☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » אייכלערס דזשודעיקע אין בארא פארק

אייכלערס דזשודעיקע אין בארא פארק

76 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4835
בלאט: 1 2

סאו וואט » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 1:00 pm

· #152529
אייכלערס דזשודעיקע אין בארא פארק
אייכלערס דזשודעיקא!
א סטאר וואס יעדער ווייסט פון דעם צו זאגן, לאקירט און בארא פארק אויף די דריינצענטע עוועניו, קארנער 50 סט.
א מעגא גרויסע סטאר, וואס נעמט אויף ארום פיר געשעפטן, א שיינע סטאר, בהרחבה, זייער רואיג דארט צו זיין.
זיי האבען בעיקר נייע ספרים, טויס, ציצית טליתים קאפלעך תפלין, ועוד ועוד, אלס וואס פעלט אויס צו זיין א יוד.
מענטשען קומען אריין דארט זיך אויסצורוען, צו מאכען באשויס חתן וכלה, ממש א געשמאק און תענוג זיך דארט
צו דרייען.
דער בעל הבית איז הרה"ח רבי משה אליהו בלוי שליט"א מחשובי חסידי באבוב ופיטסבורג אשדוד, און זיינע
קינדער, רבי בן ציון, רבי יחזקאל, רבי חיים אליעזר, נאך צוויי זוהן כ'געדענק נישט זייערע נעמען איצטער.

כ'האב אלעמאל געמיינט אז דער סטאר איז גאר מוצלח, אלס זייער סעילס זענען די מערסטע פון אלע אויף
דריינצענטע עווניו, דאס איז א באריכט פון דער יו. פי. עס. דעלעווירי מענטש אינעם געגענט, שטענדיג פול
מיט מענטשן, אפגערעדט אין די היי סיזענס, מ'קומט אהין מארבע פינות הארץ, און אסאך טוריזם. ס'ציעט
אהין צו גיין פון איבעראל, גאר גוטע לאקעישען, אין הארץ פון בארא פארק.

אבער לעצטענס האב איך געהערט אז די בעלי בתים זוכען א קונה וואס זאל אפקויפען דער געשעפט, וויבאלד ס'גייט נישט.
ווייסט איינער מען וואס דא גייט פאר? און פארוואס ס'איז לעצטענס ידם על התחתונה? אלע זיינע קינדער גייען
בלייבען אנע ביזנעס?

קאווע טרינקער » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 2:00 pm

· #152539
די נעמען פון זיינע קינדער ווייסטו נישט, וויפיל געלט ער פארדינט ווייסטו יא?
ס'איז עפעס א פאבליק קאמפאני? דו האסט א שותפות דארט?

בענדזשאמין פרענקלין » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 2:04 pm

· #152543
שמעתי ממקור נאמן אז דער רענט זיינער איז און די געגענט פון פינעף און דרייסיג אלפים א חודש. עס איז שווער צו מאכן פראפיט מיט אזא הויכע רענט.

רויטע וואנצעס » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 2:10 pm

· #152546
זעהט אויס א זייער נויטיגע נייע באנק איז אויפן וועג.

פיינע קאווע » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 2:18 pm

· #152547
עס קוקט אויס אז דער פותח האשכול האט דא אן אגענדע. זאל אייכלערס מצליח זיין עס איז גראדע א וואול געשעפט זייער פיינע קאסטומער סערוויס

outspoken » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 2:28 pm

· #152551
פותח האשכול, איז א פיינע שרייבער דא אין שטיבל, אייכלער איז גענוג גרויס אז אן ארטיקעל דא וועט גארנישט אויסמאכען אהער אדער אהיו.

חכם באשי » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 2:34 pm

· #152553
יעדער איינער האט געזעהן די פאשקעווילן וואס זיין פעטער מיט זיין פעטער'ס משפחה האבן די לעצטע פאר יאר פארשפרייט איבער איהם.

יעדער קען דער סכסוך.

ווען איין צד קריגט זיך אין בית דין און דער צד שכנגד גייט ארויס צו דער גאס מיט שמוציגע טאקטיקן, איז עס א גאנץ קראנטע סימן צו וויסן ווער איז גערעכט.

