☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » די קדם'בינאו פעמילי קאנגלאמערעיט

די קדם'בינאו פעמילי קאנגלאמערעיט

79 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4769
בלאט: 1 2

דעת תורה » מיטוואך מערץ 30, 2016 11:11 am

· #326947
Re: די קדם'בינאו פעמילי קאנגלאמערעיט
ליפא
ארמון באלאנגט פאר קדם

זיכער? איך מיין דו מאכסט א טעות. גראדע דער בעה"ב פון ארמון (נחום בר"י שווארץ פון מאנרא) האט אמאל געהאט תירוש גרעיפ זשוס, און דאס האט קדם אפגעקויפט.

ליפא » מיטוואך מערץ 30, 2016 11:18 am

· #326951
אזוי ליגט מיר אין זכרון אז קדם האט עס אפגעקויפט. אפשר זכרון פארנארט מיר

ברוך שאמר » מיטוואך מערץ 30, 2016 1:04 pm

· #326973
יא ער האט איהם אפגעקויפט

ביליג » מיטוואך מערץ 30, 2016 8:15 pm

· #327036
Re: די קדם'בינאו פעמילי קאנגלאמערעיט
תירוש באלאנגט פאר קדם
ארמון באלאנגט פאר שווארץ

יהושע חיים » דאנערשטאג מערץ 31, 2016 12:18 am

· #327079
דעת זקנים ברענגט דאארויס א נקודה למחשבה

(נישט אז איך בין מסכים מיט עהם אבער כאפטס א בליק)

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג מערץ 31, 2016 7:17 pm

· #327187
Re: די קדם'בינאו פעמילי קאנגלאמערעיט
אנגעקומען קיין לעיקוואוד $2:99 א פלאש אין גורמעט גלאט. מיט א טי-שירט אומזיסט אז מ'קויפט כ גאנצע קעיס. נאר היינט נאכט📎 uploadfromtaptalk1459466176540.jpg

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג מערץ 31, 2016 8:10 pm

· #327193
Re: די קדם'בינאו פעמילי קאנגלאמערעיט
איך האב קיינמאל נישט געהאט א טי-שירט. יעצט אז איך האב, זוך איך א פאסיגע הוט, און איך ווער א טונא -בייגעל

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

געוואלדיג » דאנערשטאג מערץ 31, 2016 9:03 pm

· #327202
[ציטאט אראפגענומען]


נישט געזארגט אזא פירפל טישוירט זעהט זיך ארויס פון אונטער די שניי ווייסע העמעד..

וועטערבאריכט » פרייטאג אפריל 1, 2016 6:38 am

· #327254
איך האב געזען ביידע קאמפאניס אין breadberry נעכטען . צוויי פונקטען די welches שטייט קלאר from concentrate און גרעסערע אותיות . אויף קדם דארפט איהר זיכען אויף די אינגרידיענס צו זעהן from concentrate. ביידע זענען מסתם פון juice אבער האבען אויך concentrate פאר flavor consistency. קדם איז קליגער מיט דעם אז מען באהאלט עס אין די small print. די welches באטעל וואס שרייבט עס ארויס און פראנט איז לויט מיין מיינונג א נארעשקייט ווייל עס מאכט דאס אויסזען ווי א ביליגערע juice.

לגבי די פרייז איז קדם געווען 4.99 און welch's געווען 4.49 א קליינע חילוק אבער איי געיס אז אין די היימישע געשעפטען וועט דאס זיין מיט א 2-3 דאלער העכער ווי shoprite/Walmart ...דאס פארשטיי איך נישט ,די היימישע געשעפטען זענען ביזי יעצט קאווערען די גאסען מיט טרעילארס פאר פריי storage אויפן ציבור׳ס חשבון סאו וואס קאסט די עקסטרע 2 דאלער ?

