☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » ארטיקל איבער ליבי פאללאק

ארטיקל איבער ליבי פאללאק

145 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #479
בלאט: 1 2 3

מנשה לוסטיג » זונטאג אפריל 29, 2012 6:24 pm

· #8625
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
זי איז נישט קיין בועט, און קיין להכעיס'ניק, און אויך נישט קיין כופר, פשוט געטוישט דאס לעבן סטיל. ווי כ'פארשטיי היט זי זיך אפ פון הארבע עבירות

שמואל הלוי » זונטאג אפריל 29, 2012 6:27 pm

· #8626
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
מנשה לוסטיג
זי איז נישט קיין בועט, און קיין להכעיס'ניק, און אויך נישט קיין כופר, פשוט געטוישט דאס לעבן סטיל. ווי כ'פארשטיי היט זי זיך אפ פון הארבע עבירות

גיין אויסגעלאסן ביים ביטש אין פלארידא איז נישט קיין הארבע עבירה? שוין... לאמיר נישט רעדן...

רואיק » זונטאג אפריל 29, 2012 6:31 pm

· #8627
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
אפשר גיבט זי גאר צו פאר איר זיידן גן עדן, דארטן איז דאך אן עולם האמת.

רואיק » זונטאג אפריל 29, 2012 6:36 pm

· #8628
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
שמואל הלוי
מנשה לוסטיג
זי איז נישט קיין בועט, און קיין להכעיס'ניק, און אויך נישט קיין כופר, פשוט געטוישט דאס לעבן סטיל. ווי כ'פארשטיי היט זי זיך אפ פון הארבע עבירות

גיין אויסגעלאסן ביים ביטש אין פלארידא איז נישט קיין הארבע עבירה? שוין... לאמיר נישט רעדן...


וויאזוי איז האט זיך דיין באבע געבאדן אין טייך? אגב, בתיה בת פרעה האט געראטעוועט משה רבנו׳ס לעבן ביים ביטש.

זר זהב » זונטאג אפריל 29, 2012 6:43 pm

· #8630
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
דעמאלטס איז נישט געווען קיין שאוערס/וואנע'ס אינדערהיים

מנשה לוסטיג » זונטאג אפריל 29, 2012 6:45 pm

· #8631
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
ניין, גיין אויסגעלאסן ביים ביטש איז נישט קיין עבירה, ס'איז א עבירה צו קוקן דערויף. א ביטש איז א מקום ערווה, און מאך נישט קיין פרישע עבירות, זי גייט נישט אזוי אין קיין היימישע געגענד, און זי רעדט נישט ברבים צווישן היימישע קעגן די תורה.

העלא » זונטאג אפריל 29, 2012 7:00 pm

· #8636
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
עס איז נישט ערלויבט ע"פ תורה צו גיין אומצניעותדיג,
עס איז ערלויבט ע"פ תורה ארויפצולייגן אזעלכע בילדער,

איך בין איר נישט דן ווייל איך האב אויך די תאוות

העלא » זונטאג אפריל 29, 2012 7:01 pm

· #8637
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
מנשה לוסטיג קום לערנען שולחן ערוך וועסטו זעהן וואס מ'מעג און וואס נישט

מנשה לוסטיג » זונטאג אפריל 29, 2012 7:04 pm

· #8638
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
ס'דא אזא זאך, וואס הייסט 'מאדערנע יידן', זיי קימערן זיך נישט מיט אלע גדרים וסייגים, אין שו''ע שטייט הלכות וואס פאסט פאר ארטאדאקסישע יידן. ממילא אז איינער פירט זיך אויף ווי א מאדערנער, און איז נאכאלץ א גלויביגער יוד, איז חשובער און מער אנגענומען, ווי איינער וואס גייט מיט שמונה בגדים און טרעט אויף יענעמס נערווען בגניבה

העלא » זונטאג אפריל 29, 2012 7:05 pm

· #8639
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
די יצר הרע ברענט וווי א פייער, נאך דערצו בעיקבתא דמשיחא אבער עס איז נאך אלץ זאת התורה לא תהא מוחלפת ולא תהא תורה אחרת

העלא » זונטאג אפריל 29, 2012 7:07 pm

· #8641
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
עס איז נישט אויסגעהאלטן לויט קיין איין פוסק צו טוהן די זאכן,

איך וויל אויך טוהן די זאכן, אבער די תורה לאזט נאך אלץ נישט, דאס וואס מאדערנע אידן טוען איז נישט אויסגעהאלטן על פי תורה,

