אייכלערס דזשודעיקע אין בארא פארק
76 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4835
Re: אייכלערס דזשודעיקע אין בארא פארק
גראדע קויף איך און אנדערע וואס איך קען דווקא יא דארט בשיטה! וועט מען קענען צוריק גיין צו קויפן ביי די מקוה אידן!
Re: אייכלערס דזשודעיקע אין בארא פארק
[ציטאט אראפגענומען]
פארוואס נישט קויפן ביי עם?
Re: אייכלערס דזשודעיקע אין בארא פארק
איך ווייס נישט צו מארדי געץ אדער יעקב קארנבלו ווערן אנגערופן מוסרים. די צייט פון קראונע איז געווען א ביטערע צייט פון פיין און טרויער און מענטשן האבן נישט געהאט די ריכטיגע ישוב הדעת.
Re: אייכלערס דזשודעיקע אין בארא פארק
רבותיי: (די יודעי דבר) ביטע קומטס נישט אריין דא צו פיהרן א גאנצע שקלא וטריא מיט ראשי תיבות. דער וואס ווייסט זאל זיך אנרופן במילואו. מיט נעמען. אדער אינגאנצן נישט אויפברענגען די נושא.
ס'איז נישט קיין יושר. מ'ציעט אן דעם עולם. און מ'דארף "געססן" וואס און וועם מ' מיינט. אויב האלט איהר אז ס'איז לשון הרע דאמאלס שרייבט בכלל נישט איבער די נושא. יישר כח למפר(י)ע. הק' בערל בעל עגלה.
Re: אייכלערס דזשודעיקע אין בארא פארק
berlbalaguleh #
רבותיי: (די יודעי דבר) ביטע קומטס נישט אריין דא צו פיהרן א גאנצע שקלא וטריא מיט ראשי תיבות. דער וואס ווייסט זאל זיך אנרופן במיליאו. מיט נעמען. אדער אינגאנצן נישט אויפברענגען די נושא.
ס'איז נישט קיין יושר. מ'ציעט אן דעם עולם. און מ'דארף "געססן" וואס און וועם מ' מיינט. אויב האלט איהר אז ס'איז לשון הרע דאמאלס שרייבט בכלל נישט איבער די נושא. יישר כח למפר(י)ע. הק' בערל בעל עגלה.
געפיקסט
Re: אייכלערס דזשודעיקע אין בארא פארק
Visionary #
איך ווייס נישט צו מארדי געץ אדער יעקב קארנבלו ווערן אנגערופן מוסרים. די צייט פון קראונע איז געווען א ביטערע צייט פון פיין און טרויער און מענטשן האבן נישט געהאט די ריכטיגע ישוב הדעת.
זיי האלטן להלכה איז געווען א חוב להציל נפשות מיד עשקו. נישט אז ס'איז נוגע, איך האלט ווי זיי.
לאמיר זאגן איך דינג זיך מיט זיי, צו רופען איינער וואס טוט אין הצלות נפשות מסור איז געפאלן אין קאפ. קענסטו דיך דינגען מיט אים אבער קיין דיני מסירה קומט נישט דא אריין.
Re: אייכלערס דזשודעיקע אין בארא פארק
וואס זיי האלטן איז נישט נוגע. אז איך האלט אז דו האסט עפעס גענומען פון מיר און איך גיי און איך כאפ עס צוריק פון דיר, אבער צום סוף שטעלט זיך ארויס אז איך האב געמאכט א טעות בין איך נאך אלס א גזלן און א גנב. יעצט ווען איך זעה מענטשן טוען עפעס וואס איך האלט אז עס איז שעדליך פאר זיי און איך צדיק גיי זיי ראטעווען פון זיי אליינס דורכן פאר מסרן בין איך א מסור און איך מיש מיך אריין אין א מחלוקת וואס באלאנגט נישט פאר מיר. איך בין נישט גאט'ס פארטרעטער און איך דארף נישט ראטעווען קיין מענטשן. יעצט ווען עס שטעלט זיך נאך ארויס אז די מענטשן זענען נאך גערעכט געווען אויך בין איך נאך א גרעסערע שגץ ווייל איך האב אפילו נישט געטון וואס איך האב געמיינט אז איך גיי טוהן. דעס אז מיינע כוונות זענען געווען גוט מיינט גארנישט. די כוונה מאכט נאר אויס בין אדם למקום, בין אדם לחבירו צאלט מען א טייערע פרייז נישט קיין חילוק וואס די כוונה איז געווען. ווען מען טוט כאטש אויף און מען ראטעוועט מענטשן וואלט מען זיך געקענט טרייסטן אז מען וועט טאקע כאפן דערפאר אבער כאטש האט מען אויפגעטאן וועט עס זיין מסירות נפש. אבער ווען מען האט נישט אויפגעטאן אויך נישט, אויף דעם זאגט מען פארשטינקע פיש געגעסן און פון שטאט ארויסגעווארפן. לעניננו, מארדי געץ און יענקי קארנבלי וועלן ליידער געדענקט ווערן לדראון עולם פאר וואס זיי האבן דעמאלס געטון.
