די קדם'בינאו פעמילי קאנגלאמערעיט
79 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4769
די קדם'בינאו פעמילי קאנגלאמערעיט
סאיז נישטא נאך א היימישע קאמפאני וואס האט אזא רייכע היסטארי פון שפיכת דמים (תרתי משמע), אנגעהויבען פון די קאמפאניס וואס זיי האבען פשוט און פראסט ארויסגע'גנב'ט(מיט כל מיני טעראר) פון די ארגינעלע בעלי בתים, און געענדיגט ביי אינז די פשוטע קאנסומערס, און זייערע קאמפעטישאנס אינדערמיט.
איך האף אי"ה זיך אויפפרישען די דעטאלען, וויבאלד סאיז שוין דורך א שיין ביסעל יארען, און דאס רעפארטען דא,
אבער און די צייט, קען דער עולם פארציילען וואס זיי ווייסען איבער די פאלגענדע קאמפאניס, וואס האבען געפיעלט קדם'ס מאפיאנערישע טאקטיקען אויף זייערע הויט,
תירוש,שיבולים,שופרה טשאקלאד,הדר (לויט מיין אינפא, האט קדם זיך ערשט פארמאסטען מיט הדר) א ניסלעך קאמפאני (דענק נישט די נאמען) .
ס'אמאל זיכער אז ווען דער עולם וואלט ווען געוויסט וואס און וויזוי די קדם'בינאו פאמיליע ארקעסטרירט זייער מאנאפאל אויף אינזער ציבור, וואלט ווען קיינער נישט צוגערירט צו זייערס אן אייטעם
בינא?
משפחה מיט לאסיאנוא, באמבינאו און די גאמבינאו'ס ועוד...
במציאות, זענען די געפען פראדוקטן מיט א שמוץ ארונטער ביליגער ווי די אלגעמיינער מארקעט. קען זיין אז הא ניחא אין כולל גראסערי ווי זיי געבן אפשר בעסערע פרייזן צוליב זייער buying power, אבער אזוי איז דער פאקט.
מען דארף נאר געדענקן, אז על פי הלכה, ודעת תורה, איז קאמפעטישן א גוטע זאך, כמבואר במשנה סוף פרק הזהב. זעהט אויס אז נצבד (וואס איז פשט אין דעם ניק?) האלט אז קדם איז פסקי לחיותא פון די אנדערע קאמפעניס, וואס דאס איז אסור לויט אלע דעות.
געב ארויס די פרטי הדברים, און האף אז זיי סאבפינאו'ען נישט ערעב באריסטא שליט"א צו באקומען אייער אידענטיטעט כדי אייך צו קלאגן אין געריכט...
סהאט מיר אוכט געוואונדערט וויאזוי קיינער רעדט נישט און שרייט נישט קיינמאל איבער די גרויסארטיגע רשעות וואס דיע משפחה האט אלץ צאמגעטוהן, און אלעס בהצנע לכת זיי מעניזשעין צו קאווערען זייער רשעות פאר דער עולם ווערט געוואר.
ווען וועלט וואלט געווען וועלט, וואלט מען זיי געדארפט באיקאטירן , איך האב מיטגעהאלטען די שבלים רשעות,און די שאקלאד,און ווען איך גיי און גראסערי קען איך נישט לייגען א Gefen פראדוקט און מיין שאפפינג קארט
אויב איינער איז באקאנט זאל ביטע שרייבען באריכות מחמת קוצר פנאי קען איך נישט שרייבען באריכות
גפן איז נישט ביליגער ווי די אנדערע קאמפעניס
איך האב שוין אויך געהערט פון זייערע strong arming קלענערע קאמפאניס און סטארס, דירסטריביוטערס, אבער איז ווייסט איינער אויב זיי טוען זאכן אומלעגאל? זענען זיי ערגער ווי יעדע גרויסע קאמפאני? איז עס אסור אפצוקויפן א ביזנעס פון איינעם פאר א פרייז וואס יענער דארף זיין משוגע אפצוזאגן?
איך דיפענד נישט די קאמפאני אדער זייער מעשים, און אפגערעדט אז עטיש און מענטשליך איז עס נישט, אבער איז דאס נישט וויאזוי ביזנעס אין אמעריקע גייט? סורווייוועל אוו די פיטעסט?