אזוי ווי עס איז דא א צד צו זאגן אז דער בית דין וועט פסק'ענען לטובת דער פעטער, למחצה לשליש ולרביע, מוז ר' משה אליה זיך אנגרייטן מיט קעש געלט וואס פריער, דורך מאכן סעילס, און זיך פראבירן ארויס צו זעהן פונעם ביזנעס עוד בו נשמתו, כדי צו פארזיכערן אז דער פעטער נעמט איהם נישט צו זיין מקור חיונה. איז עס דעריבער א סברא אז ער זאל זוכן צו פארקויפן.

במציאות אבער, איז שווער צו זאגן אז דער פעטער זאל טאקע געוואונען א דין תורה ווידער האט נישט קיין ערענסטע אונטערלאגע. - דער סכסוך באציעט זיך צו געלט וואס דער פעטער טענה'ט אז ער האט געבארגט פאר ר' משה אליה. ר' משה אליה טענה'ט אז דער פעטער האט איהם נישט געבארגט דאס געלט, נאר האט עס איהם געגעבן כדי ער זאל עס אינוועסטירן אין ארץ ישראל'דיגע ריעל עסטעיט, וואס ר' משה אליה האט דעמאלטס געפאטשקעט אין דעם. צום סוף האט דער אינוועסטמענט אנגעוואוירן, און ר' משה אליה האט פארלוירן דארטן א הון רב. 15 יאר שפעטער, איז דער פעטער איין טאג אויפגעשטאנען, און מחליט געוועהן אז יענע געלט איז נישט געוועהן א השקעה אויף זיך מתעסק צו זיין, נאר א פריוואטע הלוואה.

יהיה איך שיהיה, ויהיה הפסק דין איך שיהיה, זעהט אויס אז דער פותח האשכול - וואס קען די משפחה נעמען אביסל צו גוט - וויל בעקיפין עפענען אן אשכול איבער דער דין תורה, ממילא הייבט ער אן מיט א תמימות'דיגע הודעה, און ער האפט אז ס'וועט פארפארן אריין אינעם געמויזשעכטס.

דער בעסטע און מן הסתם איינציגסטע וועג וויאזוי א פרעמדע קען אפשאצן און וויסן אויב א געשעפט גייט גוט אדער נישט, איז צו רעדן צו די סאפלייערס און דיסטריביוטערס, און הערן אויב דער געשעפט צאלט די ביללס בעיתו אחישנה.

פיינע קאווע » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 2:46 pm

· #152555
אה יעצט רעדסטו ווערטער. א דין תורה מיט מעשיות און געשעפטן. ידי מסולקת

petergrifin » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 2:48 pm

· #152557
איך האב אלעמאל געוויסט/געמיינט אז זיי זענן טייערע פון אנדערע ספרים סטארס למעשה בין איך
אריין געגאנגן דארט פאר י'וט און געזען עטליכע זאכן ווי למשל נוי סוכה פאר ביליגע ווי אסאך געשעפטן
אפשר זאלן זיי שניידן אלע פרייזן ענד ביזנעס מעי פיק אפ

דולה ומשקה » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 2:50 pm

· #152558
הרב ביטערספעלד פון ישיבת באר שמואל ציווישן דרייצען און פערצן

קינות גירושין » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 5:11 pm

· #152596
כגיי דארט אריין צו קוקען נייע ספרים ווען כוויל למעשה קויפן א ספר/בוך גיי איך קיין amazam )כרעדט פון עלטערע סחורה)

ונבנתה העיר » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 6:57 pm

· #152648
חכם באשי
דער בעסטע און מן הסתם איינציגסטע וועג וויאזוי א פרעמדע קען אפשאצן און וויסן אויב א געשעפט גייט גוט אדער נישט, איז צו רעדן צו די סאפלייערס און דיסטריביוטערס, און הערן אויב דער געשעפט צאלט די ביללס בעיתו אחישנה.

ער צאהלט נישט געהעריג.

