אקעי הוגה, איך וועל נישט ווארטן אזוי לאנג ווי שרייבער. לדעתי איז א דעבאטע מיט דיר ווי בענזין צו פייער, איך וויל נישט זיין א גורם צו טשעפענען מיין חבר וואס גייט דא דורך שווערע צייטן א דאנק דיר. ממילא, לאז איך דיר שוין האבן דאס לעצטע ווארט. העוו אי נייס דעי.
דבורה טאמבור ע"ה
177 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4819
דענקער, וועם מיינסטו צו שעלטן מיט "הי"ד"? דער וואס האט איהר בידים געהארגעט אדער נאר די וועליכע האבן געהאט א האנט אין עס צוברענגן?
הוגה, אויב די מאמע ואלט געווען א דזשיהאדיסט וואס וואלט געשטיצט די קינדער זיך צו אויפרייסן אויף א באן סטאנציע, וואלסטו געהאלפן אוועקנעמען די קינדער פון איר? פון אן אלטרע ארטאדאקסישער איד'ס שטאנדפונקט איז דאס גארנישט אנדערש ווי א מאמע וואס שטיצט חילול שבת.
הוגה, כמיין אז די אלע תגובות וואס האבן דיר געמאכט 'רעספאנדן' איז אויך נאר געווען אין ריספאנס צום תגובה פונעם פותח האשכול וואס איז זייער איינזייטיג און OTD'איש
יאירהוגה, אויב די מאמע ואלט געווען א דזשיהאדיסט וואס וואלט געשטיצט די קינדער זיך צו אויפרייסן אויף א באן סטאנציע, וואלסטו געהאלפן אוועקנעמען די קינדער פון איר? פון אן אלטרע ארטאדאקסישער איד'ס שטאנדפונקט איז דאס גארנישט אנדערש ווי א מאמע וואס שטיצט חילול שבת.
איך מוטשע מיך אן צו שרייבן לאנגע מגילות, קומט איין חכם, דער @יאיר ומאיר עיני ישראל און זאגט די זעלבע אין א נישטיגע איין מיט א האלב שורות... ברוך שחלק מחכמתו.
@הוגה ווערט באשאסן. מוטב שיכנס החץ בי. לאמיר זעהן וויאזוי מ'קען דא אויפרעגן דר'עולם:
איין מינוט, כ'טראכט אזוי הויך, צווישען צוויי אויערן, וואס איז בכלל די טראגעדיע? פאר אן OTD וואס איז איבערצייגט אז נאכן טויט איז גארנישט דא, וואס איז שוין די ביג דיעל פון שטארבן?
אויב האט זי געהאט יסורים ביים לעבן, און זי האט מחליט געווען צו ענדיגען איר לעבן, האט זי געטוהן גענוי וואס זי האט געוואלט. מה כל הרעש?

הוגה@יאיר, הער שוין אויף מיט די ליצנות..... 😂
עס איז גארנישט קיין ליצנות. נאכ'ן הערן אזא צערודערטע מעשה, רוב מענטשן טרעפן א בארואיגונס פיל אין אנלייגן דעם שולד אויף דעם און אויף יענעם. דאס איז נישט מער ווי אזא פסיכאלאגישע מיטל זיך צו בארואיגן אז בעצם איז די וועלט גאר גוט, מ'דארף נאר מתקן זיין די פאר שלעכטע מענטשן און אלעס ועט זיין בסדר, לדאבוני קען איך נישט טרעפן קיין בארואיגונג אין קיין איינע פון די שימפערייען און זידלערייען און אויפקלערונגען לכאן או לכאן, בלייבט מיר נאר איבער די איינציגסטע ברירה צוריקצושטעלן מיין פריערדיגע חתימה:
no hope for the human race.
ווען מיר וועלן דאס אלע איינזען וועט מען אויפהערן זיך ארומצואמפערן און פרובירן צו 'בעסער' מאכן די וועלט (פארגעסט נישט אז דער חרדי וואס רייסט אוועק די קינדער פון די מאמע האט פונקט אזעלכע גוטע כוונות ווי הוגה ביים אים באזידלען). אפשר אזוי וועלן די מענטשליכע באשעפענישן אפקומען גרינגער.
קאווע טרינקער@הוגה ווערט באשאסן. מוטב שיכנס החץ בי. לאמיר זעהן וויאזוי מ'קען דא אויפרעגן דר'עולם:
איין מינוט, כ'טראכט אזוי הויך, צווישען צוויי אויערן, וואס איז בכלל די טראגעדיע? פאר אן OTD וואס איז איבערצייגט אז נאכן טויט איז גארנישט דא, וואס איז שוין די ביג דיעל פון שטארבן?
אויב האט זי געהאט יסורים ביים לעבן, און זי האט מחליט געווען צו ענדיגען איר לעבן, האט זי געטוהן גענוי וואס זי האט געוואלט. מה כל הרעש?
זעט אויס אז די אלע שרייבערס אויף קאווע שטיבל גלייבן אין די זיבן היכלות פון גיהנם וואס וועלן אפווארטן די אומגליקליכע מרת. טאמבאר אויף יענע וועלט.