די סיבה פארוואס איך קען נישט פארגעבן פאר אזעלכע מיני מענטשן איז ווייל איך בין זיכער אז אויב וואלט מען יעצט אויפגעשטעלט א יודנראט וואלטן די מענטשן געווען די קאנדידאטן צו וואלונטירן פאר אזעלכע פאזיציעס. די מענטשן זענען די useful idiots. זיי מיינען גוטס אבער ברענגען א חורבן. און דאס איז וואס מען דארף געדענקען און מען דארף זיי אונטערהאקן סאך פאר מען שטעלט אויף א יודנראט.
אז מען רעדט שוין, האב איך דעמאלסט געשריבן פאר די אלע וואס האבן געמיינט אונזער טובה אז עס איז דא אזא זאך ווי The wisdom of the crowds, און מען האט זיך גע'טענה'ט איבער דעם. איך בין צופרידן צו זעהן אז נאכאמאל ווערט די וועלט געוואר אז די עקספערטס רעדן סתם ווי א רוח רעה ארויס פון אחור. מען זעהט זיי אלע יעצט מיט אראפ געצויגענע הויזן. מען דארף נאר יעצט אריינשמייסן.
Re: אייכלערס דזשודעיקע אין בארא פארק
ביטע ערקלער, וואס איז געווען זייער טעות? וואס איז אויפגעוויזן געווארן?
Re: אייכלערס דזשודעיקע אין בארא פארק
מארדי מיר געזאגט ער האט נישט פארקויפט אייכלערס - דערווייל
Re: אייכלערס דזשודעיקע אין בארא פארק
פאריעריגע שניי #
מארדי מיר געזאגט ער האט נישט פארקויפט אייכלערס - דערווייל
נישט זיין ערשטע אדער לעצטע ליגענט
Re: אייכלערס דזשודעיקע אין בארא פארק
Visionary #
איך ווייס נישט צו מארדי געץ אדער יעקב קארנבלו ווערן אנגערופן מוסרים. די צייט פון קראונע איז געווען א ביטערע צייט פון פיין און טרויער און מענטשן האבן נישט געהאט די ריכטיגע ישוב הדעת.
אפשר א תירוץ פאר אלע שב ואל תעשה'ס וואס מענטשן האבן געטוען, אבער נישט קיין תירוץ פאר רשעות בקום ועשה,
ועוד יש לומר ווען מען רעדט פון אן עסקן וואס טוט "אלעמאל" און דא איז ער אדורך געפאלן הער איך, אבער איינער וואס האט געלעבט זיין ביזנעס און פונקט דעמאלטס איז ער געקומען "ראטעווען" די קאמיוניטי פון זיך אליין, הדבר אומר דרשוני,
יא מסור נישט מסור איז נישט די נושא, דאס קען מען לאזן פאר'ן אייבישטער, יבא בעל הכרם וכו', אבער די ווייטאג פון מענטשן אויף א יחיד וואס האט זיך ארויסגעשטעלט באשמוצן זיינע ברודער [אפילו ווען ער וואלט געווען גערעכט] סתם צו ווייזען אז ער איז מער אויפגעקלערט, קלוגער, cooler, איז פלעין און פראסט רשעות.
