☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » די עבודה צו אפרישיעטן גאט

די עבודה צו אפרישיעטן גאט

31 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4726

שמעקעדיג » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 8:00 pm

· #149065
די עבודה צו אפרישיעטן גאט
אויב האט איינער באמערקט, זענען רוב ארטיקלען און תגובות דא אין שטיבל געשריבן היבש אויף א נעגאטיוון פארנעם. נישט אז ס'איז נישט אמת די אלע קלאגענישן, אבער למעשה ברענגט מען אממערסטנס ארויס דעם שרעקליכן מצב ביי אונז בגשם וברוח, צי מיט א פארביטערניש צי מיט הומאר, אבער דער רוח דא איז אין אלגעמיין נישט פאזיטיוו, כאטש עס זענען פאראן יוצאים מן הכלל. איך באקלאג זיך נישט און מיין נישט קיינעם, אבער כ'מיין יעדן און אויך מיר אליינס. עס איז פשוט א פאקט.

איך פלאן צו עפענען אפאר אשכולות במשך תשע"ד מיט א פאזעטיוון רוח, און איך האף אז דער עולם וועט הנאה האבן, נאך אלעם דארף מען אויך קוקן די גוטע זייט, און ווי מען זאגט אין ענגליש: "קאונט יואר בלעסינגס". וזה יצא ראשונה בעזר ה'.

אין ליכט פון הוגה'ס אשכול "די עבודה פון מוחל זיין גאט", האב איך געטראכט צו באשרייבן די אנדערע זייט אביסל, "די עבודה צו אפרישיעטן גאט". ווען מען עפנט א חובת הלבבות און אנדערע ספרים, בעיקר ספרי ר' אביגדור מיללער ז"ל, באגעגנט מען זיך כסדר מיט דעם איידיע אז מיר זענען ארומגענומען מיט אזויפיל חסדים אז מען נעמט עס שוין פשוט פאר "גרענטעד", מען אנערקענט עס שוין נישט ניטאמאל, און מען כאפט נישט אז מען דארף אפגעבן א שבח והודאה פאר השי"ת על כל נשימה ונשימה.

כדרכי, האב איך אסאך אין בויך, און מיינע מחשבות זענען נישט מסודר. איך שרייב און כיד ה' הטובה וועט דער עולם פארשטיין און מוסיף זיין אייגענע צוקער און האניג (אנשטאט זאלץ און פעפער, ווי געווענליך). אסאך רעיונות קען מען אפווענדן, און איך ווייס עס, און איך קען עס טאקע באשטיין אויסצושמועסן.

איז אזוי. דאנקען השי"ת אויף די גוטע זאכן וואס מען האט איז וויכטיגער ווי מתפלל זיין אויף וואס מען האט נישט. עס איז הכרת הטוב, און עס ברענגט א מער פאזיטיוון קשר צווישן דעם מענטש און באשעפער. עס מאכט א מענטש בשמחה און AWARE אויף זיינע פילע גוטע זאכן וואס ער פארמאגט. א דוגמא דערויף פון ר' אביגדור: ווען א מענטש שפירט א ווייטאג אין א פינגער, טראכט ער אמאל אז שוין חדשים און יארן וואס די פינגער ארבעטן אים בסדר גמור אן קיין פראבלעמען? וויפיל ברויט האט ער שוין אנגעכאפט צו עסן במשך זיין לעבן? וויפיל מאל האט ער גענוצט דעם פינגער זיך צו קראצן, אנצוגרייטן זאכן, אפטייפן תגובות? וויפיל מאל האסטו סוקסעספול געקוועטשט די קנעפלעך פונעם קיבאורד אויף דיין קאמפיוטער? און נאך הונדערטער זאכן וואס מען כאפט ניטאמאל? אז דו האסט ציין ווייטאג, ביז נעכטן האבן אלע ציינער פונקציאנירט בשלימות, קענסט משיג זיין וויפיל עסן דו האסט שוין צעקייעט דערמיט?

די וועלט זאגט (יואב, פליז, באוואש מיר נישט) אז ווען מען גייט אין שפיטאל, הייבט מען אן צו דאנקען גאט פאר די געזונט וואס מען האט, אז אלע קאמפליצירטע רמ"ח אברים און שס"ה גידים פונקציאנירן כראוי וכדבעי, the way they are designed to run and function, טא פארוואס ווארטן ביז מען זעהט די אנדערע ליידן?

מען שטייט אויף צופרי הייבט מען גלייך אן דאנקען השי"ת פאר זיינע חסדים. מודה אני לפניך. און במשך דעם דאווענען לויבט מען ה' פיל מער ווי תפלות און בקשות אויף להבא. גאנץ פסוקי דזמרה איז לויב צו ה'. און שפעטער ביי שמו"ע, מודים אנחנו לך... ועל נסיך שבכל יום עמנו, ועל נפלאותיך וטובותיך שבכל עת (אגב, די ווערטער 'ערב ובוקר וצהרים' גייט ארויף אויף פריער, א המשך אויף "ונספר תהלתך", נישט אויף "שבכל עת"). צי טראכטן מיר אמאל אריין די אפטייטש פון די ווערטער? שב"ק, די מודה אני לפניך על כל החסד אשר עשית עמדי וכו' ועם כל בני ביתי... עס צעגייעט דאך אין די ביינער!

מען וואלט געקענט מאכן א ליסטע ריזיג לאנג פון אלע חסדי ה'. אסאך דערויף האבן חז"ל און די אכה"ג מתקן געווען ברכות, למשל פוקח עורים אז מיר קענען ב"ה זעהן, מלביש ערומים אז מיר האבן קליידער, מתיר אסורים וזוקף כפופים אז אלע אונזערע אברים און ביינער ארבעטן גוט און מען קען זיך אראפזעצן און אויפשטעלן נארמאל... האט איר שוין געטראפן איינעם מיט א סטראוק ל"ע? זענען מיר נישט גליקליך?

וויפיל מאל האבן מיר געשפירט באליבט ביי אנדערע מענטשן, פון די אייגענע ווייב און קינדער ביז חברים וקרובים? וויפיל לייקס האסטו באקומען? (קוק ווער עס רעדט), וויפיל נחת האסטו געשעפט פון דיינע קינדער? פון דיינע זיסע בעביס מיט די לעכטיגע אייגעלעך וועלכע מיט די שמייכל שרייעט זי "טאטא"? וויפיל גוטע פעטע סאפערס האסטו אריינגעריקט און ביי בורא נפשות פארגעסן אמת'דיג צו דאנקען וועמען מען דארף? וויפיל געשמאקע סעודות אריינגערוקט, שבתות וימים טובים און שמחות? וויפיל מאל ביסטו גוט געשלאפן און אויפגעשטאנען געזונט און פריש ווי א נייער מענטש, בערב ילין בכי ולבוקר רנה? וויפיל שיינע הערליכע איינגענעמע וועטערס איז געווען? פארוואס געדענקסטו נאר די איינצעלנע געציילטע הייסע נאסע טעג אדער הוריקעין און שטורעמס און ביטערע קעלט?