געפילטע פישאיך האב שוין אויך געהערט פון זייערע strong arming קלענערע קאמפאניס און סטארס, דירסטריביוטערס, אבער איז ווייסט איינער אויב זיי טוען זאכן אומלעגאל? זענען זיי ערגער ווי יעדע גרויסע קאמפאני? איז עס אסור אפצוקויפן א ביזנעס פון איינעם פאר א פרייז וואס יענער דארף זיין משוגע אפצוזאגן?
איך דיפענד נישט די קאמפאני אדער זייער מעשים, און אפגערעדט אז עטיש און מענטשליך איז עס נישט, אבער איז דאס נישט וויאזוי ביזנעס אין אמעריקע גייט? סורווייוועל אוו די פיטעסט?
אבער ס'זענען אויך דא "אנטי-טראסט" געזעצן אין אמעריקע, וועלכע פארמיידן פון א קאמפאני צו באקומען א מאנאפאל אויפ'ן מארקעט און אפהרג'נען קאמפעטיש'ן.
איין קליינע משל:
פאר ארום פופצען צוואנציק יאר צוריק, איז תירוש(זארגט אייך נישט, קדם אוינט זיי שוין היינט צוטאג) געשטאנען זייער שמאל,
קדם האט זיך דערוויסט אז בעפאר פסח האט דער בעל הבית פון תירוש זיך אנגעבארגט א געוואלד מיט געלט, און די פסח סיזאן איז געווען קריטיש וויכטיג פאר זיין עצם קיום, האט קדם קאנטאקטעד אלע מקוה אידען אז דאס יאר פסח ווילען זיי "טיילען אומזיסט!" פאר יעדען וואס איז גרייט צו נעמען גרעיפ דשוס,
די פלאן איז געווען זייער פשוט, אז תירוש זאל זיך דערשטיקען מיט זיינע גרעיפ דשוס אין "מיזען" אינטערגיין,און נאך בלייבען א בעל חוב.
קדם האט זיך נישט צום סוף געקענט אויסקומען מיט די מקוה אידען , ווייל זיי האבען געשריגען איז זיי ווילען פארדינען, און אז זיי וועלען טיילען בחינם העלען זיי גארנישט פארדינען, אויסצולייגען געלט פון טאש פאר די מקוה אידען'ס פראפיט, האבען קדם שוין נישט געוואלט, ממילא איז דאס נישט צושטאנד געקומען, אבער די מעשה ווייזט ווי ווייט די מאפיאנערען זענען גרייט צו גיין ,אינטערצוברענגען זייערס א קאמפאטישאן, נישט קיין חילוק ווי קליין( תירוש האט קיינמאל נישט געהאט קיין פינעף פראצענט פון די מארקעט) ער איז!
סאיז סעיף צו זאגען אז די גאנצע זאך אז סאיז נאך בכלל דא א קאמפעטישאן פאר גפן, און די געשעפטען (פאר ווער עס ווייסט וויזוי זיי קאנטרעלירען די שעלווס פון "אלע" געשעפטען), איז נאר א דאנק די הינדערטער אדער גאר טויזענטער קונים אווי מיר, וואס וועלען קיינמאל נישט צורירען א קדם/גפן פראדוקט, אפילו דעם קאמפעטישאן'ס פראדוקט ליגט אויף די גאנץ אינטערשטע פאליצע ווי דו מיזט דיך ממש אראפבייגען ביזען קנעכל, און גפן'ס איז שטענדיג אויף די שאלדער היי שעלוו.
האט זיך טאקע ענק קיינמאל נישט געווינדערט וויזוי אלע גפן פראדוקטען, זענען שטענדיג שיין ברייט אויסגעלייגט ממש און דיין נאז, בשעת אלע אנדערע קאמפאניס זענען ערגעץ העכער אדער אינטער זיי ?
נצבדסאיז נישטא נאך א היימישע קאמפאני וואס האט אזא רייכע היסטארי פון שפיכת דמים (תרתי משמע), אנגעהויבען פון די קאמפאניס וואס זיי האבען פשוט און פראסט ארויסגע'גנב'ט(מיט כל מיני טעראר) פון די ארגינעלע בעלי בתים, און געענדיגט ביי אינז די פשוטע קאנסומערס, און זייערע קאמפעטישאנס אינדערמיט.
