☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » מים חיים סאדע ווערסעס באר מים

מים חיים סאדע ווערסעס באר מים

63 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2146
בלאט: 1 2

זר זהב » זונטאג אקטאבער 21, 2012 4:20 pm

· #53778
מים חיים סאדע ווערסעס באר מים
זייער א וויכטיגע נושא וואס מ'האט נאכנישט דיסקוסט... איינער זאגט מיר לעצטענס אז באר מים מאכט נישט אליינס זייערע סאדעס נאר ביי א גוי, מים חיים מאכט עס יא אליינס. מענטשן זאגן אז באר מים'ס סעלצער האט מער געז ווי מים חיים'ס.

מים חיים'ס קאלע איז גאר גוט, אבער באר מים'ס דיעטע קאלע איז בעסער ווי מים חיים'ס דיעטע קאלע.

באר מים'ס בלעק טשערי זאל דער פון אויבן שומר ומציל זיין, ס'דערמאנט מיר פון די מעדיצינען וואס כ'פלעג איינעמען מיט געוואלד אין מיינע קינדער-וויגעלע יארן.

שמעקעדיג » זונטאג אקטאבער 21, 2012 4:25 pm

· #53783
על טעם וריח... אבער איך האב נישט ליב קיין איינס פון באר מים. אלע סאדעס פון מים חיים איז געשמאקער אין מיין צונג.
(איך האף אז הערשל מייזליש שרייבט נישט דא)

זר זהב » זונטאג אקטאבער 21, 2012 4:29 pm

· #53785
איך האלט אזוי ווי דיר. מים חיים איז בעסער מיט אלעם. ''על טעם וריח'' קען מען זאגן ווען ס'קומט צו למשל די פיינעפעל אדער פרוכטפאנטש סאדעס, אפילו מים חיים איז בעסער קען מען פארשטיין איינער זאל גלייכן באר מים'ס דיפפרענט טאטש. אבער די בלעק טשערי איז נישט שייך זיך צו טענ'הן, ס'איז א דיזעסטער.

ביי די דייעט קאלע נעם איך אבער קלאר באר מים. ס'געשמאקער.

שמעקעדיג » זונטאג אקטאבער 21, 2012 4:32 pm

· #53787
אויב דייעט, טרינק איך נישט קיין קאליר סאדא.
איין גרויסע BS די גאנצע דייעט שמייעט סאדא.

זר זהב » זונטאג אקטאבער 21, 2012 4:34 pm

· #53788
WELL

דא קומט אריין דער על טעם וריח... ס'איז א גוטער אלטענאטיוו, און ס'דא וואס מאכן עס גאנץ גוט. למשל איך גלייך בעסער דייעט קאוק ווי די געהעריגע קאוק, פשוט אין טעיסט! פארגעס פון "דייעט"!

זר זהב » זונטאג אקטאבער 21, 2012 4:49 pm

· #53797
אז אלע קאלירטע סאדעס זענען סם ה...

שמעקעדיג » זונטאג אקטאבער 21, 2012 5:08 pm

· #53806
[ציטאט אראפגענומען]


דו האסט שטענדיג עפעס מיר צו מאכן קייכן פאר געלעכטער... 😂 😂
👍 👍

אברעמעל » זונטאג אקטאבער 21, 2012 5:45 pm

· #53815
שמעקעדיג שוין גארנישט קיין געלעכטער, איך קען משפחות וואס אויב איינער קויפט באר מים איז ערגער ווי זיך אויסטיהן די קאפל.

זר זהב » זונטאג אקטאבער 21, 2012 5:48 pm

· #53817
איך מיין אז ס'דא משפחות וואו מים חיים איז אויך אסור אריינצוברענגען.

אלזא » זונטאג אקטאבער 21, 2012 6:12 pm

· #53824
זר זהב
זייער א וויכטיגע נושא וואס מ'האט נאכנישט דיסקוסט... איינער זאגט מיר לעצטענס אז באר מים מאכט נישט אליינס זייערע סאדעס נאר ביי א גוי, מים חיים מאכט עס יא אליינס. מענטשן זאגן אז באר מים'ס סעלצער האט מער געז ווי מים חיים'ס.