ידידינו החשוב כמר @ידען האט געעפנט א אשכול "איך לויב דעם אייבערשטן". דער אשכול איז כמעט ליידיג. פארוואס, רבותי, פארוואס? מיר האבן נישט געטראפן אויף וואס צו דאנקען? עס פעלט אונז גוטע זאכן אין לעבן? איר האט א אייגענע הויז? איר האט קינדער? איר באקומט אמאל גוטע גריסן אויף אייערע קינדער? שעפט איר נחת ווען איר פארהערט זיי? ביסטו געווען אויף א געשמאקע וואקאציע? האסט א קאר? עס איז דיר ווארעם ווינטער און קאלט זומער? האסט א לעבן הונדערט מאל באקוועמער ווי דיינע זיידעס, אלעס צוגעשטעלט "אינסטענט"?

ר' אביגדור איז מסביר נאך טיפער. אפילו די ווייטאגן זענען דאך אויך לטובה. אפגערעדט פון דעם אז מיר גלייבן דאך אז אלעס איז העכערע זאכן להטיבך באחריתך, אבער אפילו אויף אונזער מדריגה, ווען דער צאן טוט דיר וויי איז עס א סימן אז עפעס איז נישט אין ארדענונג און דו דארפסט גיין צום דאקטאר, אדער בעסער קעהר נעמען פון דיינע ציין! ווען מיר זאלן נישט שפירן קיין ווייטאג, וואלטן אסאך שרעקליכע זאכן געקענט פאסירן אומערווארטעט ח"ו. קומט דאך אויס אז דער ווייטאג איז נאר א חסד פון באשעפער.

ווען מען נעמט צוזאמען די אלע חסדים, און מען לייגט עס אויפן רעכטן זייט וואגשאהל, און דערנאך די שוועריגקייטן פונעם יאר אויפן לינקן זייט, וואס טראכט איר, וועלכע וואלט אריבערגעוואויגן?

יאיר » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 8:23 pm

· #149072
געוואלדיגע ווערטער, שמעקעדיג. לאמיר נישט פארגעסן יעדן צופרי בשעת'ן טרינקען די קאווע די אלטע חתימה דיינע: ריחא מילתא היא, לריח ניחוח אשה לה'.
און יא, פארוואס פארגעסן מיר די פילע טובות וואס מיר האבן? ווייל ס'איז נישט אינטערעסאנט. מע, נאכאמאל געגעסן, נאכאמאל געשלאפן, נאכאמאל פארברענגט מיט די ווייב און קינדער און חברים. דאס איז דאך רעגורעל. מענטשן האבן ליב נייעס. אז א ציין טוט וויי איז אינטערעסאנט, סתם ס'ארבעט ווי געווענליך, דאס איז לאגנווייליג.

קאווע טרינקער » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 9:37 pm

· #149104
[ציטאט אראפגענומען]

א חידוש! קיינמאל נישט געהערט דערפון.

ביבער » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 9:57 pm

· #149116
שוין פון אלס קינד באדערט מיר די קשיא סמסתמא אמעראציש אבער לא הביישן למד אפשר קען עס מיר דא איינער אויסקלארן, פארוואס מוז איך אפרישיעטן גאט ווען ער געט מיר לופט צום אטעמען אדער עסן צום לעבן, אז ער האט מיר באשאפן איז דאך נישט מער ווי יושר אז ער זאל מיר צושטעלן אלעס איך זאל קענען לעבן, נישט אזוי? אז מיין בעלעבאס געט מיר א קאמפיוטער צו ארבעטן מוז איך אים זאגן שקויעך?
אפשר פארקערט אפשר זאל גאט מכיר טובה זיין די מענטשן ווייל אן אונז ווער וואלט געוואוסט פון אים? סשטייט דאך אז כביכול צווינגט די נשמה אראפצוגיין, נו אלס הכרת הטוב זאל מען אונז כאטש צושטעלן דאס לעבן ווי א פייוו סטאר האטעל?

מאטי » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 10:04 pm

· #149123
שמעקעדיג !!! יישר כוח !! גראדע האסטו אפגעשריבן גאנץ א נעגעטיווער שמאעזיע פאר ראש השנה, אבער מאכט נישט אויס, ״עת לבכות ועת לשחוק״.
אין מיין דרעפט ליגט גראדע אן אומגעענדיגטער ארטיקל טאקע איבער די נושא פון הכרת הטוב ווי אן ענטפער אויף דיין דערמאנטען אשכול. כ׳האף צו פאוסטן ווי שנעלער.

ידען » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 10:22 pm

· #149142
כאב שוין אויך פארגעסען פון מיין אשכול..

ישר כח שמעקעדיג פאר מיך דערמאנען 🙂

הוגה » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 10:23 pm

· #149144
זייער א שיינע ארטיקל, א יעדעס ווארט איז אמת און נאטירליך, יוצאים מן הלב. איינע פון די סיבות מן הסתם פארוואס רוב ארטיקלן זענען נעגאטיוו בכלליות איז ווייל נעגאטיוויטי רופט ארויס שטארקע אינטערעסע און ריספאנס. דאס איז אויך די סיבה פארוואס די מידיע איז אויך נעגאטיוו געשטימט ווייל דאס פארקויפט זיך בעסער. ווען איך ליין א פאזיטיווע ארטיקל, פילט זיך זייער גוט, אבער ס'נישט דא וואס צו צולייגן, גיבט מען א לייק און מ'גייט ווייטער. אבער די שרייבער בלייבט מיט א האלב ליידיגע אשכל (אזוי ווי ידענ'ס אשכל). אויב וויל מען א 5 בלעטער תגובות מוז געווענטליך זיין עפעס נעגאטיוויטי.

@ביבער, דיין סברא ווערט שוין דערמאנט. פאר דעם זאגט מען ברוך "אלוקינו" שאכלנו משלו, ווייל די אייבירשטער איז מחויב אונז צו שפייזן מן הדין. אבער עס קומט צו דאנקן אפילו ווען איינער טוט דיר עפעס וואס קומט דיר. איך האב שוין מאריך געווען דערוועגן אין עפעס א אשכל פון ברסלב'ער.

ונבנתה העיר » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 10:34 pm

· #149166
נישט אפצוקיהלן די התלהבות, אבער כביבער ועוד האט זיך ביי מיר קיינמאהל נישט אפגעלייגט די סארט חשבונות.

אר יו קידדינג מי? די דריי פארכאפטע פרויען האבן אויך געדארפט מכיר טובה זיין זייער קידנעפער (קיד?) אז ער האט זיי געגעבן עסן און לופט? אפשר זאלן זיי איהם קושן די פיס אז ער האט - ברוב טובו - זיי נישט צובראכן אלע פינגער? ער האט זיי גערעיפד? נו, די לעצטע שעה האט ער נישט...

ובפרט אז עס קאסט איהם גארנישט, וואס גייט איהם דען אהן אז נאך א איד זאל האבן א חיים טובים.