תירוש,שיבולים,שופרה טשאקלאד,הדר (לויט מיין אינפא, האט קדם זיך ערשט פארמאסטען מיט הדר) א ניסלעך קאמפאני (דענק נישט די נאמען) .
איז אזוי, קודם גלייב איך אז וויינשטאק\מיעל מארט האט זיך גארנישט צו שעמען פאר הערצאג\קדם. צווייטנס, איך האב טאקע קיינמאל נישט געהערט פון די אלע מעשיות, אדרבה, אפשר פארציילסטו וואס דו ווייסט, וואס איז די מעשה מיט שיבולים, שופרה טשאקלאד, הדר, ניסלעך קאמפאני.
איבער תירוש האב איך דוקא יא געהערט, אז עס האט געהערט פאר צוויי שווארץ ברודער, איינער האט געמאכט די וויין און דער אנדערער האט געפירט דעם ביזנעס, און קדם האט זיי געאפערט א הויכן פרייז אפצוקויפן, און דער ברודער וועלכער האט געפירט די ביזנעס האט פארקויפט, אבער דער אנדערער ברודער האט געזאגט אז ער האט נישט קיין חלק אין דעם און ער האט גע'עפענט ארמון (עללייד וויין), וועלכע מען קען טאקע היינט קויפן ביי די מקוה אידן, ער האט פיינע וויינען און ברוינפנס, און ער שטייט טאקע ווייט פון קדם, ער האט קיינמאל נישט געוואלט האנדלען מיט זיי.
פון איין אנדערע מעשה נבלה ווייס איך, אז דער בעה"ב פון ספיריט אוו סאלאמאן (שוין פארגעסן דעם נאמען) פלעגט מאכן היימישע ברוינפן און פארקויפן אין די מקוואות, דער עולם האט עס זייער ליב געהאט און עס אסאך געקויפט, האט קדם אים אפגעקויפט און געמאכט א דיל מיט אים אז זיי וועלן לייסענסן זיינע פראדוקטן (צו באקומען אזא לייסענס קאסט אסאך געלט) און וועלן זיין זיינע שותפים. ער האט מסכים געווען און מען האט געמאכט דעם דיעל, אבער פלוצלינג האט דער עולם אויפגעהערט קויפן (אזוי האט קדם עכ"פ גע'טענה'ט) און דער איד איז געבליבן אן פרנסה.
האט ער זיך געבארגט געלט און אליינס ארויסגענומען לייסענס און אנגעהויבן פראדוצירן ברוינפן אונטער דעם נאמען ספיריט אוו סאלאמאן, און פלוצלינג האט דער עולם ווידער אנגעהויבן קויפן...
עס איז אבער זייער אינטערעסאנט, ווער עס האט געקענט ר' יונה הערצאג ז"ל, דער איז דאך געווען א צדיק פון א איד, נישט סתם, גאר אן ערליכער איד געווען, און אפילו היינט זענען די הערצאגס פערזענליך זיייער פיינע מענטשן, דער טעראריסט\מאפיא עלעמענט קלעבט עפעס נישט מיט זייער מהות.
נו, ר' נצבד (ווער?) זייט מוחל לאזט אייך הערן.
הדד:
גראדע פון די מעשה פון ספיריט אוו סאלאמאן האב איך נישט געהערט ביז יעצט.
יעצט די פאלגענדע איז נישט אזוי גרויזאם און בארבאריש, אבער באציהט זיך צו וואס חכם באשי האט געשריבען אז קאמפאטישאן איז געזונט פארען קאנסומער, כאילו די קדם קריים פעמילי מאכט זיכער אז סאיז דא קאמפעטישאן ביי די היימישע עסען פראדוקטען, זאג איך אייך אז זיי טוען כל טצדקי שבעולם אז סזאל נישט זיין קאמפאטישאן און זיי זאלען בלייבען מיט די מאנאפאל.
ביז פאר ארום פופצען יאר צוריק האט רוב רובם היימישער עולם קידוש געמאכט אדער אויף גרעיפ דשוס אדער אויף קאנקארד, טאקיי און סאטערען אד"ג , ניין און ניינציק פראצענט וויינען איז געווארען פראדעצירט דורך קדם, און יעדער איז געווען צופרידען, קדם ווייל זיי האבען געהאט די גאנצע מארקעט, און דער עולם, ווייל זיי האבען נישט געוויסט אז וויין איז עפעס וואס מ'קען ענדשויען....