ווען מ׳רעדט פון אן אטעאיסט אדער א שוואכער גלויביגער איז זעלבסטמארד איז א וועג ארויס.
פאראן צוויי סארטן זעלבסטמארד:
איינס, קצתי בחיי, ער האט אלעס אבער די ניוראן׳ס אינעם מוח שפרודלען מיט דעפרעסיע, טראכט ער צו זיך: כ׳האב שוין פון אלעם טועם געוועזן, איך זעה נישט קיין שום תכלית, וואו איז דער נענטסטער בריק, האטס מיר און זייטס מיר, ער טראכט נישט וואס וועט זיין נאכדעם, וועמען ס׳וועט וויי טון.
פאר אזא איינעם איז דאך ממש א שאד די טרערן, ס׳איז אים בעסער, ס׳איז פאר זיין ארומיגע בעסער.
די צווייטע סארט איז א אנגעווייטאגטער מענטש מיט אסאך פראבלעמן, אין די איצטיגע פאל איז עס געווען א מוטער וואס האט פארלוירן אירע קינדער, אונז זיץ מיר דא און מווארפט מיינונגן, יעדער פון זיין קליינעם וועלטל, פון זיין חסידישן באקס פרובירט צו פארגלייכען די צוויי צדדים צו צוויי קעגנערישע פארטייען פון זיין קהילה.
פאר די ווארפסט ארויס דיין מיינונג פרעג זיך זעלבסט:
ביסט אמאל געווען א מאמע?!
צו האסטו אמאל געשפירט די ווייטאג פון פארלירן א קינד?!
האסטו אמאל געזען אין די ספרים הקדושים וואס עס טוט זיך אפ אויבן ביים כסא הכבוד ווען די מאמע פייגעלע קוויטשעט פאר ווייטאג ווען זי זיכט אירע אייער אינעם נעסט?!
און כדי ארויפצושיטן אביסעלע זאלץ און פעפער אויף די וואונדן האט איר אייגענע פאטער אויפגעטרעטן אקעגן איר אין געריכט און די קינדער האט מען אריינגעבאקן א פאטאלאגישע האס און פיינטשאפט אקעגן איר.
די מערהייט פון קאמענטירער האלטן אז זיי זענען זייער ׳open minded' אין זייער אייגענע (אידישע) רעליגיע שפילט נישט קיין ראלע און זייער מיינונג, איך בין זיכער אז אייער רעאקציע וואלט געווען גאר אנדערש ווען איר ליינט אזא נייעסל אויף רויטערס אינטערנאציאנאל:
איראן - א פרוי האט זיך גענומען דאס לעבן נאכדעם וואס א געריכט האט געאורטיילט אז זי האט נישט קיין רעכט איבער אירע קינדער צוליב דעם וואס זי האט אפ געלאזט די מוסלעמענישע רעליגיע...

הוגה - צוויי אכצן יעריגע קענן נישט שליסן א בונד?
איראן - א פרוי האט זיך גענומען דאס לעבן נאכדעם וואס א געריכט האט געאורטיילט אז זי האט נישט קיין רעכט איבער אירע קינדער צוליב דעם וואס זי האט אפ געלאזט די מוסלעמענישע רעליגיע...
וואספארא פארגלייך איז דאס, די פרוי איז דאך אנטלאפן פון א פאלשע רעליגיע, בעת מיר קעמפן פאר'ן אמת'דיגן העכערן תכלית פון די קינדער, די טוב שאין טוב למעלה הימנה.
(הגה: איבערגעזעצט פון א קאמענט אויף אראביש אין יענעם איראנער נייעס באריכט).
היימישער ליטוואקהוגה - צוויי אכצן יעריגע קענן נישט שליסן א בונד?
ניין.
בשםואין
די מערהייט פון קאמענטירער האלטן אז זיי זענען זייער ׳open minded' אין זייער אייגענע (אידישע) רעליגיע שפילט נישט קיין ראלע און זייער מיינונג, איך בין זיכער אז אייער רעאקציע וואלט געווען גאר אנדערש ווען איר ליינט אזא נייעסל אויף רויטערס אינטערנאציאנאל:
איראן - א פרוי האט זיך גענומען דאס לעבן נאכדעם וואס א געריכט האט געאורטיילט אז זי האט נישט קיין רעכט איבער אירע קינדער צוליב דעם וואס זי האט אפ געלאזט די מוסלעמענישע רעליגיע...
ווי אזוי וואלסטו עס אנגעקוקט ווען די ניו יארק טיימס וואלט באריכטעט:
ניו-יארק - א פרוי האט זיך גענומען דאס לעבן נאכדעם וואס א געריכט האט געאורטיילט אז זי האט נישט קיין רעכט איבער אירע קינדער צוליב דעם וואס זי אומסטאביל...
כ'מיין אז די געריכט האט עס נישט געזאגט צוליב רעליגיע, ווייל אויב יא, איז כולי עלמא מודה אז וועבערמאן איז אומשולדיג מיט אזא געריכט סיסטעם, ודו"ק.
יאיר: EXPLAIN!
