☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » נייעס, בילדער, אפדעיט'ס, פון קארס, אוויאציע, טראנספארטאציע

נייעס, בילדער, אפדעיט'ס, פון קארס, אוויאציע, טראנספארטאציע

81 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4756
בלאט: 1 2

סאשי פיש » דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 9:53 pm

· #149901
נייעס, בילדער, אפדעיט'ס, פון קארס, אוויאציע, טראנספארטאציע
די אשכול איז געווידמעט פאר בילדער נייעס פון נייע און אלטע קארס צוגלייך

די נייע סאבערבען
General-Motors-Big-SU_sham-1-725x481.jpg

די נייע דינעלי
General-Motors-Big-SU_sham-725x469.jpg

יין שרף » פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 12:29 am

· #149950
Frankfurt, Germany - The Most Stunning Cars At Frankfurt Auto Show
Germany-Frankfurt-Aut_sham-1-725x471.jpg Germany-Frankfurt-Aut_sham-2-725x424.jpg Germany-Frankfurt-Aut_sham-3-725x520.jpg Germany-Frankfurt-Aut_sham-4-725x499.jpg

יין שרף » פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 12:32 am

· #149951
נו? וועלכע ווילסטו???
Germany-Frankfurt-Aut_sham-5-725x461.jpg Germany-Frankfurt-Aut_sham-6-725x461.jpg Germany-Frankfurt-Aut_sham-7-725x480.jpg Germany-Frankfurt-Aut_sham-725x413.jpg

רויטע וואנצעס » פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 12:39 am

· #149953
@יין שרף, זייט די עגל הזהב האב איך נאכנישט געזעהן אזא שיין שטיקל דומם ווי די זעקסטע קאר.

מ. גליקמאן » פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 12:21 pm

· #150019
פעעך. GM האט פארהארגעט דעם סובארבאן מיטן דינעלי. די אלטע איז געווען סאך שענער.
אדער קען זיין אז מען דארף זיך פשוט צוגעוואוינען דערצו, ווייל די איצטיגע געדענק איך האב איך מיר אויך געעקעלט דערפון ווען עס איז ארוס געקומען און עס האט גענומען צייט ביז איך האב עס אנגעהויבן גלייכן.

אז מען רעדט שוין, וואס איז טאקע פשט אז עס נעמט זיי אזוי לאנג ביז זיי טוישן דעם דעזיין פון די סובארבאן פאמיליע? אנדערע קארס ווי די סיענע און אדעסי ווערט געטוישט יעדע צוויי יאר, אבער די סובארבאן איז שוין נישט געטוישט געווארן צווישן פינעף און צעהן יאר, און די זעלבע איז געווען איינמאל פארדעם.
איינער האט א הסבר?

לעמיל » פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 12:27 pm

· #150020
מ. גליקמאן
אז מען רעדט שוין, וואס איז טאקע פשט אז עס נעמט זיי אזוי לאנג ביז זיי טוישן דעם דעזיין פון די סובארבאן פאמיליע? אנדערע קארס ווי די סיענע און אדעסי ווערט געטוישט יעדע צוויי יאר, אבער די סובארבאן איז שוין נישט געטוישט געווארן צווישן פינעף און צעהן יאר, און די זעלבע איז געווען איינמאל פארדעם.
איינער האט א הסבר?

זייער פשוט די מענטשען וואס נעמען א סובארבאן האבען ליב דעי דיזיין זיי דארפען נישט מ'זאל עס טוישען

מ. גליקמאן » פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 12:34 pm

· #150023
און די וואס נעמען אן אדעסי האבן עס נישט ליב? דאן פארוואס נעמען זיי עס?