ביז א שיינעם טאג איז א יונגערמאנטשיק (כ'דענק נישט זיין נאמען אויף די מינוט) פון צוואנציק יאר, אריין אין וויין דיסטריביושען, ער האט אנגעהויבען דיסטריביוטען "אלע" קאמפאניס פון וויין (דאכט זיך אז א גרויסע פראצענט דערפון איז געווען הדר) ער האט ממש געמאכט א רעוועלאציע ביים היימישען עולם אין די וויין געטרונקאכץ, יעדען צווייטען פרייטאג האט ער געמאכט און א צווייטען שוהל, וויין טעיסטינגס און אנגעהויבען ממש צווינגען דעם עולם צו אינדשויען דעם אור אלטען ויין ישמח לבב אנוש.
דער עולם האט אנגעהויבען פארלאנגען גוטע וויינען , איז געגאנגען קדם אין געזען און דעם יונגערמאן א שטארקע טרעט אין זייער דאמינענס, האבען זיי אנגעהויבען אים לייגען פיסלעך און סטראשענען די מוכרים, זיי האבען אים נישט געגעבען פון זייערע וויינען צו דיסטריביוטען, און ער האט זיך געמוזט פארלאזען נאר אויף אלע קלענערע קאמפאניס.
ביז קדם האט געזען אז דער יונגערמאן איז העיר טא סטעי, ער לאזט זיך נישט שאנטאזשירען פון זיי, האבען זיי געזאגט , אט דאס איז וואס אינז זיך מיר....
מ'האט אים אריינגענומען אונטער די קדם'בינאו פאמיליע'ס פליגלען...
און זינט דאן דיסטריביוט ער "נאר" פאר קדם.
און שוין
The founder of mount kisko published books against jews that didnt help their brethen. Now this is what became of them. Also there is another family there that are very rich and behave the same
איך בין זיכער אז אפאר יודען גייען האבען א שמחת יום טוב!
אמת ויציב יעדעס ווארט וואס נצבד שרייבט און דאס רירט אן ממש נאר דעם שפיץ בארג פון די קדם מאפיאערן. עס איז ביי מיר ברור אז ווען דער עולם קאנסומערס זאל וויסן אפילו נאר א הונדערסטעל פון זייערע שגץ שטיק וואלט מען זיי באיקאטטעד אין גרויסן.
איינער האט זיי געוואלט צופיקסען
מאפיאנערען אהער מאפיענערן אהין וואס זאל מען טוען זייער גרעיפ דזוס איז זייער גיט!!
קודם וועלכע אנדערע גרעיפ דזשוס האסטו געטרייט?
איך האלט אז NATURES OWN איז זייער גוט.
די סיבה פארוואס קדם איז אסאך מאל בעסער איז וועגען,
אויב עס געלונגט נישט די גרעיפ דזשוס אדער די טרויבען איז נישט גוט לייגען זיי נישט ארויף די קדם סטיקער נאר א תירוש אדער רש"י סטיקער וואס באלאנגט אויך פאר זיי,
= אלע שוואכע סחורה לייגען זיי אויף די אנדערע ברענטס.
NATURES OWN איז מבושל מייניך
ווער איז NATURES OWN? היימישע קאמפאני? ס'האט זייער א רייכע געשמאקע פלעווארדיגע טעם. און סאך ביליגער.
Natures Own האט נישט קיין אידישן טעם לעניית טעיסטי.
הגם זייער עפל דזשוס איז פון די בעסטע, לעשירת טעמי.
שמעקעדיגNatures Own האט נישט קיין אידישן טעם לעניית טעיסטי.
קדם האט אוועקגעשטעלט וואס הייסט א אידישע טעם?
אז דו וועסט טרינקען אפאר וואכען נעטשורס אוען, העסטו זאגען אז קדם איז סתם קאאל עיד,
סהאט זיך אמאל ארוםגעדרייט א ווערטל, אז קדם האט אמאל ציוויסען געלאזט פאר תירוש, אז ווילאנג ער וועט טרייען צו מאכען גרעיפ דשוס פון טרויבען, וועט ער אים קיינמאל נישט ביטטען...