פארוואס טראכסטו אז די קאמענטירער דא האלטן אז זייער רעליגיע שפילט נישט קיין ראלע דא? ווען נישט די רעליגיע אישו וואלט איך געבעקט די מאמע אלל די וועי. נאר רעליגיע איז די זאך דא (כאטש טייל שווארץ קוקער האלטן אז עס איז שלעכטע מידות אויך, אבער ווי הוגה און שרייבער האבן שוין אנגעוויזן זענען די שלעכטע מידות נישט אקטיוו וען די רעדע איז איבער טוישן פון אהרוני צו זאלי
--
דער עולם האקט אין גרויסן, איך באצי זיך צו שםואין

היימישער ליטוואקיאיר: EXPLAIN!
אין די סעקולערע וועלט הייבט מען קוים אן צו עקספלארירן די וועלט ביי די אכצן יאר, דעמאלט איז די צייט וואס מען ווערט א היפי און מען פארט קיין אינדיע אויסדינען אלע עבודה זרות און מען ווערט א בעל תשובה אויפ'ן וועג צוריק. ווי אזוי זאל א בחור'ל וואס ווייסט נאך ניטאמאל וואס ער וויל טון מיט זיין לעבן מאכן א לעבנסוויכטיגע בונד אויף זיבעציג יאר? לאמיר שוין נישט רעדן פון דעם וואס די צוויי קענען זיך ניטאמאל. ס'איז דאך אלעס איין גרויסע ליצנות.
די לויה וועט באלד זיין
פאר אינפורמאציא 646-222-0016
פאר אינפורמאציא 646-222-0016
מורינו הרב
ווי אזוי וואלסטו עס אנגעקוקט ווען די ניו יארק טיימס וואלט באריכטעט:
ניו-יארק - א פרוי האט זיך גענומען דאס לעבן נאכדעם וואס א געריכט האט געאורטיילט אז זי האט נישט קיין רעכט איבער אירע קינדער צוליב דעם וואס זי אומסטאביל...
כ'מיין אז די געריכט האט עס נישט געזאגט צוליב רעליגיע, ווייל אויב יא, איז כולי עלמא מודה אז וועבערמאן איז אומשולדיג מיט אזא געריכט סיסטעם, ודו"ק.
וועמען ווילסטו פאפן, מיך אדער דיך?
אונז פון אינעווייניג ווייס מיר דאך זייער גוט אז די סיבה פארוואס זי האט פארלוירן אירע קינדער איז נישט ווייל זי איז אומסטאביל.
דאס איז איינע פון די טעראר טאקטיקן וואס ווערן גענוצט ביי ארטאדאקסישע גיטין אוועק צונעמען די קינדער פון דער וואס גייט נישט אין שפאן.
טאמער וואלט מיר זיך אונז געזארגט פאר קינדער וואס ווערן אויפגעצויגן ביי אומסטאבילע (כ׳גלייך דעם ווארט) עלטערן וואלט די דבר יום ביומו קידושים און זכרים אפטיילונג געוועזן א צענטל פון וואס ס׳איז איצט...
א פרוי וואס מען האט איר געגעבן אן אויסוואל ראה נתתי לפניך את החיים ואת המות (no pun intended), את הטוב ואת הרע, און זי קלויבט אויס דעם רע, קען זי דען זיין סטאביל?
נו אוודאי איז זי אומסטאביל, זי האט דאך געטוישט איר לעבנסשטייגער. בהגדרה איז דאס אומסטאביל. פונקט ווי איינער וואס ווערט פון א פאפאנער א קלויזנבערגער איז בהגדרה אומסטאביל. זיין לעבן איז דאך אומסטאביל. אמאל איז ער געווען אזוי און היינט איז ער אזוי.
א מענטש מעג זיך טוישען זאכען אין זיין לעבן דאס מיינט נישט ער איז גייסטיש צורודערט נאר פארקערט, עס מיינט ער טראכט און ער האט די גאטס צו מאעכן טוישען אין זיין לעבן לויט ווי ער זעהט פאר ריכטיג היינט און גייט נישט נאר נאך וואס ער האט געטוהן נעכטען אדער נאך דאס וואס מען האט עם אמאל אויסגעלערנט.
בדרך אגב, די גאנצע טענה אז עס קען צומישען די קינדער איז איין גרויסער בלאף. איך קען קינדער וואס זייערע עלטערן מיט זיי זענען אפגעפארען און זיי זענען גאר געזונט און פעסט אפשר מער פון אנדערע. קינדער זענען נישט אזוי סטאפיד אז זיי זאלען נישט קענען פארנעמען א טויש ווען מען איז זיי מסביר על פי דרכם. ווידער צו אפרייסען קינדער פון א מאמע אדער טאטע איז אוודאי נישט קיין סגולה פאר געזונטע קינדער.

לכאורה פון צומישן די קינדער רעדט מען ווען איין עלטערן בלייבט פרום און דער אנדערער ווערט פריי.
יאירא פרוי וואס מען האט איר געגעבן אן אויסוואל ראה נתתי לפניך את החיים ואת המות (no pun intended), את הטוב ואת הרע, און זי קלויבט אויס דעם רע, קען זי דען זיין סטאביל?
אויב מיינסטו מיט ״חיים״ און ״טוב״ סקווירא, ביסטו נאך קיינמאל נישט געוועזן אין סקווירא.