לעמיל » פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 12:53 pm

· #150025
די וואס נעמען די אדעסי דארפען א טויש מער אפט ווי די וואס האבען א סובארבאן

סאשי פיש » פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 2:16 pm

· #150034
א בילד פון די בעק פונעם סאבערבען 2015
image.jpg

סלינקי » פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 4:16 pm

· #150050
ער קוקט אויס גאנץ ענליך צום האנדא פיילאט

יואב » פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 5:39 pm

· #150061
גראדע האב איך יא מער ליב די נייערע. אגב, דער איצטיגער סובורבאן איז אסאך שענער אינדרויסן ווי די יוקאן. מילא דער דענעלי, האט כאטש א קיהלער גריל, און די אונטערשטע לעקטער זענען דורכזיכטיגע גלאז. דער יוקאן קוקט סתם אויס פאצעריש די זייטיגע פיטשערס. דער סובערבאן ווידעראום פארמאגט סמויקד לעקטער פארענט צוויי באזונדערע לעקטער פאר הייבימס און העד לייטס, שיינער גריל, בעק לעקטער נישקשה. דער נייער יוקאן אבער קוקט יא אויס צום זאך.

וויאזוי דארף מען ענדיגן? אה. דאס איז דאך אלעס אזאנע שטותים. דער עיקר א קאר מיט פיר רעדלעך און ס'פארט.ס'זאל מיר ברענגן, טראגן, און כ'זאל קענען אנקומען וואו כ'וויל. וואס ברויך איך עפעס אנדערש? סתם קאסטן געלט. פארוועם, פארוואס.א משוגענע וועלט.

רויטע וואנצעס » מוצ"ש סעפטעמבער 14, 2013 9:36 pm

· #150063
מ'זאגט אז די קאר ווייזט אויפן מענטש וואסערע טייפ ער איז. למשל, אויב זעה איך א קאר מיט נשיקות פאר איך גענוג ווייט אז איך זאל נישט קישן, און אויך נישט באקומען.

הוגה » מוצ"ש סעפטעמבער 14, 2013 10:00 pm

· #150068
שמחה גדולה ביים היימישע עולם! די נייע אדעסי 2014

IMG-20130914-WA0002.jpg

שמעקעדיג » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2013 2:49 pm

· #151174
פון פארנט קוקט עס אויס גאר שיין און קלאסיש
(סאשי'ס אויבערשטע בילד איז פונעם יוקאן, נישט די שעווי סובארבען)
📎 2015-chevrolet-suburban.jpg

סאשי פיש » זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 4:51 pm

· #151356
א שיינע קאנווירעבאל B.M.W
image.jpg

שמעקעדיג » דינסטאג אקטאבער 8, 2013 8:53 pm

· #155077
די נייע עסקעלעיד וועט האבן מער א פאוערפול ענזשין, מער פיעטשורס, און זיין שטילער.

http://www.detroitnews.com/article/2013 ... 70131/1148

http://www.thecarconnection.com/overvie ... alade_2015

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 12:46 am

· #155463
א מיני קופער לימוזין.
https://twitter.com/nypost/status/38806 ... 5896259584

סאשי פיש » דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 1:10 am

· #155474
דא האט איר די בילד פון די לעמאזין
image.jpg

petergrifin » דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 12:07 am

· #157033
א נײע װיהוכעל (פרידיש) ערצײגט דורך א ראמענישער פירמע װאס קען פארן אין אלע אומשטענדען און איז אויסגעשטאט ספעציעל
מיט אסאך זאכן פאר רעסקיו רעספאנס

http://autos.yahoo.com/blogs/motoramic/ ... 15032.html

סאשי פיש » זונטאג דעצעמבער 22, 2013 6:10 pm

· #169643
די נייע שעווי פיק אפ טראק
image.jpg

סאשי פיש » זונטאג דעצעמבער 22, 2013 6:11 pm

· #169645
אן אינטערסאנטע עד
image.jpg

סאשי פיש » מאנטאג יאנואר 13, 2014 4:12 pm

· #176084
Jeep איז א מיוחס!
image.jpg

סאשי פיש » דינסטאג יאנואר 14, 2014 4:47 pm

· #176326
גוט.. !!
image.jpg

שמעקעדיג » דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 2:20 pm

· #178766
די נייע 2015 לינאקלן נעוויגעיטאר
📎 2015-lincoln-navigator_100453998_l.jpg 📎 2015-lincoln-navigator_100453986_l.jpg 📎 2015-lincoln-navigator_100453983_l.jpg

טריפל אי » דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 2:29 pm

· #178770
שמעקעדיג
די נייע 2015 לינאקלן נעוויגעיטאר

סא דאס גייט זיין דער נייער קאר פאר היי ענד טעקסיס און שווארצע דראג טראפיקער?