איז נישט natures own אויך קדם??
שופרה טשאקאלאד
@נצבד די מעשה ווי אזוי קדם-גפן האט אונטערגעברענגט שופרה טשקאלאד.
קדם איז געווארען א שותף מיט שופרה און ער האט זיכער געמאכט זיך צי צעקריגען מיט שופרה און ווען שופרה איז געגאנגען צום דין תורה מיט זיי האט קדם ארומגעשלעפט מיט זיי ווי לאנג, אז נישט נאר ער האט נישט געהאט קיין געלט פאר די דין תורה נאר ער איז אפילו נישט איבערגעבליבען מיט קיין געלט צו עפענען נאכאמאל די ביזנעס = רשעות!!!
ועיין אין
@מאראנצןזאפט -אשכול- וועגען די קארפטירטע בתי דינים.
לעצטענס האט שופרה נאכאמאל געפענעט א טשאקאלאד קאמפני מיטען נאמען פרדס.
פרייליכע נייעס, דאס איז עס, די מערדער וועלען מער נישט באראווערען אונזער שמולע קעשענער יעדער ערב שבת.
פיינעלי קומט א טאטע קאמפעני ארויס מיטן כשר גרעיפ דזוס, זאגט ס׳גייט זיין אסאך געשמאקע אין גייט קאסטן ווייניגער ווי האלב פרייז.
ס׳וועט שוין זיין אונעם היימישע גראסערי פאר פסח.
ליינט אין האט הנאה
גוטע נייעס. כ'קען נישט ווארטען עס צו פראבירן.
איך מיין אבער די היימישע עולם וועט נישט קויפן ווייל סהאט נישט קיין פלאכע ביבער היט הכשר. בלויז די ou
די נייע באטלעך
📎 grape-juice-collage.jpg
נו, איז די היימישע עולם גערעכט, זאלן זיי טאקע נישט פראבירט עפעס מיט א שוואכע הכשר, כאפ נישט די ליצנות
"שוואכע" זאגסטו, איך האב עס נישט אנגערופן שוואכע סאיז נאר נישט קיין "היימישע" הכשר (a.k.a. פלאכע ביבער היט הכשר)
וואו איז ליצנות
ב״ה מזעהט שוין פראגרעסס. קדם איז אראפ מיטן פרייז נאכן זעהן די נייע בערישע קאמפעני מיט א נודריגע פרייז.
זעה בילד
📎 image.jpeg
Re: די קדם'בינאו פעמילי קאנגלאמערעיט
שטילע,האסט שוין טועם געווען? סהאט א אידישע טעם?
א גוטע וויץ, קיינער קומט נישט צו צו קדם'ס טעיסט. און זייערע השגחה איז OU און די דזשוס איז פון concentrate. קיינמאל א קאמפעטשין נישט זיין
ליפאא גוטע וויץ, קיינער קומט נישט צו צו קדם'ס טעיסט. און זייערע השגחה איז OU און די דזשוס איז פון concentrate. קיינמאל א קאמפעטשין נישט זיין
טעיסט. האסט שוין טועם געווען?
הכשר. די ווייסט וויפיהל משפחות אין פלעטבוש קויפן קדם אין פאר זיי איז OU פונקט גוט? סאיז גענוג אז קדם זאל אנמאכען.
נאכאמאל juice from concentrate איז חזריי! א קונץ עס צו געבן פאר ביליג...
איך האב א פראבלעם דאס אריינצונעמן אין שטוב, אבער א חבר מיינער וואס האט דאס אנגעהויבן קויפען זאגט אז ס'איז סאך א בעסערע טעם, כ'דענק נישט צו ער האט מיר געזאגט אז ס'האט נישט קיין סולפיידס, עכ"פ ער האט מיר געזאגט אז ס'האט א שטארקע געשמאקע טרויבן טעם.
בוט איי געיס יעדער האט ליב עפעס אנדרעש, איין זאך זאלט איר אבער וויסן וועלטש איז נישט קיין גארבידש קאמפ. מ'רעדט דא פון א ברענד.
ליפאנאכאמאל juice from concentrate איז חזריי! א קונץ עס צו געבן פאר ביליג...
האלוי, נאכאמאל מיר נישט.
קוק אויפ מיין תגובה אין ענטפער, קיי נישט קיין וואסער.