Re: אייכלערס דזשודעיקע אין בארא פארק
די מעלה פון די מעסעדזש באורדס וואס מיר האבן איז מען קען צוריק גיין אין צייט און ליינען די זאכן ווי עס דעוועלאפט זיך אין ריעל טיים. עס גייט מיך גאנץ ווייניג אן וואס הרב אשר ווייס האט געזאגט פונקט ווי עס גייט מיך נישט אן וואס הרב זלמן לייב פילאפ זאגט. דו פאלג וועם דו ווילסט און איך פאלג וועם איך וויל. אבער ווען מען קוקט צוריק קען מען זעהן ווער עס איז געווען גערעכט, אריינגערעכנט די רבנים.
איבער די גערעכטיגקייט פון פאוטשי און אלע אין פאוער וואס האבן גענומען זיינע עדווייס און די דיקטירט די מענטשהייט וויל איך מיך אויך נישט טענהן ווייל עס איז נישטא אויף וואס זיך צו טענהן. ער האט שוין מודה געווען אויף אלעם אז אלעס וואס ער האט געזאגט איז געווען ליגנט אדער סתם אזוי א רוח רעה. אלעס. ער און אלע וואס זענען געווען אין פאוער זאגן די זעלבע זאך, ווען זיי וואלטן געוואוסט וואלטן זיי געטון אנדערש. די באטטאם ליין איז אז זי האבן חרוב געמאכט דאס לאנד און חרוב געמאכט דורות.
Re: אייכלערס דזשודעיקע אין בארא פארק
היימלינד #
פאריעריגע שניי #
מארדי מיר געזאגט ער האט נישט פארקויפט אייכלערס - דערווייל
נישט זיין ערשטע אדער לעצטע ליגענט
לויט ווי איך פארשטיי איז עס געווען א שטילע transition פאר די ארבעטערס האט מען פארקויפט אז ס'איז under a new management פאר די ווענדערס האט מען גארנישט געזאגט אלעס פארט ווייטער מיט די זעלבע accounts, זיי האבן זיך אפשר געלערנט פון פריעדעגע טעותים נישט צו מאכן א רעש, אויב אזוי וועל איך מכבד זיין זייער רצון און נישט ווייטער מישן וועגן די מקח.
Re: אייכלערס דזשודעיקע אין בארא פארק
היימלינד #
פאריעריגע שניי #
מארדי מיר געזאגט ער האט נישט פארקויפט אייכלערס - דערווייל
נישט זיין ערשטע אדער לעצטע ליגענט
דא פרישע מענעדשמענט נישט קיין נייע בעל בית - דערווייל
Re: אייכלערס דזשודעיקע אין בארא פארק
היימלינד #
פאריעריגע שניי #
מארדי מיר געזאגט ער האט נישט פארקויפט אייכלערס - דערווייל
נישט זיין ערשטע אדער לעצטע ליגענט
די האסט שוין געזאגט דיין לעצטע ליגענט? מזלא חזא?! קאל מיר איך וויל קויפן לייף אינשורענס אויף דיר.
Re: אייכלערס דזשודעיקע אין בארא פארק
ודברת בם #
היימלינד #
פאריעריגע שניי #
מארדי מיר געזאגט ער האט נישט פארקויפט אייכלערס - דערווייל
נישט זיין ערשטע אדער לעצטע ליגענט
די האסט שוין געזאגט דיין לעצטע ליגענט? מזלא חזא?! קאל מיר איך וויל קויפן לייף אינשורענס אויף דיר.