העלא » זונטאג אפריל 29, 2012 7:12 pm

· #8643
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
די גדרים וסייגים איז נישט קיין חסידישע זאך, עס איז תורה, אונזער תורה וואס איז ניתנה מסיני לאזט נישט:

גיין אנגעטוהן אזוי איז א איסור דאורייתא נישט קיין חסידות
קוקן אויף פרויען אפילו אויף בילדער איז א איסור דאורייתא נישט קיין חסידות
שמועסן מיט א פרוי יותר מכדי צורך איז א איסור דאורייתא נישט קיין חסידות
דעיטן פאר א שידוך איז א איסור דאורייתא נישט קיין חסידות, עס איז ביהרג ואל יעבור עס איז א טרוקענע גמרא בלי שום חולק,


איי וועסטו פרעגן פארוואס נאר אין די חסדישע וועלט איז מען אפגעהיטן אין דעם?

וועל איך דיר ענטפערן אז די אפטייטש פון חסידות איז זיך נישט אוועק צורירן קיין קוצו של יוד פון שולחן ערוך


דאס אז די מאדערנע וועלט איז נישט נזהר טוישט נישט די הלכה, קענסט פרעגן עני אנגענומענע דיין,

מנשה לוסטיג » זונטאג אפריל 29, 2012 7:19 pm

· #8646
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
שטותים מיט לאקשן!
מ'מעג גיין להלכה וויאזוי די מאדערנע גייען, אונז מעגן נישט וועגן אונזער רבנים לאזן נישט
קוק אריין אין אגרות משה, וועסטו געוואויר ווערן אביסעלע הלכות ממקור, כ'ווייס אז די סאטמארע האבן עהם נישט געגליכן, ווי זיי האבן נישט געגליכן אלע וואס זענען נישט געגאנגען אין שפאן מיט זייער אידייע, אבער זאת התורה לא תהא מוחלפת, זיי נישט דערשראקן ווען דו וועסט דיך נאכפרעגן און געוואויר ווערן אז דיינע אור עלטערן זיינען געגאנגען נאך ערגער..

מנשה לוסטיג » זונטאג אפריל 29, 2012 7:26 pm

· #8651
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
לדעתי איז זי נישט עובר קיין ריכטיגע עבירות, ווי מ'זאגט

העלא » זונטאג אפריל 29, 2012 7:30 pm

· #8660
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
איך רעד נישט פון קיין דיינים איך פון גמרא און ראשונים ואחרונים,

ביזט מודה אז ר' יואל טייטלבוים סאטמאר רבי האט געקענט כל התורה כולה?

ער האט געזאגט אמאל פאר א רב וואס איז אים געקומען פרעגן פארוואס מען טאר נישט דעיטן? האט ער געזאגט אז עס איז ביהרג ואל יעבור

האט אים די רב געפרעגט ווי די מקור איז, האט סאטמאר רב געענטפערט מיט די גמרא אין מסכת סנהדרין דף ע"ה:

ימות ולא תספר עמו מאחורי הגדר

העלא » זונטאג אפריל 29, 2012 7:32 pm

· #8662
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
[ציטאט אראפגענומען]



ווייל כ'האב ליידער עובר געווען אויף די איסור דאורייתא

זר זהב » זונטאג אפריל 29, 2012 7:37 pm

· #8664
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
העלא
איך רעד נישט פון קיין דיינים איך פון גמרא און ראשונים ואחרונים,

ביזט מודה אז ר' יואל טייטלבוים סאטמאר רבי האט געקענט כל התורה כולה?

ער האט געזאגט אמאל פאר א רב וואס איז אים געקומען פרעגן פארוואס מען טאר נישט דעיטן? האט ער געזאגט אז עס איז ביהרג ואל יעבור

האט אים די רב געפרעגט ווי די מקור איז, האט סאטמאר רב געענטפערט מיט די גמרא אין מסכת סנהדרין דף ע"ה:

ימות ולא תספר עמו מאחורי הגדר

יענע גמרא אינישט אזוי פשוט

מנשה לוסטיג » זונטאג אפריל 29, 2012 7:55 pm

· #8671
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
מוטב שישלח לתוך כבשן האש ואל ילבין את פני חברו ברבים, האט סאטמארע רב פארגעסן? וויפיל שפיכות דמים איז פארגעגאנגן און ס'נישט געשטאנען אין קיין גמרא עפעס..