האסט עס געטעיסט? כהער אז סאיז זייער פיין
והשנית סאיז דא א באנטש מענטשן וואס זיי איז OU גענוג גוט אין קדם וועט זיך מוזן ברעכען מיטן פרייז
איך קען טעיסטן קעטשאפ פאר דעי געלט. איך זע נישט די פארגלייך פון קאנצעטרירטע דזשוס צו עכטע דזשוס. דזשעלי בינס טעיסט אויך גוט אשר על כן?
איך טרינק אסאך גרעיפ זשוס אפילו אינמיטן די וואך, איך האב ליב קדם די גלאזענע באטלעך, אבער איך קען א חסיד וואס איז אויפגעוואקסן נאר מיט קדם גרעיפ זשוס פונקט אזויווי מיר וואס שווערט זיך אז קדם איז מקוה וואסער און ער קויפט נאר welch שוין די לעצטע צוויי יאהר, ער איז א דייעבעטיק ל״ע און ער טרינקט יעדן טאג א גלאז גרעיפ זשוס, זיי האבן אפאר סארטן מיט פארשידנע אנדערע סטאנדארטן, איך קען עס טרונקען אבער איך וועל אנדערש קויפן קדם ווייל איך האב עס מעהר ליב, למעשה זענען זיי לכאורה די גרעסטע קאמפאני פון גרעיפ זשוס אין אמעריקא אסאך גרעסער ווי קדם! און זיי זענען א ברענד נעים אין גרעיפ זשוס!
ליפא איך מיין אז זיי האבן נישט קאנצערטירט אויכעט.
קדם האט אויך אין די אינגרידיענטס קאנצעטרעיט, איז וועלטש נאר געמאכט פון קאנצעטרעיט ?
ליפאא גוטע וויץ, קיינער קומט נישט צו צו קדם'ס טעיסט. און זייערע השגחה איז OU און די דזשוס איז פון concentrate. קיינמאל א קאמפעטשין נישט זיין
The juice is NOT from concentrate, Taste is not something you can argue about, Most people say Coca-cola is better than Mayim-Chaim while others have claimed Mayim-Chaim/Be'er-Mayim as superior
שמעקעדיגאיך בין נישט קיין גרויסער מבין, באט כ'זעה נישט דעם גרויסן חילוק אין טעם פון קאוקע-קאלא ביז מים-חיים קאלא סאדע.
זר זהבשוין איינמאל א חילוק, און מים חים קאלע איז סאך בעסער פון קאוק. א מזל איך בין ני'ט א קיהלער אינגערמאן מילא קען איך דיר מודה זיין.
And OU sells pretty well outside of Willi and KJ
איך האב געזען אויף זייערע דזשוסן שטייט קלאר FROM CONCENTRATE
Re: די קדם'בינאו פעמילי קאנגלאמערעיט
וועלטש'ס האט דאס געטוהן מיט דרייסיג יאר צוריק, און געמאכט כשר'ע טרויבען זאפט. זיי האבען נישט געקענט דערהייבען קדם'ס שטיק און ס'האט זיי נישט געלוינט זיך צו שלאגען מיט א פליג
איך האב עס נישט געזען אין געשעפטען. ווי קען מען עס קויפען? איך גלויב נישט אז די כשרות איז שוואכער ווי דער פון קדם. זיי האבען ציונים וואס ארבעטען דארט? קדם האט מסתמא אויך. וואס קען שוין זיין?
