל אויך אויסקוקון אזוי און ער וועט אנהייבן לאזן וואקסן זיינע פיאות ביז די קני און אנטאן א ברייטע טלית קטן און א שווארץ ברילל מיט 2 ביי 4 פלעסטיג הענטלעך וועסטו אים דען לאזן קיינמאל נא וואס האקסטו א טשייניק מיט פרידאם יולי 4 ?

נאר וואס דען זיי טוען ווייל זיי ווילן אזוי איך זאג נישט אז זיי מעגן נישט יעדער קען טון וואס ער וויל אבער מאך דיך נישט ווי אזא תמ'לע

בענדזשאמין פרענקלין » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 1:38 pm

· #152535
אינטערעסאנט יעדער זאגט אז די נושא פון פון OTD איז שוין אן אויסגעדראשענע נושא דא אין שטיבל אבער נאכן מורמעלן דעם לחש שרייבט מען גאנצטע מגילות איבער דעם. דער אמת איז אבער אז וויפיל מען האט שוין חורש געווען דעם נושא האט מען נאך אלץ נישט אנגערירט דעם ניר העליונה,עס איז ווי דער דד שהתינוק יונק ממנה שכל זמן שממשמש בו מוצא טעם חדש, אלזא חברים טייערע ווער עס וויל שרייבן איבער דעם נושא בעד אדער נגד, דורש זיין טעמא דקרא אדער מוחה זיין מחאות נמרצות, איז מער ווי וועלקאם און מען ברויך נישט פותח זיין מיט קיין לחש.
וזה החלי....

outspoken » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 4:55 pm

· #152593
יעצט נעמען זיי זיך איבער איר טאטע, ווייל ער האט נישט געלאזט אז זיין טאכטער'ס לווי'ווערן א סורקוס פאר די אלע חברה, ער א איד א צדיק א מנהל יארען איבערגעגעבען פאר יעדעס אינגעל,בעל מחנך נפלא, מיין הארץ גייט אויס פאר אים

סאשי פיש » דאנערשטאג אקטאבער 3, 2013 11:50 pm

· #153932
א הספד פון קטליא קניא
פון קטליא קניא

איך האָב פון דבורה טאַמבאָר ע"ה צום ערשטן מאָל געהערט ווען זי איז שוין נישט געווען בין החיים. איך האָב איר נישט געקענט און איך ווייס פון איר גאָרנישט און נאָך ווייניקער איבער די סכסוכים צוליב אירע קינדער. נאָר נאמנים עלי די ווערטער פון עטלעכע מיט וועם איך בין באַקענטיקט און וואָס האָבן איר יאָ געקענט. זיי דערציילן אַז זי האָט זיך אָפּגעלאָזט פון איר געבוירטס פּלאַץ און דער לעבנסשטייגער פון אירע עלטערן, זיך געגט פון איר מאַן און איבערגעלאָזט איר פאַמיליע. און אויף דעם איז איר עונש געווען איין מאָל כּרת פון אירע קינדער אויף דער וועלט און ווידער אַמאָל כּרת אין אירע יונגע יאָרן פון דער וועלט.

פאַר די בלוט־דאָרשטיקע נוקמים ונוטרים איז דאָס אַלץ נישט גענוג געווען. ווען די וועלט האָט שוין געזאָגט עליה השלום האָבן זיי דאָס איר אויך נישט פאַרגינט. מיטאַמאָל זענען זיי געוואָרן אפוטרופסים אויף איר גוף און מתעסקים אויף איר קבורה. נישט אויף כבוד המת איר באַלד צו באַערדיקן נאָר אויף אויפצוהאַלטן איר קבורה, נישט אַז אירע באַליבטע זאָלן איר נאָכגיין אויפן לעצטן וועג נאָר אַז זיי זאָלן פאַרפרוירן ווערן אַבי זיי צו ווייזן אַ פייג, און נישט איר צו לייגן אויף אייביקער רוה מיט איר פאַמיליע נאָר איר צו באַהאַנדלן ווי אַ נבילה און איר באַגראָבן מחוץ למחנה. קינדער האָבן זיי ביי איר צוגענומען ביי איר לעבן און פאַרשוועכט איר כבוד ביי איר שטאַרבן.

פרעגט איר אוודאי וווּ האָט אַזאַ אכזריותדיקייט פּאַסירט און ווער זענען זי די אירע וואָס טיילן אויס אַזוינע ברוטאַלע עונשים. אויף דעם איז די תשובה: קום לך לך אל עיר ההרגה ובאת אל החצר, צום צדיקס הויף.

מיר רעדן דאָ פון דער עיר הנדחת וווּ אונזער אַלטער באַקאַנטער דוד טווערסקי און זיינע מלאכי חבלה זיצן בראש. דער שר הטבחים וואָס האָט פאַרזיכט אומצוברענגן אַ פאַמיליע מיט קינדער און האָט מיאוס פאַרברענט דער ראש המשפחה, דער מלומד במכות צוליב וועם מען האָט פאַרמשפט אין טורמע זיינע חסידים אויף גניבות און גזילות, דער זעלבער עדיין מרקד בינינו און האָט ווידער דערלאַנגט כדרכו בקודש.

און דאָס מאָל איז עס פיין געלונגן. קיין אות קען ער נישט אָבער די מופתים וואַלגערן זיך אונטערן טיש. די תורה זאָגט ולנערה לא תעשה דבר אָבער פאַר אים איז הנערה הזו שתי פעמים. איינמאָל איר געקוילעט מיט באַראַבעווען איר די קינדער און אַ צווייט מאָל געשחטן מיט איר אויסרייסן די נשמה. דעם רבינס ווייטער בליק האָט אוודאי אינזיענען געהאַט צו פאַרשפּאָרן די קינדער אַ שבעה מיט אַ קדיש ווייל אַז די מאַמע איז קיין מאַמע נישט זענען די קינדער אויך נישט די קדישימלעך.

אין תורה שטייט געשריבן אַז מען געפונט אַ טויטן אויפן וועג זאָל מען אויסמעסטן דאָס ווייטקייט פון די אַרומיקע שטעט און די שטאָט וואָס איז דער נאָנסטער זאָל ברענגן אַ קעלבל, די זקנים פונעם שטאָט זאָלן זיך וואַשן די הענט און זאָגן, אונזערע הענט האָבן נישט פאַרגאָסן דער בלוט און אונזערע אויגן האָבן נישט געזען. די נפטרת האָט געוווינט אַרומגערינגלט מיט פאַרשידענע געאָגראַפישע, גייסטערישע און אידיאַלאָגישע שטעט. זי האָט זיך אויסגעוועלט איבערצולאָזן איר אַלטע היים און דורכברעכן די הויכע מויערן און זיך איבערקלייבן צו ברייטערע פעלדער און פרייערע אומשטענדן. אירע פריינד און באַקאַנטע וועלן אוודאי מאַכן אַ חשבון הנפש אַז זי איז געווען אין די לעצטע יאָרן דאָס נענסטער צו זיי און צי זיי האָבן נישט געקענט מער טון איר צו העלפן.

זיי מעגן זאָגן בקול רם, ידינו לא שפכו את הדם הזה אָבער אונזערע אויגן האָבן יאָ געזען. זיי דאַרפן צייגן אויף יענעם יישוב און שרייען מיט אַ געוואַלד: ידיכם דמים מלאו.

דבורהס בלוט האָבן פאַרגאָסן די געמיינע הענט פון די מגלה עריות וואָס האָבן איר געלעסטערט און פאַרשטיקט איר געוויין און אַצינד טאַנצן זיי אויף איר פרישער קבר אָבער נישט איידער זיי האָבן אָפּגעהאַלטן דער קבורה. זי איז די נערה אשר צעקה ואין מושיע לה. זייערע מאור עינימדיקע אויגן האָבן אַלעס געזען, זייערע אוירן האָבן געהערט יעדער זיפץ און זייערע הענט זענען אַזוי פאַרשמירט אַז אַלע זייערע מקוואות וועלן עס נישט ריין וואַשן. דער נענסטער שטאָט צו איר זענען דאָרט וווּ אירע קינדער געפונען זיך און דאָרט גייט זוכט די רוצחים מיט קנייטשן אויפן שטערן און דער טייוול אין זייער האַרץ.

דבורה, אויף דיין נאָמען שטייט שקמתי דבורה, שקמתי אם בישראל און זיי האָבן דיר געמאַכט אויס מאַמע. זיי האָבן פאַרדרייט דער פסוק עס זאָל לייענען, שיכלתי דבורה, שיכלתי אם בישראל. דער נביא זאָגט, התשכח אשה עולה מרחם בן בטנה, קען אַ פרוי פאַרגעסן איר עופעלע און קען זי פאַרמיידן רחמנות אויף דער זין פון איר טראַכט? די אכזרים און באַרבאַרן האָבן עקספּלויטירט די אָ רחמנות און דערבאַרמקייט דיר צו לערנען לעקעך פאַר דיין ווידערשפּעניקייט און למען ישמעו ויראו פאַר אַנדערע וואָס קלערן צו גיין איר דיינע טריט.

די שאלה איז שוין היינט נישט אויף אַזוינע ווי דבורה וואָס ווי אברהם אבינו קאָפּן זיי אין דעם אַלטן תרח נאָר די קשיא איז אויף די וואָס בלייבן נאָך דאָרט. די וואָס ציען אויף זייערע קינדער אין אַזאַ פאַרדאָרבנקייט און דעקאַדענץ און פרעגן זיך נישט יעדן אינדערפרי ביי מודה אני צי אויף אַזאַ סדום האָט מען זיי צוריקגעקערט זייערע נשמה. וואָס קלערן נישט אויב ונהיה אנחנו וצאצאינו מיינט אַז זייערע קינדער און קינדס קינדער מיזן זיין קנעכט פאַר דעם פרעה אין סקווער.