בכלל יענע גמרא רעדט פון איינער וואס איז עדיקטעד צו א פרוי, און די גמרא זאגט אז ס'רעדט זיך פון א אשת איש, און קענסט עס נאכקוקן אין מסכת שבת אין די דפי ע'
נישט דעיטן איז א פשוטע מנהג חסידות

זר זהב » זונטאג אפריל 29, 2012 7:58 pm

· #8673
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
מנשה, נישט ריכטיג. יענע גמרא רעדט זיך אז ער האט גאר די מעגליכקייט חתונה צו האבן מיט יענע פרוי. עיי"ש.

העלא » זונטאג אפריל 29, 2012 8:00 pm

· #8676
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
הוי זהיר בגחלתן, רעדט נישט אזוי אויף סאטמאר רב, ער איז געווען זייער אפגעהיטן אין יעדע נדנוד קל, אלע וואס האבן אים געקענט ווייסן אהן א שיעוק מעשיות וויאזוי ער האט חושש געווען אז אפשר אפשר קען ארויסקומען אז א איד זאל ווערן פארשעמט
אקעי?

העלא » זונטאג אפריל 29, 2012 8:02 pm

· #8677
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
זר זהב, טאקע וועגן דעם ווייל די גמרא איז נישט אזוי פשוט האב איך מקדים אז סאטמראר רב האט געקענט כל התורה ווי אשרי יושבי, סא ער האט זייער גוט געוויסט פשט אין די גמרא ווי אויף ווי נאך אין ש,ס עס וערט געברענגט וועגן דעם

מנשה לוסטיג » זונטאג אפריל 29, 2012 8:04 pm

· #8678
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
איך האב עס געלערנט לעצטע וואך
און ס'בלייבט אין גמרא אז מ'רעדט פון א אשת איש, און בכלל, ווער דעיט נישט היינט? אויב ס'מיינט טאקע פשוט א מיידל שטייט מאחורי הגדר, איז אסור וואס איז היינט די טויש..

כ'זאג נאכאמאל, כל התורה כולו, און נעמען איינעם מבזה זיין איז ערגער, ליבי פאלאק איז אין מיינע אויגן זייער חשוב לויט די גדר ווי זי האלט זיך

מנשה לוסטיג » זונטאג אפריל 29, 2012 8:08 pm

· #8680
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
סאטמאר האט ווייניג בלוט אויף די הענט? פארוואס ווען מ'רעדט אויפן סקווערן רבין הער איך נישט הוי זהיר בגחלתן..! הא? איך זע נישט אז סאטמארע רב וואס איז סך הכל געווען א רב, און האט נישט איבערגענומען דעם עצי חיים, און האט נישט ממשיך געווען קיין חסידות, זאל זיין עפעס מער ווי סקווערע רבי וואס האט אין האנט די שרביט הנהגה פון די עיקר שטאמען פון דרך החסידות בפרט און מלכות בית דוד בכלל

העלא » זונטאג אפריל 29, 2012 8:11 pm

· #8681
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
מנשה איי עגרי וויט יו הונדערט פערסענט, איך רעדט נישט פון ליבי פאלאק, איך פארשטיי איר זייער גוט, איך האב אויך די תאוות, ווער עס ווייסט וואסערע מצבים זי איז דורך ווייסט אז דאס וואס זי איז נאך בכלל נארמאל איז א נס,

איך רעד נאר פון די עצם הלכה, אז די זאכן וואס זי און נאך טויזענטער פרויען טועהן איז נגד הלכה,


לגבי די גמרא, די רמב"ם פסק'ט אויך אז עס ביהרג ואל יעבור מכח די גמרא, קענסט עס נאכקוקן

שרייבער » זונטאג אפריל 29, 2012 8:12 pm

· #8682
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
מנשה רילעקס אביסל, ווי לאנג ווילסט גרויס מאכן סקווירא רבי, נאו פראבלעם, אבער רעד נישט אויף אנדערע

די אלע זאכן וואס זענען דערמאנט געווארן אין לעצטן בלאט האט דער אלטער סקווירא רבי ז"ל אויך אזוי געהאלטן, סאו פארוואס פארפירסטו אזוי? אין סקווירא דעיט מען?

העלא » זונטאג אפריל 29, 2012 8:13 pm

· #8683
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
ווען דו זאלסט פארמעסטן סאטמאר רבי'ס לערנען און צדקות קעגן סקווירא רבי'ס לערנען און צדקות איז עס הימל און ערד,

און אין הכי נמי ווען איינער רעד אויף סקווירא רבי איז עס פונקט אזוי הוי זהיר בגחלתן,

די חילוק איז נאר אז סאטמאר רבי היסטאריע קען איך דורך און דורך און סקווירא רבי נישט,

און ביטע סטאפ שוין רעדן קעגן סאטמאר, אז דו וועילסט דיסקוסן סאטמאר עפען א אנדערע אשכול

העלא » זונטאג אפריל 29, 2012 8:18 pm

· #8685
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
סאטמאר רבי האט געשטאמט פון קדושי עליון פון אלע זייטן אהן קיין שום הפסק, משא"כ סקווירא ווייס איך נישט

שרייבער » זונטאג אפריל 29, 2012 8:18 pm

· #8686
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
העלא
סאטמאר רבי האט געשטאמט פון קדושי עליון פון אלע זייטן אהן קיין שום הפסק, משא"כ סקווירא ווייס איך נישט

רעד ביטע ווייניגער שטותים
ביידע זענען אייניקלעך פון תרח, כ'מיין וואס ווילסטו דא
לאמיר שוין אוועקלייגן די מעסטערס אין די זייט

העלא » זונטאג אפריל 29, 2012 8:21 pm

· #8687
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
דו קענסט סאטמאר רביס יחוס? איך יא

שרייבער » זונטאג אפריל 29, 2012 8:22 pm

· #8689
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
העלא
דו קענסט סאטמאר רביס יחוס? איך יא

ווען דו פרעגסט פארקערט פארשטיי איך דיין קשיא, יעצט נישט

העלא » זונטאג אפריל 29, 2012 8:26 pm

· #8690
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
איך קען סאטמאר רב'ס יחוס און סקווירא נישט, במילא זאג איך אז סאטמאר רב ווייס איך און סקווירא ווייס איך נישט,

וואס איז אזוי שווער צו פארשטיין?

מעגסט האלטן אנדערש,

אבער אז דו פרעגסט מיר אפ זיי מיר מסביר וואס כ'האב דא געזאגט ראנג

שרייבער » זונטאג אפריל 29, 2012 8:37 pm

· #8705
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
אנטשולדיגט איך האב אפגעליינט דיינע ווערטער איבער סקווירא רבי'ס יחוס מיט א אנדערע טאן, ווי איינער זאגט ס'איז פארנעפלט, יעצט כאפ איך האסט פלעין געשריבן אמת, איך קען עס נישט

נו, ביידע זענען אייניקלעך פון צדיקים וקדושים, און די משנה והוי זהיר איז געזאגט אויף ביידע, און לאמיר שטיין ווייט פון די גערעדעכסטער, מנשה וועט מיין איך מער אויפטון מיטן ברענגן א פרישע קליפ (ווי איידער א פרישע קליפה...)

געפילטע פיש » זונטאג אפריל 29, 2012 9:17 pm

· #8718
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
מיסטער העלא, טשיל אוט! אידישקייט האט עקזעסטירט דריי טויזענט יאר פאר סאטמער (און חסידות) און וועט ווייטער אנגיין לאנג נאך ווען סאטמער וועט זיין היסטאריע, נישט אלעס הייבט זיך אן ביים זכרונו לברכה, ס'געווען און 'דא גענוג און נאך יודן וואס האבן געקענט כל התורה כולה נאך אזוי גוט ווי סאטמערע רב און האבן געהאלטן אנגערש ווי עם.

העלא
נאך מער פון אלעם בלוטיגט מיר די צער פון קאשוי רב'ס נשמה בעולם העליון וואסערע עונש ער האט ליידער באקומען פארן טשעפען סאטמאר, כידוע איז דאס די גרעסטע עונש פאר א נשמה בעולם העליון, ער איז דאך געווען א קדוש, פארוואס קומט זיך אים די צער?

איך זע טאקע ווי ס'בלוטיגט דיר פון הארצן, די נשמה פון קאשויער רב פארן טשעפען סאטמער... אוי! האסט פארגעסן פון דיין הוי זהיר בגחלתן?
העלא
די גדרים וסייגים איז נישט קיין חסידישע זאך, עס איז תורה, אונזער תורה וואס איז ניתנה מסיני לאזט נישט:

גיין אנגעטוהן אזוי איז א איסור דאורייתא נישט קיין חסידות
קוקן אויף פרויען אפילו אויף בילדער איז א איסור דאורייתא נישט קיין חסידות
שמועסן מיט א פרוי יותר מכדי צורך איז א איסור דאורייתא נישט קיין חסידות
דעיטן פאר א שידוך איז א איסור דאורייתא נישט קיין חסידות, עס איז ביהרג ואל יעבור עס איז א טרוקענע גמרא בלי שום חולק,

ס'געפעלט מיר ווי די מאכסט דא נייע דאורייתא'ס, כ'האב נישט געוויסט אז ווי אזוי די רעבעזעכרוינעלעבראכע האט אפגעלערנט א גמרא ווערט עס א דאורייתא.
זעט אויס אז יעקב אבינו האט עובר געווען אויף דאורייתא'ס.
העלא
וועל איך דיר ענטפערן אז די אפטייטש פון חסידות איז זיך נישט אוועק צורירן קיין קוצו של יוד פון שולחן ערוך

די בעל שם טוב האט אויך געוויסט פון דעם פשט אין חסידות צו ס'אייגענס?
העלא
דאס אז די מאדערנע וועלט איז נישט נזהר טוישט נישט די הלכה, קענסט פרעגן עני אנגענומענע דיין,

מיין דיין לאזט גיין צום כותל, הייסט ער אנגענומען צו נישט?
העלא
איך רעד נישט פון קיין דיינים איך פון גמרא און ראשונים ואחרונים,
ביזט מודה אז ר' יואל טייטלבוים סאטמאר רבי האט געקענט כל התורה כולה?
ער האט געזאגט אמאל פאר א רב וואס איז אים געקומען פרעגן פארוואס מען טאר נישט דעיטן? האט ער געזאגט אז עס איז ביהרג ואל יעבור
האט אים די רב געפרעגט ווי די מקור איז, האט סאטמאר רב געענטפערט מיט די גמרא אין מסכת סנהדרין דף ע"ה:
ימות ולא תספר עמו מאחורי הגדר

אבי געהאקט, אונזער היינטיגע וועג פון מאכן שידוכים איז גאנץ ניי, אין רוב אייראפע האט מען געטראפן און פארברענגט מיטן מיידל נאך אזוי פיל ווי די היינטיגע ליטוואקעס, פרעג נאר דיע וואס געדענקען, און פונם בנות ישראל יוצאות וחולות בכרמים האסטו פארגעסען? ברויך איך לערנען מיט דיר אלף בית?
העלא
איך קען סאטמאר רב'ס יחוס און סקווירא נישט, במילא זאג איך אז סאטמאר רב ווייס איך און סקווירא ווייס איך נישט

יחוס שמיכעס, הו קערס? אונז האמיר א תורה און א ממזר ת"ח איז חשובער ווי א כהן גדול עם הארץ.

ידען » זונטאג אפריל 29, 2012 9:31 pm

· #8722
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
מיינסט ממזר תלמיד חכם איז חשובער ווי כהן גדול עם הארץ?

העלא » זונטאג אפריל 29, 2012 9:37 pm

· #8723
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
געפילטע פיש, איך האב נישט געזאגט אז גיין צום כותל איז א דאורייתא, ווייל עס איז דא אסאך אנגענומענע דיינים וואס האלטן אז מען מגע גיין,

די יחוס חלק האב איך נאר געענטפערט פאר מנשה לוסטיג,

ואיבער די גמרא וויזאוי סאטמאר רב האט עס אפגעלערנט האסטו מיר נאכנישט אפגעוואנדן, האט מיר נאכנישט געברענגט קיין איין אנגענומענע תלמיד חכם וואס לערנט אנדערש,

איך רעד נישט פון סאטמאר איך רעד פון תורה, פארשטייסט? ביי די וועי, נאכן קריג האבן אלע גע'טענה'ט אויף מאכן סוכות אז עס איז א סאטמארע מנהג כאטש עס איז א דאורייתא,

סא די זעלבע זאך ווילסטו יעצט זאגן אויף הלכות צניעות

יואליש » זונטאג אפריל 29, 2012 10:20 pm

· #8726
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
העלא


דאס אז די מאדערנע וועלט איז נישט נזהר טוישט נישט די הלכה, קענסט פרעגן עני אנגענומענע דיין,


קום אהער, העלא, לאמיך דיך א קיש טוהן אויפן שטערן.