איחוד פעלד » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 9:26 pm

· #152724
כ'מיין אז ער פילט נישט גוט.

חכם באשי » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 9:57 pm

· #152744
רעדאגירט על פי עצת @אנאנים.

שמעקעדיג » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 10:06 pm

· #152748
שוין צו פריוואט. פאסט נישט.

zurich » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 11:16 pm

· #152783
ווער געדענקט די אלטע סטאר. אלטץ קינד פלעיג איך אין די אלטע סטאר פארברענגען און ליינען דארט די ביכער און ער פלעיגט מיר גיין אויפן נערווען

הדד בן בדד » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 12:47 am

· #152832
zurich
ווער געדענקט די אלטע סטאר. אלטץ קינד פלעיג איך אין די אלטע סטאר פארברענגען און ליינען דארט די ביכער און ער פלעיגט מיר גיין אויפן נערווען


מיר אויך, אבער דער וואס פלעגט גיין אויף די נערוון איז שוין נישט דארט. עס איז געווען אמאל צוויי שותפים, און נאך עפעס א קריגעריי האט מען זיך צוטיילט, און יענער פעגער איז שוין נישט דארט מער.

למעשה איז דרייצענטע עוועניו געווארן א צודרייטע בלאק, און די בענק הרג'ענען עס אוועק, זיי צאלן דרייסיג אלפים פאר א לעכל, און די לענדלארדס זוכן נאר בענק פאר טענענטס. איך געדענק ווען עס איז געווען דריי פיר בענק אויף דרייצענטע עוועניו, היינט האלט עס ביי כמעט צוואנציג. טראכט איין מינוט וויפיל גוטע, לאנגיעריגע סטארס עס האבן זיך צוגעמאכט ווייל דער בעה"ב האט עס געוואלט פארדינגען פאר א באנק.

אלס תוצאה גייען אלע רענטס ארויף. למעשה האט מיר געזאגט איינער וואס האט אמאל געהאט א סטאר אויף דרייצן, און היינט האט ער עס אויף אן אנדערע עוועניו, אין א קלענערע לאקאציע און ער זאגט מיר אז ער מאכט היינט אסאך מער געלט.

איך האף אז אייכלערס וועט נישט זיין נאך א קרבן פון די בענק אנלויפעניש, עס איז זייער א געשמאקע סטאר.

שמעקעדיג » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 7:58 am

· #152877
נו אפשר זאל ער זיך טאקע אריבערציען אויף 16טע עוועניו און שלום על ישראל?

געפילטע פיש » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 10:00 am

· #152897
איך האב מורא אז אויב אייכלער מאכט צו וועט מער נישט געשעהן קיין שידוכים אין בארא פארק. אבער אפשר איז עס א גוטע זאך, אז בלית ברירה וועט מען זיך אנשטאט גיין אריין זעצן אין ספונ'ס.

רויטע וואנצעס » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 11:02 am

· #152917
מי יתן לנו ירחי קדם... אין כתה ט' האט מען מיר מיט אפאר חבירים ארויסגעווארפן פון סטאר נאכן ווערן געפאקט נישטערען אין ספרי טהרה ונדה, נישט מער געדאכט.

געפילטע פיש » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 11:08 am

· #152920
אין אייכלערס? דיין טאטע'ס ספרים שאפע האט גארנישט געהאט? און דיין בעסמעדרעש אויך נישט? אוי די אלטע צייטן...

שמעקעדיג » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 11:08 am

· #152921
און איך האב אמאל (יארן צוריק) געטראפן דארט א ענגליש בוכל פול מיט דזשאוקס און ליצנות מכל הקדוש לנו.

נהורא נפישא » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 11:23 am

· #152923
איך געדענק אלטץ בחור בין איך אמאל אריין דארט און געליינט דארט ביכער ביי די ענגלישע סעקציע די בעה"ב מיינענדיג איך בין עפעס א קנאי וואס האט אין פלאן צו ריאונירן זיינע ביכער האט מיך ארויסגעווארפן פון דארט ווי א הינט.

