☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » ארטיקל איבער ליבי פאללאק

ארטיקל איבער ליבי פאללאק

145 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #479
בלאט: 1 2 3

פריינדליך » דאנערשטאג אפריל 26, 2012 2:13 pm

· #7974
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
באמערקסט אז האסט גארנישט געפרעגט מיט אינהאלט, נאר הוילע ליידיגע פראגעס?

קול דודי » דאנערשטאג אפריל 26, 2012 2:21 pm

· #7978
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
פריינדליך
באמערקסט אז האסט גארנישט געפרעגט מיט אינהאלט, נאר הוילע ליידיגע פראגעס?

ניין.

יידל » דאנערשטאג אפריל 26, 2012 2:39 pm

· #7983
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
פריינדליך
ידען
מען ווערט נישט א כופר פון גיין אזוי אנגעטוהן


מען גריבלט דא צופיל איבער וואס די דאזיגע טראכטען,

רבותי! עס איז ממש א שאד עס צי טיען, ווייל די יעניגע טראכטן בכלל נישט, וואלטן זיי געטראכט וואלטן זיי נישט געטיען וואס זיי טיען!!

גלייבט יא גלייבט נישט, יא כופר נישט כופר, די אלע זאכען זענענן אירעלעווענט דא, זיי זענענן טראכטלאז,

איך וויל פרעגן עפעס. איך שרייב די ווערטער אין א רואיגע שטומע, אנגענעמערהייט, ווי מ'וואלט געשמועסט אין א קאווע שטיבל.

פון וואנעט ווייסטו אז די יעניגע טראכטן נישט בכלל? אז זיי זענען טראכטלאז? וויפיל פון די אפפגעפארענע קענסטו פערזענליך אז דו האסט אפגעשאצט זייער טראכטבארקייט?

איך וועל מיך ערלויבן צו ענטפערן אויף מיין פראגע (בבחינת הוא מותיב לה והוא מפרק לה) אבער געדענק, איך רעד מיט א רואיגע שטומע, ממילא אטאקיר מיך נישט אויף וואס איך גיי זאגן.

עס זענען דוקא דא מענטשן וועלכע טראכטן יא, אבער מאיזה סיבה קומען זיי צו צו אנדערע החלטות ווי אנדערע מענטשן. נעם סיי וואספארא נושא אין די וועלט, זאל דאס זיין אין הלכה, השקפה, פאליטיק, וועסטו אייביג טרעפן צוויי דעות דערויף. ס'מיינט נישט אז ס'איז דא נישט דא קיין גערעכטע צד אין די נושאים, אדער אז איינע פון די צוויי צדדים איז נאריש, נאר עס מיינט אז די צוויי צדדים האבן אנדערע וועגן פון טראכטן און דערפאר קומען זיי צו צו אנדערע מסקנות. אויב וועל איך רעדן פון סיי וואס, חוץ אמונה, מיין איך אז דו וועסט מודה זיין צו וואס איך האב געזאגט. אמונה אבער, וועסטו נישט מודה זיין. דו וועסט האלטן אז ווער ס'גלייבט נישט איז "טראכטלאז", ער טראכט ניטאמאל. פארוואס? די סיבה איז ווייל דו האסט מורא. דו שרעקסט דיך ווען סיי ווער האט געטראכט און געטראכט און איז צו געקומען צו א מסקנה וואס איז נישט אין איינקלאנג מיט אמונה. דו מיינסט אז מיט דעם ווערט אמונה אפגעפרעגט. דערפאר ערלויבסטו נישט אז איינער וואס טראכט זאל צוקומען צו מסקנה פארקערט פון אמונה.

אבער, פריינדליך יקירי, די מציאות איז אז עס זענען דא מיליאנע קלוגע מענטשן אויף די וועלט וועלכע זענען אטאיסטען, קריסטן, מוסלעמענער, בודהיסטן עד אין קץ. האבן די אלע מענטשן נישט אויסגעגעבן קיין פינטעלע מחשבה פארוואס און אין וואס זיי גלייבן? עס איז שטארק נישט מסתבר. נאר וואס דען? יעדעם'ס מוח ארבעט אנדערש. איינער זוכט הוכחות, א צווייטער זוכט "ער זאל שפירן אז ער איז אמת". פשוט קאמפליצירט זאגט (אין אן אנדערען אשכול) אז פאר אים איז גענוג אפילו איין פרט ווי חז"ל זענען געווען פאראויס פון זייער תקופה, א צווייטער שרייט אז פאר אים איז גענוג איין פלאץ ווי חז"ל האבן געמאכט א טעות. יעדער מענטש האט א צווייטע שטאנדפונקט אויף א זאך, און דערפאר, אנשטאט שרייען אז זיי זענען טראכטלאז, שריי ליבערשט אז זיי האבן געמאכט א טעות אין זייער טראכטן. און אמונה ווערט נישט אפגעשוואכט אפילו עס זענען דא אזעלכע וואס זענען נאכן טראכטן צוגעקומען צו א פארקערטע מסקנה רח"ל.

זר זהב » דאנערשטאג אפריל 26, 2012 2:43 pm

· #7985
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
די גאר קלוגע רופן זיך שוין היינט "אגנאסטיג". זיי ווילן שוין נישט מ'זאל זיי רופן "אטעאיסט"

פריינדליך » דאנערשטאג אפריל 26, 2012 2:52 pm

· #7988
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
יידל
פריינדליך
ידען
מען ווערט נישט א כופר...


מען גריבלט דא צופיל איבער וואס די דאזיגע טראכטען, זיי זענענן טראכטלאז,

איך וויל פרעגן עפעס. איך שרייב די ווערטער אין א רואיגע שטומע, אנגענעמערהייט, ווי מ'וואלט געשמועסט אין א קאווע שטיבל.

פון וואנעט ווייסטו אז די יעניגע טראכטן נישט בכלל? ....



