☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » קוריאזן, קאפריזן און גלאט משוגעת ביים מקיים זיין מצות חג בחג

קוריאזן, קאפריזן און גלאט משוגעת ביים מקיים זיין מצות חג בחג

54 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4815
בלאט: 1 2

נהורא נפישא » מיטוואך סעפטעמבער 25, 2013 4:04 am

· #151922
קוריאזן, קאפריזן און גלאט משוגעת ביים מקיים זיין מצות חג בחג
ס'איז זייער א געווענליכע זאך ביי אונזערע עמך אידן אז מ'זאל האבן א פרעפרענץ אין געוויסע סארט מצוות איבער אנדערע, ספעציעל אזעלכע סארט מצות וואס איר קיום איז אפהענגיק איינמאל א יאהר, וואס דאן וועלן מאנכע דאס טוהן מיט מער ברען אפילו ס'זאל נאר זיין עפעס א באבע מנהג ווי זיי טוען ווען א דאורייתא וואס איז שייך יעדן טאג פון יאהר, ס'איז נישט קיין סתירה אז מענטשן וואס כאפן אפ א ברכת המזון און אפשר ערלויבן זיי זיך צו טעקסטן און ארומווינקען דערביי, מיט דעם וואס ווען ס'האנדעלט זיך אבער פון א געפירעכץ וואס איז פארבינדען צום ביישפיל מיט ימים טובים אדער יומי דפגראות ווי ט"ו בשבט, ל"ג בעומר, דאן זענען זיי נהפך לאיש אחר, און גייען צו מער באוואוסטזיניק פון איין זייט, אבער צו די זעלבע צייט איז איראניש אז אנדערש ווי ס'וואלט געווען ערווארטעט אז זיי זאלן צוקומען דערצו מיט אביסעלע עדיוקעישאן כאטש האבנדיג אדורכגעבלעטערט דעם קיצשו"ע צו האבן די מינימאלע בעיסיק איידיע פון וואס די מצוה באשטייט, אבער וואס ווען וואו, א נעכטיגן טאג, זיי גייען צו דערמיט מיטן זעלבען פוסטקייט און לעהרקייט און מצות אנשים מלומדה'דיגע צוגאנג ווי א גאנץ יאהר.

צום באדויערען זענען א גרויס טייל פון די געפירעכצער וואס זענען אטראקטיוו פאר די סארט עולם דוקא אזוינס וואס אויב מען זאל זיי איבערהיפן וועט דאס נישט שאפן די מינדעסטע חרון אף בשמי מרום, ווי אנטוישט וועלן זיי זיין ווען ארויפקומענדיג בעלמא דקשוט און מ'וועט זיך שטעלן ביים הימלישן געריכט און די מלאכי רחמים וועלן אפירקראצן אלע סארט זכיות דאס ארויפצושליידערן אויפן וואגשאהל אבער ולא קם ולא זע ס'רירט זיך נישט פון פלאטץ, וכל כך למה? גאנץ פראסט און איינפאך, ס'אלטץ גרויסע זעק מיט לופט, באט וועיט דעיר איז עי העיפי ענדינג, מיר ווייסן וואס דער סוף לאזט זיך אויס מיט אזא איינעם, דער אב הרחמן גיט אים אין די ענד אן איינטריט קארד צום גן עדן אינעם היכל ווי ס'געפינט זיך א שטייגער ווי יענער דארפס אינגעל וואס האט געפיפען מיט זיין פייפער בכל כוחו מיטן גרעסטען מאס תמימות און נאאיוויטעט יענעם יוה"ק אינעם שולעכל פונעם הייליגן בע"ש, אויף וואס דער בע"ש אליין האט מעיד געווען אז דאס האט שוין איינמאל געשפאלטן הימלען, און ס'איז דא א שטארקע סברא צו זאגן אז אין דעם היכל שטעלט מען אריין די אלע וואס מ'קען מלמד זכות זיין אויף זיי די אינסענעטי פארטיידונג, אבער ווי האט נאר געזאגט דער אדמו"ר החכם מראפשיץ, בעסער צו פארברענגען מיט חאכאמים אין גיהנם ווי איידער מיט נעראנים אין גן עדן.

כלפי מה דברים אמורים, די נאכט טוט זיך א געקויפעכץ פון הושענות פאר די גאנצע בני בית אנשים נשים וטף מקיים צו זיין דעם תקנת נביאים, זענען דען נישט נשים פטור פון א מצות עשהז"ג (בפרט ווען די מצוה האט נישט קיין ברכה) און קטנים שלא הגיעו לחינוך זענען ווייטער אויך פטור און נאכדערצו דוקא פינעף ריפטלעך ס'זאל זיי שטימען ע"פ סוד, יא, אמת ס'קאסט טאקע א נישטיגע פיר טאלער א בינטעל וואס איז נישט עפעס אזא הון תועפות, אבער פארוואס זאל א נאאיווער אינגערמאן נישט האבן די געלעגנהייט אליין בוחר צו זיין צו ער שטייט אין די מדריגה פון מקיים זיין אלע חומרות אין מילי דחסידאות און טיילמאל מילי דשטיות.

כ'האב געזעהן די משוגעת גייט אזוי ווייט אז מ'נעמט אפילו פאר עוברות אויך, איך וואלט פארגעשלאגען אז אין אזא פאל זאל מען נעמען צוויי סארט, קאליפארניער ערבות פאר א זכר און כמו-צפת'ער הדסים פאר נקיבות, אין פאל מ'ווייסט פון אן אולטראסאונד וואס מ'ערווארט זאל מען אנפרעגן ביי הגאון ר' חיים קאניעווסקי וואס וועט אפשר ענטפערן, אולי?