מים חיים'ס קאלע איז גאר גוט, אבער באר מים'ס דיעטע קאלע איז בעסער ווי מים חיים'ס דיעטע קאלע.

באר מים'ס בלעק טשערי זאל דער פון אויבן שומר ומציל זיין, ס'דערמאנט מיר פון די מעדיצינען וואס כ'פלעג איינעמען מיט געוואלד אין מיינע קינדער-וויגעלע יארן.

אמת ממאכט עס אין קאנאדא אין ב"מ קאלע ליגט נישט קיין קאפין נאר קרמל אין מ"ח ליגט יא קאפין טריי ב"מ קאלע מיטגראשיצער

זר זהב » זונטאג אקטאבער 21, 2012 6:18 pm

· #53826
אויך אמת, מיין מי ימצא (אין אנדערע אומשטענדן) בעהט מיר צו קויפן באר מים קאלע ווייל ס'האט נישט קאפין.

הציץ ונפגע » זונטאג אקטאבער 21, 2012 7:51 pm

· #53853
מען מעג דא אויך שרייבן איבער די מחלוקת פון קאקע-קאלע און פעפסי?

זר זהב » זונטאג אקטאבער 21, 2012 7:52 pm

· #53854
יא, איך לאז!

Espresso » זונטאג אקטאבער 21, 2012 8:22 pm

· #53867
פאקאנוי וואסער ביעט זיי אלע.

אוי טאטי » מאנטאג אקטאבער 22, 2012 12:08 pm

· #54083
א׳מרעדט שוין, איז אינטערסאנט פארוואס טאקע נאר די צוויי קאמפעניס האלטן זיך אפען אזוי לאנג, עס איז שוין געווען היפש אפאר קאמפעטישאנס וואס האבן זיך געפענט, אבער אלע האבן שנעל צוגעמאכט, א שטייגער ווי- רוקח, אדער מים טובים, וואס איז די פשט?

לעמיל » מאנטאג אקטאבער 22, 2012 12:19 pm

· #54091
עפעס ליגט מיך און קאפ אז די קלויזענבארגע פעלבערבוים משפחה טרינקען נישט מים חיים עד היום ווייל זייער טאטע האט געפענט באר מים און זיי זאגען אז סאטמער האט געפענט מים חיים נאר זיי צו קלאפען און למעשה האט ער עס טאקע געמוזט פארקויפען, אויב עס איז אינטערסאנט קען איך געוואר ווערען מער אינפא

קלאר » מאנטאג אקטאבער 22, 2012 12:45 pm

· #54121
ביי סעלצער געב איך די רעיט פאר באר מים
אבער גיי ווייס פאר דארף א קעסטל סעלצטער פין 12 ליטער קאסטען איבער 8 דאללער...

קלאר » מאנטאג אקטאבער 22, 2012 12:47 pm

· #54125
[ציטאט אראפגענומען]


דאס איז נישט קיין זשאוק
זיי האבען אזוי אדווערטייזט לעצטנס
איינער האט די עד?

berlbalaguleh » מאנטאג אקטאבער 22, 2012 12:50 pm

· #54126
לעמיל
עפעס ליגט מיך און קאפ אז די קלויזענבארגע פעלבערבוים משפחה טרינקען נישט מים חיים עד היום ווייל זייער טאטע האט געפענט באר מים און זיי זאגען אז סאטמער האט געפענט מים חיים נאר זיי צו קלאפען און למעשה האט ער עס טאקע געמוזט פארקויפען, אויב עס איז אינטערסאנט קען איך געוואר ווערען מער אינפא

דאס שטימט נישט מיט די פאקטן. ווייל מים חיים איז געווען אויפ'ן מארקעט א פאר יאר פאר באר מים. און דער אייגנטומער פון באר מים איז געווען א דרייווער ביי מים חיים.