שבת אחים » פרייטאג אפריל 1, 2016 7:45 am

· #327256
א געוויסע היימישע כשרע עסען פאבריק האט מיט יאהרן צוריק פארהאנדעלט מיט א קליינע קאמפאני אין קאנאדא וואס האט געמאכט זייער גוטע גרעיפ זשוס און ער האט געוואלט מאכן דארט גרעיפ זשוס מיט א נייע נאמען, ער האט אנגעהויבן אריינצוטהן אין דעם און ער איז ארומגעגעאנגען פרעגן די בעלי הכשרים וויאזוי מ׳קען עס אויסארבעטען אויף די בעסטע וועג ס'זאל נישט זיין קיין יין נסך וכו' בקיצור וואס ווען וואו איז ער געוואר געווארן אז קדם האט אפגעקויפט די פאבריק פאר גאר א טייערע פרייז, זיי האבן זיך דערוואוסט (דורך די הייליגע רבנים) אז א אנדערע ערנסטע עסן פאבריק פלאנט צו קומען מיט גרעיפ זשוס האבן זיי געאפפערט די פאבריק א פרייז וואס זיי האבן נישט געקענט אפזאגן. וואס??? די מעשה האט מיר פארציילט די בעה"ב פון יענע כשר'ע עסן פאבריק וואס האט געוואלט מאכן די גרעיפ זשוס און געבליבן מיטן צונג אינדרויסן.

עטץ כאפטס וואס דא גייט פאר? אדער נאכאלץ נישט? אז נישט וועל איך אייך עס מוזן מסביר זיין מיט א משל פון א בת מלך 😂

ליפא » פרייטאג אפריל 1, 2016 10:30 am

· #327272
וועטערבאריכט
איך האב געזען ביידע קאמפאניס אין breadberry נעכטען . צוויי פונקטען די welches שטייט קלאר from concentrate און גרעסערע אותיות . אויף קדם דארפט איהר זיכען אויף די אינגרידיענס צו זעהן from concentrate. ביי

איך זוך און זוך, קענסט מיר ווייזן וואו?

📎 rps20160401_102947.jpg

ירא שמים » פרייטאג אפריל 1, 2016 11:12 am

· #327278
Re: די קדם'בינאו פעמילי קאנגלאמערעיט
קדם שרייבט אינו מבושל, איז וועלטש אויך אינו מבושל?

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג אפריל 1, 2016 11:15 am

· #327279
Re: די קדם'בינאו פעמילי קאנגלאמערעיט
קדם אין גלאזענע פלעשליך איז לחומרא אינו מבושל. אז דו ווילסט מחמיר זיין אויף קידוש, אדער מאך מאסט, אדער קויף טייערע אינו מבושל וויין.
אלע קדם'ס טענות אז די פלאש ערהאלט נישט קיין צוקער און איז נישט מבושל איז שקר.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

וועטערבאריכט » פרייטאג אפריל 1, 2016 2:05 pm

· #327299
ליפא
וועטערבאריכט
איך האב געזען ביידע קאמפאניס אין breadberry נעכטען . צוויי פונקטען די welches שטייט קלאר from concentrate און גרעסערע אותיות . אויף קדם דארפט איהר זיכען אויף די אינגרידיענס צו זעהן from concentrate. ביי

איך זוך און זוך, קענסט מיר ווייזן וואו?

Here you go
📎 image.jpeg 📎 image.jpeg 📎 image.jpeg

וועטערבאריכט » פרייטאג אפריל 1, 2016 2:17 pm

· #327301
Re: די קדם'בינאו פעמילי קאנגלאמערעיט

קלענערע פלאש.
The point is it has juice from concentrate too, welch's writes it on the label clearly, kedem writes it in the small print.


וועטערבאריכט

ליפא » פרייטאג אפריל 1, 2016 3:40 pm

· #327314
אקעי דאס זענען די פלעסטיק באטלעך. דארף מען אויך וויסן צו וועלטש לייגט נאר צו קאנסענטרעיט אדער דאס גאנצע איז פון קאנסענטרעיט

petergrifin » מוצ"ש אפריל 2, 2016 9:53 pm

· #327328
Re: די קדם'בינאו פעמילי קאנגלאמערעיט
ליטוואק פון בודאפעסט
קדם אין גלאזענע פלעשליך איז לחומרא אינו מבושל. אז דו ווילסט מחמיר זיין אויף קידוש, אדער מאך מאסט, אדער קויף טייערע אינו מבושל וויין.
אלע קדם'ס טענות אז די פלאש ערהאלט נישט קיין צוקער און איז נישט מבושל איז שקר.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk


די גלאזערנע איז יא מבושל אדער נישט?
און ווי אזוי ווייסטו אז קדם זאגט ליגנט לגבי צוקער און נישט מבושל?