איך האב געזען דיין תגובה, איך האב עס געליינט אויבערפלעכליך איין מאל איך האב זיך נישט מעמיק געווען דערין,
אבער וויבאלד דיין תגובה איז גבויעט אויף מיין תגובה, וועל איך דיר געבן מיין ענטפער בקיצור,

איך פון מיין זייט בין איך פערטיג מיט די נושא, איך האב זייער קלאר ארויסגעברענגט מיין שטעלונג, און מיין שטעלונג איז און ליין מיט די מציאות וואס מען זעט, אדרבה גייטס ארויס און גאס און איבערצייגט אייך, איך זע אז איך האב שוין גארנישט מער וואס צוציגעבן, און דיין נייע טענה וואס דו גייסט אריין גרענצט זיך שוין מיט נושאים איבער אמונה ודעות, און דאס איז א זאך וואס איך בין אבסעלוט נישט גרייט דערפאר,

איך וואלט יא געוואלט פרעגן, צו איינער קען מיר אנצייגען א נערמלע תורה'דיגע סיבה, נישט פיינט צו האבן די אויסווארפן שקצים אפגעפארענע ליידיגייער,
חוץ אויב די וואס שרייבען דא פארקערט שרייבען נאר - ליידער - מתוך קנאה, בלייבט זיי איבער נאר צו וואנטשען אז זיי זאלען איינזען אז עס איז ענדערש זיך מיטעשן צו זיין א איד ווי איידער צו לעבן א פארוואגעלט לעבן,

פשוט-קאמפליצירט » דאנערשטאג אפריל 26, 2012 2:58 pm

· #7991
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
יידל
עס זענען דוקא דא מענטשן וועלכע טראכטן יא, אבער מאיזה סיבה קומען זיי צו צו אנדערע החלטות ווי אנדערע מענטשן. נעם סיי וואספארא נושא אין די וועלט, זאל דאס זיין אין הלכה, השקפה, פאליטיק, וועסטו אייביג טרעפן צוויי דעות דערויף. ס'מיינט נישט אז ס'איז דא נישט דא קיין גערעכטע צד אין די נושאים, אדער אז איינע פון די צוויי צדדים איז נאריש, נאר עס מיינט אז די צוויי צדדים האבן אנדערע וועגן פון טראכטן און דערפאר קומען זיי צו צו אנדערע מסקנות. אויב וועל איך רעדן פון סיי וואס, חוץ אמונה, מיין איך אז דו וועסט מודה זיין צו וואס איך האב געזאגט. אמונה אבער, וועסטו נישט מודה זיין. דו וועסט האלטן אז ווער ס'גלייבט נישט איז "טראכטלאז", ער טראכט ניטאמאל. פארוואס? די סיבה איז ווייל דו האסט מורא. דו שרעקסט דיך ווען סיי ווער האט געטראכט און געטראכט און איז צו געקומען צו א מסקנה וואס איז נישט אין איינקלאנג מיט אמונה. דו מיינסט אז מיט דעם ווערט אמונה אפגעפרעגט. דערפאר ערלויבסטו נישט אז איינער וואס טראכט זאל צוקומען צו מסקנה פארקערט פון אמונה.


אוי ביזטו גוט, יידל. 👍

אלבערט » דאנערשטאג אפריל 26, 2012 5:06 pm

· #8041
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
איז זי געווען\איז חתונה געהאט?

John Doe » דאנערשטאג אפריל 26, 2012 5:06 pm

· #8042
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
אינטערעסאנט אז יעדער ווייסט צו זאגן מבינות אויף איר, פונקליך וואס זי עסט, וואס זי טראכט.

פריינדליך » דאנערשטאג אפריל 26, 2012 5:21 pm

· #8059
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
[ציטאט אראפגענומען]


1}דא איז דא א אפענע פארום ווי יעדער זאגט זיין מיינוג אומגעפרעגט, פאר טייל געפעלט נישט מיין מיינוג, אבער דאס נעמט נישט אוועק מיין רעכט צו זאגען מיין מיינוג, יענער מעג דיסאגריען און זאגען זיין מיינוג,

2}איך האב נישט גערעדט פון קיינעם פרעזענליך, און איך וועל ווייטער נישט רעדן פון קיינעם פרעזענליך, גענוג קלאר?

3}ווען א שוואכע מח באשרייבט זיין/איר לעבענס געשיכטע - וואס אגב, זיי זענענן סיי ווי נישט באגלייבט דערויף, אבער דאס איז נישט די שמיעס דא, - האט ער/זי דערמיט געגעבן די רעכט פאר יעדעם איינעם צו זאגען א מיינוג אויף אים/איר, זיין/איר כאראקטער/התנהגות/ שכל הישר / קאמען סענעס, זיי האבן אלעס געשטעלט אפן פאר די פובליק צו זאגען א מיינוג דערויף, דא איז נישט רוסלאנד, דא איז איינגעפירט אז אינטער יעדע נייעס זאגט מען קאמענטס, און ער/זי האט געברויכט וויסען דערפון, די רעכטן צו א מיינוג קימט דירעקט פון די וואס זאגען האלבע אמת און גאנצע ליגענטס אויף אידשקייט בדרך כלל,

4}איך בין ב"ה זייער צופרידען ווי אזוי איך בין אויפגעצויגען געווארן, און דאס נעמט נישט אוועק פון מיינע רעכטן צו זאגען א מיינוג אויף א צווייטען, פינקט דו פארשטייסט, אז די אפגעפארענע האבן די רעכט צו זאגען א מיינוג אויף מייין קהלה/לעבענס שטייגער, מיטען געבן ביכער/רעדעס/שאוס/קאלומ'ס אד"ג,