לעמיל » מאנטאג אקטאבער 22, 2012 12:52 pm

· #54127
berlbalaguleh
לעמיל
עפעס ליגט מיך און קאפ אז די קלויזענבארגע פעלבערבוים משפחה טרינקען נישט מים חיים עד היום ווייל זייער טאטע האט געפענט באר מים און זיי זאגען אז סאטמער האט געפענט מים חיים נאר זיי צו קלאפען און למעשה האט ער עס טאקע געמוזט פארקויפען, אויב עס איז אינטערסאנט קען איך געוואר ווערען מער אינפא

דאס שטימט נישט מיט די פאקטן. ווייל מים חיים איז געווען אויפ'ן מארקעט א פאר יאר פאר באר מים. און דער אייגנטומער פון באר מים איז געווען א דרייווער ביי מים חיים.

ווען פעלבערבוים האט עס געהאט האט עס געהאט א אנדרע נאמען איך מיין מים טובים אבער איך בין נישט זיכער, איך קען א אייניקעל פון די משפחה איך וועל פראבורען אים צו פרעגען מער פרטים אי"ה

נס קאווע » מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:06 pm

· #54131
זר זהב
אויך אמת, מיין מי ימצא (אין אנדערע אומשטענדן) בעהט מיר צו קויפן באר מים קאלע ווייל ס'האט נישט קאפין.

שוואכע אמשטענדן השגות איך האב געקויפט די דזינדזער עיל פון קאוק (גדענק נישט וויזוי עס הייסט) און ס' אויך נישט גוט געווען, איך האב געקאלט אפשר 10 - 15 רבנים וועגן עפעס א אנדערע סאודע מיט שוואכערע הכשר וואס מ' האט מיר אנגעטראגן און נישט אנגעקומען אין ערגעץ, דער אדווארי רב האט מיר דעמאלטס גיענטפערט אז סעלצער קען מען טרינקען מיט א OU אבער מיט א פלעוואר דארף א גיהעריגע הכשר... כ' האב געמיינט אז פאפא בית הוראה וועט מיר קענען העלפן ווי מענטשן פון נ.י. קאלן די פויזן קאנטראל פון נ.דז. צו באקומען א נארמאלע ענטפער אבער ס' האט געהאלפן א מכה

אלזא » מאנטאג אקטאבער 22, 2012 2:55 pm

· #54203
אז מרעדט שוין פון סאדע מאנכע זאגן אז קאוק פון OU איז פונקט אזוי כשר ווי קוקה קולא פון אר"י מיט רב לנדא"ס הכשר ווייל די פארמולע ווער געמאכט אין איין פלאץ אין אמעריקע אין משיקט עס נאכדעם צו אלע זייערע פלענטס

לעמיל » מאנטאג אקטאבער 22, 2012 2:57 pm

· #54205
הרב לאנדא ווען מ'פרעיגט אים וועגען קאוק און אמעריקא וויל ער נישט ענפערען, אויף ספרייט זאגט ער יא אז מ'קען טרינקען איבראל

איך אויך » מאנטאג אקטאבער 22, 2012 4:12 pm

· #54254
אלזא
אז מרעדט שוין פון סאדע מאנכע זאגן אז קאוק פון OU איז פונקט אזוי כשר ווי קוקה קולא פון אר"י מיט רב לנדא"ס הכשר ווייל די פארמולע ווער געמאכט אין איין פלאץ אין אמעריקע אין משיקט עס נאכדעם צו אלע זייערע פלענטס

אלטע באבע-מעשה.

נס קאווע » מאנטאג אקטאבער 22, 2012 4:59 pm

· #54294
ס' קען זיין אז ס' כשר אבער די טעם איז נישט די זעלבע, אבער פארוואס קען מים חיים/באר מים נישט מאכן קיין סאודע? ובפרט דייעט סאודע.

זר זהב » מאנטאג אקטאבער 22, 2012 5:00 pm

· #54295
נס קאווע
ס' קען זיין אז ס' כשר אבער די טעם איז נישט די זעלבע, אבער פארוואס קען מים חיים/באר מים נישט מאכן קיין סאודע? ובפרט דייעט סאודע.

