☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » ארטיקל איבער ליבי פאללאק

ארטיקל איבער ליבי פאללאק

145 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #479
בלאט: 1 2 3

קרעמער1 » מיטוואך אפריל 25, 2012 12:36 pm

· #7525
ארטיקל איבער ליבי פאללאק
דער גאנצער היימישער אונטערנעט וועלט איז אויף מיטן פרישן ארטיקל איבער די באקאנטע ליבי פאללאק וואו זי גיבט איבער פרישע אינפאו איבער איר פארגאנגענהייט

<a class="postlink" href="http://hasidicnews.com/hn/?p=428">http://hasidicnews.com/hn/?p=428</a>

איך האב עס נאכנישט דורכגעליינט ממילא קען איך נאכנישט קאמענטירן

שמואל הלוי » מיטוואך אפריל 25, 2012 12:41 pm

· #7528
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
אין קורצן אין אידיש קען איינער איבערטייטשן ביטע?

עפעס זעה איך ווערט דארט דערמאנט קאווע שטיבל, וואס שרייבט זי וועגן אונז?

לעמיל » מיטוואך אפריל 25, 2012 12:42 pm

· #7529
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
ווער איז זי? וואס ויל זי?

צוויבל מיט איי » מיטוואך אפריל 25, 2012 12:47 pm

· #7539
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
ס׳איז איום ונורא וואס זי האט מיטגעמאכט פונעם ״סיסטעם״. אונז מעגן זיך אלע שעמען וואס אונזער קרייז טוהט מיט ציבראכענע נשמות ואין פוצה פה.

A society is judged by how it treats it's most vulnerable and helpless.

אברעמעל » מיטוואך אפריל 25, 2012 12:47 pm

· #7540
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
שמואל מ'רעדט פון א צווייטע קאווע שטיבל.

קרעמער1 » מיטוואך אפריל 25, 2012 12:57 pm

· #7547
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
די קאווע שטיבל פון וואס מ'רעדט דארט איז - גלייך ווי חסידיש יידיש - א גרופע אויף פעיסבוק

<a class="postlink" href="http://yiddish.forward.com/node/4101">http://yiddish.forward.com/node/4101</a>

<a class="postlink" href="http://yi.wikipedia.org/wiki/%D7%9C%D7%99%D7%91%D7%99_%D7%A4%D7%90%D7%9C%D7%90%D7%A7">http://yi.wikipedia.org/wiki/%D7%9C%D7% ... 7%90%D7%A7</a>

שלמה_דיין » מיטוואך אפריל 25, 2012 1:13 pm

· #7552
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
בושות וחרפות וואס א פרוי ביי אונז קען מיטמאכן. און בושות וחרפות אז די גרעסטע פראבלעם וואס מיר האבן דערמיט איז די בושות וחרפות און נישט דאס ווייטאג פונעם באטראפענעם!

קרעמער1 » מיטוואך אפריל 25, 2012 1:21 pm

· #7558
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
איר פערזענליכע ווייטאג טוט מיר מער פערזענליך בארירן ווי די בושות און חרפות וואס זיי מאכן איינעם אן

זר זהב » מיטוואך אפריל 25, 2012 1:30 pm

· #7562
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
זי שרייבט אויף איר פעיסבוק:
גאט איז מורא'דיג צוטראגן וועגן די איסור אויף שטערן און שפאקטיוו. ער פלעגט ליינען יעדע אויסגאבע פון דעקל צו דעקל, און יעצט לאזן אים נישט די רבנים..

chasid » מיטוואך אפריל 25, 2012 1:31 pm

· #7564
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
קרעמער1
די קאווע שטיבל פון וואס מ'רעדט דארט איז - גלייך ווי חסידיש יידיש - א גרופע אויף פעיסבוק

<a class="postlink" href="http://yiddish.forward.com/node/4101">http://yiddish.forward.com/node/4101</a>

<a class="postlink" href="http://yi.wikipedia.org/wiki/%D7%9C%D7%99%D7%91%D7%99_%D7%A4%D7%90%D7%9C%D7%90%D7%A7">http://yi.wikipedia.org/wiki/%D7%9C%D7% ... 7%90%D7%A7</a>

אינם וויקי לינק וואס דו ברענגסט, לינקן זיי ביי קאווע שטיבל צו אונזער קאווע שטיבל..

אורח » מיטוואך אפריל 25, 2012 1:38 pm

· #7569
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
א קשיא אויף א בפירש'ע וויקי

ידען » מיטוואך אפריל 25, 2012 4:03 pm

· #7644
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
גדעון זאגט אין אנדערע אשכול אז זי איז א כופר.

מיר זעט אויס אז אליינס איז זי נאר ביזי מיט א גוטע זשאק און האט ליב צו לאכן אביר האט נישט אזוי פיינט דעם באשעפער.

אפשר זעט אויס אזוי ווייל אירע חברים און חברתת זענען כופרים?

שמואל הלוי » מיטוואך אפריל 25, 2012 4:04 pm

· #7646
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
זי גייט אנגעטון ווי א... דאס איז אויך נאר א דזשויק?

ידען » מיטוואך אפריל 25, 2012 4:07 pm

· #7651
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
מע ווערט נישט א כופר פון גיין אזוי אנגעטוהן

chasid » מיטוואך אפריל 25, 2012 4:28 pm

· #7672
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
ידען
מע ווערט נישט א כופר פון גיין אזוי אנגעטוהן

נאר א צדיק נסתר, אמת??