אז דו האסט נאך שאלות קענסטע פרעגן,

איך האב אנפאנג זייער קלאר געשריבען, אז איך רעד נישט פון קיינעם פרעזענליך, עס איז קעגן מיין מיינוג אז מען דארף איינעם - סיי וועם - פרעזענליך אראפרייסען און איטערברענגן,
איך רעד נאר לגבי וואס עס איז לויט מיין פארשטאנד 1} די תורה'דיגע בליק איבער אזא איינעם, וואס עס איז אונזער פלוכט זיך ווי אזוי זיך צו צי באציען צו אזא איינעם, 2} מיין מיינוג איבער די מהות פון א מענטש וואס ווערט אפגעפארן, וויבאלד יענער האט זיך אליינס געשטעלט און ספאט לייט, גיט יענער די רעכט פאר יעדעם צו זאגען א מיינוג דערויף,

אבער די מינוט וואס דו הייבסט אן רעדן פון איינעם פרעזענליך, בין איך מער נישט דא, איך בין נישט אינטערסירט קיינעם צו באשייגעצען, כאטש אז איך האב שטארקע טענות צו די יעניגע, ווער עס האט זיי געגעבן די רעכט צו באשמיצען חסידישע אידן,

יואליש » דאנערשטאג אפריל 26, 2012 5:48 pm

· #8073
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
פריינדליך

מען גריבלט דא צופיל איבער וואס די דאזיגע טראכטען,

רבותי! עס איז ממש א שאד עס צי טיען, ווייל די יעניגע טראכטן בכלל נישט, וואלטן זיי געטראכט וואלטן זיי נישט געטיען וואס זיי טיען!!

גלייבט יא גלייבט נישט, יא כופר נישט כופר, די אלע זאכען זענענן אירעלעווענט דא, זיי זענענן טראכטלאז,


הרב, פריינדליך, כ'שטיי יעצט דא ביי הויכע שמו"ע ביי מנחה. אין מיין מנין זענען יעצט דא אן ערך פון דריי מנינים, מיט גארטלעך און קאפעלושן, שאקלען זיך און ענטפערן אין א ריטעם ברוך הוא וברוך שמו.. אמן. כ'קוק זיך אים און כ'קלער, אהההה, לויטער "טראכטבארע" ווארע. יעדער דא איז דא בלויז ווייל ער האט געטראכט און הערט נישט אויך צו טראכטן.

(מודים אנחנו לך....)

פריינדליך » דאנערשטאג אפריל 26, 2012 5:53 pm

· #8077
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
אז דו ווילסט, אדרבה, עפן א אשכול ווי מען זאל דעבאטירען פארוואס אלעס איז ביי אונז היינט אזוי סיסטעמאטיש, ממש ווי א ראבאט, רוב מענטשן טיען אלעס אלץ סיסטעם, נישט פון געפיל אדער ווילען, איך וועל מיר אנריפען דארט, ווייל איך האב מיין מיינוג איבער די נושא,

די אשכול איז אבער נישט די פלאטץ דערפאר, דא איז די נושא עפעס אנדערש,

שמעקעדיג » דאנערשטאג אפריל 26, 2012 6:12 pm

· #8088
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
פריינדליך

איך וואלט יא געוואלט פרעגן, צו איינער קען מיר אנצייגען א נערמלע תורה'דיגע סיבה, נישט פיינט צו האבן די אויסווארפן שקצים אפגעפארענע ליידיגייער,


איך האב שוין אויבן געשריבן, סיי אלס "אל תדין את חברך", ביסט מחוייב מיט ואהבת לרעך ביז מען לייקענט אין די 13 אני מאמינ'ס, אדער אפשר אויב דער חוטא זינדיגט די אלע עבירות וואס דו רעכנסט אויס "להכעיס", נישט "לתיאבון", וואס דאן גילט דער כלל פון "ישראל אע"פ שחטא ישראל הוא", און נאך אנדערע מאמרים. מען קען ברענגען פסוקים און מאמרים צו ביידע זייטן.

פריינדליך » דאנערשטאג אפריל 26, 2012 8:06 pm

· #8122
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
[ציטאט אראפגענומען]


וואלסט געוואלט צוריק ציען פון וואס די האסט דא געשריבען? דאכט זיך אז יא?!
האלסט אז ווער עס איז אינטעליגענט גייט ווערן אפגעפארן אויב זיי וועלן אנדעקן ערגעץ קארופטירטע עסקנים אד"ג?

האלסט באמת אזוי? אדער האסט נישט געטראכט ווען האסט עס געשריבען?

יידל » דאנערשטאג אפריל 26, 2012 8:10 pm

· #8124
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
יידל

פון וואנעט ווייסטו אז די יעניגע טראכטן נישט בכלל? ....

פריינדליך

איך פון מיין זייט בין איך פערטיג מיט די נושא, איך האב זייער קלאר ארויסגעברענגט מיין שטעלונג, און מיין שטעלונג איז און ליין מיט די מציאות וואס מען זעט, אדרבה גייטס ארויס און גאס און איבערצייגט אייך, איך זע אז איך האב שוין גארנישט מער וואס צוציגעבן, און דיין נייע טענה וואס דו גייסט אריין גרענצט זיך שוין מיט נושאים איבער אמונה ודעות, און דאס איז א זאך וואס איך בין אבסעלוט נישט גרייט דערפאר,

במחכ"ת האסט גארנישט געענטפערט. איך בין שוין ארויס אין גאס און זיך איבערצייגט אז יש ויש. ס'דא לתיאבון'יקעס און ס'דא מענטשן וועלכע זענען געווארן כופרים מיטן טראכטן (פארבינד זיך מיט מיר אין אישית וועל איך דיר געבן פרטים). אבער איך ווער נאכנישט דערשראקן אז ס'דא איינער וואס זיין מוח האט אים צוגעפירט צו כפירה, פשוט ווייל איך האלט אז ער האט געהאט א קרומען מוח. איך זע נישט פארוואס וואס איך טענה האט מיט אמונות ודעות, בסך הכל זאג איך אז מענטשן קענען טראכטן קרום - און יא, ס'קען געשען ליידער אפילו בעניני אמונה. מ'מוז נישט זאגן אז די מענשטן זענען טראכטלאז כדי צו האלטן אז זיי זענען נישט גערעכט.
פריינדליך

איך וואלט יא געוואלט פרעגן, צו איינער קען מיר אנצייגען א נערמלע תורה'דיגע סיבה, נישט פיינט צו האבן די אויסווארפן שקצים אפגעפארענע ליידיגייער,
חוץ אויב די וואס שרייבען דא פארקערט שרייבען נאר - ליידער - מתוך קנאה, בלייבט זיי איבער נאר צו וואנטשען אז זיי זאלען איינזען אז עס איז ענדערש זיך מיטעשן צו זיין א איד ווי איידער צו לעבן א פארוואגעלט לעבן,

די ערשטע פלאץ אנצוהייבן איז די חזון איש וואס שרייבט אז היינט צו טאגס איז שוין נישט דא די דין פון מורידים ולא מעלין ווייל זיי זענען אלע תינוקות שנשבה (דוכט זיך אז עס איז שוין געווארן אראפגעברענגט אין די אשכול אויף דבורה פעלדמאן).

העלא » דאנערשטאג אפריל 26, 2012 8:14 pm

· #8125
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
ליבי באקומט דא איר פילע אטענשאן, איר אשכול איז די העכסטע אין שטיבל סא וואס זאל איר אפהאלטן?
זי איז זייער העפי אז מען רעדט פון איר,

ישראל אע"פ שחטא ישראל הוא, סא מיט יעדע תגובה איז מען דא מקיים מצוות, מען איז משמח א צוראכענע איד

פריינדליך » דאנערשטאג אפריל 26, 2012 8:19 pm

· #8126
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
העלא
זי איז זייער העפי אז מען רעדט פון איר,


ווער רעדט דא פון איר? מען האט שוין 10 מאל געשריבען אז נישט,
מען רעדט פון א נושא, באלאנגט די נושא נאר פאר איין מענטש?

פארוואס ליינט מען נישט די תגובות אויף וואס מען איז מגיב?

פריינדליך » דאנערשטאג אפריל 26, 2012 8:28 pm

· #8129
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
העלא
איר אשכול איז די העכסטע אין שטיבל סא וואס זאל איר אפהאלטן? זי איז זייער העפי אז מען רעדט פון איר


דו האלסט באמת אז דאס מאכט א מענטש העפי?

ערליכע אידישע פרויען וואס האבן יעצט גענדיגט אריינלייגען זייער זיסע לעכטיגע קינדערליך און בעט, געליינט קר"ש מיט זיי, געקישט די מזוזה, מיט א קיש אויפן שטערן, זענענן נישט א מיליאן מאל מער העפי?

ביסט טראכטלאז?

קרעמער1 » דאנערשטאג אפריל 26, 2012 9:00 pm

· #8133
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
הרב פריינדליך: בעפאר דו שליסט אויס מענטשן פון כלל ישראל און די מאכסט זייער וויין נסך, ביטע לערן אדורך וואס אונזער הייליגע תורה זאגט און נישט וואס "דיינע" געפילן און שכל זאגן דיר

דאכט זיך אז נאר א "מומר להכעיס" איז מנסך וויין און פונעם גמרא "יתמו חטאים ולא חוטאים" ברויכסטו אויך צו וויסן

אלזא ביטע טראכט בעפאר דו שרייבסט און בפרט אזעלכע האסליכע תגובות אויף מענטשן וועם דו הייבסט נישט אן צו קענען

(בכלל די "אפגעפארענע" וועמען דו האלטסט פאר א מצווה זיי צו האסן באשטייען פון אזויפיל סארט מענטשן און קאטעגאריעס, אז ס'איז אוממעגליך צו זאגן א סטאטוס אויף זיי)

פריינדליך » דאנערשטאג אפריל 26, 2012 9:29 pm

· #8136
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
כבוד הרב קרעמער1 לאמיר עס אויסשמיעסן,

וויבאלד מען וויל דייקא יא רעדן פון א פערזאן, לאמיר רעדן פון די באקאנטע פרוי: לקינס שפרינסערשי

לאמיר קודם אראפלייגען אירע פרטים,


יארגאנג: 24
פארהייראט: ג'גט
קהלה ווי זי האט באלאנגט: הוארשעמצער
עלטערן: עקסטרעם פרום, סעקאנד מעריטש
שטאט ווי זי האט געוואינט: ברוקלין
געוועזענע מאן: פעלט איין אויער, משוגע, צודרייט
געהאט א שווערע יוגענט: יא, זייער שווער


יעצט לאמיר זען איר היינטיגע מצב:

פארהייראט: א פרוצה מכל הבא ליד
קהלה: ערגעץ שווישן גוים און גויטעס
היט שבת: ניין
היט נדה: ניין
היט כשרות: ניין
פירט זיך אויף ווי א איד: ניין
מחלל שם שמים: יא
תינוק שנשבה: ניין, געווען פרום ביז די 21
טהרת המשפחה: ניין
אוכל נו"ט וד"א: יא

און מיין תורה שטייט אויף אזא איינעם אלעס וואס איך האב פריער געשריבען, זי איז בכלל ארור, זי הייסט א רשע, זי איז פסול לעדות,זי איז אויסגעשפיגען פון כלל ישראל ביז זי וועט תשובה טיען, זי גייט נישט אריין און די גדר פון חברך אויף וועם עס איז א מצווה מלמד זכות צו זיין,

האסט א אנדערע מיינוג?

העלא » דאנערשטאג אפריל 26, 2012 9:39 pm

· #8138
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
איך האב גערעדט צו איינע פון אירע נאנטע, זי איז זייער העפי אז מען רעדט פון איר

John Doe » דאנערשטאג אפריל 26, 2012 10:07 pm

· #8145
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
פריינדליך
כבוד הרב קרעמער1 לאמיר עס אויסשמיעסן,

וויבאלד מען וויל דייקא יא רעדן פון א פערזאן, לאמיר רעדן פון די באקאנטע פרוי: לקינס שפרינסערשי

לאמיר קודם אראפלייגען אירע פרטים,


יארגאנג: 24
פארהייראט: ג'גט
קהלה ווי זי האט באלאנגט: הוארשעמצער
עלטערן: עקסטרעם פרום, סעקאנד מעריטש
שטאט ווי זי האט געוואינט: ברוקלין
געוועזענע מאן: פעלט איין אויער, משוגע, צודרייט
געהאט א שווערע יוגענט: יא, זייער שווער


יעצט לאמיר זען איר היינטיגע מצב:

פארהייראט: א פרוצה מכל הבא ליד
קהלה: ערגעץ שווישן גוים און גויטעס
היט שבת: ניין
היט נדה: ניין
היט כשרות: ניין
פירט זיך אויף ווי א איד: ניין
מחלל שם שמים: יא
תינוק שנשבה: ניין, געווען פרום ביז די 21
טהרת המשפחה: ניין
אוכל נו"ט וד"א: יא

און מיין תורה שטייט אויף אזא איינעם אלעס וואס איך האב פריער געשריבען, זי איז בכלל ארור, זי הייסט א רשע, זי איז פסול לעדות,זי איז אויסגעשפיגען פון כלל ישראל ביז זי וועט תשובה טיען, זי גייט נישט אריין און די גדר פון חברך אויף וועם עס איז א מצווה מלמד זכות צו זיין,

האסט א אנדערע מיינוג?


פון ווי נעמסטו דיינע תורת לאקשן? זאג שנעלער אדער צו צוריק ווייל מוציא שם רע איז אויך א נעוויירע לעסט טיים איי טשעקט.

פריינדליך » דאנערשטאג אפריל 26, 2012 10:10 pm

· #8146
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
John Doe
פריינדליך
כבוד הרב קרעמער1 לאמיר עס אויסשמיעסן,

וויבאלד מען וויל דייקא יא רעדן פון א פערזאן, לאמיר רעדן פון די באקאנטע פרוי: לקינס שפרינסערשי
און מיין תורה שטייט אויף אזא איינעם אלעס וואס איך האב פריער געשריבען, זי איז בכלל ארור, זי הייסט א רשע,


פון ווי נעמסטו דיינע תורת לאקשן? זאג שנעלער אדער צו צוריק ווייל מוציא שם רע איז אויך א נעוויירע לעסט טיים איי טשעקט.


טראכסט אז פאר לקינס שפרינסערשי, באדערט אז איך רעד אויף איר? און עס הייסט מוציא שם רע??

קרעמער1 » דאנערשטאג אפריל 26, 2012 10:17 pm

· #8147
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
כבוד הרב פריינדליך: וואס גייט פאר מיט אייך, האסט געמיינט אז דו ביסט אין קינדער פארום?

John Doe » דאנערשטאג אפריל 26, 2012 10:23 pm

· #8148
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
קרעמער1
כבוד הרב פריינדליך: וואס גייט פאר מיט אייך, האסט געמיינט אז דו ביסט אין קינדער פארום?


זעהט אויס ער פילט נישט גוט און האט פארפעלט חדר. מ׳האט ערשט די וואך געלערנט שא שא שא שא נישט רעדן לשון הרע..

פריינדליך » דאנערשטאג אפריל 26, 2012 10:30 pm

· #8149
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/8059">viewtopic.php?p=8059#p8059</a><!-- l -->

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/8126">viewtopic.php?p=8126#p8126</a><!-- l -->

בן תמליון » דאנערשטאג אפריל 26, 2012 10:48 pm

· #8153
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
כ'האב פונקט געזען אין ישמח ישראל פרשת וישלח ער ברענגט פון רבי ר' ברוכ'ל א טייטש: עוד מעט ואין רשע והתבוננת על מקומו ואיננו. יעדער יודישע נשמה נישט קיין חילוק וויפיל מהאט צאמגעזונדינקט בלייבט א מיטלפונקט ריין אומבארירט. עוד מעט ואין רשע עס איז דא אביסל ווי דער רשע רירט נישט אן, דעריבער בעטן מיר זיך: והתבוננת על מקומו ואיננו, קוק אהין וועסטו גארנישט זען קיין בייז.

לענינינו קלער איך די וואס שרייען שיקסע כופר טהרת משפחה אא"וו, והתבוננת על מקומו ואיננו, קוקט גוט וועט איר זען סאיז גארנישט דא, כולנו בני איש אחד נחנו.

זר זהב » דאנערשטאג אפריל 26, 2012 10:51 pm

· #8154
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
האט דער ישמח ישראל גערעדט פון אזאנע וואס גייען ארום אין פובליק און פארדארבען אנדערע ?

בן תמליון » דאנערשטאג אפריל 26, 2012 10:52 pm

· #8155
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
זר זהב
האט דער ישמח ישראל גערעדט פון אזאנע וואס גייען ארום אין פובליק און פארדארבען אנדערע ?


דער רבי ר' ברוכ'ל.

פריינדליך » דאנערשטאג אפריל 26, 2012 11:06 pm

· #8158
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
קרעמער1
כבוד הרב פריינדליך: וואס גייט פאר מיט אייך, האסט געמיינט אז דו ביסט אין קינדער פארום?


האסט געזיגט, האסט אוועק געדרייט די שמיעס פון מיין תירוץ וואס איך האב דיר געענפערט, אויף דיין שאלה וואס דו האסט מיר געפרעגט. דערמיט פילסטע זיך א געווינער,

מיט אזעלכע ערוואקסטענע ווי די, ווער דארף נאך קליינע קינדער, בלייב מיר און זיי מיר,

בל"נ, וועל איך מער נישט מגיב זיין און די אשכול, איך שרייב מיין החלטה און פובליק כדי איך זאל נישט דורכפאלען דערמיט,

אורח » דאנערשטאג אפריל 26, 2012 11:13 pm

· #8161
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
א זייטיגע נקודה, קען זיין ס'קומט נישט דא אריין אבער איך קען זיך נישט איינהאלטען
דא אין קאווע שטיבעל איז דא עטליכע אשכולות וואס מ'שעלט צאם אלע רבנים עסקנים מנהלים וכדומה, פלוצלינג זעה איך די זעלבע שימפערס ווערן מיטאמאל איידעלע מענטשען וואס קענען נישט פארנעמען קיין האס

דבילה » דאנערשטאג אפריל 26, 2012 11:31 pm

· #8168
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
פריינדליך
ידען
מען ווערט נישט א כופר פון גיין אזוי אנגעטוהן


מען גריבלט דא צופיל איבער וואס די דאזיגע טראכטען,

רבותי! עס איז ממש א שאד עס צי טיען, ווייל די יעניגע טראכטן בכלל נישט, וואלטן זיי געטראכט וואלטן זיי נישט געטיען וואס זיי טיען!!

גלייבט יא גלייבט נישט, יא כופר נישט כופר, די אלע זאכען זענענן אירעלעווענט דא, זיי זענענן טראכטלאז,


שוין לאנג נישט געזען אזא טראכטלאזע תגובה! זייט ווען האט אמונה מיט טראכטן?! אויסדריקלעך נישט! פון דער אלע טראכטעריי קומט דערנאך ארויס וואס איז ארויסגעקומען פון די מענטשן וואס "פריינדליך" וויל פון זיי נישט רעדן! מיר זענען מאמינים אהן טראכטן!

אורח » דאנערשטאג אפריל 26, 2012 11:51 pm

· #8179
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
[ציטאט אראפגענומען]

האסט מיר געכאפט ביים ווארט, אקעי נישט געשאלטען נאר סתם אראפגעריסען, אין טאמער די ווייסט נאך אלץ נישט וואס איך רעד האב איך גארנשיט געמיינט

פריינדליך » פרייטאג אפריל 27, 2012 10:48 am

· #8235
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
דבילה
פריינדליך
ידען
מען ווערט נישט א כופר פון גיין אזוי אנגעטוהן


מען גריבלט דא צופיל איבער וואס די דאזיגע טראכטען,

רבותי! עס איז ממש א שאד עס צי טיען, ווייל די יעניגע טראכטן בכלל נישט, וואלטן זיי געטראכט וואלטן זיי נישט געטיען וואס זיי טיען!!

גלייבט יא גלייבט נישט, יא כופר נישט כופר, די אלע זאכען זענענן אירעלעווענט דא, זיי זענענן טראכטלאז,


שוין לאנג נישט געזען אזא טראכטלאזע תגובה! זייט ווען האט אמונה מיט טראכטן?! אויסדריקלעך נישט! פון דער אלע טראכטעריי קומט דערנאך ארויס וואס איז ארויסגעקומען פון די מענטשן וואס "פריינדליך" וויל פון זיי נישט רעדן! מיר זענען מאמינים אהן טראכטן!


ווילסט איבער ליינען וואס איך האב געשריבען, און וואס די האסט געשריבען, און מודה זיין אז די האסט געמאכט א טעות?
איך האב שוין איינמאל געפרעגט די פראגע: פארוואס ליינט מען נישט די תגובות אויף וואס מען איז מגיב?

עס איז זייער א מאדענע אומפארשטענדליכע זאך דא, מען קוואט תגובות. מען איז מגיב דערויף, און ביידע רעדן פון צוויי אנדערע זאכען,
מען וואלט געדארפט עפענענן א עקסטערע אשכול, און דעבאטירען פון עס נעמט זיך די סארט קרענק ווי די האסט דא געטיען.

מנשה לוסטיג » פרייטאג אפריל 27, 2012 3:23 pm

· #8285
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
יעצט זאל איינער וואס ווייסט 'פאקטן' ביטע פארציילן, זייער אין קורצן די היסטאריע. אן רש''י און תוספות

יידל » מוצ"ש אפריל 28, 2012 11:23 pm

· #8340
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
מנשה לוסטיג
יעצט זאל איינער וואס ווייסט 'פאקטן' ביטע פארציילן, זייער אין קורצן די היסטאריע. אן רש''י און תוספות

די היסטאריע פון וואס?

מנשה לוסטיג » מוצ"ש אפריל 28, 2012 11:33 pm

· #8347
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
ווער איז געווען איר מאן, האט זי קינדער, וואס איז איר ציל

יידל » מוצ"ש אפריל 28, 2012 11:41 pm

· #8350
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
מנשה לוסטיג
ווער איז געווען איר מאן, האט זי קינדער, וואס איז איר ציל

ס'א נפקא מינא ווער איר מאן איז געווען און צו זי האט קינדער? כ'מיין אז זי האט נישט קיין קנידער.

איר ציל אין לעבן אדער אויפן אינטערנעט?

מנשה לוסטיג » זונטאג אפריל 29, 2012 12:57 am

· #8380
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
כ'פרעג נישט ווער ס'מיינט.. ווער ס'ווייסט זאל ענטפערן, זי האט קינדער, צו נישט. און וואס איז איר ציל בכללות

דבילה » זונטאג אפריל 29, 2012 1:30 am

· #8388
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
מנשה לוסטיג
כ'פרעג נישט ווער ס'מיינט.. ווער ס'ווייסט זאל ענטפערן, זי האט קינדער, צו נישט.


ניין. זי האט נישט קינדער און זי איז נישט פארהייראט. מנשה?

מנשה לוסטיג
און וואס איז איר ציל בכללות


פארוואס שטעלסטו אן הנחה אז זי האט א ציל? יעדער אויפ'ן אינטערנעץ האט א ציל? חוץ פון פארברענען צייט און האבן א גוד טיים האב איך נישט! דו האסט א ציל?

א איד » זונטאג אפריל 29, 2012 12:43 pm

· #8464
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
פריינדליך
קרעמער1
כבוד הרב פריינדליך: וואס גייט פאר מיט אייך, האסט געמיינט אז דו ביסט אין קינדער פארום?


האסט געזיגט, האסט אוועק געדרייט די שמיעס פון מיין תירוץ וואס איך האב דיר געענפערט, אויף דיין שאלה וואס דו האסט מיר געפרעגט. דערמיט פילסטע זיך א געווינער,

מיט אזעלכע ערוואקסטענע ווי די, ווער דארף נאך קליינע קינדער, בלייב מיר און זיי מיר,

בל"נ, וועל איך מער נישט מגיב זיין און די אשכול, איך שרייב מיין החלטה און פובליק כדי איך זאל נישט דורכפאלען דערמיט,



פריינדליך
דבילה
פריינדליך
ידען
מען ווערט נישט א כופר פון גיין אזוי אנגעטוהן


מען גריבלט דא צופיל איבער וואס די דאזיגע טראכטען,

רבותי! עס איז ממש א שאד עס צי טיען, ווייל די יעניגע טראכטן בכלל נישט, וואלטן זיי געטראכט וואלטן זיי נישט געטיען וואס זיי טיען!!

גלייבט יא גלייבט נישט, יא כופר נישט כופר, די אלע זאכען זענענן אירעלעווענט דא, זיי זענענן טראכטלאז,


שוין לאנג נישט געזען אזא טראכטלאזע תגובה! זייט ווען האט אמונה מיט טראכטן?! אויסדריקלעך נישט! פון דער אלע טראכטעריי קומט דערנאך ארויס וואס איז ארויסגעקומען פון די מענטשן וואס "פריינדליך" וויל פון זיי נישט רעדן! מיר זענען מאמינים אהן טראכטן!


ווילסט איבער ליינען וואס איך האב געשריבען, און וואס די האסט געשריבען, און מודה זיין אז די האסט געמאכט א טעות?
איך האב שוין איינמאל געפרעגט די פראגע: פארוואס ליינט מען נישט די תגובות אויף וואס מען איז מגיב?

עס איז זייער א מאדענע אומפארשטענדליכע זאך דא, מען קוואט תגובות. מען איז מגיב דערויף, און ביידע רעדן פון צוויי אנדערע זאכען,
מען וואלט געדארפט עפענענן א עקסטערע אשכול, און דעבאטירען פון עס נעמט זיך די סארט קרענק ווי די האסט דא געטיען.


וואס איז געשעהן?
איך האב געמיינט אז פובליק וועט דיר העלפן אז דו זאלסט נישט דורכפאלן?

קלוג און יונג » זונטאג אפריל 29, 2012 12:50 pm

· #8474
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
לעניות דעתי מיין איך אז 'פריינדליך' און די צד שכנגדו זענען פשוט נישט אן די סעים פעידזש. פריינדליך רעדט פין א שטרענגן תורה'דיגן בליק, אין דער עולם ענטפערט מיט א מאדערנע אין אלוועלטליכן.
 איך מיין אז באמת פארשטייט עטץ אלע אז ע"פ תורת משה דארף מען איר נישט דן זיין לכף זכות און אוודאי נישט ליב האבען.
 אז איינער איז בלויז מקושש עצים ביום השבת דארף מען אים אראפווארפן פין דאך און דערנאך אנווארפן מיט שטיינער, און די וואס האבען בייגעוואנט דעם עברה (געוענדליך משפחה אין פריינד) דארפען אנווארפען ערשט!
 קיינעם אינטערעסירט נישט וואס ער האלט, אדער אין וועלכע מצב ער איז אויפגעואקסן! איך וואלט אויך געטראכט אז פריינדליך איז זיך נישט טועה צו טראכטן אז וואס ער זאגט און האלט איז בארעכטיגט אנטער סיי וועלכע אנדערע מהלך החיים/מחשבה.
 
ווי איך הייב אהן מחולק זיין מיט דיר פריינדליך, איז ווען די ביסט משלב דעם תורה'דיגן בליק מיט די פון א 2012דיגן טראכטענדן מענטש!
 די קענסט מיר בשום אופן נישט איינרעדן אז די האלטס אז איינער וואס איז נישט א פרומער איד וועט בכלל פארשטיין וואס די זאגסט,
 טא אויב אזוי פארוואס באשולדיגסטו איר (ווי אויך אלע אין איר מצב) מיט אזא סטעיטמענט ווי "ווייל די יעניגע טראכטן בכלל נישט, וואלטן זיי געטראכט וואלטן זיי נישט געטיען וואס זיי טיען" בשעת וואס זי טוט איז בסך הכל וואס יעדער אויסער א פינטעלע פון א פערסענט מענטשן טוהן. זי איז בסך הכל א פשוטער נישט-אידישע פרוי?

הייסט דאס אז 6.99 ביליאן מענטשען כאפען נישט די פשוטע זאך וואס די כאפסט אזוי גרינג?
 און גאר די מענטשן ארום וועם איך דריי מיך, זיי טראכטן כסדר דורך זייערע הנחות און מהלך החיים און באשליסן כסדר אז, יא, דאס איז עס!? פליז! גיוו מי עי ברעיק. 

פריינדליך » זונטאג אפריל 29, 2012 1:32 pm

· #8483
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
א איד
וואס איז געשעהן?איך האב געמיינט אז פובליק וועט דיר העלפן אז דו זאלסט נישט דורכפאלן?


עס איז זייער אסאך פרעשער צו שרייבען און די אשכול, צו האבן א מיינוג 1 קעגן 7 און זיך ארויסשטעלן דערמיט, און עס פארטיידיגען, איז זייער זייער שווער,

איז אזוי, ווען מען האנדעלט מיט זאכליכע תגובות, און מען שפירט די היץ פון די קעגענער וויל מען אויפהערן צו שרייבען אפילו מען ווייסט אז מען איז גערעכט, פשט ווייל מי ולעסק הזאת? וואס פעלט אויס די פרעשעור זיך צו פארטיידיגען און אנהאלטן די דיסקאשען?! הגם אז א נעמאלע דיסקאשען איז א מחיה, דאך פארגייט די אפעטיט זעענדיג וויפיל מענטשן עס זענענן גרייט איינצושלינגען די תגובה לעבעדיגערהייט, ווען מען האנדעלט אבער מיט ... אנדערע סארט תגובות, וואס די אינהאלט און תוכן איז נישט מער ווי א קינדער שמיעס, איז עס קיין שום פרעבלעם צו ענטפערן,

פריינדליך » זונטאג אפריל 29, 2012 1:40 pm

· #8486
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
קלוג און יונג
פריינדליך רעדט פין א שטרענגן תורה'דיגן בליק, אין דער עולם ענטפערט מיט א מאדערנע אין אלוועלטליכן.
איך מיין אז באמת פארשטייט עטץ אלע אז ע"פ תורת משה דארף מען איר נישט דן זיין לכף זכות און אוודאי נישט ליב האבען.
אז איינער איז בלויז מקושש עצים ביום השבת דארף מען אים אראפווארפן פין דאך און דערנאך אנווארפן מיט שטיינער, און די וואס האבען בייגעוואנט דעם עברה (געוענדליך משפחה אין פריינד) דארפען אנווארפען ערשט!
קיינעם אינטערעסירט נישט וואס ער האלט, אדער אין וועלכע מצב ער איז אויפגעואקסן! איך וואלט אויך געטראכט אז פריינדליך איז זיך נישט טועה צו טראכטן אז וואס ער זאגט און האלט איז בארעכטיגט אנטער סיי וועלכע אנדערע מהלך החיים/מחשבה.

ווי איך הייב אהן מחולק זיין מיט דיר פריינדליך, איז ווען די ביסט משלב דעם תורה'דיגן בליק מיט די פון א 2012דיגן טראכטענדן מענטש!



איך האב געליינט דיין תגובה איינמאל און נאכאמאל, און איך פארשטיי עס נישט,
איז דיין פינט אז די שטרענגן תורה'דיגן בליק, קען נישט גיין באנאזאם מיט די בליק פון א 2012דיגן טראכטענדן מענטש!??

אפשר פראבירסטע נאכאמאל זיך בעסער מסביר זיין? אפשר קענסטע ארויסברענגן דיין שטעלונוג אנדערש, אזוי אז מען זאל עס בעסער קענענן פארשטיין?

פריינדליך » זונטאג אפריל 29, 2012 1:42 pm

· #8487
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
פריינדליך
[ציטאט אראפגענומען]


וואלסט געוואלט צוריק ציען פון וואס די האסט דא געשריבען? דאכט זיך אז יא?!
האלסט אז ווער עס איז אינטעליגענט גייט ווערן אפגעפארן אויב זיי וועלן אנדעקן ערגעץ קארופטירטע עסקנים אד"ג?

האלסט באמת אזוי? אדער האסט נישט געטראכט ווען האסט עס געשריבען?



עני קאמענט יאנקל??

מנשה לוסטיג » זונטאג אפריל 29, 2012 2:12 pm

· #8500
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
וואס איז איר דזשאב? איז זי אינעם גרופע ארטיסטן, אדער פירט זי א מסודר'דיג לעבן

שמואל הלוי » זונטאג אפריל 29, 2012 2:14 pm

· #8503
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
מנשה; פרעג די אלע זאכן פונעם שדכן, פארוואס עפעס דא?

פריינדליך » זונטאג אפריל 29, 2012 2:15 pm

· #8504
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
דא איז נישט די פלאטץ פאר די סארט שמיעס,

פראביר אויף פעיסבוק, דארט איז עס מער געאייניגט,

מנשה לוסטיג » זונטאג אפריל 29, 2012 2:20 pm

· #8506
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
<a class="postlink" href="http://yi.wikipedia.org/wiki/%D7%9C%D7%99%D7%91%D7%99_%D7%A4%D7%90%D7%9C%D7%90%D7%A7">http://yi.wikipedia.org/wiki/%D7%9C%D7% ... 7%90%D7%A7</a>

העלא » זונטאג אפריל 29, 2012 6:10 pm

· #8622
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
איך האב געליינט אביסל מער וועגן דעם ליבי פאלאק,

איך קען זאגן איין זאך: ליבי ליבי על חלליהם

מיין הארץ גייט אויס וויאזוי א חסידישע מיידל וואס איז נאך א מלומדת אויכעט ווי זי קען אנקומען,
וויאזוי קען זיין אז די הייליגעקייט פונעם יו"ט פסח וואס ברענגט אריין א התעוררות אין יעדן איד אין די נידריגסטע מדריגות האט איר נישט געגעבן א קליינעם ציפ?
און זי איז נאך אלעס מלבש מיט העכערע ענינים, ווי המן,ס 10 קינדער, בא פסח בא מנוחה, צלם אלקים וכדו', וד"ל,

נאך מער פון אלעם בלוטיגט מיר די צער פון קאשוי רב'ס נשמה בעולם העליון וואסערע עונש ער האט ליידער באקומען פארן טשעפען סאטמאר, כידוע איז דאס די גרעסטע עונש פאר א נשמה בעולם העליון, ער איז דאך געווען א קדוש, פארוואס קומט זיך אים די צער?

chasid » זונטאג אפריל 29, 2012 6:22 pm

· #8624
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
העלא
נאך מער פון אלעם בלוטיגט מיר די צער פון קאשוי רב'ס נשמה בעולם העליון וואסערע עונש ער האט ליידער באקומען פארן טשעפען סאטמאר

אפשר פארציילסטו מיר וואס נאך דו ווייסט פון יענע וועלט??
פארוואס דער ברך משה האט זוכה געווען צו די געוואלדיגע נחת פון זיינע דורות, האסטו אויך געהערט דארט??
בלאט: 1 2 3