עס קומט איהם בערך די זעלבע קרעדיט וואס קומט מיר פאר'ן נישט אויסציפן מיין שכן עד שיצא נשמתו.

משה געציל » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 11:07 pm

· #149218
הערליך!

יאיר » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 11:27 pm

· #149237
ביבער
שוין פון אלס קינד באדערט מיר די קשיא סמסתמא אמעראציש אבער לא הביישן למד אפשר קען עס מיר דא איינער אויסקלארן, פארוואס מוז איך אפרישיעטן גאט ווען ער געט מיר לופט צום אטעמען אדער עסן צום לעבן, אז ער האט מיר באשאפן איז דאך נישט מער ווי יושר אז ער זאל מיר צושטעלן אלעס איך זאל קענען לעבן, נישט אזוי? אז מיין בעלעבאס געט מיר א קאמפיוטער צו ארבעטן מוז איך אים זאגן שקויעך?
אפשר פארקערט אפשר זאל גאט מכיר טובה זיין די מענטשן ווייל אן אונז ווער וואלט געוואוסט פון אים? סשטייט דאך אז כביכול צווינגט די נשמה אראפצוגיין, נו אלס הכרת הטוב זאל מען אונז כאטש צושטעלן דאס לעבן ווי א פייוו סטאר האטעל?

דאס איז דאך ממש פונקט ווי די אפיקורס'ישע קשיא פארוואס מיר דארפן דאנקען דעם באשעפער פאר'ן אונז ארויסנעמען פון מצרים, אמער, ער אליין האט אונז דאך אריינגעשטעלט דארט??

ביבער » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 12:12 am

· #149284
@יאיר איך וואלט עס נישט פארגליכן ווייל גלות ויציאת מצרים איז א מאורע ארויס פון נארמאלן דרך העולם און מעגליך אז אנדערע סיבות למשל מענטשןס מעשים האבן געהאט חלק דארט, אבער אטעמען, עסן, טרונקען, זון, רעגן, ווינט, דאס אלעס מוז דאך זיין לקיום העולם איז פארוואס זאל דער מענטש דארפן דאנקען פאר דעם?

נולד מאוחר » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 12:15 am

· #149287
ביבער
שוין פון אלס קינד באדערט מיר די קשיא סמסתמא אמעראציש אבער לא הביישן למד אפשר קען עס מיר דא איינער אויסקלארן, פארוואס מוז איך אפרישיעטן גאט ווען ער געט מיר לופט צום אטעמען אדער עסן צום לעבן, אז ער האט מיר באשאפן איז דאך נישט מער ווי יושר אז ער זאל מיר צושטעלן אלעס איך זאל קענען לעבן, נישט אזוי? אז מיין בעלעבאס געט מיר א קאמפיוטער צו ארבעטן מוז איך אים זאגן שקויעך?
אפשר פארקערט אפשר זאל גאט מכיר טובה זיין די מענטשן ווייל אן אונז ווער וואלט געוואוסט פון אים? סשטייט דאך אז כביכול צווינגט די נשמה אראפצוגיין, נו אלס הכרת הטוב זאל מען אונז כאטש צושטעלן דאס לעבן ווי א פייוו סטאר האטעל?

אז די געבסט דיינע קונדערלעך עסן קליידער און שעלטער דארפן זיי דיר נישט מכיר טוב זיין, ווייל די האסט זיי געבוירן?

ביבער » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 12:19 am

· #149295
קארעקט אויב איך ברענג זיי אהער בין איך רעספאנסעבל פאר זיי, נישט אזוי?

מאטי » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 2:09 am

· #149356
הכרות הטוב איז לאו דוקא אויף א טובה לפמש״ה. לא תתעב מצרי כי גר היית בארצו. עיין כאן

ברסלבער » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 9:23 am

· #149390
@שמעקעדיג, א מחי' צו ליינען דיינע ווערטער, עס צוגייט די געשמאק אין אלע ביינער.
איך ווייס נישט פונקליך די סיבות פארוואס דער אייבערשטער האט מיר דא אראפ געשיקט, אבער למעשה זעה איך אז ער האט אראפ געשיקט נאך אסאך מענטשן וואס זענען געקנאטן פונעם זעלבן טייג ווי מיר, און משום איזה סיבה וואלט איך זיך קיינמאל נישט געוואלט טוישן מיט זייער ביטער לעבן (אדער ווי מאטי רופט עס זייער זארגלאזע לעבן), און אויף דעם וועל איך דאנקן און לויבן דעם אייבערשטן.
רבי נחמן ברסלבער זאגט: ווען א איד דאנקט דעם אייבערשטן אויף זיין גוטע און פיינע לעבן, זאגט אים דער אייבערשטער "דאס מיינט א גוט לעבן? איך וועל דיר ווייזן וואס מיינט גוט!" און ער באקומט נאך אסאך מער גוטס, און פארקערט ווען איינער רעדט זיך שטענדיג אפ ווי שווער עס גייט אים, באקומט ער א פארקערטן ענטפער.
מלכותא דרקיע כעין מלכותא דארעא, טראכט אריין, פאר וועם וואלסטו ענדערש געטוהן א טובה? פאר איינעם וואס זאגט שטענדיג ש'כח און באדאנקט זיך, אדער פאר איינעם וואס טרעפט אייביג פון אונטער דער ערד פארוואס זיך אפצורעדן?

הוגה » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 9:32 am

· #149396
ברסלבער

רבי נחמן ברסלבער זאגט: ווען א איד דאנקט דעם אייבערשטן אויף זיין גוטע און פיינע לעבן, זאגט אים דער אייבערשטער "דאס מיינט א גוט לעבן? איך וועל דיר ווייזן וואס מיינט גוט!" און ער באקומט נאך אסאך מער גוטס.


עס הערט זיך זייער געשמאק און ווי געשמאק און זיס וואלט געווען ווען עס וואלט געווען אמת. אבער במציאות איז דאס נישט אמת. פארוואס זאג איך דאס? איינס, ווייל דיין (ר' נחמנ'ס) סטעיטמענט איז א פאטש אין פנים פאר אלע וואס דער טריק ארבייט נישט פאר זיי. צוויי, כדי מען זאל וויסן די רעאליטעט ואל ישעו בדברי שקר און דערנאך זיין דיסעפוינטעד.

טעפל » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 9:33 am

· #149398
ונבנתה העיר
נישט אפצוקיהלן די התלהבות, אבער כביבער ועוד האט זיך ביי מיר קיינמאהל נישט אפגעלייגט די סארט חשבונות.

אר יו קידדינג מי? די דריי פארכאפטע פרויען האבן אויך געדארפט מכיר טובה זיין זייער קידנעפער (קיד?) אז ער האט זיי געגעבן עסן און לופט? אפשר זאלן זיי איהם קושן די פיס אז ער האט - ברוב טובו - זיי נישט צובראכן אלע פינגער? ער האט זיי גערעיפד? נו, די לעצטע שעה האט ער נישט...

ובפרט אז עס קאסט איהם גארנישט, וואס גייט איהם דען אהן אז נאך א איד זאל האבן א חיים טובים.

עס קומט איהם בערך די זעלבע קרעדיט וואס קומט מיר פאר'ן נישט אויסציפן מיין שכן עד שיצא נשמתו.

דאס קען פאסירן און דאס האט אפילו א נאמען שטוקלהום סינדרום.

ברסלבער » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 9:36 am

· #149399
הוגה
ברסלבער

רבי נחמן ברסלבער זאגט: ווען א איד דאנקט דעם אייבערשטן אויף זיין גוטע און פיינע לעבן, זאגט אים דער אייבערשטער "דאס מיינט א גוט לעבן? איך וועל דיר ווייזן וואס מיינט גוט!" און ער באקומט נאך אסאך מער גוטס.


עס הערט זיך זייער געשמאק און ווי געשמאק און זיס וואלט געווען ווען עס וואלט געווען אמת. אבער במציאות איז דאס נישט אמת. פארוואס זאג איך דאס? איינס, ווייל דיין (ר' נחמנ'ס) סטעיטמענט איז א פאטש אין פנים פאר אלע וואס דער טריק ארבייט נישט פאר זיי. צוויי, כדי מען זאל וויסן די רעאליטעט ואל ישעו בדברי שקר און דערנאך זיין דיסעפוינטעד.

איך הער פארוואס דו זאגסט עס. אבער פון וואו נעמסטו צו זאגן אז עס איז נישט אמת? האסט עס פרובירט?

הוגה » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 9:44 am

· #149403
איך זאג עס ווייל איך קען אסאך מענטשן וואס דאנקן גאט פאר זייערע גוטע לעבן און פאר אלעם גוטס וואס די אייבירשטער גיבט זיי, און עס ווערט זיי גארנישט בעסער און אסאך מאל ווערט עס ערגער.

ברסלבער » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 9:51 am

· #149407
איך הער. איך האב נישט געמאכט קיין סורוועי, אבער ביי מיר ארבעט עס יא כמה פעמים, מבשרי אחזה אלוה.

שמעקעדיג » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 9:52 am

· #149408
יאיר
דאס איז דאך ממש פונקט ווי די אפיקורס'ישע קשיא פארוואס מיר דארפן דאנקען דעם באשעפער פאר'ן אונז ארויסנעמען פון מצרים, אמער, ער אליין האט אונז דאך אריינגעשטעלט דארט??

אפיקורס'יש? חס וחלילה. די ספרים הקדושים פרעגן די קשיא, ועיי' בבני יששכר לפסח.

הוגה » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 10:49 am

· #149428
ברסלבער
איך הער. איך האב נישט געמאכט קיין סורוועי, אבער ביי מיר ארבעט עס יא כמה פעמים, מבשרי אחזה אלוה.


אה, אז ס'האט געארבייט ביי דיר בין איך גאר פרייליך (און פארגעס נישט צו דאנקן גאט 🙂 ). אבער צו קענען זאגן א blanket סטעיטמענט אז דאס ארבייט אלעמאל דארף מען קוקן די סטאטיסטיקס און זעהן וויפיל מענטשן האבן געדאנקט גאט און וואס זענען געווען די תוצאות, און וויפיל מענטשן האבן נישט געדאנקט גאט און וואס זענען געווען די תוצאות. און דערנאך דארף מען מאכן זיכער אז ס'דא א דיירעקט קארילעישאן. איך האב אויך נישט געמאכט קיין סערוועי אבער פון די ריאליטעט פון די טאג טעגליכע לעבן זעהט עס נישט אויס ווי דו זאגסט. איך מיין אז אזעלכע סטעיטמענטס טוען נאר אפשוואכן די אלגעמיינע אמונה פון די וואס גלייבן דערין.

שמעקעדיג » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 11:14 am

· #149438
איך האב אסאך צו ענטפערן, איך האלט אינמיטן שרייבן אבער כ'ווער כסדר געשטערט און איבערגעהאקט. איך האף נאך היינט ארויפצולייגן א שטיקל ביאור און הסבר אויף די אלע פראגעס און ספיקות בעז"ה.

שליח » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 11:53 am

· #149451
ביבער
אז מיין בעלעבאס געט מיר א קאמפיוטער צו ארבעטן מוז איך אים זאגן שקויעך?


ווען אייער באלעבאס וואלט באשאפן דער מושג באלעבאס בכלל (בעפאר אים וואלטן אלע מענטשן געווען ארבעטסלאז), וואלט איר אוודאי געדארפט עקסטער דאנקן אויפן קאמפיוטער אויך. ער וואלט דאך געקענט אויסשטעלן די כללים אז איר דארפט אייך פארשאפן אייערע אייגענע כלים.
מ'קען נישט פרעגן אז די אלע זאכן וואס דער רבוש"ע שטעלט צו זענען נארמאל, ווייל זיי זענען נאר נארמאל ווייל אזוי האט דער בוכ"ע געוואלט, להיטיב לבריותיו. די מפרשים לגבי ברהמ"ז זאגן נאר אז למעשה אין די וועלט וואס דער רבוש"ע האט באשאפן קומט מן הדין צו שפייזן.

חוץ מזה, ווען אייער באלעבאס געבט אייך א סופער-קאמפיוטער, אויסגעשטאט מיט די מערסטע פארגעשריטענע באקוועמליכקייטן, דארפט איר אים אוודאי דאנקן.
דער רבוש"ע האט אונז געגעבן אזויפיל זאכן וואס פעלן בכלל נישט אויס צו פונקציאנירן, בלויז להחיות בהם נפש כל חי, אויב הייבט מען אן א ליסטע וועט מען קיינמאל נישט ענדיגן. וואס וואלט געווען ווען מיר זעען ווען נישט קיין קאלירן, בלויז black and white (און grey)? מיר וואלטן בכלל נישט געוויסט ווי שטארק מ'קען הנאה האבן פון זעהן זאכן אויף די וועלט! וואס וואלט געווען ווען ביימער, גראזן, שניי, הימלען, שטערנס, און כמעט יעדע אנדערע נאטורליך-באשאפענע זאך וואלטן נישט געווען אזוי שיין ווי זיי זענען?
און דאס איז נאר חוש-הראי'. באטראכט סיי וועלכע רענדאם זאך וואס פאלט אייך איין וועט איר מסתמא טרעפן דערין עפעס א חסד ה' וואס דער רבוש"ע איז אייך בכלל נישט שולדיג.

דאס איז שוין חוץ דער ענין וואס אנדערע האבן דערמאנט, אז מ'דארף דאנקן אויך אויף זאכן וואס קומען בדין.

הוגה
ברסלבער

רבי נחמן ברסלבער זאגט: ווען א איד דאנקט דעם אייבערשטן אויף זיין גוטע און פיינע לעבן, זאגט אים דער אייבערשטער "דאס מיינט א גוט לעבן? איך וועל דיר ווייזן וואס מיינט גוט!" און ער באקומט נאך אסאך מער גוטס.


עס הערט זיך זייער געשמאק און ווי געשמאק און זיס וואלט געווען ווען עס וואלט געווען אמת. אבער במציאות איז דאס נישט אמת. פארוואס זאג איך דאס? איינס, ווייל דיין (ר' נחמנ'ס) סטעיטמענט איז א פאטש אין פנים פאר אלע וואס דער טריק ארבייט נישט פאר זיי. צוויי, כדי מען זאל וויסן די רעאליטעט ואל ישעו בדברי שקר און דערנאך זיין דיסעפוינטעד.


צו ס'איז אמת צו נישט (ביי מיר ארבעט עס אויך געווענליך), איז עס אלעמאל אמת מצד אחר. הנאה ווענדט זיך אין perception (ס'איז דא א ר"ן לענין דבר שאין מתכוין בהנאה, ובשיח השדה האריך). א מענטש וואס טראכט אלעמאל ווי גוט ס'גייט אים, וועט במציאות מער הנאה פון די פאר זאכן וואס גייען אים גוט און ווייניגער געשטערט ווערן פון די זאכן וואס נישט, וחילופיהן בגולם, ווי דער באוויסטער משל מיט א בעטלער וואס איז געשטארבן נישט וויסנדיג וויפיל מיליאנען איינער האט אים געלאזט אין באנק.
(און פארשטייט זיך אז איינער וואס זאגט נאר אז ער דאנקט, וכל כוונתו כדי ס'זאל בעסער ווערן, האט גארנישט געטון. וממילא בדבר המסור ללב איז נישט שייך צו מאכן קיין סורוועי).

שמעקעדיג » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 1:59 pm

· #149473
ביבער
שוין פון אלס קינד באדערט מיר די קשיא סמסתמא אמעראציש אבער לא הביישן למד אפשר קען עס מיר דא איינער אויסקלארן, פארוואס מוז איך אפרישיעטן גאט ווען ער געט מיר לופט צום אטעמען אדער עסן צום לעבן, אז ער האט מיר באשאפן איז דאך נישט מער ווי יושר אז ער זאל מיר צושטעלן אלעס איך זאל קענען לעבן, נישט אזוי? אז מיין בעלעבאס געט מיר א קאמפיוטער צו ארבעטן מוז איך אים זאגן שקויעך?
אפשר פארקערט אפשר זאל גאט מכיר טובה זיין די מענטשן ווייל אן אונז ווער וואלט געוואוסט פון אים? סשטייט דאך אז כביכול צווינגט די נשמה אראפצוגיין, נו אלס הכרת הטוב זאל מען אונז כאטש צושטעלן דאס לעבן ווי א פייוו סטאר האטעל?


ונבנתה העיר
נישט אפצוקיהלן די התלהבות, אבער כביבער ועוד האט זיך ביי מיר קיינמאהל נישט אפגעלייגט די סארט חשבונות.

אר יו קידדינג מי? די דריי פארכאפטע פרויען האבן אויך געדארפט מכיר טובה זיין זייער קידנעפער (קיד?) אז ער האט זיי געגעבן עסן און לופט? אפשר זאלן זיי איהם קושן די פיס אז ער האט - ברוב טובו - זיי נישט צובראכן אלע פינגער? ער האט זיי גערעיפד? נו, די לעצטע שעה האט ער נישט...

ובפרט אז עס קאסט איהם גארנישט, וואס גייט איהם דען אהן אז נאך א איד זאל האבן א חיים טובים.

עס קומט איהם בערך די זעלבע קרעדיט וואס קומט מיר פאר'ן נישט אויסציפן מיין שכן עד שיצא נשמתו.



איך האב שטארק הנאה פון ביבערס פראגע, ווי אויך פון ונבנתה, ווייל די זאכן באדערט מיר שוין אויך יארן לאנג (זעה וואס איך האב אביסל געפרעגט דא). אבער איך בין נישט געזעצן מיט פארלייגטע הענט, איך האב גענישטערט, געפרעגט קלוגע אידן, געלייענט - ויגעת ומצאת תאמין - פון צווישן די אלע זאכן האב איך ארויסגעקראצט א שטיקל מהלך צו פארענטפערן, כאטש עס איז ווייט נישט בשלימות, אבער א שטיקל אמת האט עס זיכער אין זיך, ועוד ידי נטויה, עס איז נאך פאראן אסאך צו לערנען. (עס איז פאראן אפאר חלקים, קען זיין כ'וועל צאממישן, סאו פליעז ביער וויט מי).

דו פארגלייכסט דעם באשעפער צו א בעה"ב וואס גיט א קאמפיוטער צו ארבעטן. לאמיר זעהן, איז עס דען א ריכטיגע פארגלייך? גיט דען דיין בעה"ב פאר יעדן א קאמפיוטער? אדער איינער באקומט א בעזעם מיט א שמאטע צו רייניגן דעם טוילעט, א צווייטער באקומט א היי-לאו צו שלעפן און מאנעווערירן די באקסעס אינעם ווערהאוז, און א דריטער באקומט א קאר ארומצודרייוון און סעילסן פאר די קאמפאני, א.א.וו. אזוי אויך, דו ווייסט נישט פארוואס דו ביסט אראפגעקומען אויף דער וועלט. דו (און איך און יעדער...) מיינסט אז דו דארפסט זיך אייביג גוט פילן, אלע רמ"ח אברים ושס"ה גידים זאל ארבעטן פערפעקט, דו דארפסט האבן א פיינע שטוב אויפצואוואקסן מיט גוטע עלטערן, דערנאך טרעפן א פיינע ישיבה, און טרעפן א גוטן שידוך, און האבן שיין גרינג פרנסה, און קענען האבן א שיעור צופרי און ביינאכט, און דערנאך האבן א שיינע שטוב מיט זיסע וואוילע געזונטע קינדער, און זיי אלע חתונה מאכן גרינגערהייט און שעפן נחת, און אויסלעבן די יארן בשיבה דשנים ורעננים, און דערנאך אויסהויכן די נשמה מיט א מיתת נשיקה...

אבער פאקטיש איז קיינער נישט גענצליך באפרידיגט, קיינער האט נישט אלעס, און יעדן קוועטשט די שיך ערגעץ אנדערש. איינער מוטשעט זיך מיט שידוכים, אן אנדערער מיט פרנסה, א דריטער מיט קינדער, צי ברוחניות צי בגשמיות, ה' ישמרנו. פארוואס איז דאס אזוי? טאקע נאר וועגן אונזערע עבירות? זיכער אז נישט, כאטש עס שפילט מסתמא א פאקטאר. פאר די עבירות באצאלט מען בעיקר אויף יענע וועלט (סאפאוזעטלי, ווייל פאר זיינע צדיקים לאזט ער ענדערש אפקומען דא ווי איידער דארט, ואכ"מ). אבער יעדער מענטש ווערט געבוירן מיט א בלו-פרינט, ווי אזוי זיין לעבן גייט אויסזעהן, כדי ער זאל קענען צוקומען צו זיין ריכטיגע תיקון הנפש, און צו אלעם האט דער מענטש מסכים געווען מרצונו הטוב בעפאר ער איז אראפגעקומען אויף דער וועלט, און האט געזעהן אלע אפציעס פאר זיך.

וואס האט דער באשעפער פון א מענטש וואס זיצט אין תפיסה און קען (כמעט) נישט מקיים זיין קיין תורה ומצוות? קען נישט מחנך זיין די קינדער? פון אויבן-אויף קוקט אויס אז ער שימעלט אפ זיין לעבן (רח"ל)? וואס האט דער בורא פון די קראנקע מענטשן אין די שפיטעלער, בפרט די וועלכע זענען אין א קאומע פאר לאנגע יארן אן קיין האפענונג ה"י? פארוואס זאגט די הלכה אז מען דארף אויסציעהן יענעמ'ס לעבן ווי לענגער ס'איז מעגליך טראץ דעם וואס ס'איז פון אויבן-אויף א שאד? דאס אלעס פארציילט אז עס זענען פאראן חשבונות העכער אונזערע השגות. ווי אזוי האט נאר יענער צדיק געזאגט פאר זיין חסיד נאכן בעטן די הייליגע טעג אויף הרחבת הדעת: ווער זאגט אז השי"ת דארף דיין זעקס שעה לערנען מיט הרחבת הדעת? אים איז חשוב'ער דיין פארפלאגטע טאג, צובראכענע געכאפטע מנחה און אויסגעקארגטע האלבע שעה שיעור!

דאס אלעס איז נישט קיין נייעס פאר אונז, יעדער וואס לערנט אביסל ספרי חסידות ווייסט דאס. לאמיך צוקומען צו א אנדערע נקודה.

מען האט שוין עטליכע מאל געשמועסט דא אין שטיבל בשם ספרים הקדושים, אז די אלטימעיט ציהל פון א איד איז דביקות בה'. האבן א קאנעקשאן מיט השי"ת. יעדער טוט עס דורך אן אנדער אופן. דורך אנדערע מצוות. און אפילו נישט דוקא דורך מצוות, אויב ה' באשטימט אזוי, ווצב"ש דער קראנקער איד אין שפיטאל. ער קען זיך מדבק זיין דורך תפלה צו ה', אנדערע טוען דאס דורך חסד, אנדערע דורך תורה. אבער די בעסטע, גרינגסטע און מערסט-פאזיטיווע וועג, איז דורך דאנקען השי"ת אויף וואס מען האט! איך האב אנגעהויבן אויבן מיין ארטיקל מיט די פאלגענדע ווערטער: "דאנקען השי"ת אויף די גוטע זאכן וואס מען האט איז וויכטיגער ווי מתפלל זיין אויף וואס מען האט נישט. עס איז הכרת הטוב, און עס ברענגט א מער פאזיטיוון קשר צווישן דעם מענטש און באשעפער. עס מאכט א מענטש בשמחה און AWARE אויף זיינע פילע גוטע זאכן וואס ער פארמאגט". אז מען ווייסט ביי זיך אז דער ציהל איז קשר מיט הקב"ה, איז דאס דער בעסטער קשר, צו דאנקען און לויבן.

די פשט פון ברסלבר'ס סברא (בשם צדיקים) אז ווען מען דאנקט ה' דאן גיבט ער נאך גוטע זאכן איז טאקע אט דאס, אז השי"ת זעהט אז דער קשר בויעט זיך אויפן פאזיטיוון אופן, איז דאס א בחינה פון זה נהנה וזה נהנה. אבער ביי רוב מענטשן גייט עס דאך נישט אזוי. פון די גוטע זאכן פארגעסט מען, קוים וואס מען טראכט דערפון, נאר ווען מען קומט אין א עת צרה נעמט מען דעם תהלימ'ל און מען הייבט אן בעטן און מתפלל זיין, און ליידער ווען מען ווערט געהאלפן פארגעסט מען ווידעראמאל פון אים, און מען גייט צוריק צום אלטן. פאר אזעלכע מענטשן איז נישטא קיין אנדערע ברירה נאר זיי צו שיקן נאך טשאנסעס צו מתפלל זיין... ממש א שאד!

דער אמת איז, אז דאנקען אליינס איז נישט גענוג, די ספרים זאגן אז מען זאל אויך מתפלל זיין אויף להבא (וכידוע בשם החוזה אצל לאה אמנו), און טאקע נאך איידער מען האט א פראבלעם. מען זאל וויסן - און עס ארויסווייזן! - אז מען איז גענצליך אפהענגיג אין השי"ת יעדע רגע. נישט קיין כחי ועוצם ידי, וישמן ישורון ויבעט, נאר אדרבה, בעטן און בעטן! איך האב אסאך אריינגעטראכט אין דעם מאמר "מפני מה אמותינו עקרות מפני שהקב"ה מתאווה לתפלתן של צדיקים", מען האט עס שוין אויך דעבאטירט דא אין שטיבל, הלמאי דער בורא פייניגט די צדיקים ווייל ער לעכצט פאר זייער תפלה? סאטמאר רב זאגט טאקע, פארוואס פונקט ביי דעם האט ער זיי מנסה געווען? ווייל השי"ת האט געוואוסט אז נאר ביי אזעלכע זאכן וועלן זיי מתפלל זיין, ווייל המשכת דורות איז נוגע עבודת ה', משא"כ ביי אנדערע הצטרכות'ן וואלטן זיי עס מקבל געווען באהבה און נישט מתפלל געווען. ממילא אז השי"ת האט געוואלט 20 יאר תפלה פון יצחק, האט ער נישט געהאט קיין אנדערע עצה.

בכלל איז אויך דא די באקאנטע קשיא, וואס מען האט שוין אויך אסאך ערווענט דא אין ק"ש, צי תפלה העלפט טאקע? מען זעהט דאך אז מענטשן זענען מתפלל און עס קוקט נישט אויס אז עס זאל מקובל ווערן! און וואס זאגט מען פאר די קינדער? פארוואס זאל מען מתפלל זיין? וואס איז דער תכלית? דאס אז יעדער תפלה האט עפעס א צוועק און טוט זיכער עפעס אויף ביהיינד די סיען'ס איז נישט גענוג אויסרייד פאר די קליינע, קוים וואס פאר די גרויסע... וויפיל קען מען דען גלייבן ווען מען זעהט אלעס שווארץ? אבער אז מיר ווייסן שוין קלאר אז דער תכלית פון תפלה איז נישט אז מיר זאלן געהאלפן ווערן, נאר צו בויען דעם קשר צווישן אונז און השי"ת, דערהערט זיך די זאך אנדערש. און אז מען ווייסט אז דער עיקר תפלה איז לויבן, כנ"ל אין חלק א', קוקט מען אן די זאך מיט אנדערע אויגן גלעזער, און די קשיא לאזט אביסל נאך.

והשתא דאתית להכי, האבן מיר דא 2 חלקים אינעם התנהגות פון השי"ת צום מענטש, ערשטנס איז דער חלק אז דער מענטש איז באשאפן געווארן מיט זיינע גענויע מעלות און חסרונות, וואס בדרך הטבע קען מען דאס נישט טוישן אדער ערזעצן אפילו מיט תפלה אדער מיט דאנקען, און דאס איז פארן תכלית און שלימות פונעם מענטש, און אדעתא דהכי איז ער געבוירן געווארן, אן דעם האט ער נישט וואס צו זוכן דא, און אויף דעם זאגן צדיקים אז קיינער וואלט נישט געוואלט אויפטוישן זיין פעקל צרות מיט א צווייטנס. וכמעשה הנ"ל מיט יענעם חסיד וואס זיין תכלית איז געווען צו זיין טרוד על המחי' ועל הכלכלה און זיך ארומדרייען נע ונד אן קיין הרחבת הדעת, פאר אנדערע איז באשערט זיך צו מוטשען מיט פרנסה, מיט א ווייב, אדער אפזיצן אין תפיסה אדער ליגן נישט געזונט. אבער אלע אינאיינעם האבן עפעס גוטע זאכן אין טאג-טעגליכן לעבן צו לויבן און דאנקען השי"ת, און דער וואס זיצט אין תפיסה וועט נישט זאגן קיין ברכה לבטלה ווען ער וועט דאנקען ה' על נסיך שבכל יום עמנו, ועל נפלאותיך וטובותיך שבכל עת. און בשעת ער דאנקט ה' אויף די רעלאטיווע חסדים אין תפיסה, איז ער משיג זיין שלימות אויפן שטארקסטן פארנעם. (זעלבסטפארשטענדליך אז עס האט אויסנאמען און צומאל - מיט געוויסע מיטלען ווצב"ש כח הרבים, צדיקים, דמעות, נאכן אדורכגיין א גרויסע נסיון, אדער בדרך נס - קען מען פועל'ן ישועות פאר די סארט פראבלעמען אויך, אבער עס איז א רוח שאינה מצויה).

דער צווייטער חלק פון גאט'ס התנהגות איז קלענערע זאכן אין די ראמען וואס איז יא באשערט פארן מענטש, נאר השי"ת ווארט טאקע אויף די תפלה אדער הודאה, און אמאל מיט אסאך הודאה און הכרת הטוב ווערט השי"ת מער גרייט צו שענקען גוטע זאכן, ווילאנג עס שטערט נישט דעם ציהל פון חלק א', למשל אפילו עס איז באשערט איינער זאל זיך מוטשען אויף פרנסה, אבער קינדער האט ער נישט קיין שלעכטע, אזא מענטש קען מיט תפלה און הודאה פועל'ן אז די קינדער זאלן זיין אויסנאם גוט, מען זאל שעפן אויסערגעווענליכע נחת מער ווי געווענליך, וויבאלד אין דעם ענין איז ה' פלעקסיבל מיט אים.

ונחזור לענין הקודם. באמת איז ביבער און ונבנתה גערעכט מיט זייערע שאלות, און השי"ת וואלט אונז געדארפט מן הדין געבן די כלים און TOOLS צו קענען אויספירן אונזער שליחות. איז דער תירוץ אויף דעם, קודם כל, יעדער באקומט זיינע נויטיגע כלים, איינער וואס האט נישט א געוויסע כלי איז פשט אז זיין שליחות האט נישט דעם סעיף פון דעם ענין, ולא עליו המלאכה לגמור. נישט יעדער קען - און דארף - מקיים זיין בפועל אלע תרי"ג מצוות. ממילא טענות קען מען זיכער נישט האבן אויף השי"ת פארוואס עס פאסירט געוויסע זאכן וואס קוקט אויס נישט לטובה, און אזוי ארום איז גרינגער די עבודה פון "מוחל זיין גאט".

געוויסע בעלי משלים פארגלייכן אונז צו א 'פאזל'. א פאזעל פון טויזענט שטיקלעך, יעדע האט אנדערע שעיפס און אנדערע קאלירן. יעדע שטיקל בפני עצמו קען מקנא זיין דעם שכן, פארוואס האט יענע מער ווייס און איך מער שווארץ? פארוואס איז יענע ארויפציהר און איך ממש פון אונטן? אבער ווען דער בילד ווערט צוזאמענגעשטעלט איז מער נישט שייך קיין קשיות, אלעס ווערט נתברר ונתלבן כשמלה, מען לאכט פון די קשיות. אזוי וועט ביי אונז זיין ווען משיח וועט קומען, אז ימלא שחוק פינו, ווייל דאן וועלן מיר ענדיגן צוזאמעשטעלן דעם פאזל, און אונזערע קשיות וועט ארויסרופן א הילכיגן געלעכטער.

איך האב געשריבן שנעל און צומישט. איך בין נאך נישט פארטיג. איך קען שרייבן א גאנצן בוכל... דערווייל שרייבט אייערע הערות און שאלות, און מ'וועט ממשיך זיין שפעטער בעז"ה.

קינות גירושין » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 2:48 pm

· #149490
Wow איז נישט דאס ווארט!!!!!

מאטי » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 3:30 pm

· #149505
שמעקעדיג הארציג און באלערענד עס יוזשועל.!! 

סתם מיין רעיס אף טהאגהטס.
 פאר מ׳רעדט פון הכרת הטוב צו גאט דארף מען פארשטיין וואס איז דער טיעפקייט פון הכרת הטוב ? דריי וועגן ליגט מיר יעצט אין מחשבה.

 1)אנערקענונג אז דער בעל טובה האט זיך אנגעשטרענגט.  לויט דעם אויב איינער שטרענגט זיך מער אן צו טוהן א טובה לאזט זיך זיכער קלערן א גרעסערן חיוב פון הכרת הטוב . 

2) סתם אלס א רעסיעפיענט דארף איך מאראליש אן קיין חשבונות צוריק טוהן גוטס צו דעם בעל טובה, אבער דא לאזט זיך קלערן, צו ס׳גייט אויך אויף א צומח אדער גאר א דומם ?  ס׳קען זיין אז ס׳לאזט זיך נישט קיין מאראלישע חיובים אויף אזאך וואס האט בכלל נישט קיין קאנטשעסנעס. 

3) סתם א גילטי קאנטשעס אז יענער רעכנט זיך דערויף און איך כ׳על הייסן א שלעכטער אויב איך טו דאס נישט. 

דאס איז זיכער אז גאט שטרענגט זיך בכלל נישט איבער צו טוהן גוטס ער כביכול קען געבן און געבן און ווערט נישט איבערגעשטרענגט, אדער אויסגעליידיגט. ווייטער קען מען קלערן איז דא מאראלישע חיובים צו גאט ? אדער מאראל לויפט נאר פון מענטש צו מענטש. 
 א גילטי קאנטשעס לגבי דער אייבישטער ? נע.. ס׳שמעקט מיר עפעס נישט איך ווייס נישט פונקטליך וואס...

מ׳קען אפשר קלערן אז גאט וויל מיר זאלן זיך צוגעוואוינען צו זיין דאנקבאר זאגט ער אונז זיי מיר דאנקבאר ווייל דאס איז זיכער אז פון מיר קריגסטו דאס מערסטע. נאכדעם וועט שוין זיין גרינגער מיט אנדערע. 

נולד מאוחר » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 11:43 pm

· #149603
שמעקדיג, וואס איז מיט תפילה אויף געהאלפן ווערן סאיז משמע פון דיין ווערטער אז סהעלפט נישט? סאיז זייער שווער אזוי צי זאגן סאיז קעגן אלע אידישע מקורות.

ביבער » דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 12:58 am

· #149624
שמעקעדיג אזוי שיין און קלאר ארויסגעברענגט, שקויעך.

דו רעדסט בעיקר ארום אויף די חסדים דורכאויס דעם לעבן וואס איז אמת אז השם איז א א-ל רחום וחנון ודרכו להטיב לרעים ולטובים, איך האב אבער בעיקר געמיינט אויף זאכן וואס די וועלט איז אנגעוויזן דערויף ווי למשל דעס אז יעדעס קינד ווערט גלייך ביים געבוירן א בעל חוב צום באשעפער ווייל סדא לופט איבעראל צום אטעמען און די מאמעס נארהאפטיגע מילך ווערט גלייך עוועיליבל, איז מיר אייביג שווער געווען ממ"נ ווילסטו איך זאל לעבן מוז איך דאך דאס האבן און וואס איז שייך דאנקען אויף א זאך וואס איז נישט דא קיין צוויי אפשענס?

אבער דו ברענגסט גוט ארויס אז די עיקר איז awareness, עס איז מער awareness ווי gratitude מער לויבן ווי דאנקען.

smart man » דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 4:37 pm

· #149826
הוגה
ברסלבער
איך הער. איך האב נישט געמאכט קיין סורוועי, אבער ביי מיר ארבעט עס יא כמה פעמים, מבשרי אחזה אלוה.


אה, אז ס'האט געארבייט ביי דיר בין איך גאר פרייליך (און פארגעס נישט צו דאנקן גאט 🙂 ). אבער צו קענען זאגן א blanket סטעיטמענט אז דאס ארבייט אלעמאל דארף מען קוקן די סטאטיסטיקס און זעהן וויפיל מענטשן האבן געדאנקט גאט און וואס זענען געווען די תוצאות, און וויפיל מענטשן האבן נישט געדאנקט גאט און וואס זענען געווען די תוצאות. און דערנאך דארף מען מאכן זיכער אז ס'דא א דיירעקט קארילעישאן. איך האב אויך נישט געמאכט קיין סערוועי אבער פון די ריאליטעט פון די טאג טעגליכע לעבן זעהט עס נישט אויס ווי דו זאגסט. איך מיין אז אזעלכע סטעיטמענטס טוען נאר אפשוואכן די אלגעמיינע אמונה פון די וואס גלייבן דערין.


i would to tell all you that alot heimishe yidden includding 'hogeh' is suffering from a big problem that our society is suffering. l
i will start with a story that once in russian school there was a teacher who asked who beleives in god? one yidish kind picked up his hand and said that he beleives in god. the teacher asks 'did you see him? d
the kids says no. the teacher says what you didnt see never beleive. the kid asks do you have brains? the teacher says yes. well can you show it to me? he says no. so the kid says what i did not see i cant beleive. f
well we dont need to prove that hashem created the world because we know it from toras moshe. we dont need to prove what theneveim said because what ever they said is toras emes regardless of what we can prove it or not

when someone that is tzadik says something as a klal, if we beleive and/or know that he was a tzadik then we accept what he says regardless if we can prove it or not. we may not hold that reb nachmen is a tzadik for whatever reason we have, but if we hold that he was a tzadik then we accept what he said regardless of any statistics. those who will allways want to prove things through statistics may have questions on things that say in tanach. but we learn in tanach knowing that its toras emes, and some we as ktanei hadaas dont understand exactly. similar to that is with tzadikim, if we want to challenge if they have been tzadikim its one thing, but if we are sure in thgeir tzdkus then we accept what they said regardless if we can prove it or not and regardless of statistics regaedless if we understand

הוגה » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2013 6:28 pm

· #151190
שמעקעדיג
איינער באקומט א בעזעם מיט א שמאטע צו רייניגן דעם טוילעט, א צווייטער באקומט א היי-לאו צו שלעפן און מאנעווערירן די באקסעס אינעם ווערהאוז, און א דריטער באקומט א קאר ארומצודרייוון און סעילסן פאר די קאמפאני, א.א.וו. אזוי אויך, דו ווייסט נישט פארוואס דו ביסט אראפגעקומען אויף דער וועלט. דו (און איך און יעדער...) מיינסט אז דו דארפסט זיך אייביג גוט פילן, אלע רמ"ח אברים ושס"ה גידים זאל ארבעטן פערפעקט, דו דארפסט האבן א פיינע שטוב אויפצואוואקסן מיט גוטע עלטערן, דערנאך טרעפן א פיינע ישיבה, און טרעפן א גוטן שידוך, און האבן שיין גרינג פרנסה, און קענען האבן א שיעור צופרי און ביינאכט, און דערנאך האבן א שיינע שטוב מיט זיסע וואוילע געזונטע קינדער, און זיי אלע חתונה מאכן גרינגערהייט און שעפן נחת, און אויסלעבן די יארן בשיבה דשנים ורעננים, און דערנאך אויסהויכן די נשמה מיט א מיתת נשיקה.


@שמעקעדיג, אדאתית להכי, גיי שוין א טריט ווייטער. די באשעפער די בעל הבית, האט געהייערט סאטמארער רב צו זיין די קנאי, און רב קוק צו זיין די ציוני. עס איז נישט געשעהן דא קיין טעות, גאט דארף ביידע אויסצופירן זייערע דזשאבס בשלימות. איי, אויב אזוי פארוואס איז די סאטמארער מוחה אויף די ציונים? ווייל דאס איז א טייל פון זייער דזשאב. ממילא, פאסט נישט זיך צו רעגן אויף לויב, צימערמאן, שפיטיווקע, מאטקע בלוי, גאטליעב ודומיהם, ווייל זיי טוען פשוט די דזשאב וואס מען האט זיי געהייערט דערפאר. אונז דארפן טון אונזער דזשאב און נוצן די אינטערנעט אזוי ווי די בורא וויל, און גאטליעב דארף טון זיין דזשאב. פארוואס עפעס זאל גאט הייערען גאטליעב דאס צו טון? איך ווייס נישט, פונקט אזוי ווי איך ווייס נישט פארוואס גאט זאל הייערען איינעם פאר די דזשאב פון זיין א עני ואביון. עס איז א שווערע עבודה אבער עס איז די אמת.

@smart man, You are hundred percent right. For a breslover there's no question that what ever reb nachman says is true, at least for someone who Believes that reb nachman was an ish elokim and every word was mipi hashem. But when a breslover wants to sell it to the street, he first has to convince the people to hold of reb nachman as he does. Unless he can prove that what he said is true and accurate.


.