לעיקוואדנו אוודאי איז זי אומסטאביל, זי האט דאך געטוישט איר לעבנסשטייגער. בהגדרה איז דאס אומסטאביל. פונקט ווי איינער וואס ווערט פון א פאפאנער א קלויזנבערגער איז בהגדרה אומסטאביל. זיין לעבן איז דאך אומסטאביל. אמאל איז ער געווען אזוי און היינט איז ער אזוי.
א מענטש מעג זיך טוישען זאכען אין זיין לעבן דאס מיינט נישט ער איז גייסטיש צורודערט נאר פארקערט, עס מיינט ער טראכט און ער האט די גאטס צו מאעכן טוישען אין זיין לעבן לויט ווי ער זעהט פאר ריכטיג היינט און גייט נישט נאר נאך וואס ער האט געטוהן נעכטען אדער נאך דאס וואס מען האט עם אמאל אויסגעלערנט.
בדרך אגב, די גאנצע טענה אז עס קען צומישען די קינדער איז איין גרויסער בלאף. איך קען קינדער וואס זייערע עלטערן מיט זיי זענען אפגעפארען און זיי זענען גאר געזונט און פעסט אפשר מער פון אנדערע. קינדער זענען נישט אזוי סטאפיד אז זיי זאלען נישט קענען פארנעמען א טויש ווען מען איז זיי מסביר על פי דרכם. ווידער צו אפרייסען קינדער פון א מאמע אדער טאטע איז אוודאי נישט קיין סגולה פאר געזונטע קינדער.
סא, די געריכט אין אמעריקא איז אן אומ'יושר'דיגע? - זיי האבן דאך אוועקגענומען די קינדער.
יאירלכאורה פון צומישן די קינדער רעדט מען ווען איין עלטערן בלייבט פרום און דער אנדערער ווערט פריי.
דעמאלטס פארוואס גייט עס מיט די פרומע צד? זאל מען דעמאלטס געבן די קינד נאר פאר די פרייע צד און אזוי וועט עס זיך נישט צומישען.
אבער דאס איז אויך נארישקייטן. די איינציגע וואס ווערן צומישט פון אזא זאך איז די גרויסע מענטשען וואס טראכטען קלענער פון קינדער און קענען נישט דערהייבען אז ס'זענען דא מער ווי איין סארט מענטש אויף די וועלט. א קינד קען זייער גוט פארשטיין אז פארשידענע מענטשען מאכען פארשידענע בחירות אין זייער לעבן און נישט ביידע עלטערן זיינע האבען געמאכט די זעלבע.
מ''רעדט דא כאילו אלע קינדער זענען מער נאריש ווי דער טיפישע סקווערער יונגערמאן. פליז, רוב קינדער זענען קלוגער פון דעם..
לכבוד שבת קודשלעיקוואדנו אוודאי איז זי אומסטאביל, זי האט דאך געטוישט איר לעבנסשטייגער. בהגדרה איז דאס אומסטאביל. פונקט ווי איינער וואס ווערט פון א פאפאנער א קלויזנבערגער איז בהגדרה אומסטאביל. זיין לעבן איז דאך אומסטאביל. אמאל איז ער געווען אזוי און היינט איז ער אזוי.
א מענטש מעג זיך טוישען זאכען אין זיין לעבן דאס מיינט נישט ער איז גייסטיש צורודערט נאר פארקערט, עס מיינט ער טראכט און ער האט די גאטס צו מאעכן טוישען אין זיין לעבן לויט ווי ער זעהט פאר ריכטיג היינט און גייט נישט נאר נאך וואס ער האט געטוהן נעכטען אדער נאך דאס וואס מען האט עם אמאל אויסגעלערנט.
בדרך אגב, די גאנצע טענה אז עס קען צומישען די קינדער איז איין גרויסער בלאף. איך קען קינדער וואס זייערע עלטערן מיט זיי זענען אפגעפארען און זיי זענען גאר געזונט און פעסט אפשר מער פון אנדערע. קינדער זענען נישט אזוי סטאפיד אז זיי זאלען נישט קענען פארנעמען א טויש ווען מען איז זיי מסביר על פי דרכם. ווידער צו אפרייסען קינדער פון א מאמע אדער טאטע איז אוודאי נישט קיין סגולה פאר געזונטע קינדער.
סא, די געריכט אין אמעריקא איז אן אומ'יושר'דיגע? - זיי האבן דאך אוועקגענומען די קינדער.
יא, די געריכט איז (אין דער פאל, נאך די שקרים וכזבים און קאפדרייענישען וואס די קהילה האט זיי פארגעשטעלט) געווען אומ'יושר'דיג. דו גרויסער מאמין אין אמעריקאנער געריכט וואס דו ביסט געווארן.. אין וועבערמאן אשכול האסטו שוין אמאל באזוכט?
יאירהיימישער ליטוואקהוגה - צוויי אכצן יעריגע קענן נישט שליסן א בונד?
ניין.
יאירהיימישער ליטוואקיאיר: EXPLAIN!
אין די סעקולערע וועלט הייבט מען קוים אן צו עקספלארירן די וועלט ביי די אכצן יאר, דעמאלט איז די צייט וואס מען ווערט א היפי און מען פארט קיין אינדיע אויסדינען אלע עבודה זרות און מען ווערט א בעל תשובה אויפ'ן וועג צוריק. ווי אזוי זאל א בחור'ל וואס ווייסט נאך ניטאמאל וואס ער וויל טון מיט זיין לעבן מאכן א לעבנסוויכטיגע בונד אויף זיבעציג יאר? לאמיר שוין נישט רעדן פון דעם וואס די צוויי קענען זיך ניטאמאל. ס'איז דאך אלעס איין גרויסע ליצנות.
אין די וועלט ווייס איך נישט, אבער כ'האב אמאל געמאכט א שטיקל שטודיע (אויף ווי ווייט כ'האב געקענט) צווישן היימישע יונגעלייט וואס האבן חתונה געהאט ביז די ניינצן א האלב, אויף די פראגע: "פארוואס האסטו געוואלט חתונה האבן? און דערנאך מסכים געווען ביים בעשוי?"
די שאקינג ענטפער פון רוב איז געווען: "כ'האב זיך פשוט געוואלט ארויסדערזעהן פון ישיבה!"
קען מען דאס אנרופן בונד? רוב טינעידזשערס ווייסן דאך נישט פון זייער חיות צו זאגן!
לעיקוואדלכבוד שבת קודשלעיקוואדנו אוודאי איז זי אומסטאביל, זי האט דאך געטוישט איר לעבנסשטייגער. בהגדרה איז דאס אומסטאביל. פונקט ווי איינער וואס ווערט פון א פאפאנער א קלויזנבערגער איז בהגדרה אומסטאביל. זיין לעבן איז דאך אומסטאביל. אמאל איז ער געווען אזוי און היינט איז ער אזוי.
א מענטש מעג זיך טוישען זאכען אין זיין לעבן דאס מיינט נישט ער איז גייסטיש צורודערט נאר פארקערט, עס מיינט ער טראכט און ער האט די גאטס צו מאעכן טוישען אין זיין לעבן לויט ווי ער זעהט פאר ריכטיג היינט און גייט נישט נאר נאך וואס ער האט געטוהן נעכטען אדער נאך דאס וואס מען האט עם אמאל אויסגעלערנט.
בדרך אגב, די גאנצע טענה אז עס קען צומישען די קינדער איז איין גרויסער בלאף. איך קען קינדער וואס זייערע עלטערן מיט זיי זענען אפגעפארען און זיי זענען גאר געזונט און פעסט אפשר מער פון אנדערע. קינדער זענען נישט אזוי סטאפיד אז זיי זאלען נישט קענען פארנעמען א טויש ווען מען איז זיי מסביר על פי דרכם. ווידער צו אפרייסען קינדער פון א מאמע אדער טאטע איז אוודאי נישט קיין סגולה פאר געזונטע קינדער.
סא, די געריכט אין אמעריקא איז אן אומ'יושר'דיגע? - זיי האבן דאך אוועקגענומען די קינדער.
יא, די געריכט איז (אין דער פאל, נאך די שקרים וכזבים און קאפדרייענישען וואס די קהילה האט זיי פארגעשטעלט) געווען אומ'יושר'דיג. דו גרויסער מאמין אין אמעריקאנער געריכט וואס דו ביסט געווארן.. אין וועבערמאן אשכול האסטו שוין אמאל באזוכט?
סא, דו האלסט אז וועבערמאן איז מעגליך פאלש אנגעקלאגט געווארן?
אוודאי איז עס מעגליך.. אבער נישט דאס איז דער נושא דא. און אויב נישט וו"מ איז טויזנט אנדערע וואס זענען פאלש אנגעקלאגט געווארען. כ'האב נאר געמיינט א משל אז אלע פארשטיין דא אז דער קאורט איז נישט דער גרעסטער מעסטער פון צדק ומשפט. ווי אויך איז א גרויסער חילוק צווישען פעמילי קאורט און קרימינאל קאורט.
Many suicides and are just a continuation of fight. Like here it may have been to make believe she needed the children
לעיקוואד, דו שרייבסט צו קאמפליצירט, מאך אפ קלאר אויף וועמענס זייט דו ביסט - מיט וועבערמאן-רובאשקין-שלומי אמוני ישראל, אדער מיט טשארלס היינס-או טי די-טאמבור-יאיר לפיד-שטערנבוך?
ווען איך האב חתונה געהאט בין איך געווען דאר, א שטארקע חסיד פון ראש לימבאו, און ליב געהאט מילכיגס מער פון פליישיגס. יעצט בין איך גראב, הער אויס NPR און ליב שטארק ברבורים שליו ודגים, האב איך עובר געווען אויפן בונד?
----------
דיפפ האקט, יא יא, יעצט האט זי געוואנען, כ'געהערט אז נעקסטע וואך באקומט זי די קינדער.
--------
עטס הערטס אויף צו האקן?

געפילטע פישווען איך האב חתונה געהאט בין איך געווען דאר, א שטארקע חסיד פון ראש לימבאו, און ליב געהאט מילכיגס מער פון פליישיגס. יעצט בין איך גראב, הער אויס NPR און ליב שטארק ברבורים שליו ודגים, האב איך עובר געווען אויפן בונד?
האסטו עובר געווען אויף'ן ברית בין הבתרים.
רוב וואס שרייבען דא האבען נישט קיין השגה אין די פסיכאלאגיע פין סקווירא, אין די קולטיסטישע קולטור,
ווען ס'געשעהט אזא מעשה אין סקווירא דארף די ערשטע חשד פין די שולד פאלען אויף די סקווירא רעזשים, אדער בעסער געזאגט אויף סקווירא רבי, (דוד בן טראני טווערסקי), ס'איז אזא סארט רעזשים וואס ווער ס'האט נאר אביסעל שכל אדער נארמאלע געפיהל וויל אוועק פין אזא סארט פלאץ, אין ס'ברענגט צי כל מיני פסיכאלאגישע פראבלעמען, אין מ'קען פרעגען עני מענטעל העלטה פראפעשינעל וואס באהאנדעלט סקווירא אין זיי וועלען דיר זאגען אז ס'איז אומגלויבליך וואס ס'גייט פאר אין דעם שטעטל,
ממילא ווען ס'געשעהט א דראפאוט אדער א סואיסייד אין סקווירא דארף די ערשטע שולד פאלען אויף די סקווירא רעזשים, ווייל ס'דא זייער א גרויסע מעגליכקייט אז זיי זענען שולדיג עכ"פ למחצה לשליש ולרביע,
סקווירא רבי לעבט אין א פארמאכטע וועלט, ער האט נישט קיין מושג אין די עכטע ריאליטי, מען האט אים מורא צי זאגען זאכען וואס ער וויל נישט הערען ווייל ער רעגט זיך אויף, אין ממילא ביי אים איז די מציאות דאס וואס ער חלום'ס זיך אויס אין זיין דמיון,
כ'מיין ער האט אמאל געזאגט פאר איינעם אז אין סקווירא איז נישט דא קיין דראפאוט'ס .....
ער איז פארגלייבט אין זייער קאמפליצירטע דמיונות, אין אמונות טפילות, נישט קיין דמיון צי אנדערע רבי'ס, אין פין דעם קומען ארויס כל מיני פראבלעמען, ס'איז נעבעך א רחמנות אויף אזא שטעטל,

יאירלעיקוואד, דו שרייבסט צו קאמפליצירט, מאך אפ קלאר אויף וועמענס זייט דו ביסט - מיט וועבערמאן-רובאשקין-שלומי אמוני ישראל, אדער מיט טשארלס היינס-או טי די-טאמבור-יאיר לפיד-שטערנבוך?
If you want the truth to stand clear before you, never be for or against. The struggle between "for" and "against" is the mind's worst disease. ~Sent ts'an
אפשר שרייבסטו א דאקטאראט אויף סקווירא ?
יאירהיימישער ליטוואקיאיר: EXPLAIN!
אין די סעקולערע וועלט הייבט מען קוים אן צו עקספלארירן די וועלט ביי די אכצן יאר, דעמאלט איז די צייט וואס מען ווערט א היפי און מען פארט קיין אינדיע אויסדינען אלע עבודה זרות און מען ווערט א בעל תשובה אויפ'ן וועג צוריק. ווי אזוי זאל א בחור'ל וואס ווייסט נאך ניטאמאל וואס ער וויל טון מיט זיין לעבן מאכן א לעבנסוויכטיגע בונד אויף זיבעציג יאר? לאמיר שוין נישט רעדן פון דעם וואס די צוויי קענען זיך ניטאמאל. ס'איז דאך אלעס איין גרויסע ליצנות.
איך ווייס דאס גאר גוט. אבער...
ווען אן אדולט מאכט אן החלטה קען מען דאס נישט אוועקמאכן אזוי לייכט.
עפטיר אלל, מיר רעדן יעצט וואס די קורט זאל מחליט זיין, וואו צו שיקן די קינדער. איך מיין אז זייער בונד האט א לעגאלן קראפט. גענוי אזוי ווי אויב וואלט ער/זי ג'הארגעט עמיצן וואלט מען אים ג'משפט ווי אן אדולט. צו ווערט מען קלוגער שפעטער? זיכער יא! צו זענען זיי פארמאכט אין א שאכטל און האבן א קליינעם וועלט פארשטאנד איז אויך ברור. אבער דאך, חוץ אויב ער איז מענטלי דיסאייבלט איז זיין ווארט א ווארט - לעגאליש גערעדט.
דאקטער
סקווירא רבי לעבט אין א פארמאכטע וועלט, ער האט נישט קיין מושג אין די עכטע ריאליטי, מען האט אים מורא צי זאגען זאכען וואס ער וויל נישט הערען ווייל ער רעגט זיך אויף, אין ממילא ביי אים איז די מציאות דאס וואס ער חלום'ס זיך אויס אין זיין דמיון,
ת .....
דאס איז שקר!
איך בין נישט קיין חסיד. נישט קיין סקווערער חסיד. אבער צוליב א סיבה האט איך גערעדט מיט דעם רבי. ער ווייסט זייער גוט פון ריעליטי.
די פרוי האט זייער געליטן אויף גייסטישע פראבלעמען אויף אזוי ווייט אז דער ריכטער האט איר נישט געלאזט אליין מיט די קינדער אן השגחה. די או טי דיס זענען פארנומען שרייען בלוטיקע מערדער קעגן די חרדישע געמיינדע אנשטאט מאכן א חשבון הנפש אז זייער פוט סטעפס ארגעניזאציע וואס דארף מכלומרשט העלפן עמאציאנעל די וואס פלאגן זיך ווען זיי לאזן איבער די חרדישע סביבה, איז דורכגעפאלן. עס איז נישט דער ערשטער און נישט צווייטער זעלבסטמארד פון א פוטסטעפס מיטגליד. זיי זענען פארנומען טאג און נאכט מיט זעלבסט גראטיפיקאציע ווי העלדיש די וואס לאזן איבער זענען, אנשטאט געבן אמת'ע הילף. אן ערנסטע אינוועסטיגעשאן איבער וואס קומט פאר אינטער די פארשלאסענע ווענט פון פוטסטעפס איז דרינגענד פאר ווער ווייסט ווער איז דער נעקסטער קרבן אויפן שמד מזבח פון פוטסטעפס. ונאמר למלאך המשחית הרף.
היימישער ליטוואק,
אין הכי נמי, ומהאי טעמא האט מען איר געקענט אוועקנעמען די קינדער אין קארט, אבער ווען מען שמועסט זיך צונויף אין א קאווע שטיבל לגבי א הומאניסטישער פוינט אוו וויו איז נאריש אריינצוברענגען דעם "בונד" אין דעם בילד, כאילו די פרוי איז דא באגאנגען אזא עולה מיט'ן ברעכן איר בונד אז עס קומט זיך איר אלעם בייזן.

היימישער ליטוואקדאקטער
סקווירא רבי לעבט אין א פארמאכטע וועלט, ער האט נישט קיין מושג אין די עכטע ריאליטי, מען האט אים מורא צי זאגען זאכען וואס ער וויל נישט הערען ווייל ער רעגט זיך אויף, אין ממילא ביי אים איז די מציאות דאס וואס ער חלום'ס זיך אויס אין זיין דמיון,
דאס איז שקר!
איך בין נישט קיין חסיד. נישט קיין סקווערער חסיד. אבער צוליב א סיבה האט איך גערעדט מיט דעם רבי. ער ווייסט זייער גוט פון ריעליטי.
צדיק'ל, ער קען זיך אויס אין געוויסע חלקים פין ביזנעס אדער אזאלכע סארט זאכען, חאטשיג זאלסט קיינמאל נישט טראסטען זיין אפיניען אן הערען א צווייטע מיינונג, אבער דארט ווי ס'קראכט אריין אין זיינע דמיונות וויל ער נישט וויסען פין ריאליטי, ראין אויך פארשטייט ער נישט קיין תורת הנפש, זיין מוח קוקט מער אן מענטשען ווי מאשינען אין נאמבער'ס אין ער פארשטייט נישט די איידלקייט פין דעם נפש האדם, אין אנדערע ווערטער ער איז אפשער גוט צי מענעדזשען א ביזנעס אבער נישט צי זיין א מנהיג ביי אידישע קינדער,
אין טענה דיר נישט מיט מיר, ווייל די ביסט אליינס מודה אז די האסט סך הכל איינמאל מאל גערעדט מיטען, לאמיר זאגען אפילו פינעף, מאל,
איך קען דעם מענטש אסאך בעסער, מסתם בעסער ווי ער קען זיך אליינס, אין כ'קען די מענטאליטעט פין דעם פלאץ,
גערעכט.
אבער דער בונד בלייבט אין דעם בילד.
וואס קען מען טוהן, פיל מאל באגייט מען א נארישקייט אין די יוגנט און מען דארף סאפפירן די תוצאות א גאנץ לעבן. חטאת נעורי ופשעי אל תזכור...
אבער דער בונד בלייבט אין דעם בילד.
וואס קען מען טוהן, פיל מאל באגייט מען א נארישקייט אין די יוגנט און מען דארף סאפפירן די תוצאות א גאנץ לעבן. חטאת נעורי ופשעי אל תזכור...
היימישער ליטוואקדאקטער
סקווירא רבי לעבט אין א פארמאכטע וועלט, ער האט נישט קיין מושג אין די עכטע ריאליטי, מען האט אים מורא צי זאגען זאכען וואס ער וויל נישט הערען ווייל ער רעגט זיך אויף, אין ממילא ביי אים איז די מציאות דאס וואס ער חלום'ס זיך אויס אין זיין דמיון,
ת .....
דאס איז שקר!
איך בין נישט קיין חסיד. נישט קיין סקווערער חסיד. אבער צוליב א סיבה האט איך גערעדט מיט דעם רבי. ער ווייסט זייער גוט פון ריעליטי.
דו וואוינסט אין די פייוו טאונס אדער אין לאס אנגעלעס ?
אין לאס אנגלעס - נישט!
דיפפ האקט, יא יא, יעצט האט זי געוואנען, כ'געהערט אז נעקסטע וואך באקומט זי די קינדער.
Agenda is sometimes more than life
Agenda is sometimes more than life
בן תמליון, דאס אז דער געריכט זאל נאר לאזן וויזיטעישאן'ס מיט א השגחה, איז בכלל נישט קיין זעלטענע זאך. ווען אימער די אנדערע צד טענה'ט אז די עקס איז משוגע וועט מען עס טון. די שאלה איז ווי די פראצעדורן דארט האלטן, צי איז געווען א קאורט סעסיע מיט עוואליועישאנס פון פסיכאלאגן איבער איר צושטאנד און דער קאורט האט קלאר אנגענומען אז זי איז א סכנה פאר די קינדער?
און אפשר איז די השגחה זיכער צו מאכן אז זי העצט נישט די קינדער קעגן דעם בונד, די סטאטוסקווא פון פרומקייט?

בנוגע די קראפט פונעם בונד:
רבי עזריאל טויבער זאגט אז ווען ער פרעגט בחורים אויב מען וואלט זיי געגעבן דעם אויסוואלט צו זיין א איד אדער א גוי (דורך געוויאר ווערן אז זייער מאמע איז א גיורת שלא נתגיירה כהלכהתה למשל) זאגן אזויפיל ווי נייציג פראצענט בחורים אז זיי וואלטן זיך נישט מגייר געווען.
האב איך בעניי אמאל געזאגט בדרך זה אז ווען מען זאל פרעגן אינגעלייט צען יאר נאכן חתונה -צו ווען מען געט זיי א ברירה- צו וואלטן זיי איבערגעטוען דעם זעלבן שידוך, חתונה, לייף סטייל, קינדער, נאכאמאל. גלייב איך אז אזויפיל ווי פינעף און נייציג פראצענט וואלטן גענפערט א הילכיגן ניין, נעווער עגין!! (שטייצעך אויסער מיר, ווייל איך בין מוראדיג צופרידן הודו לה').
איז וואס האקט עטץ א קאפ מיט א בונד וואס צוויי מאלעסטעדע מלחמה געליטענע קינדער האבן געטוען ביי די זיבעצען יאר על דעת ההורים והרבי, ניטאמאל א גלעזעל אלקעהאל וואלט מען זיי פארקויפט ביי דעם יארגאנג.

diffMany suicides and are just a continuation of fight. Like here it may have been to make believe she needed the children
Suicide attempts are probably the surest way to lose any chance of getting custody.
------------
געפילטע האקט. אבער דיף רעדט דאך ווען זי לעבט ווען איבער.
and what do terrorists gain
בן תמליוןדי פרוי האט זייער געליטן אויף גייסטישע פראבלעמען אויף אזוי ווייט אז דער ריכטער האט איר נישט געלאזט אליין מיט די קינדער אן השגחה. די או טי דיס זענען פארנומען שרייען בלוטיקע מערדער קעגן די חרדישע געמיינדע אנשטאט מאכן א חשבון הנפש אז זייער פוט סטעפס ארגעניזאציע וואס דארף מכלומרשט העלפן עמאציאנעל די וואס פלאגן זיך ווען זיי לאזן איבער די חרדישע סביבה, איז דורכגעפאלן. עס איז נישט דער ערשטער און נישט צווייטער זעלבסטמארד פון א פוטסטעפס מיטגליד. זיי זענען פארנומען טאג און נאכט מיט זעלבסט גראטיפיקאציע ווי העלדיש די וואס לאזן איבער זענען, אנשטאט געבן אמת'ע הילף. אן ערנסטע אינוועסטיגעשאן איבער וואס קומט פאר אינטער די פארשלאסענע ווענט פון פוטסטעפס איז דרינגענד פאר ווער ווייסט ווער איז דער נעקסטער קרבן אויפן שמד מזבח פון פוטסטעפס. ונאמר למלאך המשחית הרף.
דעם פרוי האב איך נישט געקענט ממילא קען איך דיר נישט זאגען אויף זיכער וואס זי איז אדער נישט געווען. אבער פון דער קאורט פסק צו ברענגען א ראיה שיק איך דיר אויך צו'ם וועבערמאן אשכול ווי איר זענט געווען מראשי המדברים. ווידער וויאזוי די חרדישע קהילה באהאנדלט אזוינע קעיסעס וויסען מיר גאנץ גוט פון דער נאנט פון אנדערע פעלער. וברי ושמא ברי עדיף.
ביסט טאקע גערעכט, פוטסטעפס טוהט נישט גענוג צו העלפען, בעיקר וויבאלד זיי האבען מורא פון ארויסגיין מיט אן אפענער מחלמה קעגן די חרדישע קאמיוניטי. אז דו ביסט אזוי באזארגט אז עס איז נישטא גענוג הילף, אפשר קומסטו עפעענען מיט מיר א צווייטער ארגינאזאציע וואס זאל טאקע מער העלפען? ביסט גרייט צוצוהעלפען? אדער נאר מרמז זיין נישט געשטויגענע האלב געבאקענע טעאריעס כאילו עס קומט עפעס פאר אונטער פארמאכטע טירען דארט, נו אוואדי, דארט רעדט מען איבער דער עולם צו באגיין זעלבסטמארד..
diffand what do terrorists gain
Terrorists actually gain many concessions, as do suiciders.
However, when the issue at hand is a custody battle, there can be nothing more destructive to a parent than mental instability.