געפילטע פיש » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 11:28 am

· #152926
אז מ'זעט אויס ווי א קנאי ליידט מען די קאנסיקווענצען... 🙂

שלום על ישראל » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 11:32 am

· #152928
די רענט איז $20,000 א חודש, נישט 30. דער בעה"ב וואס פלעגט שרייען אויף די קאסטומערס איז נאכאלץ בעה"ב, אבער שפירט זיך נישט בסדר אע"כ קומט ער מער נישט אריין.

נהורא נפישא » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 11:39 am

· #152931
געפילטע פיש
אז מ'זעט אויס ווי א קנאי ליידט מען די קאנסיקווענצען... 🙂

איך זעה נאך היינט אויס ווי איינס, גראדע אויך אויסצומיידן קאנסעקווענצן.

רויטע וואנצעס » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 11:49 am

· #152939
געפילטע פיש
אין אייכלערס? דיין טאטע'ס ספרים שאפע האט גארנישט געהאט? און דיין בעסמעדרעש אויך נישט? אוי די אלטע צייטן...


מיין טאטע האט נאר געהאט אין די שווערע שפראך לשון קודש, די סטאר האט געהאט מאמע לשון.

באגאבא » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 11:53 am

· #152941
רויטע וואנצעס
געפילטע פיש
אין אייכלערס? דיין טאטע'ס ספרים שאפע האט גארנישט געהאט? און דיין בעסמעדרעש אויך נישט? אוי די אלטע צייטן...


מיין טאטע האט נאר געהאט אין די שווערע שפראך לשון קודש, די סטאר האט געהאט מאמע לשון.

דערצייל וואס ביסטי געוואר געווארן דארטן דע חילוק פין א וסת א חודש צי וסת הפלגה?

נהורא נפישא » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 11:55 am

· #152942
שפם אדומות. ס'איז דיר נישט בייגעפאלן צו הערן א טעיפ פון א שעור כללי אויף נדה פון ר' זלמן לייב פיליפ, אויך אויף מאמע לשון כ' האב נאר מורא אז ס'וואלט דיר פארגאנגן דער אפעטיט.

געפילטע פיש » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 12:06 pm

· #152948
וואס פארשטייט עטס די תאווה פון א צוועלף יעריגע אדורכצואקערן אגרות משה אויף אבה"ע?

רויטע וואנצעס » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 12:10 pm

· #152951
פארשטייסט מ'האט געלערנט מיט אונז אין חדר מסכת מלקות, די גאנצע געשעפט מיט עדות ביי א אשת איש האט אונז אנגערייצט און געמאכט נייגעריג. אונזער זכר'עדיגע dna האט אונז געשטופט צו מאכן ריסורטש.

נהורא נפישא » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 12:12 pm

· #152953
איך האב נישט מער און נישט ווייניגער געטראפן אין שו"ת שואל ומשיב הויפענעס פון שאלות הלכה למעשה וועגן בעילות,אשת איש, זונות, כבמחול בשפופרת, רינון, קלא דלא פסיק, אוי האב איך זיך באסמאקעוועט.

berlbalaguleh » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 1:20 pm

· #152978
נהורא נפישא
איך געדענק אלטץ בחור בין איך אמאל אריין דארט און געליינט דארט ביכער ביי די ענגלישע סעקציע די בעה"ב מיינענדיג איך בין עפעס א קנאי וואס האט אין פלאן צו ריאונירן זיינע ביכער האט מיך ארויסגעווארפן פון דארט ווי א הינט.

אינטרעסאנט. דו זעיסט גארנישט אויס ווי א קנאי. הערשל קלאר אדער צימערמאן ווען זיי כאפן זיך אריין אין מיין סטאר וואלט איך נישט געוועין רואיג. 😂

petergrifin » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 1:57 pm

· #152997
איך האב נישט געוויסט ווי ווייט די דורות זענן געפאלן אמאל זענן בחורים געגאנגן נישטערן אין ספרים קדושים ווען ס'האט געכאפט די
תאווה און מצווה גוררת מצווה די בחור פלעגט דארט טרעפן זיין זיוווג משא'כ היינט ציטאג רח'ל מהאי דעתא 😂

berlbalaguleh » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 9:42 pm

· #153153
petergrifin
איך האב נישט געוויסט ווי ווייט די דורות זענן געפאלן אמאל זענן בחורים געגאנגן נישטערן אין ספרים קדושים ווען ס'האט געכאפט די
תאווה און מצווה גוררת מצווה די בחור פלעגט דארט טרעפן זיין זיוווג משא'כ היינט ציטאג רח'ל מהאי דעתא 😂

דער וואס האט באשאפן דעם ספר הפנים (מארק צוקערבערג( איז נאך געווען אן אלטער אפיקורס אין פריערדיגן גילגול. 😂 😃

אפטעמיסט » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 2:33 am

· #153256
די גאס זאגט אז די עיקר געלט מאכט ר' משה אלי' פון און ליין סעילס. אפשר וויל ער נאר פארקויפען די סטאר נישט די עצם ביזנעס?

שלום על ישראל » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 8:15 pm

· #153512
אפטעמיסט
די גאס זאגט אז די עיקר געלט מאכט ר' משה אלי' פון און ליין סעילס. אפשר וויל ער נאר פארקויפען די סטאר נישט די עצם ביזנעס?

you wish

היימלינד » מיטוואך מאי 29, 2024 5:42 pm

· #563686
Re: אייכלערס דזשודעיקע אין בארא פארק
נאכאמאל פארקויפט פאר ה.ט. פון מ.פ. ?

צקון לחש » מיטוואך מאי 29, 2024 6:43 pm

· #563690
Re: אייכלערס דזשודעיקע אין בארא פארק
א.ו.נ.

היימלינד » דאנערשטאג מאי 30, 2024 11:54 am

· #563777
Re: אייכלערס דזשודעיקע אין בארא פארק
צקון לחש #
א.ו.נ.
הרבה יותר ממה שכתבתי יש כאן, איך האב אבער נישט געוואלט זיין די נייעס טרעגער האב איך עס געשריבען באופן זה
ימים ידברו

טראפעלע » דאנערשטאג מאי 30, 2024 1:48 pm

· #563787
Re: אייכלערס דזשודעיקע אין בארא פארק
היימלינד #
צקון לחש #
א.ו.נ.
הרבה יותר ממה שכתבתי יש כאן, איך האב אבער נישט געוואלט זיין די נייעס טרעגער האב איך עס געשריבען באופן זה
ימים ידברו
וואס?

פאריעריגע שניי » דאנערשטאג מאי 30, 2024 4:39 pm

· #563799
Re: אייכלערס דזשודעיקע אין בארא פארק
??

בקע לגלגולת » דאנערשטאג מאי 30, 2024 5:02 pm

· #563802
Re: אייכלערס דזשודעיקע אין בארא פארק
איך האב שוין לאנג געוואלט פארשטיין די תאוה פון אראפלאזן א הייסע פאטעיטא און יאגן פון שטח

בקע לגלגולת » דאנערשטאג מאי 30, 2024 5:04 pm

· #563804
Re: אייכלערס דזשודעיקע אין בארא פארק
היימלינד #
צקון לחש #
א.ו.נ.
הרבה יותר ממה שכתבתי יש כאן, איך האב אבער נישט געוואלט זיין די נייעס טרעגער האב איך עס געשריבען באופן זה
ימים ידברו
ראשי תיבות טרעגער איז סאך ערגער פון נייעס טרעגער

מר. קלונימוס » דאנערשטאג מאי 30, 2024 5:04 pm

· #563805
Re: אייכלערס דזשודעיקע אין בארא פארק
בקע לגלגולת #
איך האב שוין לאנג געוואלט פארשטיין די תאוה פון אראפלאזן א הייסע פאטעיטא און יאגן פון שטח
ווי לאנג די סייט אחראים לאזן עס צו, וואס זאל איינעם אפהאלטן דערפון?