זיכער מאכן זיי סאדע!

שמעקעדיג » מאנטאג אקטאבער 22, 2012 5:05 pm

· #54301
איך בין נישט קיין גרויסער מבין, באט כ'זעה נישט דעם גרויסן חילוק אין טעם פון קאוקע-קאלא ביז מים-חיים קאלא סאדע.

זר זהב » מאנטאג אקטאבער 22, 2012 5:16 pm

· #54308
שוין איינמאל א חילוק, און מים חים קאלע איז סאך בעסער פון קאוק. א מזל איך בין ני'ט א קיהלער אינגערמאן מילא קען איך דיר מודה זיין.

Espresso » מאנטאג אקטאבער 22, 2012 6:15 pm

· #54362
זר זהב
שוין איינמאל א חילוק, און מים חים קאלע איז סאך בעסער פון קאוק. א מזל איך בין ני'ט א קיהלער אינגערמאן מילא קען איך דיר מודה זיין.

וואו ביסטו קיל! איך טרונק בכלל נישט קיין סודות אבער די קאלע'ס פון ביידע קאמפאניס זענען נישט אין מויל צו נעמען.

זר זהב » מאנטאג אקטאבער 22, 2012 6:18 pm

· #54366
Espresso
זר זהב
שוין איינמאל א חילוק, און מים חים קאלע איז סאך בעסער פון קאוק. א מזל איך בין ני'ט א קיהלער אינגערמאן מילא קען איך דיר מודה זיין.

וואו ביסטו קיל! איך טרונק בכלל נישט קיין סודות אבער די קאלע'ס פון ביידע קאמפאניס זענען נישט אין מויל צו נעמען.

דו טרינקסט וויין גייען דיינע סודות ארויס

Espresso » מאנטאג אקטאבער 22, 2012 6:25 pm

· #54375
גריעפ דזאס איז סאך בעסער פון וויין. א מזל איך בין ני'ט א קיהלער אינגערמאן מילא קען איך דיר מודה זיין.

זר זהב » מאנטאג אקטאבער 22, 2012 6:27 pm

· #54377
כ'בין דאס אויך מודה

Espresso » מאנטאג אקטאבער 22, 2012 6:29 pm

· #54381
טאקע דערפאר, ווייל די ביסט נישט קיעל.

נס קאווע » מאנטאג אקטאבער 22, 2012 6:37 pm

· #54385
זר זהב
נס קאווע
ס' קען זיין אז ס' כשר אבער די טעם איז נישט די זעלבע, אבער פארוואס קען מים חיים/באר מים נישט מאכן קיין סאודע? ובפרט דייעט סאודע.

זיכער מאכן זיי סאדע!

שוין איינמאל א חילוק, און מים חים קאלע איז סאך בעסער פון קאוק. א מזל איך בין ני'ט א קיהלער אינגערמאן מילא קען איך דיר מודה זיין.

דו האסט בעסער ליעב מים חיים אשרי לך

gehlungen » מאנטאג אקטאבער 22, 2012 6:48 pm

· #54392
זר זהב
WELL

דא קומט אריין דער על טעם וריח... ס'איז א גוטער אלטענאטיוו, און ס'דא וואס מאכן עס גאנץ גוט. למשל איך גלייך בעסער דייעט קאוק ווי די געהעריגע קאוק, פשוט אין טעיסט! פארגעס פון "דייעט"!

What about the Israel imported COKE the storekeepers say they can't have enough. They say the Israeli water is different & better in taste !

