סאיז לכאורה א מאדנע פסק וויבאלד ס'איז למעשה לשמו ולזכרו פאר דעם וואס זיי זענען משתתף באמונתם, אבל כבר הוה זקן.
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » קוריאזן, קאפריזן און גלאט משוגעת ביים מקיים זיין מצות חג בחג
קוריאזן, קאפריזן און גלאט משוגעת ביים מקיים זיין מצות חג בחג
54 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4815
בלאט: 1 2
לעצם הענין אז איינער זאל בכלל צווייפלען צו ס'האט בכלל עקזעסטירט אן היסטארישע פיגור מיטן נאמן ישוע וואס זאל בימיו מאכן א שטורעם עד כדי כך אז מ'האט אים געדארפט אראפרוימן פון וועג צו די גאנצע מעשה איז נתחדש געווארן איבער הונדרעט יאהר שפעטער פון ווען ער זאל אנגעבליך האבן געלעבט יש לו על מה לסמוך,נאר סאיז באקוועמער פאר אפילו אביעקטיווער היסטאריקער דאס אנצונעמן פאר א היסטארישע פאקט.
משיחי שקר איז געווען לרוב אין יענע צייטן, די מצב איז געווען שמאל אונטער די רוימער, און די פאלק האט געלעכצט צו חיזוק, hope, און וואו זיך אנצוהענגען. ישוע איז געווען גאנץ א פאפולער נאמען, און די רוימער האבן געהאנגען רעכטס אויף לינקס, ווער ס'האט נאר געמאכט א שטיקל ווינט. בחיים חיותו איז אונזער בחור'ל נישט געווען קיין רשכבה"ג, און די רעביסטעווע און מופתים דערציילעכטסער האבן זיך אנגעהויבן לאחר מותו.
געפילטע פישמשיחי שקר איז געווען לרוב אין יענע צייטן, די מצב איז געווען שמאל אונטער די רוימער, און די פאלק האט געלעכצט צו חיזוק, hope, און וואו זיך אנצוהענגען. ישוע איז געווען גאנץ א פאפולער נאמען, און די רוימער האבן געהאנגען רעכטס אויף לינקס, ווער ס'האט נאר געמאכט א שטיקל ווינט. בחיים חיותו איז אונזער בחור'ל נישט געווען קיין רשכבה"ג, און די רעביסטעווע און מופתים דערציילעכטסער האבן זיך אנגעהויבן לאחר מותו.
אבער איינע פון די ערענסטע פראגן איז אז יוסיפין ברענגט נישט אראפ די גאנצע זאך מטוב ועד רע, הגם ער ברענגט דאכט זיך אן אנדערע משיח שקר, גראדע אין נוצרישע מהדורות פון יוסיפין ווערט יא געברענגט אז ס'איז געווען א גרויסע נביא מיטן נאמען ישוע וואס איז גע'הרג'עט געווארן, אבער די נוצרים ווערן באשולדיגט אין דאס פעלטשעווען.
בלאט: 1 2