ידען » מיטוואך אפריל 25, 2012 4:33 pm

· #7678
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
chasid
ידען
מע ווערט נישט א כופר פון גיין אזוי אנגעטוהן

נאר א צדיק נסתר, אמת??

Chasid

דו ביסט נישט איננער וואס זינדיגט, אבער סע דא וואס יא, סא ווערן זיי כופרים?

chasid » מיטוואך אפריל 25, 2012 4:37 pm

· #7680
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
ניין אבער דעס צוזאמען מיט די גאנצע ליצנות אויף פעיסבוק ווייזט איר צידקות

שמעקעדיג » מיטוואך אפריל 25, 2012 4:42 pm

· #7687
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
איין זאך חברה,

לאמיר נישט גיין מיטן קאפ אין וואנט, נאר זיך ארויסלערנען א מוסר השכל פון די אלע מעשיות וועלכע שווימען ארויס ווי שוואמען נאכן רעגן.

לאמיר זיך ארויסלערנען פון די אלע מעשיות וואס די ריכטיגע סיבה איז וואס ברענגט צו אזויפיל אפגעפארענע און ארויסגעפאלענע, ה"י. ס'איז נישט דער שטערן אדער שפאקטיוו, נישט א פרעס-טראק, און נישט די עירוב!

עס פעלט ליבשאפט, עס פעלט א סיפוק און שמחה בתורה און אין יודישקייט, מען פארפעלט ארויסצוברענגען דעם גליק און פריוויליגיע אשר בחר בנו מכל העמים, אז מיר זענען אן עם סגולה, אנשטאט באקומט דאס קינד פרעשור, שטרענגע בליקן אויף יעדע קשיא וואס די עלטערן טרעפן נישט קיין תירוץ דערויף.

קינדער וואס באקומען גענוג אהבה און סיפוק און "עקסעפטענס" אין זייער לעבן, אפילו עס וועט זיי באטרעפן א שלעכטער חבר אדער אנדערע בייזע רוחות ח"ו, וועלן זיך סוף כל סוף צוריקקערן, נאכן איינזעהן דעם געשמאקלאזן לעבן ביי די פרייע.

לאמיר זיך לערנען אויף יענעמ'ס בארד, ווילאנג עס איז נישט צו שפעט ח"ו.

שמואל הלוי » מיטוואך אפריל 25, 2012 4:47 pm

· #7693
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
יעדער איז ביזי מיטן טוישן די סיסטעם, טוישן די סיסטעם, מ'פאלט ארויס... כאילו ס'איז עפעס א נייע זאך אז מ'פאלט ארויס פונעם סיסטעם.
ס'האט ביי כלל ישראל קיינמאל נישט געפעלט קיין פושעים און טאקע פון די שענסטע און בעסטע משפחות, מהרסיך ומחרביך ממך יצאו...

נאר וואס'זשע דען?

יעדער ברויך בעטן און בעטן און בעטן ביים בוכ"ע מיט אמת'ע הייסע טרערן און טוהן כל ערליי השתדלות אז ביי אים זאל עס חלילה נישט פאסירן, זיינע קינדער זאלן יא בלייבן ערליכע אפגעהיטענע אידן.

פשוט-קאמפליצירט » מיטוואך אפריל 25, 2012 4:52 pm

· #7695
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
שמעקעדיג
איין זאך חברה,

לאמיר נישט גיין מיטן קאפ אין וואנט, נאר זיך ארויסלערנען א מוסר השכל פון די אלע מעשיות וועלכע שווימען ארויס ווי שוואמען נאכן רעגן.

לאמיר זיך ארויסלערנען פון די אלע מעשיות וואס די ריכטיגע סיבה איז וואס ברענגט צו אזויפיל אפגעפארענע און ארויסגעפאלענע, ה"י. ס'איז נישט דער שטערן אדער שפאקטיוו, נישט א פרעס-טראק, און נישט די עירוב!

עס פעלט ליבשאפט, עס פעלט א סיפוק און שמחה בתורה און אין יודישקייט, מען פארפעלט ארויסצוברענגען דעם גליק און פריוויליגיע אשר בחר בנו מכל העמים, אז מיר זענען אן עם סגולה, אנשטאט באקומט דאס קינד פרעשור, שטרענגע בליקן אויף יעדע קשיא וואס די עלטערן טרעפן נישט קיין תירוץ דערויף.

קינדער וואס באקומען גענוג אהבה און סיפוק און "עקסעפטענס" אין זייער לעבן, אפילו עס וועט זיי באטרעפן א שלעכטער חבר אדער אנדערע בייזע רוחות ח"ו, וועלן זיך סוף כל סוף צוריקקערן, נאכן איינזעהן דעם געשמאקלאזן לעבן ביי די פרייע.

לאמיר זיך לערנען אויף יענעמ'ס בארד, ווילאנג עס איז נישט צו שפעט ח"ו.



צום באדויערן איז אונזער געזעלשאפט אויסגעשטעלט אזוי אז די וואס וואס מאכן החלטות, די וואס זענען בכוח צו מאכן שינויים, זענען אין בעסטן פאל שרעקליך נאאיוו און אפגעריסן פונעם מציאות. די דערפארונג פונעם עבר ווייזט אז ווען מען וועקט זיך שוין אויף, קומט עס ווען עולם המון עם האלט שוין 5 טריט ווייטער ווי די תיקונים.

כ'האב זייער מורא אז ווען די וואס דארפן וויסן וועלן זיך אויפכאפן, וועט שוין נישט בלייבן וועמען און וואס מתקן צו זיין.

John Doe » מיטוואך אפריל 25, 2012 4:53 pm

· #7697
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
שמואל הלוי
זי גייט אנגעטון ווי א... דאס איז אויך נאר א דזשויק?


chasid
ניין אבער דעס צוזאמען מיט די גאנצע ליצנות אויף פעיסבוק ווייזט איר צידקות


ווי קומט דא אריין איר צדקות? וואס ווילסטו זאגן, אז מ׳האט איר געפייניגט למפרע?

מ׳רעדט דא פון א יודיש קינד וואס האט מיטגעמאכט שבעה מדורי גיהינום און איר זענט פארנומען מעסטן איר קליידל?! Shame on you!

פשוט-קאמפליצירט » מיטוואך אפריל 25, 2012 4:56 pm

· #7698
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
גארנישט איז א דזשאוק. זי פרעדיגט דען כפירה? זי זוכט אפצופירן דעם עולם פון וועג? לאז איר און אלע אנדערע מענטשן וועמען מיר זענען ביי דיפאלט אויסגעשטעלט צו דזשאדזשן במנוחה נכונה.

שמעקעדיג » מיטוואך אפריל 25, 2012 5:24 pm

· #7711
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
פשוט-קאמפליצירט
צום באדויערן איז אונזער געזעלשאפט אויסגעשטעלט אזוי אז די וואס וואס מאכן החלטות, די וואס זענען בכוח צו מאכן שינויים, זענען אין בעסטן פאל שרעקליך נאאיוו און אפגעריסן פונעם מציאות. די דערפארונג פונעם עבר ווייזט אז ווען מען וועקט זיך שוין אויף, קומט עס ווען עולם המון עם האלט שוין 5 טריט ווייטער ווי די תיקונים.

כ'האב זייער מורא אז ווען די וואס דארפן וויסן וועלן זיך אויפכאפן, וועט שוין נישט בלייבן וועמען און וואס מתקן צו זיין.


אוי זאגסטו גוט. ווען די אלע "החלטות מאכער" זאלן נישט שרייען לייען מאטעריאל אדער אינטערנעט, נאר זיך אליין ארויזעצן אויפן אינטערנעט און אדורכלייענען מכלי ראשון די אלע וועבסייטס פון די אפגעפארענע און הערן מפה קדשם וואס זיי האבן צו זאגן, וואלט מען גאר אנדערש אויסגעזעהן.

פני הדור כפני הכלב.

קרעמער1 » מיטוואך אפריל 25, 2012 7:56 pm

· #7747
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
צו נעמען א שטעלונג אויב זי איז אן אטעאיסט איז נאריש פאר איינער וואס קען איר נישט פון דער נאנט

אפענערהייט פרעדיגט זי בכלל נישט כפירה און זוכט קיינעם נישט אראפצופירן פון וועג. פינטל. זי איז פיל קלוגער פון דעם

אין מיינע אויגן איז זי א קלוג מיידל מיט גוטע טאלאנטן וואס זוכט זיך אביסל פאן און אויפמערקזאמקייט צו פארגיטיגן אירע גיהנום יארן

ס'איז אמת, אסאך מאל זענען אירע וויצן אביסל צו ווייט. אבער זי מיינט לכאורה בכלל נישט די כפירה חלק דערפון

והעיקר שבעקרים! געדענקען וואס די משנה זאגט אל תדין את חברך עד שתגיע למקומו. ס'איז אומעגליך איינעם דן צו זיין אויב מען האט נישט דורכגעמאכט וואס ער\זי

נולד מאוחר » מיטוואך אפריל 25, 2012 10:18 pm

· #7806
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
איר זיידע קאשויער רב זצ"ל האט אויך אימוועלענדיג מבזה געווען די תורה.

דבילה » מיטוואך אפריל 25, 2012 10:19 pm

· #7807
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
chasid
ידען
מע ווערט נישט א כופר פון גיין אזוי אנגעטוהן

נאר א צדיק נסתר, אמת??


מ'זעמיר נישט דו אדער גדעון זאלן פארדאמען די אלע פארדארבענע מענטשן וואס האבן זי געזיכט אויסנוצן אדער סתם אריינגערוקט עפעס א קראנקע מאן ווייל ס'קומט איר נישט בעסער.

א משל דערויף איז א נותן מכשול לפני עור און דערנאך האט ער נאך די חוצפה צו לאכן פון דעם בלינדן געפאלענעם.

שמואל הלוי » מיטוואך אפריל 25, 2012 10:20 pm

· #7809
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
נולד מאוחר
איר זיידע קאשויער רב זצ"ל האט אויך אימוועלענדיג מבזה געווען די תורה.

וויאזוי איז זי א קאשויער אייניקל?

טעלעפאן » דאנערשטאג אפריל 26, 2012 4:28 am

· #7869
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
שמואל הלוי
יעדער איז ביזי מיטן טוישן די סיסטעם, טוישן די סיסטעם, מ'פאלט ארויס... כאילו ס'איז עפעס א נייע זאך אז מ'פאלט ארויס פונעם סיסטעם.
ס'האט ביי כלל ישראל קיינמאל נישט געפעלט קיין פושעים און טאקע פון די שענסטע און בעסטע משפחות, מהרסיך ומחרביך ממך יצאו...

נאר וואס'זשע דען?

יעדער ברויך בעטן און בעטן און בעטן ביים בוכ"ע מיט אמת'ע הייסע טרערן און טוהן כל ערליי השתדלות אז ביי אים זאל עס חלילה נישט פאסירן, זיינע קינדער זאלן יא בלייבן ערליכע אפגעהיטענע אידן.


און מיר זאלן ווייטער גיין מיטן קאפ אין וואנט כמקובל....

העלא » דאנערשטאג אפריל 26, 2012 5:08 am

· #7870
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
איר מאמע איז א טאכטער פון ר' יצחק יעקב אילאוויטש איידעם ביי קאשוי רב, יעדע מענטש קען זייער גרינג אפפארן, די יצר הרע דארף נישט אזוי שווער ארבעטן,
עס איז ליידער זייער פארשטענדליך, איר טאטע מאמע זענען געווען גע,גט אלע אירע קינדערישע יארן,
און דערנאך האט זי דאך מיטגעמאכט אויך, סא מה כל הרעש?

ידען » דאנערשטאג אפריל 26, 2012 8:03 am

· #7873
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
איינער ווייסט אויב זי איז שוין דא אדער אויב זי האט אינטערעסט צו שרייבן דא.

יידל » דאנערשטאג אפריל 26, 2012 8:35 am

· #7881
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
איך פארשטיי בכלל נישט די וועלכע שרייבן דא האספול וכדו' אנטקעגן מרת. פאללאק. דא איז נישט קיין מקוה, דא איז אן אפענער פלאץ וואס יעדער מיט צוטריט צום געוועב קען דאס זען. בשלמא ווען מ'וואלט ווען גערעדט פון אזא איינע ווי ד. פעלדמאן וועלכע האט פארשווארצט די פנימ'ער פון די חרד'ישער אידנטום, וואלט איך נאך פארשטאנען (כאטשיג אפילו אין אזא פאל ווי ד.פ. האלט איך אויך אז מ'דארף זיך האלטן צו א ציווילער טאן, און א ווילדער צעיושטער טאן ווייזט נאר אויף אן אינערליכער אומזיכערקיייט, אבער איך קען פארשטיין ווען איינער שימפט און שעלט.) אבער דא? פארוואס שמיפען און שעלטן? ווייל זי האט אויסגעקליבן א צווייטען וועג און לעבן ווי דיר? זי לויפט נישט ארום פארקויפן קיין אנטי-רעליגיע, זי האט נאך קיינמאל נישט געשריבן אויף אנ-פיאות, זי איז פארנומען מיט חסידיש-אידיש, און איר פעיסבוק גרופע געפונען זיך קעניינעהארע גענוג חסידישע אידן איש וביתו, צו וואס פעלט אויס איר דן זיין לתליה?

ידען, איך וואלט געזאגט אז זי איז דא, צוליב די אידיש. צו זי האט א ניק דא אדער צו זי שרייבט דא ווייס איך שוין נישט.

שמואל הלוי » דאנערשטאג אפריל 26, 2012 9:30 am

· #7893
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
טעלעפאן
שמואל הלוי
יעדער איז ביזי מיטן טוישן די סיסטעם, טוישן די סיסטעם, מ'פאלט ארויס... כאילו ס'איז עפעס א נייע זאך אז מ'פאלט ארויס פונעם סיסטעם.
ס'האט ביי כלל ישראל קיינמאל נישט געפעלט קיין פושעים און טאקע פון די שענסטע און בעסטע משפחות, מהרסיך ומחרביך ממך יצאו...

נאר וואס'זשע דען?

יעדער ברויך בעטן און בעטן און בעטן ביים בוכ"ע מיט אמת'ע הייסע טרערן און טוהן כל ערליי השתדלות אז ביי אים זאל עס חלילה נישט פאסירן, זיינע קינדער זאלן יא בלייבן ערליכע אפגעהיטענע אידן.


און מיר זאלן ווייטער גיין מיטן קאפ אין וואנט כמקובל....

אפשר ביסטו מסביר וואס ס'מיינט גיין מיטן קאפ אין וואנט

ידען » דאנערשטאג אפריל 26, 2012 10:12 am

· #7905
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
גוט געזאגט יידל. נישט דא קיין שום סיבה אז מע זאל איר באשמוצן אויף סיי וואסערע אופן. ווי לאנג זי בארעד אונז נישט איז זייער מיאוס ווען מע לייגט ארויף נארישע זאכן אויף איר און ספעציעל ווען סע ליגנט.

און אויב זי איז טאקע דא און טרינקט קאווע מיט אונז צוזאמען, וויל איר זאגן מיט די שטערקסטע לשונות אז זי זאל בלייבן באהאלטן מיט אלע מעגליכקייטן וואס אזוי איז גוט פאר אונס אז מע זאל נישט האבן pressure (אידיש? ליבי העלף ארויס 😉 )איר ארויסצוווארפן און זי זאל נישט דארפן זיין ביזי אגאנצע טאג מיט איר inbox...

קרעמער1 » דאנערשטאג אפריל 26, 2012 11:29 am

· #7922
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
דער אפטייטש פון "פרעשור" איז דרוק\לחץ

און איך קלער אז ס'נישט שיין אז א ידען זאל נישט וויסן אזא פשוטע זאך (און אויך פאסט נישט אז דו פארשטייסט נישט אליינס אז אויב זי געפינט זיך דא [וואס איך גלויב שווער אז זי האט די צייט דערצו] האט זי נאך אזויפיל שכל עס צו באהאלטן) ביטע נעם עס נישט פערזענליך

(און בד"וו האט זי לעצטנס געמאלדן אז זי טרינקט נישט קיין קאווע צוליב די עדיקשאן פון די קאפין)

ידען » דאנערשטאג אפריל 26, 2012 11:35 am

· #7925
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
👍

טאקע די ווארט האב איך פלעין פארגעסן..

איך נעם גארנישט פערזענדליך. סייווי בינעך נאר א ניק און וועל נישט ווערן רויט אויב סע וועט זיך יא טרעפן אז מע וועט מיר אריינפליקען 🙂

פריינדליך » דאנערשטאג אפריל 26, 2012 11:58 am

· #7926
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
איך וויל מגיב זיין און די נושא, אבער איך גיי נישט רעדן פון דעם מענטש פרעזענליך אויף וועם די אשכול איז געשטעלט, איך רעד בכללות א בליק ווי אזוי מען קיקט אויף די עושה מעשה בהמה, אבער עס איז נישט פון קיינעם פרעזענליך, אדער צו קיינעם פרעזענליך,

לעצטענס זע איך דא א ווינט, אז טייל שרייבער זיכען צו פארענטפערן אפגעפארענע שקצים, אויסווארפען פון אונזער לאגער וואס האבן פאר אביסל הבלי עולם הזה אוועק געווארפן זייער באשעפער, אוועק געווארפן זייער גלויבען, אוועק געווארפן זייער אנשוית, פירען זיך אויף ווי גרועים שבאומות, אוכלי נבילות וטריפות, גייען אויסגעלאסן א ווי גוים 40 יאר צוריק האבן זיך געשעמט צו גיין, בועלי אשת איש, רח"ל, זאכען וואס א אנשטענדיגער גוי טוט נישט,

זייט וויסען, אזעלכע מענטשן איז א מצווה פיינט צו האבן, עס איז מצווה זיי מרחק צו זיין ביז זיי טיען נישט תשובה, זייער וויין איז יין נסך, זיי זענענן נישט באגלייבט אויף גארנישט מדין עדות. זיי זענענן אויסגעשלאסן פון כלל ישראל, זיי גייען נישט אריין און די גדר פון חברך, זיי וועלן פארוואגעלט ווערן פון ביידע וועלטן אויב זיי וועלן נישט תשובה טיען, ער איז א מצווה זיי צו פארמיעסן און פיינט האבן ביז זיי טיען נישט תשובה, כדי אנדערע זאלן זיך נישט אפלערנען פון זיי, עס איז גארנישט דא און זיי אויף ארויפצוקיקען, בסך הכל האבן זיי נישט געהאט די מינעמאלע קוראזש זיך מתגבר צו זיין אויך אביסל תאוות עולם הזה, שקץ צשקצנו ותעב תתעבנו כי חרם הוא,

יעדער שוואכער אינגערמאן וואס קאמערט זיך צו האלטען ביי אידשקייט האט פול מער מענטשליכקייט און נערמאלקייט און זיך, און האט פיל מער סעלף ריספעקט, ווי די פאר נעבעכדיגע וואס האבן זיך אויסגעשלאסן פון כלל ישראל,

פריינדליך » דאנערשטאג אפריל 26, 2012 12:24 pm

· #7939
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
ידען
מען ווערט נישט א כופר פון גיין אזוי אנגעטוהן


מען גריבלט דא צופיל איבער וואס די דאזיגע טראכטען,

רבותי! עס איז ממש א שאד עס צי טיען, ווייל די יעניגע טראכטן בכלל נישט, וואלטן זיי געטראכט וואלטן זיי נישט געטיען וואס זיי טיען!!

גלייבט יא גלייבט נישט, יא כופר נישט כופר, די אלע זאכען זענענן אירעלעווענט דא, זיי זענענן טראכטלאז,

העלא » דאנערשטאג אפריל 26, 2012 12:25 pm

· #7940
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
ישראל אע"פ שחטא ישראל הוא, יעדער קען תשובה טוהן, אל תדין את חבירך עד שתגיע למקומו,

מען טאר זיי נישט פיינט האבן,

קאווע טרינקער » דאנערשטאג אפריל 26, 2012 12:31 pm

· #7941
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
און אלץ קאווע טרינקער, איז מיין מיינונג, אז אין א פאל ווי ליבי, וואס איז א געליטענע פון די סיסטעם, איז יא כדאי ס'זאל נתפרסם ווערן למען ישמעו ויראו ווי אזוי צו טרעפן א פאסיג'ען שידוך אין אזא פאל, וכדומה.
משא"כ ד.פעלדמאן וואס די סיסטעם האט איר סך הכל נאר ארויסגעהאלפן אין אירע שווערע זמנים, איז סתם א שלעכטע. והוא הדין פערי רייך, וואס די סיסטעם האט איר גארנישט שלעכטס געטוהן. והוא הדין שפיצעל שטרימפ פון קרית יואל

פריינדליך » דאנערשטאג אפריל 26, 2012 12:33 pm

· #7942
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
העלא
ישראל אע"פ שחטא ישראל הוא,

יא אבער זייער וויין איז יין נסך, זענענן נישט באגלייבט אויף גארנישט אויף וואס א איד איז באגלייבט, זיי זענענן טאקע אידן מען וועט זיי טאקע שמייעסן פארן נישט ליינענן קר"ש ביים גיין שלאפן, אבער זיי זענן אויסגעשלאסן פון כלל ישראל ביז זיי טיען נישט תשובה,

העלא
אל תדין את חבירך עד שתגיע למקומו,

זיי גייען נישט אריין און די גדר פון חברך,

העלא
מען טאר זיי נישט פיינט האבן,

עס איז מצווה זיי פיינט צו האבן, עס איז א מצווה פיינט צו האבן רשעים,

העלא » דאנערשטאג אפריל 26, 2012 12:42 pm

· #7944
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
א מחלל שבת בפרהסיא איז די וויין יין נסך, ותו לא, אויב איינער הרג'ט אזא איינעם איז ער נישט עובר אויף לא תרצח?

שמעקעדיג » דאנערשטאג אפריל 26, 2012 12:45 pm

· #7946
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
פריינדליך
איך וויל מגיב זיין און די נושא, אבער איך גיי נישט רעדן פון דעם מענטש פרעזענליך אויף וועם די אשכול איז געשטעלט, איך רעד בכללות א בליק ווי אזוי מען קיקט אויף די עושה מעשה בהמה, אבער עס איז נישט פון קיינעם פרעזענליך, אדער צו קיינעם פרעזענליך,

לעצטענס זע איך דא א ווינט, אז טייל שרייבער זיכען צו פארענטפערן אפגעפארענע שקצים, אויסווארפען פון אונזער לאגער וואס האבן פאר אביסל הבלי עולם הזה אוועק געווארפן זייער באשעפער, אוועק געווארפן זייער גלויבען, אוועק געווארפן זייער אנשוית, פירען זיך אויף ווי גרועים שבאומות, אוכלי נבילות וטריפות, גייען אויסגעלאסן א ווי גוים 40 יאר צוריק האבן זיך געשעמט צו גיין, בועלי אשת איש, רח"ל, זאכען וואס א אנשטענדיגער גוי טוט נישט,

זייט וויסען, אזעלכע מענטשן איז א מצווה פיינט צו האבן, עס איז מצווה זיי מרחק צו זיין ביז זיי טיען נישט תשובה, זייער וויין איז יין נסך, זיי זענענן נישט באגלייבט אויף גארנישט מדין עדות. זיי זענענן אויסגעשלאסן פון כלל ישראל, זיי גייען נישט אריין און די גדר פון חברך, זיי וועלן פארוואגעלט ווערן פון ביידע וועלטן אויב זיי וועלן נישט תשובה טיען, ער איז א מצווה זיי צו פארמיעסן און פיינט האבן ביז זיי טיען נישט תשובה, כדי אנדערע זאלן זיך נישט אפלערנען פון זיי, עס איז גארנישט דא און זיי אויף ארויפצוקיקען, בסך הכל האבן זיי נישט געהאט די מינעמאלע קוראזש זיך מתגבר צו זיין אויך אביסל תאוות עולם הזה, שקץ צשקצנו ותעב תתעבנו כי חרם הוא,

יעדער שוואכער אינגערמאן וואס קאמערט זיך צו האלטען ביי אידשקייט האט פול מער מענטשליכקייט און נערמאלקייט און זיך, און האט פיל מער סעלף ריספעקט, ווי די פאר נעבעכדיגע וואס האבן זיך אויסגעשלאסן פון כלל ישראל,


פריינדליך (אדער פיינטליך?...), אביסעלע פאוואליע.

קודם כל דער רמב"ם פסק'נט אז ווילאנג א איד גלייבט אין די 13 אני מאמינ'ס טאר מען אים/איר נישט פיינט האבן. איך זאג נישט מען זאל "ליב האבן", אבער עפעס אינדערצווישן (אויב ס'איז בכלל דא אזא זאך...)

נאכדעם, מען זוכט עס צו פארענטפערן פאר א סיבה. כדי צו פארזיכערן אז עס זאל נישט קומען נאכאמאל דערצו ביי קיין אנדערע אידישע קינדער. ווי רש"י אין פרשת אחרי, שלא תמות כדרך שמת פלוני. מען מוז פארשטיין וואס ליגט אין די קאפ פון די אפגעפארענע, וואס טוט זיי וויי, און פון דעם זיך ארויסלערנען א מוסר השכל, כמו שכתבתי לעיל, עיי"ש.

און בכלל - ווי אזוי קענסטו פסק'ענען אז "זיי זענען אויסגעשלאסן פון כלל ישראל"? וואספארא מין גערעדכטס איז דאס? ס'שליסט זיך עפעס אזוי גרינג אריין און ארויס ווי אין א פיצא געשעפט? און פון וואו ווייסטו אויף וואס מען גייט זיי שמיייסן? הקב"ה רעכנט דעם נסיון לויט די אומשטענדן. און ער פארשטייט וואס דער מענטש איז אדורך. זיי נישט אזוי שטרענג אויף יענעמ'ס חשבון...

העלא » דאנערשטאג אפריל 26, 2012 12:48 pm

· #7947
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
דאס איז זיכער אז זיי באקומען א עונש אויף יעדע עבירה (אויב מען טוט נישט תשובה), און פארשטייט זיך אז לפום צערא אגרא, סא די עונשין גייען לויט די נסיונות אאון לויט וויפיל מען האט זיך געקענט העלפן

שרייבער » דאנערשטאג אפריל 26, 2012 12:53 pm

· #7948
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
העלא
ישראל אע"פ שחטא ישראל הוא, יעדער קען תשובה טוהן, אל תדין את חבירך עד שתגיע למקומו,

מען טאר זיי נישט פיינט האבן,

איך רעד נישט פון די פרוי פערזענליך

אבער בכלליות פארגעס נישט דברי נעים זמירות ישראל "הלא משנאיך ה' אשנא ובתקוממיך אתקוטט תכלית שנאה שנאתים לאויבים היו לי"

פריינדליך » דאנערשטאג אפריל 26, 2012 1:02 pm

· #7950
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
שמעקעדיג
פריינדליך (אדער פיינטליך?...), אביסעלע פאוואליע.

קודם כל דער רמב"ם פסק'נט אז ווילאנג א איד גלייבט אין די 13 אני מאמינ'ס טאר מען אים/איר נישט פיינט האבן. איך זאג נישט מען זאל "ליב האבן", אבער עפעס אינדערצווישן (אויב ס'איז בכלל דא אזא זאך...)

נאכדעם, מען זוכט עס צו פארענטפערן פאר א סיבה. כדי צו פארזיכערן אז עס זאל נישט קומען נאכאמאל דערצו ביי קיין אנדערע אידישע קינדער. ווי רש"י אין פרשת אחרי, שלא תמות כדרך שמת פלוני. מען מוז פארשטיין וואס ליגט אין די קאפ פון די אפגעפארענע, וואס טוט זיי וויי, און פון דעם זיך ארויסלערנען א מוסר השכל, כמו שכתבתי לעיל, עיי"ש.

און בכלל - ווי אזוי קענסטו פסק'ענען אז "זיי זענען אויסגעשלאסן פון כלל ישראל"? וואספארא מין גערעדכטס איז דאס? ס'שליסט זיך עפעס אזוי גרינג אריין און ארויס ווי אין א פיצא געשעפט? און פון וואו ווייסטו אויף וואס מען גייט זיי שמיייסן? הקב"ה רעכנט דעם נסיון לויט די אומשטענדן. און ער פארשטייט וואס דער מענטש איז אדורך. זיי נישט אזוי שטרענג אויף יענעמ'ס חשבון...


איך פארשטיי נישט וואס דו ווילסט,

א מאן אדער א פרוי וואס ער/זי, האלט נישט קיין שבת, אוכל נבילות ואריפות, האלט נישט איסור נדה, בועל אשת איש/מזנה מיט פרעמדע מענער, פירט זיך אויף ווי אז גוי/גויטע, אא"ו די ליסטע איז זייער לאנג אלעס אויסצורעכענענן,

איז א מצווה פיינט צו האבן, איז אויסגעשלאסן פון כלל ישראל, די תורה האט זיי פארשאלטן מיט 13 ארור'ס, די חז"ל האבן זיי פארשאלטן, דוד המלך און האט זיי פארשאלטן,

וואס איז אזוי שווער צו פארשטייען דערמיט? קענסט איבערטייטשען די פסוק: ארור אשר לא יקום את דברי התורה הזאת?! אדרבה פראביר, און דערנאך זאג מיר צו דו האסט נאך עפעס צו פרעגן,

פריינדליך » דאנערשטאג אפריל 26, 2012 1:15 pm

· #7956
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
שמעקעדיג
פריינדליך (אדער פיינטליך?...), אביסעלע פאוואליע.
נאכדעם, מען זוכט עס צו פארענטפערן פאר א סיבה. כדי צו פארזיכערן אז עס זאל נישט קומען נאכאמאל דערצו ביי קיין אנדערע אידישע קינדער. ווי רש"י אין פרשת אחרי, שלא תמות כדרך שמת פלוני. מען מוז פארשטיין וואס ליגט אין די קאפ פון די אפגעפארענע, וואס טוט זיי וויי,


איך האב שוין פריער געשריבען,

פריינדליך

מען גריבלט דא צופיל איבער וואס די דאזיגע טראכטען,

רבותי! עס איז ממש א שאד עס צי טיען, ווייל די יעניגע טראכטן בכלל נישט, וואלטן זיי געטראכט וואלטן זיי נישט געטיען וואס זיי טיען!!

גלייבט יא גלייבט נישט, יא כופר נישט כופר, די אלע זאכען זענענן אירעלעווענט דא, זיי זענענן טראכטלאז,

אורח » דאנערשטאג אפריל 26, 2012 1:19 pm

· #7958
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
אוודאי קען מען זיך נישט פארמאכען די אויגן, אבער די ענין פון אפלאזען די דרך איז נישט א ערפונדונג פון צוואנציגסטען יאר הונדרעט דאס איז שוין געווען אין מצרים מיט עניטיים אזויפיל תירוצים

שמעקעדיג » דאנערשטאג אפריל 26, 2012 1:28 pm

· #7960
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
אפילו אויב ס'איז אמת וואס דו זאגסט אז זיי טראכטן נישט, איז עס נישט משנה די מציאות. עס איז פאראן א ווערטל, מען טאנצט ארויס פון די פרייאינג פען צו די פייער, איי דו טראכסט נישט וואס דו טוסט? האסט גארנישט פארדינט? אמת, אבער אז די בריעדיגע טאפ ברענט, קודם טראכט מען ווי זעה איך מיך פון דא ארויס. מען קען נישט טראכטן וואו שפרינג איך אריין...

א משל איז ווי ביי די אומגליק פון די טווין-טאוערס. מענטשן זענען ארויסגעשפרינגען פון הויכע שטאקן צו זייער טויט! האבן זיי געטראכט וואס זיי טוען, צו זיי האבן עס געטון "אוט אויף דעספרעישאן"? יעצט וועט איינער זאגן, ס'גייט אונז נישט אן פארוואס די מענטשן זענען ארויסגעטאנצן, זיי האבן נישט געטראכט וואס זיי טוען... אבער געוואלד! מען וויל צוריקהאלטן אז אזעלכע זאכן זאלן נישט פאסירן נאכאמאל!! מען זאל נישט דארפן טאנצן! די טאפ זאל נישט ברענען אונטער די פיס!

די אלע אפגעפארענע, יא טראכטן נישט טראכטן, עס האט זיי געברענט אונטער די פוס, און זיי האבן באשלאסן, נניח אן טראכטן, קודם ארויס פון דעם לייף-סטייל, אראפ מיט די פרעשור.

זענען זיי גערעכט? קלוג? ניין! אבער זיך נישט ארויסלערנען פון זייער צער וואס זיי זענען אדורך און פארשטיין וואס מיר האבן צו טון נישט צו ברענגען אנדערע קינדער זאלן נישט אדורכגיין די זעלבע ברענענדיגע פוס שיקזאל און דארפן ארויסטאנצן? דאס איז שוין טאקע משוגע!
עס איז נישט קיין חילוק וואס זיי טוען. מיר דארפן טראכטן אונזערס.

פריינדליך » דאנערשטאג אפריל 26, 2012 1:29 pm

· #7961
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
[ציטאט אראפגענומען]


איך וועל דיר ענטפערן אומדירעקט

אפגעפארענע איז אייביג געווען, נאך פאר מתן תורה איז שוין געווען, אחת היתה ופרסה הכתוב,
אפגעפארענע איז נישט די שולד פון קיין רב אדער מחנך. זיכער איז דא זאכען וואס קענענן זיין א גורם דערצו, אבער די פיינעל שטיפ דערצו קימט געווענליך ווייל דער באטערעפענדער האט גאר א קליינער מצומצום'דיגער מח, און זייער קליינער מח מאכט זיי טראכטען אז זיי קענענן טרעפן בעסערע גליקען,

אידישקייט איז זייער א שווערע זאך און דערפאר איז דא שכר ועונש, ניין עס איז נישט גרינג נישט צו זיי איד, און עירפארט איז געשמאקער צו פרעסן און מעקדאלענס ווי מיט נעמען א טרוקענע טונא סענדוויטש, און פאר א טייל איז געשמאקער צו גיין ווי א פרוצה רח"ל און לעבן א חיי הפקר, ווי זיין אפגעהיטען און היטען טהרת המשפחה, און דערפאר איז אייביג געווען אפעפארענע ווייל עס איז גרינגער צו לעבן ווי א גוי, ווי צו היטען אידשקייט, און קיינער איז קיינעם נישט שולדיג אז די פאר אפגעפארענע האבן נישט געניצט זייער שכל בעפאר זיי האבן געמאכט זייער נערישע באשלוס,

זיי האבן א ברירה תשובה צו טיען, אבער ביז דעמלאטס איז גילטיג די פסוק פון נעים זמירות ישראל "הלא משנאיך ה' אשנא ובתקוממיך אתקוטט תכלית שנאה שנאתים לאויבים היו לי"

קול דודי » דאנערשטאג אפריל 26, 2012 2:02 pm

· #7972
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
פריינדליך
אפגעפארענע איז נישט די שולד פון קיין רב אדער מחנך. זיכער איז דא זאכען וואס קענענן זיין א גורם דערצו, אבער די פיינעל שטיפ דערצו קימט געווענליך ווייל דער באטערעפענדער האט גאר א קליינער מצומצום'דיגער מח, און זייער קליינער מח מאכט זיי טראכטען אז זיי קענענן טרעפן בעסערע גליקען

פון וואנעט ווייסטו דאס? וויפיל פרעצענט פון די "אפגעפארענע" קענסטו פערזענליך?

פריינדליך
אידישקייט איז זייער א שווערע זאך און דערפאר איז דא שכר ועונש, ניין עס איז נישט גרינג נישט צו זיי איד, און עירפארט איז געשמאקער צו פרעסן און מעקדאלענס ווי מיט נעמען א טרוקענע טונא סענדוויטש

טאקע אזוי? וויפיל מעק דאנאלדס האסטו שוין פרובירט? איז נישט בעסער א היימישע טונא סענדוויטש וואס די בני בית אדער די משפחה האט געמאכט? איז פארוואס לאזן די אלע "אפגעפארענע" אפ די באקוועמליכקייטן פונעם היימישן וויליאמסבארג און לאזן זיך ארויס אויפ'ן שווערן גרויזאמער וועלט? צו איז שוין נישטא קיין זונות צו געפונען נעבן וויליאמסבארג? אתמהה.

פריינדליך
אבער ביז דעמלאטס איז גילטיג די פסוק פון נעים זמירות ישראל "הלא משנאיך ה' אשנא ובתקוממיך אתקוטט תכלית שנאה שנאתים לאויבים היו לי"

אינטערעסאנט אז אויף די מצווה איז דא אסאך אסאך בעלנים.
בלאט: 1 2 3