גוטזאגער » פרייטאג נאוועמבער 2, 2012 10:44 am

· #57940
אלזא
אז מרעדט שוין פון סאדע מאנכע זאגן אז קאוק פון OU איז פונקט אזוי כשר ווי קוקה קולא פון אר"י מיט רב לנדא"ס הכשר ווייל די פארמולע ווער געמאכט אין איין פלאץ אין אמעריקע אין משיקט עס נאכדעם צו אלע זייערע פלענטס

שלש תשובת בדבר
א. ביזט גערעכט
ב. ספאנגט נישט אן צו שטימען אז זיי זאלען מאכען די פארמולא פאר זייערע ברענטשעס אין די גאנצע וועלט אויף איין פלאץ
ג. און אפי' סאיז יא אזוי די מציאות מיינט עס גארנישט ווייל עס גייט זיכער אריבער עטליכע שטאפלען אינעם פאבריק ביז עס קומט אן אין די גראסעריס

גוטזאגער » פרייטאג נאוועמבער 2, 2012 10:58 am

· #57948
[ציטאט אראפגענומען]

גראדע איז עס געווען א ערנסטע פולמוס אין יענער צייט די עולם האט זיך מקיל געווען צו טרינקען א געוויסע סארט סאדע וואס עס האט נישט פארמאגט קיין הכשר מיט די טענה אז עס פארמאגט נישט אזא שטארקע קאליר (אינדערהיים האט מען געוויסט אז א שטארקע קאליר אינעם עסן מאכט מען דורךבליט פון א בעל חי ;אס איז ווי פארשטענדליך טריפה ממילא האט די עולם געטרינקען אזא סארט ווי דזשנשעריל ) זענען געגאנגען עסקנים און געפענט א אייגענע קאמפעני מיט א הכשר און פאר אן אדווערטייזמענט האט הרה"ק מסאטמאר זי"ע געטרינקען פון די קאלירטע סאדע ברבים ביי די יארצייט טיש פון אביו בעל קדיו"ט זי"ע
שפעטער האט זיך איבער געוויזען אז די סאדע וואס די עולם האט זיך פארלאזט אויף די קולא אז עס איז נישט אסוי שטארק קאלירט האט מער גרעסערע שאלות ווי די בלעק טשערי

שעפטל » פרייטאג נאוועמבער 2, 2012 11:50 am

· #57970
הער איך גאר אז צוליב די סענדי האריקעין האבן ביידע, סיי מים חיים און באר מים נישט געניג גאז... זייטס גערישט אויף די קריזיס פון סעלצער (ווישי וואסער - קלאוב סאדע בלע"ז) אן קיין גאז..

אפריקאנער » פרייטאג נאוועמבער 2, 2012 2:49 pm

· #58032
איך פּערזענלעך טרינק נאר זעלטצער צוליב אַנדערע זענען פשוט נישט געזינט (געניג אז איך רייכער) און כ׳בין מקפּיד צו קויפען ״מים חיים״ צוליב 2 סיבות.
1. אז דער עולם (גולם) פלעגט טרינקען סאדע אַן השגחה און נאר ער האט זיך אריינגעלייגט קאפ און מח צו מעניפעטשערן די סאדע (הגם ער האט דערלייגט געלט דערויף). איז כּדי הוא שיטול את שכרו.
2. כהאב שוין אפאר מאהל געהאַט אין איין באקס אפאר באטלעך אויסגעוועפטע באטלעך

זר זהב » פרייטאג נאוועמבער 2, 2012 2:53 pm

· #58033
באר מים אויסגעוועפטע?

אפריקאנער » מוצ"ש נאוועמבער 3, 2012 11:34 pm

· #58168
יאפ פשוט און פראסט אויסגעוועפט!

קליינע רעבעלע » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 1:45 pm

· #58345
איך בין א שטארקע קאלע טרינקער איך פליעג א שטיק צייט נישט מאכן א חילוק צוויישען באר מים און מים חיים
לעצטענס קען איך נאר טרינקען מים חיים פארפאלען זיי מאכן א גיטן פראדאקט

קפנדריא » מאנטאג נאוועמבער 5, 2012 12:54 pm

· #58671
לעמיל
עפעס ליגט מיך און קאפ אז די קלויזענבארגע פעלבערבוים משפחה טרינקען נישט מים חיים עד היום ווייל זייער טאטע האט געפענט באר מים און זיי זאגען אז סאטמער האט געפענט מים חיים נאר זיי צו קלאפען און למעשה האט ער עס טאקע געמוזט פארקויפען, אויב עס איז אינטערסאנט קען איך געוואר ווערען מער אינפא