יואליש » זונטאג אפריל 29, 2012 10:22 pm

· #8727
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
העלא
דו קענסט סאטמאר רביס יחוס? איך יא


כ'זיך שוין לאנג איינער וואס קען די יחוס. סאקמיר רב פלעגט זאגן אז ער שטאמט פון 18 דורות נוטרי הברית. ווייסט אפשר ווער דער 19צענטער דור אויף ארויף איז געווען?

העלא » זונטאג אפריל 29, 2012 10:23 pm

· #8728
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
איך דארף די קיש אויפן פנים נישט אויפן שטערן,

לולא דמסתפינא וואלט איך געזאגט נאך טיפער, אבל מה אעשה שהתורה אמרה "ונשמרת.............................

מנשה לוסטיג » זונטאג אפריל 29, 2012 10:30 pm

· #8731
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
איך וויל וויסן, פארוואס יעדער וואס איז געווען אקעגן די סאטמארע שיטה, האט מען דערשטיקט
נאכדעם וועט מען זען צו סימס איז א מצוה פון יתגרש ואל יעבור

העלא » זונטאג אפריל 29, 2012 10:33 pm

· #8732
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
מנשה לוסטיג נישט דא איז די פלאץ צו פרען קשיות אויף סאטמאר, ענטפער א עקסטרע אשכול ביטע

איינער » זונטאג אפריל 29, 2012 10:49 pm

· #8737
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
מנשה לוסטיג
ניין, גיין אויסגעלאסן ביים ביטש איז נישט קיין עבירה, ס'איז א עבירה צו קוקן דערויף. א ביטש איז א מקום ערווה, און מאך נישט קיין פרישע עבירות, זי גייט נישט אזוי אין קיין היימישע געגענד, און זי רעדט נישט ברבים צווישן היימישע קעגן די תורה.


מנשה, און וואספארא קאטאגאריע עבירה גייט אריין נישט צו דאווענען אין סקווירא מיט רבין'ס מנין!?
פארדעם האסטו די פארפירט אז עס קומט ראטענבערג שריפה

מנשה לוסטיג » זונטאג אפריל 29, 2012 10:59 pm

· #8741
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
העובר על דברי חכמים.. פיר אליינס אויס

איינער » זונטאג אפריל 29, 2012 11:03 pm

· #8742
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
מנשה לוסטיג
סאטמאר האט ווייניג בלוט אויף די הענט? פארוואס ווען מ'רעדט אויפן סקווערן רבין הער איך נישט הוי זהיר בגחלתן..! הא? איך זע נישט אז סאטמארע רב וואס איז סך הכל געווען א רב, און האט נישט איבערגענומען דעם עצי חיים, און האט נישט ממשיך געווען קיין חסידות, זאל זיין עפעס מער ווי סקווערע רבי וואס האט אין האנט די שרביט הנהגה פון די עיקר שטאמען פון דרך החסידות בפרט און מלכות בית דוד בכלל


יא סקווערע רבי איז אזוי גרויס.... אזש גרעסער ווי דוד מלך אליין. עס איז נאר א שאד אז די אמעריקאנער רעגירונג זעט עס נישט איין, נישט קשה דער רבי/מלך האט א טשערנאבל מעשה אויף דעם אויך.

יידל » זונטאג אפריל 29, 2012 11:09 pm

· #8744
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
מען קען אפשר צוריקגיין צום ענין?

מנשה לוסטיג » מאנטאג אפריל 30, 2012 12:31 am

· #8770
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
איינער ברענגט מיר א ראיה, אז זי איז מחלל שבת, ווייל ער האט געזען איר תגובה אין פייסבוק אום שבת.
כ'מיין אז מ'טאר נישט חושד זיין, ווייל די דאטום אין פייסבוק, ווי כ'האב מיר איבערצייגט שטימען נישט אלץ, ס'קומט ארויף אנדערע דאטומען, ווי צום ביישפיל, איך האב געשריבן עפעס פרייטיג און ס'האט געצייגט ווען כ'בין געגאנגען שלאפן פרייטיג צונאכטס אז כ'האב דעמאלטס האלב נאכט געשריבן די תגובה.
כ'האב שוין געהאט אז ס'געשטאנען מוצאי, אז כ'האב געשריבן די תגובה צוויי שעה פאר אויס שבת. קען זיין ס'גייט לויט אנדערע לענדער זייגער
בלאט: 1 2 3