יעצט אז ס'זאל מיר ברענגען איינער אז ס'שטייט ערגעצוואו וועט עס מיר נישט זיין קיין גרויס נייעס, ס'איז פרידיקטעיבל אז שטייט ערגעץ ארויס מפורש שחור ע"ג לבן.

diff » מיטוואך סעפטעמבער 25, 2013 7:50 am

· #151934
Q. Is readng devarim for everyone ? And Why

תיקון ליל הושענא רבה[עריכה | עריכת קוד מקור]בליל הושענא רבה נוהגים רבים להישאר ערים כל הלילה ולהקדיש אותו ללימוד תורה מתוך סידורים של "תיקון ליל הושענא רבה" או לימוד תורה על פי בחירה אישית של הלומד. מקובל לקרוא בספר דברים, ולאחריו לומר תהלים, מפני שכתיבת ספר תהלים מיוחסת לדוד המלך (בבא בתרא יד ע"ב) שהוא האושפיזין ביום הושענא רבה.‏[5]

הרב נפתלי צבי לאבין בעת לימוד בליל הושענה רבה

שליח » מיטוואך סעפטעמבער 25, 2013 8:04 am

· #151935
איר הייבט אן זייער גוט, ריכטיגע נקודות וואס דארפן ארויסגעברענגט ווערן, אבער לבסוף ברענגט איר א דוגמא וואס איז, במחילה, גענצליך נישט צום זאך. איר ווילט נישט הערן קיין מראה מקומות, וועל איך נישט ברענגן, אבער זייט וויסן אז ס'איז נישט עפעס א קפידא וואס איז אימפארטירט געווארן פון עפעס א מקובל אין ארם צובא, נאר אן אור-אלטער מנהג וואס ווערט דערמאנט אין די עלטסטע ספרי מנהגים פון הונדערטער יארן צוריק, און האט א שטארקע מקור אין ירושלמי. ס'איז לכאורה א שטערקערע מנהג ווי תשליך, למשל. אז איינער גייט נישט צו תשליך איז ער נישט קיין עבריין, אבער ס'איז אוודאי שיין און כדאי ער זאל ממשיך זיין מנהג אבותיו, כל זמן ס'קומט נישט אויפן חשבון פון וויכטיגערס. און צו שפעטן דערפון איז גארנישט ווייניגער צמצום ווי צו גלייבן אז קארטאפל-קוגל איז הלכה למשה מסיני.
דער אמת איז אז ביידע, דאס אננעמען יעדער ענין ביהרג ואל יעבור און דאס אוועקמאכן יעדער מנהג כל זמן ס'איז נישט קיין חיוב גמור, שטאמען פון די זעלבע שוואכקייט: נישט קענען לעבן מיט אפאר רובדי חיוב, זו למעלה מזו, אלעס איז שווארץ אדער ווייס, חיוב גמור אדער גארנישט, א זאך וואס דער א-ל רחום וחנון וועט נישט צערענען אויב לאזט מען אויס איז א ליידיגע זאק. הגרי"ז מבריסק האט געהאלטן אז א חלק עיקרי פון חינוך איז אויסצולערנען פארן קינד וואס איז דער מקור החיוב, מיר דארפן זיך אויסלערנען (און לערנען ווייטער) אז ס'איז דא גבוה מעל גבוה וגבוהים עליהם, דאורייתא, דברי קבלה, דרבנן, הידור, מנהג, ענין, מילי דחסידותא, סתם חניוקישקייט ומילי דשטותא. אונזער מערכת-יחסים מיטן רבוש"ע איז הערליך קאלירפול. און אפילו ביי די גאר שוואכסטע ענינים איז שיין אנצוהאלטן די טראדיציע, ווילאנג מ'ווייסט ווי שוואך ס'איז און ס'שטערט קיינעם נישט. אז זיינע עלטערן האבן זיך געפירט צו זינגען נון בוי דיין טעמפל שירה נאכן סדר, איז ער א נאר אז ער זינגט עס אויך? ער איז א נאר אויב שרייט ער אן זיין יונגעלע וואס זינגט נישט מיט, אבער אויך אויב קוקט ער אראפ די וואס זינגען יא.

מעגליך אז איר רעדט טאקע בכהאי גוונא, איינער וואס איז מחזר על הפתחים צו קויפן פינף פון די לאנגע ערבות דייקא פאר יעדן פון זיינע ח"י בני בית, אדער איינער וואס כאפט זיך ארויף דערויף סתם אלס פרומקייט, על אף וואס ביי זיי האט מען זיך קיינמאל נישט אזוי געפירט. אם כן לא אמרתי כלום.

---

ר' diff האקט. לידיעתך, אויפזיין הושע"ר האט שטערקערע מקורות ווי אויפזיין שבועות. ס'איז נישט קיין קונץ אלעס אוועקצומאכן.

קאווע טרינקער » מיטוואך סעפטעמבער 25, 2013 8:13 am

· #151938
@שליח, סיני קדמה לקארטופעל, וצ"ל לאקשען קוגל כמבואר כאן סעיף כ"ח.

diff » מיטוואך סעפטעמבער 25, 2013 8:31 am

· #151940
Learning what you like is always good . Why Devarim

נהורא נפישא » מיטוואך סעפטעמבער 25, 2013 9:01 am

· #151947
ר' שליח נו אדרבה זאגט אונז יא א מקור וואס איינע פון די קלאסישע הלכה ספרים ברענגן אז דאס האט עפעס שייכות צו פרויען אדער קטנים שלא הגיעו לחינוך, איר גייט מיר ברענגן עפעס א ירושלמי , איך בין זיך זיכער אז די קענסט טרעפן אין בבלי אויך א מקור, כ'האב געזעהן ווי אײַנער ברענגט גאר אז תשליך האט א מקור אין בבלי, בשעת מיר ווייסען בבירור אז דאס איז מזמן מהרי"ל, ממילא תשליך אדער כפרות איז דאך שייך ביי פרויען אין קינדער אויך, נו זאלסט מיר כאטש מודה זיין אז ס'איז אן ערענסטע מילי דחסידות וואס ס'שאדט נישט אז אינגערמאן זאל דאס וויסען צו קענען באשליסן צו ס'באלאנגט פאר אים אדער נישט.