להבהרת הענין, זייער טאטע איז געווען א דיסטריביוטאר פון א סאדע פירמע (נישט באר מים), מאנכע פרומע האבן דאס נישט געטרינקן, מים חיים איז ארויסגעקומען אלס דער ערשטער וואס איז געמאכט מהחל ועד כלה מיט א היימישער (סאטמארער) הכשר, און די סאטמארער האבן דאס זייער שנעל אויפגעכאפט און דאס האט געצווינגן דעם אלטן סוחר ארויסצוגיין פון ביזנעס, זיי האבן געהאלטן אז דאס איז א סאטמארער נקמה אקציע ווייל זיי זענען קלויזנבורגער חסידים.

דער ערשטער קאמפעטישאן איז געווען איצקאוויטש, זיי האבן ארויסעגעבן א סאדע מי טוב, ס'האט געהאלטן פון תענית אסתר ביז פסח, דענאך באר מים, רוקח, וכו'.

נ.ב. באר מים איז ארויסגעקומען בערך צוואנציג יאר שפעטער ווי מים חיים, יאך געדענק וועןבאר מים איז נאך געווען א נייע אומבאקאנטע סאדע, איז אן אלטיטשקע פרוי אריינגעקומען אין גראסערי און געבעטן בקול גדול א פלעשל באר מים חיים סאדע, דער געשעפטסמאן האט זיך שטארק אנגעכאפט ביים מויל, וכל הנמצאים געו אחריו.

קליגער איד » מאנטאג נאוועמבער 5, 2012 1:01 pm

· #58676
פאר ווער עס אינטרעסירט צו הערן מיין מייננוג... איך קויף וואס איז ביליגער.

משולם שטיינפעלד » דינסטאג נאוועמבער 6, 2012 8:44 am

· #58945
קליגער איד
פאר ווער עס אינטרעסירט צו הערן מיין מייננוג... איך קויף וואס איז ביליגער.

דהיינו באר מים...

שמעקעדיג » דינסטאג נאוועמבער 6, 2012 10:25 am

· #58951
און דאס איז די סיבה פארוואס רוב זאלן און קעיטערערס נעמען די באר מים. אפילו סאטמאר'ע זאלן.

זר זהב » דינסטאג נאוועמבער 6, 2012 10:27 am

· #58953
פאר די פאר סענט לוינט נישט צו טרונקן שוואכערע קוואליטעט

זר זהב » דינסטאג נאוועמבער 6, 2012 10:28 am

· #58954
שמעקעדיג
און דאס איז די סיבה פארוואס רוב זאלן און קעיטערערס נעמען די באר מים. אפילו סאטמאר'ע זאלן.

אפשר סעלצער. קאלירטע נעמט מען מים חיים, זוי מייניך

אלזא » מיטוואך נאוועמבער 7, 2012 3:18 pm

· #59415
איך אויך
אלזא
אז מרעדט שוין פון סאדע מאנכע זאגן אז קאוק פון OU איז פונקט אזוי כשר ווי קוקה קולא פון אר"י מיט רב לנדא"ס הכשר ווייל די פארמולע ווער געמאכט אין איין פלאץ אין אמעריקע אין משיקט עס נאכדעם צו אלע זייערע פלענטס

אלטע באבע-מעשה.

נישט אלעס וואס די האסט נישט געהערט האט דיין אלטע באבע יא געהערט סמיינט צו זאגן אוועקצומאכן איז איזי
אין איינער אין די כשרות ליין האט מיר געזאגט אז שוין פאר 30 יאר צוריק האט אגרויסע בעל מכשיר געטרינקען OU קאוק אויף דעם סמך

איך אויך » מיטוואך נאוועמבער 7, 2012 4:41 pm

· #59462
הממ דאכט זיך אז רב לאנדא'ס הכשר אויף קאוק איז ניטאמאל קיין דרייסיג יאר אלט אבער אויף צו בויען בנינים באויר איז עס גוט.
בלאט: 1 2