די וועג וויאזוי מ'מאכט טרויבען זאפט איז אז מ'קאכט אפ די טרויבען. דאס איז די ערשטע טריט. נאכדעם איז שוין נישט דא קיין פראבלעמען פון סתם יינם
די חלב חיטה וואס מ'לייגט אריין האבען אלע מתיר געווען, פון די נוב"י ביז צום מ"ב. איך זעי קיין שום סבה נישט צו קויפען ליעבער'ס עפל זאפט איידער וועריפיין און דא אויך
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
ליפאאיך האב געזען אויף זייערע דזשוסן שטייט קלאר FROM CONCENTRATE
די כשר'ע וועלטש'ס גרעיפ זשוס איז הינדרעט פראצענט זשוס, נאר זיי לייגען צו אביסעל קאנצעטרעיט פאר טעיסט קאנסיסטענסי [קדם לייגט אויכעט צו קאנצענטרעיט], עס איז נישט דא קיין שום נאציאנאלע זשוס קאמפאני, א שטייגער ווי טראפיקאנא ארענזש זשוס, פלארידא נעטוראל וכדומה וואס לייגט נישט צו קיין קאנצענטרעיט, ווייל די אראנזשעס אדער טרויבען טעיסטען נישט אלעמאל די זעלבע, און טראפיקאנא/וועלטש וויל זייער טעם זאל אלעמאל זיין פונקטלעך די זעלבע,
די האסט אפשר געזעהן די וועלטש זשוס אן די הכשר
(בד''וו אלע טונקעלע גרעיפ זשוס פון וועלטש האט א K, ווייל כמעט אלע גרעיפ זשוס אין אמעריקה איז כשר ווייל עס קומט ארויס פון די מאשינען געקאכטערהייט)
הונדרעט פראצענט גערעכט, פאר איינער וואס איז אדוק אין די שיטה הקדושה, דארף איבערטראכטן צו ער מעג טרונקן קדם מער ווי וועלטש, היות ס'ארבעטען אין די פאבריק אזעלכע וואס זענען ל"ע פארכאפט אין די ע"ז הציונות, וואס זיי זענען געהעריג מנסך יין, ומצוה גדולה לפרסם לאפרושי מאיסורא.
פאר עטליכע יאר צוריק, האט אפילו קדם סעלעברעיטעט די 65 יאר פון די מדינה הציונות.
מ'קען נישט ברענגן קיין ראיה פון די רבי זי"ע וואס ער האט אויך געטרונקען קדם, ווייל ס'מוז זיין אז ס' נשתנו הטבעיים או העתים.
וועגן קאנצענטרעיט, לויט ווי כ'האב געהערט נוצן ביידע סיי גרעיפ דזשוס און סיי קאנצענטרעיט אז די טעם זאל זיין קאנסיסטענט.
לו יצוייר אז ס'זאל זיין נאר פון קאנצענטרעיט, איז שוין דא מערערים לגבי ברכתו וכשרותו לקידוש והבדלה, הגם ס'קוקט אויס ווי סתם עפעס א קשקוש.
בכל אופן אויערבאך פון לעיקוואד האלט אז קדם איז ערענסט פראבלאמאטיש מכח דאס וואס זיי נעמן די קאנצענטרעט פון א פאבריק פון ארגענטינא, און ס'איז דא דערביי א גרויסע מכשול פון סתם יינם.
Re: די קדם'בינאו פעמילי קאנגלאמערעיט
אויב האבן זיי נאר או יו מיינט עס לכאורה אז דער היימישער עולם וואס טרינקט לכתחילה אנדערע הכשרים וועט דארפן פארגיטיגן קדם פאר זייער פארלוסט אין די אלגעמיינע מארקעט... מ'קען זיך רישן אז די גרעיפ זשוספרייזן אין היימישטאון'ס וועלן זיך דראסטיש הייבן.
כזעה אבער נישט אז די דיסטריביוטער זאל קענען בעטן ביליגער פון די געגענטער וואס טרונקן ou און בעטן טייערער פון וויליאמסבורג, אויב עפעס וועלן די סטאר קיפפערס האלטן די ריוח פאר זיך.
איך האב געווארט אויף די תגובה...
Re: די קדם'בינאו פעמילי קאנגלאמערעיט
אויערבאך פון לעיקוואוד איז דער רב המכשיר פון אן אנדער'ן גרעיפ דזשאוס וואס איז נישט נאר נישט פון קאנצענטרעיט, ס'איז נישט געקאכט ביז נאכ'ן קוועטשען. און ס'קאסט אכט דאללאר א פלאש. דוכט זיך ס'איז פאבריצירט דורך א יונגערמאן אין קרית יואל (ללא חשש ציונות ימ"ש) און ביי ענק ווערט עס פארקויפט אונטער'ן נאמען 'ארמון'.
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
ארמון באלאנגט פאר קדם
Re: די קדם'בינאו פעמילי קאנגלאמערעיט
וועלכע קאמפאני מאכט די טייערע פרומע גרעיפ דזשאוס? אפשר נישט ארמון, איך געדענק נישט פונקט
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk