ר' הערשל, כ'בין זיכער אז איר גלייבט אז צייט איז רעלאטיוו, און אז space איז curved. מסתמא גלייבט איר אויך אז
ס'איז דא מער ווי איין אין-סוף, איר קענט מסתמא אויך הערן אז
די יקום באשטייט פון מער ווי 3 דימענציעס, ועוד. זאכן וואס זענען נישט נאר נישט מסתבר, נאר זיי זענען ממש קעגן די מושכלות ראשונות, מ'דארף זיך ראנגלען מיט די אייגענע שכל זיי צו אקצעפטירן. כ'גלייב אויך אז איר האט נישט עקספערימענטירט די אלע זאכן, איר גלייבט זיי נאר ווייל אזוי איז אנגענומען אין די היינטיגע סייענטיפישע וועלט. ווער ס'זאגט אז ער גלייבט נישט קיין אומ'שכל'דיגע זאך אהן צו זעהן מיט די אויגן איז אדער א בלאפער, אדער גלייבט ער טאקע נישט דריי-פערטל פון modern science, אדער מאכט ער פשוט א טעות און ער כאפט נישט וויפיל ער גלייבט יא. (אגב, איר האט געזעהן מיט די אויגן אז וואס איר זעהט מיט די אויגן איז אמת? ס'איז אויך נישט מער ווי מסתבר).
קעגן די אויסגערעכנטע זאכן איז א טעאריע אז אן אדלער ברענט זיך אפ די פעדערן אונטערן זון און קומט אראפ אויפגעפרישט יעדע צענטע יאר ממש שכל'דיג, ס'איז זיכער פיל מער שכל'דיג ווי צו זאגן אז פיצעלע חיה'לעך וואס מ'קען נישט זעהן מיט די אויגן זענען גורם רוב מחלות. מעגליך אז איר האט שוין געזעהן אמאל באצילן אונטערן מייקראסקאפ, אבער רוב עולם נישט, און די גרעסטע ראציאנאליסטן גלייבן עס.
(לולי דמסתפינא אז מ'וועט מיר דא צורייסן וואלט איך אייך געפרעגט, פון וואו ווייסט איר טאקע אז ס'איז נישט אמת? יא, ס'איז זייער נישט מסתבר, אבער אוממעגליך? מ'דארף קודם וויסן וואס נשר מיינט - ס'איז נישט זיכער אז eagle, עי' תוס' וראשונים בחולין בסוגיא דנשר -, איר נאכגיין וויאזוי זי לעבט אין jungle - ווייל אפשר אין געפענגעניש משתנים הטבעים - פאר צען יאר, און אויב וועט זיך ארויסשטעלן אז ס'פאסירט נישט ווייסן מיר אויף זיכער אז היינט געשעהט עס נישט, נישט מער. שוין, כ'האב גארנישט געזאגט 😳 ).
כ'האב שוין אביסל מרמז געווען אין רנה"ו אשכול, און מ'קען נאך זייער אסאך מאריך זיין, אז אויב וויל מען באקעמפן איגנאראנץ, אשתגע-דרא, "סיסטעם", און פארטרייבן אמונות טפלות, איז די וועג נישט צו גיין בסופה ובסערה, פרובירן אפירצוזוכן יעדע קוריאזע זאך און לאכן, דאס ברענגט בלויז א פיל שארפערע קאונטער-רעאקציע. שכל זאגט אזוי, און היסטאריע זאגט עס נאך שטערקער.
לאמיר זיך פארשטעלן אזא מעשה: א קלוגער יוד וואס האט ליב צו טראכטן פאר זיך, אבער איז אויפגעוואקסן אין א היינטיגע סארט חרדישע שטוב, דרייט זיך אויף אייוועלט, און הערט זיך דארט אהן כל דבר אסור אויף קאווע-שטיבל ויושבי'. נו, ער האט דאך ליב אליינס אפצומאכן, קלאפט ער אריין, מיט ציטערדיגע פינגער, <a class="postlink" href="/">http://www.kaveshtiebel.com/</a> אינעם אדרעס-באר. וואס טראכט איר פאסירט אויב טרעפט איר זיך אהן מיט אזעלכע אשכולות וואו מ'איז פארנומען צו מאכן א בראטל פון יעדע קלייניגקייט, ליצנות מאכן און אפשפעטן פון יעדע זאך וואס קלאפט נישט 101 פראצענט מיט אריסטו'ס פילאזאפיע, און אזוי ווייטער? כ'וועל אייך פארציילן, ער מאכט צו שאקירט דעם בראוזער, טראכטנדיג ביי זיך "ריכטיגע משכילים, אמתע ליצים און אפיקורסים", און ער טוט תשובה כל ימיו פארוואס ס'איז אים בכלל איינגעפאלן א מחשבה זרה אנדערש ווי "אנגענומען", ווערנדיג מער איגנאראנט ווי געווען.
אזא מעשה האט ווירקליך פאסירט, לפחות איין מאל, אבער מסתמא הונדערטער.
וואס איז ערגער, אזא מעשה אדער אז איינער זאל לפי תומו טראכטן אז אן אדלער ברוינט זיך אפ יעדע צען יאר? איז דאס ממש וואס כלל ישראל דארף יעצט?
אויב שטערט אייך אזוי שטארק אז געוויסע קענען אזוי מיינען, איז די עצה מרבה צו זיין מיט פרידליכע חכמה מאמרים. אויב וויל מען זיין פון די בונייך און נישט פון די מהרסייך איז די וועג לבנות ולא להרוס, און ווען איינער הייבט אן צו טראכטן הייבט ער שוין אליינס אהן צו פארשטיין וואו איין און וואו אויס. און אויב נישט איז אויך נישט עק וועלט, ווילאנג יענער ווייסט אז אידישקייט שטייט נישט אויף דעם באגרייף איך נאכאלץ נישט וואס איז אזוי געפערליך.
לאמיר זיך אלע פארנעמען ווי הרב
@שמעקעדיג מרבה צו זיין מיט פאזיטיווע מאמרים. ס'איז קיין שום ספק אז שמעקעדיג'ס
ארטיקל האט פיל מער שאנסן צו מאכן מענטשן טראכטן ווי למשל
אפלאכן פון א קבלה נישט צו שטיין ביי די מחיצות.
אוודאי איז נאכנישט קיין עולם התיקון, און אז ס'טוט וויי שרייט מען. מ'קען נישט האבן קיין טענות אויף איינעם וואס שרייבט קעגן זאכן וואס שטעלן ממש אין געפאר (לדעתו) דאס נארמאלקייט פון אונזער סאוסייעטי, א שטייגער ווי אשתגע דרא, און מ'מעג אביסל פארזיסן דאס ביטערקייט מיט הומאר. אבער אפילו ביי אזעלכע זאכן לוינט זיך צו מעסטן יעדעס ווארט, אפוועגן במשקולת של זהב, נישט אריינצומישן צופיל שטעכערייען און ליצנות, שלא יהא קלקלתו מרובה מתקנתו.
אבער דאס איז זיכער, אז אויב א באדייטענדע צאל אשכולות זענען איבער אזעלכע זאכן וואס אם לא יועילו לא יזיקו, מיט א שארפע קנאבל גערוך וואס איז נאר מגרע און גארנישט מוסיף, ברענגט דאס אן אומגעהויערען שאדן אן קיין ריוח בכלל.
איך בעהט אייך באמת איבער פאר מיין אויסברוך, לויט ווי איך פארשטיי אייערע ווערטער יעצט איז דאס אייך באמת נישט געקומען, כ'האב נאר געהאלטן נאכן ליינען עטליכע תגובות וואס האבן מיר געמאכט וואונדערן צו כ'האב נישט פארבלאנדזשעט צו עפעס א פארום ליוצאים בשאלה, די לעצטע שטרוי וואס האט צובראכן דאס קעמל'ס רוקן. אבער למעשה האב איך פארדינט אז כ'בין געוואויר געווארן אז כ'בין נישט דער איינציגסטער וואס פילט אזוי, איינער פון די מערסט טאלאנטפולע שרייבערס דא האט מיר געשריבן אין אישי בזה"ל:
הנ''לדאס פלאץ האט זיך שטארק ראדיקאליזירט לעצטנס און איך האב מיך שוין אפילו מתנזר געווען פון שטיבל פאר לאנגע וואכן.
אבער אפילו נאך אייער הסבר פארשטיי איך נאכנישט וואס די אשכול גייט אויפטון, און וואס ס'גייט שאדן מאכן איז זייער קלאר. שוין, כ'קען אייך נישט איינטיילן וואס צו טון, ואחזיק בפלך השתיקה. איך האף איר זענט מיר מוחל על העבר, כי מרוב שיחי וכעסי דיברתי עד הנה.