קאווע טרינקער » מיטוואך סעפטעמבער 25, 2013 9:34 am

· #151951
טאקע אויף אזא טאג ווי היינט פלעגט בריסקע רב זיך וואונדערן און פרעגן, הלמאי תיקון ליל שבועות איז נאר א מנהג פון חסידים הראשונים, און יעדער איז אויף, vs ליל הושענא רבה וואס שטייט אין שו"ע און דר'עולם פאפט.

געפילטע פיש » מיטוואך סעפטעמבער 25, 2013 10:38 am

· #151954
"בעסער צו פארברענגען מיט חאכאמים אין גיהנם ווי איידער מיט נעראנים אין גן עדן."

מרגלא בפומיה ד'מארק טוויין: כ'וועל גיין אין גן עדן פאר די וועטער, אבער אין גיהנום פאר די געזעלשאפט...

ווער קען טאקע פסק'נען? פון וועלכע גיל איז מען מחוייב צו קויפן די גרויסע בינטלעך? די בר אוריין ביי אונז אין שול זאגט כבר שית כבר שב.

חכם באשי » מיטוואך סעפטעמבער 25, 2013 10:43 am

· #151955
.

שליח » מיטוואך סעפטעמבער 25, 2013 11:08 am

· #151957
כ'האב זיך אביסל טועה געווען, ס'איז לכאורה שוואכער ווי תשליך, אבער פארט אן אור-אלטער מנהג. אין 'מנהגים דק"ק וורמיישא' לר' יוזפא שמש (וואס איז שטארק אנגענומען, כידוע לך מסתמא) שטייט "ועושה הושענה מערבה לכל בני ביתו, לגדול וקטן לזכר ולנקבה, לכל אחד אחד בפני עצמו". ר' יוזפא איז געווען א 3-4 הונדערט יאר צוריק, און ווירמייזא איז געווען א מיוחס'דיגע אלטע קהילה, זייער מסתבר אז דער מנהג איז פון די גדולי אשכנז וואס זענען געווען נאך פריער מיט הונדערטער יארן.
אין ירושלמי (ר"ה פ"ד ה"ח) שטייט בשם ר' יונה אז ואותי יום יום ידרושון גייט ארויף אויף ר"ה ויום הערבה, און לויטן קרבן העדה איז דער פשט אז אין די טעג איז יעדער אין ביהמ"ד, מגדולים ועד קטנים. שטייט טאקע נישט אז זיי קלאפן הושענות, אבער ס'איז נישט קיין שלעכטער סמך אז דער טאג איז אויך פאר זיי.
נישט נאר ס'שאדט נישט צו וויסן אז ס'איז נישט מעיקר הלכה, ס'שאדט אז מ'ווייסט נישט, דאס מישן חיובים מיט מנהגים מיט ענינים וקפידות איז אן ערנסטער פראבלעם, כמבואר לעיל. נאר עם זה דארף מען אויך וויסן אז צווישן עיקר הלכה ביז מילי דחסידותא וואס זענען נאר געמאכט פאר איינעם וואס וויל זיין זייער הייליג זענען דא נאך אסאך דרגות.

קאווע טרינקער
טאקע אויף אזא טאג ווי היינט פלעגט בריסקע רב זיך וואונדערן און פרעגן, הלמאי תיקון ליל שבועות איז נאר א מנהג פון חסידים הראשונים, און יעדער איז אויף, vs ליל הושענא רבה וואס שטייט אין שו"ע און דר'עולם פאפט.


תיקון ליל שבועות איז מנהג חסידים הראשונים און יעדער איז אויף, ליל הושע"ר איז א מנהג וואס ווערט געברענגט אין שו"ע און גאר א קליין חלק איז אויף, אויפבלייבן ליל פסח עד שתחטפנו שינה שטייט ארויס אין תוספתא ואיפסק בשו"ע און קיינער איז עס נישט מקיים. כך שמעתי.

ר' געפילטע, מ'דארף קויפן די גרויסע פון ווען דאס קינד איז גרעסער פונעם הושענא, אזוי האט זיך דער פישפיקלאדיינער אמאל אויסגעקוועטשט.

נהורא נפישא » מיטוואך סעפטעמבער 25, 2013 11:17 am

· #151958
במחילת כבודך דאס מקיים זיין די מנהג פאר יעדן פון גרויס ביז קליין און סזאל נאך שטימען ע"פ סוד איז זייער ארויס פון פראפארץ איך מאך נישט דוקא אוועק דעם עצם מנהג איך וויל עס סאך הכל שטעלן אין פערספעקטיוו
איבער די ראיה פון ירושלמי דוכט זיך איז אפילו נישט דא וואס צו רעדן אז ס'האט נישט קיין שום האפט.
ווידעראום מנהגי ווירמייזא יא כ'האב געזעהן אלע ילקוט ספרימלעך ברענגן דאס צו אלטץ אן איינציגער מקור, בו בזמן ווען אין די קלאסישע הלכה ספרים ווי משנה ברורה וכדומה ברענגן דאס אינגאנצן נישט.

געפילטע פיש » מיטוואך סעפטעמבער 25, 2013 11:30 am

· #151962
שליח

ר' געפילטע, מ'דארף קויפן די גרויסע פון ווען דאס קינד איז גרעסער פונעם הושענא, אזוי האט זיך דער פישפיקלאדיינער אמאל אויסגעקוועטשט.

I guess size does matter...

יאיר » מיטוואך סעפטעמבער 25, 2013 11:31 am

· #151963
נהורא נפישא איז מעורר א ריכטיגע נקודה וואס קומט אפט אויפ'ן געדאנק, אבער למעשה האלט איך אז ער איז נישט גערעכט. די דעפיניציע פון רעליגיע איז נישט אויסצופירן דאס וואס שטייט אינעם טעקסט בוך, נאר די רעליגיעזע עקספיריענס וואס קומט דערביי. דער חסידישער איד וואס קלאפט מיט אן אייפער די בינטלעך ערבות צווייגן און דערנאך שטייט ער און שיסט עס אויפ'ן ארון קודש ביז עס געלונגט, מעג עס נעמען עד כלות הנשמה, איז מער רעליגיעז ווי דער חזון איש'ניק וואס מאכט זיכער אז זיינע הדסים זענען משולש ווי א בערמודע טרייענגל, און אז די סוכה האט נישט קיין מעמיד דמעמיד. פון א היסטארישער שטאנדפונקט איז אפשר אינטערעסאנט און אפילו קאמיש צו זען ווי אזוי מנהגים און חיובים דעוועלאפן זיך, אבער פון א רעליגיעזע שטאנדפונקט איז דער ערבות קלאפער גארנישט ווייניגער יחסן ווי דער לולב שאקלער און סוכה זיצער, און לאמיר זיך נישט נארן, אויב מיר וועלן אנהייבן אפצושיילן די פילע שיכטן וועלן מיר איבערבלייבן מיט גאר, גאר ווייניג.

נהורא נפישא » מיטוואך סעפטעמבער 25, 2013 11:42 am

· #151968
ר' יאיר איך ווייס נישט גענוי ווי דו ביסט נישט איינשטימיג מיט מיר.
איך בן גראדע מסכים מיט דיר אז די חזון איש'ניקעס און בריסקער OCD פאציענטען טרוקענען אויס די גאנצע זאפט פון טראדיציאנאלער אידישקייט,עכ"ז די נקודה וואס איך ברענג ארויס אז דאס לעבן מיט אזא פוסטקייט אז מ'זאל נישט קענען מבחין זיין וואס עס איז אנגעבליך א הלכה למשה מסיני און וואס סאיז עפעס א שיינע המצאה וואס איז נשתרבב געווארן ביי אונז ביי יעדן אן אויסנאם גלאט אזוי וועגן איגנארענץ שטייט גארנישט אין א בעסערע דרגה.

יאיר » מיטוואך סעפטעמבער 25, 2013 11:52 am

· #151971
נהורא נפישא
ר' יאיר איך ווייס נישט גענוי ווי דו ביסט נישט איינשטימיג מיט מיר.

פון דיינע ווערטער האב איך פארשטאנען אז דו ביסט בעיקר ברוגז פארוואס מען איז אזוי מדקדק אויף הושענות בשעת ס'איז קוים א מנהג, האב איך פארשטאנען אז ווען איינער איז מדקדק אין מצות לולב אדער סוכה אדער חמץ פארשטייסטו יא, אויף דעם ארויף איז געווען מיין תשובה אז רעליגיע מעסט זיך נישט לויט'ן טעקסט בוך, נאר לויט'ן אינדיווידואל וואס פראקטיצירט עס (דהיינו, פארקערט ווי בריסקער רב).

דעת תורה » מיטוואך סעפטעמבער 25, 2013 12:37 pm

· #151978
דער חילוק איז, אז דער בריסקער איז עטליעסט מדקדק אין א דאורייתא, ער האט זיינע פראבלעמען ביי זאכן וואס איז שייך דערביי א חלות פון א דין און א יציאת ידי חובה, וויל ער זיכער מאכן ער איז טאקע יוצא.מה שאין כן ווען דער דקדוק איז אין נעמען די גרויסע ערבות דוקא... (אויך א דאורייתא גראדע, לא תגזול...)

לעיקוואד » מיטוואך סעפטעמבער 25, 2013 3:26 pm

· #151999
שליח
ליל הושע"ר איז א מנהג וואס ווערט געברענגט אין שו"ע און גאר א קליין חלק איז אויף, אויפבלייבן ליל פסח עד שתחטפנו שינה שטייט ארויס אין תוספתא ואיפסק בשו"ע און קיינער איז עס נישט מקיים. כך שמעתי.


ילמדנו רבינו איפה מצא בשו"ע מנהג להיות ער כל הלילה בהושע"ר. (בתרס"ד מובא רק בהג"ה שיש מי שכתב שיש סימן בצל בלילה זה, ושאין לעשות כן אבל לא מוזכר להיות ערים כל הלילה). אני יודע רק שמוזכר בכתבי האר"י, ושבועות מוזכר כבר בזוהר.
כמו"כ די הערה פון ליל פסח איז נישט ריכטיג השמועה ששמעת ומטו משמיה דהגרי"ז, ווייל בהלכות פסח אין ענין לענות עצמו להיות ער דווקא כל הלילה, אלא עד שתחטפנו שינה, וכן נוהגים רוב ישראל שערים עד שחוטפתם שינה, ואחרי ד' כוסות וכו' איז דאס נישט קיין סאך, ואין שום ענין סתם להיות ער כל הלילה. משא"כ ליל שבועות איז דער מנהג דירעקט צו בלייבען אויף א גאנצע נאכט, אפילו מ'איז מיד און מ'מוטשעט זיך, וקושיא מעיקרא ליתא. אע"פ שנכון שזה מנהג וזה דין.

לעיקוואד » מיטוואך סעפטעמבער 25, 2013 3:33 pm

· #152000
ולגבי דער עקרונישער דיון בענין המנהגים. הנני לסכם את הדעות:
נהורא נפישא: א הלכה איז א הלכה, א מנהג איז א שטות ויש לזלזל בה, בפרט מי שמדקדק בהם יותר מגופי תורה.
שליח: א הלכה מוז מען מקיים זיין, א מנהג פירט מען זיך מקיים זיין. הא לן והא להו.
יאיר: רוב הלכות זענען אויך נישט מער ווי מנהגים. וכולם דין אחד להם.

כ'האב גוט מסכם געווען?

נהורא נפישא » מיטוואך סעפטעמבער 25, 2013 3:47 pm

· #152001
לכבוד החכם הרב לעיקוואד
איך קען נישט רעדן פאר די אנדערע צוויי, אבער ראשית, בנוגע הלכה בין איך איינשטימיג מיט יאיר אז דקדוק הלכה האט אויך א גבול און מדארף נישט מחדש זיין קיין נייע תורות לאקשען אשר לא שערום אבותינו א שטייגער ווי די בריסקע פראבלעמן (כ'האף לעיקוואד אז די ביסט נישט ברוגז)
ווידער אום בנוגע מנהג דאס אליין ווערט דאך אויך רעגולירט אין די גדרים פון הלכה כמבואר בפרק מקום שנהגו ובשו"ע הל' נדרים ממילא סוכ"ס איז דאך אלעס תלוי אין הלכה. מיין פראבלעם איז נאר ביי גאסען מנהגים וואס די פוסקים רופען מנהג בורות או שטות. אדער אפי' לעגיטומער מנהגים וואס דארפן אויך ווערן אוועקגעשטעלט ווערן אין פערספעקטיוו.

לעיקוואד » מיטוואך סעפטעמבער 25, 2013 3:55 pm

· #152002
חוששני שלא הבננו אחד את השני. דו קלערסט עס איז נישטא אזא זאך מנהג אויף דער וועלט? אלעס איז הלכה? איני חושב שזה נכון, שא"כ אין דבר כזה מנהג, ואיך ממציאים מנהגים ומשנים אותם וכו'. אלא ברור שמנהג זה מנהג והלכה זה הלכה. וזה שיש הלכות קצת איזה מנהג צריך לקיים הוא רק חלק שולי אז מען דארף זיך צושטעלן צו מנהג המקום וכדו'. (ענין נדרים במנהג אינו מחוור כל צרכו ואכ"מ) עכ"פ, עס איז נישט צו די זאך צו זאגען אז אלעס איז הלכה, ואין הבדל בין מנהג סתם למנהג שטות אלא מנהג שפוסק אינו אוהב קוראהו מנהג שטות ואין בזה שום גדר.

אויב די גאנצע טענה איז וועגן פערספעקטיוו אויף דעם האט יאיר געטענה'ט אז עס איז נישט ריכטיג ווייל אליבא דאמת איז מנהגים פונקט אזוי עיקר ווי רוב הלכות.

מהרי"ד מבעלזא אמר שכיום שנכתבה תורה שבע"פ, הרי שעיקר תושבע"פ הוא המנהגים. והבן ודוק בדבריו היטב איך גילה לנו כל סוד תורה שבעל פה וד"ל.

נהורא נפישא » מיטוואך סעפטעמבער 25, 2013 4:12 pm

· #152004
למעשה איז הלכה דער וואס גיט דעם תוקף פארן מנהג ס'איז ס"ה אז די הלכה גיט א היכא תימצא ווען די הלכה וועט דיר מחייב זיין א זאך וואס וואלט דיר בעצם נישט מחייב געווען מעיקרא
אבער איך מיין אז קריג מיך נישט דא מיט דיר מיט עפעס א יסודותדיגע זאך וואס סזאל ארויסקומען סיי וואס פאר א נפק"מ להלכה, אין די פוסקים איז דאס למעשה זייער א פארצווייגטע נושא.
למעשה וואס מיינט א מנהג שטות פשטות אזאך וואס איז קעגן הלכה הגם אין דעם איז אויך דא דיונים ווי ווייט ווייל סאיז דאך דא דער מושג פון מנהג עוקר הלכה

berlbalaguleh » מיטוואך סעפטעמבער 25, 2013 4:16 pm

· #152005
יאיר
נהורא נפישא
ר' יאיר איך ווייס נישט גענוי ווי דו ביסט נישט איינשטימיג מיט מיר.

פון דיינע ווערטער האב איך פארשטאנען אז דו ביסט בעיקר ברוגז פארוואס מען איז אזוי מדקדק אויף הושענות בשעת ס'איז קוים א מנהג, האב איך פארשטאנען אז ווען איינער איז מדקדק אין מצות לולב אדער סוכה אדער חמץ פארשטייסטו יא, אויף דעם ארויף איז געווען מיין תשובה אז רעליגיע מעסט זיך נישט לויט'ן טעקסט בוך, נאר לויט'ן אינדיווידואל וואס פראקטיצירט עס (דהיינו, פארקערט ווי בריסקער רב).

יא. אבער די נקודה וואס נהורא האט געוואלט ארויסברענגען איז, לפענ"ד זייער שטארק וויכטיג אז מ'זאל נישט פארלירן דעם פראפארץ און מדקדק זיין בכל החומר וההידור אויף א זאך וואס איז אין בעסטן פאל נאר א מנהג, ווען אין די זעלבע צייט לאזט מען פאלן א דאורייתא אדער אן הלכה למשה מסיני. דער משל מיט די הושענות (אדער כפרות) איז אפשר נישט ריכטיג אבער דער לימוד איז יא. וואספארא א פנים 'עט מען האבן ווען א איד וועלכער איז א גאנץ יאר עובר דעם זמן קרי"ש בשאט נפש, אבער איז שטארק מקפיד צו עסן פלייש קרעפליך אום פורים והוש"ר?! און ר'עטצעך בייזערן אויף איינעם וועלכער האט היינט נישט געגעסן קרעפלעך. 😳 🙄

נהורא נפישא » מיטוואך סעפטעמבער 25, 2013 4:17 pm

· #152006
בנוגע וואס מהרי"ד מבעלז זאגט
וואס זאל איך טוהן למעשה איז די צוויי טויזענט יעהריגע תושבע"פ מער צום הארצן ווי די נייע אויפגעקומענע תושבע"פ פשוט ווייל וואס עלטער שפירט זיך מער אויטענטיש.

מאטי » מיטוואך סעפטעמבער 25, 2013 4:19 pm

· #152007
איך מיין אז נהורא און אלע וואס טענה'ען מנהג /הלכה. וכו' האבן פארזען א נקודה פשוטה. והנה: דער טעם פארוואס דער עולם איז מקפיד צו קויפן הושענות פאר אנחנו וצאצאנו וצאצאי צאצאינו. איז פשוט א פראקטישער באקוועמליכקייט. שטעלט אייך פאהר איר קומט אהיים און דאס בני בית פרעגט , האסט געקויפט הושענות? און אייערע שעפעלעך כאפן ארויס דער בעג און שרייען דאס איז מיינס! דאס איז מיינס! נו וואס א פנים טראגט מען אויב ס'איז ליידיג ס'איז נישט דא! זיי פרעגן מיט טרערן פארוואס? ? מיין טיטשער האט געזאגט מ'דארף קלאפן פינעף מאהל! וואס וועט איר זיי ענטפערן? אז נהורא פון קאווע שטיבל זאגט ס'פעלט נישט אויס? קויפט מען זיי און שלום על ישראל ... איז דאס. נישט - פראקטיש גערעדט - מער אויסגעהאלטן?
כ'מיין אז יא.

נהורא נפישא » מיטוואך סעפטעמבער 25, 2013 4:21 pm

· #152008
ווער האט זיי געבעטן אויסלערנען די קינדער, יעצט בין איך מודה אז מ'איז שוין אין פעקל.

לעיקוואד » מיטוואך סעפטעמבער 25, 2013 4:22 pm

· #152009
נהורא נפישא
בנוגע וואס מהרי"ד מבעלז זאגט
וואס זאל איך טוהן למעשה איז די צוויי טויזענט יעהריגע תושבע"פ מער צום הארצן ווי די נייע אויפגעקומענע תושבע"פ פשוט ווייל וואס עלטער שפירט זיך מער אויטענטיש.


פארשטייסטו דאך אליינס אז דאס איז סתם א פילינג פון וואס מ'איז גארנישט מוכיח. פאר צוויי טויזנט יאר צוריק וואלסטו מסתמא געשריגען אויף די אלטע תושבע"פ אז עס איז נאר מנהגים און נישט מחייב.

יאיר » מיטוואך סעפטעמבער 25, 2013 4:30 pm

· #152011
נהורא נפישא
לכבוד החכם הרב לעיקוואד
איך קען נישט רעדן פאר די אנדערע צוויי, אבער ראשית, בנוגע הלכה בין איך איינשטימיג מיט יאיר אז דקדוק הלכה האט אויך א גבול און מדארף נישט מחדש זיין קיין נייע תורות לאקשען אשר לא שערום אבותינו א שטייגער ווי די בריסקע פראבלעמן (כ'האף לעיקוואד אז די ביסט נישט ברוגז)

פון ווען גענוי הייבט זיך אן די "נייע" תורת לאקשן? זמן חתימת התלמוד? הדפסת שולחן ערוך? מלחמת העולם השנייה?

נהורא נפישא » מיטוואך סעפטעמבער 25, 2013 4:55 pm

· #152020
יאיר ולעיקוואד איצט האט איר מיר שוין געלייגט אין ווינקעל. 🙄

קאווע טרינקער » מיטוואך סעפטעמבער 25, 2013 5:03 pm

· #152022
מאטי הונדערט און זיבן - אדער ווי אנדערע שרייבן בקצרה @moti107 - איז הונדערט און זיבן פראצענט גערעכט.
אן א שיעור זאכן טוהן אונז עלטערען, אדער זיידעס (א זאך וואס איך קען קוים ווארטן צו זיין) נאר צוליב דעם איין איינציגסטען סיבה: ווייל די קינדער בעהטן, פארלאנגען, וכו'.
נניח איך בין געקומען צו די מסכנה: גע'ענדיגט מיט כפרה-שלאגן - וואס טוה איך מיט די קינדער וואס פרעגן ווען גייט מען שוין שלאגן כפרות
ערב ראש השנה, צו מיעד אויפצושטיין צו סליחות; וואס זאג איך פאר מיין בחור'ל, ער וועט זיך שעהמען אין ביהמ"ד ווען מ'וועט אים פרעגן וואו איך בין.

און אזוי גייט דאס גאנץ חודש תשרי - חשון כסלו אויך, וכו'

מאטי » מיטוואך סעפטעמבער 25, 2013 5:13 pm

· #152025
אינעם אנדערן האנט ... איז דאס פארט ביליגער ווי זעקס פענער פארק ..

נהורא נפישא » מיטוואך סעפטעמבער 25, 2013 5:31 pm

· #152029
יאיר
נהורא נפישא
לכבוד החכם הרב לעיקוואד
איך קען נישט רעדן פאר די אנדערע צוויי, אבער ראשית, בנוגע הלכה בין איך איינשטימיג מיט יאיר אז דקדוק הלכה האט אויך א גבול און מדארף נישט מחדש זיין קיין נייע תורות לאקשען אשר לא שערום אבותינו א שטייגער ווי די בריסקע פראבלעמן (כ'האף לעיקוואד אז די ביסט נישט ברוגז)

פון ווען גענוי הייבט זיך אן די "נייע" תורת לאקשן? זמן חתימת התלמוד? הדפסת שולחן ערוך? מלחמת העולם השנייה?

ס'וואונדערט מיר נאר וואס גייסטו נישט אביסל העכער אפשר מזמן חתימת המקרא? אדער גאר מזמן להבדיל חתימת ברית החדשה ? אדער גאר צוריקגיין פאר בראשית ברא ?

נהורא נפישא » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 8:36 am

· #152125
איידי דאתי לדידן (ענין תושבע"פ וענין דקדוק הלכה) אמינא נימא ביה מילתא
ווי ס'קוקט שטארק אויס איז די גאנצע שקלא וטריא אין די ספרות ההלכה וואס זענען נתחבר געווארן בזמן התנאים וויאזוי אויך די תוספתות און אנדערע ברייתות אראפגעברענגט אין תלמוד וואס זענען מרחיב די מצוות התורה ע"פ המדות וואס זענען פארגעשטעלט געווארן דורך הלל (ז' מדות) און איז שפעטער נתרחב געווארן ע"י ר' ישמעאל לי"ג מדות און דאן ע"י ר' אליעזר הגדול לל"ב מדות, איז מבחינתם געווען נישט מער ווי אן ענין פון דרוש וקבל שכר ולהגדיל תורה ולהאדירה אבער איז בכלל נישט געווען דער ציל פון עקסטרעם דקדוק הלכה סאיז נאר געווען טעארעטיש.
ווי מזעהט מזמן הלל איז דער גרעסטער אידיאל ביי אונזערע חכמים געווען דוקא די חלק הלימוד (הלל מחייב את העניים) און אינגאנצען נישט די דקדוק הלכה, און די אידיאל פונעם חלק הלימוד איז אויך נישט געווען פון די גר"א ועד שטיינמאן סארט פון די חלק התמדת ושקידת הלימוד נאר דוקא די סארט לימוד וואס איז מקיף אין מרחיב און איז דורש על קוץ וקוץ תלין תלין של הלכות
נאר די תוצאה איז בהכרח געווען אז שפעטער איז דאס פארשטאנען געווארן אלטץ זהירות אין דקדוק הלכה און זינט דאן ווערן נתחדש עד לימינו המצאות חדשות בפרט ביי געוויסע קרייזן ודוקא כדאי לדקדק בהלכה באופן היותר קיצוני
נאך א צווייטע נקודה די מדות שהתורה נדרשת בהן איז בזמן התנאים געווען א געוויסע מעטאד וואס האט געהאט א געוויסן שכל וואס האט מחייב געווען דעם דרש, אפילו די גז"ש איז געווען א שכליותדיגע.
דוקא שפעטער בזמן האמוראים זענען פארגעשטעלט געווארן די סארט גזירה שוות וואס דארפן א קבלה מסיני, אזוי אויך די מושג הלל"מ ווערט זייער זעלטען דערמאנט אין ספרות התנאים אין ווי ס'ווערט יא דערמאנט איז עס במובן אחר , די שגשוג פון הללממ"ס זענען דוקא מתבדרין ביה מדרשא בזמן אמוראים.
דער חילוק בין דרשות תנאים ואמוראים זענען פארשטאנדיג לאור זה דער אופן הלימוד בזמן התנאים איז געווען להגדיל תורה ולהאדירה להרחיב דיני התורה ע"פ כללי המדות משא"כ בזמן האמוראים האבן זיי שוין געדארפט טרעפן מקורות צו די הלכות פסוקות אין די משנה וברייתא וואס זייערע מקורות זענען נישט מפורש, ממילא איז נתרחב געווארן די אופני הדרש צו נישט אזוי ווייט קאנקריטע פרינציפן נאר נעמט אריין אין זיך קבלות והללמ"ס און נאך פארשידענע מאדנע אופני הדרש ויש להאריך עוד ואין כאן מקומו.

דעת תורה » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 11:51 am

· #152139
די איסור צו עסן דם איז אויך נאר טעעראטיש, כמבואר בגמרא בכמה מקומות שהרי נפשו של אדם קצה בהן, ומ"מ האוכלו חייב כרת. אז דו נעמסט אחריות צו דרש'נען און קובע זיין להלכה חיובים און עונשים, קומט נישט אריין די ווארט טעאראטיש. אויב האבן די תנאים אריין געלייגט אין די משנה דינים, ברויך עס א מקור, עס דרש'נט זיך נישט אזוי פאר פאן און נאכדעם לאזט מען די קומענדיגע דורות איינגעזאלצן דערמיט.

אין אדם דן גז"ש מעצמו איז נישט אנגעגאנגען בזמן התנאים? און וואסערע חילוקים איז דא אין הלכה למשה מסיני'ס, חוץ אז בימי האמוראים נפלו יותר מחלוקת בפרטיה?

נהורא נפישא » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 11:56 am

· #152140
אין אדם דן גזירה שוה מעצמו ווערט נישט דערמאנט אין גאנץ ספרי ספרא תורת כהנים תוספתא ושאר מדרשי הלכה שנתחברו ע"י התנאים.
די תלמוד זעלבסט איז וואס לערנט אזוי אריין פשט צו פארענטפערן כמה ווכוחים בין התנאים.
אזוי אויך בזמן התנאים איז נישט שייך געווען קיין נפק"מ בין העונשים ווייל מ'האט נישט מעניש געווען דאן

דעת תורה » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 12:03 pm

· #152142
בימי הלל איז נישט געווען קיין עונשים? און קיין קרבנות (חולין בעזרה) אויף א שוגג?. און מלקות איז אייביג געווען אפילו בזמן האמוראים.

נהורא נפישא » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 12:06 pm

· #152143
סאיז נישט דא קיין היסטארישע רעקארד אז די סנהדרין זאל מעניש זיין צום ביישפיל מחללי שבתות אדער אוכלי חלב ודם.

נהורא נפישא » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 12:10 pm

· #152144
הגע בעצמך פון די אלע הלכות מחודשות שנתחדשו משך הדורות איז דאך לא ימלט אז מ'זאל נישט טוהן קיין חילול שבת בשוגג מידי שבת בשבתו, האלטסטו טאקע אז יעדער איז געקומען יעדען זונטאג מיט א שעפסל פאר א חטאת.

דעת תורה » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 12:12 pm

· #152146
אמער, פארוואס נישט?

----

וואס הייסט ס'איז נישטא קיין היסטארישער רעקארד? ווער האט געקרייצט יש"ו?

נהורא נפישא » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 12:14 pm

· #152147
נו אוודאי סיידן פאררעטערס און משיחי שקר.

יאיר » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 12:17 pm

· #152148
דעת תורה
אמער, פארוואס נישט?

----

וואס הייסט ס'איז נישטא קיין היסטארישער רעקארד? ווער האט געקרייצט יש"ו?

דו ביסט הינטערשטעליג אין דעם פינסטערן מיטלאלטער. היינט זענען שוין אפילו די קריסטן מודה אז די רוימער האבן אים געקרייצט.

דעת תורה » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 12:20 pm

· #152149
און די אידן זענען שוין צוריק מודה אז זיי האבן אים יא געקרייצט.

נהורא נפישא » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 12:22 pm

· #152150
יאיר
דעת תורה
אמער, פארוואס נישט?

----

וואס הייסט ס'איז נישטא קיין היסטארישער רעקארד? ווער האט געקרייצט יש"ו?

דו ביסט הינטערשטעליג אין דעם פינסטערן מיטלאלטער. היינט זענען שוין אפילו די קריסטן מודה אז די רוימער האבן אים געקרייצט.

הגם לשיטתם האבן די סנהדרין אים דן געווען כמבואר באון גליונם און אים איבערגעגעבן פאר די רוימער.

יאיר » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 12:24 pm

· #152151
דעת תורה, דו האלטסט ערנסט אז דער בית דין הגדול השבירושלים האט געקרייצט ישו? וואו טרעפט מען דעם אכזריות'דיגן עונש פון קרייצן אין די תורה אדער אינעם תלמוד? דאס איז געווען אן עקסקלוסיוו רוימישער עונש פאר מורדים.
און אויסער דעם, האט די סנהדרין שוין נישט פארמאגט כמעט קיין שום אייגענע מאכט דעמאלט, כידוע לכל בר בי היסטאריע. אפילו אין גמרא איז מבואר אז פערציג יאר פאר'ן חורבן האט מען שוין נישט אויסגעפירט מיתת בית דין.

דעת תורה » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 2:25 pm

· #152164
כל הנסקלין נתלין.

עס איז מפורש אין די גמרא אין 2 מקומות אז די סנהדרין האבן אים - און 5 תלמידים זיינע - דן געווען.

יאיר » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 2:55 pm

· #152179
פליז, דו ווייסט נישט דעם חילוק צווישן הענגען און קרייצן? און בכלל, לויט די היסטארישע מקורות האט מען אים גע'הרג'עט דורך קרייצן, נישט דורך סקילה. זאת ועוד, די רוימער האבן ספעציעל געלאזט ישו הענגען עטליכע טעג למען ישמעו וייראו, אנדערש ווי די תורה וואס הייסט אראפנעמען דעם מת פארנאכט.
דו האסט א ברירה צו זאגן אז די אלע היסטארישע מקורות וואס זענען דעמאלט אראפגעשריבן געווארן זענען פאלש, אבער דאן קענסטו זיכער נישט ברענגען קיין שום היסטארישע ראיה פון ישו'ס קרייצן.

בשבילי! » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 2:58 pm

· #152181
קאווע טרינקער
טאקע אויף אזא טאג ווי היינט פלעגט בריסקע רב זיך וואונדערן און פרעגן, הלמאי תיקון ליל שבועות איז נאר א מנהג פון חסידים הראשונים, און יעדער איז אויף, vs ליל הושענא רבה וואס שטייט אין שו"ע און דר'עולם פאפט.

קיינע דערפון שטייט נישט אין שו"ע מחבר, ביידע ווערט דערמאנט אין מגן אברהם, שבועות איז דער מקור פון זוהר, הוע"ר איז דער מקור פון ש"ל.

berlbalaguleh » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 11:00 pm

· #152400
דעת תורה
אמער, פארוואס נישט?

----

וואס הייסט ס'איז נישטא קיין היסטארישער רעקארד? ווער האט געקרייצט יש"ו?

מ'האט איהם נישט געקרייצ(יג(ט פאר חילול שבת. חוץ דעים זאגט די גמרא. "תרי ישו הווי". אבער אז מ'האט סוקל געווען גרונמאי מגוש תמרים איז נישט פארצייכנט. 🙄

נהורא נפישא » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 11:08 pm

· #152404
די תרי ישו הוה איז נישט אין די גמרא נאר היות אין די גמרא געפינען מיר אז ער זאל האבן געלעבט בזמן יהושע בן פרחיה האבן זיך איינע פין די בעלי התוס' רי יחיאל מפאריס ערלויבט אין אן עפענטליכן ווכוח וואס ער איז געווען געצווינגען אפצוהאלטן לדחותן בקש זיינע קעגנער כאלו ס'זאל האבן געווען צוויי ישו'ס

חכם באשי » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 11:17 pm

· #152408
ס'דא א תשובה אין יביע אומר באריכות.

יאיר » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 11:20 pm

· #152411
נאך א ראיה אז רוב תלמידי חכמים האבן נישט די מינדעסטע השגה אין עפעס אנדערש אויסער ווי ש"ס ופוסקים און לעבן מיט די דעמאלטדיגע ידיעות אין סייענס, היסטאריע, און עטיקס.
בלאט: 1 2