מיט דער ווייטאָג פון דבורהס צופריע פטירה מיזן מיר אויך שפּירן אַ כעס און אַ גרויל איבער דעם סיסטעם וואָס מיר האָבן זיך געשאַפט. בכדי צו לעבן אַנדערש זענען מיר מקריב משפחות און פירן אומשולדיקע קינדער אויפן מולך פון אונזערע אָפּגעטער און אַצינד איז מען מקיים שילוח הקן אויף אַ מאַמע צו קענען כאַפּן אירע קינדער. אַ סיסטעם וואָס כלאָמפּערשט שטייט ביי דעם טעמו וראו כי טוב ה' און כי לקח טוב נתתי לכם ציטערט טאָמער וועט אונז געפעלן עפעס אַנדערש. לכו בנים שמעו לי זאָגט דער פּסוק אָבער אונזערע שאַרלאַטאַנען האָבן עס געמאַכט פאַר אַ בית האסירים פון וווּ מען אַנטלויפט און מען איז אַלעס מקריב אַבי צו זיין אינדערויסן.

הוי האמרים לרע טוב ולטוב רע שמים חשך לאור ואור לחשך שמים מר למתוק ומתוק למר. זיי האָבן גענומען דעם סם החיים און עס געמאַכט פאַר אַ סם המוות. דאָס איז נישט מענטשליכקייט, אוודאי נישט יידישקייט און כל שכן נישט תורה. פון לא תרצח מאַכן זיי אַ מצווה צו פאַרברענען מענטשן, זאַמלען צדקה אויף מקיים צו זיין לא תנאף, לא תגנוב לייענען זיי לו תגנוב און ווי רש"י זאָגט בגונב נפשות הכתוב מדבר. אַן אייביקע שאַנדע אויפן חדר וווּ מען פאַרדרייט כבד את אביך ואת אמך צו צווינגן קינדער צו רופן די מאַמען ביים ערשטן נאָמן ווייל 'מאַמי' איז שוין אַ צווייטער. דאָס זענען נישט מער ווי מערדער פאַרשטעלט ווי רביס, פּאַסקוטניאַקעס מיט שטריימלעך, לסטים איינגעוויקלט אין בעקיטשעס און כוליגאַנעס וואָס קאָפּן מיט זייערע פאַרשטיוולטע לאַבעס.

דבורה, תהא מיתתך כפרתך און דיין שטאַרבן טאָר נישט זיין לאיבוד. דו האָסט נעבעך געצאָלט מיטן לעבן צו דערציילן דער וועלט דער גריב אין וואָס מיר געפונען זיך אָבער די חצי נחמה פון דיין אַוועקגיין איז צו זען אַז ס'יז אַ צרת רבים. צום באַדויערן מיז עס נעמען אַזאַ טראַגעדיע אַז דער וועלט זאָל זען ווער אונזערע פירער זענען און וואָס פאַראַ מאָנקאַלב מיר האָבן זיך באַשאַפן. קושטא קאי שיקרא לא קאי און כי לא תשכח מפי זרעו וועט נישט מקויים ווערן ביי די קינדער כאַפּערס און מאַמע מערדער.

זאָל פון דיין קבר אַרויסגיין אַ געוויין און אַ געטומעל, אַ שטורעם און אַ צאָרן צו רבנים און פירער איבער דער גאָרער וועלט: איר זעט און איר ווייסט וואָס דאָ גייט פאָר. ווען עס לוינט אייך זענט איר די ערשטע וואָס שרייען אויס איז וווּ איז נעלם געוואָרן אייער צינג? ווען מען נעמט ביי אייך צו אַ פּאָר אומפאַרדינטע גראָשן גיסט איר פּעך אין שוועבל און דער באַנדיט וואָס פאַרברענט מענטשן זעצט איר אויבן אָן און רופט אים הרב הקדוש. קיין אויסגריבענע פרוטה קומט אייך נישט אויף חרוב צו מאַכן גאַנצע דורות.

מאָדערנערע רבנים, וואוּ איז אייערע קול? אַז איר גלייבט אין גערעכטיקייט, אַז אַ חילול השם גייט אייך אין לעבן פאַרוואָס שווייגט איר? וווּ איז אייער מחאה? קול דמי אחיך ואחותך צועקים אליכם מן האדמה. אַז נישט פאַר די ערוואַקסענע שרייט אל תשלח ידך אל הנער פאַר די עוללים ויונקים וועם מען מאַכט פאַר פּיאָנען אין די שמוציקע קריגן. אַז נישט פאַר די לעבעדיקע נעמט אייך אָן פאַרן קריוודע פון די טויטע.

און צו אונז, מיר וואָס געפונען זיך נאָך דאָ, פרעג איך וויפיל נאָך עלטערן און קינדער דאַרפן דאָס דורכגיין איידער מיר וועלן האָבן דער גייסט און קוראַז צו לויפן אין די גאַסן און שרייען הויך רק אין יראת אלקים במקום הזה?

איינער » זונטאג אקטאבער 6, 2013 7:29 pm

· #154471
פי. די. עיף. פון קטליא קניא הספד.
📎 שיכלתי דבורה.pdf
בלאט: 1 2 3 4