יין שרף » זונטאג יאנואר 26, 2014 5:44 pm

· #179341
Police car in Dubai
BeLoJNOIMAAeAVj.jpg

שמעקעדיג » דאנערשטאג מערץ 6, 2014 6:19 pm

· #189184
די שיינע אינטיריאר פונען נייעם 2015 שעווי סובורבען, מיט א פארגעשריטענעם טאטש סקרין
(דאס איז דער טאפ מאדעל, נישט אלע וועט זיין אזוי שיין)
באמערק אז עס האט נאך דעם אלטן סארט שיפטער אויפן סטירינג ווהיל.
📎 2015-chevrolet-tahoe_100458208_l.jpg

שטילע אינגערמאן » דאנערשטאג מערץ 6, 2014 7:38 pm

· #189206
@שמעקעדיג אזוי גערעכט, די אלטע שיפטער איז מיר קיינמאל נישט געפאלן, ס'איז עפעס אזוי אלט מאדיש. אין נישט באקוועם, מדארף בכפיה אויף הייבן די שיפטער אין עס אזוי איבער רוקען כאילו די שלעפסט א פערד אין וואגען.

שמעקעדיג » פרייטאג אפריל 25, 2014 2:01 pm

· #197225
ביי די נארוואס פארלאפענע ניו יארק אויטא-שאו האט מען ווי געווענליך אנטפלעקט און געצייגט פאר די פארזאמעלטע די נייערע קארס און ווענס פונעם נאנטן צוקונפט.

צווישן אנדערע האט מען פארגעשטעלט - עס קען זיין אינטרעסאנט פאר אונזער היימישע ציבור - א נייער מיניווען וועלכע וועט ערשיינען ביז עטליכע חדשים אויפן מארק - דאס איז דער פריש איבערגעמאכטער 2015 קיע סעדאונע.
קיע איז אמאל געווען א פיעס אף גארבעטש (ווי איז @גד החוזה?) אבער זינט זיי האבן זיך צוזאמענגעשטעלט און געווארן קאמבאנירט מיט זייער שוועסטער "הייאנדעי" האבן זיי זיך גאר שנעל אנגעהויבן ארויפצוארבעטן בגדול, און זיי ערצייגן יעדע יאר נייע הערליכע הויכע-קוואליטעט אויטאס וועלכע טוט ערשטוינען אפילו די מבינים, און זייערע קארס היינט צו טאגס איז נישט קיין סאך הונטערשטעליג פון די אויסגעצייכענטע יאפאנעזער אויטאס (טאיאטע/האנדא/ניסאן/מעזדע א.א.וו.)

דער מיניווען איז א מאגערע מארקעט, עס ווערט פארקויפט דערפון בערך א האלב מיליאן פער יאר צווישן אלע קאמפאניס אינאיינעם (טאיאטע/האנדא/קרייסלער), בשעת דער טאיאטע קעמרי אליינס (בעסט-סעלינג מידסייז סעדאן) פארקויפט באלד אזויפיל שטיק. פונדעסטוועגן האפט קיע צו באקומען א פעטן ביסן פון די מארקעט.