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג אפריל 3, 2016 12:53 am

· #327355
Re: די קדם'בינאו פעמילי קאנגלאמערעיט
דאס ווייס איך פון ר' י. ק. ז"ל, וואס אחרי פטירתו קען איך נאכזאגען וואס ער האט געוואוסט פון די ביזנעס אז די קאנצענטרעי"ט אין די וויין און זאפט איז נישט עפעס א קליין פערצענט לשבר את הטעם, נאר א געזונטע חלק פונ'ם סיסטעם.
די גלאזענע באטלעך, זענען זיי מחמיר אלס אינו מבושל, אבער פיהל פוסקים זענען אפילו מקיל דערויף

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

טמיר » זונטאג אפריל 3, 2016 11:36 am

· #327387
Re: די קדם'בינאו פעמילי קאנגלאמערעיט
ליטוואק, פון וואנעט נעמסטו אז ס'האט צוקער צוגעלייגט?

Sent from my SPH-L900 using Tapatalk

ציבעלע-קיגל » דינסטאג אפריל 5, 2016 9:17 am

· #327653
סאשי פיש
איך בין זיכער אז אפאר יודען גייען האבען א שמחת יום טוב!


אוי זיי האבען מסתמא נאך נישט באקומען דעם טשעק דעם חודש

גרויסע מענטשעלע » מיטוואך אפריל 13, 2016 9:48 pm

· #329071
Re: די קדם'בינאו פעמילי קאנגלאמערעיט


C/P
Only non Jewish stores Kedem 64oz. $2.99

Shame on you Kedem Company

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג אפריל 17, 2016 3:35 pm

· #329556
Re: די קדם'בינאו פעמילי קאנגלאמערעיט
📎 uploadfromtaptalk1460921519260.jpg
דא זאגען זיי אז ס'איז פונקט ווי קדם, דער רוב איז אויסגעקוועטשטע טרויבען, מיט אביסל קאנצענטרעיט. וויבאלד איך האב געהערט אז קדם איז למעשה ביז פופציג פערצענט פון קאנצענטרעיט, איז מסתבר אז דא איז אויך אזוי, און זייענדיג מער אפען צו געזעצען האבען זיי געשריבען דער אמת אז ס'הייסט זאפט פון קאנצענטרעיט, כנ"ל

יהושע חיים » דינסטאג אפריל 19, 2016 7:02 pm

· #330106
Re: די קדם'בינאו פעמילי קאנגלאמערעיט
זעהט אויס אז מען דארף אריינגיין אין די מארקעטיג ליין (אזאך וואס זיי האבן שוין לאנג נישט געטיהן)
https://vimeo.com/163479666

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג אפריל 19, 2016 7:37 pm

· #330116
Re: די קדם'בינאו פעמילי קאנגלאמערעיט
זיי קומען פארענטפערען די אלטע רינונים אויף זיי אז ס'ארבעטען דארט חב"ד'סקערס, היל"ת.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

יחיאל יעקבזון » מאנטאג מאי 9, 2016 5:42 pm

· #332291
זיי זאגן בפירוש אז זיי לייגן צוה ווער-ווייסט-וואס... טא וויאזוי קענען זיי שרייבן 100% גרעיפ דזשוס? 😛
📎 image.png

על המחיה » מיטוואך מאי 11, 2016 8:34 am

· #332614
דבר שנצטער בו אותו צדיק יכשלו בו זרעיו של ר' יונה? אתמהה
📎 IMG_9282.JPG

יהושע חיים » זונטאג אקטאבער 23, 2016 3:58 am

· #352842
Re: די קדם'בינאו פעמילי קאנגלאמערעיט

ביליג » זונטאג אקטאבער 23, 2016 8:06 am

· #352844
Re: די קדם'בינאו פעמילי קאנגלאמערעיט
Wow
דאס איז איז גיטע נייעס !!! מיט א היימישע הכשר ! קען נישט זיין בעסער

קלוגע יודל » מוצ"ש אקטאבער 29, 2016 11:24 pm

· #353146
Re: די קדם'בינאו פעמילי קאנגלאמערעיט
יהושע חיים

ווי קען מען דאס באקומען?
בלאט: 1 2