אפגעפרעגט wow
א מענטש האט א חזקה
Re: אייכלערס דזשודעיקע אין בארא פארק
פאריעריגע שניי #
היימלינד #
פאריעריגע שניי #
מארדי מיר געזאגט ער האט נישט פארקויפט אייכלערס - דערווייל
נישט זיין ערשטע אדער לעצטע ליגענט
דא פרישע מענעדשמענט נישט קיין נייע בעל בית - דערווייל
אזוי האט מען פארציילט פאר די ארבעטער כאמור לעיל
און כאמור לעיל פלאן איך צו מכבד זיין די רצון פון די נייע בעה"ב און נישט ווייטער מישן די טאפ, ובזה סיימתי
אין דז'ענערעל - קענסט נאכקוקען מיינע תגובות - איך בין נישט דא צו צווינגען מיינע דיעות אויף קיינעם און אויך נישט צו זיין די "ערשטע" צו ברענגען א נייעס אדער רומאר.Re: אייכלערס דזשודעיקע אין בארא פארק
קיינער דארף נישט אויסטין זיין גאטשעס און פארציילען אלא זיינע פערזענליכע ביזנעס געשעפטן פאר די גאס צו פארדייען. ער איז נישט מער ליגנער ווי דיר און מיר. און ער איז זיכער נישט אזא ליגנער ווי די גרויסע רבי'ס. די איד איז א דערהויבענע איד. כביכול שרייט די דבר השם ווי א פארצייטישע נביא under threat of death פון די אייוועלט עקסטרימיסטן.
אגב, מ'ווערט נישט מוחזק שקרן אזוי שנעל. ס'איז אויך דא א געדאנק פון משטה אני בך.
Re: אייכלערס דזשודעיקע אין בארא פארק
ודברת בם: איך וואלט דיר געוואלט געבן א לייק. ס'זעהט אויס אז דו זאגסט דברים של טעם. נאר וואס זאל איך טון. לא זכיתי להבין דבריך.
שטרענג דיך נישט אן. ס'איז נישט א תוס' אדער מהרש"א וואס מ'דארף זיך אנשטרענגען צו פארשטיין.
Re: אייכלערס דזשודעיקע אין בארא פארק
berlbalaguleh #
ודברת בם: איך וואלט דיר געוואלט געבן א לייק. ס'זעהט אויס אז דו זאגסט דברים של טעם. נאר וואס זאל איך טון. לא זכיתי להבין דבריך.
שטרענג דיך נישט אן. ס'איז נישט א תוס' אדער מהרש"א וואס מ'דארף זיך אנשטרענגען צו פארשטיין.
ר' בערל: "איי טאטאלי אגרי".
Re: אייכלערס דזשודעיקע אין בארא פארק
היינט געווען און אייכלערס האב איך געזען אז מען האט געלייגט א נייע טיר.
Re: אייכלערס דזשודעיקע אין בארא פארק
געלייגט א נייע טיר אדער נייע שלאס??
Re: אייכלערס דזשודעיקע אין בארא פארק
א שיינע נייע טיר
Re: אייכלערס דזשודעיקע אין בארא פארק
ווען 2 שפאגל נייע ניקס הייבן אן ארומצוטראלן מיט פעגערישע הודעות איבער א נייע טיר אדער שלאס ביי אייכלערס....קוקט עס נישט גוט אויס. כ'זאג נאר.
Re: אייכלערס דזשודעיקע אין בארא פארק
כדאי נישט צו פורים מאכן פון דעם עולם קום איך צוריק מיט אן אפדעיט - שוין אינזינען געהאט דאס צו טון פאר עטליכע וואכן צוריק ולא אסתייעא מילתא, והוא רחום יכפר.
די נייע [פאטענציעלע] קונה האט ארויסגעבעקט/ צוריקגעצויגן און עס איז אויס מקח. לעת עתה איז צוריק אזוי ווי די פארגאנגענע פאר יאר, "א גוסס בעט", קיינער פון די אינוועסטירער וויל נישט אריינלייגן נאך א פעני, time will tell ווי לאנג נאך עס וועט זיך אזוי ציען ביזן פארמאכן אדער טרעפן אן אנדערע קונה.
דערווייל האט עס שוין איבערגעלעבט אלע predictions וואס מענטשן האבן געגעבן...
Re: אייכלערס דזשודעיקע אין בארא פארק
איך אויך #
ווען 2 שפאגל נייע ניקס הייבן אן ארומצוטראלן מיט פעגערישע הודעות איבער א נייע טיר אדער שלאס ביי אייכלערס....קוקט עס נישט גוט אויס. כ'זאג נאר.
אייביג בעסער צורעדען פון טירען אין שלעסער ווי פון לעבעדיגע (טויטע) מענטשען.
א בן נח איז מצווה אויף אבר מן החי סוי עסט ער נישט קיין מענטשען לעבעדיגערהייט...
מי האיש החפץ חיים וכו'