היימלינד » דאנערשטאג מאי 30, 2024 5:10 pm

· #563806
Re: אייכלערס דזשודעיקע אין בארא פארק
בקע לגלגולת #
איך האב שוין לאנג געוואלט פארשטיין די תאוה פון אראפלאזן א הייסע פאטעיטא און יאגן פון שטח
זיי מסביר וואס דו ווילסט, קיינער איז נישט אנטלאפען
איך האב געשריבען א פשוטע פאקט [נישט א רומאר וואס כנגד תקנת המקום] אבער בלשון שאלה, וואס נאך ווילסטו וויסן? די פרייז? איך ווייס נישט

היימלינד » דאנערשטאג מאי 30, 2024 5:12 pm

· #563807
Re: אייכלערס דזשודעיקע אין בארא פארק
בקע לגלגולת #
היימלינד #
צקון לחש #
א.ו.נ.
הרבה יותר ממה שכתבתי יש כאן, איך האב אבער נישט געוואלט זיין די נייעס טרעגער האב איך עס געשריבען באופן זה
ימים ידברו
ראשי תיבות טרעגער איז סאך ערגער פון נייעס טרעגער
א.ו.נ ווייס איך נישט וואס ס'מיינט - אפשר אין וואס נאך ?

די ר"ת וואס איך האב געשריבען איז ווייל כל זמן איך זעה נישט יענער ארויס קומען ברבים גיי איך נישט זיין דער וואס לייגט ארויס זיין נאמען אפילו אויב יעדער ווייסט

צקון לחש » דאנערשטאג מאי 30, 2024 5:35 pm

· #563818
Re: אייכלערס דזשודעיקע אין בארא פארק
(איך ווייס נישט)

קלוגע יודל » זונטאג יוני 2, 2024 2:42 pm

· #564024
Re: אייכלערס דזשודעיקע אין בארא פארק
שוין גיימיר צוריק אנהייבן צו קענען קויפן אין די געשעפט.
שוין בערך 3 יאר וואס איך קויף נישט דארט בשיטה.
(נישט אז מיין ביסל מאכט אסאך אויס, אבער איך ווייס פון אסאך וואס פראבירן צו קויפן דארט וואס ווייניגער)

היימלינד » זונטאג יוני 2, 2024 2:55 pm

· #564026
Re: אייכלערס דזשודעיקע אין בארא פארק
קלוגע יודל #
שוין גיימיר צוריק אנהייבן צו קענען קויפן אין די געשעפט.
שוין בערך 3 יאר וואס איך קויף נישט דארט בשיטה.
(נישט אז מיין ביסל מאכט אסאך אויס, אבער איך ווייס פון אסאך וואס פראבירן צו קויפן דארט וואס ווייניגער)
איך האב אלץ געלאכט פון אזעלעכע ווי דיר וואס האבן געמיינט אז זייער בויקאט טאטשט מ.ג. אין עני וועג

1. ער האט נישט געהאט קיין אהנונג וואס דארט גייט פאר אויף א טאג טעגליכע פארנעם (ער האט שוין לאנג חרטה געהאט אויף די גאנצע מקח - וואס אגב איז נישט דווקא "נאר" מיט זיין געלט, ער ארבעט פאר גרויסע אינוועסטיראר), חוץ פון די פאר מאל במשך די יארן וואס ער איז זיך געקומען בילדערערן מיט פאליטישאנס וכדומה, איז ממילא קיין שום מעסעדז' נישט אנגעקומען צו איהם, אלע היץ וכו' איז געגאנגען אויף די אומשולדיגע אויסגעברענטע ארבייטערס - כלי ראשון מפי כמה וכמה עובדים במשך השנים

2. אויב מיינט מען אז אפילו לפי הנ"ל האט ער טאקע למעשה נישט געוויסט אבער א חסרון כיס איז דאך יא געווען, זאג איך דיר ניין! די פלאץ איז שוין לאנג נישט פראפיטעבל איז חוץ פון אנקאקן נאך אפאר ווענדארס פון נישט ווערען באצאלט [עכ"פ אין א צייטליכע פארנעם] איז קיין שום דררא דממונא נישט געווען פאר איהם צו מען קויפט יא אדער נישט דארט.
בלאט: 1 2