עס וועט האבן אין זיך אלע מעלות וואס די אנדערע ווענס פארמאגן, און פארשפרעכט צו זיין א מושלם פון א כלי. א שיינע דעזיין וואס זאל אויסקוקן ענליך צו א SUV (צוליב וואס טייל גויים שעמען זיך צו דרייוון א מיניווען, ס'נישט גענוג COOL...), אויך אינווייניג וועט עס זיין הערליך אויסגעשטעלט ווי א לוקסעריעזע אויטא, עס וועט האבן ארט פאר 8 פאסאזשירן (די קרייסלערס האט נאר פלאץ פאר 7 זיצן), די מיטעלסטע זיצן וועלן האבן א "פוט-רעסט", און עס וועט מעגליך האבן א "סורראונד בעקאפ קעמרע", וועלכע לאזט דעם דרייווער זעהן א פולשטענדיגן בילד פון ארום דעם גאנצן קאר (טייל מערצעדעס און אינפיניטי'ס פארמאגן שוין אזא סיסטעם).

עס איז צום האפן אז די זעלבע שמחה וואס האט ארומגענומען דעם היימישן עולם ביי די ערשיינונג פונעם 2014 אדעסי, וועט ממשיך זיין ביי די נייע סעדאנע...

📎 06.jpg 📎 04.jpg 📎 03-.jpg 📎 02.jpg 📎 01-.jpg

שמעקעדיג » פרייטאג אפריל 25, 2014 2:02 pm

· #197226
דא האט איר א בילד פון א סורראנד בעקאפ קעמרע, וועלכע גיט דעם דרייווער א בילד פןו ארום דעם גאנצן אויטא (זעה די רעכטע חלק)

📎 Surround--.jpg 📎 Surround-.jpg

ונבנתה העיר » פרייטאג אפריל 25, 2014 4:21 pm

· #197245
ניסאן דעוועלאפד א קאר וואס ווערט נישט שמוציג.

שמעקעדיג » זונטאג אפריל 27, 2014 11:12 am

· #197395
די אמאליגע צוקראכטע 15 פעסענזשער ווענס - א מארקעט וואס מען האט פארנאכלעסיגט פאר לאנגע יארן - ווערן צוביסלעך טראנספארמירט אין שענערע באקוועמערע טרעקלעך, ווי דער באקאנטער ספרינטער, און ניסאן'ס נייע ווענס (פאר פאסאנזשירן און קארגא, עטליכע סייזעס), און אלע אויטא מאנופעקטשורערס ארבעטן אויף נייערע און באקוועמערע ווענ'ס.

FORD -- וואס זיי האבן געהאט אלע יארן די טרויעריג-בארימטע "עקאנאליין" וועלכע האט טאקע געדינט איר פארפוס אבער האט אויפגעשאקלט אלע צוזאמענגעשטופטע פאסאזשירן אויף יעדן באמפ -- וויל ארויסקומען בקרוב מיט זייער "טראנזיט" ווען, מיט מערערע ווערזשאנ'ס, און איינע פון זייי וועט זיין א מלכות'דיג שטיקל מיט א האלצערנע פאדלאגע, גערופן "טראנזיט סקיי-ליינער". מיט אזא ווען וועט איר שוין איינמאל וועלן גיין צום עירפארט, איר וועט זיך שפירן ווי אין א ערשטע קלאס זיץ...

📎 2015-ford-transit-wagon_02.jpg 📎 2015-ford-transit-wagon_01.jpg

רויטע וואנצעס » זונטאג יוני 8, 2014 7:15 pm

· #204854
וואס האלט די עולם וועגן א honda pilot. אויך איז עס א 7 אדער 8 פאסענזשער?

שמעקעדיג » זונטאג יוני 8, 2014 8:19 pm

· #204869
קען אריינגיין 8, אבער אין די בעק איז די פלאץ טייט. אויך האט עס נישט אזויפיל לאגעדזש ארט אין די טראנק ווי א מיניווען.

עס דרייווט עוורידזש. רייד איז נישט זייער סמאד.

שמעקעדיג » זונטאג יולי 13, 2014 6:33 am

· #211515
דאדזש גרענד קאראוואן. א מיניווען וואס טויזענטער אידן דרייוון שוין צענדליגער יארן. איינער גייט זיך בענקען דערנאך?

אפיציעל האט זיך געענדיגט דעם קאראוואנ'ס פראדוקציע. דאדזש מאכט מער נישט קיין מיניווען'ס. קרייסלער (צווילינג מיט דאדזש) וועט פארבלייבן די איינציגסטע אמעריקאנע מיניווען אויף די מארקעט. אינאיינעם מיט 4 אויסלענדישע, די סיענע, אודעסי, און ניסאן קוועסט פון יאפאן, און די קיא סעדאונע פון קארעא.

http://www.detroitnews.com/article/2014 ... 00033/1148

📎 Dodge_Grand_Caravan_AWD.jpg 📎 Dodge_Grand_Caravan_Sport_--_11-24-2009.jpg 📎 2001-2004_Dodge_Grand_Caravan.jpg 📎 Dodge_Grand_Caravan_SE_--_12-26-2009.jpg

ישמעאל הכהן » זונטאג יולי 13, 2014 6:47 am

· #211516
מ'הייבט זיך נישט אן מיט די אידן. א קאראווען האט געקידנעפט א איד, יעצט איז עס היסטערי

בדוו, מאזדא מאכט נאך אויך א מיניווען.

שאולדיספריםפאקער » זונטאג יולי 13, 2014 11:16 pm

· #211591
ישמעאל הכהן
מ'הייבט זיך נישט אן מיט די אידן. א קאראווען האט געקידנעפט א איד, יעצט איז עס היסטערי

בדוו, מאזדא מאכט נאך אויך א מיניווען.

אפשר ברענגסטו א בילד פון א מזדא מינו ווען , איך מיין אז די וועסט קיין בילד נישט קענען אפיר ברענגען ווייל זיי האבן נאך קיינמאל נישט קיין מינו ווענס פראדאצירט

ישמעאל הכהן » זונטאג יולי 13, 2014 11:24 pm

· #211592
📎 2012-Mazda5-front-hi-thumb-607x362-55721.jpg

רויטע וואנצעס » זונטאג יולי 13, 2014 11:54 pm

· #211597
פונקט געוואלט שרייבן וועגן מזדא. די וואך האב איך געזעהן אין בארא פארק אפאר אידעלעך מיט נייע מזדא מיני ווענס. איינער ווייסט מער איבער די prons and cons?

בד"וו די איטאליענער CEO פון קרייסלער/פיאט האט אויך געוואלט הארגענען די טאון און קאנטרי. אבער מ'האט געמאכט א ויצעקו אז אמעריקא וועט מער נישט מאכן מיני ווענס. (ווי כאילו ס'איז א אמעריקאנע קאר... א איטאליענער קאמפאני, וואס פרוצדירט די מיני ווענס אין קאנאדא, אינטער א באנקראטירטע אמעריקענער ברענד...)

ישמעאל הכהן » מאנטאג יולי 14, 2014 12:02 am

· #211598
די מאזדא איז נאר א 6 זיצער, א 4 צילנדער מאטאר. ס'איז געבויעט צו זיין א מיני מיני ווען, ס'נישט אזוי שטארק ווי די אנדערע.
אזוי ליין איך

שמעקעדיג » מאנטאג יולי 14, 2014 12:52 am

· #211604
זיי פלעגן האבן יארן צוריק די MPV, אבער עס איז שוין לאנג נישט אין פראדוקציע.

berlbalaguleh » מאנטאג יולי 14, 2014 10:56 am

· #211624
שמעקעדיג: איך 'על עס קויפן ערשט אין יאר 2025 אדער , אויב די דעפט. אוו מאטאר וועהיקלס וועט מיך נאך לאזן דרייוון א קאר. . מיינע קארס זענען לכה"פ 10-15 יאר אלט. אויפ'ן וועיג צום דזשאנק יארד.2030... 😕 😎 😂 😂 😂 🙄 😠 😛 😳 😢 😉 😮

berlbalaguleh » מאנטאג יולי 14, 2014 11:00 am

· #211628
הוגה
שמחה גדולה ביים היימישע עולם! די נייע אדעסי 2014

הוגה: ס'איז מסתמא ביי די בעלזער חתונה. ווייל צו ליינען די נייעס איבער האנדא אדיססי 2014 דארף מען נישט גיין אנגעטון מיט שטריימל און בעקישע... 😕 😎 😂 😠 😛 😳 😉 😮

שמעקעדיג » דינסטאג יולי 15, 2014 6:00 pm

· #211952
ישמעאל הכהן
בדוו, מאזדא מאכט נאך אויך א מיניווען.

אויב דאס הייסט ביי דיר א מיניווען, דאן מאכט פארד אויך א מיניווען

http://www.thecarconnection.com/overvie ... #src=10065

petergrifin » מיטוואך יולי 16, 2014 2:28 am

· #212071
באואינג באװײזט בײ אן עיר שאו װאס איר נײע און גרעסערע 787-9 עראפלאן קען מיט אפאר קונצן אין די
לופט און איז בעיקר לײכטער און פארנוצט 20% װײניגער פיול (fuel).

http://www.theverge.com/2014/7/14/58993 ... u-throw-up

פאר די שאו די פרעקטיס

בײ די שאו

שמעקעדיג » זונטאג יולי 20, 2014 3:29 pm

· #212705
די פרייד ביים היימישן עולם שטייגט צו די הויכע שטאפלען אז טאיאטע האט ערצייגט דעם 2015 סיענע, וועלכע וועט האבן קליינע פארבעסערונגען אקעגן די איצטיגע (בעיקר אינווייניג, אינדרויסן בלייבט עס גאנץ ענליך צום אלטן).

http://www.toyota.com/upcoming-vehicles ... les_Sienna

שמעקעדיג » זונטאג יולי 20, 2014 3:50 pm

· #212707
די אינטרעסאנטסטע פיעטשור פון דעם נייעם סיעננע איז אז עס וועט האבן אזא אריינגעבויעטן מייק און דער דרייווער וועט קענען רעדן צו די אונטערשטע פאסאזשירן און זיי וועלן עס הערן דורך די ספיקערס פונעם בעק סיעט, אן דעם וואס מען זאל דארפן שרייען און ווערן הייזעריק...

עס איז צו ערווארטן אז די 2016 וועט שוין האבן א בילט-אין פאסיק אויכעט פאר די בעק פאסאזשירן, וואס דער דרייווער וועט נאר דרוקן א קנעפל און דער פאסיק וועט אויטאמאטיש שמייסן 😛

טייל פון די נייע בילדער:
📎 2015-Toyota-Sienna-30-520x345.jpg 📎 2015-Toyota-Sienna-28-520x345.jpg 📎 2015-Toyota-Sienna-23-520x345.jpg

יין שרף » זונטאג יולי 20, 2014 3:53 pm

· #212708
שמעקעדיג
די אינטרעסאנטסטע פיעטשור פון דעם נייעם סיעננע איז אז עס וועט האבן אזא בילט-אין מייק און דער דרייווער וועט קענען רעדן צו די אונטערשטע פאסאזשירן און זיי וועלן עס הערן דורך די ספיקערס פונעם בעק סיעט, אן דעם וואס מען זאל דארפן שרייען און ווערן הייזעריק...

עס איז צו ערווארטן אז די 2016 וועט שוין האבן א בילט-אין פאסיק אויכעט פאר די בעק פאסאזשירן, וואס דער דרייווער וועט נאר דרוקן א קנעפל און דער פאסיק וועט אויטאמאטיש שמייסן 😛

כ'האב געוואוסט זיי מאכן די סיענע נאר פאר אונז היימישע...

יין שרף » זונטאג יולי 20, 2014 3:54 pm

· #212709
די נייע אויסגעפראקטע פאסאנדשיר זיץ איז געוואלדיג!
toyota_15siennaltd4a_SecondRowSeating-OttomanOperation06_R.jpg

קאווע טרינקער » זונטאג יולי 20, 2014 11:19 pm

· #212788
טיאוטע האט דערהערט דאס ווייגעשריי פון אידישע עלטערן http://www.vosizneias.com/171909/2014/0 ... l-at-kids/
בלאט: 1 2